מרן בעל דברי חיים מצאנז זצ"ל - כ"ה ניסן תרל"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדול מרבן »

ביי די וועלט איז מקובל אז ס'איז נאך ר' שלום קאמינקער. אזוי האט באבאווער רב זצ"ל דערציילט, און נאך.

ס'איז דא טאקע היש אומרים אז ס'איז על שם בעלזער רב.

אגב, דער שינאווער רב האט א נאמען גיגעבן שלום פאר זיין זוהן דער סטראפקווער רב, נאכן בעלזער רב. י"א אז ס'איז געווען די ערשטע נאמען נאכן בעלזער רב.
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן
לוי אלטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי אלטער »

ווייסט איינער נאך וועם האט הגה"ק ר' אלישע מגארליץ זצ"ל געטראגן די נאמען
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

דיוקן הרה"ק בעל ה"דברי חיים" מצאנז זי"ע. צבעי-שמן על דיקט, חתום בפינה B. Turek. נעשה על פי תמונתו המפורסמת, בה נראה הרה"ק מצאנז מעיין בספר.
אטעטשמענטס
273_1.jpg
גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גביר אדיר »

בספר ״צאנז בתפארתה ובחורבנה״ (ח״א דף נב) מהרה״ח ר׳ שלמה זלמן לעהרער ז״ל יליד צאנז, כותב תחת הכותרת ׳הדיוקן שלא צויר׳, בצאנז היה מקובל שלא נשארה שום תמונה מדמות דיוקנו של הדברי חיים זי״ע. הרה״צ ר׳ ישכר בכר דאכנער זצ״ל אב״ד באניא שהתגורר באנטווערפן, החזיק בדעה כי התמונה המקובלת כיום בעולם כתמונתו של הדברי חיים, הוא למעשה תמונתו של אחד מנכדיו, שאמרו עליו שהוא דומה בתוי פניו ובכל צורתו לאבי-זקינו הדברי חיים זי״ע. ואז עשו את התמונה של הנכד, כדי לשער ע״י כך איך היתה נראית דמות דיוקנו של הדברי חיים הקדוש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

העיתון 'עברי אנכי' על פטירת מרן הד"ח זצ"ל
אטעטשמענטס
GetImage (1).png
GetImage (2).png
GetImage (2).png (6.74 KiB) געזען 4727 מאל
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איז די נאמען גיבן נאך הרה"ק רבי אליעזר געווען א פיוס אזויווי? כידוע ששררה קצת מתיחות בין הד"ח למחו' מזשיקוב בענין החזקות על הארענדעס וכו'
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מילכיגער האט געשריבן:איז די נאמען גיבן נאך הרה"ק רבי אליעזר געווען א פיוס אזויווי? כידוע ששררה קצת מתיחות בין הד"ח למחו' מזשיקוב בענין החזקות על הארענדעס וכו'

איז די מחלוקת מיט די ארענדעס נישט געווען מיט בנו הרה"ק רבי מאיר בעל אמרי נועם מ'דשזיקעוו זצוק"ל?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ניין. ר' אליעזר'ל איז אפילו נישט געקומען צופארען אויף די חתונה.
גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גביר אדיר »

אויב דענק איך גוט איז ר׳ אליעזר׳ל שוין געווען אין גן עדן בשעת די מחלוקה וועגן די ארענדעס, זיין זון דער אמרי נועם זי״ע איז נישט געקומען צו פארן צו די חתונה פון זיין זון דער בייטשער רב וועלכער איז געווארן אן איידעם ביים דברי חיים זי״ע.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די ארענדערס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יא ריכטיג.

געהערט מפי הרה"ק רבי יענקלע זיע"א מ'פשעווארסק אז ביי רבי אהרן זצ"ל אבד"ק בייטש חתונה איז געווען אינמיטן די גאנצע קאך מיט די ארענדערס ,דאס הייסט אז די פריץ פון שטאט פלעגט מאכן ליציטאציע אויף די ארענדרעס און כל המרבה במחיר זכה,איז געווארן א'גאנצע שאלה אויב א'איד מעג עס אויסדינגען פון די פריץ בשעת א'אנדערע איד האט א'חזקה און ער האט עס געדינגען צו ס'איז נישט קיין השגת גבול.

צאנזער רב זי"ע האט ג'אסר'ט ,און די אמרי נועם פון דזשיקעוו זצוק"ל האט מתיר געווען און ס'איז געווארן א'גאנצע גראטשקע דערפון.

(אזוי ווייט אז זיין זוהן הרה"ק רבי נפתלי חיים זצוק"ל האט געשיקט א'בריוו צום טאטען הנ"ל פאר די חתונה בזה הלשון זה הכלל פני צאנז לא יראה עוד.
בקיצור דזשיקעווער רב האט געשיקט א'שליח די בעקער פון שטאט דזשיקעוו אים צו פאטרעטען ביי די חתונה.
בדרך אגב האט צאנזער רב געזעצט די שליח אויבן אן ביי די חתונה און אים מכבד געווען כאילו ס'וואלט געווען די מחותן. הערת הכותב).

האט די אמרי נועם אנגעזאגט זיי זוהן די חתן בגזירת כיבוד אב אז אויף צו מארגענס פון די חתונה זאל ער פרעגן זיין שווער צאנזער רב וואו ש'טייט אז ס'איז אסור.

וכך הוה נאך די חתונה איז די חתן אריין צום שווער מיט א'פחד און געפרעגט די שאלה בגזירת כיבוד אב.

האט צאנזער רב געזאגט יעך בין די תורה און אין מיר שטייט עס.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:51 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יא זה הסיפור הידוע.
גביר אדיר
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 08, 2014 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גביר אדיר »

ובפרט אז דער חתן איז געווען נישט מער ווי פערצן יאר אלט ביי די חתונה, האט ער אוודאי מורא געהאט צו פרעגן, נאר בגזירת כיבוד אב האט ער נישט געהאט קיין צוויי ברירות.

(דאס איז טאקע געווען מיין חשבון וואס כ׳האב געשריבן פריער אז די מעשה איז געווען שוין לאחר הסתלקותו פון ר׳ אליעזר׳ל, ווייל דער בייטשער רב איז געבוירן בשנת תר״י, און אז ער האט חתונה געהאט ביי די פערצן איז עס דאך געווען בשנת תרכ״ד, און דער ר״ר אליעזר׳ל דזשיקובער נסתלק בשנת תרכ״א מיט א דריי יאר פריער, זי״ע.
גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדול מרבן »

גביר אדיר האט געשריבן:אויב דענק איך גוט איז ר׳ אליעזר׳ל שוין געווען אין גן עדן בשעת די מחלוקה וועגן די ארענדעס, זיין זון דער אמרי נועם זי״ע איז נישט געקומען צו פארן צו די חתונה פון זיין זון דער בייטשער רב וועלכער איז געווארן אן איידעם ביים דברי חיים זי״ע.


ריכטיג, טאקע אזוי געווען
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המשך הסיפור.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די רעבעצין פון די אמרי נועם מ'דזישקעוו זצוק"ל האט אים געפרעגט היתכן אז די חתן'ס טאטע זאל נישט פארן צום חתונה?

האט ער איר גענטפערט אז צוויי מחותנים קומען זיך נישט אויס און טרעפן זיך קען איינער נסתלק ווערען ל"ע און די צווייטע גלות גיין ל"ע.

די אמרי נועם האט געשיקט א'שליח צום חתונה איז אים צאנזער רב געגאנגען מקבל פנים זיין ווייל ער האט געמיינט אז די אמרי נועם איז געקומען.
צאנזער רב האט זייער שווער געזען האט ער אים געטאפט זיין האנט און ס'האט אים זייער געארט אז דאס איז נישט געווען די מחותן.

האט זיך צאנזער רב אנגערופן אז מ'איז א'נוטר הברית קומט מען נישט צו פארן.
(מיינענדיג צו זאגען אז די אמרי נועם זצוק"ל איז דאך געווען א'נוטר הברית ממילא האט ער נישט געדארפט מורא האבן פון צאנזער רב'ס קפידא און ער וואלט געקענט קומען).

נאכן הסתלקות פון צאנזער רב זיע"א האט די אמרי נועם זצוק"ל געזאגט אז די דברי חיים האט אים גערופן צו א'דין תורה אויף בית דין של מעלה.
(ער איז טאקע אוועק צוויי יאר נאך צאנזער רב ).

די מעשה איז מפי הרה"ק רבי יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

נוסח המכתב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בדרך אגב אז מ'רעדט אויבן פון הרה"ק רבי נפתלי חיים זצוק"ל בריוו צו זיין פאטער די אמרי נועם פון דזשיקעוו זצוק"ל אז ער זאל נישט גיין צו בייטשער רב'ס חתונה מיט בת הרה"ק מ'צאנז זיע"א.
וועל איך ציטירן אות באות פונעם בריוו זייער א'אינטערסאנטע לשון.
וזה לשונו:

לא יסע לצאנז ואם ירצה הזקן מצאנז לבוא לכאן מר לי מאוד מאוד.
זה הכלל פני צאנז לא יראה עוד.


עד כאן לשונו אות באות.

(רבי יאשע ליפשיץ ז"ל בספרו החכמה מאין בשם רבו הרה"ק רבי איציקל מ'סטיטשין בן אחיו של האמרי נועם זצוק"ל מ'דשזיקעוו.
והוא התארס עם בת הרה"ק רבי נפתלי חיים הורוויטץ זצוק"ל והיא נפטרה בעודה כלה ל"ע).
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ייש״כ אלע
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המעשה מחתונת הרב מ'בייטש זצוק"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אז מ'האט אויבן דערמאנט פון חתונת הרה"ק רבי אהרן מ'בייטש מיט די טאכטער פון הרה"ק מ'צאנז זיע"א האב איך געוואלט אראפ ברענגען אפאר וויכטיגע נקודות וואס מ'האט פריער נישט אויסגעשמוסט.

אז הרה"ק שינאווער רב זיע"א מיט זיין ברודער הרה"ק גארליצער רב זיע"א האבען געוואלט אנטראגן פאר זייערע שוועסטער הרבנית טילא ע"ה די אמרי נועם'ס זוהן רבי אהרן זצוק"ל,אויבער וועגען די מחלוקת האבען זיי זיך נישט דערווארגט דאס אנצוטראגען.

גארליצער רב האט געזאגט אז שינאווער רב זאל עס רעדען ווייל ער איז עלטער ,שינאווער רב האט געזאגט אז ער זאל עס רעדען ווייל ס'איז געווען זיין געדאנק.

האבען זיי געשיקט הרה"ק רבי אלעזר מ'ריישא זצוק"ל (איידים ביי הרה"ק רבי דוד'ל פון קשאנוב) וואס איז געווען זייער באליבט און די טיר איז אלע מאל געווען אופן פאר אים ביים זיידען צאנזער רב זיע"א.

רבי אלעזר האט זיי געזאגט באצאלט פארן שידוך און זיי האבן אים באצאלט .
האט זיך רבי אלעזר אנגערופן איך האב אזא הנאה געהאט אז איך האב ארויסגיצאפט פון רבי'שע קינדער געלט
.

רבי אלעזר איז אריין צום צאנזער רב אנטראגן די שידוך דזשיקוווער רב'ס א'זון, צאנזער רב האט אים גארנישט גענטפערט (בדרך אגב ווען רבי אלעזר פלעגט פארציילן די מעשה האט ער געזאגט אז צאנזער רב איז דעמאלטס געווען אויף די וועלט וואו איך בין געווען און הימעל).
האט ער זיך נאכאמאל אנגערופן אז די רב'ס טאכטער טילא איז הגיעה לפרקה און איך וויל אנטראגען א'שידוך מיט'ן הייליגע רב'ס א'אייניקל (ה"ה הרה"ק מ'ראפשיץ זיע"א).

האט זיך צאנזער רב אנגערופן דאך זענען זיי די הייליגע רב'ס קינדער ,ווער פארשטייט זייערע צובראכענע הערצער און ער האט מסכים געווען צום שידוך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המשך המעשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען ס'איז אנגעקומען די צייט פון די חתונה האט די חתן הרה"ק רבי אהרן געזאגט זיין פאטער
טאטע וועלכע שטריימל זאל איך נעמען פארן טאטע צו די חתונה?.
האט זיין טאטע געזאגט ווער זאגט דיר אז איך פאר צום חתונה, האט די חתן אנגעהויבן צו וויינען טאטע צו מיין חתונה וועסטו נישט קומען און ער האט זייער געבעטן זיין טאטע אז ער זאל קומען.

האט אים זיין טאטע געזאגט בעט מיך נישט מער ווייל די גייסט נישט פוילן ביי מיר צו קומען,
וכך הוה ער איז טאקע נישט געפארן.

די אמרי נועם האט געשיקט די בעקער פון שטאט דזשיקעוו אים צו פארטרעטען ביי די חתונה און אויך בנו הרה"ק רבי יהושע בעל עטרת יהושע זצוק"ל (יש אומרים בנו הרה"ק רבי יחיאל מ'פאקשווניצא זצוק"ל).
ווען זיי האבן זיך געזעצט אויף די וואגען האט די אמרי נועם געגעבן זיין שטעקן צום בעקער זאגענדיג אז די וועסט זיין די מחותן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המשך המעשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

און פארן חתן האט די אמרי נועם אנגעזאגט דריי זאכן.

א'). מ'פירט זיך אז מ'פארדעקט די חתן'ס פנים מיט א'טיכעל ביים חופה און ער קוקט נישט ארויס.
אבער די זאלסט אראפ ווארפן די טיכעל און די זאלסט גוט קוקן די גאנצע צייט אויף די הייליגע פנים פונעם הייליגען מחותן וואס ברענט וואו א'פלאם פייער.


ב') אז די וועסט הערן און צאנז אז מ'רעדט אויף מיר און מיין משפחה זאלסטו גארנישט ענטפערן.
הזהר והשמר נעם דיך נישט אן פאר מיר.

ג')נאך א'שטיק צייט וועסטו טראכטען אז זיי זענען גערעכט
וועגען דעם ווארן איך דיר מיט א'שטארקייט הזהר והשמר ווייל די שפילסט מיט דיין לעבן.

בייטשער רב זצוק"ל פלעגט פארציילן שפעטער אז די אלע אויבנדערמאנטע דריי זאכן איז נתקיים געווארען.

ווען צאנזער רב זיע"א איז געקומען צום חופה האט געפלאמט זיין הייליגע צורה מיט ברען פייער מיט נישט קיין מענטשליכע כוחות. ווען ער האט עס פארציילט פאר זיין טאטע האט ער זיך אנגערופן ער איז א'הייליגע איד.

און די וואך פון די שבע ברכות האב איך געהערט אז מ'רעדט אויף מיין הייליגע טאטען
און ס'האט מיר געברענט צוריק ענטפערן , האב איך מיך דערמאנט דעם טאטענ'ס ווערטער האב איך מיר צוריק געהאלטן.

וואינענדיג דארטן האב איך אנגעהויבן צו טראכן אפשר זענען זיי גערעכט האב איך מיר דערמאנט דעם טאטע'נס ווערטער אז ער האט מיר אנגעווארנט אז איך שפיל מיט מיין לעבן.

דאס האט פארציילט הרה"צ רבי אלכסנדר שמואל טייטעלבוים זצ"ל האדמו"ר מ'קאלבעסאוו.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

נשמת רבי יהודה הנשיא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט טשעבינער רב זצ"ל ער האט געהערט פון זיין פאטער הגה"ק רימלאווער רב בעל כוכב מ'יעקב זצ"ל :

אז זיין פעטער רבי ישראל ראפאפורט טארנע רב בעמ"ח שו"ת מהר"י הכהן איז געקומען קיין צאנז איינער פון די שבע ברכות (פון בתו מיט הרה"ק מ'בייטש זצוק"ל)
און צאנזער רב זיע"א האט אויסגעדרוקט זיין צער און וייטאג אז די מחותן איז נישט געקומען צום חתונה.

א'צייט שפעטער האט רבי ישראל הנ"ל זיך געטראפן מיט הרה"ק האמרי נועם מ'דשזיקעוו זצוק"ל
און אים פארציילט די צער וואס צאנזער רב האט געהאט און אים פארציילט גרויסקייט פון צאנזער רב זיע"א.

האט אים די אמרי נועם אפגעהאקט זאגענדיג:
טארנער רב איר דארפט אונז נישט זאגן ווער דער מחותן איז ,
דער מחותן איז נשמת רבי יהודה הנשיא און איך בין... און ער האט מפסיק געווען נאר גבר טורא ביננו.

האט טשעבינער רב זצ"ל אויסגעפירט מסתמא האט די אמרי נועם געמיינט צו זאגען אז ער איז נשמת רבי פנחס בן יאיר , אזוי וואו די גמרא זאגט (חולין ז' ב') שגבה טורא בין רבי יהודה הנשיא לר' פנחס בן יאיר.

המעשה הזה ומהחתונה הנ"ל מפי אדמו"ר מ'קאלבעסאוו זצ"ל הוא מכתבי ידידי רבי איסר פירסט ני"ו אשר בשם משמיה דרבי תנחום יקרא, ובקרוב יהי' להשיגו בחניות הספרים.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אינטרעסאנט ווייל כידוע האט צאנזער רב געזאגט אויף זיך אז זיין שורש נשמה איז פון רבינו זרחי' בעל המאור
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מעשה פלא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ רבי יהודה'לע הורוויטץ זצוק"ל אדמו"ר מ'סטיטשין (בארא פארק) אז הרה"צ רבי שמואל יוסף ליפשיץ זצוק"ל (בן הרה"צ רבי אהרן זעליג זצוק"ל המכונה רבי אהריש בן האריה דבי עילאי זיע"א) איז געווען א'צאנזער חסיד.

איינמאל האט ער געבעטן א'כתב המלצה פון רבו הרה"ק מ'צאנז זיע"א צו גיין נאך געלט פאר א'געוויסע צוועק, די צאנזער רב זיע"א האט אים געשריבען א'המלצה,אז ער בן גדולים א'אייניקל פונעם אריה דבי עילאי און געשריבן גרויסע טיטלען אויפן ארי דבי עילאי זיע"א אזוי ווי ס'פאסט פאר אזא הייליגע איד.

ווען צאנזער רב זיע"א האט געגעבן די כתב פאר רבי שמואל יוסף זצ"ל,און ער האט געזען אז צאנזער רב האט נאר געשריבן וועגן זיין זיידע'ן (האדב"ע), האט ער צוריק געווארפן די כתב צום צאנזער רב זיע"א זאגענדיג איך האב געבעטן די המלצה פאר מיר און נישט פאר מיין זיידע'ן... ווען צאנזער רב האט עס געהערט האט זיך אן געזען א'שמייכעל אויף זיין הייליגע צורה און גלייך געשריבן א'צווייטע המלצה און באטיטולט דארט רבי שמואל יוסף מיט "הרב הקדוש".

ווען רבי שמואל יוסף איז אנגעקומען קיין ביקאווסק ,ווי הרה"ק רבי שלמלה'לע פון באבוב איז געווען רב און האט אים באוויזן די כתב המלצה , איז באבוב'ער רב זצוק"ל זייער נתרגש געווארן און געזאגט אויב האט מיין זיידע געשריבן אויף אייך "הרב הקדוש" טוה איך אן מיין טיליפ (מלבוש עליון) און איך גיי נאך געלט פאר אייך און איר זאלט נישט גיין.

האט זיך רבי שמואל יוסף אנגערופן, די אמת איז אז אנהייב האט צאנזער רב מיר נישט אזוי גע'טיטולט ,נאר ווען איך האב עס צוריק געווארפן האט ער מיר אזוי געשריבן.

האבען זקני חסידים צוגעלייגט צו די מעשה,אז באבוב'ער רב זצוק"ל האט אים גענטפערט אויב וואלט ער איר פארציילט די מעשה נאכן צאם נעמען די געלט וואלט איך געהאט טענות אויף אייך,אויבער היות איר האט עס פארציילט לפני מעשה האט ער זיך אליין קאליע געמאכט,קומט .אויס אז איר זענט א'איש אמת.וועגען דעם אליין זענט איר ראוי אז איך זאל צאם נעמען געלט פאר אייך.

האט סטיטשינער רבי זצ"ל צוגעלייגט אז הרה"ק שינאווא רב זיע"א האט אמאל געפרעגט רבי שמואל יוסף זצוק"ל פארוואס ער נעמט נישט קיין קוויטלעך

(מפי ידידי רבי איסר פירסט שיחי ששמע מאביו ר' תנחום ז"ל ששמע מפי כ"ק אדמו"ר מ'סטיטשין זצוק"ל).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דריי חרטות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

צאנזער רב זיע"א האט געזאגט אויף דריי זאכן האט ער חרטה.

א'). אמאל איז ער געווען ביי הרה"ק רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן זיע"א,און ער האט געפרעגט צאנזער רב אויב ס'איז געקומען די צייט ער זאל אריבער גיין א'נייע ברייטע דירה,האט צאנזער רב זיע"א גענטפערט פארוואס נישט,אבער אויפן פלאץ האט צאנזער רב געכאפט אז ער מיינט יענע וועלט,און ער האט צוריק געצויגען אז ער איז נישט מסכים,האט אים רבי מאיר'ל געזאגט אז ס'איז צושפעט,און איר זענט פון בית דין של מעלה און אזוי פאסקענט מען, וכך הוה.

ב'). ער האט חרטה געהאט אז ער האט נישט צופיל משתדל געווען כד צו באקומען די קאליב'ער רבנות,און ער האט געזאגט,אז די גרויסע קדושה פון הרה"ק רבי אייזיק'ל פון קאלוב זיע"א וואלט אים זיכער צו געהאלפן צו עבודת ה',און ער וואלט געווען מער לייט ווי ער איז יעצט.

ג'). אמאל איז צאנזער רב זיע"א געווען ביים רבי רבי הערש פון רימנוב זיע"א,איז אריין א'פרוי א'עקרה ל"ע און געבעטן הבטחה אויף זש"ק,האט די רבי רבי הערש כדרכו געבעטן פון איר א'גרויסע סכום געלט,און זי האט עס נישט געהאט.

ווען זי איז ארויס פונעם רבי'ן, האט איר צאנזער רב זיע"א צו געזאגט א'קינד אן צאלן געלט ,וכך הוה זי האט געהאט א' זון,ווען ער איז געווארן דריי יאר אלט האט ער געלערנט ביי זיין מלמד,און א'יעדע טאג האט די באהעלפער פון די מלמד אים געברענגט צום מלמד,אמאל איז די באהעלפער נישט אנגעקומען איז דאס קינד אליינס געגאנגען צום מלמד,איז אנטקעגען געקומען א'פערד און ער איז משוגע געווארן און געהארגט דאס קינד ל"ע, האט זיך צאנזער רב אנגערופן אז יעצט פארשטייט ער די כוונה פונעם רבי רבי הערש זיע"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'אפטא אייניקל לייגט אריין די ערשטע בעלזא רב זיע"א אין ח'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איינער פון די טעכטער פון הרה"ק רבי יהודה זונדל זצוק"ל פון אוחאן ( זון פונעם ערשטע בעלזא רב, הרה"ק רבי שלום זיע"א ) האט זיך געוואלט גט'ן פון איר מאן,איז איר מאן אריין צום בעלזא רב רבי שלום זיע"א,און זיך אויסגערעדט זיין הארץ אז ער וויל איר נישט גט'ן,אבער בעלזא רב האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון זיינע רייד,האלטענדיג אז ער דארף איר גט'ן,און ער איז אריין אסאך מאל צום בעלזא רב ,ביז אמאל האט ער געזאגט צום בעלזא רב,אז איר זאלט וויסן אז איך בין א'גר בארץ נכרי' ,און מ'האט נישט קיין רחמנות אויף מיר,און מ'הערט מיך אינגאנצען נישט אויס, פאר דעם לייג איך אריין דעם רבי'ן אין די דריי ווערטר (חרם), און נישט און מיין כח האב איך עס געמאכט,נאר אין די כח פון מיינע הייליגע עלטערן, הה"ק רבי מאיר'ל פון אפטא זיע"א, און רבי מרדכי דוד'ל פון דאמבראווע זיע"א,(רבי מרדכי דוד פון דאמבראווא'ס זיע"א זון רבי מענדל זצ"ל פון סטאווניץ ,איז געווען א'איידים ביי רבי ישראל פון סטאשוב זצ"ל זוהן פון רבי מאיר'ל פון אפטא זיע"א),בעלזא רב האט זיך דערשראקן און גלייך גענומען א'מנין איד'ן,אז זיי זאלן פון אים אראפ נעמען די חרם,און די מאן הנ"ל האט מען צוריק געשיקט צו זיין טאטע,און די מחלוקת האט זיך געצויגען ביז נאך ווען בעלזא רב איז אוועק.

נאכן בעלזא רב'ס פטירה,האבן די פאר פאלק אפגעמאכט צו הערן צום צאנזער רב'ס זיע"א פסק,זענען ביידע צדדים געפארן קיין צאנז,די ווייב'ל איז געפארן אויף שבת קיין גריבאוו (נעבן צאנז) און זי האט געשיקט אירע מענטשן קיין צאנז כדי פארשטעלן אירע טענות,ווען זיי זענען אנגעקומען פארן צאנזער רב זיע"א,האבן אירע מענטשן געטענה'ט אז זי איז גערעכט מיט דעם וואס זי בעט א'גט, און צווישן זייערע טענות האבן זיי אויסגערעכנט,אז ער האט געלייגט בעלזא רב אין חרם,האט זיך צאנזער רב אנגערופן,אז דאס איז נישט גענוג טענה פאר א'גט,וויל ס'איז נישט זיין שולד,ווייל אין אדם נתפס על צערו, און ער איז דעמאלטס נישט געווען אינגאנצן ביים זינען,האבן זיי ווייטער געטענהט,אז בעלזא רב האט געהאלטן אז זיי דארפן זיך גט'ן,האט צאנזער רב גענטפערט "אז דענסמאלט איז ער געוועהן א'מנהיג האט ער אזוי געזעהן,היינט בין איך א'מנהיג זעה איך אז ס'דארף זיין צווישן זיי שלום.

שבת ביי שלוש סעודות פלעגט צאנזער רב זיע"א פרעגן ווער וויל פיש,און יעדער איינער האט געדארפט דערמאנען זיין נאמען,און דעמאלטס האט ער יענעם געגעבן פיש,און דעם שבת האט צאנזער רב זיע"א זיך שטארק פאר דביקות'ט און שטארק מאריך געווען פארן טיילן די פיש,און בשעת'ן טיילן די פיש האט ער אויסגערופן די נעמען פון די מענטשן וואס זענען געקומען טענה'ען פאר דאס ווייבל, און פאר יעדער פון זיי געגעבן א'שטיקל פיש,און ער האט זיך אנגערופן אז בעלזא רב איז יעצט געווען ביי אים ,(פון יענער וועלט)און מיך שטארק געבעטן אז יאך זאל מסכים זיין פאר די גט,און יאך האבן אים צו געזאגט אז איך וועל אזוי טוהן.

די ווייבל וואס איז געווען שבת אין גריבאוו,האט שבת פאר נאכטס אייינגדרימעלט,און ווען זי האט זיך אויפגעוועקט האט זי געזאגט מיט א'גרויסע שמחה,אז זי האט געזעהן איר בעלזא זיידע אין חלום ,און ער האט איר געזאגט אז ער האט גע'פועל'ט ביים צאנזער רב אז ער זאל מסכים זיין אז איר מאן זאל איר גט'ן,און אפאר וואכן שפעטער ווען מ'האט פארציילט צאנזער רב וועגן די ווייבל'ס חלום,האט ער זיך אנגערופן, "איך האב דאך געזאגט אז ער איז געווען ביי מיר,איך האב מיך אפילו מיט אים געשפארט ווי אזוי מ'זאל שרייבן דעם גט,איך בין אפילו גערעכט געוועהן,נאר ווייל ער איז בעולם העליון האב איך אים צוליב געטוהן אין האב געשריבן צוויי גיטין.

די מעשה האט געשריבן הרה"ק רבי סיני הלברשטאם זצוק"ל פון זשעמיגראד( בן הרה"ק רבי ברוכל פון גארליץ, זון פונעם צאנזער רב זיע"א) ער האט עס געהערט פון הגאון הקדוש רבי יצחק הערש גאלדבוים זצ"ל רב פון גראבאוויטץ מגדולי חסידי צאנז , איידים ביים צאנזער רב'ס ברודער,הגה"ק רבי משה יוסף זצוק"ל זבארוב'ער רב ) והיא לו נדפסה בספר "חמדה גנוזה".
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז דער הייליגע צאנזער רב'ס יא''צ זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”