בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 4:26 pm
דורך בן בוזי
ר' משה מקאסוב בעל לקט עני
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 4:27 pm
דורך בן בוזי
ר' חיימ'ל מקאסוב הי"ד דער לעצטער קאסובער רבי פארן קריג
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2008 5:05 pm
דורך שטיקל גבאי
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 1:44 pm
דורך סלונימער
כ"ק האדמו"ר מקאסאב(י-ם) הרה"צ ר' מנחם מענדל מונדרער שליט"א ביים כותל א' דסליחות תשס"ח מיט זיין זון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 1:58 pm
דורך בן בוזי
וואס איז זיין שייכות קיין קאסוב?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 8:29 pm
דורך סלונימער
האמת ווייס איך נישט,נאר אזוי רופט מען אים דא אין ירושלים.ער איז המחותן פונעם פריערדיקען תולדות אהרון רבי'ן בעל "דיברי אמונה" זי"ע און אויכעט המחותן פונעם תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א.א גרויסער מכניס אורחים,צענדליקע חסידישע יונגעלייט און ארעמע אידן פון ירושלים עסן ביי אים סעודות יעדן שבת.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2008 5:06 pm
דורך יודל מענדלזאהן
אין ספר ייטב לב פר' לך לך ווערט געברענגט: איך האב געהערט אז דער הייליגער צדיק מו"ה רבי מנחם מענדל זלה"ה פון קאסוב פלעג זאגן, "לכן בכל לב ובכל נפש ובכל מאודו נמליכו וניחדו" – אין לכן אלא שבוע (שמות רבה ו, ד) דער ווארט "לכן" איז א לשון פון א שבועה, "איך שווער אז מיטן גאנצן הארץ און מיטן גאנצן זעהל אז 'נמליכו וניחדו'."
-
ער ווערט דערציילט אז ווען דער הייליגער קאסובער רבי איז געווען צוגאסט ביי זיין שוואגער הרה"ק רבי אורי פון סטרעליסק (אן איידעם ביים קאסובער'ס פאטער רבי יעקב קאפיל חסיד זיע"א בזיוו"ש) זענען זיי געזעצן ביי א ראש חודש טיש אינאיינעם מיט נאך צדיקים. אינמיטן סעודה האט איינער פון די צדיקים אנגעלעהנט זיין האנט אויפ'ן אקסל פונעם הייליגן קאסובער. האט דער סטרעליסקער שרף א געשריי געגעבן: נעם שנעל אראפ דיין האנט פון זיין אקסל, ער איז דאך משיח בן דוד!
-
האט געזאגט דער הייליגער קאסובער: ווען איך האלט אינמיטן לערנען תורה מיט א געוואלדיגער טיפקייט וואס גרייכט ברומו של עולם, און אינמיטן דעם לערנען, אז עס געפינט זיך א מענטש, אפילו א גאר פשוטער מענטש, וואס האט א שטיקל עגמת-נפש, און ער וויל רעדן מיט מיר א האלבע שעה זיך אויסצורעדן זיין ווייטאג, דאן שטעל איך אוועק מיין תורה און מיין גאנצע גדלות, אבי טאן א טובה פאר א איד.
-
עס איז באקאנט די מעשה אז אמאל זענען געקומען מענטשען צום הייליגן רבי'ן מיט טענות אויף א געוויסער שוחט אז ער טויג נישט אין אידישקייט. אביסל שפעטער איז געקומען א איד און ממליץ טוב געווען אויף דעם שוחט פאר'ן רבי'ן, און ערקלערט אז די גאנצע מלשינות שטאמט פון אן אומזיסטע קנאה-שנאה, און זיינע פיינט האבן סתם ארויסגעגעבן אויף אים א שלעכטע קול. דער לעצטער האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל נישט מעביר זיין דעם שו"ב פון זיין פאסטן און ער זאל נישט מאכן דעם שוחט פארלירן דעם פרנסה, און דער רבי האט אים טאקע צוגעזאגט.
זענען געקומען די ערשטע מיט טענות, היתכן דער רבי גלויבט א יחיד ווי איידער זייערע רייד כאטש זיי זענען א רבים? עס ווערט דאך גע'פסק'נט 'יחיד ורבים הלכה כרבים', ממילא דארף דער רבי אננעמען זייערע טענות און פארשיקן דעם שוחט פון אמט.
האט דער רבי געענטפערט: עס שטייט אין פר' וירא אז דער אויבערשטער אליין האט געהייסן פאר אברהם אבינו "קח את בנך... והעלהו שם לעולה", אז אברהם אבינו זאל מקריב זיין יצחק פאר א קרבן עולה. אברהם האט טאקע נישט געפוילט, נאר וישכם בבוקר, און דערנאך ויבקע עצי העולה, און אויפ'ן בארג האט ער געבינדן יצחק, און ויקח את המאכלת לשחוט. און ווען אלעס איז גרייט, ער האלט אים שוין ביים שעכטן און אט, קומט צו גיין איין מלאך און זאגט אים: אל תשלח ידך אל הנער, שעכט אים נישט! און אברהם אבינו פאלגט דעם מלאך אנשטאט צו פאלגן דעם ציווי השם, וואס דאס איז דאך זיכער א פיל גרעסער חילוק ווי א יחיד קעגן א רבים. נו, היתכן? דברי המלאך ודברי הקב"ה, דברי מי שומעים?
נאר פון דא לערנען מיר, האט דער רבי אויסגעפירט בזה"ל: "אז א מענטש צו קוילען (הארגענען) מוז מען הערן פון השי"ת אליין. און נאך דעם וואס ער האט געהייסען, אז עס וועט קומען א קליין מלאכ'ל און וועט זאגן נישט קוילען, זאל מען גיכער פאלגען דאס קליינע מלאכ'ל, דעם מענטש נישט צו קוילען, ווי איידער יא"! (עשר צחצחות)
-
אמאל איז דער רבי אריין אין בית מדרש, און האט געהערט ווי איינער פון די חסידים זאגט די מעמדות ליום א', און ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "וקיפחתי את פרנסתי" האט זיך דער חסיד צ'וויינט מיט גרויס כונה. האט אים דער רבי געזאגט: שוטה איינער, דו ווייסט דאך נישט וואו צו וויינען. פארוואס האסטו נישט געוויינט ביי די פריערדיגע ווערטער "הרעותי את מעשי"? ווען דו וואלסט דארט געוויינט און תשובה געטוהן דערויף, וואלסטו דאך אוודאי געהאט די ריכטיגע ישועה! (הקדמת תהלים "שערי פרנסה טובה" – ר' יעקב זאב ראטשטיין זצ"ל - א תלמיד פון אהבת שלום)
----
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 6:14 am
דורך כתר ישועה
בן בוזי האט געשריבן:זיינע קינדער זענען געווען
ר' חיים מקאסוב בעל תורת חיים אבי בעל הצמח צדיק ראש שושלת ויזניץ
ר' דוד מזאבילטוב חתן הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב
ווער נאך זענען געווען זיינע קינדער?
ר' דוד זאבליטאווער איז דעם שווער פון ר' משה צבי סאווראנער. דער סאווראנער משפחה נאמען איז געווען במקורו 'גאטטערמאנן' אאון לכבוד חמיו האט ער דאס פארטוישט אויף 'האגער'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:11 pm
דורך מיללער
די מציבה פונעם אהבת שלום אין קאסוב, געפונען און צוריקגעשטעלט געווארן נאך די קריג (קרעדיט; אתרוג)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 05, 2009 2:20 pm
דורך ברוקלין
ווי באקאנט האבען די קאסובער אין וויזניצער רבי'ס אויפגעשטעלט די יודישקייט אין חסידות אין מרמרוש. דער תורת חיים זי"ע האט געמאכט די תקנות פאר שוחטים מקוואות חדרים; אין רוב יודען פלעגען פארן צי עם. וועגן דעם האבן די חסידים געהאלטען אויב איינער רירט אביסל די תקנות אין מנהגים וועט נישט זיין גיט פאר יודישקייט, ווייל דע תקנות אין מנהגים איז געווען וואס האט דאס אויפגעשטעלט אין געהאלטען. (בערך אזוי ווי סאטמאר דא אין אמעריקע).
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 3:35 pm
דורך farshlufen
מקום מנוחת אדמור"י קאסוב:
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 10:26 am
דורך מיללער
דער בילד קומט פונעם ביסטריצער יזכור בוך, ווער קען מיר אויסלייענען וועם מ'זעהט דא, איז דאס ר' מענדל מווישאווא בן האהבת ישראל, אדער נאר זיין גבאי, און ווער איז ר' יוסף דוד האגער מחותנו של ר' משה שפיץ מביסטריץ, דער נשוא פנים אין צענטער?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 11:44 am
דורך ביקסאד
דער מיט די לאנגע ווייסע בארד איז דער בעל שארית מנחם מ'ווישאווא.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 11:02 pm
דורך הער שליוואוויץ
איז ער געגאנגען מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 03, 2010 8:41 am
דורך פרעגער
הער שליוואוויץ האט געשריבן:איז ער געגאנגען מיט ווייסע זאקען אינדערוואכן?
לחיים ולברכה 'מר שליבוביץ' - יהא בואכם לשלום.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 1:20 pm
דורך מיללער
כ"ק אדמו"ר תורת חיים שלי"טא קומט אויף דעלאטין לכ' שבת מברכים אדר תרפ"ח
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/2upפון וועם איז די רעדע פונקטליך?
מישט דארט ווייטער, אן אוצר פון בריווען פון עמיצער ר' שמעלקא סאק זעהט אויס ווי א משב"ק אין קאסוב
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 1:24 pm
דורך שמעלקא טויב
אפשר דער אנטאניער רבי?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 1:30 pm
דורך תרנגול
די רעדע איז פון ר' חיים מקאסוב זצ"ל דער לעצטער קאסובער רבי פארן קריג. בן בוזי האט שוין געברענגט א בילד פון עהם בערך 10-15 תגובות צוריק
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 14, 2010 2:55 pm
דורך בן בוזי
אן איינלאדענונגס קארטל פאר הרב מח"א בלאך צו אנטייל נעמען אין א סעודת הילולא לכבוד ר' יעקב שמשון מקאסוב בבהכ"נ של קאסאווער 229 4'טע סטריט (ברוקלין? מאנהעטן? אדער וואו?)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 15, 2010 3:30 pm
דורך פרעגער
צום יאהרצייט סעודה פון ר' משה'לע קאסובער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 25, 2010 2:06 pm
דורך נחמן נתן
סלונימער האט געשריבן:כ"ק האדמו"ר מקאסאב(י-ם) הרה"צ ר' מנחם מענדל מונדרער שליט"א ביים כותל א' דסליחות תשס"ח מיט זיין זון.
הר"ר פנחס יוסף שליט"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 12:05 am
דורך סטרעטענער אייניקל
שמואל'יק'יל האט געשריבן:דער היינטיגע רבי'ס וואס זיי זענען קאסובער אייניקלעך , וואס כ'האב געטראפן ביז יעצט
כ"ק אדמו"ר מויזשניץ ב"ב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מויזשניץ מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסערעט ויזשניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מאנטעניא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א
כ"ק אדמו"ר משאץ ויזשניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א
ווער ס'האט וואס מוסיף זיין תבוא עליו הברכה
גם האחים האדמורים מגאלאנטא ומבארשטין הם קאסובער אייניקלאך : אביהם רבי זיידא אייכנשטיין מבארשטין-פאדהייץ, בן הרה"ק רבי יצחק א. מנחם מפאדהייץ, חתן הרה"ק רבי נחום מבארשטין-סטרעטין,חתן הרה"ק רבי צבי הירש מפאנטשניזין,בן הרה"ק מזאבלטוב, בן האהבת שלום זי"ע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 28, 2010 8:59 am
דורך נחמן נתן
צ"ל כ"ק האדמורי"ם מסאווראן שליט"א
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 5:45 pm
דורך משה פאלאפל
איך זעה אז דא ווערט געברענגט מער ווייניגער אלע אינפארמאציע פון די גאנצע קאסובע שושלת.
אן אינטרעסאנטע שער בלעטל פון א קונטרס'ל וואס איך האב געטראפן צווישן מיינע ארכיוון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 3:28 pm
דורך מיללער
דעם ספר האב איך יעצט געטראפן אויף היברו-בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/51212געדרוקט דורך ר' מנחם מענדיל האגער פון מונקאטש ב"ר נפתלי מווישאווא ב"ר אברהם חיים ב"ר צבי הירש אב"ד פעטשיניזין ב"ר דוד מזאבלטוב בהרמ"מ מקאסוב זצ"ל