רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משה יצחק ב"ר נפתלי אלימלך געווירצמאן (הנקרא רבי איציקל) מפשעווארסק. - תשל"ז.
הרה"ק
ר' משה יצחק געווירצמאן זצ”ל באקאנט אלס ר' איציקל פון פשעווארסק, פלעגט דערציילען אז נאך זיין חתונה האט ער געליטן שטארק פון איינזאמקייט, נישט האבענדיג מיט וועמען צו פארברענגן האט ער דאן זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר זיין רבי הרה"ק מציעשנוב זצ”ל, האט ער אים געענטפערט "נעם דיר אביי ורבא פאר א חבר". "און שבת"?. האט ער ווייטער געפרעגט, "דאן זאלסטו נעמען א נועם אלימלך און א קדושת לוי". האט דער ציעשנוב'ער רב געענפערט...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס דערציילט א משמש בקודש ביים גרויסן צדיק הרה"ק רבי איציקל מפלשעווארסק זצ"ל, איינער וועלכער האט באדינט דעם צדיק לעת זקנתו מיט אן אויסטערלישע געטשריישאפט, אוועקגעבענדיג זיינע טעג און נעכט פאר אים מיט א מסירות נפש אויף אזוי ווייט, אז דער צדיק האט געשפלירט אז ער מוז אים ארויסווייזן א דאנקבארקייט, האט ער אים געפרעגט, זאג מיר וואס דו דארפסט? האט אים דער הויז בחור געזאגט, אז ער וויל שפלירן א טעם אין ש"ק אזוי ווי דער רבי שפלירט! האט דער רבי אנגעקוקט דעם משב"ק מיט אזא שארפן בליק, אז ער האט שוין חרטה געהאט אויף די פראגע.
דערנאך האט ער אויסגעפירט, "כדי זוכה צו זיין צו שפלירן א טעם אין ש"ק, דארף מען קודם ארבעטן אויף טהרת המחשבה, זיך רייניגן די מחשבה, ווי עס שטייט, טהורים יירשוה, דאן ויקדשוה, שפירט מען קדושת שבת".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר אוצר ישראל ווערט געברענגט אז הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ”ל האט דערציילט אז דער הייליגער דברי חיים זצ”ל האט אמאל נאכגעזאגט אין נאמען פון זיין רבי'ן דער ראפשיצער רב זצ”ל וואס האט געזאגט אויפן צדיק הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זצ"ל אז ווען ער וואלט געווען אין די צייטן פון די תנאים וואלט ער געווען א תנא, אין די צייטן פון די אמוראים אן אמורא, און ווען ער וואלט געווען אין די צייטן פון די אבות הקדושים וואלט מען געזאגט אלוקי אלימלך...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' איציקל פון פשעווארסק זצ"ל, פלעגט דערציילען וואס ער האט געהערט פון זיין פעטער דער שינאווער רב זצ"ל אז דאס וואס דער תרגום זאגט אויף כי בן זקונים לו ארי בר חכים היא, גייט ארויף אויף זיין זון הרה"ק מציעשנוב זצ"ל...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' איציקל פון פשעווארסק זצ"ל פלעגט זאגן: דער וואס לערנט דער ספר הקדוש נועם אלימלך אויפן פסוק ואלה שמות [וואס רעדט זיך פון גדלות הצדיקים], דארף צו זיין א גרויסער נאר צו קלערן "אז איך בין עפעס" (בענוותנותו האט ער געמיינט זיך זעלבסט).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ביים ברית פון הרה"ק ר' משה יצחק געווירצמאן זצ"ל באקאנט אלס ר' איציקל פון פשעווארסק, האט דער שינאווער רב זצ"ל א פעטער געהייסען צוגעבן א נאמען משה, אזוי ווי דאס קינד איז געווען אין א סכנה עס איז איז געווען באו מים עד נפש, און מ'האט אים ממש ווי ארויסגעצויגן פון וואסער, דעריבער פאסט זיך די נאמען משה באזירט אויפ'ן פסוק כי מן המים משיתהו...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' משה יצחק געווירצמאן זצ"ל באקאנט אלס ר' איציקל פון פשעווארסק, פלעגט דערציילען אז אין די שווערע יארן ווען מ'האט מיטגעמאכט אין די מלחמה, האט ער זיך איינמאל פארשאפט א לולב אויף סוכות. אזוי ווי ער האט נישט געוואלט אז די רשעים זאלן דאס באמערקן, האט ער דאס ארום געבינדען און ארום געגאנגען דערמיט ווי גלייך דאס וואלט געווען א שטעקן, ווען די רשעים האבן דאס געזען האבן זיי חוזק געמאכט און נאכגעשריגן "דער יודע האט מאזעס שטעקן" (דאס איז דער שטעקן פון משה רבינו), ווי עס זעהט אויס – פלעגט ר' איציקל פארענדיגן – האבן זיי מיט זייער טומאה געפילט אז דאס איז א הייליגע זאך...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר"ר איציק'ל פון פלשעווארסק זצ”ל פלעגט דערציילען, אז ער האט געהערט פון זיין באבע, וועלכע איז געווען אן אייניקעל פון הרה"ק ר"ר אלימלך זצ”ל, אז ר"ר אלימלך האט אמאל צוזאם גענומען אלע זיינע אייניקלעך ארום זיך, (צווישען זיי אויך זיין באבע) און - האלטענדיג א גלאז אין די האנט - האט זיך דער הייליגער צדיק אנגערופען: אט אזוי האט דער אויבערשטער געשפלאלטען דעם ים. דערביי האט דער צדיק ארויף געלייגט זיין האנט איבער'ן גלאז, און דאס וואסער וואס האט זיך געפונען אין גלאז, איז געשפלאלטען געווארען! האלב וואסער איז געגאנגען אויף איין זייט גלאז, און דאס זעלבע מיט די אנדערע העלפט וואסער. (הרה"ק ר' איציקל זצ”ל פלעגט צוגעבן, אז ער געדענקט נישט וואס זיין באבע האט אים געזאגט, ווען דאס האט פלאסירט, "שבת שירה", אדער "שביעי של פלסח".)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמאל האט הרה"ק ר' משה יצחק געווירצמאן ז"ל באקאנט אלס ר' איציקל פון פשעווארסק, געפרעגט הרה"ק מסאטמאר זצ”ל לויט ווי ס'שטייט אין די ספרים אז די סגולה אפצומעקען די עבירות איז א מ'וויינט זיך אויס פאר'ן באשעפער און מ'נעמט די טרערען און מ'לייגט עס אויפ'ן שטערן און ס'מעקט זיך אפ, האט ער געפרעגט צי מען מעג עס טוהן אין שבת? צום ערשט האט ער אים גענטפערט אין די הלכה, דערנאך האט ער געזאגט אז מיר ווייסען אז אלע ל"ט הלכות לערנט מען ארויס פון בית המקדש, אלעס וואס איז געווען א מלאכה אין בית המקדש טאר מען נישט טוהן אין שבת, און די סארט מחיקה איז אין בית המקדש נישט געווען דערפאר איז עס נישט קיין איסור צו טוהן אום שבת.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאל ביי מנחה זאגענדיג קרבנות, האט הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל דערציילט אז ער געדענקט ווען ער איז געווען אלס קינד אין שינאווא האט ער געהערט ווי הרה"ק משינאווע זצ”ל זאגט ביי פטום הקטורת הקשעט מיט א שי"ן שמאלית, דערנאך זאגט ער נאכאמאל הקשסט מיט א שי"ן ימנית
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' משה יצחק געווירצמאן זצ"ל באקאנט אלס ר' איציקל פון פשעווארסק זצ"ל שרייבט אין א בריוו "מ'זאגט אז א ידיד קען מער העלפן ווי א רבי לרפואה וישועה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ק אדמו"ר מפלשעווארסק זצ"ל האט דערציילט, אז אמאל אין א הושענא רבא איז א זיידענער יונגערמאן פון די חכמי בראד געקומען קיין ליזענסק צום הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע. ווען מ'האט געלייענט משנה תורה. ווען מ'האט דערגרייכט דעם פלסוק ליראה את ה' אלוקיך, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום יונגערמאן, זאגענדיג, "דו ווייסט דעם טייטשט פון יראה? יראה מיינט פלחד". דער יונגערמאן איז אוועקגעפאלן פון גרויס פלחד, און געלעגן אזוי א לענגערע צייט. צופרי פאר'ן דאווענען האט זיין זון ר' אלעזר געפרעגט דעם צדיק, "טאטע, וואס וועט זיין מיט דעם בראדער יונגערמאן"? איז דער רבי צוגעגאנגען און איבערגעפירט זיין פאטשיילע און דער יונגערמאן האט זיך אויפגעוועקט. מוצאי שבת ווען ער האט זיך געזעגענט פון צדיק האט ער אים געזאגט, ווען דו גייסט אהיים זאלסטו זיי דערציילן וואס יראה מיינט".

