יום זה מכובד האט געשריבן:קארל השני ירש את המלוכה מאביו – קארל הראשון – בשנת תר"צ (1930), ייחסו ליהודים בתחילת ימי מלכותו היה 'פושר'. בשנת תרצ"ו (1936) גרם לקידוש השם גדול במדינה. הוא הגיע בליווי מצעד גדול לעיר סאטמר. העירייה הכינה במה ענקית עליה עמדו כל ראשי העיר הן בתחום הדתי והן בתחום העירוני. ראשי כל הדתות התייצבו על בימת-הכבוד, יהודים לצד שאר הדתות. מעמד זה גרם לקידוש השם כפול.
האדמו"ר רבי יואל טייטלבוים רב העיר הגיע בליווי חתנו הרב מסעמהאלי וראש-הקהל – ר' שמואל רוזנברג. כן התייצבו הרבנים לקהילות הסטטוס-קוו והניאולוגית. ולצדם התייצבו שאר ראשי הדתות והעירייה. המלך הגיע בליווי של צעדה שכללה אלפי חיילים ואנשי מלכות, ברוב פאר והדר. בהתקרבו למיקום הבמה סרק המלך את כל הניצבים, ומכולם בחר לגשת לכיוון רבי יואל. בינתיים החלו לצעוד כלפי המלך שני גלחים הדרגות צעדו לקראת המלך, אולם התעלם מהם, וניגש תיכף להרב, שעמד בסילודין כשבידו האחת מחזיק את מקלו הרבני ובשנייה את כובעו. הרב הרגיש תיכף בנעשה: הקד קידה ובירך את ברכת 'שנתן מכבודו לבשר ודם' והמלך הושיט את ידו לקראת הרב. שנייה תועדה ע"י צלם יהודי, שפורסמה תיכף בעיתונות הרומנית. כעבור ימים אחדים נשאל המלך למה ניגש לראשונה לרב אורטודוקסי, הגיב: תיכף עם בואי לכיוון הבמה, סרקתי את כל הניצבים עם דרגתם הגבוהה, על רב זה וכלשונו 'אידישן גייסטליכן ראבינער' לבי נמשך אליו הודות לצורתו שהקרינה רוחנית. תשובת המלך התפרסמה בעיתונות היהודית במדינה.
פון
דאa_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg
ב"ה
א שטיקל תורה מעניני דיומא וואס מקען זיך אראפלערנען פון דעם בילד. ס'איז באוואוסט אז נעבן רבי'ן איז געשטאנען די רעפארם ראביי און פונקט אפאר מינוט פאר דער קעניג איז אנגעקומען איז ער אוועק געגאנגען פאר א מינוט, פלוצלונג איז די קעניג אנגעקומען און מען האט איהם שוין נישט צירוק געלאזט צו זיין פלאץ. אלץ רעזולטאט זעהט מען איהם נישט אויף דעם בילד. איז אזוי, דער בילד איז זייער היסטאריש עד היום, און איז געווען פאבלעצירט אין אלע צייטונגען אין לאנד, טויזענטער גוים האבן עס געזעהן און א ריזיגע קידוש השם איז ארויסגעקומען. האט השי"ת נישט געוואלט אז דער רעפארם ראביי זאל פאראייביגט ווערן, און זיין א חלק פון די געוואלדיגע קידוש ה', האט ער געמאכט אז 'פונקט' זאל ער אוועק גיין פאר א מינוט, און אין יענע רגע איז דער מלך אנגעקומען..
דאס קומט אונז לערנען לעניננו אז אלעס פירט השי"ת אויף די מינוט ווען זאכן זאלן פאלן אין פלאץ. און ווי רבי אלימלך בידערמאן שליט"א זאגט נאך, המן איז אנגעקומען צום מלך אין שטוב 'פונקט' אין די ריכטיגע מינוט, אויב קומט ער ווען בלויז א מינוט פריער וואלט ער דאך געוויסט אז מען וויל דא עפעס גוט'ס פאר מרדכי, וואלט ער ווען נישט געשפיגן אזא מעכטיגע פלאן, ווידער אויב קומט ער ווען בלויז א מינוט שפעטער , וואלט ווען א צווייטער געגעבן א אנדערע עצה און ער וואלט ווען נישט געווען אינוואלווד און ס'וואלט נישט געווען כאשר החילות לנפול לפניו נפל תיפול. זעהט מען פון דעם אז יעדע זאך פירט השי"ת אלעס אלעס לויפט אויפן מינוט ווען עס דארף צו זיין.
א פרייליכן פורים! זאל מען פולען אלעס גוט'ס!
משלוח מנות ברענגן צו 'טעם וריח' אין שטוב ציווישן איינס און צוויי. מתנות לאביונים שטיפט אינטער די טיר.
- בהצלחה