רבי מנחם מענדיל מקאסוב זצ"ל בעל אהבת שלום, ויוצ"ח שושלת קאסוב - י"ז חשון תקפ"ו-

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מנחם מענדיל מקאסוב זצ"ל בעל אהבת שלום, ויוצ"ח שושלת קאסוב - י"ז חשון תקפ"ו-

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' מנחם מענדיל מקאסוב בעל אהבת שלום זצוק"ל - י"ז חשון
ואלה תולדות: הרה"ק רבי מנחם מענדל מקאסוב, איז געבוירן געווארן שנת תקכ"ח בערך צו זיין טאטן הרה"ק ר' יעקב קאפיל פון קאלאמיי זצוק"ל וועמען מען האט גערופן רבי קאפיל חסיד [דער בעל תפלה ביים בעש"ט הק' זצוק"ל]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי משולם פייבוש זבארישער זצוק"ל, מחבר ספה"ק יושר דברי אמת.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער "עטרת צבי" פון זידיטשוב זיע"א פלעגט ווי באקאנט דאווענען זייער לאנגע שמונה עשרה'ס, יעדן ערב שבת קודש ביי מנחה פלעגט ער קענען שטיין, און דאווענען די שמנה עשרה צוויי דריי שעה און אפילו מער.
אויך פלעגט זיין דער מנהג ביים 'עטרת צבי' אז ער פלעגט האבן פאר זיך זיין זייגער'ל, און ער פלעגט טאפן דאס זייגער'ל און קוקן דערויף אינמיטן דאווענען, פארשטענדליך האט ער געהאט דערביי גרויסע כוונות.
דער אהבת שלום האט געהאט א איידעם הגה"ק ר' גרשון זיע"א אבדק"ק קאלאמייא, און אין זיין יוגנט איז ער געווען רב אין ראזלא. איינמאל איז דער 'עטרת צבי' געווען אין ראזלא, און עס האט זיך געמאכט, אז דער זייגערל פון דעם 'עטרת צבי' האט זיך צובראכן, האט דער גבאי עס געגעבן פאר א זייגער מאכער, ער זאל עס זען צו פארריכטן.
עס איז געקומען ערב שבת קודש, און דער זייגער מאכער איז נישט אנגעקומען צו פארריכטן דעם זייגער פון דעם 'עטרת צבי', דער פאכמאן האט גוט געוואוסט, אז דער זייגער'ל פאר דעם 'עטרת צבי', מיינט נישט פשוט צו קענען זען וויפיל אזייגער עס איז, נאר עס באדייט אסאך העכער'ס פון דעם און ספעציעל ביי די שמנה עשרה'ס פון ערב שבת קודש, וואס דעמאלטס פארארבעט דער עטרת צבי גאר געהויבענע מעשים, און מען מוז זעהן צו האבן דא א זייגער.
דער זייגער מאכער האט געהאט ביי זיך א זייגער, וואס דער רב פון שטאט ר' גרשון האט אים געגעבן צו פאררעכטין, און ער האט עס שוין פארראכטן, האט ער אויף דערווייל געבעטן רשות פונעם רב, צו קענען געבן דעם זייגער'ל, פאר דעם עטרת צבי, ביז ווילאנג זיין זייגער'ל ווערט פערטיג.
יענע ואך ערב שבת קודש ביי מנחה, האבן די אנוועזנדע באמערקט, ווי דער עטרת צבי קוקט אויפ'ן זייגער'ל מער ווי געווענליך, און מיט גרויס חביבות, אזויווי מען ענדיגט דאווענען, שיקט דער עטרת צבי רופן דעם זייגער מאכער, און פרעגט אים קלאר: וועמענס זייגער איז דאס? דער פאכמאן האט זיך אנטשולדיגט, און געזאגט: אין בין נישט אנגעקומען צו פאררעכטן דעם רבינ'ס זייגער און איך האב געוואוסט אז דער רבי מוז האבן א זייגער האבן איך - מיט רשות - געגעבן פאר'ן רבי'ן דעם זייגער פונעם רב ר' גרשון.
דער עטרת צבי האט געשיקט רופן ר' גרשון און ער פרעגט אים: פון וואו האט איר די זייגער, האט דער רב געענטפערט איך האב עס בירושה פון מיין שווער דער הייליגער אהבת שלום פון קוסוב!
זאגט אים דער עטרת צבי, יעצט איז מיר שוין אלעס פארשטענדליך, איך האב געקוקט אויפ'ן זייגער'ל און איך האב געזען אז עס איז פיל מיט הייליגע כוונות און יחודים, און עס איז נישט מיין זייגער, יעצט אז איר זאגט מיר אז עס איז די זייגער פון אייער שווער, איז שוין אלעס פארשטענדליך!

ענדליך צו דעם ווערט דערצילט, בשעת'ן מסיבת אירוסין וואס דער עטרת צבי האט געשלאסן מיט ר' דוד זאבילטאווער פון די יונגערע זון פון דעם אהבן שלום, דער שידוך איז געשלאסן געווארן אין שטאט זידיטשוב. האט זיך געמאכט אז דער מחותן ר' דוד'ל זאבילטאווער האט ארויסגענומען זיין טאבאק פושקע, צו שמעקן טאבאק, האט דער מחותן דער עטרת צבי געבעטן א שמעק טאבאק.
אזויווי ער שמעקט נאר, פרעגט ער פונ'ם מחותן: פון וואנעט קומט דער טאבאק פושקע, עס האט עפעס א ניצוץ פון דער משכן וואס בצלאל האט געמאכט? ענטפערט אים רבי דוד'ל, דאס האב איך בירושה פון מיין טאט'ן דער אהבת שלום און האב געהערט אז ווען דער טאטע האט געלאזט מאכן דעם טאבאק ושפקע האט ער געגעבן פאר דעם פאכמאן א שטיק זילבער, און ער האט אים באפוילן צו מאכן פון די שטיק זילבער א טאבאק פושקע, און ער זאל גארנישט צו לייגן קיין זילבער, און ער זאל גארנישט אראפ נעמען, אזוי אויך האט ער אים באפוילן פונקטליך וויפיל, ער זאל האקן מיט זיין האמער בשעת'ן מאכן די כלי, און א גאנצע צייט איז מיין טאטע געשטאנען דערביי און נישט אראפגענומען קיין אויג.
'יעצט שטימט שוין אלעס' האט דער עטרת צבי אויסגעפירט 'בשעת ער האט געלאזט מאכן דעם טאבאק פושקעלע האט ער מייחד געווען די יחודים וואס בצלאל האט זיך באניצט ביים אויפבויען דעם משכן'!
*
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק זיע"א באקאנט אלס 'דער שרף' פון סטרעליסק, איז געווען גאר שטארק נאנט מיט זיין שוואגער דער 'אהבת שלום. און ער האט געזאגט אויף אים גאר גרויסע זאכן, ווען דער אהבת שלום האט חתונה געמאכט זיין אויבנדערמאנטע זון הרה"ק ר' דוד איז דער שרף דעמאלס געקומען קיין זלאטשוב, וואו די גרויסע חתונה איז פארגעקומען, ביי די חתונה האט איינער פון די אנוועזנדע רבנים ארויפגעלייגט זיין האנט אויפ'ן אהבת שלום'ס אקסל.
ווען דער שרף האט דאס געזען האט ער גאר שטארק מקפיד געווען אויף יענעם, ער האט געזאגט צו אים: איר ווייסט דען נישט אז מיין שוואגער איז בבחינת מלכות, ווער וואגט זיך ארויפצולייגן די הענט אויף זיינע אקסלען?!
דער שרף האט זיך אמאל אויסגעדריקט: אמת אז שבת בייטאג ווען מען זאגט 'כתר' איז מיין כח גאר גרויס אין די עולמות העליונים, דאך אבער, איז מיין שוואגער'ס כח פרייטאגצונאכטס גרעסער, און בפרט ווען ער זאגט די שבעה קולות (ביי מזמור לדוד הבו לה' בני אלים וגו' קול ה' וגו') וואס דעמאלטס איז ער ממש בוקע רקיעים! זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צדיק הרה"ק רבי מנחם מענדיל מקאסוב זצוק"ל איז געווען אויפ'ן וועג צום שטאט סקאלא. מיד און אפגעמאטערט פון די טרדות הדרך האט ער זיך פאמעלאך געשלעפט צופיס איבער די וועגן וועלכע פירן קיין סקאלא, און פון צייט צו צייט האט ער ערשעפט אויפגעהויבן זיינע אויגן און געקוקט אויב דער שטאט זעט זיך נאכנישט אטן אינעם ווייטן האריזאנט.
אין סקאלא האבן זיך אויף יענעם שבת פארזאמלט א ריזן המון פון אידן, חסידים און אנשי מעשה. אויך די גרויסע תלמידים פון הרה"ק רבי וועלוול זבארישער זצוק"ל, וועלכער האט יענעם שבת זיך אויפגעהאלטן אין שטאט. אויך הרה"ק רבי מנחם מענדיל האט זיך שוין פריה אין וואך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג כדי צו קענען שבת-האלטן אינעם מחיצה פון זיין הייליגן רבי'ן, רבי וועלוול זבארישער .
דאנערשטאג נאכט, רבי מנחם מענדיל איז שוין עטליכע מייל פון סקאלא. איבער די וועגן וועלכע ציען זיך לאנגזאם הינטער אים, האט זיך שוין פון לאנג אראפגעלאזט דער נאכט, און אויפ'ן גאס הערשט א טיפער פינסטערניש. מיט די לעצטע כוחות דערשלעפט זיך רבי מענדיל צו א דערבייאיגן קרעטשמע וואו ער וועט בעטן א געלעגער איבערצונעכטיגן.
עס איז שוין שפעט אין דער נאכט, אבער דער קרעטשמער, דער איד, שלאפט נאך נישט. אומעטיגע מחשבות עגבערן אים און לאזן נישט צורוה. אין שטוב הערשט א שרעקליכער ארעמקייט, פון די אנדערע צימער הערט זיך די הונגעריגע קרעכצן פון זיינע אומשולדיגע קינדערלאך, וועלכע האבן שוין עטליכע טעג נישט פארזוכט א ביסן ברויט. אויך דער פריץ פון וועמען ער האט אפגעדינגען דעם קרעטשמע וויל שוין נישט ווארטן מיט די שכירות, און דראעט אים מיט די גאנצע פאמיליע אריינצואווארפן אין פינסטערן תפיסה-קאמער פון וואו זיי וועלן שוין מסתמא נישט זעהן דעם שיין פון דעם זון.
פלוצלינג דערהערט זיך א שטילן קלאפ אין טיר. דער קרעטשמער וואכט זיך אויף פון זיינע געדאנקען און עפנט דעם טיר. "מ'קען אפשר נעכטיגן דא?" פרעגט דער פרעמדער מיט א בעטנדיגער בליק, א פארצווייפלטער ווייזט דער קרעטשמער פאר דעם אורח אריינצוקומען און אנטשולדיגט זיך אז ער האט אים נישט מיט וואס מכבד צו זיין, וויבאלד ביי אים אין שטוב הערשט א שרעקליכער דחקות.
דער רבי ר' מנחם מענדיל האט אויסגעהערט די ווערטער וועלכע דער מכניס-אורח האט צו אים געזאגט, און דער צער פון דעם איד'ן האט צעריסן זיין הארץ. אויפ'ן הארטן געלעגער, וואס דער קרעטשמער האט אים צוגעוויזן, האט דער רבי נישט געקענט פארמאכן אחן אויג. דאס געוויסן האט אים נישט געגעבן קיין מנוחה פון דעם איד'ס ליידן.
דער מארגנשטערן איז אויפגעגאנגען, און רבי מנחם מענדיל האט זיך געגרייט פארצוזעצן זיין וועג קיין סקאלא. מיט גרויס מיטלייד האט ער זיך געזעגנט פונעם קרעטשמער און אים ווארעם אנגעוואונטשן אז דער באשעפער זאל זיך אויף אים דערבארימען און ער זאל אינגיכן געהאלפן ווערן מיט א ישועה.
ווי-נאר רבי מנחם מענדיל האט זיך גענומען דערווייטערן פונעם קרעטשמע, האט זיך פון הינטער אים דערהערט א קול פון א וואגן וועלכע קומט אין זיין ריכטונג. אויפהויבנדיג זיינע אויגן האט ער געזען ווי אן איינגעשפאנטער פיאקער לויפט און דערנענטערט זיך צו אים. אינעם וואגן איז געזעצן א רייך-געקליידעטע איד וועמענס געשטאלט האט מעיד געווען אויף זיין גרויס עשירות.
דער וואגן האט זיך אפגעשטעלט הארט נעבן רבי מנחם מענדיל: "וואו גייט א איד"? האט דער איד אראפגעשריגן פון פערד. "קיין סקאלא צום רבי'ן" - האט רבי מנחם מענדיל געענטפערט. ווי דער איד האט עס דערהערט האט ער זיך שטארק דערפרייט, און פארבעטן רבי מנחם מענדיל ארויפצוקומען אויפ'ן וואגן, ווייל אויך ער פארט אהין אויף שבת.
רבי מנחם מענדיל איז אבער געבליבן שטיין. ער וועט נישט ארויפגיין, האט ער קלאר געזאגט צו דעם איד, ווילאנג ער וועט אים נישט דערלאנגען צוואנציג רובל אויסלייז געלט פאר דעם אומגליקליכן קרעטשמער. צוערשט האט עס דעם עושר שטארק פארדראסן וואס דער אינגערמאן בעט אים גאר געלט, ווי גלייך ער זאל דארפן זיך בעטן ביי אים מיטצוקומען, אבער ווען רבי מנחם מענדיל האט אים קלאר געמאכט אז ער נעמט נישט חלילה דאס געלט פאר זיך און ער האט אים דערציילט דעם איד'ס מצב, האט דער עושר באלד מסכים געווען, און ער האט דערלאנגט פאר רבי מנחם מענדיל צוואנציג רובל כדי ארויסצוהעלפן דעם ארימען קרעטשמער אין זיין נויט.
די צוויי, דער רבי ר' מנחם מענדיל אינאיינעם מיט דעם איד, דער עושר, האבן זיך שוין נישט אוועקגערירט פון דארט ביז זיי זענען צוריקגעפארן צום אכסניא און דערפרייט דעם קרעטשמער מיט'ן שיינעם סכום געלט. אויך האט דער עושר געשיקט זיין בעל עגלה אין שטאט אריין איינצוקויפן עסן, אז דער קרעטשמער מיט זיין אויסגעהונגערטער פאמיליע זאלן זיך קענען דערכאפן די הערצער.
באלד האבן זיי זיך אויך געשטעלט דארט דאווענען, און די צוויי זענען געווען שטארק בשמחה אז זיי האבן זוכה געווען צו העלפן דעם איד. נאכ'ן דאווענען האט זיך רבי מנחם מענדיל געוואנדן צום איד און אים שטיל אריינגערוימט אין אויער, זאגנדיג: "דער אייבערשטער וועט דיר בקרוב העלפן און דו וועסט אויפגעראכטן ווערן, זאלסטו געדענקן דעם איד וועלכער האט דיר יעצט ארויסגעהאלפן, און ווען ער וועט דארפן דיין הילף זאלסטו אים מכיר טוב זיין". באלד דערנאך האבן זיי זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן וואגן, און אפגעפארן קיין סקאלא.
ביים טיר פון הרה"ק רבי וועלוול זבארישער טומלט מיט חסידים וועלכע ווארטן צוצוגיין צום רבי'ן און שלום געבן. אין דעם גרויסן געדרענג, מערקט קיינער נישט ווי אויך רבי מנחם מענדיל קאסובער מיט זיין באגלייטער שטעלן זיך צו צו די מאסן, ווארטנדיג צוצוקומען צום רבי'ן וועלכער זיצט אויף זיין בענקל און נעמט אויף דעם עולם. פלוצלינג שטעלט זיך הרה"ק רבי וועלוול אויף, און זאגט פאר'ן ציבור: "מאכט פריי דעם וועג פאר די עושי-מצוה"! און אזוי זאגנדיג צייגט ער אטן מיט'ן פינגער אויפ'ן רבי מנחם מענדיל און דעם עושר וועלכע דערנענטערן זיך באלד צום רבי'נס בענקל.
מיט גרויס פרייד האט דער רבי ר' וועלוול אויפגענומען זיין גרויסן תלמיד און אים שלום געגעבן. אזוי ווי רבי מנחם מענדיל האט געוואלט נעמען דערציילן פאר'ן רבי'ן דעם גאנצן מעשה, האט רבי וועלוול צוגעשאקלט מיט א שמייכל און אויסגערופן: "איך ווייס אלעס; נאר איך וויל וויסן אויב דו האסט געזאגט פאר דעם בעל-אכסניא וואס ער בלייבט שולדיג דעם עושר, און אז ער זאל אים ארויסהעלפן ווען די צייט וועט קומען"...
א צייט איז פארביי. לאנגע יארן זענען אריבער פון דעמאלטס, קאסוב איז שוין דאן געווען א צענטער-פונקט פאר חסידים וועלכע האבן זיך געצויגן פון איבעראל צום רבי'ן רבי מנחם מענדיל, וועמענ'ס נאמען עס איז ארויס אויף ווייט און ברייט אלס צדיק און בעל-מופת, ביי וועמען א ברכה איז נישט צוריקגעקומען ליידיג.
ביי דעם עושר האט זיך דאס רעדל א דריי געגעבן, א שטארקע ארעמקייט האט זיך אראפגעלאזט ביי אים אין שטוב, און ער האט ליידער פארלוירן זיין גאנצע האב און גוטס, נישט איבערבלייבנדיג אפילו מיט א פרוטה ביי די נשמה.
¬¬¬¬¬¬¬¬¬¬¬¬¬אויך ביי דעם בעל-אכסניא, דער קרעטשמער, האט זיך דאס רעדל א דריי געגעבן, באלד נאכדעם האט זיין שטערן אויפגעשיינט, און זיין מצב האט זיך כסדר פארבעסערט ביז ער איז געווארן א גרויסער עושר מיט פיהל רייכטום.
אין איינעם א טאג, ווען צום הויז פון הייליגן קאסובער איז אנגעקומען א כאפטע ארעמעלייט, האט דער רבי שוין געוואוסט אז דער געוועזענע עושר געפינט זיך צווישן זיי. מיט גרויס ליבשאפט האט ער אים אריינגערופן צו זיך אין שטוב און געזאגט: איך וועל דיר געבן א בריוו צו איינער פון אונזערע עשירים; פאטר דערמיט אוועק צו אים, און ער וועט דיר ארויסהעלפן אין דיין מצב.
דער ארימאן האט זיך שטארק געוואונדערט וואס דער רבי געבט זיך אזוי אפ מיט אים, ווייל ער האט בכלל נישט דערקענט אז רבי מנחם מענדיל, דער רבי פון קאסוב, איז דער וואס האט אים מיט יארן פריער מזכה געווען מיט'ן גרויסן מצוה פון 'עזוב תעזוב עמו'. ער האט אבער אטן פרעגן קשיות גענומען דעם בריוו, און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אויפזוכן דעם עושר צו וועמען דער רבי האט אים געשיקט.
פיל יארן זענען שוין פארלאפן זינט יענער מעשה, און די צוויי אידן האבן זיך שוין פון-לאנג נישט דערקענט אויפ'ן אויסזעהן. אבער ווען אין יענעם טאג האט דער געוועזענער עושר אנגעקלאפט אין הויז פונעם געוועזענעם ארימאן, האט שוין דער איד אלס געוואוסט. א נאכט פריער האט זיך רבי מנחם מענדיל צו אים באוויזן אין חלום, און אים דערמאנט די מעשה, און אים געהייסן ער זאל געדענקען וואס ער האט אים אנגעזאגט אין זיין צייט פון נויט, אז ווען עס וועט זיך אויספעלן זאל ער געדענקן וואס דער איד האט אים געטוהן. און נאך איידער דער ארימאן האט אים איבערגעגעבן דעם רבי'נס בריוו, האט דער גביר אויסגערופן: "וויסן זאלסטו אז דאס בין איך, דער ארימאן וועמען דו האסט דאן געהאלפן, און דער רבי איז גאר דער איד וועלכער האט דיר געבעטן אז דו זאלסט מיר שענקן די צוואנציג רובל; און איצט לאמיר ביידע אוועקפארן קיין קאסוב צום רבי'ן, און ווי דער רבי וועט הייסן אזוי וועל איך טון".
פון קאסוב זענען שוין ביידע אוועקגעפארן אלס אויפגעראכטענע גבירים, און פון דאן אטן האט דעם איד'נס מצב אלס מער אנגעהויבן צוריק אויפצושיינען און ער האט זיך צוריקגעשטעלט אויף די פוס, און אין קאסוב אויף זיין הייליגן בענקל איז הרה"ק רבי מנחם מענדיל, דער גרויסער "אהבת שלום" געזעצן און אנגעקוואלן מיט גרויס שמחה וואס ער האט נאכאמאל געקענט בייהילפיג זיין א איד.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: ר' מנחם מענדיל מקאסוב מח"סאהבת שלום - י"ז חשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו האט געשריבן:.... וועמען מען האט גערופן רבי קאפיל חסיד [דער בעל תפלה ביים בעש"ט הק' זצוק"ל]

איך האב אויך אלץ גיוויסט אז ר' קאפל חסיד איז גיווען בעל תפילה ביים בעל שם. איז דא ערגעטס א מראה מקום אויף דעם?
איך האב מיך גישפארט מיט איינם וועגען דעם, איז אויב איך קען עם ווייזען וואלט גיט גיווען
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

Re: ר' מנחם מענדיל מקאסוב מח"ס אהבת שלום - י"ז חשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן:איך האב אויך אלץ גיוויסט אז ר' קאפל חסיד איז גיווען בעל תפילה ביים בעל שם. איז דא ערגעטס א מראה מקום אויף דעם?
איך האב מיך גישפארט מיט איינם וועגען דעם, איז אויב איך קען עם ווייזען וואלט גיט גיווען
דער אמרי חיים פלעגט כסדר צו פארציילן אז ווען דער זיידע דער צמח איז געווען אין מעזיבוז אויף די חתונה פון זיין אייניקל הרה"ק ר' משה מ'שאץ איז ער צוגעגאנגען צו דעם עמוד זאגענדיג דערביי אז ער האט חזקה אויף דעם פלאץ ווייל זיין זיידע ר' קאפיל חסיד איז גיווען דער בעל תפלה ביים בעל שם טוב.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נאך מער די וויזניצער חסידים טענה'ן איז זייער נוסח שטאמט פון ר' קאפל חסיד, וואס ער האט אזוי געדאווענט ביים בעש"ט, וגם זה צ"ע....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

דער היינטיגע רבי'ס וואס זיי זענען קאסובער אייניקלעך , וואס כ'האב געטראפן ביז יעצט


כ"ק אדמו"ר מויזשניץ ב"ב שליט"א

כ"ק אדמו"ר מויזשניץ מאנסי שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסערעט ויזשניץ שליט"א

כ"ק אדמו"ר מאנטעניא שליט"א

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א

כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א

כ"ק אדמו"ר משאץ ויזשניץ שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א


ווער ס'האט וואס מוסיף זיין תבוא עליו הברכה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שאץ מאץ האט געשריבן:נאך מער די וויזניצער חסידים טענה'ן איז זייער נוסח שטאמט פון ר' קאפל חסיד, וואס ער האט אזוי געדאווענט ביים בעש"ט, וגם זה צ"ע....


דער וויזשניצער רבי פון מאנסי טוט דאס לייקענען
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק זיע"א באקאנט אלס 'דער שרף' פון סטרעליסק, איז געווען גאר שטארק נאנט מיט זיין שוואגער דער 'אהבת שלום.

עס איז א דבר ידוע אז די צוויי זענען געווען שטארק בידידית, אבער וויאזוי זענען די צוויי געווען שוואגערס?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיינע קינדער זענען געווען
ר' חיים מקאסוב בעל תורת חיים אבי בעל הצמח צדיק ראש שושלת ויזניץ
ר' דוד מזאבילטוב חתן הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב

ווער נאך זענען געווען זיינע קינדער?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בן בוזי האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק זיע"א באקאנט אלס 'דער שרף' פון סטרעליסק, איז געווען גאר שטארק נאנט מיט זיין שוואגער דער 'אהבת שלום.

עס איז א דבר ידוע אז די צוויי זענען געווען שטארק בידידית, אבער וויאזוי זענען די צוויי געווען שוואגערס?
הרה"ק ר' אורי דער שרף פון סטרעליסק האט בזו"ש חתונה געהאט מיט הרבנית בלומא בת הרה"ק ר' יעקב קאפל חסיד.
בן בוזי האט געשריבן:זיינע קינדער זענען געווען
ר' חיים מקאסוב בעל תורת חיים אבי בעל הצמח צדיק ראש שושלת ויזניץ
ר' דוד מזאבילטוב חתן הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב

ווער נאך זענען געווען זיינע קינדער?
א טאכטער הרבנית שרה לאה בזו"ר אשת בן הרה"ק ר' ישראל אברהם מ'טשארני-אוסטראה, זיך ג'גט און חתונה געהאט צו הגה"צ ר' גרשון אשכנזי במ"ס עבודת הגרשוני, זי האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איז געבליבן א זאבילטובער דינאסטיע?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביז צום קריג איז געווען, היינט זענען דא איטליכע וואס ווילן עס מחדש זיין.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאכציך מיר אז איינער פון ר' בעריש ספינקאר ז"ל'ס קינדער ווילן יעצט עפענען א ביהמ"ד בשם זאבילטוב, איז דאס פון די גזע?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ניין, ס'איז סתם אזוי ער האט געווארפן דעם דייס אויפן מאפע און ס'איז געפאלן אויף דעם שטאט
עס האט בכלל נישט קיין שייכות אהין
איך ווייס פון איהם פערזענליך אז ער האט בלויז געזוכט א נאמען און דאס איז איהם געקומען אין געדאנק
ויקרא שמו בישראל כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוהר"ר אהרן דוד מזאבילטוב שליט"א
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בוזינע רב,
כ'מיין אז דו זאלסט מברר זיין פריער, ווייל לויט ווי איך דענק האט ער יא א שטיקל שייכות צו זאבילטוב, איך וועל מצדי אויך פרובירען צו דערגיין.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"צ ר' אהרן דוד בן
כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בן
כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי זצ"ל חתן
הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן
הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן
הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן
הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין בן
הרה"ק ר' דוד מ'זאבילטוב זיע"א
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א דרוש נפלא אבער דאך ביזטו גערעכט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אויב אזוי פארוואס איז ער נישט געווארן כ"ק אדמו"ר מ'פעטשיניזין, וואס איז א דור פריער?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ביקסאד האט געשריבן:הרה"צ ר' אהרן דוד בן
כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בן
כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי זצ"ל חתן
הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן
הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן
הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן
הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין בן
הרה"ק ר' דוד מ'זאבילטוב זיע"א

ביקסאדער רב אפשר קענט איר אויסרעכענען ווי יעדער איינער פון זיי זענען געווען רבנים!!
לעצט פארראכטן דורך שטיקל גבאי אום דינסטאג נאוועמבער 11, 2008 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שטיקל גבאי האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס איז ער נישט געווארן כ"ק אדמו"ר מ'פעטשיניזין, וואס איז א דור פריער?

יעדע רבי האט זיך זיין דרך עפ"י פרד"ס זיין דרך זעהט אויס איז בדרך דרוש, וואס לויט דעם פשעטל איז ער א זאבילטובער אייניקל,
עס איז אן אנגענומענע דרך וואס אנדערע בענעשעקלעך באנוצן זיך דערמיט, למשל אז דו וועסט קוקן אין אשכול פון ר' ישראל טווערסקי מקאזניץ וועסטו זעהן אז ער האט זיך געפירט בדרך סוד, אזוי קען מען מסביר זיין די ענינים לאין קץ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שטיקל גבאי האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס איז ער נישט געווארן כ"ק אדמו"ר מ'פעטשיניזין, וואס איז א דור פריער?
ער הייסט דאך פארט דוד.....
שטיקל גבאי האט געשריבן:ביקסאדער רב אפשר קענט איר אויסרעכענען ווי יעדער איינער פון זיי זענען געווען רבנים!!
הרה"צ ר' אהרן דוד בן
כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בן נהג עדתו ב'וויליאמסבורג.
כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי זצ"ל חתן מ'ספינקא נהג עדתו עד תשכ"א ב'איסט-סייד ומאז ב'וויליאמסבורג.
הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן רב בימ"ד עצמאי ב'ווישאווא.
הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן מושבו ב'ווישאווא.
הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן מושבו ב'ווישאווא.
הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין בן
הרה"ק ר' דוד מ'זאבילטוב זיע"א
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

עס איז דא איד ער הייסט ר' אהרן יצחק פערל ני"ו און וויליאמסבורג,ער זאגט אז ער איז א איינקעל פון ר' דוד זאבילטובער,א מענטש אליין ער דרייט זיך(פלעגט זיך דרייען )און נייטרא כולל,ער אוז זיך מחיה ווען מען רעדט צו עם,אדרבא אז איר ווילט הערן ער וועט אייך פינקטליך זאגן ווי אזוי ער איז אן אייניקעל, און דאס איז זיכער א גרויסע מצוה,עס איז נישט דא פאר וועם זיך צושעמן, זאגט אז איר ווילט הערן וועגן זאבילטוב.
75 Wilson St, Apt 5F
Brooklyn, NY 11211-6957
(718) 384-1923
מעו דארף לאזן לאנג קלינגען,און איבער קאלען ווייל עס איז עם ליידער שווער צו קימען צום טרייבעל
ולדבקה בו , הדבק במידתיו שמוי יתברך
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נאך עטליכע פרטים איבער רבי מנחם מענדיל מקאסוב.
איין ווערסיע פארציילט אז דער נאמען האגער מיט וועלכע דער משפחה איז באקאנט נעמט זיך פון דעם וואס בשעת דער אגענט איז געקומען צו ר' יעקב קאפיל חסיד פרעגן וועלעכע נאמען ער קלויבט זיך אויס, איז ער געווען שטארק פארטוהן אין זיינע מחשבות בשעת ער חזר'ט זיך דער פסוק גר אנכי בארץ, דער אגענט האט הערנדיג דאס אויפגעצייכנט זיין נאמען אלס 'האגער'.
ביי די זיבן יאהר איז זיין מאמע אוועק פון דער וועלט.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית שיינא רחל א טאכטער פון זיין פעטער ר' שמואל שמחה זימל מקאסוב (אחיו של הצדיק הנודע בשעתו ר' יהושע מקאסוב ?), זיין שווער האט איהם צוגעזאגט אייביגע קעסט און דעריבער איז ער געבליבן וואוינען אין קאסוב.
ער פלעגט גיין קיין זבאריזש צום ר' משלם פייבוש הלוי העללער בעל יושר דברי אמת (ווי זקן הפורום האט שוין ערווענט), ווי אויך איז ער געווען פאררעכנט אלס תלמיד פון דער בעל צמח ה' לצבי, און ר' זאב וואלף מטשארני אוסטראה.
ווען דער הייליגער מגיד ר' צבי הירש מנאדבורנא בעל צמח ה' לצבי איז נסתלק געווארן, איז געווען א גרויסער תלמיד זיינער א גרויסער עושר און תלמיד חכם ר' בנימין אביש וועלכע האט זיך געקענט מיט ר' מנחם מענדיל און ער האט איהם געהאלטן פאסיג צו זיין זיין רבי און ממלא צו זיין די מקום פון זיין רבי'ן, האט ער איהם דערלאנגט א קוויטל, ווען ר' מענדיל האט איבערגענומען דאס קוויטל האט ער געזאגט: אין מסרבין לגדול און ווער רעדט נאך ווען אז אזא עלטערע איד א תלמיד חכם ווי ר' בנימין זאגט איך זאל זיין רבי, און אזוי האט ער טאקע מקבל געווען אויף זיך דער כסא הרביסטיווע, דערנאך זענען שוין די אנדערע תלמידים פונעם נאדבורנער מגיד געקומען אלס חסידים צום רבי'ן ר' מענדעלע.
ער איז נסתלק געווארן י"ז חשון שנת תקפ"ו ומנוחתו בקאסוב, מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל, און געשריבן א מציבה ווי פאלגענד:
בטוב בחשוון בשנת 'מנוחת חסיד' 'גדול בישראל' לפ"ק רבו בכיות נבונים וחסידים, מרה נפש חסידים ומגידים, מאור עינינו, נזר דורינו, ידיד לבנו בעוונינו, נאסף רוחו בעדן יקר יוסיף עמוד אש קודש, בהקיץ קבורתינו, אדוננו פאר ישע לעמו הרב הצדיק החסיד ועניו א"א קדוש מחזיק ידי יושבי ארצינו, הנ' מו"ה מנחם מענדיל בן החסיד מוה"ר יעקב קאפיל צרורה נשמתו וזכרון צדקתו במקום החיים כימי שמים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”