רבי משה סופר מפרעשבורג זצ"ל - החתם סופר - כ"ה תשרי ת"ר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה סופר מפרעשבורג זצ"ל - החתם סופר - כ"ה תשרי ת"ר

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:55 pm

הה"צ ר' משה סופר ב"ר שמואל, במ"ס חתם סופר. - ת"ר
איינער פון די גרויסע סוחרים אין פלרעשבורג, איז אריינגעקומען צום חתם סופר ז"ל, און אים דערציילט איבער דעם שווערן איבערגאנג וואס ער מאכט מיט אין געשעפט, וויפיל פלראבלעמען ער האט, און אז אין שטאט מיינט מען אז ער איז א גרויסער עושר, אבער דערווייל איז זיין מצב זייער ביטער, און ער וויל א ברכה פונעם רב. "איך האב פלונקט איצט געהערט, האט אים דער חתם סופר ערקלערט, אז דיין קרוב איז אויך א גרויסער יורד ל"ע. ווי אזוי קען מען לעזן זיין פלראבלעם?".
"דאס איז נישט מיין פלראבלעם" - האט דער סוחר זיך ארויסגעדרייט – "ווען איך האב מיינע אייגענע פלראבלעמען".
דאס איז נישט דער ריכטיגער וועג, האט דער רב ערקלערט. דער פלסוק דערציילט, ווען די אידן האבן מיטגעמאכט דעם גלות מצרים, וגם אני שמעתי "את" נאקת בני ישראל, דער "את" קומט מרבה זיין, אז איין איד האט געקרעכצט אויך פאר די צרות פון די אנדערע אידן. דאס האט שטארק אויסגענומען ביים אויבערשטן, אז ער זאל אויסלייזן די אידן פון זייערע צרות און פליין. אז מ'וויל פלטור ווערן פון די אייגענע פלראבלעמען, דארף מען קרעכצן אויך אויף יענעמ'ס, האט דער חתם סופר אויסגעפירט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:55 pm

עס איז באקאנט דאס בילד פון חתם סופר. אויף דעם בילד ווערט דערציילט אין ספר "שולחן מלכים" אז אמאל איז געקומען צום חתם סופר איינער פון זיינע אנגעזעענע תלמידים און דערציילט פאר זיין רבי'ן אז ער האט א שידוך געטאן מיט זיין טאכטער, אבער ער האט נישט קיין נדן אראפלצולייגען דערפאר, האט ער א געניאלן פללאן, אראפלצומאלן א בילד פונעם רבי'ן, ער וועט דאס פארקויפן פאר גוט געלט, און קענען חתונה מאכן זיין טאכטער. דער חתם סופר האט אים ערקלערט, אז באמת איז א בילד נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך ווייל עס נעמט אראפל די קדושה פונעם מענטש, אבער פאר די מצוה פון הכנסת כלה, וועל איך דיר דאס מאל ערלויבן אפלצומאלן א בילד, און דאס בילד איז געבליבן ביז היינט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:55 pm

אין "אגרות סופרים" ווערט געברענגט די זעלבע מעשה, אבער דארט ווערט אויסגעפירט אז דער חתם סופר האט זיך שטארק געבייזערט און האט געזאגט פאר'ן מחותן, ווייל דו שעמסט דיך צו פארשאפן געלט פאר די חתונה, מוזטו פארשעמען מיין פלנים? ערקלערנדיג אז די בילדער איז א גרויסע בושה פאר אים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:55 pm

עס ווערט דערציילט אז דער חתם סופר האט אמאל אויפגעטוהן אז פון טאג אויף נאכט דארף מען נישט ווארטן זעקס שעה, ווייל ווען מ'שלאפט אינמיטן ווערט דאס שנעלער נתעכל. יענעם צופרי האט ער זיך געמאכט א קאווע פאר די זעקס שעה, אבער אינמיטן האט זיך דאס אויסגעגאסן, האט ער דערין געזען א רמז פון הימל אז מ'איז נישט צופרידן פון דעם פסק.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:56 pm

דער חתם סופר ז"ל האט אמאל געזאגט, ס'איז נישט קיין וואונדער אז משה רבינו איז אויסגעוואקסען א "משה רבינו". ווען איך וואלט געהאט אזא רבי'ן ווי משה רבינו האט געהאט, וואלט איך אויך אזוי אויסגעוואקסען. איי, האט דער חתם סופר אויסגעפירט, וועט איר פרעגן פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו אזא גרויסען רבי'ן? איז דער ענטפער, ווייל איך בין דאך נישט משה רבינו...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:56 pm

