רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תגובהדורך רבניש » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:01 pm

כ״ק האדמו״ר הגאון הצדיק חסידא ופרישא כש״ת
רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל
מקאשוי


רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געברוין ביום כ״ו תשרי שנת תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצ׳ מרת חנה מלכה ע״ה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.

ווען דער קריג האט אויסגעבראכן אין סלאוואקיי אונגארן, איז ער געווען א קינד פון בערך זעקס יאר אלט, זיין טאטע ה״ברכת שמים״ מקאשוי האט אים מסדר געווען אויפן באקאנטן קאסטנער באן צוזאמען מיט אחיו יבלח״ט הרב שאול שלום שליט״א, (ווי געברענגט באריכות בהקדמה לטל השמים) אזוי איז ער בדרך נס אלס א קינד איבערגעלעבט דעם קריג.

שפעטער איז ער נתקרב געווארן צו האדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל. ווי ער האט זיך באזעצט בימים ההם אין שיכון סקווירא.

א שטיק צייט האט ער געפירט די ישיבה פון אביו הגדול זצ״ל, אלס מנהל הישיבה.

דאס לעבן פון רא״ח מקאשוי זצ״ל איז געווען איין קייט פון עקשנות און נישט נאכלאזיקייט לתורה ולמסורה, זייענדיג א גאר שטארקע פרינציפישע מהות, איבערהויפט ווען עס איז געקומען צו אידישקייט אדער צו מסורה האט ער געקעמפט מיט א שטארקע ווידערשטאנד קעגן די גאס (כלשונו) אלעס איז געגאנגען אן א שום פשרות.

דרכו בקודש והנהגותיו איז געווען מיט געוואלדיגע תעניתם און סיגופים, ער׳ט האט ממאס געווען מותרות און תאוות, ער האט פארלאנגט דעם דרך פון זיינע תלמידים זיי זאלן זיך פירן מיט די זעלבע שווערע עבודה.

גאר בארימט איז געווען זיינע מוסר שיעורים וואס איז געווען זייער טיפזיניג און באלערענד ווי ער האט עס אראפגעגעבן מיט א שטארקן הגיון. מיט א סארט פילזאפישן מהלך המחשבה, ביי די שמוסן האט ער פיל מדגיש געווען איבער דעם חובת האדם בעולמו, און שטענדיג ברייט ארום גערעד און מסביר געווען פאר שומעי לקחו זיינע מהלכים און שיטות אין דת ויהדות בטוב טעם.

נאך בחיי אביו האט ער געפירט זיין ביהמ״ד ״בית שמואל״ אין די שטאט מאנסי.

נאך די פטירה פון זיין גרויסן טאטען הגה״ק בעל ״ברכות שמים״ - אדר תשס״ה איז ער נתעטר געווארן בכתר האדמורת, ווי ער האט ווייטער געפירט זיין קהילה בעיר מאנסי יצ״ו - און צומאל בעיירה קרית קאשוי.

הרה״צ רא״ח מקאשוי זצ״ל, האט זיך לאנג געפלאגט מיט מחלות קשות און שווערע מיטמאכענישן אויף די לונגען וואס האט זיך נאך ענטוויקלט דעמעלס זייענדיג אויף דעם באן וואס איז געפארן קיין בערגן בעלזן לאגער. און א טייל דערפון איז געקומען צוליב חולשת גופו וואס איז אפגעשוואכט געוארן אין א פריצייטיגע עלטער צוליב זיין עקשנות׳דיגע הנהגות מיט סיגופים און תעניתים אלע זיינע יארן, וואס ער האט אויף זיך גענומען כדי נישט נהנה צו זיין פון עוה״ז, און איז געווען אריינגעטון כל כולו אין עבדות ה׳.

נפטר בליל שבת קודש פ׳ ויגש - ז׳ טבת תשע״ט
ויובא למנוחת באוהל הק׳ עם אביו זצ״ל, בקרית קאשוי בעדפארד היללס נוי יארק.

בנו:
הרב יעקב יוסף נ״י

חתניו:
הרה״ג רבי משה אבראהאם שליט״א - האדמו״ר מבארדיטשוב.
הרה״ג רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט״א - ראש ישיבה בית הלל.
צוגעלייגטע
4ECA459D-85D7-455D-A2D8-0DBD9D1C239B.jpeg
4ECA459D-85D7-455D-A2D8-0DBD9D1C239B.jpeg (334.93 KiB) געזעהן 3160 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:09 pm

חתניו לייג צו:

ר' יעקב בנימין פירטה שליט''א
ר' גדלי' כ''ץ שליט''א
ר' וואלף וואלנער שליט''א
ר' נתן בנימין קרויס שליט''א
זלמן לייב ראזענבערג שליט''א מנכ''ל ת''ת ליזענסק מאנסי
ר' משולם בעק שליט''א
ר' אפרים ברוך דאסקאל שליט''א
לעצט פאראכטן דורך חושב מחשבות... אום מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:10 pm

ר' נתן בנימין קרויס שליט"א
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 9:15 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:ר' נתן בנימין קרויס שליט"א

פאראכטן
שכח
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אור
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » זונטאג דעצמבער 16, 2018 12:00 am

ער איז געווען אויפן באן כ"א כסליו מיט מרן מסאטמעאר זי"ע דאכט זיך מיר, ביים גיין קיין שווייץ

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 16, 2018 12:49 am

הרה״צ רא״ח לינקס - מיט אביו הגה״ק זצ״ל
צוגעלייגטע
D32CF808-BA78-423D-9EBA-3AC648CADBF8.jpeg
D32CF808-BA78-423D-9EBA-3AC648CADBF8.jpeg (161.4 KiB) געזעהן 2723 מאל

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:35 am

מיט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א - פארגאנגענעם שלש עשרה מדות אין וויליאמסבורג
צוגעלייגטע
Kasho  Visit 5.jpg
Kasho Visit 5.jpg (145.38 KiB) געזעהן 2633 מאל
Kasho Visit 2.jpg
Kasho Visit 2.jpg (136.14 KiB) געזעהן 2633 מאל
Kasho Visit 3.jpg
Kasho Visit 3.jpg (128.95 KiB) געזעהן 2633 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:45 am

רבניש האט געשריבן:הרה״צ רא״ח לינקס - מיט אביו הגה״ק זצ״ל

ווער זענען די אנדערע?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:48 pm

אוי האט הג"ר אהרן קרויז מספיד געווען- מוראדיג

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:54 pm

זיינע שיעורים זענען געווען געוואלדיג, טיפזיניג און באלערענד, א ווארט וואס ליגט מיר יעצט אויפן קאפ, ווען ער האט גערעדט א שיעור איבער אומזיסטע זארג און דאגות:
די וועלט זאגט:

וואס איך טראכט אויף מיין פריינט,
זאל קומען אויף מיין פיינט.

יהא זכרו ברוך!
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:11 pm

הצדיק אבד ואין איש.
א ווייטאג כלל ישראל בכלל און תושבי מאנסי בפרט, האבן פארלוירן נאך א צדיק, וואס איז געווען פון די פארצייטישע אידן און צדיקים, לא החזיק טיבותא לנפשי' בכלל, און דאס גרעסטע ווייטאג, אז ס'נישט דא ווער ס'זאל באגרייפן וואס מיר האבן פארלוירן, און ער איז פון די צדיקים וואס קוקט נישט אויס אז מ'קען ריפלעיסן, א סארט מענטש, וואס פון זיך האט ער געמונט עד דיכדוכא של נפש, סיגופים וכו', אבער פאר יענעם, האט ער זיך געזארגט ער זאל האבן אלעס וואס ער דארף, ס'זאל נישט פעלן קיין שום דבר.


ועוד ועוד יש לדבר ממעלת הנפטר הדגול, אבער ווער בין איך צו שרייבן אויף אים.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:14 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:חתניו לייג צו:

ר' יעקב בנימין פירטה שליט''א
ר' גדלי' כ''ץ שליט''א
ר' וואלף וואלנער שליט''א
ר' נתן בנימין קרויס שליט''א
זלמן לייב ראזענבערג שליט''א מנכ''ל ת''ת ליזענסק מאנסי
ר' משולם בעק שליט''א
ר' אפרים ברוך דאסקאל שליט''א

ר' יעקב משה לעבאוויטש - ר"י בית הילל מאנסי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:19 pm

אור האט געשריבן:ער איז געווען אויפן באן כ"א כסליו מיט מרן מסאטמעאר זי"ע דאכט זיך מיר, ביים גיין קיין שווייץ


הגה"צ אב"ד תולדות רפאל א ברידער האט נעכטן ביי זיין הספד ארויס געברענגט אז אויפן טרען איז געווען די רבי זצ"ל וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט נאכן קריג און זיין ברידער ר' אליעזר חיים וואס האט אכט געגעבן אויף אלע פרצות פינעם דור אז די אישקייט זאל ווייטער בלייבן
דאכציך נאך געזאגט פון איינעם דענק נישט פון וועם
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:59 pm

כדי צי כאפן א בליק אינעם ספר וואס די רבי זצ"ל האט ארויס געגעבן נאך אלס אינגערמאן בשנת תש"ל וואס די גדולי עולם מדור העבר האבן זיך אויסגעדרוקט און זייער הסכמות
א שטייגער זיין גרויסער טאטע דער עמוד האמת הגה"ק מקאשוי זצ"ל ווי ער שרייבט אויף זייין זוהן ויעף אלי אחד מן השרפים הרה"ג ר' משה שטערן אב"ד דעברעצין הן בא לפני רב גדול בתורה מאוד, למדן מופלג ועצום לפי ההבנה הישנה, דחיל חטאין, ברוחו פי שנים תורה ויראת שמים , בוחן ובודק בגנזי מעשה דור הצעיר בהבנה יתירה,
http://www.hebrewbooks.org/42097
צוגעלייגטע
2.JPG
2.JPG (25.76 KiB) געזעהן 1995 מאל
1.JPG
1.JPG (26.97 KiB) געזעהן 1995 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

חנוכה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 8:49 pm

תגובהדורך חנוכה » זונטאג דעצמבער 16, 2018 3:11 pm

ווי קען מען הערן די הספידים

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 3:31 pm

רבניש האט געשריבן:כ״ק האדמו״ר הגאון הצדיק חסידא ופרישא כש״ת
רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל
מקאשוי


רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געברוין ביום כ״ו תשרי שנת תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצ׳ מרת חנה מלכה ע״ה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.

ווען דער קריג האט אויסגעבראכן אין סלאוואקיי אונגארן, איז ער געווען א קינד פון בערך זעקס יאר אלט, זיין טאטע ה״ברכת שמים״ מקאשוי האט אים מסדר געווען אויפן באקאנטן קאסטנער באן צוזאמען מיט אחיו יבלח״ט הרב שאול שלום שליט״א, (ווי געברענגט באריכות בהקדמה לטל השמים) אזוי איז ער בדרך נס אלס א קינד איבערגעלעבט דעם קריג.


הקדמות ספר טל השמים
http://hebrewbooks.org/41481
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג דעצמבער 16, 2018 3:38 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:כדי צי כאפן א בליק אינעם ספר וואס די רבי זצ"ל האט ארויס געגעבן נאך אלס אינגערמאן בשנת תש"ל וואס די גדולי עולם מדור העבר האבן זיך אויסגעדרוקט און זייער הסכמות
א שטייגער זיין גרויסער טאטע דער עמוד האמת הגה"ק מקאשוי זצ"ל ווי ער שרייבט אויף זייין זוהן ויעף אלי אחד מן השרפים הרה"ג ר' משה שטערן אב"ד דעברעצין הן בא לפני רב גדול בתורה מאוד, למדן מופלג ועצום לפי ההבנה הישנה, דחיל חטאין, ברוחו פי שנים תורה ויראת שמים , בוחן ובודק בגנזי מעשה דור הצעיר בהבנה יתירה,
http://www.hebrewbooks.org/42097

ארויסגעקומען תש"ל איך האב עס איצט געלייענט עס זעט אויס ווי עס וואלט ארויסגעקומען נעכטן.
איך האב נישט געוואוסט אז תש"ל איז שוין אויך געווען אזוי שלעכט!!
40 יאר שפעטער און מיר זענען נאך יידן און נאך אויף די זעלבע מדרגה מער ווייניגער, זעממיר דאך נישט אזוי געפערליך.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 3:53 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:כדי צי כאפן א בליק אינעם ספר וואס די רבי זצ"ל האט ארויס געגעבן נאך אלס אינגערמאן בשנת תש"ל וואס די גדולי עולם מדור העבר האבן זיך אויסגעדרוקט און זייער הסכמות
א שטייגער זיין גרויסער טאטע דער עמוד האמת הגה"ק מקאשוי זצ"ל ווי ער שרייבט אויף זייין זוהן ויעף אלי אחד מן השרפים הרה"ג ר' משה שטערן אב"ד דעברעצין הן בא לפני רב גדול בתורה מאוד, למדן מופלג ועצום לפי ההבנה הישנה, דחיל חטאין, ברוחו פי שנים תורה ויראת שמים , בוחן ובודק בגנזי מעשה דור הצעיר בהבנה יתירה,
http://www.hebrewbooks.org/42097

ארויסגעקומען תש"ל איך האב עס איצט געלייענט עס זעט אויס ווי עס וואלט ארויסגעקומען נעכטן.
איך האב נישט געוואוסט אז תש"ל איז שוין אויך געווען אזוי שלעכט!!
40 יאר שפעטער און מיר זענען נאך יידן און נאך אויף די זעלבע מדרגה מער ווייניגער, זעממיר דאך נישט אזוי געפערליך.

נישט נאר דאס, נאר אונז זעמיר סאך בעסער פון זיי

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 3:59 pm

הגה"צ ר' שמחה ישראל אב"ד תולדות רפאל האט נעכטן ביי זיין הספד ארויס געברענגט די מסירות נפש פון זיין גרויסן ברידער אויף טעכנעלאגיע אז און די לעצטע תקיפה נאכן סטראק ווען די רבי האט מער נישט געקענט רעדן און שרייבן און עס איז נישט געווען קיין שום וועג ער זאל זיך קענען ארויס געבן האט ער במסירות נפש אפגעזאגט צו ניצן אזא מאשין וואס מען קען קאמיונעקירן מיט די אויגן און דערצייט וואס זיין מוח האט אלעס מיטגעהאלטן וואס טיט זיך מיט אים אין ארום אים

הרה"ח ר' וואלף וואלנער א איידעם האט נעכטן ביי זיין הספד ארויס געברענגט אז זיין גרויסער שווער האט אים אמאל געזאגט אז ווען די רבנים וואלטן געוויסט וואס ער ווייסט וואס עס קימט אלעס פאר און עניני הטעכלעלאגיע וואלטן זיי אים בעסער פארשטאנען און מער מיטגעארבעט מיט אים

עס דענק זיך טאקע ביים היסטארישען כינוס כלל ישראל פינעם גאנצן היימישן אמעריקאנער אידענטום איז אים געגנגען בנפשו אז ווי מער קהילות זאלן זיך משתוף זיין מען זאל קענען אויפטיהן ווי מער
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:58 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/42097[/]
.


די מליצות זיינע צווישן די שורות זענען צוקער זיס. זיינע דרשות איז אויך אזוי געווען. דער רב זצ"ל האט געהאט א גוטן סענס אוו הומער און פלעגט סארקאסטיש אראפלייגן די מצב הדור מיט אלע פרצות אויף א כמעט הומאריסטישן אופן. פלעגט זיין זייער אינטערסאנט צו מיטהאלטן די שבת הגדול דרשות דער עולם האט נישט אויפגעהערט צו שמייכלען.

צדיקים
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:34 pm

נישט צו גלייבן דער צדיק איז שוין נישטא

דארף מען ארויס געבן אלע שבת הגדול און שבת שובה דרשות

סיי ס'איז נוגע פארן דור, און סיי ס'איז זיער אינהאלטסרייך, און אינטרעסאנט

די נקודה
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:07 pm

ער איז באמת געווען א היסטארישער מענטש. ער איז געווען היבש קאנטראווערשאל, דער דורכשניטליכער מענטש האט נישט געקענט מיטהאלטן, ער איז געווען זייער טיף אבער מיט א טעם, גענוצט דעם התגבר כארי פאר אידישקייט, געווען אויסטערליש עקשנות׳דיג פאר זיינע זאכן, ער האט געזעהן די וועלט פון גאנץ א אנדערע פראספעקטיוו און געהאט פארשידענע שטארק פראקטישע סעלושענס וואס וואלט געמאכט דאס יהדות בעסער, אבער דער דור איז געווען צו שוואך מיטצוגיין, די בית חינוך הישן האט ער אנגעהאלטן מיט אלע זיינע כוחות, וואס אסאך סקולס האבן ארויסגענומען ערליכע נקודות כאטש נישט נאכקאפירט צוליב דאס אוינדערמאנטע. פאר ישיבה בחורים האט ער געהאט א הארץ ווי פוטער, געווען גרייט פאר יעדן בחור ארויסצוהעלפן. אסאך אסאך איז דא צו שרייבן פון זיין היסטאריע. וחבל על דאבדין.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:11 pm

רבניש האט געשריבן:רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געברוין ביום כ״ו תשרי שנת תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצ׳ מרת חנה מלכה ע״ה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 18#p814218

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:19 pm

ס'דא צאמגענומען א דיקע ספר אויף חינוך פונעם רבי'ן זצ''ל, ס'דערווייל נאכנישט ארויסגעקומען
האפענטליך וועט מען עס יעצט שוין דרוקן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:30 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'דא צאמגענומען א דיקע ספר אויף חינוך פונעם רבי'ן זצ''ל, ס'דערווייל נאכנישט ארויסגעקומען
האפענטליך וועט מען עס יעצט שוין דרוקן


וואס ער האט אליין געשריבן אדער איז עס ארויס גענימען פון זיינע חינך שיעורם?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט