רבי חיים האלבערשטאם מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שואל הדור
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2015 8:14 pm

תגובהדורך שואל הדור » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:09 am

אם יכול מישהו מכאן לכתוב או להפנות היכן כתוב ובשם מי (נראה לי בשם הרב משיניווא) שאמר שאביו הסאנזער רב הי' מושלם בג' עמודי העולם הן תורה והן עבודה והן גמ"ח. מי יודע דבר מכך? נחוץ אלי ותשו"ח למפרע לכל העוזרם ומסייעים

שואל הדור
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2015 8:14 pm

תגובהדורך שואל הדור » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 7:03 am

לפלא שכבר חלף עבר שבוע שלם ואין איש יודע מדיבור כזה. הרפו נא משיחות סרק ודיבורים בטלים ושימו כל מאויי נפשכם בליבון דברי תו"ת ושיחות צדיקים. מי שיכול לעזור אל נא יעמוד מנגד בבירור השאלה דלעיל. תודה למפרע

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:47 am

שינאווער רב האט עס געזאגט ביי די לוי׳.
איך קען נישט דעם מקור אבער איך האב עס שוין געהערט און געליינט פון אנגענומענע בעלי מספרים.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:51 am

איבערגאנג האט געשריבן:שינאווער רב האט עס געזאגט ביי די לוי׳.
איך קען נישט דעם מקור אבער איך האב עס שוין געהערט און געליינט פון אנגענומענע בעלי מספרים.

דער ברך משה האט עס נאכגעזאגט ביים הספד אויפן רבי'ן

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'פראקטישע עצה פון צאנזער רב צו א'בעל בשר.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 9:06 am

אין דעמביץ האט געוואוינט א'איד א'נגיד מיט די נאמען ר' שניאור,און ער האט געוואלט זיך אריבער ציען קיין ארץ ישראל,איז ער געפארן קיין צאנז און געפרעגט צאנזער רב זיין מיינונג,האט אים צאנזער רב גענטפערט אז ער האלט ער זאל נישט פארן דארט,איז דארטן געשטאנען נאך א'איד,און אויך געפרעגט צאנזער רב צו ער זאל פארן קיין ארץ ישראל,האט ער אים יא געהייסען פארן.

האט ר' שניאור באלד געפרעגט צאנזער רב,פארוואס יענעם האט ער גהייסען,און אים נישט?,האט ער אים גענטפערט ס'איז דאך באוואוסט,אויב איינער איז נישט ווערט צו ליגן אין ארץ ישראל,האט ער גארנישט אויפגעטוהן אז מ'באגראבט אים דארטן,וויבאלד נאכן באגראבן,טראגן אים די מאלכים צוריק קיין חוץ לארץ,און וויבאלד דער איד איז א'מאגערע קליינע מענטש,וועלן נישט די מלאכים האבן א'שווערע ארבעט אים צוריק טראגן,אבער דיך ביסט דאך א'הויכע געשטעל,און גראב ,א'בעל בשר,און ס'וועט זיי זיין א'גרויסע טרחה דיך צוריק שלעפען,וועגען דעם איז גוט אז דו בלייבסט דא.

(כתב יד נכדו הרה"ק ר' סיני האלברשטאם זצוק"ל מ'זשימגראד בן הרה"ק מ'גארליץ זיע"א).

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

היינטיגע גאונים מיט חסידים.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 11, 2015 11:49 am

אמאל ווען די תפארת שלמה זיע"א איז געזעצן ביים צאנזער רב זיע"א ביי א' וואכענדיגע טיש,האט זיך צאנזער רב פאר דביקות אביסעלע, און נאכדעם געזאגט,בעוונותינו הרבים היינטיקע גאונים מיט היינטיקע חסידים,איך האב היינט געהאט א'שאלה פון א'באווסטען גאון דורנו און ער ברענגט זיך א'ראיה פון א' רשי, אין די רש"י אליין שטייט פארקערט,זעה איך דאך ער ווייסט נישט קיין פשט אין די רש"י,איך דארף אים דאך אן צו שרייבען א' תשובה האב איך גיקלערט וואספארא טיטעל זאל איך אים שרייבען,זאל איך אים שרייבען גאון,אז ער קען נישט די רש"י,איז ווי אזוי שרייב איך אים גאון,זאל איך אים נישט שרייבן,נו,די גאנצע וועלט האלט אים דאך פאר א'גאון,וועל איך דאך נישט יוצא זיין,האב איך מיך מיישב געווען,די גאונים האבן דאך אויך נישט געלערנט רש"י,און זיי זענען געווען גאונים,מעג איך אים שרייבען גאון כאטשיג ער קען נישט קיין רש"י.

היינטיקע חסידים ר'.... האלט זיך פאר א'חסיד ער איז דאך מדקדק אויף א'דין פון שלחן ערוך,דער ראפשיצער רב איז געווען א' חסיד,האט ער געפלאמט דאס הארץ פאר'ן באשעפערס וועגן א'יעדע מינוט,און איטליכע מינוט האט ער מתרעם געווען,וואס ער האט די פריעדיגע מינוט נאך נישט איין געפלאמט פאר'ן אייבערשטענס וועגן,און היינט בעוונותינו הרבים זענען דאס די גאונים און דאס די חסידים.

(פארציילט הגה"ק ר' יוסף צבי גאלדבוים זצ"ל אבד"ק גראבאוויץ ,מחשובי תלמידי הגה"ק מצאנז זיע"א,וחתן אחיו רבי משה יוסף זצ"ל אבד"ק זבארוב).

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 1:11 am

מ'פארציילט אז דער ברוך טעם האט געפרעגט דעם דברי חיים בשעתן פארהערן אזא קשי'.

ס'שטייט אין מדרש אז דער אייבערשטער האט געברענגט חוה פאר אדם, און אדם האט איר מקדש געווען, והמקדש בלא עדים אין חוששין לקידושיו ?
האט דער דברי חיים געענטפערט, אז די גמרא זאגט אין קידושין אז די גאנצע טעם פארוואס הודאת בע"ד העלפט נישט ביי קידושין, ווייל ס'איז חב לאחריני, ווערנדיג אסור בקרובים, אבער דא אז נאר זיי זענען געווען אויף די וועלט איז נישט געווען חב לאחריני האט מען געקענט מקדש זיין אן עדים
ודפח"ח

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:20 am

גלאזער האט געשריבן:מ'פארציילט אז דער ברוך טעם האט געפרעגט דעם דברי חיים בשעתן פארהערן אזא קשי'.

ס'שטייט אין מדרש אז דער אייבערשטער האט געברענגט חוה פאר אדם, און אדם האט איר מקדש געווען, והמקדש בלא עדים אין חוששין לקידושיו ?
האט דער דברי חיים געענטפערט, אז די גמרא זאגט אין קידושין אז די גאנצע טעם פארוואס הודאת בע"ד העלפט נישט ביי קידושין, ווייל ס'איז חב לאחריני, ווערנדיג אסור בקרובים, אבער דא אז נאר זיי זענען געווען אויף די וועלט איז נישט געווען חב לאחריני האט מען געקענט מקדש זיין אן עדים
ודפח"ח


דאכט זיך מיר אז דער ווארט ווערט פארציילט אויף דער קלויזנבורגער רב ז''ל ווען ער איז געוועהן ביי דער אוסטרוצבער גאון זי''ע
参考专家

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 1:03 am

מיללער האט געשריבן:הרב פורקניה,

דער גאנצער נאמען 'האלבערשטאם' פון וואו קומט? דער צאנזער רב האט געהאט א ברודער ר' אביגדור (דער שווער פונעם נפש חיה פון קאליש) האט מען יענעם אויך גערופען אויף דעם נאמען?

פקידים ואמרכלים
צוגעלייגטע
Untitled_1600x806.jpg

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:37 am

רבי אביגדור - דער ברודער פון צאנז'ער רב - איז געוועהן פאקטיש רב אין דיקלא אדער בלויז דארט געוואוינט?
אויב יא, איז דא עפעס מסמכים מכתבים וכדו' איבער זיין רבנות אין דיקלא?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 18, 2015 3:33 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:רבי אביגדור - דער ברודער פון צאנז'ער רב - איז געוועהן פאקטיש רב אין דיקלא אדער בלויז דארט געוואוינט?
אויב יא, איז דא עפעס מסמכים מכתבים וכדו' איבער זיין רבנות אין דיקלא?

רבי אביגדור איז געווען רב אין דוקלא, זעה דא ביקצור די השתלשלות הרבנות בעיר דוקלא לתקופותיה:
http://moreshet.pl/he/node/404

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 4:34 pm

איזה ת"ח שבני עירו מצווין לעשות לו פרנסתו, למטרח בריפתיה, זה שמניח חפצי עצמו ועוסק בחפצי שמים.
האט מען געמאכט פאר צאנזער רב, אז מ'האט נישט געלאזט קיינעם אין זיין שטאט האנדלן מיט זאלץ, כדי דער גאנצער מסחר פון זאלץ און די ריווח זאל גיין פארן צאנזער רב.
איז געווען אזעלכע וואס האבן מוחה געווען, זיי האבן אויך געוואלט האנדלן מיט זאלץ, זיי האבן גע'טענה'ט זיי וועלן שוין געבן עפעס פון אנדערע האנדלעריי.
האט זיין שווער דער ברוך טעם דעמאלט געשריבן א תשובה ווי ער פסק'נט אז די מיעוט קען נישט מוחה זיין אויף א זאך וואס רוב שטאט פירט איין, אפי' ווען ס'איז ריוח פאר איינעם מער קען די רוב צווינגן די מיעוט.
און צאנזער רב האט צוגעלייגט פאר זיין פלומעניק [חו"מ-ב,ס'.] ר' יעקב יצחק פרענקל אב"ד נארייאב, ציעשנוב, קשוינז, אז באמת נישט נאר וואס די מיעוט קען נישט מוחה זיין, נאר אויף זיי פונקט אזוי דער חיוב פון למטרח בריפתיה דהת"ח, און זיי האבן א איסור ובעבירה לקפח פרנסתו. כאטש וואס אין רמב"ם וטוש"ע איז עס נישט געברענגט בפירוש, מאחר ואס ס'איז א גמרא ערוכה, און די רי"ף ורא"ש ברענגען עס אראפ בסתמא קען מען עס נישט מדחה זיין, איי דער שו"ע, מ'קען נישט וויסן רוח קדשם פארוואס זיי האבן עס משמיט געווען, און מעגליך די סיבה איז ווייל אין שו"ע יו"ד סוף רנ"ג ווערט שוין געברענגט אז א עני ת"ח וואס וויל נישט נעמען צדקה דארף מען אים שטיצן מיט סחורה.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג ינואר 15, 2016 6:52 am

מיללער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:רבי אביגדור - דער ברודער פון צאנז'ער רב - איז געוועהן פאקטיש רב אין דיקלא אדער בלויז דארט געוואוינט?
אויב יא, איז דא עפעס מסמכים מכתבים וכדו' איבער זיין רבנות אין דיקלא?

רבי אביגדור איז געווען רב אין דוקלא, זעה דא ביקצור די השתלשלות הרבנות בעיר דוקלא לתקופותיה:
http://moreshet.pl/he/node/404


באריכות זעהט די פאלגענדע מאמרים.
בני הלברשטאם 1
בני הלברשטאם 2
בני הלברשטאם 3

בד״א, ר׳ אביגדור איז נישט געווען דער שווער פון דער נפש חיה, נאר א ברידער זייערס ר׳ משה הלברשטאם אבד״ק זבארוב.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 24, 2016 9:32 pm

89675.jpg

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג פאברואר 01, 2016 3:28 pm

מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז דער דרוק-סארט? עס איז געווען איינע פון די זמיגראדער רבי'ס ר' ישראל האלבערשטאם בנו של הרה"ק ר' סיני מזמיגראד זצ"ל-הי"ד אבער יענער איז דאכציך קיינמאל נישט געווען אין ירושלים:
http://kevarim.com/rebbe-yisroel-halberstam/

נאך, מיט א אנדערע דרוקסארט:
צוגעלייגטע
302.jpg
לחיים ולברכה!

לחי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2015 7:24 am

תגובהדורך לחי » דינסטאג פאברואר 02, 2016 7:51 am

ס'גייט ארויסקומען נאך אפאר חלקים פונעם חמדה גניזה

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 12:56 pm

ס'דא אזויפיל פון ר' סיני'ס כתבים?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג מאי 02, 2016 8:09 pm

היינט נאכט די הילולא קדישא
זי''ע ועכי''א
参考专家

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דינסטאג מאי 03, 2016 1:24 am

פון דעם אשכול "חיזוק פאר חולי ישראל"אן עובדא פון רפואה לכבוד די הילולא קדישא

בתוךשארישראל האט געשריבן:לכבוד די הילולא קדישא פון הייליגן צאנזער רב בעל דברי חיים הגה"ק רבינו חיים ב"ר ארי' לייבוש זיעועכ"י.
וועלן מיר דערציילן אן עובדא פון "רפואה" פון גרויסן הייליגן בעל הילולא:

א געוויסער חסיד וואס האט באלאנגט צו אן אנדערע הויף קעגן וועלכע דער הייליגער דברי חיים האט אויסגעדרוקט תרעומות (ואין כאן מקומו להאריך), איז ל"ע דעם חסיד'ס פאטער געווען נישט געזונט מיט יענע מחלה רח"ל, און ער האט געוויסט אז ווען מען איז מזכיר ביים דברי חיים א חולה פארלאנגט דער רבי א פדיון נפש א גרויסע סומע געלט, איז ער געקומען קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים און מזכיר געווען זיין טאטן פאר א רפואה שלימה, נישט דערמאנענדיג דערביי אז ער האט די מחלה ל"ע.

דער הייליגער צאנזער רב האט איהם אויסגעהערט, און געזאגט אז דו וועסט מיר געבן א גרויסן סכום געלט - זאגענדיג דערביי דער נומער א היבשע גרויסע סומע - זאג איך דיר צו, ער וועט האבן בע"ה א רפואה.

דער חסיד האט זאפארט ארויסגענומען די פארלאנגטע סומע פון טאש, און אראפגעלייגט אויפ'ן טיש פאר'ן צאנזער רב, זיך אנרופענדיג דערביי, אבער ער נעמט זיך אויס א תנאי, אז אויב זיין פאטער וועט ח"ו נישט האבן די רפואה, דאן איז דאס געלט פאר'ן רבין' "גזילה"......! (אזוי ממה נפשך וועט ער פארדינען אויפ'ן געשעפט, אדער וועט ער האבן א ישועה, אדער אויב ח"ו נישט וועט ער כאטש האבן סחורה קעגן רבי'ן....)

דער צאנזער רב הערט וואס ער זאגט, און ענטפערט איהם: גוט, איך בין מסכים צום געשעפט!

אזוי ווי דער חסיד איז ארויס פון צימער, האט איינער פון די זוהן פון צאנזער רב - דער הייליגער גארליצער רב זי"ע זיך דערוואוסט וואס דא איז פארגעקומען, איז ער באלד אריינגעלאפן צום טאטן און געזאגט, טאטע, דער האט דיר נישט אויסגעזאגט אז זיין טאטע האט די מחלה ל"ע, און עס קען זיין א חילול השם ח"ו...

האט דער הייליגער צאנזער רב געענטפערט, וואס האב איך געקענט טוהן, איך האב געדארפט פונקט האבן א גרויסע סומע געלט פאר הכנסת כלה פאר אן אייניקל פון הייליגן רבי ר' אלימלך זיעועכ"י, און איך האב נישט געהאט קיין פרוטה, און דער איד האט מיר געגעבן די סומע געלט וואס איך האב געדארפט דאן האבן, ממילא אז איך איך האב געזאגט, האב איך געזאגט...!!

און דער פאטער פון יענעם חסיד האט געהאט א רפואה שלימה.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, און אזוי ווי ס'איז מקובל פון צדיקי הדורות, תלמידי הבשעטה"ק, קען מען ממשיך זיין אויך היינט א ישועה דורכ'ן דערציילן א מעשה פון א צדיק וואס האט געפועלט די סארט ישועה בימיו, זאל השי"ת שיקן א רפואה שלימה לכל חולי ישראל בקרוב במהרה בניקל, אכיה"ר.

די מעשה ווערט געברענגט אין ספר אוצר ישראל פון הגה"ח רבי ישראל ראזנצווייג זצ"ל, וואס האט דאס געהערט פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מתולדות אהרן זצללה"ה.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג מאי 03, 2016 5:36 am

עס ליגט מיר אין קאפ אז די דברי חיים האט געזאגט,
מושיבי עקרת הבית אם הבנים שמחה,
שמחה איז ראשי תיבות מ'זמור ש'יר ח'נוכת ה'בית,

ווייסט איינער פון אזא דברי חיים?
אין די חנוכה תורות טרעף איך עס נישט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 20, 2016 10:46 am

די צייטונג "הלבנון" ביי די פטירה פון הייליגען צאנזער רב.

אינטערעסאנט, דער ארטיקל איז געדוקט געווארן אינעם הלבנון הערשט ט' אייר תרל"ו, אבער געשריבן געווארן איז דאס באלד נאך די פטירה אין די שטאט וויען דורך דער באקאנטער חכם וסופר מרדכי ווייסמאן-חיות באקאנט מיט זיין פען-נאמען מו"ח, דער חידוש איז אז דער שרייבער שרייבט זיין דאטום כ"ד ניסן תרל"ו און ער דערציילט אז 'אתמול' (כ"ג ניסן) איז דער צאנזער רב נסתלק געווארן.

וואס איז פשט פון דעם טעות?
צוגעלייגטע
NLI-Article (1).pdf
(154.7 KiB) דאונלאודעד 237 מאל

ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג מאי 20, 2016 10:55 am

א חידוש אז זיי האבן שוין געוואוסט א טאג פאר די פטירה אז די צאנזע רב גייט אוועקגיין...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג מאי 20, 2016 1:06 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
איבערגאנג האט געשריבן:שינאווער רב האט עס געזאגט ביי די לוי׳.
איך קען נישט דעם מקור אבער איך האב עס שוין געהערט און געליינט פון אנגענומענע בעלי מספרים.

דער ברך משה האט עס נאכגעזאגט ביים הספד אויפן רבי'ן

דוכט זיך מיר אז נישט רביה"ק דער ברך משה זי"ע נאר ר' יוסל אשכנזי האט עס געזאגט
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » פרייטאג מאי 20, 2016 1:17 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:
איבערגאנג האט געשריבן:שינאווער רב האט עס געזאגט ביי די לוי׳.
איך קען נישט דעם מקור אבער איך האב עס שוין געהערט און געליינט פון אנגענומענע בעלי מספרים.

דער ברך משה האט עס נאכגעזאגט ביים הספד אויפן רבי'ן

דוכט זיך מיר אז נישט רביה"ק דער ברך משה זי"ע נאר ר' יוסל אשכנזי האט עס געזאגט

ביידע האבן עס דארט געזאגט (ואגב, דער ברך משה איז אנגעקומען שפעט צו די לוי' און איז נאכנישט געווען בשעת ר' יוסל'ס הספד).

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יולי 31, 2016 10:06 pm

איינער מיט די נומבער פון די הכנסת אורחים צאנז?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 13 געסט