אן אינטערעסאנטע זאך וואס מען פלעגט אסאך מאל זען ביי הרה"ק מפשעווארסק זצ"ל. ער פלעגט נעמען די עק פון זיין בעקיטשע און עס דורכפירן אויף די נאז, יעדער האט זיך געוואונדערט אויף דעם אומפארשטענדליכן באדייט.
דערציילט א איד, אז ער האט אמאל אריינגעקוקט אין א חתם סופר וואס דער פשעווארסקער רבי ז"ל פלעגט נוצן, האט ער דארט געטראפן צוגעצייכנט פונעם רבי'ן, אז מען זאל נאכקוקן אויף א פלאץ וואו דער חתם סופר שרייבט וועגן כעס. האט ער נאכגעקוקט, שרייבט דער חתם סופר דארט, אז אויב וויל מען זיך בייזערן אויף איינעם, זאל מען אריבערפירן דעם עק פונעם בגד אויף די נאז און דער כעס וועט זיך אפשטילן...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:57 pm

דער חתם סופר ז"ל שרייבט אין א תשובה (שו"ת ח"ו ליקוטים נ"ט), שטענדיג האב איך געטראכט פארוואס שטייט אין פלסוק קודם והייתם נקיים מה' און נאכדעם מישראל? נאר פון מענטשן איז א סאך שווערער צו זיין ריין ווי פון אויבערשטן, ווייל מענטשן זענען ליידער געוואוינט צו טראכטן שלעכטס אויף א צווייטן.
גאנץ מעגליך אז דאס מיינט שלמה המלך, אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אז קיינער געפעלט נישט פאר א צווייטן, און מ'איז קיינמאל כמעט נישט יוצא מיט'ן חלק פון והייתם נקיים מישראל...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:57 pm

אין ספר אלף כתב (אות נ"ו) ווערט געברענגט אין נאמען פון ר' נטע וואלף ליעבר ז"ל ראב"ד פון פרעשבורג, אז ווען דער חתם סופר האט געלערנט חומש רש"י איז ער געווען אש להבה, און ווען ער האט געלערנט ספר דברים איז ער געווען כולו אש...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:57 pm

אין ספר חוט המשולש ווערט געברענגט אז רבי שמעון סופר ז"ל האט דערציילט אז דער חתם סופר איז געווען א בקי אין אלע חכמות, ער האט אפילו אנגעהויבן שרייבן א ספר דערויף, נאר אזוי ווי עס איז ארויסגעקומען דער ספר הברית האט ער דאס דורכגעקוקט מרישא לסיפא און געזאגט פאר זיינע תלמידים זאלן דאס לערנען וועלן זיי טרעפן דערין אלע חכמות, אויספירנדיג אז ער האט פאר אים און פאר זיי געשפארט די ארבעט וואס זיי וואלטן געדארפט טוען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:58 pm

עס ווערט דערציילט אז דער הייליגער "חתם סופר" ז"ל האט אמאל אויף דער עלטער נישט געקענט איבערגעבן דעם שיעור פאר די תלמידים, האט ער מכבד געווען זיין זון, דער שפלעטערדיגער "כתב סופר", פארצולערנען דעם שיעור טראצדעם וואס ער איז נאך דאן געווען גאר יונג. די תלמידים האבן זיך זייער געוואונדערט אויף זייער רבי'ן, ווי אזוי איז ער מכבד אזא יונגען מאן פארצולערנען אזא שיעור וואס פלעגט געווענליך געזאגט ווערן מיט גרויס חריפות און טיפקייט.
נאכ'ן שיעור, וואס איז אפלגעצייכענט געווארען אלס שטארק א געלונגענער, האבן זיי אויפגעברענגט זייער וואונדער פאר'ן רבי'ן, פרעגענדיג ווי אזוי האט דער רבי זוכה געווען צו אזא זון? דער "חתם סופר" האט מיט טרערען אין די אויגען געענטפערט פאר זיי, איר מיינט אז אומזיסט האב איך זוכה געווען צו דעם? דאס האט מיך געקאסט א "הוט מיט טרערן". פון דעם טאג וואס ער איז געבוירען איז נישט געווען א תפלה וואס כ'זאל אים נישט אינזין האבן און וויינען צום בורא ער זאל אויסוואקסען א גדול בתורה. די תלמידים ברענגען טאקע אז ווען דער חתם סופר פלעגט אויסטרעטן פון שמונה עשרה, האט מען באמערקט אז אויף דעם ארט וואו ער איז געשטאנען, איז געווען אנגעזאמעלט וואסער וואס איז צונויף געקומען פון זיינע זודיגע טרערן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:58 pm

ווען מ'האט אנגעפרעגט א שאלת עגונה פונעם גאון ר' מרדכי בנעט ז"ל, האט ער באפוילן אנצופרעגן ביים חתם סופר, וואס איז געווען א גרויס וואונדער ביי זיינע מקורבים, ווייל ר' מרדכי איז געווען פיל עלטער פונעם חתם סופר ז"ל. ווען דער חתם סופר האט גלייך אפגעשריבן א תשובה און עס געגעבן פאר זיין זון דער כתב סופר אוועקצושיקן, האט ער דאס באהאלטן אויף צוויי טעג ווייל מעגליך וועט דער טאטע חרטה האבן אויף די תשובה וואס ער האט אראפגעשריבן אזוי שנעל אן נאכקוקן אין ספרים. ווען דער חתם סופר האט אים "געכאפט", האט ער אים פארגעהאלטן, זאגענדיג, "אין יעדן דור האט דער באשעפער זיינע דיינים און שופטים, אין דעם דור בין איך דער דיין און וואס דארפסטו מורא האבן פון מיין תשובה"?
ווען ר' מרדכי בנעט האט באקומען די תשובה האט ער עס דורכגעקוקט עטליכע מאל, זאגענדיג, בלויז די שריפט פונעם חתם סופר איז מסוגל צו יראת שמים, און ס'לוינט זיך איבערצוקוקן עטליכע מאל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:59 pm

מערקווירדיגע דיבורים שטייט אין דרשות חתם סופר אויף פרשת כי תצא, ווי דער חת"ס דערציילט, כ'האב אליין בייגעוואוינט ווי א קליין קינד וועלכער איז געווען גאר א חשוב'ער, איז ל"ע אוועק. די עלטערן האבן זיך נישט געקענט טרייסטן נאך אים, ביז דער טאטע האט זיך איינמאל גע'חלומ'ט ווי ער זעט זיין פארלוירענעם זון ווי ער איז שוין אויפגעוואקסען און ער האט זיך ל"ע גע'שמד'ט! דער פאטער האט ביטערליך געוויינט און זיך געריסען די האר פון קאפל אויף דעם ביטערן אומגליק. שפלעטער ווען ער האט זיך דערוועקט און האט באמערקט אז דאס איז נאר א חלום, האט ער זיך געטרייסט, אז זיין זון איז נפטר געווארען אלס אן ערליכער, פארשטייענדיג אז מיט דעם האט ער פארמיטן דעם ביטערן שיקזאל. דער חתם סופר פירט אויס, זה מעשה ראיתי והיא אמת...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:59 pm

אין שו"ת חתם סופר (או"ח סוף סימן נ"א) ווערט געברענגט אז דער וואס מישט אויס דברי תורה מיט ספרי הגיון, איז עובר אויפ'ן לאו פון לא תחרוש בשור ובחמור יחדיו...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 11:59 pm

מ'האט אמאל דערציילט פאר'ן חתם סופר איבער איינעם וואס לאכט אפ פון תורת הנסתר, האט ער געזאגט, דער וואס זאגט בנגלה אז ער לאכט פון נסתר, איז דאס א באווייז אז בנסתר לאכט ער אויך פון נגלה...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג פאברואר 22, 2008 12:00 am

אין ספר "אלף כתב" (תש"ז) ווערט געברענגט אז דער חתם סופר האט אנגעוויזן אז דער יאר תק"ע לפ"ק איז א שנת "פלקידה" פאר די גאולה שלימה. און ער האט דאס מרמז געווען אינעם פלסוק "אחרי נמכר", אז מ'זאל רעכענען יעדען צווייטע אות פון דעם ווארט נמכ"ר, נ'-ע, מ'-ס, כ'-מ, ר'-ת, איז דאס בגימטריא תק"ע, א רמז אז אין יענעם יאר דארף זיין די גאולה שלימה.
מענין לענין: אין חתם סופר די וואך ווערט געברענגט אז אין יאר תר"א וועט זיין א שנת פקודה, ווי עס האט זיך שפעטער ארויס געשטעלט איז ער יענעם יאר נפטר געווארען...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 1:33 pm

היינט דער יומא דהלולא פון דעם אדם גדול בענקים
זכותו יגן עלינו
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:00 pm

איינמאל אין אן ערב שבת פארנאכט איז דער הייליגער חתם סופר זי"ע געגאנגען דאווענען מנחה אין דער באגלייטונג פון איינעם פון זיינע נאנטע שטוב מענטשען מיט'ן נאמען יעקב לעהרער וועלכער איז דעמאלט געווען זיין משמש.
אויפ'ן וועג ארויס ווען ער איז צוגעגאנגען צו די טיר קושען די מזוזה איז דער חתם סופר געבליבן אזוי שטיין א שטיקעל צייט מיט די הענט אויף די מזוזה .
נאך אפאר מינוט איז ער צוריק אריין צו זיך אין שטוב געעפענט דאס שיפלעדל וואו ער פלעגט האלטען זיין געלט און ארויס גענומען עלף גילדן ער האט עס איבערגעגעבן זיין משמש און אים געזאגט "לויף שנעלער צו יענעם בחור און גיב אים דאס געלט, אבער זאלסט אים נישט זאגן ווער עס האט עס געשיקט, דערנאך קום גלייך צוריק"
דער שמש האט געטוהן אלעס מיט גרויס שנעלקייט ער האט איבערגעגבען דאס געלט יענעם בחור נישט געזאגט ווער ס'האט עס געשיקט און איז תיכף צוריקגעלאפען צום חתם סופר
נאך שבת איז דער בחור צוגעגקומען אין אים געפרעגט "ווער האט אייך געגעבען דאס געלט איר זאלט מיר דאס געבן?
האט דער שמש אים געענטפערט איך טאר דאס נישט דערציילן"
האט דער בחור געזאגט "איר זאלט וויסן אז דער וואס האט מיט אייך געשיקט די עלף גילדן איז א בעל מופת און א בעל רוח הקודש און האט אנגעהויבען דערציילן די מעשה ווי פאלגענד:
איך בין אן ארעמער בחור וועלכער איז געקומען לערנען דא אין ישיבה איך שטיי איין ביי אן אכסניא וואו איך באצאל דירה געלט, אויסער דעם האב איך נאך הוצאות פון וואשן די וועש און ענליכע זאכען במשך די צייט האט זיך אנגזאמעלט א שטיקעל חוב און ווען די בעלת אכסניא פלעגט קומען מאנען דאס געלט האב איך איר אפגעשטיפט מיט תירוצים אז עס דארף מיר אנקועמן געלט און דעמאלס וועל איך איר באצאלן, זי האט מיר שטענדיג געגלויבט ביז ס'האט זיך אנגעזאמעלט א סומע פון עלף גולדן האט זי געזאגט אז זי וויל שוין מער נישט ווארטן.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג ווען זי האט געדארפט איינקויפען אויף שבת און זי האט נישט געהאט מיט וואס איז זי געווארן זייער שטארק אויפגערעגט אויף מיר און מיר געזגט "נעם דיר דיינע זאכן און גיי שוין ארויס פון דא מער קען איך דיר נישט האלטן זי האט תיכף מקיים פסק געווען גענומען אלע מיינע זאכען און מיר ארויסגעווארפן אויף די גאס.
איך בין געבליבען שטיין אויף די גאס נישט וויסענדיג וואס צו טוהן עס איז שוין פרייטאג פארנאכט און אלע מיינע זאכען ליגען הפקר אויף די גאס וואו זאל איך זיך ווענדן האב איך אנגעהויבען צו וויינען און מתפלל זיין צו השי"ת, אזוי שטייענדיג ביסט דו צוגעקומען און איבערגעגבען די 11 גילדן און תיכף אנטלאפען, איך האב גענומען דאס געלט און איר תיכף באצאלט און מיט גרויס שמחה האב איך מקבל שבת געווען און געדאנקט דעם אויבערשטען אויפ'ן נס וואס ער האט מיט מיר געטוהן.
(די מעשה ווערט געברענגט און א מכתב לספר "זכרון למשה" פון הגאון מו"ה מנחם מענדל מרגליות ז"ל אב"ד דק"ק הארינטש וואס האט עס אליין געהערט פונעם בעל המעשה הרה"ג ר' יעקב לעהרער ז"ל אין יאר תרנ"ו ווען ער איז ביי אים איינגעשטאנען)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:10 pm

