געשטאלטן! נקיי הדעת - ודמיות ההוד - וירושלים של מעלה.

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

געשטאלטן! נקיי הדעת - ודמיות ההוד - וירושלים של מעלה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]נקיי הדעת שבירושלים
שפירי ירושלים
יקירי ירושלים
[/align]

מיט אט די חשובע פראזן באטיטלען חז״ל די גרויסקייט פון די ירושלימער תלמידי חכמים, די געהויבענע בני עליה פונעם עיר מלוכה - דעם עיר הקודש פלטרין של מלך. וואס איז משפיע פון איר געטליכן הימל׳דיגע הייליגקייט און לויטערקייט, צו קענען אנקומען עטוואס העכער ווי אויף סתם א מקום אין די פּראסטע וועלט.

אין אלע דורות באגעגענט מען דאס חשיבות און כבוד וואס אלע צדיקים האבן צוגעטיילט פאר די יקירי ירושלים, מיטן זיי שיקן געלט און אויסהאלטן זייערע כוללים וכדומה.

צדקת עניי ארה״ק האט געטראגן ביי יעדן חוץ לארץ׳דיגן רב א גרויסע באדייט פארוואס זיי האבן געהאט ממש מסירת נפש.!

די ירושלימער העכערע געשטאלטן האבן אין אלע דורות געטראגן א ספעציעלן חשיבות און גלאנץ וואס האט געצויגן א קנאה אויף זייער פרייליכע אינערליכע רואיגקייט און שמחת החיים וואס איז אויסגעשפרייט אויף זיי.

פאר יעדן ערליכן יוד האט געגליסט צו זיין אין זייער געגענווארג, אדער נאך מער זיך צו באקענען מיט זיי פון דערנאנט, אדער אפ׳ נאר צו האבן איינמאל די זכיה צו כאפן א בליק אויף די לויטערע געזיכטן, וואס נאר קומענדיג אין זייער ד׳ אמות האט עס ווי אריינגעפירט אין א צווייטן פּלאנעט.

פילע צדיקים האבן זיך אריינגעלייגט בטולטולי דדרך צו קומען פון די ווייטע מרחקים בימים ההם ווען דאס פארן איז נאך געווען א שווערע אינטערנעמונג, כדי זיך צו קענען טרעפן מיט די יקירי ירושלים און אירע לומדים.

די תלמידי חכמים של ירושלים זענען געבענטשט געווארן מיט א אינערליכע שיינקייט פון חכמה, ונקיית הדעת, ריין און לויטער, הצנע לכת, ענווה ופשטות, שמחה פנימית ומנוחת הנפש וואס מען געפינט נישט ערגעץ אנדערש איבער די וועלט, א שיינקייט וואס שיינט ארויס פון איר ספעציעלן עבודת ה׳ יראת שמים, חביבות המצות, ומידות טובת.

די לעבעדיגע ספרי תורה׳ס האבן זיך געלעבט (און פילע לעבן נאך אלץ לאורך ימים ושנים טובים) זייער א שטיל און באשיידן לעבן, זיך געדרייט בלויז אין די ד׳ אמות אין די קליינע פארשטיפּטע בחנטע געסלאך, מען האט זיי נאר געקענט זעהן גיין פון זייער ענגע הייזקעלעך ביז צום בית המדרש, און פון ביהמ״ד צוריק אהיים פאר קורצע וויילעס.

זעלטן וואס מען האט זיי געפינען ערגעץ מער ווי אין די פּאר געסלאך ארום זייער באשיידענעם לעבן.

וועל מיר אנהייבן מיט קורצע לעבנס ביאגרפיען פון פילע פון די געהויבענע בני עליה געשטאלטן - די ריכטיגע נקיי הדעת, וואס יעדער פאר זיך באזונדער איז געווען ראוי צו זיין א רב גדול בישראל! א שר התורה! אבער מיט זייער איידעלען כאראקטער און דערווייטערונג פון כבוד המדומה און סיי וואס א סארט פרסום, האבן זיי ליבערשט געקליבן דעם שטילן דרך בעבודת ה׳, און פילע פון זיי האבן אויך א פאך, צו געפירט א קלייט פאר פרנסה.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אויף געסיינט.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]הגאון הצדיק
רבי זונדל קרויזר זצ״ל
מחבר ספרי
״אור החמה״[/align]

איז געבוירן כ״ז תשרי שנת תרפ״ד.
צו זיין טאטן רבי צבי הערש זצ״ל - נכד אבי הישיבות הגה״ק רבי חיים מוואלוז׳ין זי״ע - און צו זיין מאמען טויבע ע״ה.

אין ירושלים עיה״ק.

אין די יוגענט האט ער געלערנט אינעם חדר און אין די ישיבה ״עץ חיים״

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת מלכה בת הרב יעקב אהרן ממשפחת פּרוש ז״ל.

נאך די חתונה האט ער געלערנט אין דעם טשעבינער כולל.

דער אור פון רבי זונדל זצ״ל האט געשיינט אין די שמאלע געסלאך פון די ״בתי ברוידא״ וואס איז איינע פון די שכונות פון די ״נחלאות״ געגענט וואס פארמאגט מערערע חרידישע שכונות. (געבויעט דורך ר׳ יעקב ברוידא ז״ל אנהייב ניינצן הונדערט, צו פאראייביגן זיין און זיין בני בית נאמען, נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער ל״ע)

זיין טאג האט זיך אנגעהויבן בערך איינסע צווייע אזייגער פארטאגס, און אזוי האט זיך עס געצויגן בהעלם אחד מיט לימוד התורה און עבודת ה׳ ביז אויפדערנאכט.

זיין גאנצע מציאות איז געווען תורה, ער האט נישט געהאט קיין פארקער מיט מענטשען נאר מיט זיינע חברותת, וואס אויסער לערנען האט ער מיט זיי נישט געהאט קיין שייכות.

ער האט אין זיין גאנץ לעבן נישט געפענט זיין מויל פאר סתם דברים בטלים.

פרייע צייט איז ביי רבי זונדל׳ס וועלט נישט געווען...

זיין טאג איז געווען אזוי אויסגעשטעלט אז ער׳ט ניטאמאל געהאט די צייט צו זיצן ביי זיינע אייניקעלס חתונות, ער פלעגט זיצן דארט נאר ביז נאך די חופה, גלייך ביים ענדיגן די חופה איז רבי זונדל שוין געווען אויפן וועג אהיים, זיך גרייטענדיג פארן קומענדיגן טאג פון עבודת ה׳.

רבי זונדל האט באזיצן כל התורה כולו ממש, אבער ווי וואונדערליך איז. אז אפי׳ א אייגענע גאנצע ש״ס האט ער נישט פארמאגט, ווער רעד נאך פון די אנדערע ספרים וואס כמעט יעדעס אידיש הויז פארמאגט.

אפי׳ אזוי, וואס זיין צייט איז געווען אזוי הייליג און טייער, און סתם דברים בטלים האט ביי אים נישט עקזעסטירט, עמכ״ז האט ער אויפגענומען יעדן מענטש מיט א געוואלדיגע ענווה און פשטות, און א סבר פנים יפות און מיט א ווארימען ליבליכן שמייכל, יעדער גאסט וואס איז אים געקומען באזוכן האט ער ארויסבאגלייט ביז די טרעפ.

א שטיקל צייט האט ער געפירט א טשעק קעשינג וואס פאר א קורצע צייט אינמיטן טאג האט מען געקענט קומען טוישן טשעקס.

אמאל האט זיך געמאכט אז אפאר יונגאטשעס גנבים וואס בימים ההם איז נאך געווען אסאך פון די ״גענגס״ אין די שכינותדיגע ״מחנה יהודה״ געגענט, האבן זיך דערוויסט אז ער האלט צומאל בינטלעך קעש אין זיין דירה, זיי האבן שנעל געקענט מאכן זייערע פינצטערע חשבונות ווען ער שטייט אויף און גרייט זיך ארויסצוגיין פארן טאג צום ביהמ״ד, און איין פינצטערע נאכט ווען רבי זונדל עפענעט דעם טיר... און די געמיינע יונגען באפאלן אים... און צווינגען אים צוריק אריין צום סעיף צו געבן דאס געלט... אנווארענענדיג נישט צו מעלדן פאר די פאליציי אדער זיי נאכגיין.

רבי זונדל האט געזאגט פאר א באקאנטן אז ער האט נארוואס גענדיגט שרייבן איינע פון זיינע ספרים איבער אמונה און בטחון, האט דער אויבערשטער אים געוואלט ״טעסטן״ אויב ער האלט טאקע דערביי ביי וואס ער שרייבט!

שפעטערע יארן איז זיין נאמען בארימט געווארן, און פילע ספעציעל אויסלענדישע געסט זענען געקומען קוקן אויף זיין הייליגע צורה. און פראבירט צו באקומען א ברכה מפה קדשו, אזאך וואס איז געווען זייער זעלטן.

ער האט ארויסגעגעבן פילע בענדער ספרים על כל מקצועות התורה מיטן נאמען ״אור החמה״ צוואנציג בענדער אויף ש״ס - אויף די חמושי חומשי תורה, על משנה ברורה, ועל תהילים, ועוד.

נסתלק ביום ח׳ אייר שנת תשע״ה לפ״ק - ומנוחת כבודו בהר המנוחות.
אטעטשמענטס
רבי זונדל קרויזר זצ״ל
רבי זונדל קרויזר זצ״ל
8F2B6CAD-2F71-4DDE-B82F-4EFA68A4CFB6.jpeg (117.04 KiB) געזען 1880 מאל
אריינגאנג צו די בתי ברוידא
אריינגאנג צו די בתי ברוידא
BBF2BDCE-0352-48C1-85A7-2360D7458CB0.jpeg (101.35 KiB) געזען 1880 מאל
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

אויף געסיינט.

(אגב, דער ירושלימער ר' זונדל האט געשעפט אויך פון בני ברק)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אהרן הלוי האט געשריבן:
אויף געסיינט.

(אגב, דער ירושלימער ר' זונדל האט געשעפט אויך פון בני ברק)

אמת! עס איז געווען א תקופה וואס רבי זונדל האט געדינט אלס א מלמד פאר א משפחה אין בני ברק, איז ער א גאנצע וואך געווען אין בני ברק, און נאר אויף שבת אהיים געפארן קיין ירושלים.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

אפשר האט דאס א שייכות מיט זיין שייכות צו די חזונאישניקעס
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

א גרויסן דאנק אייך הער רבניש פאר אלע אייערע הערליכע באשרייבעכצער!!!
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אהרן הלוי האט געשריבן:אפשר האט דאס א שייכות מיט זיין שייכות צו די חזונאישניקעס

דאס איז געווען א באזונדערע זאך.

א קבוצה פון ירושלימער אברכים לומדים מובהקים זענען נתקרב געווארן צום חזו״א אביסל נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען קיין ארה״ק, דער חזו״א האט זיי אויסטערליש מחבב געווען. און פלעגט פיל פארברענגן מיט זיי אין תורה.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט הגאון רבי אברהם יעקב ווינער זצ״ל, און ער האט געשלעפט הגאון רבי חיים ברים זצ״ל, און רבי חיים האט געשלעפט רבי זונדל זצ״ל.

מרן שר התורה רבי חיים שליט״א, פארציילט; אז דאס ערשטע מאל ער׳ט זיי געזעהן ביים חזו״א, האט ער געזהן ווי זיי גרייטן זיך אן אפאר בענק אין א דערנעבענדיגן צומער צום שלאפן (זיי פלעגן דארט זיין אפאר טאג געווענדליך)
האט ער געפרעגט דעם חזו״א ווער דאס זענען. האט ער אים געזאגט אז דאס זענען די גדולי ירושלים.

אגב דער חזו״א האט זיי כמה פעמים פארבעטן זיי זאלן קומען וואוינען קיין בני ברק, אמאל האבן זיי שפאצירט האט ער זיי געוויזן ״זעהט איר, דא בויעט מען דירות פאר אייך״ סגעווען פון זיי וואס זענען טאקע אנגעקומען אהין.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

איר קאנט צולייגן צו די ליסטע פו די ירושלים'ער תלמידים ביים חזו"א הרה"ג ר' מענדל אטיק שליט"א זז"ג.

ע'רט משמש געוועהן דעם בריסקער רב זצ"ל און דעם חזו"א זצ"ל
(ניין, נישט געטריבן דער עולם ביי 'לחיים' אדער ביי 'א גוטע וואך', אדער גשליידערט שטריימלעך הוטן און קאפלעך ביי 'שמחות דמלכי'... נאר שימוש ת"ח וואס די גמרא מיינט)

ווערד אן אפטיילונג פאר זיך.


רבניש,
א דאנק פארן אויפמאכן דאס הערליך אפטיילונג - ראוי לברכה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

בעאבאכטער האט געשריבן:איר קאנט צולייגן צו די ליסטע פו די ירושלים'ער תלמידים ביים חזו"א הרה"ג ר' מענדל אטיק שליט"א זז"ג.

