רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש זצ״ל - ממונקאטש - תרע״ה - ג׳ ד׳חנוכה תשנ״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש זצ״ל - ממונקאטש - תרע״ה - ג׳ ד׳חנוכה תשנ״ח

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:22 am

כ״ק האדמו״ר הרב הגאון הצדיק איש האשכולות ורב תבונות
רבי ברוך יהושע ירחמיאל (ר׳ בורכ׳ל) ראבינאוויטש זצ״ל
אב״ד ור״מ מונקאטש והגלילות


ראשית דרכו:
איז געבוירן ביום ו׳ תשרי שנת תרע״ה, אין די שטאט פארציווא, אלס דער דריטע קינד צו זיין טאטען הרה״ק רבי נתן דוד האדמו״ר מפארציווא זצ״ל, בן אחר בן להרב הקדוש ה״יוד הקדוש״ מפרשיסחא זי״ע - און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ יוטא בת הרה״ק רבי משה לייב מסטריזוב חתן הרה״ק מגארליץ זצ״ל.

ווען ער איז אלט געווען דריי יאר האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה איז זיין טאטע אנטלאפן קיין רוסלאנד, און ווען די קריג האט זיך גענדיגט זענען זיי צוריק קיין פוילין און זיך באזעצט אין שטאט שעדליץ. דארט האט דער פּארציווע רבי צוריק אויפגעבויעט זיין הויף ווי טויזענטער חסידים זענען געקומען ליהנות מעצה ותושיה, פּארציווא האט געהאט בימים ההם אזויפיל ווי פערציג שטיבלעך לענג אויס פּוילין.

כי אזכרה מקדם פלאך:
דארט אין שעדליץ איז דער ״ילד הפלא״ ברוכ׳ל באקאנט געווארן אלס א ״ווינדער קינד״ מיט זיינע אויסערארענדליכע כשרונות און שארפקייט, ממש וואס איז געווען צום באוואונדערן.

אין זיינע קינדער יארן האט ער שוין געקענט פילע שווערע מסכת אין ש״ס בע״פ און איז געווען געבענטשט מיט געוואלדיגע מעלות.

שר צבא ה׳ אתה באתי:
אויך צו די אויערן פון דעם גרויסן גדול בתורה און מנהיג ישראל הגאון הקדוש המפורסם רבי חיים אלעזר שפירא דער מונקאטשער רב זצ״ל, איז אנגעקומען דער גוטער נאמען פון אט דעם ווינדער קינד, און אין איינע פון די טעג ווען בורכ׳ל איז אלט געווען עלעף יאר איז ער געקומען צו פארן קיין שעדליץ א בליק צו טון לבחון בקנקנו, און טאקע ווען דער מונקאטשער רב האט זיך טאקע איבערצייגט אין די געוואלדיגע כשרונות וואס דאס קינד פארמאגט סיי אין תורה און סיי מיט זיין יראת שמים האט ער אים באשטימט פאר דער חתן פאר בתו היחידה הרבנית הצ׳ חי׳ פרומט רבקה ע״ה.

כי אבל עליו עמו:
ז׳ שבט תר״צ איז דער פארציווא רבי נסתלק געווארן ווי ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קליינע יתומים און א אבל כבד האט זיך אראפגעלאזט אויף דעם שטוב.

דער גאנצער עול פון הנהגת הבית איז געפאלן אויף דעם יונגען יתום ברוכ׳ל, און אויך איז געפאלן אויף זיינע פּלייצעס די ישיבה וואס דער פארציווא רבי האט מייסד געווען אין געפירט דארט אין שעדליץ, און אינגאנצן זייענדיג בלויז פופצין יאר אלט האט מען אויפגענומען דעם יונגן גאון וחריף ער זאל ממלא מקום זיין אביו הק׳ בהנהגת הישיבה, ווי ער איבערגענומען די לייצעס און געפירט די ישיבה און פארגעלערנט די שיעורים.

