רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 7:18 am

ר' שמואל צבי הירש רמר"ז מדרישקאפאלא
ער איז ע"פ חשבון געווען אן איר אייניקל פון ר' משה ר' זעליג פון בראד (ר' משה איז געווען דער פאטר פון ר' זונדיל הנ"ל און ר' ישראל רמר"ז)
ער האט חתונה געהאט מיט ר' שלום בעלזער'ס שוועסטער מרת מלכה דבורה בת ר' אלעזר רוקח
ער האט געהאט א זוהן ר' זונדיל רמר"ז וואס איז געווען אן איידעם ביים סקאהלער רב ר' ישכר בער, ר' שלום בעלזער'ס שווער
ער האט געהאט א טאכטער שיינדל וואס האט חתונה געהאט מיט הרה"ק ר' יהושע'לי הלוי ראזענפעלד אבד"ק קאמינקא בהרה"ק ר' שלום, די עלטערן פון הרבנית רבקה הענא די רביצין פון הרה"ק שלמה מבאבוב זצ"ל הראשון

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

תגובהדורך אורח לרגע » זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 4:07 pm

איטשע
מנין שר' שמואל צבי נקרא רמרז?
על פי איזה חשבון היה ר' שמואל צבי הירש, אן איר אייניקל, פון ר' משה ר' זעליגס?

האם בנו ר' זונדיל רמר"ז, הוא זה שכיהן כרב בסקאהל אחרי חותנו? או שהיה זה בן של ר' יששכר בער?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 6:57 am

אורח לרגע האט געשריבן:איטשע
1. מנין שר' שמואל צבי נקרא רמרז?
2. על פי איזה חשבון היה ר' שמואל צבי הירש, אן איר אייניקל, פון ר' משה ר' זעליגס?

3. האם בנו ר' זונדיל רמר"ז, הוא זה שכיהן כרב בסקאהל אחרי חותנו? או שהיה זה בן של ר' יששכר בער?


אענה על ראשון ראשון - ועל אחרון אחרון
1. JRI של העיר סקאהל
2. איינמאל מען ווייסט אז ער האט געהייסען רמר"ז, בלייבט איבער אן ערך פון צוויי דורות יארן צווישן עם און ר' משה, נאך וועם אלע רמר"ז'ן הייסן, למעשה קען מען משער זיין אז ער איז גאר געווען א רעכטע אייניקל פון ר' זונדיל ב"ר משה ר' זעליג'ס, והא ראי' זיין זון הייסט אויך זונדיל, אבער עס איז א בלויזע השערה.
3. איני יודע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 8:37 am

שמעתי מאחד מנכדי משפחת שפיגל (אסטראוו קאלושין) מבארא פארק, שהם במקורם שם משפחתם 'רמר"ז', ממשפחת חותנו של המהר"ש מבעלזא, ושינו שם המשפחה שלהם מרמר"ז לשפיגל
מי כאן יודע יותר?

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

תגובהדורך אורח לרגע » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 9:25 am

איטשע

1. הJRI זה מעניין. השאלה אם זה אכן ברור משם.

2. חותנו של ר' משה, היה ר' אהרן זעליג, בן ר' משה יהודה זונדל סגל, ועל שמו נקראו כל צאצאיו, כך שהשם יהודה זונדל, אינו ראיה גדולה.

3. על פי שנות הפטירה של ר' יהודה זונדל אצל וונדר, ושנות הפטירה בJRI, נראה שהרב היה אכן בנו של ר' שמואל צבי, אלא שוונדר כתב שהוא היה בן ר' יששכר בער, וצ"ע מקורו.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 11:03 am

1. JRI הוא די ברור, עיי"ש.
2. לכן כתבתי "אפשר לשער".
3. וונדר מציין מקור "ספר יזכור של סקאהל", עיי"ש. יש לציין שר' זונדיל בן ר' שמואל הירש הי' חתן ר' ישכר בער, לפי וונדער הרי שלר' ישכר בער הי' לו בן וחתן בשם "יהודה זונדל רמר"ז!", למעשה בJRI לא מוזכר כי אם "יהודה" אחד ולא שניים, והמוזכר הוא בנו של ר' שמואל הירש - כפי הנראה טעו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 1:34 pm

אפשר קען מען דא אויסערעכנען בני וחתני הרה"ק השר שלום זצ"ל וצאצאיהם לדורותיהם?
-


אויף קברים.קאם האמיר א שמועס איבער א רב ר' ישראל טאבאק חתנו של הג"ר יעקב איסקאלסקי, אנגעבליך איז ר' ישראל ב"ר דוד מטשערנאוויץ געווען אן אייניקל פונעם שר שלום דורך זיין זון דער בכור ר' אלעזר, ר' אלעזר האט געהאט צוויי טעכטער שרה דבורה און מלכה, סיי ר' חיים דוד טאבאק פון טשערנאוויץ און סיי זיין ווייב מרת צירל פעסיל טאבאק-וואהרמאן זענען געווען אייניקלעך פון ר' אלעזר בן השר שלום, איינער פון איין טאכטער און דער אנדערער פונעם אנדערען טאכטער.

אפשר קענען חברי עדתינו ארויסהעלפן צו טרעפן די פעלנדע חוליות פונעם גאלדענעם קייט?

מקור השיחה:
http://kevarim.com/rabbi-yaakov-eskolsk ... ment-33243

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 2:14 pm

איין זאך ווייס איך, אז ר' אלעזר בן השר שלום'ס אויבן-דערמאנטע טאכטער שרה דבורה איז געווען דער ווייב פון ר' סענדר לאבין נכד זידיטשוב.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 3:25 pm

איך בין נישט אזוי באהאוונט גענוי מיט די קינדער און טעכטער פון ר' אלעזר, וויל איך אייך פרעגן הרב הסרפד: מהיכן דנתנו, דאס וואס איר זאגט איבער א רעבעצין שרה דבורה בת ר' אלעזר? ווארום איך האב געזוכט אויף כמה מקומות וועלכע צייכענען אהן יוצאי חלציו, און נישט געפונען אויסגערעכנט ביידע פון די דערמאנטע טעכטער, שרה דבורה און מלכה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 7:26 pm

איך געדענק ליידער נישט וואו איך האב עס געזעהן, אבער דאך געדענק איך עס מיט א קלאהרקייט. אבער דאס אז ר' סענדר לאבין מזידיטשוב איז געווען איין איידעם ביי ר' אלעזר בהש"ש שטייט אין פול ערטער.

[א שרה דבורה לאבין געבוירן רוקח האב איך געזעהן אין JRI, אבער דאס איז נישט קיין ראיה.]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 12, 2012 9:45 am

ידידי וידידינו היקר באנשים כבוד הרב ר' ישבב סופר האט מיר צוגעשיקט א בילד פון א מציבה אין יונאן פיעלד סעמעטערי (בה נקבר הגאון הרב הכולל) אין קווינס, ניו יארק פון א געוויסער איד בשם ר' ישכר דוב [רוקח] ב"ר יוסף נכד להרב שר שלום מבעלזא זי"ע און ר' שמעון מיעריסלוב זצ"ל, נפטר כ"ג אדר ב' תרע"ו.

ווייסט עמיצער מער פרטים אדער וויאזוי ער איז א בעלזער/יעריסלובער אייניקל.

(תשוח"ח להרב הנ"ל שמקיים אל תמנע טוב, ובזכות זה אל ימנע ממנו כל טוב וטוב אמן נצח סלה ועד)
צוגעלייגטע
Yisachar Dov Rokeach.jpg

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג יוני 12, 2012 10:24 am

ר' ישכר דוב לאם ב"ר יוסף (חתן ר' אלעזר בן ה'שר שלום' מבעלז) ב"ר יהושע חתן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב זי"ע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 12, 2012 1:23 pm

מיילעך האט געשריבן:ר' ישכר דוב לאם ב"ר יוסף (חתן ר' אלעזר בן ה'שר שלום' מבעלז) ב"ר יהושע חתן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב זי"ע.


גערעכט, געפינט זיך שוין אויף קברים.קאם:
http://kevarim.com/rabbi-yissachar-dov-lamm/

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 12, 2012 1:46 pm

דאס איז דאכצעך אין שיניאווער חלקה, ניין?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 12, 2012 3:06 pm

בן בוזי האט געשריבן:דאס איז דאכצעך אין שיניאווער חלקה, ניין?


נכון, גם אחיו ר' שמעון לאם מייסד השינאוואר קלויז באיסט-סייט נטמן שם:
http://kevarim.com/rabbi-shimon-lamm/

אח נוסף היה ר' אברהם אלטר לאם בעמח"ס אשל אברהם (לא מצאתיו בה"ב)

האם אביהם ר' יוסף יוסקא לאם חתנו של ר' אלעזר בן השר-שלום שימש במשרה כלשהוא? ואולי מן הנכון להרחיב בדיבור על ר' אלעזר הזה בנו של מהר"ש.

האם האחים לאם מהבוטשער-סטאר בוומ"ס הם מאותה משפחה?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 12, 2012 4:40 pm

די לאם בוטשער זענען ממשפחת ר' פתחי' לאם בן ר' דוב בעריש לאם מצאנז, קאן זיין אז זיי זענען טאקע מזה המשפחה.

און וואס איז נארמאן לאם מוויי יו? אן אייניקל פון ר' יהושע בוימל מקרושניצא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 12, 2012 5:41 pm

בן בוזי האט געשריבן:די לאם בוטשער זענען ממשפחת ר' פתחי' לאם בן ר' דוב בעריש לאם מצאנז, קאן זיין אז זיי זענען טאקע מזה המשפחה.

און וואס איז נארמאן לאם מוויי יו? אן אייניקל פון ר' יהושע בוימל מקרושניצא


אויף נארמאנן לאם פון YU שרייבט עמיצער ביי קברים.קאם אז ער איז נישט מזה המשפחה:
http://kevarim.com/rabbi-shimon-lamm/

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 06, 2013 3:42 pm

פון דא:

מיילעך האט געשריבן:ר' מאיר רוקח מקאזלוב-ה' תשרי תש"ב
נולד בשנת תרל"א בעיר קארוב לאביו ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל בן ר' משה מקארוב בן הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע.
ולאמו הרבנית בת ר' צבי תאומים (נכד הבעש"ט) חתן הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע.
בנעוריו זכה ללמוד תורה אצל הגה"ק בעל בית יצחק זצ"ל.
בשנת תרמ"ט נשא את בת ר' יוסף אלטר עפשטיין אב"ד מאגרוב מחבר ספר גנזי יוסף.
ר' מאיר ישב בבית חותנו כמה שנים, ולבסוף כשחותנו נתקבל לאב"ד אוזריאן ביקש את חתנו שיתיישב בסטרעליסק ושלח לו לשם כל צורך פרנסתו, טעמו הי' כי הי' מפחד שמא יסיר מעליו את הספאדיק להיותו היחיד בכל העיר שלא היו חסידים עם מלבוש כזה.
בהתיישב ר' מאיר בסטרעליסק שהיתה עיר של חסידים וגם חסידי בעלזא דרו שם, התחילו מיד לבא אל שולחנותיו ודרשו ממנו לנהג באדמורות, אולם הוא לא רצה להיקרא 'הרבי מסטרעליסק', שלא לפגוע בזה בכבודו של הרה"ק השרף מסטרעליסק זי"ע, על כן שמע לעצת חסידיו והתיישב בקאזלוב ושם ניהל אדמורות ברמה.
בפרוץ המלחמה בשנת תרע"ד נמלט לעיר בודאפעסט ושם ישב עד שנת תר"פ.
אחרי המלחמה נתיישב בטארנאפאל, כי קאזלוב היתה לשממה
וחידש כאן שוב את אדמורותו.
בשנת תרצ"א היגר לארה"ב ויסד לו כאן בית המדרש קאזלוב בניו יארק.
נסתלק ה' תשרי ומנו"כ בבית דוד עלמאנט. זצ"ל.
בניו: ר' משה מקאזלוב-ר' ארי' לייבוש אב"ד סוכאטוב-ר' יחזקאל שרגא אב"ד יאנובצא-ר' אביגדור דוב אב"ד בילקאמין.
חתנו: ר' סנדר ליפא אייכנשטיין אב"ד סטריסוב.


היינט האט דער חוקר היוחסין רנ"א וועקשטיין פון אשדוד ארויסגעשיקט א שאלה אונטערן קעפל 'שלשה עשר מי יודע' ווי ער פרעגט אן איבער דרייצן גדולי ישראל, לתולדותיהם, צווישען די ליסטע, פרעגט ער אן איבער דעם קאזלובער רב'ס שווער הנ"ל, ר' יוסף אלטר עפשטיין מאוזיראן בעמח"ס נגזי יוסף, וזה לשון הרב וועקשטיין:

5. רבי יוסף אלטר אפשטיין ממגרוב
מחבר הספר "גנזי יוסף" - ה"ה הגאון רבי יוסף אלטר ב"ר מרדכי אפשטיין - אב"ד דק"ק מגרוב ואוזירן.
הספר, שנדפס בבילגורייא בשנת תרצ"א, מכיל: "הגהות וחידושים על כל הש"ס המגלה כל הנסתר...
בדברי רש"י ז"ל ודברי התוספות ומהרש"א ומהרש"ל ומהר"ם ז"ל... בסברא ישרה ובפלפול... מאת
חותני... מוה"ר יוסף אלטיר עפשטיין ז"ל שהי' רב ואבד"ק מאגרוב ואוזיראן, נין ונכד להגאון הקדוש ר'
נחמן צבי זצללה"ה אבד"ק קאלימעא... נכד... מהר"ם יפה בעל הלבושים זצללה"ה". הספר יצא לאור על
ידי חתנו - מרן אדמו"ר רבי מאיר רוקח מקאזלוב - בק"ק טארניפאל. המחבר, נולד בסביבות שנת תקצ"ה,
ונפטר באוזיראן [שבגליציה], ביום כ"ג באלול שנת תרנ"ט. [וראה עוד: הקדמת הרב אלעזר רוקח ל"גנזי
יוסף" מהדורת מונקאטש תרנ"ה. הקדמת הרב מאיר רוקח ל"גנזי יוסף" מהדורת בילגורייא תרצ"ב.
מאורי גליציה, הרב מאיר וונדר, חלק א', עמודים: 272-271].


דער ספר גנזי יוסף אויף היברו-בוקס

אויך טרעף איך דעם ספר למודי אצילות וואס דער כת"י איז געליגען ביי ר' יוסף אלטר הנ"ל און ער האט עס געברענגט לדפוס, ער שרייבט דארט אן הקדמה, וחותם בשם יוסף אלטר עפשטיין ב"ר מרדכי מזידאטשוב. ער דערמאנט דארט נאך אן איידעם בשם ר' אלעזר רוקח, דער ר' אלעזר איז געווען בנו של ר' מאיר רוקח משארטקוב ב"ר אלעזר רוקח מבראדי נכד המעשה רוקח (ראה עליו בפרוטרוט בעמאמרו של ר' דבעריש וועבער בקובץ בית אהרן וישראל)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:41 pm

ס'דרייט זיך ארום א חתימה פון הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע - הק' שלום
שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז גאר די חתימה פון רבי שלום מסקאהל,
קען דאס איינער מברר זיין, הכר נא למי החותמת, אין אויב דאס יא א אוטענטישע חתימה פון בעלזא רב ווען איז אפיר געקומען?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג יולי 30, 2013 2:14 pm

אין די בית החיים אין אויבער-ווישעווע איז פאראן א מצבה פון האשה הצדקת המפורסמת מרת רינא בהה"צ ר' אלעזר בן השר שלום זי"ע. ווייסט עמיצער ווער איז געווען איר מאן?
צוגעלייגטע
רינא מצבה.JPG
הנותן לשכוי בינה...

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דינסטאג יולי 30, 2013 3:40 pm

שם משפחתה כהנא

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג יולי 30, 2013 7:30 pm

ר' מנחם מענדל כהנא , אכן נכדתה קרויה על שמה רינה.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מיטוואך יולי 31, 2013 9:43 am

דייק נא שמה היא שם באידיש ע''כ רינא ב אל''ף בסוף .
והשם שאתה כותב הוא שם בלשה''ק רינה בה''א בסוף

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יולי 31, 2013 10:47 am

תדייק נא גם בדברי, אני כותב על פי וונדר כי נכדתה קרויה רינה.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מיטוואך יולי 31, 2013 10:56 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:תדייק נא גם בדברי, אני כותב על פי וונדר כי נכדתה קרויה רינה.

סלח לי יקירי ר' יוסף לא הזכרת את שם ונדר בכלל . צא ובדוק


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 15 געסט