רבי זאב וואלף הלוי אבד"ק זיטל מח"ס שו"ת עמק הלכה - תרי"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

רבי זאב וואלף הלוי אבד"ק זיטל מח"ס שו"ת עמק הלכה - תרי"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

המאור הגדול רבי זאב וואלף ב"ר יהודה הלוי אבד"ק זיטל (זעטיל - ז'יטל - ז'טל - זשעטל).

שנת לידתו לא מצאתי.

אין דער פנקס פון דער שטאט זעטיל האבן מיר געטראפן אז ער איז געעווען רב אין זעטיל משנת ת"ר עד שנת תר"י.

ווייטער שטייט דארט אז פון זעטיל איז ער פארבעטען געווארן קיין זאבלודאווע, ער איז געווען רב אין זאבלודאווע און דארט נפטר געווארן בשנת 1859 תרי"ט.

געפונען מיר אינעם יזכור בוך פון זאבלודאווע, אז דער בעל עמק הלכה איז געווען דארט רב, און ליגט דארט אין א אהל.

ער האט געהאט א זון נפתלי (וויינשענקער, {לכאו' איז דער זון געווען א וויינשענקער}).

און נאך שטייט דארט עפעס א געשיכטע מיט א גולם וואס ער האט געהאט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”