בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2014 1:53 pm
דורך תרנגול
ארויפגעברענגט לרגל יומא דהילולא קדישא. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
אין וויזניץ איז באוויסט עפעס א מאמר פונעם אמרי חיים זצ"ל אז ווען מ'וואלט געוויסט ווי גרויס דער טאג איז מסוגל אויף ישועות וואלט מען געקומען צו לויפן מיט קוויטלעך פון אלע עקן וועלט (עפעס אזוי...). ווייסט עמיצער עפעס מער איבער דעם? א קלארע מקור? אן עובדא דערוועגן?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 1:35 pm
דורך סתם אזוי
געוויסע אייניקלעך פונע'ם אהבת שלום זי"ע גייען נישט ארויף לציון קדשו, ווייסט איינער א פונקליכע טעם?
ס'דא עפעס א מעשה אז זיין זוהן די הייליגער תורת חיים זי"ע איז אמאל ארויף צו זיין ציון און דער פאטער דער אהבת שלום האט אים עפעס געזאגט אז ס'איז אים זייער איינגענעם דארט אויבן און ער וויל אז ער זאל אויך קומען, זייט דעמאלטס איז ער מער נישט געגאנגען.
ווייסט איינער מער פרטים?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 1:37 pm
דורך קנאפער ידען
סתם אזוי האט געשריבן:געוויסע אייניקלעך פונע'ם אהבת שלום זי"ע גייען נישט ארויף לציון קדשו, ווייסט איינער א פונקליכע טעם?
ס'דא עפעס א מעשה אז זיין זוהן די הייליגער תורת חיים זי"ע איז אמאל ארויף צו זיין ציון און דער פאטער דער אהבת שלום האט אים עפעס געזאגט אז ס'איז אים זייער איינגענעם דארט אויבן און ער וויל אז ער זאל אויך קומען, זייט דעמאלטס איז ער מער נישט געגאנגען.
ווייסט איינער מער פרטים?

זאגסט דאך דער מעשה, וואס איז שייך מער פרטים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:03 pm
דורך סתם אזוי
זיי זאגען אז דער אמרי חיים פלעגט זאגן אז מ'ווייסט נישט קיין פונקטליכע טעם פארוואס מ'גייט נישט ביי אונז ארויף, משמע די מעשה איז נישט אמת אדער וואס.