רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כ"ז אלול (תרט"ו) יומא דהילולא קדישא של
הרה"ק רבי שלום מבעלזא זצוק"ל

אין די טעג האבן צדיקים אלס געזוכט זכותים אויף כלל-ישראל זיי זאלן ארויסגיין זכאי בדין. וואו נאר עס האט זיך געמאכט עפעס א מעשה'לע וואס האט געקענט איבערוועגן דעם וואגשאל, באלד האבן די צדיקים מלמד-זכות געווען און עס פארגעלייגט פאר'ן אייבערשטן, דערמיט צו פארטיידיגן כלל ישראל.
אזעלכע "לימודי זכות" האבן צדיקים ליב געהאט צו זוכן דווקא צווישן די גאר פשוטע אידן, וואו אזעלכע "עפיזאדן" האבן זיך געפונען גענוג און נאך.
ביים ערשטען בעלזער רב, דער שר שלום זצוק"ל, האט זיך אמאל געמאכט אין מוצש"ק פאר סליחות, אז דער בעלזער רב האט פלוצלינג געהייסן איינשפאנען דעם פערד און וואגן און זיך ארויסלאזן אין וועג.

דער שר שלום האט געהייסן מ'זאל פירן דעם וואגן אינדרויסן פון שטאט צו א הייזקעלע וועלכע האט געהערט צו א פשוט'ן שניידער, דאס הייזל איז געווען צובראכן און האלב איינגעפאלן און האט עדות געזאגט אויף דעם גרויסן ארימקייט פונעם שניידער.

דער רבי איז צוגעגאנגען ביז נאנט צום פענסטער און פון א שפאלט אריינגעקוקט וואס עס טוט זיך אינווייניג אין הויז. די מקורבים האט שטארק געוואונדערט דעם רבי'נס גאנצער התנהגות אין אזא שפעטע פאר-סליחות שעה.

אבער זיי האבן פארשטאנען אז געוויס האט דא דער צדיק זיינע הייליגע כוונות וואס ער וויל דערמיט. אויך זיי האבן זיך דארט צוגעשטעלט און דורך איינע פון די פולע שפאלטענעס זיך צוגעקוקט וואס דער רבי זעט דארט אין שטוב.

קיין גרויס רייכטום האט קיינער נישט ערווארטעט דארט צו באגעגענען, דער שניידער וועלכער איז געווען גוט באקאנט אין שטאט האט פארגעשטעלט מיט זיך א בילד פון א ריכטיגע ארעמאן, וועמענס גאנצע האב-און-גוט'ס איז מסתמא באשטאנען פון דעם קליינעם שאפקעלע און טישל וואס ער האט פארמאגט ביי זיך אין שטוב.

אין די לעצטע צייטן האט זיך געהאט פארשפרייט שמועות אויף דעם איד אז ער האט זיך "אנטזאגט" פון אידישקייט ר"ל, שוין א לענגערע צייט וואס קיינער האט אים נישט געזען אין שול מורמלען די קאפיטלעך תהילים אדער מעמדות ווי זיין שטייגער איז געווען פאר לאנגע יארן, און דאס איז געווען גענוג צו בארעכטיגן די אלע שמועות וואס מען האט גערעדט וועגן אים.
דאס האט ווי פארשטענדליך פיל בייגעשטייערט צום גרויסן חידוש אז דער צדיק שטאטעט אפ א "באזוך" ביי אים אין אזא ערנסטע צייט, אבער צוזענדיג זיך וואס עס קומט פאר אצינד אינווייניג אין שטוב פונעם שניידער, איז שוין רעכט געווארן, אז דער צדיק האט דא זיינע הייליגע ענינים וואס ער וויל דערביי.

דער שניידער האט פונעם שאפע ארויסגענומען א פלאש בראנפן און אנגעגאסן צוויי גלעזער, איינס האט ער געלייגט נעבן זיך, און דאס צווייטע ביים אנדערן עק טיש, וואו עס איז געשטאנען נאך א צובראכענעם בענקל. נאכדעם וואס ער האט אויסגעטרינקען דעם ערשטן גלעזל, האט ער אויך אויסגעטרונקען דעם אנדערן גלעזל, און שטיל געזאגט: "מיר זענען זיך מוחל און פון יעצט אטן וועט זיין גוט!"

אזוי האט זיך די זאך איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, ביז דער בעלזער רב האט געהייסן זיך ארויפזעצן אויפ'ן וואגן, און מען איז צוריקגעפארן אין שטאט אריין, וואו מען האט זיך ענדליך אנגעהויבן גרייטן צו סליחות.

ביי סליחות האט דער גבאי באמערקט דעם ארעמען שניידער שטיין ביי א ווינדל פון שול ווי ער האלט א סליחות און זאגט מיט גרויס ברען. דער גבאי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און באלד נאך סליחות איז ער צוגעלאפן צום איד, און געבעטן ער זאל אים פונקטליך דערציילן וואס עס קומט מיט אים פאר לעצטענס.

דער שניידער האט מיט א פארשעמטן קול דערציילט פארן גבאי, דער גאנצע השתלשלות וויאזוי עס איז אים אויסגעקומען זיך אזוי ווייט צו פארגליטשן פון אידישן וועג, אנגעהויבן האט זיך עס נאכדעם וואס זיין פארנסה האט אנגעהויבן פאלן און זיינע געשעפטן האבן זיך גענומען פארקלענערן, און ער האט געטראכט צו זיך אז אויב דער באשעפער נעמט אים צו זיין פרנסה וועט ער אויך אויפהערן צו זאגן יעדן טאג תהילים, אבער דאס האט אים קיין סאך נישט געהאלפן, פארקערט, זינט דאן האט ער פארלוירן נאך קונים, אזוי ביז זיין גאנצער שניידעריי האט
זיך פארמאכט און ער האט נישט געהאט מער קיין לחם לאכול צוזאמען מיט דעם איז זיין אידישקייט אים כסדר געפאלן ביז ער האט שוין גארנישט געהיטן פון די תורה ומצוות.

עס איז אזוי געגאנגען א לאנגער צייט ביז נעכטן האט ער זיך ארומגעקוקט און געזען אז זיין מצב איז זייער שמאל, און נאך אביסל וועט ער אויסגיין פון הינגער, דאן האט ער זיך דערמאנט פון זיינע גוטע צייטן ווי ער איז געווען א שטרענג-אפגעהיטענע איד און ער פלעגט יעדן טאג דאווענען און זאגן תהילים, א בענקשאפט האט אים ארומגענומען צו יענער צייט, און ער האט ביי זיך פעסט באשלאסן זיך איבערצובעטן מיט'ן אייבערשטן.

ער האט געדענקט אז נישט א לאנגער צייט פריער האט ער געהאט א רוגזה מיט זיין שכן און ווען זיי האבן זיך דערנאך איבערגעבטן זענען זיי צוזאמען אריין אין א קרעטשמע און צוזאמען געטרינקן א גלעזל משקה, האט ער אפגעמאכט דאס זעלבע יעצט צו טון.

ער האט ארויסגענומען א פלעשל ברוינפן און אנגעגאסן א פולן גלעזל משקה פאר ביידע "צדדים" און ער האט אזוי געזאגט צום אויבערשטן: הייליגער באשעפער, איך בין דיר מוחל און דו זיי מיר מוחל, פון היינט מאל אטן וועל איך שוין זיין גוט, כ'וועל לייגן טלית ותפלין, זאגן תהילים ומעמדות; און דו, הייליגער באשעפער, געב מיר פרנסה און כל טוב.

דער גבאי האט אויסגעהערט דעם "ווידוי" פון דעם ארעמען שניידער, און ער האט שוין גוט פארשטאנען פארוואס דער רבי האט אויסגעקליבן צו באזוכן ביים הויז פונעם שניידער, פונקט פאר סליחות. זי"ע ועכי"א
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער ערשטער בעלזער רב האט געהאט א זוהן ר' יהודא זונדל וועלכע איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' שמואל הירש מדרישקופולי, און איז געווען רב אין דער שטאט אוחאן.

דא בייגעלייגט איז אן אויסשניט פונעם כעלעמער יזכור בוך ברענגען זיי דארט פון א ריישער רב ר' יהודא זונדל רוקח א בעלזער אייניקל. ווער איז ער געווען??
אטעטשמענטס
yz.jpg
yz.jpg (5.48 KiB) געזען 14341 מאל
yz rokeach.jpg
yz rokeach.jpg (27.71 KiB) געזען 14342 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט ווי איך געדענק איז דער ערשטער בעלסער רב דער שר שלום געווען אן איידעם ביי ר' יהודה זונדל רמר"ז און נאך אים האט זיין זוהן געהייסן, וואס איז די ר"ת פון רמר"ז?
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

רבי משה רבי זעליג'ס, עפעס אזוי.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בן בוזי האט געשריבן:דער ערשטער בעלזער רב האט געהאט א זוהן ר' יהודא זונדל וועלכע איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' שמואל הירש מדרישקופולי, און איז געווען רב אין דער שטאט אוחאן.

דא בייגעלייגט איז אן אויסשניט פונעם כעלעמער יזכור בוך ברענגען זיי דארט פון א ריישער רב ר' יהודא זונדל רוקח א בעלזער אייניקל. ווער איז ער געווען??

ר' יהודה זינדל מריישא בן ר' טודרוס מנעמירוב בן ר' משה מקארוב בן הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע
לעצט פארראכטן דורך מיילעך אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 8:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז דער ערשטער בעלסער רב דער שר שלום געווען אן איידעם ביי ר' יהודה זונדל רמר"ז און נאך אים האט זיין זוהן געהייסן, וואס איז די ר"ת פון רמר"ז?

דער ערשטער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' ישכר בער רמר"ז, און ר' יהודא זונדל איז געווען א שוואגער פארן רב.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:דער ערשטער בעלזער רב האט געהאט א זוהן ר' יהודא זונדל וועלכע איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' שמואל הירש מדרישקופולי, און איז געווען רב אין דער שטאט אוחאן.

ר' יהודה זוננדל מאוחאן בנו של מהר"ש מבעלזא האט געהאט א זוהן ר' אפרים זלמן מהרבושוב, זיין זוהן איז געווען ר' משה רוקח מפרעמישלא מו"ל ספר אשכלות הגפן .

איך האב געטארפן א מציבה אינעם ווארשא ביה"ח פון ר' חיים ישכר דוב רוקח מיאנוב בנו של ר' משה שליט"א (נפטר בחיי אביו) נפטר בשנת תרס"ז, עס שיינט מיר צו זיין א זוהן פון דעם ר' משה, קען דאס איינער קאנפערמירען?
אטעטשמענטס
photo.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' חיים ישכר דוב ליפשיץ מאוחאן בן ר' משה מיאנוב חתן ר' יהודה זונדל מאוחאן בן רב שר שלום מבעלזא זי"ע.

ור' משה מיאנוב הנ"ל הוא בן ר' חיים דוב מיאנוב בן הרה"ק ר' ארי' לייבוש ליפשיץ מווישניצא בעל האדב"ע זי"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך א רוקח מציבה אין ווארשא וואס איך זוך פרטים, הרבנית רבקה הענא ב"ר משה רוקח מקארוב בנו של המהר"ש מבעלזא, פון ווי איך האב עס גענומען שטייט אז איר מאן איז געווען ר' נפתלי גאלדבערג האט איינער מער פרטים איבער דעם איידעם?
אטעטשמענטס
photo.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:ר' חיים ישכר דוב ליפשיץ מאוחאן בן ר' משה מיאנוב חתן ר' יהודה זונדל מאוחאן בן רב שר שלום מבעלזא זי"ע.

ור' משה מיאנוב הנ"ל הוא בן ר' חיים דוב מיאנוב בן הרה"ק ר' ארי' לייבוש ליפשיץ מווישניצא בעל האדב"ע זי"ע.

אהא יישר-כח, גיימיר עס דאן צולייגען דארט אויך ביי די אשכול איבער דעם אדב"ע
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיללער האט געשריבן:נאך א רוקח מציבה אין ווארשא וואס איך זוך פרטים, הרבנית רבקה הענא ב"ר משה רוקח מקארוב בנו של המהר"ש מבעלזא, פון ווי איך האב עס גענומען שטייט אז איר מאן איז געווען ר' נפתלי גאלדבערג האט איינער מער פרטים איבער דעם איידעם?

ר' נפתלי גאלדבערג נכד הר"ר אלימלך מליזענסק זיעועכי"א
אמו היתה בתו של ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי
בניו
ר' אלטר שלום אלימלך מפשעביעק
ר' יוסף אלעזר משעלץ (בזיוו"ר חתן גיסו ר' אלטר שלמה זלמן מיערליטש)
חתניו
אשת (אחיו מן האם של אביה ר' נפתלי) ר' אלטער שלמה זלמן ליפשיץ מיערליטש ב"ר נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן רש"ז מוויעליפאלי ובן ר' אהרן זעליג מווישניצא בן הארד"ע זי"ע
אשת ר' נח אב"ד פיאסעצנע
אשת ר' מאיר הארוויץ מווייסליץ

ר' נפתלי גאלדבערג אדמו"ר ואב"ד בשעלץ, ומח"ס קול נפתלי
נסתלק בשנת תרס"ו בשעלץ ומנו"כ בווארשא
ויתר גדולתו וקדושתו הלא הם כתובים בהקדמת ספרו הנ"ל ומשם תדרשנו לטובה
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

אינעם אשכול פונעם ווארשא ביה"ח האט מען שוין דאכצעך דעבאטירט דעם מציבה
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די מציבה פונעם שר שלום און בעלזא
אטעטשמענטס
.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב כן פאר די פרטים.

[פרעגער,
איר חלומ'ט בהקיץ]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך א רוקח מציבה אין ווארשא וואס איך זוך פרטים, הרבנית רבקה הענא ב"ר משה רוקח מקארוב בנו של המהר"ש מבעלזא, פון ווי איך האב עס גענומען שטייט אז איר מאן איז געווען ר' נפתלי גאלדבערג האט איינער מער פרטים איבער דעם איידעם?

ר' נפתלי גאלדבערג נכד הר"ר אלימלך מליזענסק זיעועכי"א
אמו היתה בתו של ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי

בניו
ר' אלטר שלום אלימלך מפשעביעק
ר' יוסף אלעזר משעלץ (בזיוו"ר חתן גיסו ר' אלטר שלמה זלמן מיערליטש)
חתניו
אשת (אחיו מן האם של אביה ר' נפתלי) ר' אלטער שלמה זלמן ליפשיץ מיערליטש ב"ר נתן נטע דוב מוויעליפאלי חתן רש"ז מוויעליפאלי ובן ר' אהרן זעליג מווישניצא בן הארד"ע זי"ע
אשת ר' נח אב"ד פיאסעצנע
אשת ר' מאיר הארוויץ מווייסליץ

ר' נפתלי גאלדבערג אדמו"ר ואב"ד בשעלץ, ומח"ס קול נפתלי
נסתלק בשנת תרס"ו בשעלץ ומנו"כ בווארשא
ויתר גדולתו וקדושתו הלא הם כתובים בהקדמת ספרו הנ"ל ומשם תדרשנו לטובה

אין א שמועס מיט אונזער חשוב'ער ר' מיילעך הי"ו, האט ער מיר געזאגט אז עס איז [אים] נישט פונקטליך באקאנט וויאזוי זיין יחוס גייט צום הייליגען רבי ר' אלימלך זצ"ל, און גאר מערקווידיג איז דער פונקט אז מ'ווייסט נישט דעם נאמען פון די פאטער פון ר' נפתלי, די קינדער אליינס אינעם ספר דערמאנען נאר די מוטער'ס נאמען די טאכטער פון ר' שלמה זלמן מוויעליפאלי.

ער שפעקולירט אז זיין מוטטער האט בזוו"ש חתונה געהאט מיט רנ"נ ליפשיץ מוויליעפאלי נכד האדב"ע הנ"ל, און ער איז אויפגעצויגען דורך אים נישט וואוסענדיג ווער זיין פאטער איז געווען, אדער ווייל ער איז אוועק אינג, אדער האבן זיי זיך צעשיידט און נישט איבערגעבן שם אביו, וואס איז היבש אינטערעסאנט.

אפשר ווייסט איינער דא בעסער איבער דעם נושא?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

תמונת ר' אלטר שלום אלימלך גאלדבערג מפשעביעק-ווארשא:
אטעטשמענטס
CCF18032010_00002.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז דער ערשטער בעלסער רב דער שר שלום געווען אן איידעם ביי ר' יהודה זונדל רמר"ז און נאך אים האט זיין זוהן געהייסן, וואס איז די ר"ת פון רמר"ז?

דער ערשטער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' ישכר בער רמר"ז, און ר' יהודא זונדל איז געווען א שוואגער פארן רב.

רבי זונדעל איז געווען דער פאטער פון בעלזער רב'ס שווער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:תמונת ר' אלטר שלום אלימלך גאלדבערג מפשעביעק-ווארשא:

א שיין בילד, ווען איז ער נפטר געווארן, איז פארהאן אייניקליעך?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:תמונת ר' אלטר שלום אלימלך גאלדבערג מפשעביעק-ווארשא:

א שיין בילד, ווען איז ער נפטר געווארן, איז פארהאן אייניקליעך?

תרצ"ח
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

ארויפגברענגט לכבוד די יאצ"ט

דער בעלזער רב איז געווארן רב אין בעלז נאך בחייו פון זיין שוער ר' ישכר דוב רמר"ז, מיר דאכט זיך אז מען וועסט נישט פונקליכט וועלכער יאר דער איז אוועק
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

שישא האט געשריבן:ארויפגברענגט לכבוד די יאצ"ט

דער בעלזער רב איז געווארן רב אין בעלז נאך בחייו פון זיין שוער ר' ישכר דוב רמר"ז, מיר דאכט זיך אז מען וועסט נישט פונקליכט וועלכער יאר דער איז אוועק

עי' בספר 'תל תלפיות' אריכות הדברים וסתירותיהם.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שישא האט געשריבן:ארויפגברענגט לכבוד די יאצ"ט

דער בעלזער רב איז געווארן רב אין בעלז נאך בחייו פון זיין שוער ר' ישכר דוב רמר"ז, מיר דאכט זיך אז מען וועסט נישט פונקליכט וועלכער יאר דער איז אוועק

מהו חידוש הדברים בזה, הלא מקום חותנו היה בסקאהל?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

נאך די פטירה פון זיין שווער האט ער באקומען אויך זיין רבנות אין סקוהל, אבער וועלכער יאר איז דאס געווען.
דעם תל תלפיות האב איך שוין געזעהן, און נישט גאטראפן דארט עפעס ספעציעל איבער דעם.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

ביי געציילטע צדיקים מחדר הבעש"ט טרעפן מיר דאס מען זאל זיי ריפען אויף געוויסע צו-נעמען. למשל "שר שלום", "חוזה מלובלין".
ס'מסתבר דאס די נעמען זענען נולד געווארן לאחר פטירתם, ווייסט איינער ווער עס האט מחדש געווען די נעמען.
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

רבי שמואל הירש מדרישקעפאלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

הוזכר לעיל בתוך הדברים, גיסו של השר שלום, הלא הוא רבי שמואל הירש מדרישקעפאלי.

האם ידוע דבר מה על בית אבותיו? ומי הם צאצאיו מלבד חתנו הנזכר?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”