רבי זכריה מענדל משענדישוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

רבי זכריה מענדל משענדישוב איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה יהושע. זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פון רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און דעם בעל הפלאה זצ"ל.

רבי זכריה מענדל איז געווען איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם רבין רבי אלימלך. אויך האט ער שטארק ארויס געהאלפן די קינדער פון רבין רבי אלימלך צו דרוקן דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך".

עס איז איז דא צוויי אגרות קודש פון רבין רבי אלימלך איינס פון די צוויי איז אדרעסירט (וועגן) צו רבי זכריה מענדל זצ"ל.

ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "דרכי צדק". לויט ווי מ’ווייסט איז ער געווען רב אין יארסלוב, וואס איז גראדע סמוך אע"פ שאינו נראה צו ליזענסק.

מיר ווייסן פון איין זוהן, פון דעם צדיק 'רבי משה דוד שטיגליץ' מטארנא. אדרבה ווער עס ווייסט נאך פון עפעס וועגן זיינע יוצא חלציו זאל זיך אנרופן ווארעם.

ער איז נפטר געווארן שנת תקנ"ה ומנו"כ אין יארסלוב.
---
עס בלייבט מיר נאר איבער עטליכע שאלות. אויפן שער בלאט פונעם ספר שטייט אז ער איז געווען רב אין לינסק. לכאורה איז ראפשיץ’ער רב'ס טאטע 'רבי מנחם מענדל לינסקער' געווען רב דעמאלס אין לינסק.

עס איז געווען נאך א רבי זכריה מענדיל ב"ר אריה לייב בן רבי זכריה מענדיל - המכונה זכריה הנביא. דער רבי זכריה מענדל (דער אייניקל) איז געווען רב און ראש ישיבה און לאדזש, מחבר פון דעם באקאנטן ספר "באר היטב" אויף ד' חלקי שו"ע. ער איז נפטר געווארן שנת תס"ו .

אזוי ווי דער נאמען – צוזאמשטעל "זכריה מענדיל" איז נישט קיין געווענטליכע. קען מען קלערן צו איז אפשר רבי זכריה מענדל משענדישוב געווען אן אייניקל פון דעם פאר רבי זכריה מענדל דער באר היטב?

פארוואס הייסט ער רבי זכריה מענדל פון "שענדישוב"? איז דארט געבוירן געווארן? אדער געווען רב דארט?

בדרך אגב איז געווען נאך א רבי זכריה מענדל, בערך אין די זעלבע צייט פון רבי זכריה מענדל משענדישוב, ער האט געהייסן זכריה מענדל מפאדהייץ, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם.
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

אין זרע קודש תרומה (כמיין אויך אויף נאך א פלאץ) דערמאנט ער ועל דרך זה פירש הרב הקדוש מוה' מ"מ [מנחם מענדל] משענדישוב זצ"ל.

דאכט זיך אז עס איז דא נאך וואס ברענגען דעם נאמען ר' מנחם מענדל משענדישוב, וכפי ידיעתי איז הכוונה בשתיהן אחת.
עס דארף א בירור וועלכע נאמען איז ריכטיג אדער גאר ביידע נעמען
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

רבי זכריה מענדל האט אויך געהאט נאך א זוהן, מיטן נאמען: רבי צבי יעקב פון זאבנא.

איך וייס נישט אויב ס'איז ידוע פרטים איבער איהם, אבער ביי משפחת בריזל פון ירושלים (ראה בספר שלשלת הזהב) איז ידוע אז דער הייליגער רבי נפתלי ראפשיצער זיע"א האט משדך געווען הרה"ק ר' חיים אורי פון ריישא זצוק"ל מיט א טאכטער פון תלמידו הרה"ק ר' צבי יעקב משענדישוב, און עס איז נישט ידוע ווער עס איז דער תלמיד מיטן נאמען רבי הערש יעקב פון שענדישוב, אבער היות אז הרה"ק ר' זכריה מענדל משענדישוב האט געהאט א זוהן מיטן נאמען רבי הערש יעקב, איז דא א צד צו מקשר זיין אז דאס איז דער זעלבער רבי הערש יעקב.

עס פארשטייט זיך אז עס האט נישט קיין מקור אז סרעדט זיך פון דעם רבי הערש יעקב,

איך האב לעצטנס געזען אז הסופר נפתלי פרום וואס איז א אייניקל פון רבי זכריה מענדל, שרייבט אז רבי הערש יעקב איז דער שווער פון רבי חיים אורי פון ריישא, אבער איך וייס נישט פון וואו נעמט ער דאס..
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:רבי זכריה מענדל משענדישוב איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה יהושע. זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פון רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און דעם בעל הפלאה זצ"ל.

רבי זכריה מענדל איז געווען איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם רבין רבי אלימלך. אויך האט ער שטארק ארויס געהאלפן די קינדער פון רבין רבי אלימלך צו דרוקן דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך".

עס איז איז דא צוויי אגרות קודש פון רבין רבי אלימלך איינס פון די צוויי איז אדרעסירט (וועגן) צו רבי זכריה מענדל זצ"ל.

ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "דרכי צדק". לויט ווי מ’ווייסט איז ער געווען רב אין יארסלוב, וואס איז גראדע סמוך אע"פ שאינו נראה צו ליזענסק.

מיר ווייסן פון איין זוהן, פון דעם צדיק 'רבי משה דוד שטיגליץ' מטארנא. אדרבה ווער עס ווייסט נאך פון עפעס וועגן זיינע יוצא חלציו זאל זיך אנרופן ווארעם.

ער איז נפטר געווארן שנת תקנ"ה ומנו"כ אין יארסלוב.
---
עס בלייבט מיר נאר איבער עטליכע שאלות. אויפן שער בלאט פונעם ספר שטייט אז ער איז געווען רב אין לינסק. לכאורה איז ראפשיץ’ער רב'ס טאטע 'רבי מנחם מענדל לינסקער' געווען רב דעמאלס אין לינסק.

עס איז געווען נאך א רבי זכריה מענדיל ב"ר אריה לייב בן רבי זכריה מענדיל - המכונה זכריה הנביא. דער רבי זכריה מענדל (דער אייניקל) איז געווען רב און ראש ישיבה און לאדזש, מחבר פון דעם באקאנטן ספר "באר היטב" אויף ד' חלקי שו"ע. ער איז נפטר געווארן שנת תס"ו .

אזוי ווי דער נאמען – צוזאמשטעל "זכריה מענדיל" איז נישט קיין געווענטליכע. קען מען קלערן צו איז אפשר רבי זכריה מענדל משענדישוב געווען אן אייניקל פון דעם פאר רבי זכריה מענדל דער באר היטב?

פארוואס הייסט ער רבי זכריה מענדל פון "שענדישוב"? איז דארט געבוירן געווארן? אדער געווען רב דארט?

בדרך אגב איז געווען נאך א רבי זכריה מענדל, בערך אין די זעלבע צייט פון רבי זכריה מענדל משענדישוב, ער האט געהייסן זכריה מענדל מפאדהייץ, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם.

[align=center]איך וועל בעז"ה צוזאם שטעלן דעם סדר הדורות פון דעם ערשטן רבי זכריה מענדל ביז צום צווייטן רבי זכריה מענדל.[/align]

[align=center]רבי זכריה מענדל מח"ס באר היטב
בנו של רבי אריה לייב הארוך "דער הויכער ר' לייב", רבה של קראקא (נפטר תל"א), בן רבי זכריה מענדל קלויזנער

בתו מרת שרה ע"ה אשת ר' אריה לייב מסלוצק בנו של ר' נטע מטארניגראד

בניהם: רבי זכריה מענדל השני, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם, ורבי יעקב אב"ד לויצק.

בנו של ר' יעקב אב"ד לויצק הוא ר' משה יהושע אב"ד ריאוויטש ושטארם גיסם של האחים הקדושים רבי שמעלקא מניקלשבורג ורבי פינחס בעל ההפלאה זכותם הק' יגן עלינו ועכי"א

בנו של רבי משה יהושע הוא רבי זכריה מענדל מירוסלאב ושענדישוב, תלמידו של הרה"ק הנוע"א מליזענסק זיע"א
[/align]
לעצט פארראכטן דורך ליפשיטץ אום מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

שמעתי מן הרה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אז מקום מנוחתו פון הה"ק ר' זכרי' מענדל אין אין ביה"ח אין טארניגראד, ולא נודע כהיום מקומו
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

ליפשיטץ האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:רבי זכריה מענדל משענדישוב איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה יהושע. זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פון רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און דעם בעל הפלאה זצ"ל.

רבי זכריה מענדל איז געווען איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם רבין רבי אלימלך. אויך האט ער שטארק ארויס געהאלפן די קינדער פון רבין רבי אלימלך צו דרוקן דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך".

עס איז איז דא צוויי אגרות קודש פון רבין רבי אלימלך איינס פון די צוויי איז אדרעסירט (וועגן) צו רבי זכריה מענדל זצ"ל.

ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "דרכי צדק". לויט ווי מ’ווייסט איז ער געווען רב אין יארסלוב, וואס איז גראדע סמוך אע"פ שאינו נראה צו ליזענסק.

מיר ווייסן פון איין זוהן, פון דעם צדיק 'רבי משה דוד שטיגליץ' מטארנא. אדרבה ווער עס ווייסט נאך פון עפעס וועגן זיינע יוצא חלציו זאל זיך אנרופן ווארעם.

ער איז נפטר געווארן שנת תקנ"ה ומנו"כ אין יארסלוב.
---
עס בלייבט מיר נאר איבער עטליכע שאלות. אויפן שער בלאט פונעם ספר שטייט אז ער איז געווען רב אין לינסק. לכאורה איז ראפשיץ’ער רב'ס טאטע 'רבי מנחם מענדל לינסקער' געווען רב דעמאלס אין לינסק.

עס איז געווען נאך א רבי זכריה מענדיל ב"ר אריה לייב בן רבי זכריה מענדיל - המכונה זכריה הנביא. דער רבי זכריה מענדל (דער אייניקל) איז געווען רב און ראש ישיבה און לאדזש, מחבר פון דעם באקאנטן ספר "באר היטב" אויף ד' חלקי שו"ע. ער איז נפטר געווארן שנת תס"ו .

אזוי ווי דער נאמען – צוזאמשטעל "זכריה מענדיל" איז נישט קיין געווענטליכע. קען מען קלערן צו איז אפשר רבי זכריה מענדל משענדישוב געווען אן אייניקל פון דעם פאר רבי זכריה מענדל דער באר היטב?

פארוואס הייסט ער רבי זכריה מענדל פון "שענדישוב"? איז דארט געבוירן געווארן? אדער געווען רב דארט?

בדרך אגב איז געווען נאך א רבי זכריה מענדל, בערך אין די זעלבע צייט פון רבי זכריה מענדל משענדישוב, ער האט געהייסן זכריה מענדל מפאדהייץ, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם.

[align=center]איך וועל בעז"ה צוזאם שטעלן דעם סדר הדורות פון דעם ערשטן רבי זכריה מענדל ביז צום צווייטן רבי זכריה מענדל.[/align]

[align=center]רבי זכריה מענדל מח"ס באר היטב
בנו של רבי אריה לייב הארוך "דער הויכער ר' לייב", רבה של קראקא (נפטר תל"א), בן רבי זכריה מענדל קלויזנער

בתו מרת שרה ע"ה אשת ר' אריה לייב מסלוצק בנו של ר' נטע מטארניגראד

בניהם: רבי זכריה מענדל השני, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם, ורבי יעקב אב"ד לויצק.

בנו של ר' יעקב אב"ד לויצק הוא ר' משה יהושע אב"ד ריאוויטש ושטארם גיסם של האחים הקדושים רבי שמעלקא מניקלשבורג ורבי פינחס בעל ההפלאה זכותם הק' יגן עלינו ועכי"א

בנו של רבי משה יהושע הוא רבי זכריה מענדל מירוסלאב ושענדישוב, תלמידו של הרה"ק הנוע"א מליזענסק זיע"א
[/align]

נהנתי מאוד, איך דארף עס שטודירן מיט א קלארקייט.
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

איינער ווייסט צו הרה"ק ר' יעקב שפירא מהומנא זי"ע איז געווען אן איידעם ביי דעם ר' זכרי' מענדל?
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

בספר "הצל"ח החדש" מהרב אלטער שטיגליץ מרוזוואדוב, (שנדפס בשנת תער"ג) מביא המחבר בהקדמה את יחוסו, הבאתי בשנויי לשון
כבוד אבא מארי הרב החריף המופלא ומופלג בתורה ויראת ד' טהורה הגביר הנכבד המפורסם מוה"ר אפרים שטיעגליטץ שליט"א בעיר טארנאוו בהרב הגדול החריף ובקי בחדר"ת החסיד ונגיד מפורסם שהאיר בהוראתו לעדתו שלא ע"מ לקבל פרס כקש"ת מוה"ר צבי זצ"ל בעיר זאבנא סמוך לטארנאוו בהרב החסיד המקובל קדוש ד' מכובד כקש"ת מוה"ר זכריה זצלל"ה.
ומקובלני מפי זקני שהי' זקן מופלג מהר"צ הנ"ל, אשר כמעט לא ידע ולא הכיר את אביו מהר"ז הנ"ל היטב יען שאביו היה כל ימי נעוריו הקדיש עתותיו להיות בצוותא חדא עם החברייא דחסידי קדושי עליון בצילא דמהימנותא של האשל הגדול מקור הקדושה, רבינו רבי אלימלך מליזענסק – בעל נועם אלימלך. ובימי עלומיו נתבקש למתיבתא דרקיע זי"ע ועכי"א.
ואחרי מות קדוש הנ"ל לא הניח רק שני בנים הראשון הוא הבכור דוד"ז הרב הגביר המופלא החסיד המאושר הירא את ד' בכל נפשו ומאודו ביתו פתוח לרווחה ובית ועד לחכמים וצדיקי הדור המפורסם כקש"ת מהו"ר משה דוד שטיגעליטץ זצ"ל בעיר טארנאוו הוא אבי אמו של ש"ב הגאון הגדול המפורסם הר' יוסף ענגעל שליט"א הראבדק"ק קראקא והשני הוא אא"ז מהר"צ הנ"ל, תנצב"ה.
רשמתי כל זאת לא ח"ו להתפאר, ולא נצרכה אלא לרבות תולדותיהן כיוצא בהן למען ידעו אשר מקורם, מקור טהור הוא, חסיד הוא, למוד הוא, לשדות(..?) נועם בתר עיקרם במקום טהרה עד העולם
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:עס בלייבט מיר נאר איבער עטליכע שאלות. אויפן שער בלאט פונעם ספר שטייט אז ער איז געווען רב אין לינסק. לכאורה איז ראפשיץ’ער רב'ס טאטע 'רבי מנחם מענדל לינסקער' געווען רב דעמאלס אין לינסק.

פוק חזי ב'שער בלאט',
דער חיבור איז געטראפן געווארן 'מועתק' ביי רבי מנחם מענדל פון ליסקא.. אבער עס איז לשונו הזהב פון רבי זכריה מענדל פון יערוסלאב

כפי שכתוב בלשונו (שער הספר 'דרכי צדק')

"נמצא מועתק אצל כבוד הרב הגאון המפורסים החסיד נ"י ע"ה פ"ה כש"ת מוהר"ר ר"מ מענדל ני' האב"ד דק"ק ליסקא יצ"ו... לשונו הזהב של הרב החסיד הצדיק המפורסי' שלשלת היוחסין מוהר"ר זכריה מענדל זצלה"ה מ"צ ב"ק יערסלוב"
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איז ערגעץ פארהאן א פארלעסליכע רשימה פון דער באר היטב'ס קינדער? איך בין געווארן צומישט זייענדיג מעיין אין די תולדות פון צוויי כלומר'ישע זיהן פון ר' זכריה מענדל (ר' שמעון זימל ור' יוסף)

בפרט וואלט איך געוואלט וויסן צי עס שטייט ערגעץ עפעס מער אויף בנו ר' יוסף (חוץ מדברי הרב מסעראצק שהובאו ב'לקורות היהודים בלובלין'', וואס זענען היבש צומישט בעני"ז ואכמ"ל)
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "דרכי צדק". לויט ווי מ’ווייסט איז ער געווען רב אין יארסלוב, וואס איז גראדע סמוך אע"פ שאינו נראה צו ליזענסק.

הער איך אז ס'האלט ביים ארויסקומען דער ספר 'דרכי צדק' איבערגעדרוקט אויף א נאמען פון א אנדערע בעל מחבר - נישט ווי ס'איז באקאנט אז דאס האט מחבר געווען ר' זכריה מענדל זי"ע, איינער ווייסט עפעס מער?
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

צאצאים של רבי זכריה מענדל, הן אלו שיודעים יחוסם הן אלו שלא נודעו להם מתבקשים לפנות אלינו.
בס"ד נתגלו פרטים חדשים אודות משפחתו, בניו יוצאי חלציו, והתחלנו להקיף הכל במאמר מיוחד לכך.

פרטים יבואו..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ליפשיטץ האט געשריבן:בנו של ר' יעקב אב"ד לויצק הוא ר' משה [b]יהושע אב"ד ריאוויטש ושטארם גיסם של האחים הקדושים רבי שמעלקא מניקלשבורג ורבי פינחס בעל ההפלאה זכותם הק' יגן עלינו ועכי"א
[/b]
בנו של רבי משה יהושע הוא רבי זכריה מענדל מירוסלאב ושענדישוב, תלמידו של הרה"ק הנוע"א מליזענסק זיע"א
[/align]

זעהט דא אין די הסכמה פון ר' אברהם משה מפשעווארסק:
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... t=&pgnum=3
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (58.37 KiB) געזען 899 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

אין רימנוב געפינט זיך א מצבה, שטייט בערך אזוי

יוכבד בת ר' ישכר דוב נכדת ר' צבי יעקב אב"ד שענדישוב

אפשר ווייסט איינער ווער דאס איז?

איך נעם עס פון דא,

http://cmentarze-zydowskie.pl/rymanow.htm
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע: רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

צ/ק

ווען איז די יארצייט?
הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
עפ”י דעת תורתינו הק’, איז יעדע אקציע דורך מדינת ישראל אויף כאמאס, אסור בתכלית האיסור. געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד!
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:17 pm
צ/ק

ווען איז די יארצייט?
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

תגובה דורך יחוס חוקר »

א גוטן יונה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:52 am

איך בין געוועהן דארט פאראיאר איך דארף צו האבן א בילד פון די מציבה [איבער געמאכט געווארן דורך ישראל מאיר גבאי] און איך מיין דארט שטייט די יארצייט
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)

ס'איז אינטרעסאנט ווייל פונקט פריער האב איך געלערנט א שטיקל נועם אלימלך און איך ביים שער בלאט האב איך מיך אנגעטראפן אין ר' זכרי מענדל
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

יחוס חוקר האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
א גוטן יונה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:52 am
כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:17 pm
צ/ק

ווען איז די יארצייט?
איך בין געוועהן דארט פאראיאר איך דארף צו האבן א בילד פון די מציבה [איבער געמאכט געווארן דורך ישראל מאיר גבאי] און איך מיין דארט שטייט די יארצייט
אדרבה, אויב די קענסט מיר עס אויפקוקן, אדער ארויף לייגן דעם בילד.
יישר כח גדול
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

א גוטן יונה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 7:13 pm
יחוס חוקר האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
א גוטן יונה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:52 am
כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:17 pm
צ/ק

ווען איז די יארצייט?
איך בין געוועהן דארט פאראיאר איך דארף צו האבן א בילד פון די מציבה [איבער געמאכט געווארן דורך ישראל מאיר גבאי] און איך מיין דארט שטייט די יארצייט
אדרבה, אויב די קענסט מיר עס אויפקוקן, אדער ארויף לייגן דעם בילד.
יישר כח גדול
איל טרעף נישט די בילד אבער וואס יא איך האב אביסל נאכגעזיכט און איך האב געזעהן אז מ'ווייסט נישט פונקטליך ווען ער איז אוועק און ס'איז דא א ספק צווישן די יארן תקמ"ח און תקנ"ו און ווי איך פארשטיי האט מען אנגענומען אז ער איז אוועק אין יאר תקנ"ה [יצחק אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות, כרך א, עמ' תקכד-תקכה]
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:30 am
שמעתי מן הרה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אז מקום מנוחתו פון הה"ק ר' זכרי' מענדל אין אין ביה"ח אין טארניגראד, ולא נודע כהיום מקומו
איך ווייס נישט איך בין געוועהן פאראיאר ביים ציון אין יערוסלוב
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

וללמוד אני צריך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 3:12 pm
רבי זכריה מענדל משענדישוב איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן רבי משה יהושע. זיין מאמע איז געווען א שוועסטער פון רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און דעם בעל הפלאה זצ"ל.

רבי זכריה מענדל איז געווען איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם רבין רבי אלימלך. אויך האט ער שטארק ארויס געהאלפן די קינדער פון רבין רבי אלימלך צו דרוקן דעם ספר הקדוש "נועם אלימלך".

עס איז איז דא צוויי אגרות קודש פון רבין רבי אלימלך איינס פון די צוויי איז אדרעסירט (וועגן) צו רבי זכריה מענדל זצ"ל.

ער האט מחבר געווען א ספר מיטן נאמען "דרכי צדק". לויט ווי מ’ווייסט איז ער געווען רב אין יארסלוב, וואס איז גראדע סמוך אע"פ שאינו נראה צו ליזענסק.

מיר ווייסן פון איין זוהן, פון דעם צדיק 'רבי משה דוד שטיגליץ' מטארנא. אדרבה ווער עס ווייסט נאך פון עפעס וועגן זיינע יוצא חלציו זאל זיך אנרופן ווארעם.

ער איז נפטר געווארן שנת תקנ"ה ומנו"כ אין יארסלוב.
---
עס בלייבט מיר נאר איבער עטליכע שאלות. אויפן שער בלאט פונעם ספר שטייט אז ער איז געווען רב אין לינסק. לכאורה איז ראפשיץ’ער רב'ס טאטע 'רבי מנחם מענדל לינסקער' געווען רב דעמאלס אין לינסק.

עס איז געווען נאך א רבי זכריה מענדיל ב"ר אריה לייב בן רבי זכריה מענדיל - המכונה זכריה הנביא. דער רבי זכריה מענדל (דער אייניקל) איז געווען רב און ראש ישיבה און לאדזש, מחבר פון דעם באקאנטן ספר "באר היטב" אויף ד' חלקי שו"ע. ער איז נפטר געווארן שנת תס"ו .

אזוי ווי דער נאמען – צוזאמשטעל "זכריה מענדיל" איז נישט קיין געווענטליכע. קען מען קלערן צו איז אפשר רבי זכריה מענדל משענדישוב געווען אן אייניקל פון דעם פאר רבי זכריה מענדל דער באר היטב?

פארוואס הייסט ער רבי זכריה מענדל פון "שענדישוב"? איז דארט געבוירן געווארן? אדער געווען רב דארט?

בדרך אגב איז געווען נאך א רבי זכריה מענדל, בערך אין די זעלבע צייט פון רבי זכריה מענדל משענדישוב, ער האט געהייסן זכריה מענדל מפאדהייץ, מח"ס: מנורת זכריה, זכריה המבין, זכריה משלם.
זיין גאנצע ביוגראפיע איז אביסל פארנעפלט איך וועל שרייבן וואס מ'ווייסט יא און די האסט אויסגעלאזט און אויב איך האב אויסגעלאזט וועל איך מיך פרייען אז מ'וועט עס פארעכטן.
ער איז געבוירן [בערך] אין יאר ת"פ [אין איינע פון די שטעט ווי זיין טאטע איז געוועהן רב טיטשין שטרום גריידיץ און ראוויטש ס'איז נישט באקאנט ווי] אין יאר תצ"ז איז זיין טאטע געווארן רב אין שטאט יערוסלוב.
ער איז געוועהן א תלמיד פון זיינע פעטער'ס די ר"ר שמעלקא און די הפלאה [ברודער'ס פון זיין מאמע] לערנען'דיג דארט ביי זיינע פעטער'ס איז ער נתקרב געווארן צום דרך החסידות.
ער איז געווהען א תלמיד פון ר"ר מיכל'ע מזלאטשוב אבער רבו מבהוק איז געוועהן ר"ר אלימלך און ער איז טאקע געוועהן פון די נאנטע תלמידים.
נאך זיין טאטע'ס פטירה אין יאר תקי"ד האט ער איבער גענומען זיין טאטע אלס רב אין שטאט יערוסלוב ביז [וויניגסטנס] אין שנת תקל"ז ווען ער איז געווארן רב אין שטאט שענדישוב אבער ער האט נאכאלץ אנגעהאלטן זיין פאסטן אין יערוסלוב אלס מגיד און געקומען פון צייט צו צייט גיבן דרשות.
ער איז אוועק אין יערוסלוב ווען ער איז געוועהן פאר א באזוך אין שטאט [מעגליך ביי ר' שמעון יערוסלובער אדער ביים גיבן א דרשה דארט] ושם מנו"כ.
די אהבת שלום פון קאסוב איז געוועהן זיינ'ס א תלמיד און ער דערמאנט איהם צוויי מאל אין ספר אהבת שלום.
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

Re: רבי זכריה מענדל משענדישוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

עוג מלך הבשן האט געשריבן: זונטאג יולי 11, 2021 2:08 pm
צאצאים של רבי זכריה מענדל, הן אלו שיודעים יחוסם הן אלו שלא נודעו להם מתבקשים לפנות אלינו.
בס"ד נתגלו פרטים חדשים אודות משפחתו, בניו יוצאי חלציו, והתחלנו להקיף הכל במאמר מיוחד לכך.

פרטים יבואו..
אין די מאטריקלס אין יעראסלוב טרעף מיר זכריה מענדל בן פייגא (אשת ר' פנחס שפירא נכד ר"פ מקאריץ) בת משה בראף.
אין ברעזוב טרעף מיר זכריה מענדל בן יענטא רבקה (אשת זעליג פעלדער) בת יעקב בראף וואס קומט פון יעראסלוב.
ווי עס קוקט אויס זענען יעקב און משה בראף ברודער.
רעדט מען דא פון אייניקלעך פון רבי זכריה מענדל משענדישוב?

@עוג מלך הבשן, וואס זענען די נייע פרטים מיט רבי זכריה מענדל?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”