רבי יעקב יצחק הורוויץ - החוזה מלובלין זצ"ל -ט' אב תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:48 pm

הסרפד האט געשריבן:פונקט אזוי וואלט איר געקענט משער זיין אז דער ראפשיצער רב האט מען צו געלייגט א נאמן 'צבי'...

וה"ה ר"ר זושא, מאור עינים, אלע מנחם מנדל'ס וואס מ'האט גערופן מנדל, רבי דוד בידרמן מירושלים, ועוד הרבה

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:28 pm

איטשע האט געשריבן:אלס יונגערמאן האט מען עם גערופען ״ר׳ איציקל לאנצוטער״.
אדב מזה נראה, אז דער נאמען ״יעקב״ האט מען עם שפעטער צוגעגעבן, מחמת חולי צו וואס.

איר זענט אייך פילייכט טועה מיטן יוד הקדוש, וועלכער האט געהייסן בתחלה 'יצחק' און מען האט שפעטער ציגעגעבן 'יעקב' [אזוי שטייט אין די הקדמה צום ספר 'עטרה לראש צדיק' מנכדו זצוק"ל]

יום זה מכובד
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

בית מדרשו של החוזה בלאנצהוט

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:59 am

פארמאגט איינער אזא בילד?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:45 pm

הסרפד האט געשריבן:פונקט אזוי וואלט איר געקענט משער זיין אז דער ראפשיצער רב האט מען צו געלייגט א נאמן 'צבי'...


מען קען דאס נישט מסביר זיין אויף איין פוס.
ר׳ אשר׳ל ראפשיצער האט בלויז געהייסן אשר, ישעי׳ האט מען צוגעלייגט
דער קדושת לוי האט בלויז געהייסן יצחק, לוי האט מען צוגעלייגט
דער יוד הק׳ האט געהייסן יעקב, און יצחק האט מען צוגעלייגט
אפטער רב האט געהייסן יהושע העשיל, און אברהם האט מען צוגעגעבן
און די רשימה גייט ווייטער
פון רוב זענען דא הוכחות און ראיה׳ס און די רעשט לערנט מען אפ פון די אנדערע.

מנחם און מענדל איז א נאמען און א כינוי, נישט קיין צוויי באזונדערע נעמען
נפתלי און צבי איז אויך א נאמען און א כינוי אלס נפתלי אילה שלוחה
יחזקאל און שרגא איז אויךא א א נאמען און א כינוי

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 7:13 pm

איטשע האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:פונקט אזוי וואלט איר געקענט משער זיין אז דער ראפשיצער רב האט מען צו געלייגט א נאמן 'צבי'...


מען קען דאס נישט מסביר זיין אויף איין פוס.
ר׳ אשר׳ל ראפשיצער האט בלויז געהייסן אשר, ישעי׳ האט מען צוגעלייגט
דער קדושת לוי האט בלויז געהייסן יצחק, לוי האט מען צוגעלייגט
דער יוד הק׳ האט געהייסן יעקב, און יצחק האט מען צוגעלייגט
אפטער רב האט געהייסן יהושע העשיל, און אברהם האט מען צוגעגעבן
און די רשימה גייט ווייטער
פון רוב זענען דא הוכחות און ראיה׳ס און די רעשט לערנט מען אפ פון די אנדערע.

מנחם און מענדל איז א נאמען און א כינוי, נישט קיין צוויי באזונדערע נעמען
נפתלי און צבי איז אויך א נאמען און א כינוי אלס נפתלי אילה שלוחה
יחזקאל און שרגא איז אויךא א א נאמען און א כינוי

און דער מאור עינים האט געהייסן מנחם, נחום האט מען צוגעלייגט
דער ר"ר זושא האט געהייסן משולם, זוסיל האט מען צוגעלייגט
דער ר"ר שמעלקא מניקלשבורג האט געהייסן שמואל, שמעלקא האט מען צוגעלייגט
דער דגל מ"א האט געהייסן משה חיים, אפרים האט מען צוגעלייגט
רבי שלום שכנא מפראהבישט האט געהייסן שלום, שכנא האט מען צוגעלייגט
רבי יהודה מאיר משפיטיווקא האט געהייסן יהודה, מאיר האט מען צוגעלייגט
דער זלאטשובער האט געהייסן יחיאל, מיכל האט מען צוגעלייגט
און די רשימה ענדיגט זיך קיינמאל...

איך הייס טריס, קער האט מען צוגעלייגט...

וויפיל נאנסענס אין 1 תגובה און די סערווער האלט עס נאך אויס... :shock:

דער אפטער רב האט געהייסן "אברהם יהושע העשיל" מלידה!
"נפתלי" און "צבי" איז 2 אנדערע נעמען!
דער יוד הקדוש האט געהייסן "יצחק" (נישט יעקב), "יעקב" האט מען צוגעלייגט (נישט יצחק), זיין זוהן האט געהייסן "יעקב אשר", און אזוי איז אויסגעקומען 3 דורות מיטן נאמען "יעקב" מיט רבי "יעקב צבי" מפאריסוב.

ביטע האקט נישט אין טשייניק ווען ס'איז איינגעשטעקט...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 7:49 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:בית מדרשו של החוזה בלאנצהוט
פארמאגט איינער אזא בילד?

דאס מיינסטו?
צוגעלייגטע
Łańcut_Synagoga_MZW_100_5483.jpg
Łańcut_Synagoga_MZW_100_5483.jpg (714.13 KiB) געזעהן 243 מאל
Łańcut_synagoga_01.jpg
Łańcut_synagoga_01.jpg (200.06 KiB) געזעהן 243 מאל

יום זה מכובד
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג פאברואר 26, 2018 5:12 am

טריסקער האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:בית מדרשו של החוזה בלאנצהוט
פארמאגט איינער אזא בילד?

דאס מיינסטו?

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען דארטן, אויב דאס איז דער פלאץ איז מיין איך דאס.
איז דאס טאקע די פלאץ?

יום זה מכובד
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג פאברואר 26, 2018 5:14 am

יום זה מכובד האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:בית מדרשו של החוזה בלאנצהוט
פארמאגט איינער אזא בילד?

דאס מיינסטו?

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען דארטן, אויב דאס איז דער פלאץ איז מיין איך דאס.
איז דאס טאקע די פלאץ?

איך האב באקומען א בילד פון דער שטוב פון הרה"ק מלובלין אין לאנצהוט.
ווייסט איינער אויב די שטוב שטייט נאך היינט צוטאגס?
ביתו נאוה קודש של הרה''ק מלובלין בעיר לאנצהוט.JPG
ביתו נאוה קודש של הרה''ק מלובלין בעיר לאנצהוט.JPG (185.29 KiB) געזעהן 200 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט