רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:57 pm

צולייגער האט געשריבן:יישר כח חושב.

צו דערמאנען נאר וואס כ'האב געהערט פונעם רבי'ן זצ"ל עטליכע מאל ביי די דרשות, און ס'איז מיר אריין אין די ביינער 'א מלמד, ער קומט אין חדר און איז אנגעצויגן ווייל ער האט געהאט א שווערן טאג, אדער א טאטע איז אנגעצויגן אינדערהיים, און א אינגל פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין, און ער געט אים א פראסק ווייל ער איז אנגעצויגן... ער האט נישט מקיים געווען חובת חינוך, ער איז פשוט א רוצח'

געוואלדיגע דיבורים.
סטוט מיך לייד אז כהאב נישט געקאנט דעם אדם גדול.
מיר בעטען ווער אימער עס האט נאר מעשיות אין באשרייבונגען זאל עס ארויפלייגען מיר זאלען זיך כאטשיג קענען לערנען דערפון לאחר פטירתו

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 3:34 pm

יישר כח פאר די ווארימע חיזוק פון יעדעם בפרטיות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:57 am

די רבי זצ''ל האט אמאל געזאגט פאר א אייניקל, ''מעולם בין איך קיינמאל נישט אראפגעגאנגן אין באנק (טראץ וואס ער פלעגט דרייען מיט ריזיגע געלטער) חוץ איינמאל, וואס בטעות האט די באנק רעקארדירט א טרענזעקשן פון 20 דאלער, צו 20 טויזענט דאלער! און דאן האב איך געטראכט אז טאמער וועל איך זיי אויפמערקבאר מאכן פונעם טעות וועט ארויסקומען א גרויסע קידוש השם, האב איך געוואלט מקיים זיין די מצוה אליינס, בין איך דעמאלטס און א אויסנאמס פאל אליין אראפגעגאנגן''.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

כיבוד אב ואם

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:12 am

ר' אהרן יוסל בערגער שליט''א האט היינט פארציילט ביים עצרת הספד אין מאנסי,

ס'געווען א תקופה וואס ר' אהרן יוסל פלעגט פארן יעדן טאג קיין בעדפארד הילס צו דער קאשויער ישיבה ווי פלעגט פארלערנען א לומדישע שיעור פאר די בחורים, איינמאל רופט איהם די רבי זצ''ל (שיח חיים) און פרעגט איהם צו ער קען מיטפארן מיט איהם, היות ער וויל גיין באזוכן זיין גרויסן טאטן (כידוע ער פלעגט מקפיד זיין צו פארן איינמאל א וואך אלס כיבוד אב ואם),

פארענדיג אויפן וועג פלעגט זיך פארמירן צווישן זיי רייכע שמועסן אין אסאך תורה'דיגע און השקפה'דיגע שמועסן, ווי ר' אהרן יוסל שילדערט ווי אין וועלכע סוגיא מ'האט נאר גערעדט פלעגט ער זיין ווי אינדערהיים מיט א געוואלדיגע חריפות און בקיאות.

א אויפאלענדע זאך האט ער באמערקט ווי עטליכע מינוט פאר מ'איז אנגעקומען קיין קרית קאשוי פלעגט די רבי איהם בעטן אז יעצט דארף ער אפאר מינוט פאר זיך און ער וויל מפסיק זיין די תורה'דיגע שמועס, אזוי איז אנגעגאנגען פאר עטליכע וואכן, ביז איינמאל האט ער גענומען די קוראזש און געפרעגט דעם רבי'ן וואסע פשט אין די הנהגה, האט איהם די רבי גענטפערט אז פאר ער דארף אריינגיין צו זיין גרויסן טאטן דער גדול בישראל טראכט ער צו זיך 3 נקודות, 1- צו מסדר זיין ביי זיך אין מח וואס צו רעדן כדי צו זיין גרייט פון בעפאר וואס צו רעדן כדי נישט צו שטערן זיין טאטע אין זיין פארנומענע סדר היום. 2- זיכער מאכן אז גייט נישט רעדן גיין זאכן וואס זאל חלילה זיין ביטול תורה פארן טאטן. 3- זיך צו מתבונן וויאזוי צו רעדן חלילה נישט צו מצער זיין בדיבור נישט עובר צו זיין אויף כיבוד אב.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:16 am

אמאל פאר די רבי איז געגאנגן צו א שמחה ווי מ'האט איהם גערופן האט ער געזאגט א ס'דא 3 סארט מענטשן ביי יעדע שמחה,
1- מענטשן וואס ווילן גיין, אבער די עולם ברויך זיי נישט דארט באמת
2- מענטשן וואס ווילן נישט עכט גיין, אבער די עולם האט הנאה ווען זיי קומען
3- מענטשן וואס ווילן נישט עכט גיין און דער עולם דארף זיי נישט, אבער מחמת א זייטיגע סיבה מוזן זיי גיין (ווי למשל א אלטע זיידע וואס נערווירט די אייניקלעך...)

און לויט דעם דארף יעדע מענטש אויסרעכענען ווילאנג ער דארף דארט זיין...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

קדושה

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:20 am

די רבי פלעגט זייער נזהר זיין נישט צו שלאפן אויפן רוקן אפי' פאר איין רגע נישט,

האט פארציילט א איד וואס האט אמאל מיטגעהאלטן ווען די רבי האט געדארפט נעכטיגן אין שפיטאל ביי זיין טאטע די בעל ברכת שמים מקאשוי זצ''ל, איז געווען דארט אין צימער אזא בעט ווי די באזוכער האבן געקענט שלאפן, האט דער איד באמערקט ווי די רבי איז געשלאפן אויף דעם בעט און אינמיטן נאכט ווען ער האט זיך געדרייעט פון איין זייט צום צווייטן, אינמיטן שלאף האט ער זיך אונטערגעהויבן די גוף און אזוי זיך איבערגעדרייעט צו די אנדערע זייט, אזוי ווייט איז ער געווען שולט אויף זיך אז אפי' אינמיטן שלאף האט ער מקפיד געווען נישט צו שלאפן אפי' באקראי פאר א רגע אויפן רוקן.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:27 am

ר' דוד יונגרייז זצ''ל איז אמאל געקומען באזוכן דעם קאשויער רב די בעל ברכת שמים זצ''ל און די רבי (שיח חיים) איז אויך געזיצן דארטן ביים באזוך, און די גדולי ישראל האבן זיך פארקאכט אין א ריתחא דאורייתא ווי מ'האט צאמגעווארפן ש''ס בבלי ירושלמי ספרא'ס תוספתא'ס מכילתא'ס און ס'האט געברענט א הייליגע פייער, און די רבי זייענדיג א אינגערמאן אין די 20'ציגער יארן האט מיטגעלעבט און מיטגערעדט און צאמגעווארפן בקיאות און חריפות מיט א שטארקייט,

שפעטער ווען ר' דוד איז ארויס האט ער זיך אנגערופן, 'ווען נישט איך זעה עס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך נישט געגלייבט אז ס'נאך דא היינט אינגעלייט וואס זענען אזעלכע גאונים אין תורה ווי דער אינגערמאן (די רבי זצ''ל)'
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:29 am

נישט געקענט די רבי אבער לויט וואס איך ליין דא זעי איך האט מען פארלוירן אסאך זאל ער זיין א גיטע בעטער
ת.נ.צ.ב.ה.
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:32 am

אמאל האט ר' אהרן יוסל בערגער געווען פארמישט אין א געוויסע מערכה לשם שמים, און ס'עפעס אויסגעקומען אז א געוויסע פארשוין האט איהם אנגערופן און אנגעסטראשעט מיטן ארגסטן טאמער ער לאזט זיך נישט ארויס פון דעם,

שפעטער איז ער אריין צום רבי'ן און די רבי איז איבערגעגאנגן מיט איהם כמה זאכן און ענינים שונים בנוגע די מערכה, און פארן ארויסגיין, געבט איהם די רבי א זאג 'איך זאג דיר אז קיינער וועט נישט האבן קיין שליטה אויף דיר און ס'וועט דיר גארנישט שאטן' (אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט א ווארט)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:51 am

ר' חיים מאיר האס שליט''א האט פארציילט אז אמאל איז א געוויסע איד אריין צום רבי'ן און אנגעפרעגט אויף א געוויסע שידוך צו ער זאל עס טוען, היות מ'זאגט איהם אז ס'דא א חשש אז די בחור האט געליטן אויף די נערוון, האט די רבי גענטפערט אז לדעתו זאל מען זיך מונע זיין דערפון היות נערווען איז א האקעלע זאך.

שפעטער האבן די בני המשפחה פון די אנדערע צד געבעהטן ר' חיים מאיר ער זאל אריינגיין צום רבי'ן און פראבירן צו פועל'ן אויפן רבי'ן לטובתם, היות ס'נאר א פאלטשע שמועה

ר' חיים מאיר קומט אריין צום רבי'ן און זאגט; רבי כך וכך היה המעשה דער איז אריינגעקומען און די רבי האט אזוי גענטפערט, וויל איך וויסן טאמער די רבי האט גענטפערט אזוי מחמת רוח הקודש און געזעהן אין הימל אז די שידוך איז נישט פאר זיי, דאן רעד איך נישט אריין ווייל איך בין נישט אין הימל, אבער טאמער נישט דאן האב איך וואס צו זאגן,
די רבי קוקט איהם אן מיט אזעלכע אויגן; 'וואאאאאס?? הימל? וועלכע הימל? ביסט אויפן קאפ געפאלן?? איך האב סתם געזאגט לויט ווי ער האט אראפגעלייגט די מעשה, אדרבה דו ווייסט אז ס'נישט אמת לאמיר עס יעצט מברר זיין צוזאמען, די רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן מאכן טעלעפאן קאלס צו די בחור'ס מגי''ש פון ישיבה קטנה, מנהלים, משגיחים און ווער נישט און גענישטערט און מברר געווען פאר גאנצע 2 שעה, נאך 2 שעה האט מען למעשה נישט אנגעקומען יעדעם צו כאפן, האט איהם די רבי געזאגט אז ער זאל מארגן נאכאמאל צוריקומען, מארגן עוה''פ איז די רבי געזיצן נאך 2 שעה און מברר געווען אז ס'טאקע נישטא קיין שום חשש, ער האט צוריקגעקאלט די אבי הבת און צוגעשטופט צום שידוך, וכך הוה די שידוך איז געווארן.

די איד וואס האט געהאט געפרעגט דעם שאלה אויפן שידוך איז בכלל נישט געווען דעם רבי'נס חסיד צו וואס, סתם א איד האט געזוכט א ערליכע איד זיך דורצורעדן און די רבי האט זיך מפקיר געווען איהם צו העלפן מחמת זיין אהבת ישראל אן קיין שום חשבונות סתם צו העלפן א איד.
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:56 am

ביים פראטעסט אין וואשינגטאן

gettyimages-102665029-1024x1024.jpg
gettyimages-102665029-1024x1024.jpg (279.5 KiB) געזעהן 727 מאל

gettyimages-102826996-1024x1024.jpg
gettyimages-102826996-1024x1024.jpg (344.89 KiB) געזעהן 727 מאל

מחאה וושינגטון נגד חילול קברים ביפו - תמוז תשע (3).jpg
מחאה וושינגטון נגד חילול קברים ביפו - תמוז תשע (3).jpg (40.79 KiB) געזעהן 311 מאל
לעצט פאראכטן דורך הבעש''ט אום מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:02 am

די רבי האט אמאל געפרעגט ר' אהרן יוסל בערגער אויף א געוויסע אסיפת הרבנים אויף ווען ס'איז גערופן, האט איהם ר' אהרן יוסל געפרעגט די רבי וויל קומען? ניין. נאר איך וויל וויסן ווען ס'איז צו וויסן ווען צו מתפלל זיין אז ס'זאל זיין מיט הצלחה.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:57 am

איינע פון די רבי'ס קינדער האבן אין די טעג געגאנגן עפעס איינקויפן ביי גרינבוים'ס פארמאסי אין מאנסי, האט די בעה''ב פארציילט אז ס'געווען א געוויסע צובראכענע איד אין מאנסי וואס פלעגט כסדר דארפן צוקומען צו מעדעצינישע פראדוקטן אבער ער איז געווען א עלענדע מענטש און קיינער האט זיך נישט געזארגט פאר איהם איהם צו העלפן באצאהלן זיינע טעגליכע הוצאות.

איין טאג באקומט דעי בעה''ב פון גרינבוים'ס פארמאסי א טעלעפאון קאל פון רבי'ן, ווי ער זאגט איהם אן 'מהיום ולהלן יעדע ביל וואס פלוני וועט האבן זאלסטו לייגן אויף מיין אקאוינט און איך וועל עס באצאהלן עד פ''א'.

וכך הוה
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:03 am

די רבי האט געהאט אזא ענין א גאנץ לעבן האט ער מקפיד געווען קיינמאל נישט צו נעמען קיין מתנות פון קיין שום מענטש, טאמער האט איינער איהם געוואלט קויפן א נייע בעכער למשל האט ער געהאט 2 ברירות, אדער איינצוטוישן מיט די אלטע אדער אז ס'זאל בלייבן אויף זיין נאמען און ס'נאר כאילו געבארגט.

אפילו די ביהמ''ד אין מאנסי האט די רבי נישט באטראכט ווי זיינס א פריוואטע חפץ היות די געלט איז געקומען פון אנדערע מענטשן.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

קיבל יסורים באהבה

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:13 am

מ'האט קיינמאל נישט געקענט הערן דעם רבי'ן קרעכצן!
נישט געווען אזא מציאות. אין די שווערסטע מצבים סיי יארן צוריק ווען ער האט געטראגן אויף זיך די שווערע לאסט פון אסטראנאמישע סכומים, חובות וכדו' און סיי די לעצטע צייטן ווען ער איז ליידער געווען מדוכא ביסורים, אבער קיין קרעכץ האסטו נישט געקענט ארויסדערווישן פאר קיין געלט, אין די שווערסטע מצבים האט ער געהאט א צהלת פנים, אזוי ווייט אז מענטשן פלעגן זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן און ער פלעגט מיטוויינען מיט טרערן ממש אויף צרות פון אנדערע, אבער ס'איז זיי ניטאמאל בייגעפאלן אז פארן רבי'ן פעלט עפעס, ער פלעגט האבן אזא פריינטליכע צופרידענע פנים וואס איז געווען ווי א שלייער אויף זיינע אייגענע מכאובים.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:08 pm

איך שטעל דא ארויף א לינק צו א PDF צאמגענומען אלעס וואס איך האב צאמגענומען דערווייל
https://drive.google.com/file/d/1rynK1Q ... sp=sharing


האפענטליך אז ס'וועט צוקומען נאך סחורה וועל איך עס צולייגן אי"ה
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (656.63 KiB) געזעהן 553 מאל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:45 pm

ייש"כ גדול כבוד הרב חושב מחשבות

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:57 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שטעל דא ארויף א לינק צו א PDF צאמגענומען אלעס וואס איך האב צאמגענומען דערווייל
https://drive.google.com/file/d/1rynK1Q ... sp=sharing


האפענטליך אז ס'וועט צוקומען נאך סחורה וועל איך עס צולייגן אי"ה

פארוואס עפעס איז דער ״אברהם״ דער נאמען?

און דער שטעקן אריינגעשטיפט פעלט נישט אויס, סיז עפעס נישט פראפּארציעש.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:17 pm

א גרויסען ייש״כ חושב מחשבות, דער זכות פון אותו צדיק זאל אייך ביישטיין וימליץ טוב בעדינו אכי״ר
רבניש, אז איהר פרעגט שוין יא קענט איהר שוין פרעגען א בעסערע קשיא
נעמליך ס׳איז נישטא אזא פסוק ״ויאמר אליעזר עבד אברהם אנכי״...
מוז מען בעכ״ח ענפערען אז ס׳איז נישט מדוייק...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:18 pm

derech eretz האט געשריבן:ייש"כ גדול כבוד הרב חושב מחשבות
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:56 pm

רבניש האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שטעל דא ארויף א לינק צו א PDF צאמגענומען אלעס וואס איך האב צאמגענומען דערווייל
https://drive.google.com/file/d/1rynK1Q ... sp=sharing


האפענטליך אז ס'וועט צוקומען נאך סחורה וועל איך עס צולייגן אי"ה

פארוואס עפעס איז דער ״אברהם״ דער נאמען?

און דער שטעקן אריינגעשטיפט פעלט נישט אויס, סיז עפעס נישט פראפּארציעש.

די בילד איז נישט קיין צאמגעשטעלטע, נאר א נאטירליכע בילד כמות שהוא, די שטעקן זעהט אויס אריינגעקוועטשט ווייל די רבי האט אן די תפילין,

פארוואס ער האט געהאלטן די שטעקן ווייסיך אויך נישט
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:58 pm

עבד אברהם אנכי איז מרמז אויף די רבי'ס ערשטע נאמען אליעזר

די פסוק ברויך מען טאקע נאכקוקן


אגב די נאמען 'שיח חיים' קומט נאך פונעם בעל ברכת שמים זצ''ל וואס האט געהייסן געבן דעם נאמען, שי''ח איז גמטריא אליעז''ר מרמז אויף שמו אליעזר חיים.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:05 pm

ייש"כ הרב חושב
א שיינע ארבייט, בתוכן, ובגרפיק
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:10 pm

טאמער איינער האט הגהות אויפן קונטרס זאל עס ביטע שיקן אין אישי, וזכות הרבים תלוי בו


יישר כח פאר אלע שכח'ס!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:15 pm

א גרויסע ש'כח חושב.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יציב פתגם און 14 געסט