אויך איז ער דאן ביי די פופצין יאר נסמך געווארן ״יורה יורה ידין ידין״ פון די ווארשעווער בי״ד, ומכאן ואילך האט ער באקומען דעם נאמען ״רבי בורכ׳ל.״

אלקים יחננו ויברכינו:
יענעם יאר איז אויך געווען די גרויסע נסיעה פונעם מונקאטשער רב זצ״ל קיין ארצינו הק׳ זיך צו טרעפן מיטן סבא קדישא הרה״ק רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי, און ער האט מיטגענומען זיין באליבטן חתן אויף דעם נסיעה.

ביים באזוך ביים סבא קדישא ווען ער האט געזהן דעם יונגן עילוי האט ער אויסגערופן קישענדיג זיין שטערן מיטן פסוק ״אלוקים יחנך בני״

ביום שמחת ליבי:
ביום י״ז אדר שנת תרצ״ג איז פארגעקומען די גרויסע מונקאטשער חתונה ווי דער מונקאטשער רב האט אינטערגעפירט בתו היחידה מיט החתן העילוי רבי בורכ׳ל, די גרויסע שמחה וואס דארט איז פארגעקומען איז וועלט באקאנט און שוין לאנג און ברייט באשריבן אויף מערערע מקומות.

ויקראו לפניו אברך:
זיצענדיג אויף קעסט בצל חותנו הגאון והקדוש דעם מונקאטשער רב האט ער זיך אנגעשעפט פון דעם פרישן איידעם מיט נחת און קורת רוח פון זיין התמדה בתורה.

שווער און איידעם פלעגן זיך פיל מפלפל זיין אין די טיםע סיגיות הש״ס, בעת ווען ער פלעגט זיצן ביי די טיפע חריפישע שיעורים פונעם שווער אין זיך מרתח געווען בריתחא דאורייתא.

פילע שווערע דיני תורה׳ת וואס האבן זיך נישט געקענט מפשר זיין זענען אנגעקומען צום פרישן יונגערמאן רבי בורכ׳ל נאך זייענדיג א פיקוח און באקאנט אלס איינער מיט א געוואלדיגע שכל הישר כאט מען געוויסט אז די זאך וועט געשליכטעט ווערן לשביעת רצון פון אלע צדדים.

די גדולי הרבנים וואס פלעגן כסדר קומען באזוכן דעם ״מנחת אלעזר״ פלעגט ער זיי פארבעטן צו גיין באזוכן זיין באליבטן איידעם און זיך מפלפל זיין מיט אים בכל מקצועת הש״ס. זאגענדיג; ״אז מיין איידעם קען די שלשה בבות אווי איר קענט אשרי...״

אויך האט ער געדינט אין די בארימטע בית דין דעיר מונקאטש צוזאמען מיט די אנדערע דיינים דעיר מונקאטש ווי ער׳ט געפסקענט שווערע שאלות לכל העיר.

אזוי אז אין גאר א קורצע צייט איז דער נאמען פונעם הייליגן רב׳ס חריפישן איידעם בארימט געווארן אין יעדן ווינקל אין שטאט מונקאטש והגלילות.

כי בא השמש בצהרים:
ביום המיוחס ב׳ סיון תרצ״ז איז נסתלק המאור הגדול ווען סיז נתבקש געווארן דער מונקאטשער רב לישיבה של מעלה ולחיי עולם הבא.

דעם לעצטן שבת לימי חייו האט ער נאך געליינט דעם פסוק פאר רבי ברוכ׳ל ״לא ימושי מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם״

בעת די מעמד הלוויה איז הרה״ק ה״חקל יצחק״ מספינקא זצ״ל צוגעגאנגען צו רבי בורכ׳ל אין אים געגעבן דעם ערשטן קוויטל אויסרופענדיג דערביי ״ובית צדיקים יעמוד - איך האב די זכיה צו קענען דעם פערטן מונקאטשער רב״

נאך די שבעה איז פארגעקומען וואלן מטעם הקהילה ווער עס זאל איבערנעמען דעם כתר הרבנות פון דעם עיר גדולה, און רוב בני העיר האבן געוועלט פארן יונגען איידעם פונעם פארגייענדער רב דעם מנח״א - און חתנו כבנו איז געקרוינט געווארן אלס אבדק״ק ור״מ מונקאטש והגלילות. אזוי אויספירענדיג די צוואה הק׳ ״על כסא לא ישב זר...״

ישבת לכסא שופט צדק:
די צייט וואס דער יונגער מונקאטשער רב האט משרת געווען ברבנות איז געווען א הערליכע תקופה פאר די שטאט מונקאטש, טראץ זיין יונגן עלטער איז ער געווען א גדר גדרים, עומד בפרץ, ומתקן תקנות צו הייבן און אנהאלטן די שטאט אויף איר רוחניותדיגען שטאנד.

ער האט געפירט שווערע מלחמות מיט די פורצי גדר ומחללי שבתות וואס פלעגן האלטן אפען זייערע געשעפטן, און בעז״ה זיי באזיגט.

אויך האט ער אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות און שטארק באפעסטיגט די בארימטע ״ישיבה רבתי ד׳מונקאטש״ וואס דער מנח״א האט געגרינדעט בשנת תרפ״ב און ביז א קנאפּע יאר איז די ישיבה שטארק געשטיגן מיט איר צאל פון הונדערט בחורים איז עס ארויף צו אריבער דריי הונדערט בחורי חמד, זייענדיג אז מהאט דאן געפענט די גרענעצין מער האט עס געברענגט א שטראם פון תלמידים, צו וועם דער יונגער מונקאטשער רב איז געווען ווי א טאטע ממש, ער האט זיי פארזארגט מיט רוחניות און מיט גשמיות.

ביים ערשטן שיעור ווערנדיג רב אין ראש ישיבה זענען געווען אלע תלמידי חכמים פון מונקאטש ווי דער רב האט פארגעלערט אפּאר שעה נאר אויף דעם ערשטן משנה פון ״ארבע אבות ניזיקן״ אריינעמענדיג און מקיף געווען אלע שיטות און מפרשים, ווי אלע זענען געזיצן מיט אפענע מיילער.

אבער די גאלדענע תקופה פונעם יונגען רב האט נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג, די ביטערע מלחמה יארן האבן זיך אנגעריקט מיט אירע שווארצע געדיכטע וואלקענעס, וואס אפי׳ דער רב האט זיך למעשה פיזיש געראטעווט, האט עס אבער פון די אנדערע זייט גאר צעקלאפט און געשעדיגט זיין גייסט... און דאס האט דעם יונגען רב, רבי בורכ׳לן געלייגט אין א שאטן פון צעבראכנקייט געמישט מיט טיפע סימנים פון צער וואס איז שוין פארבליבן איינגעקריצט על לוח לבו זיין גאנץ לעבן.

כי הנה קול שועת בת עמי:
אנגעהויבן האבן זיך די צרות אלס זייענדיג א פוילישער בירגער איז ער פארטריבן געווארן צוריק קיין פוילין, און דארט האט זיך אנטפלעקט פאר אים דער אויפטרייסלענדער בילד וואס שפילט זיך אפּ אין געהיים פארן אידישן פאלק... ווי זיי שטייען רח״ל כצאן לטבח, מעשיסט, און מעהארגעט, מען שחט, און מעפארטיליגט מיט אלע סארטן מיתות משונות דאס פוילישע אידענטום.

קומענדיג פנים אל פנים מיט דעם שמייסעדיגן מציאות האט עס אים אויפגעטרייסלט ביזן טיפן געביין פון זיין זעהל - און זייענדיג בטבע א ווייכער הארציגער נאטור האט עס אים געכאפט אין א געפערליכער קאשמאר, טראכטענדיג וואס עס ערווארטעט ה״י דעם אייראפעאישן חלק כלל ישראל.

מיט חסדים רבים האט ער זיך ארויסגעגנבעט פון פוילין און צוריק געלאפן קיין מונקאטש אויפצוועקן ווי א געטרייער פאסטוך עדת מרעיו - און בכלליות דעם גאנצן אנגארישער אידענטום און זיי ברענגן צום געדאנק און קענטעניס, איבער די גרויסע צרה וואס שוועבט העכער זייערע לעבנס... דער טייוול אליינס קומט צו גיין אין זייער ריכטונג... און מעדארף זוכן אלע סארטן עצות און תחבילות אדער צו אנטלויפן אדער אויפקומען מיט סיי וועלכען סארטן עצה פאר רעטונג.

ויהי כאשר קרא ולא שמעו:
אבער צו זיין ביטערן ענטוישונג האבן די אונגארישע אידן נישט געוואלט הערן דעם אמת, און מיט היפש רעכט.! ווער וויל דען הערן אז מען פארניכטעט דעם אידישן פאלק יונג און אלט שוואך און שטארק מיט מיתות משונות, און דערנאך ווען די רשעים ווערן פארטיג אין פוילין קומען זיי מיט א געלאפּ צום דערנעבענדיגן אונגארן.

און אנשטאט מזאל אים הארכן, האט מען אים פארשריגן און פראבירט אפצומאלן אלס א ״נביא שקר״ ער האט פראבירט צו שאפן נויטיגע סכומים פאר הצלה אקציעס פאר די טויזענטער פוילישע פליטים האט מען ממש געלאכט פון זיינע ווילדע פאנטאזיעס...

רבי. האט אים א איד געזאגט, איר דארפט געלט פאר אייער ישיבה? מיר וועלן אייך געבן הארץ און גערן, אבער איר דארפט נישט פארדעם פאברעצירן אזעלכע שרעקעדיגע מעשיות...

אן אנדער איד האט נאכן אויסהערן דעם רב׳ס שרעקוועדיגע שילדערונגען וואס ער האט מיטגעזעהן וואס עס טוט זיך אלס אפּ אין פוילן, געגעבן פארן רב א ליידיגן אינטערגעשריבענעם טשעק, זאגענדיג: ״רבי איר קענט אריינלייגן וועלכן סכום איר ווילט... אבער איך גלייב אייך נישט קיין איין ווארט״....!!!

דער פאקט אז ער איז ארום געגאנגען שרייען געוואלד, הצלה... רבותי... עס ברענט... עס פלאקערט... כאפט אייך צאם מיט קינד אין קייט און לויפט ווי די פיס טראגן אייך פאר עס איז צו שפעט, און ליידער האט דער יד השם געפירט אז די אנגארישע אידן זאלן אים ווי כאילו לאכן אין פנים אריין האט אים ווי ערטוישט ממש. זאגענדיג אז סזעהט אויס אז דער פון אויבן וויל נישט אז איך זאל זיין א מנהיג א רבי.. ווען יא וואלט דער אויבערשטער געמאכט אז זיי זאלן מיך יא פאלגן.

למען הציל מידם:
אבער דאך איז אים געלונגען אויפצוועקן כמה מגדולי ישראל ובתוכם מרן הרה״ק מסאטמאר זצ״ל, און הרה״ק מדעעש זצ״ל ווי מהאט עוסק געווען בהצלת ישראל, צוזאמען מיט הגאון הצדיק רחמ״ד ווייסמאנדל זצ״ל. דער רב אליינס איז געווען אריינגעטון מיט אלע רמ״ח ושס״ה גידים מיט ראטעווען טויזנטער אידישע קינדער ווי דער סאטמאר רב זצ״ל זאגט דערויף א געוואלדיגע עדות אין א בריוו איבער זיינע פעולות כבירות לטובת אחינו בני ישראל.

למעשה אזוי ווי דער דייטש האט שוין אנגעהויבן דיקטירן אין אונגארן אויך, האט ער זיך אריבער געצויגן וואוינען אין די גרויסע שטאט פעסט, ווי עס איז געווען מער א פארזיכערט פלאץ פאר אים, זייענדיג א פוילישער בירגער אין מהאט אים געזוכט צו פארשיקן יעדן טאג.

שאו נס בארץ:
ווינטער תש״ד האט ער מחליט געווען אז כי בא מועד, כי בא אויב וצרה קרובה לעדת אחינו בני הונגריה, און עס איז געקומען די צייט צו אנטלויפן ווילאנג עס איז נאך דא די מעגליכקייט.

ט׳ אדר שנת תש״ד האט ער איבערגעלאזט דעם אונגארישן באדן וואס ער האט אזוי געהאפט אז כאטש נאך אפאר טויזנט אידישע קינדער וועלן זיך מיטכאפן און זיך ראטעווען צוזאמען מיט אים, אבער מאת ה׳ איז ליידער דער גורל פאר די יודן געווען אנדערש פארשריבן אין הימל.

אויפן וועג זיך אויפהאלטענדיג אין קושטא ביז איבער פסח, איז ער בשעה טובה אנגעקומען צום האפן פון עכו מיט זיין רעבצין און פינעף קינדער.

ביים האפן האבן אים אפגעווארט הרה״צ רבי שלום דוב טענענבוים זצ״ל - אב״ד מילדוי. וואס איז נאך געווען בידידות מיטן רב פון אונגארן, און מיט זיך האט ער מיטגעשלעפט זיינס א ידיד הרה״צ רבי עמרם בלויא זצ״ל. רבי עמרם האט קודם בשו״א נישט געוואלט גיין צוליב זיין קפידה נישט ארויס צוגיין פון ארה״ק - עכו איז אינדרויסן פון די גבולות ארה״ק, האט אים דער מילדויער רב געזאגט עלי ועל צווארי - דער עבירה וועט זיין אויף מיין אקאוינט, האט ער מסכים געווען לכבודו פונעם יונגן מונקאטשער רב ארויסצוגיין מקבל פנים זיין.

ואני בבואי מהונגריה מתה עלי.. בדרך אפרת:
נישט לאנג נאכן אנקומען קיין ארה״ק איז הרבנית בת קדושים שטארק קראנק געווארן, און אום כ״ו ניסן תש״ה לקח אותה אלוקים, איבערלאזענדיג רבי בורכ׳ל אין א פרעמד מקום נע ונד אן זיין הויף, אן זיין ישיבה, אן זיינע געטרייע חסידים, מיט פינעף קליינע פּיצלעך יתומים.

שפעטער האט ער זיך באזעצט אין תל אביב ווי די ביאלא חסידים האבן אים איבערגעגעבן דעם ביאלער ביהמ״ד, דארט איז ער באפריינדעט געווארן מיט האדמורים הרה״ק מבעלזא, מסאדיגורה, ממודזיץ, און מיטן הייליגן חזון איש זצ״ל.

בלב ימים גבוליך:
אין שנת תש״ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב בעיר סאן פאלא בראזיל מטעם המדינה, ווי ער האט אנגעפירט מיט אלע רבנישע אנגעלעגנהייטן און דיני תורה׳ס.

דארט אינעם ווייטן בראזיל האט ער אסאך אויפגעטון פאר די דערווייטערטע אידן, און ספעציעל האט ער געהאט מסירת נפש דורך צו פירן בריתן אין אלע עקן פון שטאט, ווי אויך איז ער געשטאנען אויף די שחיטה סזאל זיין מהודר.

בנו כ״ק האדמו״ר מדינוב שליט״א פארציילט אז טראץ וואס זיין טאטע האט זיך נישט געפירט באדמורת זינט נאכן קריג. איז אבער געווען צומאל וואס מען האט געקענט מיטהאלטן זיינע געהויבענע טישן אין תפילות כבשנים קדמניות, דאס איז געווען ווען ער פלעגט פארן מזמן לזמן קיין אמעריקא צו זיין צווישן חסידי מונקאטש וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג, דאן אין יענע זמנים האט ער געפּראוועט די טישן און ווארימע תפילות כבשנים כתיקונה.

אזוי אויך האט ער געפראוועט שבתים אין מאנטריאל, ווי הרה״ק מטאהש מיט די אלע חשובע מאנטריאלע רבנים זענען געזיצן ביים טיש פונעם אנהייב ביז צו די ענדע.

נסתלק ביום כ״ז כסליו - ג׳ ד׳חנוכה, שנת תשנ״ח.
ונטמן ליד אביו הרה״ק מפארציווא זצ״ל, בעיר פתח תקוה.

שלא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן ויעשה פרי לטובה:
השאיר אחריו דורות ישרים ומבורכים זרע ברך ה׳
ובניהם בניו האדמורים המפורסמים:
כ״ק מרן אדמו״ר רבי משה יהודא לייב ראבינאוויטש שליט״א - ממונקאטש. השוכן כבוד בעיר בארא פארק יצ״ו.


וכ״ק מרן האדמו״ר רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש שליט״א - מדינוב. השוכן כבוד בעיר וויליאמסבורג יצ״ו.
צוגעלייגטע
8973EAC8-A368-4360-A9C2-30EFE3EFC08B.jpeg
8973EAC8-A368-4360-A9C2-30EFE3EFC08B.jpeg (54.29 KiB) געזעהן 740 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 3:27 am

דער תוכן החומר איז גענומען געווארן פונעם קונטרס ״שמן למאור״ שאך הנה יצא לאור לרגל ההילולא ע״י מכון ״אור מקדם״ שע״י קהל דרכי תשובה דינוב - וויליאמסבורג יצ״ו

והוא ממה שסיפר בתולדותיו וקורת חייו, בנו כ״ק מרן האדמו״ר מדינוב שליט״א - בפני קהל ועדה במשך השנים בסעדות ההילולא בבית מדרשו.

מארגן וועל מיר בעז״ה ארויפשטעלן דעם קונטרס וואס איז גאר רייך מנופּה מיט איר תוכן און אינפארמאציע.
556A5B70-3F46-4267-AEEC-78A8E16D9E44.jpeg
556A5B70-3F46-4267-AEEC-78A8E16D9E44.jpeg (148.38 KiB) געזעהן 738 מאל

7E8F1A14-AD64-41C8-B9F6-648F38E6A32C.jpeg
7E8F1A14-AD64-41C8-B9F6-648F38E6A32C.jpeg (303.07 KiB) געזעהן 738 מאל

פרידן
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:51 am

רבניש האט געשריבן:נסתלק ביום כ״ז כסליו - ג׳ ד׳חנוכה, שנת תשנ״ח.
ונטמן ליד אביו הרה״ק מפארציווא זצ״ל, בעיר פתח תקוה.


הייסט ער זיין יארצייט איז די זעלבע טאג ווי זיין ברודער'ס די סטריזובער רב וואס איז אויך ג' דחנוכה כ"ז כסליו
viewtopic.php?t=34987
אינטערסאנטער זאך נישט געוויסט דערפין

אוועטאר
הבעש''ט
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 8:13 am

איז נישט זיין זון דעם מונקאטשער רב'ס יום הולדת די דריטן טאג חנוכה?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:44 am

מיטן מונקאטש דיין
צוגעלייגטע
download.jpg
download.jpg (5.89 KiB) געזעהן 572 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:45 am

בילד
צוגעלייגטע
מונקאטש.jpg
מונקאטש.jpg (48.95 KiB) געזעהן 572 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:46 am

בילד 2

(קרדיט: בינת נבונים)
צוגעלייגטע
רבי ברוך2.jpg
רבי ברוך2.jpg (41.88 KiB) געזעהן 569 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:47 am

בילד 3

(קרעדיט: בינת נבונים)
צוגעלייגטע
רבי ברוך3.jpg
רבי ברוך3.jpg (14.09 KiB) געזעהן 568 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:48 am

בילד 4

מיט רבי חנא פון קאלאשיץ

(קרעדיט: בינת נבונים)
צוגעלייגטע
scan0018.jpg
scan0018.jpg (50.78 KiB) געזעהן 476 מאל
רבי ברוך4.jpg
רבי ברוך4.jpg (36.38 KiB) געזעהן 566 מאל
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:50 am

בילד 5

עם ב"ב
צוגעלייגטע
מונקאטש (1).jpg
מונקאטש (1).jpg (15.63 KiB) געזעהן 562 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:51 am

בילד 6

(קרעדיט: בינת נבונים)
צוגעלייגטע
תמונה.jpg
תמונה.jpg (78.55 KiB) געזעהן 560 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:52 am

בית הכנסת של הרב אין פתח תקוה

(קרעדיט: בינת נבונים)
צוגעלייגטע
20112010.jpg
20112010.jpg (16.07 KiB) געזעהן 558 מאל
מונקאטש (2).jpg
מונקאטש (2).jpg (78.2 KiB) געזעהן 558 מאל
-אריאל צלמון -בית_הכנסת_מונקאטש_בפתח_תקוה.JPG
-אריאל צלמון -בית_הכנסת_מונקאטש_בפתח_תקוה.JPG (72.15 KiB) געזעהן 558 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:53 am

ציון אדמו"ר ממונקאטש
צוגעלייגטע
images.jpg
images.jpg (10.47 KiB) געזעהן 538 מאל
1ציון הרבי ממונקטש.jpg
1ציון הרבי ממונקטש.jpg (43.9 KiB) געזעהן 553 מאל
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:55 am

אסיפות רבנים אין בודאפעסט, נראים האדמורי"ם מסאטמאר ודעעש
צוגעלייגטע
file.jpeg
file.jpeg (25.71 KiB) געזעהן 545 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:00 am

פון דא
Wedding Invitaltion-R%27 Shapira%27s daughter.jpg
Wedding Invitaltion-R%27 Shapira%27s daughter.jpg (43.58 KiB) געזעהן 534 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:04 am

ישלהוסיף האט געשריבן:בילד 2

(קרדיט: בינת נבונים)


ביי די בר מצוה פון בנו בכורו הרב צבי נתן דוד.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:05 am

ישלהוסיף האט געשריבן:בילד 4

מיט רבי חנא פון קאלאשיץ

(קרעדיט: בינת נבונים)


בתוך השלושים לפטירת המנחת אלעזר, יוצאים מבית המנחת אלעזר.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:05 am

הבעש''ט האט געשריבן:איז נישט זיין זון דעם מונקאטשער רב'ס יום הולדת די דריטן טאג חנוכה?



ניין.

דאס איז יום א' דחנוכה.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:06 am

פרידן האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:נסתלק ביום כ״ז כסליו - ג׳ ד׳חנוכה, שנת תשנ״ח.
ונטמן ליד אביו הרה״ק מפארציווא זצ״ל, בעיר פתח תקוה.


הייסט ער זיין יארצייט איז די זעלבע טאג ווי זיין ברודער'ס די סטריזובער רב וואס איז אויך ג' דחנוכה כ"ז כסליו
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=34987
אינטערסאנטער זאך נישט געוויסט דערפין


ברודער פון איין מאמע.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:06 am

בילדער 4 -6
צוגעלייגטע
רבי ברוך 5.jpg
רבי ברוך 5.jpg (78.21 KiB) געזעהן 522 מאל
רבי ברוך 6.jpg
רבי ברוך 6.jpg (94.77 KiB) געזעהן 522 מאל
רבי ברוך 7.jpg
רבי ברוך 7.jpg (88.16 KiB) געזעהן 522 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:08 am

מיטן חזון איש (אויב דאס איז טאקע אים)
צוגעלייגטע
חזון איש מונקאטש.jpg
חזון איש מונקאטש.jpg (315.16 KiB) געזעהן 519 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:10 am

ביים די חתונות פון בניו הרביים ממונקאטש ודינוב
צוגעלייגטע
רבי ברון ממונקאטש.jpg
רבי ברון ממונקאטש.jpg (197.49 KiB) געזעהן 517 מאל
האדמו%27%27ר ממונקץ%27 פ%27%27ת זצ%27%27ל.JPG
האדמו%27%27ר ממונקץ%27 פ%27%27ת זצ%27%27ל.JPG (19.71 KiB) געזעהן 517 מאל
בחתונת הרב מדינוב.jpg
בחתונת הרב מדינוב.jpg (96.2 KiB) געזעהן 517 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:14 am

ישלהוסיף האט געשריבן:ביים די חתונות פון בניו הרביים ממונקאטש ודינוב


די ערשטע בילד איז נישט קלאר פונקטליך ווי דאס איז.
2 תנאים של בנו האדמו"ר ממונקאטש [ווערט געזעהן אויכעט האדמו"ר בעל חלקת יהושע מביאלא]
3 חתונה של בנו האדמו"ר מדינוב
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:16 am

נאך
צוגעלייגטע
רבי ברוךל.jpg
רבי ברוךל.jpg (4.03 KiB) געזעהן 501 מאל
Scan0002 (1).jpg
Scan0002 (1).jpg (58.37 KiB) געזעהן 501 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:18 am

ספר תנובות ברוך
צוגעלייגטע
ספר תנובות ברוך 2.jpg
ספר תנובות ברוך 2.jpg (5.65 KiB) געזעהן 410 מאל
ספר תנובות ברוך.jpg
ספר תנובות ברוך.jpg (201.08 KiB) געזעהן 417 מאל
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:23 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט