רבי משה טייטלבוים מאוהעל הישמח משה זצ"ל - כ"ח תמוז תר"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:'הלך לעולמו בן מאה שנה בנעריו משמש רבן דכל ישראל מהר"ם ט"ב זצ"ל כה שלמה בכ"ר מרדכי... '
ווייסט איינער מער איבער עם?


זייער אינטערעסאנט, ווי אין וועלכע שטאט געפונט זיך דער מציבה?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אין טשעטשוביץ.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מיללער האט געשריבן:אין א אנדער פלאץ אויפן וועלט האבן מיר שוין אראפגעברענגט דעם אינטערעסאנטן חיבור בשם 'מוסדות תבל' פון ר' דוד פריזנהיוזען, דא אין דעם אשכול וועט זיין אינטערעסאנט צו אראפצוברענגען פון דארט וואס איז נוגע צו די תולדות פונעם הייליגען ישמח משה.
http://www.hebrewbooks.org/45855
דער מחבר איז געווען מתחילה פון דייטשלאנד, געוואונט אין פיורדא ווי ער האט געלערנט תורה אין די ארטיגע ישיבהת ביי די 30 יאר האט ער זיך אויך גענומען צו שטודירען סעקולארע נושאים ווי מאטעמאטיקס און פיזיקס, און ער האט געוואנדערט פון דייטשלאנד קיין מעהרען און פון דארט קיין אונגארן ווי ער האט געוואונט אויף עטליכע פלעצער.

דער מחבר האט געדינט אלס דיין אין שטאט אוהעל ווי ער האט געוואונט, אויפן ספר ביי די מעות קדימה ווערט דער ערשטער דערמאנט הגה"ק בעל ישמח משה אלס שטאטס-רב אין אוהעל בימים ההם, אבער אז מ'קוקט אבסיל טיפער אריין זעהט מען דארט עטוואס מער איבער די באציאונגען פונעם מחבר צום רב דער יש"מ.

פון אנהייב אין די התנצלות דערציילט זיין מחבר אז פאר פרנסה איז ער געווען א וויין סוחר, איבער וועלכע עס האט זיך אנטוויקעלט א דין תורה ביים ישמח משה אין אוהעל וחברי הבית דין, דער מחבר איז דעמאלטס נישט געווען אין אוהעל און דער בי"ד האט געפסקנט קעגן זיינע אינטערעסן (עכ"פ לויט זיין ווערסיע) וואס האט אים נישט געשמעקט און ער באשולדיגט דעם יש"מ און אומ'יושר אויף דעם ארויף שרייבט ער דאס פאלגענדע:

(זעהט דא די דברי המצלה פונעם ישמח משה צום מחבר וואס ער דערמאנט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=30
און זעהט דא ווי דער מחבר גייט אריין אין פרטים מיט זיינע טענות ודברי בזיון וחירוף קעגן הייליגען יש"מ מיט זיינע דרכי החסידותhttp://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=45855&st=&pgnum=158&hilite=)

אין ספר פון דעם לינק דא אונטן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7
ברענגט ער אז דער מחבר פון נחלה לישראל דער אוהעלער דיין ר' ישראל זאב הלוי הורוויץ, איז דאן ביי די השמצות כנגד הקדוש הישמח משה געפארן קיין פרעשבורג און געוויזן פארן חתם סופר גדולת רבו הישמח משה.
ס'איז אויך ידוע אז דער חתם סופר זאל האבן צוריקגעצויגן פון זיין הסכמה.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ליפא האט געשריבן:דער הייליגער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט זיין אויסערגעווענליכע צפי' לישועה אויף די גאולה שלימה

עס איז באקאנט די מעשה אז אמאל ער"פ האט מען זייער געווארט אז זיין זון דער הייליגער רבי אלעזר ניסן זאל שוין אנקומען אויף יו"ט, (ער האט שוין געזאלט זיין דארט פון א טאג צוויי צוריק, אדער אינדערפרי, עכ"פ מען איז שוין געווען נערוועז איבער זיין אנקום) דער הייליגער ישמח משה איז שוין געגאנגען אין מקוה (פאר מצות באקן?) ווען פלוצלינג איז מען אריינגעלאפן מודיע זיין פאר'ן ישמח משה אז "ער איז שוין דא ב"ה" "ער איז אנגעקומען"
דער הייליגער ישמח משה איז פארשטייט זיך געווארן זיער באגייסטערט און זיך אנגערופן 'לאמיר שנעל גיין איהם מקבל פנים זיין' 'וואו איז ער?' האט מען איהם גע'ענטפערט 'ביים רבי'ן אין שטוב', ' ביי מיר אין שטוב?' נו, דארף מען זיך אוודאי צואיילן.......

אנקומענדיג אין שטוב פרעגט ער ווייטער מיט איין אטעם און געוואלדיגע שמחה "וואו אין שטוב געפינט ער זיך ? אין וועלכן צימער? " האט מען איהם געזאגט ביים רבי'ן אין צימער, איז ער אריינגעלאפן אהין און געפרעגט ר' אלעזר ניסן "וואו איז ער???"

ביז די שטוב מענטשען האבן זיך געכאפט אז דער הייליגער רבי האט געמיינט אז מ'רעדט פון משיח, ווייל ביי איהם האבן די ווערטער "ער איז שוין דא" געמיינט נאר איין זאך...

די מעשה איז מיטן זון ר' אלעזר ניסן אדער מיטן איידעם דער ארי' דבי עילאה? כ'דארף א מקור דערויף אויב איינער ווייסט דא, ייש"כ
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דער וועג ארויף צום בית החיים

IMG_3277.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דער אוהל פון אינדרויסן (מערקט אין די זייט די מצבה פון ר' ליפא נתנאל קליין, ראה"ק דק"ק אוהעל, נפטר בשנת תשס"ב)

IMG_3280.jpg


אינטערעסאנט אז צדיקים דאט ארג רופט אים אב"ד אוהעל

http://www.zadikim.org/index.asp?pageID ... siteLang=3
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

דער איד נעמט קעיר פון די ביה"ח דארט אין אוהעל

ווען מיר זענען דארט געווען, האט איינער בטעות (?!) צובראכן א שלאס, דער איד האט געווארענט אז ער וועט אנרופן ר' יוסל ווייס, ווען יענער האט געשמייכלט האט ער מקיים פסק געווען און אים אנגערופן, למעשה האט מען געמאכט א אפמאך פאר $20.00 און ביידע זייטן זענען געווען צופרידן

דא איז דער בילד ווי דער איד פארריכט דעם שלאס

IMG_3292.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

מי יודע האט געשריבן:
cano האט געשריבן:מי יודע לויט ווי איך האב עס געהערט האט דער ישמח משה געזאגט שפעטער ווען ער איז שוין נתקרב געווארן צו חסידות אז אויפן וועג פין זיין הויז ביז צום ביהמ"ד פלעגט ער דורעכגיין א חסידוש שטיבל און אונעם הייליגן נאכט ווען ער פלעגט גיין אין שול האט ער געשפירט אז ס'ציט אים אריינצוגיין און ער האט זיך געווינדערט אויף זיך אליין ווי קומט עס צו אים עס זאל אים ציען אזאנע זאכן צו טוען, נאכן נמשך ווערן צו חסודית האט ער שוין פארשטאנען אז דאס קומט פינעם צד הקדושה.

מען פארציילט א ווערטל וואס איז אדער נישט אמת אדער יא אמת אז דער ישמח משה האט מען אמאל געגעבן א נועם אלימלך און ער איז נאך געווען א מתנגד האט ער עס אוועקגעווארפן האט אים דער איד געזאגט איר וועט נאך ווערן א חסוד ווייל איר האט אוועקגעווארפן דאס ספר מיט א חסידוש ברען.

די לעצטע שבת פינעם ישמח משה האט ער געהאלטן און איין פרעגן צו סאיז געקומען א איד וואס דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, די מעשה איז געווען אז סאיז געווען א איד אין מונקאטש ר' יוסף? זרח וואס האט נישט געהאט קיין קונדער איז ער געפארן צו ר' מאירל פרעמישלאן זיך מזכר זיין האט אים ר' מאריל געזאגט פאר אויף אוהעל שטעל דיך נישט אפ און ערגעץ כצפרים עפות אבער דער ווייב האט אים צוגערעדט יא צו בלייבן אינדערהיים אויף שבת און נאך שבת פארן ווייטער למעשה איז דער ישמח משה אינדערצווישן נפטר געווארן און ער האט פארפאסט זיין געלעגענהייט און דעמאלטס האט ער געלאזט בויען דעם ביהמ"ד לשמו ולזכרו.

יא דער איד האט געהייסן ר' יוסף זרח הורוויץ, ער האט דערנאך געלאזט בויען א ביהמ"ד אין מונקאטש ווי ער האט אויסגעהאלטן עשרה בטלנים צו לערנען, דאס ביהמ"ד האט מען גערופן "דאס קליינע ביהמ"ד" אויב האב איך נישט קיין טעות איז דער מונקאטשער ביהמ"ד אין וומסב"ג אינדרויסן אויף די סיין שטייט עפעס אז דאס איז לזכר די קליינע ביהמ"ד
אטעטשמענטס
CCI04242013_00000_502x800.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין 'דורות האחרונים' לרב"צ איינזשטאט פון ניו יארק, איז דא אן ערך איבער ר' מנחם מאניש ווייכסעלבוים ב"ר ליבוש מרדכי מעיר רודניק, לויט הרב א"ש איז דער געווען אן אייניקל פון מרן היש"מ, ווייסט איינער מער איבער דעם איד און זיין יחוס?
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

סיפר כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג בשיעור חורש"י
ועובדא ידענא מזקני הקדוש בעל ישמח משה זי"ע, כשהגיע לסיגוט לרגל הכתרת בנו הגה"ק מוה"ר אלעזר ניסן זי"ע, וכבוד גדול עשו לו בהיותו לעת זקנותו ומפורסם בכל תפוצות ישראל, ורבבות יצאו לקראתו לקבל פניו ועמדו לאורך כל שני צדי הדרך במרחק של כמה פרסאות מחוץ לעיר, (ונסעתי פעם עם מוחזצלל"ה לעיירה הסמוכה לצורך תיקן עירוב, ואחרי נסיעה של כשעתיים בעגלה רתומה לשני סוסים הראו לי שעד לשם הגיע שורת האנשים מן העיר וחוצה), וכשהגיעה מרכבת כבודו גאתה השמחה לאין שיעור ותרב הלחץ זו הדחק מרוב הקהל שהשתוקקו לקבל פני קדשו, ובקושי הצליחו לפלס לו נתיב מעבר. בדיוק באותה שעה הגיע לשם (להבדיל) מושל המחוז שהיה רשע עריץ, ולא הצליח לעבור עם מרכבתו, והתחיל לצעוק בקולי קולות אבל לא היתה שום אפשרות לפנות את הקהל הגדול, כשהתעניין לדעת על מה זה סיפרו לו שהגיע לכאן איזה ראבינער והיהודים יצאו לקראתו, ויקצוף מאוד וקנאתו בערה בו כראותו גודל הכבוד שמחלקים לרב גדול בישראל. כשהגיע לארמונו, בעיכוב של כמה שעות, שלח מיד שני שוטרים להביא אליו את הראבינער שזה עתה הגיע העירה, כשבפיהם עלילה ותואנה שיש כאן חשש התקוממות נגד הממשלה. אנשי הבית נכנסו בחרדת קודש אל זקני הקדוש והודיעו לו במה המדובר, כי רשע הלז יש לו כח של דבר מלך שלטון ואין מנוס מללכת אליו. וילך זקה"ק אל בית הרשע, והוא אפילו לא כיבד אותו לשבת אלא מיד פתח בחקירה ודרישה מה ענינו בכאן, וזקני הקדוש השיב לו על כל שאלותיו כשבמשך כל הזמן נעץ עיניו הקדושים בקרקע שלא להסתכל בפני אדם רשע, וכך עינה אותו משך כמה שעות בשאלות שונות, כשבתוך דבריו גם שאל אותו בגערה מדוע אינו מיישר עיניו להסתכל בו, אבל זקה"ק לא שעה לדבריו אלא המשיך להשפיל עיניו הקדושים מבלי להביט בו. כשיצא זקה"ק מביתו התחיל מיד לצעוק למשרתיו שיסלקו מכאן את הזקן שעומד עליו ומרביץ לו מכות, הם שלא ראו שם אדם חשבו שאדוניהם יצא מדעתו, והוא המשיך לגעור בהם כל הזמן מדוע אינם מגרשים את הזקן מכאן, לבסוף התחיל לצעוק שהזקן חונק אותו, ויהי לצחוק בעיני כל בני ביתו, ולא עברה מחצית השעה עד שנפל פגר מובס – כן יאבדו כל אויביך ה'. ומאז והלאה נפל פחד היהודים על כל בני משפחת השר, וכל דורותיו אחריו התנהגו בכבוד והערצה לכל שושלת הקודש לבית טייטלבוים. וזכורני שבסעודת הנישואין שלי הגיע אחד מנכדיו, שאף הוא היה מושל כל המחוז (שר גדול ונכבד שככל היוצא מפיו יעשה, שוה ביחס למושל מדינה כאן בארצה"ב), ועמד לפני מוחזצלל"ה ביראת הכבוד והכנעה גדולה.
ולמדנו מזה חומר האיסור של הסתכלות בפני אדם רשע, שזקה"ק מסר נפשו על כך, והמרה פיו של מושל עריץ שהיה עלול להחזיקו במאסר למשך ימים ושבועות.
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
ויאמר
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2013 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויאמר »

שנאפס האט געשריבן:דער אוהל פון אינדרויסן (מערקט אין די זייט די מצבה פון ר' ליפא נתנאל קליין, ראה"ק דק"ק אוהעל, נפטר בשנת תשס"ב)

IMG_3280.jpg


אינטערעסאנט אז צדיקים דאט ארג רופט אים אב"ד אוהעל

http://www.zadikim.org/index.asp?pageID ... siteLang=3



ווער איז דער ר' ליפא נתנאל קליין? און וואס איז זיין היסטאריע? צי דען האט ער געוואוינט אין אוהעל אלע יארן נאכ'ן קריג? איז ער שוין געווען ראש הקהל פארן קריג? ווער זענען זיינע קינדער?
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

א אינטרעסאנטע זאך שרייבט א תלמיד פון חת"ס אין א הספד אויפ'ן ישמח משה, וועגן די וועטער בשעת'ן לויה, קוקטס אין עמוד י'
אטעטשמענטס
הספד על ישמח משה.pdf
(188.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 226 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דרךהמלך האט געשריבן:א אינטרעסאנטע זאך שרייבט א תלמיד פון חת"ס אין א הספד אויפ'ן ישמח משה, וועגן די וועטער בשעת'ן לויה, קוקטס אין עמוד י'

זייער אינטערעסאהנט, א גרויסן יישר כח!

וואספארא קובץ איז דאס? מיט א צייט צוריק האט עמיצער ארויפגעלייגט דעם הספד אויף אוצה"ח בכת"י, און עס איז נישט געווען מוכרח אז דער צווייטער נספד איז טאקע רבי שלמה הירשל פון לאנדאן, זעה דא:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 16#p154316
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

קובץ פעלים לתורה, יוצא לאור בלאנדאן
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

מערקווירדיג, ער שרייבט דארט וויפיל די גראד איז געווען, שכנראה האבן זיי עס נישט געקענט אויסלעזן, אשאד.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דער ווערבוי'ער רב זצ"ל ברענגט עס אויך שוין און איינער פון זיינע ספרים, כמדומה לי און אלף כתב,
מכון שם עולם האט עס אריינגעלייגט און בינה לעתים כ"ח תמוז, ביים יארצייט פונעם ישמח משה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בייגעלייגט איז דער טויט׳ס שיין, פון ר׳ אלעזר ניסן טייטלבוים פון דראהביטש - יארע 1854.
דאכט זיך אז דער דאטום דא איז נישט איינשטימיג מיט די אנגענומענע יארצייט - ח תשרי.
כמיין עס איז 29 סעפטעמבער - וואס קומט אויס - פרייטאג ז תשרי תרטו,
אטעטשמענטס
LNT.jpg
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום מיטוואך מאי 07, 2014 7:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זיין רביצינ׳ס
אין זכרון אלעזר שטייט אז איר יארצייט איז - ג׳ תשרי, דא שטייט אז זי איז הערשט אוועק ה׳ תשרי - 17 סעפטעמבער 1855.
אטעטשמענטס
BRT.jpg
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

ס'נישט קיין סתירה, ער איז אווער פרייטיג צונאכטס
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

דרךהמלך האט געשריבן:ס'נישט קיין סתירה, ער איז אווער פרייטיג צונאכטס

עקזעקטלי, איטשע זעט אויס דו זעסט נישט צו סאך די דאקומענטען.

אין תרי"ד אלט געווען 65 יאר, געבוירן תקמ"ט.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

רמונים האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:ס'נישט קיין סתירה, ער איז אווער פרייטיג צונאכטס

עקזעקטלי, איטשע זעט אויס דו זעסט נישט צו סאך די דאקומענטען.

אין תרי"ד אלט געווען 65 יאר, געבוירן תקמ"ט.

ער איז געבוירן תקמ"ו, געלעבט 69-70 יאר.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

שנאפס האט געשריבן:דער אוהל פון אינדרויסן (מערקט אין די זייט די מצבה פון ר' ליפא נתנאל קליין, ראה"ק דק"ק אוהעל, נפטר בשנת תשס"ב)


לכאורה פון דעם בכבוד'יגע רחבות'דיגע פלאץ ווי ר' נתנאל ז"ל ליגט, וועט אויסקומען אז בשעתו ווען מ'האט באהאלטן רבי סענדר'ל מקאמארנא האט מען איהם געלייגט אביסעל ביים עק פון בית החיים, אין דעם ישמח משה מיט זיין רעבעצין האט מען געלייגט ממש אויפ עק, שפעטער האט מען אויף זיי אלע געבויט א אוהל.
ווייל וואראשיינדליך פון דער טויער פון בית החיים ביז צום אוהל איז נישט דט קיין ציונים, וועט אויסקומען אז אויף דער זייט פון ר' נתנאל האט מען בכלל נישט באערדיגט.
נאך מער ביז צום פטירה פון דער ישמח משה דהיינו מ'האט דאך נישט געוויסט ביז דאן ווי ער וועט ליגן אין אז עס וועט דערויף געבויט ווערן א אוהל. וועט אויסקומען אז זיי האט מען באהאלטן ממש אויף דער עק בית החיים.
אטעטשמענטס
מצבת ר' נתנאל קליין
מצבת ר' נתנאל קליין
IMG_3280.jpg (40.21 KiB) געזען 4025 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שנאפס האט געשריבן:דער אוהל פון אינדרויסן (מערקט אין די זייט די מצבה פון ר' ליפא נתנאל קליין, ראה"ק דק"ק אוהעל, נפטר בשנת תשס"ב)

IMG_3280.jpg



אויף די לינקע זייט פונעם אוהל איז דא מצבה מיט א גדר - דאס איז די ציון פון הגה"ק רבי שמעיה ווייל זצ"ל וועלכע איז געווען רב אין אוהעל פאר די ישמח משה.

אויף רבי שמעיה ווערט דערציילט א פלא'דיגע מעשה, אז בחייו האט ער געהאט מתנגדים וואס האבן אים פיל מצער געווען. פאר זיין הסתלקות האט ער געזאגט: אז דיא אלע וואס האבן אים מצער געווען וועלן נאך חרטה האבן. מיט זיין פטירה האט אויסגעבראכן א מגיפה אין אוהעל, פילע קליינע קינדער זענען נעבעך אוועק דעמאלסט רח"ל. זענען די עלטערן געלאפן צום ישמח משה - וואס איז נארוואס אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו - אז ער זאל מבטל זיין די גזירה. האט די ישמח משה גענומען מיט זיך 10 אידן און ארויף צום ציון פון רבי שמעיה, און אויסגערופען: "יעצט בין איך די מרא דאתרא, און איך בין גוזר אז די מגיפה זאל בטל ווערן תיכף ומיד". וכך הוה.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יציב פתגם האט געשריבן:אויף די לינקע זייט פונעם אוהל איז דא מצבה מיט א גדר - דאס איז די ציון פון הגה"ק רבי שמעיה ווייל זצ"ל וועלכע איז געווען רב אין אוהעל פאר די ישמח משה.

אויף רבי שמעיה ווערט דערציילט א פלא'דיגע מעשה, אז בחייו האט ער געהאט מתנגדים וואס האבן אים פיל מצער געווען. פאר זיין הסתלקות האט ער געזאגט: אז דיא אלע וואס האבן אים מצער געווען וועלן נאך חרטה האבן. מיט זיין פטירה האט אויסגעבראכן א מגיפה אין אוהעל, פילע קליינע קינדער זענען נעבעך אוועק דעמאלסט רח"ל. זענען די עלטערן געלאפן צום ישמח משה - וואס איז נארוואס אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו - אז ער זאל מבטל זיין די גזירה. האט די ישמח משה גענומען מיט זיך 10 אידן און ארויף צום ציון פון רבי שמעיה, און אויסגערופען: "יעצט בין איך די מרא דאתרא, און איך בין גוזר אז די מגיפה זאל בטל ווערן תיכף ומיד". וכך הוה.

זעה דא מער איבער דעם
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל פארציילט אין זיינע זכרונות ('בוצינא קדישא', ח"ב עמ' רמב-רנז) אינטערעסאנטע פרטים איבער דאס ראטעווען די אלטע ביה"ח אין אוהעל מיטן ציון פון ישמח משה, נאכדעם וואס די שטאטראט האט באשלאסן צו בויען דארטן הייזער היל"ת, און פארציילט אז אין יאר תשל"ג, איז דער ברך משה זי"ע געווען אין אוהעל אויף די יארצייט פון ישמח משה, און דארט האט ער פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן צו שתדל'ן ביי די באהערדע איבער ראטעווען די ביה"ח, און צווישן אנדערע האט ער געבעטן אז אויב נאך אלעם וועט רוב חלק פון די ביה"ח מוזן ווערן אויסגעגראבן ה"י זאלן זיי זעהן איבערצולאזן לכל הפחות 8 מעטער אנהויבן פון די ציון הישמח משה ביז מער אריין צו די לינקע זייט, ווייל דארטן ליגט הרה"ק רבי סענדר'ל קאמארנער זצ"ל און די פריעדיגע רב רבי שמעיה ווייל זצ"ל, און דער ברך משה האט פאר זיי פארציילט די אויבנדערמאנטע מעשה וואס מ'זעהט פון דעם אז רבי שמעיה איז געווען א גרויסע מענטש. און לפלא האבן די באהערדע נאכגעגעבן די דאזיגע ביטע און אויפן ארט צוגעזאגט נישט צורירן אין דעם גאנצע שטח...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”