דער חשוב'סטע קרקע אינ'ם בית החיים פאר'ן לובלינער זי"ע.
ווי עס איס באוויסט, האט דער חוזה געהאט אסאך קעגנערס פון די מתנגדים טאקע אין זיין שטאט לובלין. אויך דער לובלינער רב הרה"ק ר' עזריאל האראוויץ, וועם מען האט גערופן "דער אייזערנער קאפ", כאטש ער האט מחשיב געווען דעם רבי'ן און געהאט פאר אים דרך ארץ, איז ער אים דאך געווען א קעגנער אלס מתנגד.
- ווען דער הייליגער חוזה איז מסתלק געווארן, איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן זיינע חסידים אין די קהילה, מיט די "חברא קדישא" לייט, וואס זענען אויך געווען ביטערע מתנגדים.
איז דארט געווען הרה"ק ר' נפתלי צבי פון ראפשיץ זי"ע, פון די גרויסע תלמידים פונ'ם רבי'ן פון לובלין, וואס איז אויך געווען באוויסט אלס א געטליכער חכם, האט ער זיך געמאכט ווי איינע פון די מתנגדים, ער האט אהנגעהויבען צו רעדן אויף די חסידים, און געזאגט אז זיי זענען עזות פנים'ער און נאר אלס מורא האט ער געמוזט קומען צו פאהרען צום רבי'ן.
ער האט זיי אזוי לאנג איינגערעדט אז זיי האבן זיך געלאזט פארנארן פון איהם און טאקע איהם האבן זיי אויסגעקליבען ער זאל גיין צוזאם מיט'ן לובלינער רב –דער אייזענע קאפ- אויס צו זוכען א פלאץ און קרקע ווי צו לייגען דעם הייליגען לובלינער.
זיי זענען געגאנגען אויפן בית החיים, און דער ראפשיצער רב האט געהאלטען א שויבעל אין זיין האנט, און ביי יעדן חשוב'ן ארט ווי זיי זענען אדורך האט ער געפרעגט: זאל איך דא גראבען?
און דער גאון ר' עזריאל האט זיך אלס גערעגט אויף איהם.
ביז זיי זענען צוגעקומען צום פלאץ ווי עס איז געוועהן דער הייליגער קבר פון הרה"ג ר' שכנא פון לובלין, האט דער ראפשיצער מיט זיין קדושה דערשפירט די קדושה פון דעם פלאץ, האט ער געגעבען א פרעג: זאל איך דא גראבען? שוין עס וועט שוין זיין גוט דא אויך!
דער גאון ר' עזריאל האט צוליעב די פונסטערקייט און פון תענית שוואכקייט [עס איז דאך געוועהן תשעה באב] נישט באמערקט ווער עס ליגט דארט, האט ער מסכים געוועהן,
האט דער ראפשיצער שנעל אהנגעהויבען צו גראבן דארט, - דערווייל האט מען זיך געכאפט אז דער פלאץ איז דער שענסטער און חשוב'סטער פלאץ, האט דער גאון ר' עזריאל געוואלט צוריק ציען, דער ראפשיצער רב האט אבער נישט געוואלט אוועק גיין פןו דארט, און ער האט געגראבען שנעל מיט אלע כוחות, און ער האט געזאגט, אז דאס וועט ער אויספיהרען מיט מסירת נפש, און אוועק געבען זיין לעבן דערויף.
ווייל דער הייליגער לובלינער פלעגט ביי יעדע עת צרה הייסן גיין מתפלל זיין אויפן קבר פון הרה"ג ר' שכנא, - ער האט געזאגט – אז אלע גדולים וואס זענען דארט נקבר געווארן זענען שוין אריבער קיין ארץ ישראל, נאר ער אליין הרה"ג ר' שכנא איז איבער געבליבען צו באשיצן די שטאט פון שריפות און אנדערע אומגליקען וואס זאלן נישט געשעהן. זי"ע.