רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שלום הלוי ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל - כ' חשון תרי"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי שלום הלוי מקאמינקא זצוק"ל (בן הגביר החסיד ר' יעקב יוסף מראווע ז"ל) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ זצוק"ל און שפעטער פון הרה"ק רבי שלום מבעלזא זצוק"ל, ער איז געוועהן א חבר נאמן מיט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל, ער איז געוועהן רב און יארטשוב און שפעטער אין קאמינקא, מען האט אים גערופען דער ראווע עלוי, ווייל אין די יונגע יארן האט ער ארויס געוויזען געוואלדיגע חריפות וכו', זיין דרך אין עבודה איז געוועהן שטארק בהצנע לכת אזוי ווי ער האט מקבל געוועהן ביי זיין רבי'ן און ראפשיץ, קיין ספרים האט ער פון זיך נישט איבער געלאזט, נאר לעצטענס (שנת תשמ"ג) איז ארויס א ספר מיט'ן נאמען "אוהב שלום" ווי דארט איז געדרוקט אן אוצר נפלא פון זיינע דברי תורה, מנהגים, תולדות, ועוד, ער איז נפטר געווארן כ' חשון שנת תרי"ב לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דינסטאג נאוועמבער 18, 2008 9:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרהגה"ק רבי שלום הלוי (ראזענפעלד ) מקאמינקא זי"ע איז געבוירן בערך שנת תק"ס לפ"ק צו זיין פאטער הרה"ר יעקב יוסף ז"ל זיין ברודער רבי יחיאל איז געוועהן דער שווער פון הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער זי"ע און פון יאסער רב הגה"ק רבי שמעלקא טויבש זצ"ל) .
יונגערהייט האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבי שלמה קלוגער זצ"ל און ביי רבי הירש חריף און איז שוין דעמאלט געוועהן שטארק באוואוסט מיט געוואלדיגע התמדה און גרויס חריפות און בקיאות און צוליב דעם האט ער באקומען דעם צונאמען "דער ראווער עילוי:ביי די ניין יאהר האט ער געמאכט א סיום אויף גאנץ ש"ס און שוין דעמאלס האט ער זיך אנגעהויבען מסתופף זיין בצל קדשו פונ'ם רבי'ן פון לובלין זי"ע, וועלכער האט אים ארויסגעוויזען גרויס קרבות טראץ זיין יונגען עלטער , נאך די פטירה פון רבין פון לובלין איז ער געווארען א תלמיד מובהק פונעם ראפשיצער רב זי"ע ורוב תורתו ממנו קיבל . דארט האט ער זיך באפריינדעט מיט'ן צאנזער רב זי"ע מיט וועמען ער איז געוועהן א ידיד נפש. און שפעטער האט ער זיך מסתופף געוועהן בצל קדשו פון רבי אשר'ל ראפשיצער זי"ע. נאך זייער פטירה איז ער געווארען א חסיד פונעם בעלזער רב הרה"ק רבי שלום זי"ע . אויך איז ער געפארען קיין זידיטשויב צום עטרת צבי זי"ע , קיין רימנוב צום רבי'ן ר' הערש זי"ע, און צו נאך צדיקי הדור . שנת תקפ"ג איז ער געווארען רב אין יארטשוב, שנת תקצ"ז איז ער געווארען רב אין קאמינקא וואס אויף איר נאמען איז ער געליבען באוואוסט . ער איז געוועהן גאר שטארק חביב און נערץ ביי אלע צדיקי הדור און איז געוועהן גאר מפורסם סיי מיט זיין קדושה און צדקות , און סיי מיט זיין גאונות בתורה כאחד מן הראשונים . ער איז נסתלק געווארען יונגערהייט כ' חשון שנת תרי"ב ומנ"כ אין קאמינקא. זיין ממלא מקום איז געוועהן זיין איינציג קינד הגה"ק רבי יהושע קאמינקער זי"ע (זיינע זוהן זענען געוועהן: הגה"ק רבי שלום אבדק"ק קאמינקא, און הגה"ק רבי אלעזר אושפעצינער זי"ע חדב"נ מרן הקדוש מצאנז זי"ע צווישען זיינע איידעמער איז געוועהן מרן הגאון הקדוש רבי שלמה מבאבוב זי"ע) .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אהבת תורה
שוין אלס קליין קינד האט זיך רבי שלום קאמינקער אויסגעצייכענט מיט זיין געוואלדיגע התמדה און גרויס צדקות בשעת ער איז אלט געוועהן זיבען יאהר איז אמאהל פארגעקומען אין זיין שטאדט ראווע מאנעוורעס (איבונגען) פון די מילטער –דאס מיליטער האט זיך אויסגעשטעלט און צוטיילט און צוויי גרופעס איין גרופע האט מלחמה געהאלטען מיט די צווייטע כדי זיך צוצוגרייטען אז ווען עס וועט פארקומען א מלחמה זאלן זיי זיין געשולט צו קעמפען. דער קייזער בכבודו ובעצמו איז אראפגעקומען באאבאכטען די מאנעוורעס. און די גאנצע שטאדט איז ארויסגעגאנגען מקבל פנים זיין דעם קייזער און צוקוקן די מאנעוורעס. אויך דער פאטער מיט די מוטער פון רבי שלום קאמינקער זענען ארויסגעגאנגען אהין. זייער קליינעם זוהן האבען זיין פארגעסען מיטצונעמען און ער איז געבליבען אליין אינדערהיים.
ווען די מאנעוורעס האבען זיך געענדיגט און די עלטערין זענען צוריקגעקומען א היים , האבען זיי געטראפען ווי דער קליינער זיצט ביי א שולחן ערוך חושן משפט און וויינט מיט ביטערע טרערן .האבען זיי פארשטאנען אז ער וויינט ווייל זיי האבען אים איבערגעלאזט און נישט מיטגענומען א הין האבען זיי זיך גענומען פארענטפערין פאר אים אז זיי האבען אים פשוט פארגעסען , אן אנדערס מאהל וועלן זיי שוין זעהן אים מיט צונעמען , דער קליינער האט זיי אבער אנגעקוקט מיט גרויסע פארוואונדערטער אויגען ער האט בכלל נישט געוואוסט פון וואס זיי רעדען! טאטע- האט ער געפרעגט פון וואס רעדט איר דא? וואס איז דארט פארגעקומען?
ווען זיי האבען געזעהן אז ער ווייסט באמת נישט וואס דארט איז געוועהן און אז נישט אויף דעם וויינט ער האבען זיי אים געפרעגט – אויב דו ווייסט נישט פון וואס מיר רעדן , פארוואס וויינסטו אזוי ביטער ? –איך וויין האט זיי דער קליינער געענטפערט מיט גרויס תמימות- ווייל איך פארטשיי נישט דעם ש"ך וואס איך לערן יעצט! דער קליינער האט זיך צוכליפעט און ווייטער געזאגט :דער ש"ך האט דאך דאס פארשטאנען פארוואס פארשטיי איך נישט?"
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

בשנת תרכ"ד, כשהביא הגה"ק מגארליץ לדפוס את ספרו הראשון של אביו, מרן מצאנז , דב"ח על שמות גיטין במצוות אביו,שהה זמן מה בזאלקווא,לשם סידור הספר,ולא רצה לשבות בזאלקווא,נסע לשבתות דווקא אל הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע. [ אף שהיו שם גם רביס אחרים ].
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אילן משפחת חותן מהר"ש מ'קאמינקא, בבלאג תולדות ושרשים, נעתק מפורום שורשים משפחתיים.
ועמך כולם צדיקים
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בשנת תרכ"ד, כשהביא הגה"ק מגארליץ לדפוס את ספרו הראשון של אביו, מרן מצאנז , דב"ח על שמות גיטין במצוות אביו,שהה זמן מה בזאלקווא,לשם סידור הספר,ולא רצה לשבות בזאלקווא,נסע לשבתות דווקא אל הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע. [ אף שהיו שם גם רביס אחרים ].

כל הסיפור מצוץ מן האצבע . כי רבי שלום קאמינקער נפטר בשנת תרי''ב
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

רבבה האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בשנת תרכ"ד, כשהביא הגה"ק מגארליץ לדפוס את ספרו הראשון של אביו, מרן מצאנז , דב"ח על שמות גיטין במצוות אביו,שהה זמן מה בזאלקווא,לשם סידור הספר,ולא רצה לשבות בזאלקווא,נסע לשבתות דווקא אל הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע. [ אף שהיו שם גם רביס אחרים ].

כל הסיפור מצוץ מן האצבע . כי רבי שלום קאמינקער נפטר בשנת תרי''ב

בדקתי עוד פעם בהמקור של הסיפור [ קונט' " ברוך שאמר " פרק א', בתוך ספר "דברי ברוך" - גארליץ ], ואכן כתוב שם שהמעשה הזה היה עם בנו הרה"ק רבי יהושע מקאמינקא זי"ע. ואני הק' טעיתי.
[ ושם כ' שמצא זה בספר ארזי לבנון, ושם כ' : " כך זכיתי לשמוע מפיו קדשו " ]
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט פון כ"ק אדמו"ר מהר"י מויזשניץ שליט"א ,פארציילט הרה"ק מצאנז זיע"א,אז איינמאל איז געקומען א'קארגער גביר צום קאמינקער רב זי"ע אז ער ליידט געפערלעך פון זיין אידינע ער האלט עס שוין נישט אויס,ער וויל די רבי זאל איר אוועק לייגען ,(נישט מער און נישט וייניגער) . רופט זיך אן קאמינקער רב זי"ע אז ער טוהט נישט אזעלעכע זאכען.נאר דאס יא ער קען אים געבען א'עצה, די און די שטאט דארף מען א'מקוה זאל ער צו זאגען געבען געלט פאר די מקוה און נישט באצאלען,און גמרא שטייט (שבת ל"ב ב')תניא רבי נתן אומר, בעון נדרים מתה אשה של אדם,אזוי וועסטו פטור ווערען פון איר.און כך הוה ער האט נישט באצאלט די מקוה און ל"ע זיין ווייב איז קראנק געווארען.איז ער שנעל געלויפען צום קאמינקער רב זי"ע בעטען א'רפואה פאר זיין ווייב,האט אים די קאמינקער רב געזאגט האסט א'עצה צאלען וואס די האסט צו געזאגט,און כך הוה ער האט באצאלט און זי האט געהאט א'רפואה.האט צאנזער רב אויסגעפירט, מיט די פקחות פון קאמינקער רב האט ער פארדינט צוויי זאכען,איינס,ארויס געשלעפט געלט פון א'קארגער גביר צו בויען א'מקוה,און געמאכט שלום בית. זיע"א.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

געוואלדיג
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט פון הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א אז הרה"ק רבי שלום מ'קאמינקא זיע"א האט אמאל נאך געזאגט א'גלייך ווערטל, מיט א'חריפות וואס ער האט געהערט פון א'פרעשבורגער בחור. די גלייך ווערטל איז אזוי,ס'שטיט און פסוק אז רבקה איז ארויס שעפען וואסער וכדה על שכמה, פרעגט זיך די קשיא שיקט מען דען ארויס א'דריי יעריגע מיידל מיט א'קריגל?,נאר די תירוץ איז וכדה איר מאס קריגעלע.און די חריפות גייט אזוי .שטייט און ספר איוב,אז איוב'ס ווייב האט אים געזאגט, וַתֹּאמֶר לוֹ אִשְׁתּוֹ, עֹדְךָ מַחֲזִיק בְּתֻמָּתֶךָ; בָּרֵךְ אֱלֹהִים, וָמֻת, אז ער זאל שעלטן די אייבערשטער ח"ו, האט ער איר געזאגט כאחת הנבלות תדברו,את הטוב נקבל ואת הרע לא נקבל.פרעגט זיך די קשיא ואוו קומט עס אז איוב'ס ווייב זאל אים זאגן שעלטן די אייבערשטער,נאר די גמרא ברענגט אראפ אז סאיז דא א'מאן דאמר וואס האלט אז איוב לא היה ולא נברא. איז אזוי,איוב'ס ווייב האט געהאלטן וואו דעם מאן דאמר דלא היה ולא נברא ממילא קען ער שעלטן ,משא"כ איוב האט געהאלטן אז היה ונברא ממילא קען ער נישט שעלטן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עם -הארצישע לומדות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כידוע פלעגט הרה"ק מ'קאמינקא זיע"א רעדן אסאך ווערטלך עמוק עמוק פיל מיט סודות וכוונות אזוי ווי חבירו וידידו הרה"ק מ'צאנז זיע"א האט מעיד געווען.
ער פלעגט פארציילן וואס ער האט געזען ביי די עמי-הארץ ווי זיי פלעגן אפערעכטן א'סדר נאכט .

איינמאל האט ער אזוי פארציילט.

א'דארפסמאן א'עם הערץ האט גענומען א'איידים א'תלמיד חכם וואס איז געזעצן ביי אים פסח ביי די נאכט ביים סדר פארשטייט זיך אז די איידים האט נוהג כבוד געווען אינעם שווער און האט אים געלאזט פירן די סדר אזוי ווי יעדער'ס יאר.

איז ער אנגעקומען צו מוציא מצה האט די דארפסמאן גענומען די מצה און געמאכט א'ברכה המוציא און געגעסן,און ער האט נישט געווסט אז די נאכט מאכט מען נאך א'ברכה על אכילת מצה, אבער זיין איידים האט געמאכט צווי ברכות ווי די הלכה איז ,זעענדיג אז זיין איידים מאכט צוויי ברכות האט ער פארשטאנען אז היות ער איז א'תלמיד חכם איז ער גערעכט,און טראכטענדיג אז ער וועט זיך אזוי פירן מכאן ולהבא.

אויף צומארגענס ביי די סעודת יום טוב צופרי האט די דארפסמאן גענומען די מצה און געמאכט המוציא מיט על אכילת מצה.טראכטענדיג אז אזוי איז די הלכה ווייל זיין איידים פירט זיך אזוי, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווען אז זיין איידים האט נאר געמאכט המוציא, ס'מיז זיין האט ער געטראכט ביי זיך אז נאר די ערשטע נאכט ווען מ'עסט די מצה מאכט מען צוויי ברכות משא"כ די צווייטע נאכט איז גענוג נאר המוציא.

ס'קומט טאקע די צווייטע נאכט ביים סדר נעמט די דארפסמאן די מצה און מאכט נאר המוציא' ער האט דאך אזוי מברר געווען להלכה פון זיין איידים, אבער דוקא יעצט מאכט זיין איידים צוויי ברכות, וואס איז פשט טראכט די דארפסמאן? ער אליינס האט נאר געמאכט איין ברכה? מיז זיין קומט ער צום מסקנא אז ס'איז נישט דא א'נפקא מינה פון די ערשטע מאל עסען אדער די צווייטע מאל עסן אלע מאל מאכט מען צוויי ברכות, איי זיין איידים האט צופרי נאר געמאכט איין ברכה מיז זיין אז ס'איז געווען א'שגגה בעלמא און ער האט פארגעסן און טועה געווען.

אוף צו מארגענס עודך, די דארפסמאן די למדן זעצט זיך צום טיש און ער ווייזט ווייטער זיין בקיאות און מאכט אויף די מצות הויעך אויפן קול צוויי ברכות, אבער ווייטער האט פאסירט ווי נעכטן די איידים דער ת"ח מאכט נישט מער ווי איין ברכה המוציא ,טראכט זיך די דארפסמאן אז דאס איז בכלל נישט קיין טעות ווייל סיי היינט און נעכטן האט ער אזוי געטוהן, מיז מען זאגען אז ס'איז דא א'חילוק צוווישען די נאכט סעודות מיט די בייטאג סעודות , ביינאכט מאכט מען צוויי ברכות און בייטאג מאכט נאר איין ברכה. יעצט האב איך ארויס די זאך זאג צו זיך די דארפסמאן, און די נאכט וועל איך מיך נישט טועה זיין אזוי ווי די ערשטע צוויי נעכט.

וכך הוה ס'קומט מוצאי יום טוב ביינאכט ביים סעודה האט ער געמאכט בקול רם המוציא מיט על אכילת מצה, אבער אויך יעצט האט ער נישט געטוהן צום זאך זעענדיג אז זיין איידים האט נאר געמאכט המוציא.

די דארפסמאן האט נישט פארלוירן זיין געדולד און זיין שארפע מוח האט ער ערפינדן א'נייע המצאה איז אזוי אז ס'איז דא א'חילוק צוווישן יום טוב מיט חל המועדאז יו"ט זאגט מען ביי נאכט צוויי ברכות און בייטאג איין ברכה אבער חל המועד זאגט מען ביינאכט נאר איין ברכה און בייטאג צוויי ברכות,וועגן דעם אז ס'איז אנגעקומן די חו"מ טאג סעודה האט ער נאך אמאל געמאכט צוויי ברכות, אבער יעצט האט אים אויך נישט געשפילט זיין מזל,ווייל זיין איידים האט נאר געמאכט איין ברכה.

מיז זיין טראכט זיך די דארפסמאן די המצאה וואס איך האב אויס געטראכט איז נישט אמת ,און אמת'ן אריין איז נישט דא קיין נפקא מינה צווישען יו"ט און חו"מ,וועגען דעם האט מיין איידים געמאכט נאר איין ברכה ,איי נעכטן האט ער נאר געמאכט איין ברכה איז געווען א'טעות זיינע,און מ'לערענט זיך נישט ארויס דערפון.

פארשטייט זיך ווען ס'איז אנגעקומען די נאכט סעודות האט ער געמאכט צוויי ברכות אזוי ווי די ערשטע נעכט יו"ט,אבער זיין איידים האט זיך ווידער פארעקשענט און נאר געמאכט המוציא,טראכט ביי זיך די דארפסמאן אז זיין לומדות איז יא אמת אז חו"מ מאכט מען פארקערט ווי יו"ט און סיי בייטאג און סיי ביינאכט האט מיין איידים נישט טועה געווען און געטוהן ווי די הלכה הייסט,איי היינט צופרי האט ער געמאכט איין ברכה מיט דעם האט ער טועה געווען און פארגעסן.

אבער צומארגענס האט זיך אלע זיינע סברות אפגעפרעגט ווען ער האט געמאכט צוויי ברכות און זיין איידים איין ברכה יעצט איז ער געקומען צום אמת אז נאר די ערשטע צוויי נעכט מאכט מען צוויי ברכות אבער בייטאג סעודות און אויך חול המעוד סיי בייטאג און סיי ביינאכט מאכט מען נאר איין ברכה המוציא.

אבער מיט דעם האט זיך דאס נישט גענדיגט וייל די דארפסמאן האט זיך נישט מסתפק געווען מיט די בירור הלכה אליינס נאר ער האט אויך מוסיף געווען מדעתו אז פארוואס די ערשטע צוויי נעכט מאכט מען צוויי ברכות משא"כ די אנדערע נעכט מאכט מען נאר איין ברכה האט ער זיך פארענטפערט אז דאס ווענדט זיך און איסור מלאכה און היות אז ביידע ערשטע טעג טאר מען נישט מאכען א'מלאכה וועגן דעם איז מען מוסיף ביי די נעכט נאך א'ברכה און אויב אזוי דארף מען אויך שבת חו"מ וואס איז אויך אסור במלאכה מאכן צוויי ברכות.

און וויבאלד אז די דריטע טאג חו"מ איז אויסגעקומן און שבת וועגן דעם האט ער ביינאכט נישט געווענקעלט און געמאכט על אכילת מצה מיט המוציא.
אבער יעצט האט ער אויך איינגעזען אז ער האט געמאכט א'טעות ווייל זיין איידים האט נאר געמאכט המוציא, טראכט ער וואס מיינט עס? היינט בייטאג טאר מען אויך נישט מאכען א'מלאכה ? האט ער זיך ביי רואיגט און געטראכט ,אז ס'איז דא א'נפק"מ צוווישן שבת און יום טוב,ווייל שבת דרייט מען איבער די סדר פון יו"ט אז אשטאט צו מאכן צוויי ברכות ביינאכט און ביי טאג איין ברכה ,מאכט מען שבת ביינאכט איין ברכה און בייטאג לייגט מען צו נאך א'ברכה.

און מיט די סברא האט ער זיך ביינוצט אויף צומארגנס צופרי ביים סעודה און געמאכט צוויי ברכות,אבער דאס האט אים נישט געפירט און די ריכטיגע וועג ווייל זיין איידים האט נישט משנה געווען אויך פון די פריעדיגע טעג און געמאכט נאר איין ברכה מיט נישט קיין ברירה האט ער ערפינדין א'נייע המצאה ,(מ'וויסט נישט פונקט וואס קאמינקער רב האט געזאגט מיט די חשבון פון די איבריגע טעג) ביז צום לעצטן טאג יום טוב וואס דעמאלטס איז ער געווען זיכער אז זיין איידים וועט מאכן ווי אים.

אבער זעענדיג אז די לעצטע טאג יו"ט האט די איידים אויך נישט געמאכט ווי אים, איז ער געווארן אומגעדולדיג און מיט א'גרויסער צארן איז ער צו געגאנגען צום איידים און אים דערלאנגט א'פראסק און פנים,זאגענדיג צו אים די מחוצף איינער וואס איך טו מאכסטו פארקערט.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מצאנז זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל איז הרה"ק רבי הלל קאלמייער זצוק"ל געזעצן ביים צאנזער רב'ס זיע"א טיש אינמיטן טיש האט זיך צאנזער רב זיע"א אנגערופן אז קאמינקער רב זיע"א האט געזאגטא'ר"ת אויף זעקס קופי"ן (דאס מיינט זעקס ווערטער רצופות וואס הייבט זיך אן מיט א'קו"ף) און דאס זענען זיי

"קייזער קעניגליכער קאמינקער קרייז קוימען קערער".

רבי הלל הערנדיג די ווערטער טראכט ער ביי זיך היתכן אז א'רבי און א'צדיק ווי צאנזער רב זאל רעדן אזעלכע פשוט'ע רייד ביים טיש און די חסידים וואס זעהן א'זוינס וועלן זיי זיך ערלויבן צו ליינען צייטונגען ביי זיי אינדערהיים .

דאס אלעס האט רבי הלל געטראכט ביי זיך און ער האט נישט געווסט וואס צו טוהן פון ווייטאג.

האט זיך צאנזער רב זיע"א תיכף אנגערופן אז דא ביים טיש זיצט מיט אונז קאלמייע רב וואס קען נישט פארליידן קיין שום עוולות און וויל פארשטיין פארוואס ווערטל איך מיר אינימטן סעודה.

אבער איך זאג ענק אז קאמינקער רב זיע"א האט מכוון געווען מיט זיינע הייליגע רייד זייער א'הויכע און הייליגע כוונה
ממש אזוי וויי די כוונות וואס די כהן גדול האט מכוון געווען יום כיפור ביי זיין הייליגע עבודה ווען ער איז אריין לפני ולפנים
.

און רבי הלל זצ"ל האט זיך בארואיגט.

(ספר כל הכתוב לחיים )
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:32 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'ויכוח וועגן א'פתיחה און א'סתימה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

קאמינקער רב זיע"א זייענדיג אמאל ביי מורו ורבו הקדוש זיע"א און ראפשיץ האט מען געשריבן א'ספר תורה פארן ראפשיצער רב זיע"א,און ער האט איבער געגעבן זיין קוויטל שטוב צום סופר אז ער זאל שרייבן דארט אומגעשטערט און ער האט אנגעזאגט אז ער זאל קיינעם נישט אריין לאזן דארטן.

צופרי נאך שחרית האט די חברייא קדישא (צאנזער רב זיע"א רבי אלימלך רודניקער זיע"א והרה"ק מ'יאשינצא ועוד) געוואלט טרינקען א'לחיים און זיי האבן נישט געהאט ,אבער וויסענדיג אז און די רבי'ס צימער געפינט זיך משקה זענען זיי צו געגאנגען צום סופר אים געבעטן ער זאל זיי לאזן נעמען משקה, אבער בשום אין אופן נאר אז די רבי וועט זיי לאזן, די חברייא האבן געוואלט בעטן רשות אבער קאמינקער רב זיע"א האט גע'טענעהט אז מזאל נישט שטערן דעם רבי'ן וועגען משקה.

באין ברירה האבן זיי גענומען א'אנדערע מיטל אז איינער האט אנגעכאפט דעם סופר מיט א'שטארקייט און די אנדערע האבן געשטיפט די טיר ביז ס'האט זיך געעפענט און זיי זענען אריין און געמאכט א'לחיים, אבער דער סופר האט געשריגן און געסטראשעט.

האבן זיי מורא געהאט אז די רבי זאל נישט געוואר ווערען און האבן א'קפידה, האט זיך קאמינקער רב זיע"א א'עצה געגעבן און צו געגאנגען צום רבי'ן און בדרך חכמה האט ער אזוי פארציילט.

אז די רבי זאל וויסן אז מיר האבן היינט געהאט א'עסק ביש מיטן סופר, ס'איז געווארן א'מחלוקת וועגען פתיחה וסתימה, ער האט געטענעהט אז ס'דארף זיין א'סתימה, און אונז האבן געהאלטן אז ס'דארף זיין א'פתיחה.

וואס האט ראפשיצער רב זיע"א געפרעגט, איר האט געהאט א'שאלה אינעם ספר תורה און מיר נישט געפרעגט? היתכן?.

ניין און ניין האט קאמינקער רב אים בארואיגט, די שאלה איז נישט געווען אינעם ספר תורה נאר אויפן טיר .

ומעשה שהיה כך היה,אונז האבן געוואלט טרינקען א'לחיים,און די משקה איז געלעגן אינעם סופר'ס צימער, און ער האט אונז נישט אריינגעלאזט, אבער אונז האבן געפענט די טיר מיט געוואלד און זיך אריינגעכאפט און צימער.

און דאס איז געווען די ויכוח צווישען אונז ,ער האט געטענעהט אז די טיר דארף זיין א'סתימה (פארמאכט) און אונז האבן געהאלטן מ'דארף מאכן א'פתיחה וכך הוה.


האט זיך ראפשיצער רב זיע"א צולאכט און הנאה געהאט.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

איי וואו נעמט די אמאליגע ערליכע אידן און צדיקים
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'מעג וויסן דיין מקור צו די מעשה?
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

green האט געשריבן:איי וואו נעמט די אמאליגע ערליכע אידן און צדיקים

בספר צוואת אבא להחסיד ר' עביר ראזענבערג ז"ל מביא ממהר"ש מבעלזא ז"ל [שאגב, כידוע הגה"ק מקאמינקא החשיב עצמו לתלמידו] שאמר שבדור שלפני משיח יהיו יונגעלייט רבי'ס שאילו היו בימיו היה נוסע אליהם. והבן זה.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

.
אטעטשמענטס
ר שלום מקאמינקא.JPG
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איך געדענק עפעס די מעשה איז געווען מיט א שענקעל והם 'פתחו' את זה וע''ז אמר פתוחה וסתומה וגו.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המקור.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'מעג וויסן דיין מקור צו די מעשה?

ספר אוהב שלום דף קכ"ה (ליקוט תורות ועובדות מהרה"ק מ'קאמינקא זיע"א).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פארצייטישע יודען.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

green האט געשריבן:איי וואו נעמט די אמאליגע ערליכע אידן און צדיקים

טאקע אמאל האט קאמינקא רב זיע"א שמחת תורה נאך די הקפות פארטאגס זיך אראפ געזעצט און זיך אפגרוהט פון זיין עבודת הקודש,
און ער עפענט זיין בעקיטשע און די העמד לעבן זיין הארץ און ער רייבט זיין הייליגע האנט אויף זיין הארץ זאגענדיג מיט א'ברען און א'קאך בזה הלשון

אוי די פארצייטישע איד'ן אוי די פארצייטישע אידן, לערנען יאק לערנען , אבער א'הארץ האבן זיי געהאט.. אבער א'הארץ האבען זיי געהאט.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 8:04 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'מעג וויסן דיין מקור צו די מעשה?

ספר אוהב שלום דף קכ"ה (ליקוט תורות ועובדות מהרה"ק מ'קאמינקא זיע"א).

אינטרעסאנט, ווייל אין אור הצפון ברענגן זיי די מעשה מיט א שענקל, און אז עס איז געווען ביים מהר"ש מבעלזא און א סופר ר' נתנאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אויבער מיט קאמינקא רב זיע"א?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ניין.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פיר און זעכציג קשיות .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט קאמינקא רב זיע"א אז אמאל איז ער אריין און א'שענק האב איך געזען א'דבר פלא, וואס אויף דעם איז מיר שווער געווען פיר און זעכציג קשיות.

איך האב געזען פיר ערלים און יעדע פון זיי האט געקויפט פיר געזאלצענע הערינג, האבן זיי גענומען וואסער און אפגעשווענקט די הערינג און זיי האבן געטרונקן די שמוציגע וואסער, און נאכדעם האבן זיי אפגעשיילט די הויט פון די פיש און אויפגעגעסן די הויט ,און נאכדעם האבן זיי צוריסען די פיש און ארויס גענומען די ביינער און אויפגעגעסן,און צום סוף האבן זיי צושניטן די פיש אויף שטיקלעך און אויפגעגעסן מיט איינמאל.

און אויף די זאך איז מיר שווער געווען פיר און זעכציג קשיות.
די ערשטע קשיא. ' אויב האבן זיי אויסגעוואשען די פיש ווייל זיי האבן זיך געקעלט צו עסען די שמוציגע פיש ,איז פארוואס האבן זיי געטרונקן די שמוציגע וואסער?.

די צווייטע קשיא איז. אויב האבען זיי אויסגעטוהן די הויט ווייל מ'קען דאס נישט עסען ,פארוואס האבן זיי דאס אויפגעגעסען שפעטער?.

דריטע קשיא. אויב האבן זיי ארויס גענומען די ביינער ווייל א'מענטש קען דאס נישט עסען פארשטיי איך נישט ווי אזוי האבען זיי דאס שפעטער געגעסען?.

פערטע קשיא איז. אויב האבן זיי צושניטן די פיש פאר קליינע שטיקלעך,מיינט עס אז זיי האבען אינזינען געהאט דאס צו עסען מענטשליך מיט א'נימוס איז פארוואס האבן זיי אנדערשט געטוהן?

האבן מיר דא פיר קשיות אויף יעדע פיש, און פארשטייט זיך אז יעדע ערל האט געהאט פיר פיש, פיר מאל פיר איז זעכצן, האבן מיר שוין זעכצן קשיות.

און ס'איז דאך געווען פיר גוים ,און אויף יעדע גוי האב איך זכעצן קשיות,איז פיר מאל זעכצן קומט אויס פיר און זעכציג.

און דאס האב איך אנהייב געזאגט אז איך האב געזען א'דבר פלא און ס'איז מיר שווער געווען פיר און זעכציג קשיות דערויף.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט במאמר חז"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

קאמינקא רב זיע"א איז אמאל געגאנגען נאך געלט פאר א'צדקה צוועק,און ווי די בעל הבית האט אים געזעהן האט ער זיך באהאלטן אין זיין צימער.

האט זיך קאמינקא רב זיע"א אנגערופן יעצט פארשטייט ער פשט די מאמר חז"ל "גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה",ווייל ביי משה רבינו שטייט ויסתר משה פניו כי ירא מהביט אל האלוקים (שמות ג,ו,)האט ער זיך נאר פארדעקט זיין פנים פונעם שכינה,
משא"כ די בעל הבית האט באהאלטן די גאנצע גוף.

נאך א'ווארט די גמרא און חולין זאגט ישראל קדושים הם יש רוצה ואין לו,יש שיש לו ואינו רוצה,פרעגט תוספות אויפן פלאץ פארוואס הייסט ער א'קדוש?.

האט קאמינקא רב זיע"א גענטפערט, אז די גמרא און שבת זאגט אז רבי הייסט רבינו הקדוש ווייל ער האט נישט געלייגט זיין האנט אינטער זיין גארטל,
קומט אויס אז דער וואס ס'האט און וויל נישט לייגען זיין האנט אין זיין קעשענע וואס איז אינטער זיין גארטל ארויס נעמען געלט הייסט א'קדוש.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”