בילד

געמאלענע בילדער מיוחס צום חת"ם סופר
צוגעלייגטע
-Chasamsofer.JPG
-Chasamsofer.JPG (13.77 KiB) געזעהן 3576 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:11 pm

אונטערסאנט איז צו באמערקן אז כאטש דער היילגער חת"ם סופר איז געווען א תלמיד פון דעם בעל הפלאה, אין דער בעל הפלאה איז געווען א תלמיד פונם מגיד דער רבי ר' בער פון מעזריטש, אבער מיט דעם אלעם ברענגט נישט דער חת"ם סופר און זיינע ספרים קיין שום ספרי חסידות א חוץ צוויי מאהל דער היילגער בעל התניא , איינמאהל ברענגט ער אום אראפ אין פרשת בהעלתך ,זאגט דארט דער היילגער חת"ם סופר אז עס שטייט אין דער תורה הקדושה ,"והאספסוף אשר בקרבו התאוו תאוה וישובו ויבכו גם בני ישראל ויאמרו מי יאכילנו בשר" (במדבר יא,ד) זאגט דער חת"ם סופר אז דער תניא זאגט אז דער נפש החיוני וואס ווי מיר רופען עס נפש הבהמיות ,וואס דאס איז אין דער מענטש ,איז ווען דער חלק טוט דאס פארקערטע פין גוטס דעמלטס טוט ער זוך מיטשלעפן צו זיינע תאוות ,אין איוך דער נשמת ישראל וואס דאס איז דער חלק אלוה ממעל ווערט מיט געשלעפט צי די תאוות הגשמיות .וכו'

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:13 pm

בילד

א בילד פון אהרן חארינער אויף וועם דער חת"ם סופר האט אנגערופן אח"ר

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:14 pm

דעם הייליגען חת"ם סופר'ס רביצין, בזיווג ראשון ,איז געוועהן די טאכטער פון הרה"ג ר' משה יוראביטש ז"ל אבד"ק פרוסטיץ. ער האט געוואוינט מיט איר לאנגע יארן, אבער קיין קינדער האט ער פון איר (ל"ע) נישט געהאט.
ווען דער חת"ם סופר איז געבליבען אן אלמן (ל"ע), איז געקומען א שדכן און האט אים אנגעטראגען די טאכטער פון דעם גאון וקדוש ר' עקיבא איגר זצ"ל דער רב פון פוזנא, האט דער חתם סופר געענפערט דעם שדכן: איך גלייב שווער אז דער שידוך קען ווערן, ווייל לויט ווי איך שטעל זיך פאר, זוכט אוודאי דער פוזנער רב א חתן א תלמיד חכם וואס זאל זיין צו געפאסט לפי כבודו, איך בין מסתמא נישט גענוג ראוי דערצו.
איז דער שדכן געגאנגען און האט אנגעטראגען דעם חתם סופר פאר ר' עקיבא איגר, האט דער גאון געענטפערט: איך פון מיין זייט בין אוודאי מסכים דערצו, אבער דער פרעשבורגער רב זוכט אוודאי א פרוי א בת תלמיד חכם, און לפי דעתי בין איך מסתמא נישט גענוג ראוי פאר אים.
רופט זיך אן דער שדכן: אויב אזוי איז דאס זייער א גוטער שידוך , צוויי פשוט'ע אידן ביידע נישט קיין תלמידי חכמים [אזוי האלטין זיי ביי זיך] איז דאס א צוגעפאסטע זאך , דער שידוך איז געווארען למזל טוב און דער חתם סופר האט זוכה געווהן צו האבן פון די רביצין שרל דריי זין און פיר טעכטער, גדולי וגאוני ארץ וואס האבן באלויכטען די וועלט מיט זייער תורה וקדושה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:14 pm

עס ווערט דערציילט אז דעם לעצטען ערב סוכות פאר דעם הסתלקות פון הייליגן חתם סופר (שנת ת"ר) האט דער חת"ס אוועק געשריבען א בריוו צו זיין גרויסן תלמיד הגאון רבי מנחם כ"ץ און וועלכן ער האט אים געבעבטען אז ער זאל זאפארט קומען צו פארן קיין פרעשבורג באשר בכן מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אים געזאגט א חידוש אין סוף מסכת סוטה און אזוי ווי ער האט שוין כמעט פארגעסען דעם דאזיגען חידוש בעהט ער אים אז ער זאל קומען כדי ער זאל זיך דערמאנען ....

צוליב עפעס א סיבה האט זיך דער בריוו פון חתם סופר פארשפעטיגט און רבי מנחם כ"ץ האט נישט ערהאלטען דעם בריוו ערשט אין סאמע טאג פון הסתלקות פון חתם סופר . (כידוע איז דער חת"ס קראנק געווארען הושענא רבא און אזוי ווי ערב יום טוב שמיני עצרת איז דאך קיינער נישט געפארען פון פרעשבורג קיין ראגינדארף האט מען זיך ערשט אסרו חג סוכות דערוואוסט אין ראגינדארף אז דער חת"ס איז א חולה מסוכן ר"ל אבער קיינער האט נישט געוואלט דערציילען א שלעכטע בשורה פאר'ן מרא דאתרא רבי מנחם כ"ץ, אזוי ארום האט רבי מנחם נישט געוואוסט אז זיין רבי איז קראנק געווארען).

דעם אנדערען טאג כ"ה תשרי צופרי איז אנגעקומען דער בריוו פון חת"ס פאר רבי מנחם אז ער זאל קומען צו פארן קיין פרעשבורג, רבי מנחם האט תיכף זיך גענומען גרייטען צו פארן קיין פרעשבורג אזוי ווי זיין רבי האט אים געבעטען , ער האט זיך אבער געוואונדערט וואס זוכט דער חת"ס איצט זיך צו דערמאנען זיינס א חידוש מיט יארן צוריק?

די בני בית האט געזעהן אז רבי מנחם איילט זיך צו פארן קיין פרעשבורג האבען זיי באין ברירה דערציילט פאר רבי מנחם'ן אז דער חת"ס דארף גרויס רחמים ....

הערענדיג די ביטערע בשורה, האט רבי מנחם שוין פארשטאנען פארוואס זיין רבי דער חת"ס האט אזוי שטארק געוואלט איבער חזר'ן דעם חידוש וואס ער האט אים אמאהל געזאגט ..שפירענדיג אז עס איז קרב יום פקדתו.
(דער חת"ס האט פאר זיין הסתלקות איבער גע'חזר'ט כל התורה כולה , אלע חידושי אורייתא וואס ער האט געלערנט במשך כל ימי חייו, ווי חז"ל זאגען "אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו" דעריבער האט ער נישט געקענט זיך שיידען פון דעם עולם ביז מען האט אים געמוזט דערמאנען זיינס א חידוש אויף סוף מסכת סוטה וואס ער האט געהאט פארגעסען ).

רבי מנחם האט באלד מיט איין אימפעט , זיך גענומען איילען קיין פרעשבורג .
אנקומענדיג נאנט צום הויז פון חתם סופר האט ער שוין געטראפען דארט ווארטן טויזענטער אידען אנשים נשים וטף אלע מיט פארוויינטע אויגען קוים קוים האט זיך רבי מנחם כ"ץ באוויזען דורכצושטופען צווישען דעם גרויסען עולם ביז ער האט געקענט אריינגיין אין צימער וואו דער חתם סופר איז געלגען על ערש דוי.

דער חתם סופר האט אים באלד געגעבען שלום און ער האט זיך זייער געפרייט צו זעהן זיין תלמיד , רבי מנחם כ"ץ,

רבי מנחם האט באלד איבעברגעזאגט דעם חידוש פארן חת"ס און ווי נאר ער האט פארענדיגט איבערצוזאגען דעם חידוש האט באלד דער חת"ס זיך אנגערופען צו זיין תלמיד בזה"ל "רבי מנחם כ"ץ גסיסה"...! און דער חת"ס האט אים געוויזען מיט'ן פינגער אז ער זאל ארויסגיין פון צימער (רבי מנחם כ"ץ איז געוועהן א כהן) רבי מנחם איז באלד ארויס פון צימער, און ווי נאר ער איז אנגעקומען אינדרויסען ביים טויער פון הויף האט ער שוין געהערט ווי מען שרייט "שמע ישראל" ווייל דעמאלט פונקט איז געוועהן יציאת נשמה. רבי מנחם כ"ץ האט דערנאך געזאגט אז עס איז ביי אים זיכער אז דער רבי האט געווארט מיט יציאת נשמה ביז ער איז געוועהן אונטען אין הויף ....

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:15 pm

דער הייליגער חתם סופר האט אמאל געגעבן צו פארשטיין פאר זיינע תלמידים, א שיינעם הסבר פארוואס מען עסט הארטע אייער פסח.

די נאטור פון אלע מאכלים איז אז וואס מער מ'קאכט זיי אלץ ווייכער ווערן זיי, אויסער אייער, ביי דער איי איז דער סדר פונקט פארקערט, וואס לענגער מ'קאכט עס אלץ הארטער ווערט עס.

האט דער הייליגער חתם סופר אויסגעפירט, די גוים מיינען אז מיט פייניגען די יודען וועט מען זיי צוברעכן און זיי וועלן ווייכער ווערן, און נאך לאזן פון צו טון מצות און מעשים טובים, דערווייל האבן זיי א גרויסן טעות, די יודען זענען מיט דעם נמשל צו אייער, און וואס מער מען מאטערט זיי און מ'פרובירט זיי צוצוברעכן אלץ שטארקער און הארטער ווערן זיי, מיט זייער באשלוס צו טון די רצון פון הייליגען באשעפער מיט מסירת נפש.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:16 pm

מען דערציילט נאך א מעשה אז איין מאהל איז דער הייליגע חתם סופר זכותו יגן עלינו געקומען באזוכען זיין תלמיד דער מהר"ם שי"ק, ווען דער מהר"ם שיק האט געהאלטען אין מיט'ן פארלערנען. דער מהר"ם שיק האט געהאלטען אז עס פאסט נישט אז ער זאל פארלערנען ווען זיין רבי איז דארט, האט ער געוואלט אויפהערען מיט זיין שיעור. האט איהם זיין רבי געזאגט אז ער זאל ווייטער פארלערנען – האט דער מהר"ם שיק געטראכט אז די גרעסטע כבוד פאר זיין רבי וועט זיין אז ער וועט נאך זאגען חידושים פון זיין הייליגע גרויסע רבי אויף די סוגיא וואס ער לערנט יעצט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 24, 2008 3:18 pm

עס איז לעצטענס נתפרסם געווארן אז גיסעדיגע זאכן וואס קומען פון אויסלאנד אין "טענקערס" איז דא אויף זיי אן עד אחד וואס זאגט עדות אז אפילו עס איז דא השגחות, טוען די "בעל הטענקערס" אויספאפן, און זיי נוצן די זעלבע "טענקערס" ממש אויף "חזר פעטס", און עס איז דא ערנסטע שאלות אויף דעם, און אפילו די רבנים האבן זיך אויסגעדרוקט "אז מיר טוען וואס מיר קענען, אבער מיר קענען נישט זיין זיכער". איינע פון די עיקר פראבלעמען זענען איז אויף אויל'ן, ע"כ האט זיך די חשוב'ע עולם אנגעהויבן זיך צו באניצן מיט "גרעפ סיד אויל", וואס קומט פון קדם (ווי באקאנט האט קדם אייגענע טעינקערס) [און אגב איז די אויל זייער געזינט, ולעומת זה אנדערע אויל נישט געזונט פאר אסאך זאכן. די מבינים זאגן אז די זאכן האבן א גוטע טעם, מען דארף נאר וויסן וויפל און ווי אזוי דאס צו נוצן.] האבן מיר דא אראפגעברענגט א תשובת חתם סופר, וואס איז זיינע צייטן איז מען אויפגעקומען מיט דעם המצאה פון "גרעיפ סיד אויל".
שו"ת חתם סופר חלק ב (יו"ד) סימן קיז