ע'רט משמש געוועהן דעם בריסקער רב זצ"ל און דעם חזו"א זצ"ל
(ניין, נישט געטריבן דער עולם ביי 'לחיים' אדער ביי 'א גוטע וואך', אדער גשליידערט שטריימלעך הוטן און קאפלעך ביי 'שמחות דמלכי'... נאר שימוש ת"ח וואס די גמרא מיינט)

ווערד אן אפטיילונג פאר זיך.


רבניש,
א דאנק פארן אויפמאכן דאס הערליך אפטיילונג - ראוי לברכה.

רבי מענדל אטיק זז״ג, איז אויך געווען פון די ערשטע בחורים מיט וועם סיז געפענט געווארן די מירער ישיבה.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אמת, אויך זיין חברותא, להבחל"ח הגה"ג משה יושע לאנדא זצ"ל (אויך אין די ליסטע הנ"ל פון חזו"א).
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מרן שר התורה הגר״ח שליט״א, האט געפרעגט זיין טאטן דעם סטייפלער, ווער איז א גוטע דוגמא נאכצוקוקן זיך צו לערנען, די טייערקייט פון צייט ווי יעדע מינוט האט א חשבון פאר התמדת התורה, האט ער אים געזאגט אז די בעסטע דוגמא איז רבי זונדל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

רבניש האט געשריבן:[align=center]הגאון הצדיק
רבי זונדל קרויזר זצ״ל
מחבר ספרי
״אור החמה״[/align]

איז געבוירן כ״ז תשרי שנת תרפ״ד.
צו זיין טאטן רבי צבי הערש זצ״ל
אטעטשמענטס
רבי זונדל מיט זיין טאטען רבי הערש זצ״ל
רבי זונדל מיט זיין טאטען רבי הערש זצ״ל
A4FECA5E-FA8F-4929-AA7F-97D8685F6F33.jpeg (156.43 KiB) געזען 1422 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]הגאון הצדיק
רבי יצחק נתן קופרשטוק זצ״ל
מחבר ספרי
מאורות נתן[/align]

אם יתן איש כל הון ביתו באהבה שאהב רבי יצחק נתן את התורה בוז יבוזו לו.

ווער עס האט נאר געזהן דעם גאון וצדיק אריינגיין צום לערנען, צו אין היכל הישיבה פון עץ חיים צו אין ביהמ״ד פון די בתי ברוידא, צו אין ישיבת טשעבין, האט אים געזהן איבערפאלן די תורה הק׳ ממש ווי א שיכור וואס פאלט איבער זיין פאַס וויין... און זייענדיג איינגעטינקן אינעם עיון בעומק הסגיות האט מען געזעהן ווי זיין זעהל ווערט פיל מיט אושר ושמחה.

ער איז געברוין אדר שנת תרפ״ב צו זיין טאטען הגאון רבי יהודה יעקב זצ״ל. און צו זיין מאמע מרת רחל ע״ה.

ער׳ט חתונה געהאט מיט האשה הצדקנית מרת ליבא בת הרה״ג רבי יוסף ראטמאן ז״ל מעיר לומזא.

אין די גאר יונגע יארן האט ער שוין שוקד געווען על דלתי התורה שעות על שעות ביום ובלילה אין די ״עץ חיים״ ישיבה, רבי איסר זלמן האט פארלאנגט פון די מנהלי הישיבה זאלן אים געבן דעם שליסל צום אוצר הספרים וואס איז געווען דער אוצר פון רבי חיים ברלין גאר א טייערער אוצר, ווי קיינער האט נישט געהאט קיין צוטריט, כדי ער זאל קענען לערנען באשיצט פון סכנות אין יענע מלחמה טעג.

שפעטער איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים אין די ניי געגרינדעטע טשעבינער ישיבה, און איז געווארן משומעי לקחו ומהתלמידים החביבים ביותר ביים טשעבינער רב.

ער האט געהאט זיין וואוינונג בצניעות ובהצנע לכת אין די בתי ברוידא הייזלעך.

כל כולו איז געווען א גאון בכל התורה ותלמיד חכם של החזיק לעצמו טובה כל עיקר!

ער האט מחבר געווען די ספרי ״מאורות נתן״ - חשמל בשבת. איבער דעם פראבלעם פון ניצן עלעקטעריק אום שבת וואס ווערט פאברעצירט דורך אידן וואס היטן נישט קיין שבת, ער האט געארבייט אויף דעם חיבור אכט יאר, און בעתן שרייבן דעם חיבור איז געפארן גאר אסאך קיין בני ברק זיך דורכרעדן מיט מרן החזון איש זצ״ל.

ווי אויך האט ער נישט ארויסגעגעבן דעם חיבור נאר נאכן באזוכן און ארומגיין איבעראל לאורך ולרוחב אין די פעסילעטיס פון די עלעקטעריק פירמע - די חברת החשמל וואס פּראדעצוריט די עלעקטעריק אין ארץ ישראל, און געזיצן מיט די פראפעסינאלע אינדזענירן פונקטליך ארויסצוהאבן דעם גאנג וויזוי עלעקטעריק ווערט צוגעשטעלט.

אין זיין חשובן חיבור איז ער מברר לאיסור דאס ניצן דעם כח העלעקטעריק אום שבת.

מיט זיין ספר ער האט למעשה געטוישט אסאך פון די גדולי הפוסקים פון ירושלים וואס האבן זיך געפירט להיתר ביז דאן.

א דוגמא דער טשעבינער רב האט זיך יא מתיר געווען מיט א מהלך בהלכה אז מקען ניצן די געהעריגע עלעקטעריק אום שבת. און אויך הגאון רבי איסר זלמן האט זיך אנגענומען לקולא, אזוי אויך הגאון הפוסק רבי שלמה זלמן האט זיך נוהג געווען לצד ההיתר.

מיטן ערשיינוג פון רבי יצחק נתן׳ס ספר, ווי ער קריכט אריין אינעם ענין פון אלע אספעקטן האבן די גדולים אנגענומען זיין מהלך און זיך צוריק געהאלטן פון ניצן די עלעקטעריק.

צום באמערקן אז ווען דער ספר איז ארויסגעקומען, איז רבי יצחק נתן בסך הכל געווען אין די מיטעלע דרייסיגער יארן.!

ווען רבי יצחק נתן איז געקומען נעמען אן הסכמה פון זיין רבין דעם טשעבינער רב, האט עס גענומען גאנץ לאנג ווילאנג ער האט באקומען דעם הסכמה, דער טשעבינער רב איז דורך דעם ספר אפאר מאל.

ווען ער האט אים ענדליך געגעבן דעם הסכמה, האט ער אים געזאגט אז למעשה קען ער דאך נישט געבן קיין הסכמה אויף א ספר וואס פסק׳ט אנדערש ווי ער אליינס פירט זיך, דעריבער האט ער געמוזט טוישן פון זיין צד היתר פארן שרייבן דעם הסכמה, און ער האט איינגעראכטן א גענעראטור פאר זיין שטוב און אויפגעהערט ניצן די עלעקטריק אום שבת.

ער האט זיך אויסגעדריקט פאר רבי יצחק נתן. דאס איז מיר געווען א טייערע און קאסטבארע הסכמה!

רבי יצחק נתן איז געווען ארומגענומען מיט א גאר איידעלן יראת הרוממת, זיינע קלוגע און ערענסטע אויגן האבן געווארפן טיפזיניגע חכמה בליקן אויפן ארום.

זיין חביבות צו מצות איז געווען גאר דערהויבן, מצות סוכה ווי ער האט אליינס באצירט זיין סוכה און זיך אפגעגעבען מיט די נוי סוכה במו ידיו.

פאר מצות נר חנוכה, דארט האט ער אריינגעלייגט געוואלדיגע הכנות און הידורים, בכלל האט ער געהאט א געוואלדיגע חביבות פאר מצות נירות שבת צו נירות פארן ביהמ״ד לנוי ולכבוד און וואס ער האט זייער מהדר געווען.

פילע פלעגן ארויפקומען צו אים אין שטוב נעמען א ברכה כאפן א בליק אויף דמות של ירושלים של מעלה, זעהן ענוותנותו וסבלנותו כהלל, איינגעוויקלט אין א הימלישען פשטות.

נסתלק כ״א חשון תשע״ב לפ״ק
אטעטשמענטס
2265137F-9348-4124-95C1-584D4B171B7C.jpeg
2265137F-9348-4124-95C1-584D4B171B7C.jpeg (343.22 KiB) געזען 1352 מאל
5DA1BF93-0EDE-4451-B3E5-B8100A394687.jpeg
5DA1BF93-0EDE-4451-B3E5-B8100A394687.jpeg (134.85 KiB) געזען 1352 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

די ביידע נעמען וואס דו האסט געברענגט פלעגן זיצען אין טשעבינער ישיבה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”