רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:22 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:ייש"כ חושב
הערליכע סיפורים
פארוואס אבער ווערט מען דאס אלעס געוואר לאחר פטירתו סאיז א גרויסע שאד מהאמיר נישט אסאך געוויסט פון זיין גדלות ווען ער האט נאך געלעבט זי"ע

ע״ז דויה ליבינו....

אז פון יעדן אזוי גערופענעם סעלעבּערטי ילדי פלא(?) למיניהם, איז דא ביי אונז אשכולות אנגעפילט מיט נאנסענס... אבער כדי צו קענען לאקעיטן א גוטן יוד וואס איז א כלילת יופי, מיט אן אמתן צופרידנקייט אין לעבן וואס דער קנאה שפראצט ארויס פאר א יעדן בר דעת וואס זעהט זיי נאר. דאס מעג מען נישט שרייבן ליידער... נאר ווען ער מאכט זיך צו די אויגן פאר אייביג... (ובכלל זה כל גדולי ישראל אשר אתנו חיים - קען מען עס דען נישט קאנטראלירן עס זאל בלייבן אין די ראמען..?)

ויהי לפלא.!


אזוי איז דאס אלעמאל, ווייל;

1) ווען מ'רעדט פין לעבעדיגע מענטשן איז דא סאך א שטערקערק טענדענסי צו מאכן א געראטשקע און אפפרעגן און אוועקמאכן (ווייל ס'איז נאך נוגע/מחייב), משא"כ ווען איינער איז שוין הלך לעולמו שטערט נישט אזוי שטארק, און דאס איז מער די סיבה פ"וו אייועלט קען דאס נישט ערלויבן.

2) מענטשן קומען נישט ארויס דערציילן זייערע עובדות - בפרט פריוואטע - סתם אזוי, דארף מען אמאל ווארטן געוואויר צו ווערן פין די אידן ביז ס'ווערט א שמועס, און געווענליך איז דאס טאקע 'אחרי מות - קדושים'.

3) דער הייליגער חובת הלבבות שרייבט שוין אז די נאטור פין מענטשן איז אז מ'אנערקענט נישט אין קיין גוטס ביז ס'וועט נעדר, וויבאלד ווען א גוטע זאך איז נאך דא, איז עס פשוט געשמאק און באקוועם און מ'איז צוגעוואוינט, דעריבער פילט מען עס נישט אזוי.

4) צפעציפיש אין דעם פאל (און אמאל ביי אנדערע), איז דער נפטר זצ"ל דירעקט געווען א באהאלטענער מענטש און ער האט שווער געארבעט זיך נישט ארויסצוגעבן פאר קיינעם סתם אזוי, דעריבער האט מען בחייו זייער שווער געקענט צוזאמשטעלן א געהעריגע בילד אויף זיין גרויסקייט, און אפי' ווען יא, איז געווען זייער שווער עס צו איינקעשן טאקע דערפאר וואס ער איז געווען אזוי ווייט פין אונזערע פשוט'ע השגות און דערום עס נישט אראפגעברענגט צו אונזער לעוועל, וכידוע ליודעים.


מיר וויסן די אלע סיבות.

די אינטערסאנקייט איז נאר:
אז פון די נערישע פראסטע סעלעבערטיס וואס ברענגען גארנישט פארן סוסייעטי נאר פיסטקייט! איז דא שיינע אנגעפילטע אשכולת, און אלעס אן א שום טענדעדעסי פאר געראטשקעס! ווען די געראטשעקעס מאכער זענען פונקט אזוי בנמצא דארט צו מאכן זייערע שטיקעס...

נאר ווען עס קומט צו אן ערליכער איד (לאו דוקא ביי דעם פאל דא) דאן איז פארבאטן. איז אויב איז לעבעדיג נישט דער פראבלעם. דאן וואס זאל דער ערליכער איד זיין א יוצא מן הכלל?

פארוואס זאל איינער וואס זיכט א אידישע צורה נישט האבן דעם זכיה צו וויסן דעם אדערס און גיין נהנה זיין מאורו. - פארוואס נאר פון דעם כמו סעלעבערטי(?) מיט די גרויסע דיקע דזעלי פיאות זאל עס זיין ערלויבט?

איז דען נישטא גענוג נארמאלע פארשטענדליכע מענטשען אויף דעם אייוועלט פארום וואס זאלן צוגעבן זייער אינפארמאציע און מהנה זיין להדורש ובמקש, נו אז מאכט זיך אמאל א בונטעיאק נעמט מען קעיר מעמעקט א נערישע תגובה, פונקט ווי מ'נעמט קעיר ביי די אנדערע פעלער אשכולות.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:23 pm

שוין עד כאן!

נחזור לענין של הרב מקאשוי זצ"ל - נאר געווען אן אויסשמוס אזוי אז סיז שוין אריינגעקומען.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:42 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (60.99 KiB) געזעהן 1112 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:29 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
Capture.JPG

באיזהו גליון מובא ומי הוא הש״ב?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:34 pm

נועם שיח מאב"ד סאנטוב לעיקוואד
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:38 pm

חמרא טבא האט געשריבן:נועם שיח מאב"ד סאנטוב לעיקוואד

ומי הוא הסאנטבער, שמו?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:50 pm

ר' שלמה זלמן פרידמאן
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

חשבון הנפש

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 3:51 pm

יעדע נאכט ווען יעדער איז שוין געשלאפן פלעגט די רבי ארויסנעמען פון א פארשפארטע לעדעל אזא חשבון הנפש באקסעלע [וואס מ'האלט אים דעם רעסעפי בוקס/עליות געלט חשבונות] וואס האט אנטהאלטן אין זיך א דיקע בינטל קארטלעך, ווי ער פלעגט דורכגיין קארטל ביי קארטל און זיך אנצייכענען אזעלכע אינטרעסאנטע סימנים, וואס האט געדארפט צו אנדייטן ווי ער האט האלט מיט די ספעציפישע מידה, קיינער האט כמעט נישט געוויסט בכלל פון דעם, און כ"ש וואס דארט שטייט.

יעצט לאחר פטירתו איז נתגלה געווארן א דיקע קונ' הנהגת טובות, וואס ער האט געשריבן נאך אלס גאר אינגע אינגערמאן, ווי ער גייט דארט דורך צענדליגע הונדערטער מידות און קבלות טובות סעיפים אויף סעיפים, צוטיילט אויף כמה סארט אופנים, ווי מחשבה, דיבור, מעשה וכדו' און אונטער יעדע זאך שטייט צענדליגע פרטים וואס ליגן אונטער דעם, איז מען יעצט געוואר געווארן אז די קארטלעך וואס ער פלעגט מישן ביינאכט, האט יעדע קארטל געהאט אויף זיך 1 מידה און ער פלעגט זיך פארהערן יעדע נאכט ווי אזוי ער האט מקיים געווען דעם סעיף.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:26 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:יעדע נאכט ווען יעדער איז שוין געשלאפן פלעגט די רבי ארויסנעמען פון א פארשפארטע לעדעל אזא חשבון הנפש באקסעלע [וואס מ'האלט אים דעם רעסעפי בוקס/עליות געלט חשבונות] וואס האט אנטהאלטן אין זיך א דיקע בינטל קארטלעך, ווי ער פלעגט דורכגיין קארטל ביי קארטל און זיך אנצייכענען אזעלכע אינטרעסאנטע סימנים, וואס האט געדארפט צו אנדייטן ווי ער האט האלט מיט די ספעציפישע מידה, קיינער האט כמעט נישט געוויסט בכלל פון דעם, און כ"ש וואס דארט שטייט.

יעצט לאחר פטירתו איז נתגלה געווארן א דיקע קונ' הנהגת טובות, וואס ער האט געשריבן נאך אלס גאר אינגע אינגערמאן, ווי ער גייט דארט דורך צענדליגע הונדערטער מידות און קבלות טובות סעיפים אויף סעיפים, צוטיילט אויף כמה סארט אופנים, ווי מחשבה, דיבור, מעשה וכדו' און אונטער יעדע זאך שטייט צענדליגע פרטים וואס ליגן אונטער דעם, איז מען יעצט געוואר געווארן אז די קארטלעך וואס ער פלעגט מישן ביינאכט, האט יעדע קארטל געהאט אויף זיך 1 מידה און ער פלעגט זיך פארהערן יעדע נאכט ווי אזוי ער האט מקיים געווען דעם סעיף.

מורא'דיג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:28 pm

נורא נוראות, פלאי פלאים!

ווענד זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 2:04 pm

תגובהדורך ווענד זיך » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 2:00 pm

אני השפל, האבעך געשריבן דעם ספר זיינער אויף חינוך, איבער געשריבן פון די טעיפס,עפ"י בקשת נכדיו ותלמידיו
האמת אגיד, כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כ'בין נבהל ונשתומם געווארן פון זיין גרויס חכמה און פקחות, על אף וואס אסאך מאל ער איז גאר עקסטרעם
מען האט עס געוואלט באארבייטן און ארויס געבן זיינע שיעורים אויף חינוך, בצורת ספר באופן מסודר, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען מען זאל משנה זיין דעם אופן ווי אזוי ער האט עס געזאגט, און ער אליינס איז איבער געגאנגען און איבער געקוקט וואס כ'האב געמאכט, אבער מען האט זיין מיינונג נישט געקענט טוישן, ער האט אזוי געוואלט און אזוי האט עס געמוזט זיין, ביז בעוה"ר ער איז נישט געזונט געווארן און שוין נישט געווען אין די כוחות ממשיך צו זיין, האט זיך עס אפגעשטעלט ביי דעם
זיינע חינוך שיעורים זענען גאר גאר רייך און באלערנד, מיט א געוואלדיגע הבנה בנפש הילד, וקשר המחנך להילדים
אולי יעצט לאחר פטירתו, וועלן זיינע תלמידים, אייניקלעך, ממשיך זיין דערינען

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:12 pm

ווענד זיך האט געשריבן:אני השפל, האבעך געשריבן דעם ספר זיינער אויף חינוך, איבער געשריבן פון די טעיפס,עפ"י בקשת נכדיו ותלמידיו
האמת אגיד, כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך, אבער כ'בין נבהל ונשתומם געווארן פון זיין גרויס חכמה און פקחות, על אף וואס אסאך מאל ער איז גאר עקסטרעם
מען האט עס געוואלט באארבייטן און ארויס געבן זיינע שיעורים אויף חינוך, בצורת ספר באופן מסודר, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען מען זאל משנה זיין דעם אופן ווי אזוי ער האט עס געזאגט, און ער אליינס איז איבער געגאנגען און איבער געקוקט וואס כ'האב געמאכט, אבער מען האט זיין מיינונג נישט געקענט טוישן, ער האט אזוי געוואלט און אזוי האט עס געמוזט זיין, ביז בעוה"ר ער איז נישט געזונט געווארן און שוין נישט געווען אין די כוחות ממשיך צו זיין, האט זיך עס אפגעשטעלט ביי דעם
זיינע חינוך שיעורים זענען גאר גאר רייך און באלערנד, מיט א געוואלדיגע הבנה בנפש הילד, וקשר המחנך להילדים
אולי יעצט לאחר פטירתו, וועלן זיינע תלמידים, אייניקלעך, ממשיך זיין דערינען

אזוי? נו אפשר פארציילסטו אביסל מער בפרטיות וואס דו געדענקסט, וועלכע הוראות ער האט געגעבן וכדו'
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:14 pm

ע''פ בקשת כמה אידן צו מאכן pdf פון אלע ענינים וואס איך האב צאמגעברענגט, איך האלט אינמיטן ארבעטן דערויף, אי''ה נעקסטע וואך האף איך עס ארויפצושטעלן, כ'האף ביז דעמאלטס וועל איך האבן אנגעזאמלט נאך סחורה אי''ה
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תפיסת מחשבה

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:19 pm

ס'געווען א בחור א קאשויער חסיד וואס פלעגט זיך דרייען ביים רבי'ן אין ביהמ''ד, און ס'פלעגט אסאך מאל אויסקומען צו אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן שבת נאכן דאווענען, איין וואך האט דעי בחור געטראכט אז היות ער מוטשעט זיך אביסל מיטן זיך קאנצטעטרירן ביים שיעור, וועט ער עס אויפברענגן פארן רבי'ן און בעהטן אן עצה, נאך שחרית יענעם שבת האט ער זיכער געמאכט אהיימצובאגלייטן און נאך פאר ער האט געהאט א געלגענהייט פארצולייגן זיינע שאלות, ווענד זיך די רבי צו איהם, יענקל וויאזוי גייט עס אין ישיבה? ביסט צופרידן? דו קענסט מיטהאלטן די שיעורים?

בשעת מעשה האט ער נישט געכאפט וואס דא איז געווען און נאטירלעך האט ער זיך געפרייעט צו אויסשמועסן די זאך, שפעטער האט ער געכאפט, איין מינוט וואסע דא געווען ער פרעגט מיר קיינמאל אזעלכע שאלות?!
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

רוח הקודש

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:30 pm

די רבי אין די יארן וואס ער שוין נאר געקענט שרייבן, האט ער אמאל געשריבן א בריוו פאר א געוויסע איש ציבורי, ווי ער באגיסט איהם מיט ברכות לרוב און טללי חיזוק אין זיין עבודת הקודש,

- דעי איד האט אין יענע תקופה געהאלטן אין זייער א שווערע מצב, די FBI האט געהאט איבערגעפאלן זיינע אפיסעס און אוועקגענומען זיינע קאמפיוטער'ס, און ס'האט געהערשט א שרעקליכע פחד אין די לופט וואס דא גייט זיך אויסקאכן, אבער למעשה האט ער נישט געוואלט אינוואלוון דעם רבי'ן אין די שווערע מצב נאר בכלליות גענומען ברכות,

למעשה יעצט ווען די רבי האט געשריבן דעם בריוו האט ער צווישן אנדערע אריינגעווארפן א פלאות'דיגע שורה וואס האט געוויזן ווי זיינע אויגן זעהן סאך טיפער ווי מ'מיינט, ער האט געשריבן בתוך דבריו: 'ער זאל נישט שפירן ביי זיך אז ער איז שולדיג' אלעס וועט גיין לטובה, און נאך ברכות און חיזוק, אבער די שורה האט אנדערש נישט געמאכט קיין סענס, נאר אז די רבי האט מרגיש געווען את כל אשר נעשה.
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

א זיסע טייטש

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:34 pm

די רבי האט אמאל געטיישט אויף 'אם אין אני לי מי לי'
אם אין 'אני' לי; טאמער די אני איז נישטא, דאן קען מען זאגן 'מי לי' כלשון 'מי לשם אלי'
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:36 pm

בנוגע וואס איך האב אויבן געשריבן וועגן די פסוק מזמור לדוד ה' מי יגור באהליך, ווי ער פלעגט זיך אפשטעלן און זיך מתבונן זיין אויף יעדע שטיקל עקסטער זיך צו פארהערן ווי ער האלט דערמיט, פלעגט אויך זיין די זעלבע ביי אלו דברים שאדם אוכל... כיבוד אב ואם וכו'...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

2 מאל ד' חלקי שו''ע אין 5 מינוט

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:40 pm

די רבי פלעגט פארלערנען יעדן שבת אינדערפרי נאכן דאווענען הלכות בקיצור, אמאל פון שו''ע הרב אמאל משנה ברורה וכדו', געוואנדן אין וועלכע חלקים פון די שו''ע, האט א איידעם פארציילט אז משך די יארן האט ער מיטגעהאלטן ווי מ'איז דורכגעגאנגן אין דעם קורצן פינעף מינוטיגע שיעור 2 מאל גאנץ ד' חלקי שו''ע בקיצור.
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 3:46 pm

ווען די רבי פלעגט פירן דיני תורות (שפעטער האט ער זיך ארויסגעלאזט דערפון) פלעגט ער זיך פירן ווי די אלטע מנהג צו גיין מיט א טלית בשעת דין תורה, כדי נישט צו זעהן די מענטשן און נישט האבן קיין נגיעה צן איין זייט מער ווי פאר די צווייטע.

בכלל האט ער איינגעפירט אז בשעת איין מענטש רעדט טאר קיינער נישט אריינהאקן, כדי יעדער זאל קענען פילן רואיג ארויסצוברענגן זיין צד בשלימות, און נישט אז ס'זאל קומען א טוען א גבר אלים און נישט לאזן אויסרעדן...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

חכם עדיף מנביא

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:14 pm

א איד האט מאל געהאט א געוויסע מכשל, האט ער געקאלט זיין מורה הוראה פרעגן וואס ער דארף צו טוען, די דיין האט אוועקגעמאכט די גאנצע זאך אז ס'גארנישט און ער גיין ווייטער ממשיך זיין לעבן מיט א רואיגקייט, דער אינגערמאן איז געווען א שטיקל פרומער, און זיי הארץ איז נישט זאט געווארן מיט דעם תירוץ, האט ער געקאלט דעם רבי'ן זצ''ל, (טראכטנדיג אז די רבי אידאך א פרומער וועט ער אוואדאי איהם געבן עפעס שטארקע תיקון) ער קאלט אן און לייגט פאר זיין שאלה, (די רבי האט נישט געהאט קיין אהנונג ניטאמאל ווער די שואל איז) תיכף ומיד האקט איהם די רבי איבער, 'האסט שוין געפרעגט דיין מורה הוראה?! טוה וויאזוי ער האט דיר געהייסן!'
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:18 pm

פאר א צווייטע איד וואס האט אריינגערופן מיט א געוויסע קנאי'שע שאלה, האט די רבי איהם געזאגט, 'דו זיי נישט קיין קנאי'.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:23 pm

א אינגערמאן וואס איז געווען נאנט מיטן רבי'ן האט איהם אמאל געפרעגט צו ער זאל פארן אויף אומאן ראש השנה, פרעגט איהם די רבי צוריק, 'דו ווילסט פארן ווייל יעדער פארט?' ענטפערט די אינגערמאן 'ניין, נאר איך לערן ר' נחמן'ס ספרים און איך האב חיזוק פון זיינע ווערטער וויל איך הערן וואס די רבי האלט וועגן דעם', זאגט איהם די רבי 'אויב אזוי פארוואס פרעגסטו מיר בכלל, טאמער ביסטו א ברסלבר דאן האסטו בכלל נישט קיין שאלה?!, טענה'ט די איד צוריק, 'איך בין נישט קיין ברסלבר ממש סא וואלט איך געוואלט הערן דעם רבי'ןס מיינונג איבער דעם, האט די רבי איהם געזאגט צום סוף, 'איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם'.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:30 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:א אינגערמאן וואס איז געווען נאנט מיטן רבי'ן האט איהם אמאל געפרעגט צו ער זאל פארן אויף אומאן ראש השנה, פרעגט איהם די רבי צוריק, 'דו ווילסט פארן ווייל יעדער פארט?' ענטפערט די אינגערמאן 'ניין, נאר איך לערן ר' נחמן'ס ספרים און איך האב חיזוק פון זיינע ווערטער וויל איך הערן וואס די רבי האלט וועגן דעם', זאגט איהם די רבי 'אויב אזוי פארוואס פרעגסטו מיר בכלל, טאמער ביסטו א ברסלבר דאן האסטו בכלל נישט קיין שאלה?!.


ישר כח חושב אויף אלעם וואס די שרייבסט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:54 pm

יישר כח חושב.

צו דערמאנען נאר וואס כ'האב געהערט פונעם רבי'ן זצ"ל עטליכע מאל ביי די דרשות, און ס'איז מיר אריין אין די ביינער 'א מלמד, ער קומט אין חדר און איז אנגעצויגן ווייל ער האט געהאט א שווערן טאג, אדער א טאטע איז אנגעצויגן אינדערהיים, און א אינגל פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין, און ער געט אים א פראסק ווייל ער איז אנגעצויגן... ער האט נישט מקיים געווען חובת חינוך, ער איז פשוט א רוצח'
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 23, 2018 1:55 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א אינגערמאן וואס איז געווען נאנט מיטן רבי'ן האט איהם אמאל געפרעגט צו ער זאל פארן אויף אומאן ראש השנה, פרעגט איהם די רבי צוריק, 'דו ווילסט פארן ווייל יעדער פארט?' ענטפערט די אינגערמאן 'ניין, נאר איך לערן ר' נחמן'ס ספרים און איך האב חיזוק פון זיינע ווערטער וויל איך הערן וואס די רבי האלט וועגן דעם', זאגט איהם די רבי 'אויב אזוי פארוואס פרעגסטו מיר בכלל, טאמער ביסטו א ברסלבר דאן האסטו בכלל נישט קיין שאלה?!.


ישר כח חושב אויף אלעם וואס די שרייבסט.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 4 געסט