מיללער האט געשריבן:הערליכער בילד פון מרן רביה"ק זצ"ל אפירגעקומען - ווערט געזען המשב"ק ר' יוסל לימינו און מ'דערקענט מ"מ מרן רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל פון הונטערוויילעכטס, ווער איז דער איד לינקס?
ווי איז דעי בילד?
יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פון ווען איז דאס בילד?
Pic Shows the Grand Rabbi Joel Teitelbaum (Hand to face) as he left the Queen Mary with His followers today after visiting Israel. September 01, 1965. (Photo by Barney Stein / (c) NYP Holdings, Inc. via Getty Images) http://theantitzemach.blogspot.com/2016/07/potd.html
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
איך מיין די מישט אויס. די בילד אויפ'ן אויבנאן שטייענדיג ביי די כ"א כסליו מסיבה איז פון אדמו"ר מהרי"י. קען זיין אז עס איז דא פון ביידע. אדרבה ברענגטס אהער.
איך מיין די מישט אויס. די בילד אויפ'ן אויבנאן שטייענדיג ביי די כ"א כסליו מסיבה איז פון אדמו"ר מהרי"י. קען זיין אז עס איז דא פון ביידע. אדרבה ברענגטס אהער.
די בילד איז כמדומה יא פון אדמו"ר מהר"א. דערווייל נאכנישט געזען מער איין בילד פון רבי'ן מיט מהר"א און איין בילד מיט מהרי"י, ביידע בבחרותם (מהרי"י איז נאך בילדותו דהיינו קודם הבר מצוה, אזוי זאגט מען אז דער בילד איז פון א באזוך אין קעמפ אין די ערשטע העלפט כ' יארן, נאך עטליכע מאל זוכן דאכצעך מיר אז דער בילד איז אפשר נישטא אין דעם שנירל. מען זעהט דארט ר' יודל ז"ל ביי איין זייט פון רבי'ן און ביי די אנדערע זייט איז דער רבי הברך משה אנכאפנדיג מהרי"י נאך פאר די בר מצוה אבער אנגעטאן בגדי שבת אריינגערעכנט א הוט לכבוד'ן באזוך). די בילד פון אדמו"ר מהר"א איז נישט ממש "איין" בילד אבער איין קליפ (ווידעא בלע"ז גראב גערעדט) פון כ"א כסלו (כמעט זיכער שנת תשכ"ה), יעצט נאכגעזוכט דא אין שנירל און עס געטראפן - דאכצעך אויף זייט 17 איז דא צוויי בילדער דערפון (געזעהן אמאל א דריטע, פיל קלארער ווי ביידע). ואתכם הסליחה אז איך קען זיך נישט אויס מיט אטאטשן, גיב איך לכה"פ אן אדרעססע.
איך דארף זייער וויכטיג די בילדער אדער קליפ ווי דער רבי שרייבט ויואל משה מיט ר' סענדר און ר' נתן יוסף ז"ל און שעראן ספרינג אויב איינער האט ביטע שיקן בילדער באותו ענין ווי דער רבי קאכט ביים שרייבן די הייליגע ספרים
שפע רב האט געשריבן:איך דארף זייער וויכטיג די בילדער אדער קליפ ווי דער רבי שרייבט ויואל משה מיט ר' סענדר און ר' נתן יוסף ז"ל און שעראן ספרינג אויב איינער האט ביטע שיקן בילדער באותו ענין ווי דער רבי קאכט ביים שרייבן די הייליגע ספרים
מיט ר' משולם גרינפעלד און ר' נתן יוסף ז"ל כצ"ל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
שפע רב האט געשריבן:איך דארף זייער וויכטיג די בילדער אדער קליפ ווי דער רבי שרייבט ויואל משה מיט ר' סענדר און ר' נתן יוסף ז"ל און שעראן ספרינג אויב איינער האט ביטע שיקן בילדער באותו ענין ווי דער רבי קאכט ביים שרייבן די הייליגע ספרים
איך מיין די מישט אויס. די בילד אויפ'ן אויבנאן שטייענדיג ביי די כ"א כסליו מסיבה איז פון אדמו"ר מהרי"י. קען זיין אז עס איז דא פון ביידע. אדרבה ברענגטס אהער.
חמרא טבא האט געשריבן:ידידינו המפורסם הרה"ת ר' הירשל שיחי' ציג האט געשטעלט א פריש בילד פון רבי'ן ז"ל ביים עולה זיין אויף א ס"ת מיט א מגן דוד דערויף!!!!
WhatsApp Image 2018-07-08 at 9.08.45 AM.jpeg
אין דעם מגן דוד שטייט תש"ח. מיינט דאס צו זאגן וואס דאס מיינט. פלא פון א מעשה
שטייט תש"ה...
לא נכון
מיר זעט עס אויך אויס א ה', אבער עס איז נישט קיין נפקא מינה בכלל, ווייל די צורת מגן דוד האבן די ציונים שוין גענומען פיל יארן פאר הקמת המדינה.
אבער מען רעדט שוין ארום איבער דעם צו עס איז געווען א קפידא נישט צו מאכן קיין נייע מגן דוד'ס, אדער אפילו אלטע מגן דוד'ס זאל מען אויך אראפרייסן. דער ספר תורה זעט אויס אן אלטע ספר תורה.
ביז אהער אן השקפה'דיגע בליק, אבער פון אן היסטארישע בליק איז עס א אינטרעסאנטע בילד.
יערסלוב האט געשריבן:תמונה ראשונה של הרבי כשנשתחרר. כשהגיע לשווייץ ור' משה גראס מגענף ע"ה, הביא לו בגדים חדשים. קוק די בעקיטשע מיט די שטיוול..
עטליכע הערות.
די בילד ווי דער רבי קומט ארויס פון קאה לאגער (ווי מזעט דזשארדזש מאנטעלא) איז נאך פון פריער.
די "בעקישע" איז געווען א שטוב כאלאט פון ר' לייבוש רובינפעלד, (נישט פון ר' משה גראס) עס איז געווען פינק... אזוי פארציילט זיין זון הגאון ר' דוד רובינפעלד שליט"א.