"דער שווער (הרה"ק רבי איציקל מפלשעווארסק זצ"ל) פלעגט צולייגן, "אויב דער רבי ר' אלימלך האט געקענט משפליע זיין פאר א צווייטן אזא יראת שמים, האט ער דאך זיכער פארמאגט מער יראת שמים פון דעם. נאר דער צדיק האט פארמאגט ספלעציעלע כלים דאס דורכצוטראגן און אויסהאלטן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' משה יצחק געווירצמאן ז"ל באקאנט אלס ר' איציקל פשעווארסקער, פלעגט נאכזאגן פון זיין פעטער הרה"ק משינאווא זצ"ל אז ווען מ'זעהט ווי אידן טאנצן זאל מען מיט געוואלד אריינגיין טאנצן, ווייל אויפן עולם האמת קומט זיך צוניץ יעדעס אידיש טענצל...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בעצם היום אינעם הייליגען טאג יום כיפור הבעל"ט, געפאלט אויס די יארצייט פון דעם צדיק יסוד עולם עטרת תפארת ישראל פועל ישועות בקרב הארץ, כ"ק מרן אדמו"ר הקדוש רבי משה יצחק בן הר"ר נפתלי אלימלך געווירצמאן זצ"ל, אדער ווי די חסידיש'ע וועלט האט אים גערופען ר' איציקל פשעווארסק'ער זי"ע.

אין זיינע יוגנע יאהרען האט מען שוין דערקענט אויף אים זיין אויסערגעווענליכע גינוני קדושה וטהרה. ער האט אמאל דערציילט אז איינמאל אהיימגייענדיג פון חדר מיט זיינע חברים, איז דורך געגאנגען הגה"ק ר' אברהם חיים הורוויץ, דער פלאנטשער רב זי"ע (דער שווער פון הגה"ק מסאטמאר זי"ע בזוו"ר), און ווי נאר ער האט אים באמערקט, האט ער א פרעג געטאן ווער איז דער אינגל? ווען מען האט אים געזאגט אז דאס איז א זון פון ר' נפתלי אלימלך, האט ער זיך אנגערופן "די שכינה רוהט דאך אויף אים". ווען ר' איציקל האט אמאל דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט מיט גרויס עניוות "איך בין נייגעריג צו וויסן ווער עס וואלט נאך היינט אזוי געזאגט אויף מיר" !
אויף די עלטערע יארען פלעגט ער זיך מחמת ענוותנותו אָפְט מתמרמר זיין אז ער איז זייער זינדיג, און אז ער איז א חוטא ופושע, האט אים אמאל זיין איידעם כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק ר' יענקלע מ'פשעווארסק זצוק"ל געוואלט בארוהיגן, האט ער זיך אנגערופן צו אים, "דער שווער האט שוין פארגעסן וואס דער פלאנטש'ער רב האט מעיד געווען אויפ'ן שווער"? האט ער ג'ענטפערט מיט גרויס שברון לב "יא יא, אבער ליידער ליידער האב איך מיך קאליע געמאכט אין די שפעטערע יארן".

אזוי אויך האט ער געזאגט אמאל רעדנדיג פון זיינע יונגע יארן "ווי עס זעט אויס וואלט איך ווען געווען א לייט, אבער א לייט! , "ווען איך וואלט מיך נישט קאליע געמאכט".
אין יאר תרמ"ו ווען רבי איציק'ל איז אלט געווען פיהר יאר, האט דער הייליגער שינאווער רב געשריבען א בריוו צו ר' נפתלי אלימלך, ווי ער פארלאנגט אז ער זאל אריבערקומען וואוינען קיין שינאווע. ר' נפתלי אלימלך האט תיכף פארלאזט די שטאט גארליץ, און איז אריבער קיין שינאווע. זייט דעמאלס איז דער קליינער משה יצחק נתחנך געווארן און אויפגעצויגן געווארן אין שטוב פון שינאווער רב זי"ע, און ער איז געווען א שטענדיגער יוצא ונכנס ביים שינאווער רב אין שטוב.

ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער פלעגט מער זיין ביי זיין פעטער דער שינאווער, ווי ביי זיין טאטען. שוין אין יענע יארען האבן זיינע אויערן אויפגעכאפט אסאך הויכע ענינים וואס זענען איינגעקריצט געווארן אין זיין הארץ אויף די שפעטערע יארן.

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשפילט אין הויף מיט הגה"ק ר' חנה האלבערשטאם זי"ע, דער קאלאשיצער רב, אן אייניקל פונעם שינאווער רב. דער שפיל איז געווען אז ר' חנה איז געווען "משיח" און ר' איציקל איז געווען משיח'ס אייזעל, אינצווישן איז דורך געגאנגען דער שינאווער רב, באמערקענדיג דעם שפיל פון די קינדער האט ער זיך פארטראכט און ער האט זיך אנגערופן "אפשר דער פערד פון משיח'ס גבאי"? .

אין די שפעטערע יארען ווען ער האט גערעדט פון די תקופה האט ער דערציילט בזה"ל, "איך בין געווען א ווילד אינגל אבער דארט ווי מען האט געדארפט צו זיין בין איך געווען. אמאל האב איך מיך אינטערגעווארפן אונטער'ן טלית פון שינאווער רב, ווען ער האט געזאגט דאס ווארט "והנורא" האט ער געווארפען מיט'ן עמוד. און ער האט אויסגעפירט יעדעס מאל ווען איך דאווען מיט א געזעצט הארץ, דערמאן איך מיך אז איך האב געזעהן א איד וואס האט געווארפן מיטן עמוד ביי "והנורא".

ווען ער האט געלערנט און די ישיבה און טאָרנע, און עס פלעגט אויסברעכן א וויכוח צווישן די בחורים, און זיי האבן זיך שטארק מפלפל געווען אין לערנען, האט דער קליינער משה יצחק אנטייל גענומען אין דעם פלפול, און אָפְט מאל ווען ער האט איבערגעשטיגען מיט זיין חריפות די אנדערע בחורים האט זיך דער ראש ישיבה הגאון ר' משה אפטער זצ"ל בעמח"ס אמרי יושר צושריגן "אה ! דער הייליגער רב, דער הייליגער רב! " מיינענדיג דערמיט אז מתחלה האט ער געמיינט אז דער שינאווער רב האט אים אריינגעשיקט און די ישיבה ווייל ער איז זיין פעטער, דערווייל האט ער זיך איבערגעצייגט אז ער פאסט זייער גוט אריין צווישן זיינע תלמידים, אדרבא ער איז נאך געווען פון די גרעסטע צווישן זיי.

נאך די חתונה האט ער מוסיף געווען קדושה על קדושתו אויף גאר א שטארקן פארנעם, ער פלעגט פאסטן תעניתים און עוסק זיין בתורה בייטאג און ביינאכט אן קיין הפסק, ער האט זיך אין די שפעטערע יארן אמאל אויסגעדריקט "איך האב דעמאלטס געפאסט זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג".

אמאל איז געווען זייער א שווערער וועטער, אינמיטן ווינטער ווען אינדערויסן האבן געהערשט גרויסע פרעסטן און שווערע שנייען, האט זיך רבי איציקל ארויסגעלאזט אויף שבת קיין צעשינוב, צו זיין רבי'ן הגה"ק רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם זצ"ל דער ציעשינוב'ער רב, ווי זיין רבי האט אים דערזען אנקומענדיג אין אזא וועטער האט ער זיך אנגערופן "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה",

אמאל איז אין סיביר א איד געקומען צו לויפן מיט א געוואלד צו רבי איציקל זצ"ל פארציילענדיג אז ער איז אנטלאפן פון מיליטער און די סאלדאטן לויפן אים נאך און זיי ווילן אים שיסן, דער רבי האט אים באפוילן אז ער זאל זיך אריינלייגן אין זיין בעט און זיך צודעקן, עס גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט קומען צו לויפן צוויי רוסישע סאלדאטן מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס אין זייערע הענט, און שטרענג באפוילן אז ער זאל ארויסגעבן דעם איד, דער רבי האט זיי קאלט אנגעקוקט און געזאגט איר קענט אים זיכן ווי איר ווילט, זיי האבן איבערגעדרייט די גאנצע שטוב, דורך גענישטערט יעדן ווינקל, חוץ אין די בעט, וויבאלד זיי האבן אים נישט געפונען זענען זיי געגאנגען פון ווי זיי זענען געקומען.

א מעשה נורא האט פאסירט מיט ר' איציקל זצ"ל אין יענע תקופה וואס ער האט געוויילט אין קראקא, זיין סדר איז געווען אז ער פלעגט א גאנצע נאכט זיין אויף אין לערנען בהתמדה רבה אין די ווייבער שול פון בית המדרש, שטייענדיג אויף די פיס א גאנצע נאכט, איין נאכט ח' ניסן אינעם טאג פון זיין טאטענס יארצייט, איז ער ווי זיין סדר אויפגעווען און געלערנט, אינמיטן האט ער זיך אראפגעבויגן נעמען די גמרא וואס ער האט געוואלט מסיים זיין צו זיין טאטענס יארצייט, יענע רגע איז דורך געפלויגן א קויל העכער זיין קאפ, און עס האט אים גארנישט פאסירט, עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קעגן דאס בית המדרש האט געוואוינט א גוי א גרויסער שונא ישראל, און ער האט נישט געקענט פארנעמען דאס אז א איד לערנט מיט אזא התמדה נאכט נאך נאכט, דאס האט אים אזוי געקרענקט ביז ער האט באשלאסן דאס אפצושטעלן איינמאל פאר אלעמאל, אבער ה' רגלי חסידיו ישמור.

אינמיטן ווינטער תש"ט האט ער זיך אוועקגעצויגן פון פוילן קיין פאריז, ווי ער האט געוואוינט א משך פון אכט יאר, אין ער האט דארט אויפגעטון גדולות ונצורות, ער האט זיך באזעצט אינעם אלטן אידישן קווארטל "פלעצל", ווי זיין טיר איז געווארן דער אדרעס פאר די פולע צובראכענע הערצער וואס האבן געזוכט א שטיקעלע טרייסט אין זייער לעבן נאך די פולע צרות וואס איז אויף זיי דורך, צענדליגער אידן האבן זיך צוריקגעקערט צו אן אמת'ן ערליכן תורה לעבן א דאנק זיין התקרבות און חיזוק וואס ער האט זיי געגעבן מיט א ברייטע האנט.

ר' איציקל זצ"ל איז געווען זייער שטארק נאנט מיט'ן הייליגן בעלזער רב הקוה"ט ר' אהרן זי"ע, ער איז עטליכע מאל געפארן קיין ארץ ישראל צום הייליגן בעלזער רב, און ער האט גענאסן פון אים א געוואלדיגע קירבות, יעדעס מאל וואס רבי איציקל איז געקומען צום טיש האט ער אים מכבד געווען מיטן בענטשן, אמאל איז געקומען צום בעלזער רב'ס טיש איינער פון די חשובע רבנים, און די גבאים האבן אים געוואלט מכבד זיין מיטן בענטשן, האט זיך דער בעלזער רב אנגערופן "ווי קען איך מכבד זיין א צווייטן מיטן בענטשן ווען רבי איציקל זיצט ביים טיש".

א מעשה פלא האט פאסירט אין א געוויסן זונטאג אינדערפרי כ"א אב תשי"ז האט רבי איציקל געמאכט "הטבת חלום" פאר א בי"ד של שלשה דערנאך האט ער זיי א פרעג געטאן צו דער סאטמארער רב האט א ברודער, האבן זיי גענטפערט אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאט איין ברודער דער עצי חיים זי"ע וואס איז שוין נסתלק געווארן א לאנגע צייט צוריק, שפעטער איז אנגעקומען די ידיעה פון די פטירה פונעם בעלזער רב זצ"ל, ויהי לפלא.

אין חודש אדר תשי"ז האט זיך רבי איציקל אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן, וואו ער איז שוין פארבליבן וואוינען במשך די צוואנציג יאר ביז צו זיין פטירה.
די שטאט אנטווערפען האט זוכה געווען אז אין איר האט אנגעהויבן שיינען פני מש"ה כחמה, זיין באשיידענע וואוינוג אין בית המדרש'ל אויף 56 מערקאטאר שטראאסע, איז געווארן א צענטראלער צוצואינגס פונקט ווי עס האבן געשטראמט אידן פון די גאנצע וועלט געהאלפן צו ווערן מיט ישועות, רפואות, פרנסה, הונדערטער אידישע שטיבער זענען פון דארט אויפגעראכטן געווארן לשם ולתפארת.

ביי זיינע הייליגע טישען שבת קודש, און ביי מלוה מלכה, ראש חודש, אין ביי יעדע יומא דפגרא, איז געווען א שעת הכושר ווי מען פלעגט זען ביי אים אפענע זאכן פאר חשוכי בנים ל"ע פלעגט ער צו געבן שיריים א "ביין", דאס האט געמיינט אז דער איד איז א געהאלפענער, אמאל ביים טיילן שריים האט זיך צוגעשטופט א איד וואס האט נאר געהאט טעכטער און ער האט געוואלט באקומען א "ביין" האט זיך רבי איציקל אנגערופן צו אים "גיי אוועק, איך דארף דאס האבן פאר די וואס האבן אינגאנצן נישט קיין קינדער…"
רבי איציקל זצ"ל איז אויך געווען שטארק דבוק צו כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מסאטאמר זי"ע ער פלעגט אסאך מאל פָארן צום סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע אויף ימים נוראים. אפילו אין די עלטערע יאהרען, שוין ווען ער איז געווען אלט העכער די תשעים, ווען ער פלעגט זיין ביים סאטמאר'ן רבי'ן ביי די תפלות די הייליגע טעג, פלעג ער צו שטיין נאכין דאווענען צוזאמען מיט'ן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע, ביי די ארון קודש, און ביידע פלעגן וואונטשען לשנה טובה פאר'ן גאנצען ציבור.

סוף זומער תשל"ו איז רבי איציקל געווען אויף אפרוה אין א שטעטל נעבן אנטווערפן, מוצש"ק א' סליחות, איז געקומען א איד זיך מזכיר זיין, איבער עפעס א וויכטיגע ישועה, האט זיך דער רבי ר' איציקל אנגערופן "איך האב נישט קיין כח", און ער האט געזאגט פאר זיין איידעם וואס איז טאקע נאך אים געווען דער ממשיך דרכו כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק זי"ע המכונה בפי כל "ר' יענקעלע, האט ער אים געזאגט כהאי לישנא: זעץ דיך אויפן בענקל און נעם קוויטלעך ווייל איך האב נישט קיין כח".

אינמיטן עשרת ימי תשובה איז ער זייער שוואך געווארן, ווען ער האט געדאווענט מנחה און געזאגט "אבינו מלכינו", אנשטאט צו זאגן כתבינו בספר חיים טובים, האט ער געזאגט "חתמינו" אזוי ווי ביי נעילה, ווען דער משב"ק האט אים פאראכטן האט ער געזאגט "עה! חתמינו", און ליידער איז דאס געווען טאקע זיין לעצטע תפילה וואס ער האט מתפלל געווען אויף דעם עולם, אין ער האט שוין טאקע געהאלטען ביי די נעילה.

ומש"ה בן חמש ותשעים שנה לא כהתה עינו ולא נס ליחו, דער זכות פונעם הייליגען צדיק פשעווארסק'ע רבי זצ"ל, זאל מגין זיין אויף גאנץ כלל ישראל, ער זאל איינרייסן אויבען אין הימעל, פאר אלע צעבראכענע הערצער, יעדער איינער מיט וואס ער דארף זאל געהאלפען ווערן, און מיר זאלען אלע גע'חתם'עט ווערן מיט א גמר חתימה טובה, און ער זאל שוין פאר אונז די גאולה שלימה שיקען, בב"א.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

דא האב איך געשריבן א עובדא פון דעם צדיק איבער 'צער בעלי חיים' וואס כ'האב געהערט פונעם באבען תחי'.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארויפגעברענגט לרגל ההילולא דצדיקיא

זכותו הגדול יגן עלינו
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אה, זכותו יגן עלינו. אני הקטן נולד בברכותו הקדושה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

נו, עס שטייט אין מדרש אז הקב"ה מתעסק בשבחן של צדיקים! אפשר דערציילסטו דעם עובדא ווי אזוי דו ביזט געבוירן געווארן בברכתו הקדושה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:אה, זכותו יגן עלינו. אני הקטן נולד בברכותו הקדושה.

דערפאר הייסטו שמעלקא?...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

קרעמער ניין, וועגן דעם הייסט ער טויב...
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מצטרף לבקשת א-טענצל.

קען איך שוין שמעלקאס ערשטע נאמען יעצט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

די וואך איז אוועק הרה"ח ר בעריש לאנדא ז"ל, נאכן קריג איז ער געעוען ביים בעלזער רב זצ"ל און ער האט באקומען א חלה פון אים, אין האט עס גוט באהאלטען איו זיין רענצעל, אויפן וועג אהיים האט ער געמאכט א סטאפ אין פשעווארסק אינמיטן ווען ער איז געעוען אין צימער איז ר' איציקעל אריין געקומען אין האט אנגעהויבן ארום זיכן עפעס ביי ר' בעריש אין רענצל קודם האט ער זיך דעשראקן צי מאיז אים חושד דא אויף עפעס, אבער נאך אפאר מניט האט ער געטראפן די חלה האט ער זיך אנגערופען אה דאס איז עס און ער האט עס גענומען אין אפגעבראכן א שטיקעל אין געזאגט דאס איז פאר מיר נאכער האט אפגעבראכן נאך א שטיקעל אין געזאגט דאס איז פאר לייבישעל און די איביריגע האט ער אים צריקגעגעבן
יאנקעל די פופציגער
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

א בילד פון א זמירות וואס ר' איציקל האט געגעבן אנשטאט א פאספארט און עס האט א סטעמפ פון 1973 פון ענגלאנד געטוויק עריפארט.
אטעטשמענטס
IMG-20140622-WA0003.jpg
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אינטערסאנט אז אין 1973 פלעגן אויך די קאווע שטובלעך סטעמפלן די פאספארטן
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב שוין לאנג צוריק געהערט די מעשה פון הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד. און יעצט אז מען זעהט א קאפי. מאכט נאר שטערקער די אמונת צדיקים
לעצט פארראכטן דורך בני יששכר אום זונטאג יוני 22, 2014 1:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”