פה בסביבותינו מצא א' ברוב חקירתו לעשות שמן מחרצני הענבים והיינו שמצא בכל חרצן וחרצן יש שקידה א' קטנה ומאותה שקידה נעשים שמנים ממחים משמרים מזוקקים טוב מאוד למאכל וכך משפט עשייתן מיד כשמביאים החרצנים והזגים מבית הבד נפין החרצנים בנפה כדי שלא ישאר בהם שום דבר מהזגים ואח"כ מיבשים החרצים בחמה עד שנעשים יבש מאוד ואח"כ דכין אותם במדוכה עד שנעשים לפרורין קטנים ואותן הפירורין מהבבין אח"כ במחבת על האש עד שמעלין זיעה כדרך (הקאפע ברענין) ובשעת ההבהב הזה מריחין מהן ריח יין ואז בעידן ריתחא משימין הכל בשק חזק ויפה וכובשים אותן במכבש של ברזל המיוחד לכן וע"יז נוטף השמן דרך אותו השק זך ונקי והפסולת היינו החרצנים הנדוכי' נשארים כולם בתוך השק ואין שום אדם או קפילא יכול לטעום או להרגיש שום טעם יין באותו שמן או להבחין בינו ובין שמן זית והנה מלבד שזה דבר חדש שלא זכרו ולא רמזה מזה אבותינו ורבותינו חכמי התלמוד ז"ל בכולי סוגי' דנזיר פ"ג מינין וגם בנדרים גבי הנודר מן הענבים ובשבועו' גבי שבועה שלא לאכול חרצן ובשביעית גבי הגלעינין דבכולהי איכא נ"מ לדינא בזה אמנם אנא לא לאשתעי דינא ולא לחדש חדשים קאתינא רק תלמיד הבא לשאול ולשמוע הלכה למעשה מפי רבו נ"י.

שלום לתלמידי הרב הדיין המופלג החו"ש כמו"ה ליזר שאפלך נ"י.

קבלתי גי"ה נידון שמן הנעשים משקדים הגדלים בענבי חרצי ענבים והם מי"נ =מיין נסך= ומעלתו בחכמתו ומתק לשונו ביאר כל מעשה מלאכה ההיא ומ"מ לא ידעתי שום מקום לאיסור אי משום נימא דכח יין שבחרצנים נתהפך ונעשה ממנו שמן יש להתיר ודברי מג"א סימן רי"ו צ"ע ויפה פסק בחק יעקב סימן תס"ז כל דבר שנשתנה לדבר היתר הותר כגון בשר לדבש והנא היין לשמן ואמנם הגאון מקור חיים שם הפריז על המדה ומייתי מש"ס כריתות ה' ע"א ובמ"כ לא דק התם לחם אשתנה ונצטרף עמו מים והוה סד"א דמשערי' בקמח ולא מחייב בכזית לחם וקלי ה"א כיון שאינו ראוי' להקריב ממנו עומר וכל זה רק לצריכותא בעלמא ולא לדינא אבל דברי חק יעקב נכונים ואמיתים וה"נ דכוותי' ואי משום תערובו' יין כיון שטעמנו כמה פעמים ולא נטעם ונרגש בו טעם יין אין לחוש וגדולה מזו בתשו' רמ"א שחששו בשמן זית משום תערובות שומן חזיר והתירום מטעם שאין הגוים מרגישים וראי' מתשו' רשב"א בגבינות של נכרים מדאכלי אותם בימי תעניתם ש"מ שאינם מרגישים בו טעם וה"נ דכוותי' מכ"ש הכא כמה ישראלים טעמוהו ולא הרגישו בו טעם יין ע"כ נ"ל היתר פשוט ומ"ש מעלתו אהש"ך דאוסר אפי' החרצנים הוא ק' דגול מרבבה וז"ל בחי' למס' ע"ז ס"ה ע"ב דלא נצטרי זיקי בטא"ח סי' ת"ן במשכיר יורה לגוי לבשל בו חמץ אסור משום רוצה בקיומו פי' ב"י דלא יבקע היורה ומג"א לא ניחא לי' בהא וטעמו דהא היורה לאו איסור הוא ע"כ פי' דרוצה בקיומו של שכר שאם יבקע היורה ישפך ע"ש ס"ק י"א ונעלם ממנו ש"ס דהכא לא נצטרי זיקי רוצה בקיומו של זיקי שהרי אם ישפך יין טוב לזיקי כדלעיל למ"ד סוף ע"א חריפי דמצרי זיקי אע"כ צ"ל דהכלי שהוא בסיס לאי' הנאה כגון זיקי דהכא ויורה של חמץ הא גופה אסור בהנאה ואסור להיות רוצה בקיומו זכר לדבר עצמות ששמשו נותר פסחים פ"ג ע"א ולפ"ז חרצנים של יי"נ הם עצמם אסורים בהנאה ואפרן אסור וכמ"ש ש"ך סי' קכ"ג ס"ק כ"ו ולחנם השיג עליו דגול מרבבה ואחתום בברכה מרובה א"נ. - משה"ק סופר מפפ"דמ.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט