Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:31 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
ליסקא אייניקעל האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:א חוץ זיין תלמיד מובהק רבי הערשעלע ליסקער איז בכלל ביים ישמח משה
געוועהן די מושג פון האבן א ישיבה, אדער האט ער בכלל געהאט עפעס תלמידים?
ווייסט מען פון נאך תלמידים?????????

איך ווייס נישט אויב דער ישמח משה האט אנגעפירט א ישיבה, אבער מצאתי
אז אא"ז הרה"ק האך פרי תבואה מליסקא זצוק"ל שרייבט און אן הסכמה, אויפ'ן ספר מגן שאול על סוגיות הש"ס מהגאון מו"ה רבי
שאול ליטשיקער זצ"ל, וזל"ק בא"ד: אבל בהיות שהייתי מכיר בטוב את הרב המחבר זצ"ל שהיה עוסק בתורה לשמה, והיה תלמיד
חביב של רבינו בוצינא קדישא הגאון מו"ה משה טייטלבוים זצ"ל אב"ד דק"ק אוהעל .....

ווי ס'קוקט אויס העט ער געהאט עפעס תלמידים, ווייסט טאקע איינער פון מער תלמידים?

כנראה אז יא, ווייל איינע פון די תנאים וואס קהל אוהעל האט זיך אויסגענומען מיטן ייטב לב איז געווען אז ער טאר נישט האבן קיין ישיבה, איז משמע אז ביז דעמאלטס איז געווען

כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל בעל ברך משה פלעגט צו דערציילן, וכן מספר בנו כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, אז דער ישמח משה פלעגט שוין צו לערנען מיט תלמידים, און זיי האבן עפעס א ראי' פון א לשון אין א תשובה בספרו השיב משה. [כ'דענק נישט איצט די הוכחה דערצו].

Advertisement

מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:43 pm

דוד פיישוט האט געשריבן:מיר ליגט אויך אזוי אין זכרון פון מנחם מנדל'ס באשרייבונג

אין אוצר ישראל שטייט א פארגראף פון וואס מ'קען זיך אונטערהאלטן: בסוף ימיו עלה לא״י והיה אב״ד בצפת...
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 29&hilite=
די פלא איז נאכמער ווען מ'זעט אז דער שרייבער איז פון אוהעל

(בד"א קען זיין אז ער האט זיך פארמישט מיט זיינע אייניקלעך וואס האבן געוואוינט אין צפת)

טעותו נובע מחותנו של הייט"ל, שעלה לצפת

מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:58 pm

א טענצל! האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל בעל ברך משה פלעגט צו דערציילן, וכן מספר בנו כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א, אז דער ישמח משה פלעגט שוין צו לערנען מיט תלמידים, און זיי האבן עפעס א ראי' פון א לשון אין א תשובה בספרו השיב משה. [כ'דענק נישט איצט די הוכחה דערצו
[/quote]
תשובה פ"ג שרייבט ער תקס"ז פון שינאווא תלמידי, ויש עוד כאלו

מאנטאג אוגוסט 15, 2011 9:04 pm

כידוע זענען רוב תשובות פונעם ישמח משה נאך פון גאליציע, איז נאכנישט מוכח אז ער זאל האבן א ישיבה אדער געלערנט מיט תלמידים און אוהעל

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 11:36 am

והוא פלאי האט געשריבן:
ליסקא אייניקעל האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:א חוץ זיין תלמיד מובהק רבי הערשעלע ליסקער איז בכלל ביים ישמח משה
געוועהן די מושג פון האבן א ישיבה, אדער האט ער בכלל געהאט עפעס תלמידים?
ווייסט מען פון נאך תלמידים?????????

איך ווייס נישט אויב דער ישמח משה האט אנגעפירט א ישיבה, אבער מצאתי
אז אא"ז הרה"ק האך פרי תבואה מליסקא זצוק"ל שרייבט און אן הסכמה, אויפ'ן ספר מגן שאול על סוגיות הש"ס מהגאון מו"ה רבי
שאול ליטשיקער זצ"ל, וזל"ק בא"ד: אבל בהיות שהייתי מכיר בטוב את הרב המחבר זצ"ל שהיה עוסק בתורה לשמה, והיה תלמיד
חביב של רבינו בוצינא קדישא הגאון מו"ה משה טייטלבוים זצ"ל אב"ד דק"ק אוהעל .....

ווי ס'קוקט אויס העט ער געהאט עפעס תלמידים, ווייסט טאקע איינער פון מער תלמידים?

כנראה אז יא, ווייל איינע פון די תנאים וואס קהל אוהעל האט זיך אויסגענומען מיטן ייטב לב איז געווען אז ער טאר נישט האבן קיין ישיבה, איז משמע אז ביז דעמאלטס איז געווען

כמדומה אז איר האט א טעות
ווייל אין "טויזנט יאר אידיש לעבן" רעכנט ער דאס נישט אויס אלס איינע פון די תנאים, און אזוי אויך אין גליון "מעין גנים" ביים באשרייבונג אויפן "ייטב לב"

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 11:51 am

הרב תלמוד, גליון וואס? יענער שרייבער געדענקט דאס נאך?

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 1:45 pm

הרב תלמוד
דער מקור פון ווי מעין גנים נעמט עס זאגט עס יא

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 2:15 pm

א ס"ה פון די תנאים שהתנו עם מרן הייטב לב לפני שקיבלו אותו כרב ואבד"ק אוהעל כפי מה ששמעתי:

א) נישט נעמען קיין קוויטלעך ב) נישט דאווענען פארן עמוד (דערפאר פלעגט די ערשטע יאר ימים נוראים נישט האבנדיג וואס צו זיכן אין אוהעל פלעגט ער פארן צו הרה"ק רבי צבי הכהן מרימנוב זי"ע וקיבל ממנו כמה נוסחאות וניגונים הידוע עד היום אצל חסידי סיגוט-סאטמאר) ג) נישט פיהרן קיין ישיבה (ושמעתי שאמר שלכל התנאים יכול לוותר, אבל ע"מ שא"א לו להנהיג ישיבה ע"ז א"א לו להסכים) ד) נישט שרייבן קיין קמיעות

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 6:05 pm

הא לך מש"כ הרב גרינואלד
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 76&hilite=
דער פעאיקער גאון און דרשן ר׳ יקותיאל יהודה טייטל־בוים, איז אויפגעגומען געווארן אלס אוהעלער רב, אבער דווקא אויף די פאלגנדע באדינגונגען:
1) ער זאל קיינמאל ניט דאווענען מוסף פארן עמוד: 2) ניט נעמען קיין קוויטלעך (ווי די רביים טוען): 3) קיינמאל ניט געבן קיין קמיעות, ניט אומזיסט, און אוודאי ניט פאר געלט:
4) קיינעם ניט באליידיקן אדער, חלילה, שעלטן אין מיטן דער דרשה: 5) ניט דרש׳ענען לענגער ווי א שעה און א האלב.

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 6:40 pm

עס איז א אינטרעסאנטע זאך פארוואס די קמיעות האט זיי געשטערט, דער יש"מ פלעגט דאך כסדר שרייבן קמיעות. קוקט אויס ווי דעם יש"מ האבן זיי שוין נישט געקענט אפשטעלן, אבער ביי זיין אייניקל האבן זיי שוין געוואלט זיכער מאכן אז ער איז נישט ממשיך דערמיט.

דינסטאג ספטמבר 13, 2011 11:57 pm

פון די תלמידים וואס קומט מיר אין קאפ.
ר' יעקעלע באיאמער [גאטליב] אב"ד חוסט. זקינו של היגל יעקב.
ר' מנחם גרשון גרינוואלד אב"ד קערעסטיר מח"ס מרגליות טובה.
האפסי ארץ מנאנאש.
וי"א אף ר' אברהם צבי גינצלער.
וכן ר' שמואל קרויס אב"ד וואגאש ביחד עם הדברי יחזקאל משינאווע.

דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:45 pm

בלעטל האט געשריבן:פון די תלמידים וואס קומט מיר אין קאפ.
ר' יעקעלע באיאמער [גאטליב] אב"ד חוסט. זקינו של היגל יעקב.
ר' מנחם גרשון גרינוואלד אב"ד קערעסטיר מח"ס מרגליות טובה.
האפסי ארץ מנאנאש.
וי"א אף ר' אברהם צבי גינצלער.
וכן ר' שמואל קרויס אב"ד וואגאש ביחד עם הדברי יחזקאל משינאווע.

פון ווי נעמסטו צו זאגן אז הרה"ק רבי מנחם גרשון אבד"ק קערעסטיר איז געוועהן א תלמיד פונעם ישמח משה??
כמדומה לי איז ער אלט געוועהן פופצין זעכצין ביים הסתלקות פונעם ישמח משה??

האפסי ארץ מנאנאש היה ידוע מתלמידי רבי הערש ליסקער??

תולדות של הגאון הגאונים רבי שמואל וואגאש'ער זצ"ל נשתוממתי לראות בספר ראשית ישראל על מקוואות בסופו תולדותיו
והוא מיעוט הכמות ורב האיכות

פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:37 am

ראש הקהל האט געשריבן:

ר' מנחם גרשון נולד בשנת תקע"ח, הי' כ"ג שנה בהסתלקות הישמח משה, הי' תלמיד החת"ס עוד לפני שנת תקצ"ה, זאת שהי' תלמיד הישמח משה, שמעתי פעם מנכדו ר' אש"פ נ"י, והוסיף שלמד ביחד עם רעו מנוער ר' הירשעלע ליסקער תורת הקבלה אצל הישמח משה.

האפסי ארץ מנאנאש הי' צעיר שנולד בשנת תקפ"ב, והי' בן י"ט בפטירת היש"מ, והי' עוד תלמיד החת"ס שנפטר קודם לכן. ואחר פטירתו המשיך אצל בנו הכתב סופר, אז מה החידוש, שכחתי איה ראיתיו שהי' תלמידו, אבל זה לא חידושי, זאת בזכרוני שהרב מסאבראנץ כותב שהיטב לב אמר לו על חותנו שבחים מופלגים מאד, והי' מכירו מימי עלומיו בהיות אור שמשו זורח באוהעל.
שהרה"צ ר' שמואל וואגאשער הי' גאון הגאונים לא ידעתי, ראיתי כותבים עליו שהי' מתמיד עצום, ולמד בלילי חורף הארוכים כשרגליו מונחים בספל מים קרים, והי' צדיק גדול, ובהיותו בן פ' התחיל להתנהג באדמורות וקיבל פתקאות, והרה"ק משינאווע לא רצה לקבל מגלילתו ושלח לו אנשים ויש בזה מעשה ארוכה. אין כאן מקומו.
גם ראיתי שכשאכל קעסט באוהעל אחר חתונתו וגם הדברי יחזקאל אכל אז קעסט, למדו יחד, ופ"א נסעו יחד ליריד פאטאק, וגמרו שניהם ששה סדרי משנה על הדרך!!
זכותם יגן עלינו.

פרייטאג ספטמבר 16, 2011 10:23 am

בלעטל האט געשריבן:

וואס מיינט רעו מנוער ווען ר' הערש ליסקער איז געוועהן צען יאר עלטער נולד תקס"ח??

ליהוי ידוע אז די אמאליגע מתמידים זענען כמובן אויך געוועהן גאונים קאפשטיקעס,
וואס הייסט זיין א מתמיד כל ימיו, אבער גאונות לא ידעתי?
און דערפאר האב איך צוגעצייכענט לתועלת הרבים, אז ס'דא א ספר ראשית ישראל על מקוואות, וואס בסופו
האט די מחבר שליט"א אריינגעלייגט די תולדות של זקינו הנ"ל, ווייניג אינפא. האב די האר פון קאף קען זיך אויפשטעלן, עיי"ש ויונעם לך

מיטוואך ספטמבר 21, 2011 10:11 pm

ראש הקהל יר"ה
על ראשון ראשון וכו'.
א. מנוער מיינט פון די אינגע יארן, לאו דוקא ביי די צען יאר....
ב. גאונות לא ידעתי, מיינט איך האב נישט געוואוסט פשוט און פראסט נישט געוואוסט. און יעצט באדאנק איך מיך פאר אייך פאר'ן דאס מודיע זיין.
און אן עקסטערן דאנק פאר'ן מודיע זיין וועגן דעם ספר ראשית ישראל, איך האף דאס אפירצונעמען, דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, [בפרט אז די האר קען זיך אויפשטעלן.. דזשאסט קידינג..] א יישר כח.
און אגב אז מ'רעדט שוין, וואו קען מען באקומען דעם ספר?

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 1:04 pm

בלעטל האט געשריבן:ראש הקהל יר"ה
על ראשון ראשון וכו'.
א. מנוער מיינט פון די אינגע יארן, לאו דוקא ביי די צען יאר....
ב. גאונות לא ידעתי, מיינט איך האב נישט געוואוסט פשוט און פראסט נישט געוואוסט. און יעצט באדאנק איך מיך פאר אייך פאר'ן דאס מודיע זיין.
און אן עקסטערן דאנק פאר'ן מודיע זיין וועגן דעם ספר ראשית ישראל, איך האף דאס אפירצונעמען, דאס איז מיר זייער אינטערעסאנט, [בפרט אז די האר קען זיך אויפשטעלן.. דזשאסט קידינג..] א יישר כח.
און אגב אז מ'רעדט שוין, וואו קען מען באקומען דעם ספר?

און אישית קען איך דיך געבן

דינסטאג אוקטובר 04, 2011 5:30 pm

אין א אנדער פלאץ אויפן וועלט האבן מיר שוין אראפגעברענגט דעם אינטערעסאנטן חיבור בשם 'מוסדות תבל' פון ר' דוד פריזנהיוזען, דא אין דעם אשכול וועט זיין אינטערעסאנט צו אראפצוברענגען פון דארט וואס איז נוגע צו די תולדות פונעם הייליגען ישמח משה.
http://www.hebrewbooks.org/45855
דער מחבר איז געווען מתחילה פון דייטשלאנד, געוואונט אין פיורדא ווי ער האט געלערנט תורה אין די ארטיגע ישיבהת ביי די 30 יאר האט ער זיך אויך גענומען צו שטודירען סעקולארע נושאים ווי מאטעמאטיקס און פיזיקס, און ער האט געוואנדערט פון דייטשלאנד קיין מעהרען און פון דארט קיין אונגארן ווי ער האט געוואונט אויף עטליכע פלעצער.

דער מחבר האט געדינט אלס דיין אין שטאט אוהעל ווי ער האט געוואונט, אויפן ספר ביי די מעות קדימה ווערט דער ערשטער דערמאנט הגה"ק בעל ישמח משה אלס שטאטס-רב אין אוהעל בימים ההם, אבער אז מ'קוקט אבסיל טיפער אריין זעהט מען דארט עטוואס מער איבער די באציאונגען פונעם מחבר צום רב דער יש"מ.

פון אנהייב אין די התנצלות דערציילט זיין מחבר אז פאר פרנסה איז ער געווען א וויין סוחר, איבער וועלכע עס האט זיך אנטוויקעלט א דין תורה ביים ישמח משה אין אוהעל וחברי הבית דין, דער מחבר איז דעמאלטס נישט געווען אין אוהעל און דער בי"ד האט געפסקנט קעגן זיינע אינטערעסן (עכ"פ לויט זיין ווערסיע) וואס האט אים נישט געשמעקט און ער באשולדיגט דעם יש"מ און אומ'יושר אויף דעם ארויף שרייבט ער דאס פאלגענדע:

(זעהט דא די דברי המצלה פונעם ישמח משה צום מחבר וואס ער דערמאנט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=30
און זעהט דא ווי דער מחבר גייט אריין אין פרטים מיט זיינע טענות ודברי בזיון וחירוף קעגן הייליגען יש"מ מיט זיינע דרכי החסידותhttp://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=45855&st=&pgnum=158&hilite=)
עטעטשמענטס
ym.JPG

דינסטאג אוקטובר 04, 2011 5:37 pm

ולכן כתב מה שכתב בעמוד 158 מדפי ה"ב.

דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 3:10 pm

דברי רבינו בעל ברך משה בההכתרה:
עטעטשמענטס

hachturah (2).wma [ 3.66 MiB | געזעהן געווארן 788 מאל ]

דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 3:18 pm

farshlufen האט געשריבן:דברי רבינו בעל ברך משה בההכתרה:

א גרויסען יישר-כח הרב פארשלאפן אויב פארשטיי איך גוט איז דאס ביי דרשה פון מרן הברך משה זצ"ל ביי די הכתרה פון בנו הגדול אדמו"ר מהר"א שליט"א אלס רב פון קרית יואל, זכותו יגן עלינו, עס האט מיר ארויפגעברענגט הרגשים פון די יארן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן דברות קדשו מיט זיין אינגערע שטימע און ענוות חן.

בשייכות צום נושא איז מיר א פלא אז ער זאגט אז הגה"ק דודו מרן רבינו זצ"ל האט נישט געוואוסט פון דעם ביז ווען ער האט אים דאס פארציילט, איך בין נייגעריג ווי באקאנט דאס איז געווען אין אונגארן די יארן נאך די הדפסה, צו ס'איז ארויסגעקומען עפעס מחאות דערוועגן בשעתו.

(אין א זייטן נאטיץ; שיינט מיר דער וואס שרייט אריין צו זיין ר' סענדר דייטש ע"ה)

דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 11:42 pm

פין מיין בערעל ווייס איך נישט וואס די האסט אלץ ארויפגעלייגט אינעם WMA פארמאט, אבער די רבי פארציילט דאך דארט אז דער דיין איז צוריק געפארן קיין דייטשלאנד, און סוף ימיו האט ער געשריבן די צואה לבניו, וואס איז אריינגעדריקט סוף ספר, אין יענע צייטן איז דאך די וועלט נאך קלענער געווען איז די ספר וואלט נישט געגרייכט צו ווייט, פינעם שער בלאט פארשטיי איך אז דער ספר איז נישט פאר לומדי ספרים נאר ענדערש פאר באקאנטשאפן, אבער קען זיין איך בין זיך טועה, ועוד זאגט די רבי דארט ער האט געהערט אז זיינע קינדער זענען טאקע נישט געווארן קיין חסידים און אויך נישט קיין אידן ליידער די השכלה אין דייטשלאנד האט מען געדארפט אן עקסטערע זכי' דורעכצולעבן און ער האט זיך זעט אויס מיטן צו(ו)אה דאס ווארשיינדליך נישט איינגעקויפט ליידער.

פרייטאג אוקטובר 07, 2011 9:54 am

די היפאקריטישקייט פין דעם מחבר קען מען זען, אז אין די זעלבע ספר וואס ער רעדט צאם אויפען ישמח משה זי"ע ברעגט ער גאר דעם יש"מ הסכמה צום ספר כדי די ספר זאל זיך פארקויפען...

אגב, ער ברענגט אין ספר אז דער יש"מ האט עם געזאגט ער האט געזען דעם אריה"ק "כמעט בהקיץ".

פרייטאג אוקטובר 07, 2011 10:24 am

cano האט געשריבן:פין מיין בערעל ווייס איך נישט וואס די האסט אלץ ארויפגעלייגט אינעם WMA פארמאט, אבער די רבי פארציילט דאך דארט אז דער דיין איז צוריק געפארן קיין דייטשלאנד, און סוף ימיו האט ער געשריבן די צואה לבניו, וואס איז אריינגעדריקט סוף ספר, אין יענע צייטן איז דאך די וועלט נאך קלענער געווען איז די ספר וואלט נישט געגרייכט צו ווייט, פינעם שער בלאט פארשטיי איך אז דער ספר איז נישט פאר לומדי ספרים נאר ענדערש פאר באקאנטשאפן, אבער קען זיין איך בין זיך טועה, ועוד זאגט די רבי דארט ער האט געהערט אז זיינע קינדער זענען טאקע נישט געווארן קיין חסידים און אויך נישט קיין אידן ליידער די השכלה אין דייטשלאנד האט מען געדארפט אן עקסטערע זכי' דורעכצולעבן און ער האט זיך זעט אויס מיטן צו(ו)אה דאס ווארשיינדליך נישט איינגעקויפט ליידער.

דער פרט אז דער צוואה האט ער געשריבען אין דייטשלאנד איז זיכער א טעות ווייל ער פירט אויס די צוואה 'נגמר פה אוהעל ביון ה' ו' אב תקע"ד לפ"ק' פריזענהויזען איז געשטארבן אין קארלסבורג, זיבענבערגן בשנת תקפ"ח ממילא איז מסתבר אז ער קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען בכלל קיין דייטשלאנד.

זון זיון מאיר פריזענהויזן איז אויפגענומען געווארן אין קארלסבורג אלס דער 'אידישער דאקטאר' ווי רי"י גר"וו באשרייבט אין זיין ספר 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=186

פרייטאג אוקטובר 07, 2011 11:23 am

הייסט אז דער זון האט זיך שואל געוועזן אויף די כהונה?

מאנטאג פבואר 20, 2012 6:54 am

'הלך לעולמו בן מאה שנה בנעריו משמש רבן דכל ישראל מהר"ם ט"ב זצ"ל כה שלמה בכ"ר מרדכי... '
ווייסט איינער מער איבער עם?
עטעטשמענטס
mat2.JPG
שרייב א תגובה

Advertisement