רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 18, 2016 8:45 pm

היינט נאכט די הילולא קדישא פין דער הייליגע ראפשיצער רב זי''ע
参考专家

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

רבי רפאל הורוויץ - קאלאמייע'ר רבי זצ"ל

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:02 am

מיללער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

נאך א זון פון רבי אלתר אליעזר מריגליץ-סטאשוב בנו של הבארנובער רב איז געווען הרה"צ רבי רפאל הורוויץ, ער איז געווען אבאקאנט אלס דער קאלאמייער רבי וואונענדיג אין בארא-פארק, ברוקלין ביז צו זיין פטירה ביום י' כסלו תשל"א, ומנו"כ בוואשינגטאן סעמעטערי - ניו זשערסי בחלקת סאטמאר .... ארויסקומענדיג און די פריע בראשית יארן בשנות תר"ע, ווארשיינליך איז דער רבי שפעטער צוריקגעפארן, [b]און הערשט אין די קריגס יארן האט ער נאכאמאל ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא, אנקומענדיג אליינס דא בעירום ובחוסר כל, און אזוי איז ער פארבליבן אן עלנדער מענטש נעבעך ביז צו זיין פטירה, [/b] ... יהא זכרו ברוך

דער קאלמייער רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען דאהי [צוריקגעקומען] א שיינע פאר יאר פאר די קריג און האט דאן געוואינט אליין און די איסטסייד, אזוי ווי נאך צענדליגע רבי'ס צדיקים ובנש"ק און אנדרע גדולים חסידים ואנשי מעשה וואס זענען אהער געקומען אן די משפחה מאיזה סיבה שהי', כנראה האט ער מיטגעטיילט די זעלבע ווי אנדרע וואס האבן נישט געטראפן אז צווישען די פליטים זאל זיך געפינען פון זייער משפחה, און עס איז ליידער נישט איבערגעליבן פון זיי גארנישט, אבער "עלנד" איז ער נישט געוועהן ווייל עטליכע יאר נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיוג שני מיט די אלמנה פון הרה"ח ר' ______ הכהן קאהן ז"ל אייניקעל בא"ב פון רבי דוד מגיד זי"ע תלמיד החוזה און א ראפשיץ'ר אייניקל אויך, ער איז געוועהן א ברידער פון [אדער פעטער כבין נישט זיכער] פון די באקנטע דערהויבנע חסידים פונעם פלאנטש רב זי"ע (האבן זיך אויך מסתופף ביי אנדרע צדיקי בית רופשיץ - ר' דוד איז געוועהן א תלמיד בנגלה פון הגה"ק רבי אשר לעמיל משענדישוב זי"ע) דאס איז הגאון החסיד רבי דוד קאהן ז"ל ואחיו הרה"ח רבי משה קאהן ז"ל,
די קאלמייער רבי ז"ל האט אויפגעצויגען זיין רעבצין בזויג שני'ס קינדער ווי אייגענע קינדער, צווישן די קינדער איז הרה"ח רבי לייביש קאהן שליט"א פון ב"פ, דארף לכאורה אסאך געדענקן פון זיין שטיף טאטע הגם ער איז נאך געוועהן היפש יונג אויך ווען ער איז אוועק.

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

ווייסט איינער די מקור פון דעם?

תגובהדורך the collector » מיטוואך מאי 25, 2016 7:07 am

ס'האט מיר דערציילט א איד צוויי מעשיות יענע וואך פונעם ראפשיצער רב
ווייסט איינער די מקור פון דעם?

ערשטע מעשה
איינמאל האט הרה"ק דער ראפשיצער ארויסגעגעבן א באפעל אז קיין שום איד מעג נישט אפדינגען די איינמאנען-רעכט פאר די שטייער פונעם פריץ.
האט זיך אבער געטראפן אין ראפשיץ א גביר, א תקיף און אן עז פנים וועלכער האט מיט זיין חוצפה נישט געוואלט פאלגן דעם רבי'נס באפעל און איז יא געגאנגען און אפגעדונגען די שטייער-רעכט פון פריץ.
דער צדיק האט געלאזט רופן דעם מחוצף, ווען ער איז געקומען האט אים דער רבי געזאגט ער זאל זיך זעצן און געהייסן אריינברענגען כיבוד. דערנאך האט ער זיך געקערט צום גביר און פארגעהאלטן פארוואס ער האט עובר געווען אויף זיין באפעל וואס ער האט באפוילן נישט אפצודונגען די שטייער-רעכט, און פארוואס ער רעדט נאך צו אים מיט אזא חוצפה.
דער גביר האט פארלוירן זיין רייכטום און איז געווארן א פראסטער ארעמאן.
קיינער האט אים נישט דערקענט אז ער איז דער אמאליגער גביר, צוליב וואס זיין אויסזען האט זיך שוין געהאט פיל געענדערט.
דער רבי האט אים געזאגט אז זיינע ווערטער זענען שוין פולקאם ערפולט געווארן, און זיין ליידן איז שוין גענוג, דעם רבי'נס ברכה איז ווייטער מקוים געווארן און ער איז צוריק רייך געווארן.

צווייטע מעשה
הרה"ק דער לובלינער איז געווען באוואוסט מיט'ן עוסק זיין אין הכנסת כלה, ארויסצוהעלפן שאפן געלט פאר ארעמע חתנים און כלות, און ספעציעל ווען עס האט זיך געהאנדלט פון יתומים און יתומות.
איינמאל האט פאסירט ביי אן ארעמער יתום און א יתומה וועלכע האבן נישט געהערט פון וואו זיך צו ערנערן, זיי האבן פשוט געהונגערט נאך א שטיקל ברויט, און זיי האבן ממש נישט פארמאגט קיין געלט אפילו פאר די וויכטיגסטע זאכן.
האבן זיי פארשטאנען אז קיין אנדערער אויסוועג האבן זיי נישט, נאר צו גיין זיך פארדונגען אלס ארבייטער ביי ווער עס וועט נאר רחמנות האבן אויף זיי און זיי ארייננעמען צו זיך אין געשעפט, זיי געבן אביסל ארבעט און באצאלן דערפאר.
האט דער אויבערשטער צוגעפירט און ביידע זענען אנגעקומען אין א קרעטשמע, וועלכע האט זיך געפונען אין א דארף נישט ווייט פון דער שטאט לובלין. דער קרעטשמער האט זיך אויף זיי דערבארעמט און האט זיי אריינגענומען צו זיך, זיי האבן גענומען ארבעטן פאר אים און ער האט זיי באצאלט מיט'ן זיי לאזן שלאפן ביי אים אינדערהיים און מיט'ן זיי לאזן עסן פון דאס וואס מען האט געקאכט פאר די געסט וועלכע פלעגן אריינקומען אין קרעטשמע.
א צייט נאך וואס זיי זענען ביידע אנגעקומען צום קרעטשמע איז פאר איינעם איינגעפאלן א געדאנק אנצוטראגן דער ארעמער יתום פאר דער ארעמער יתומה פאר א חתן. דער געדאנק האט אויסגעזען צו זיין פאסיג און נישט לאנג דערויף האט מען געבראכן טעלער...
דער לובלינער האט געהייסן מיטנעמען שפילער פאר דער חתונה און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו דער חתונה מיט א געהויבענעם געמיט.
דער פראסטער קרעטשמער איז געשטאנען ביים פענסטער און ארויסגעקוקט, פלוצלונג האט ער געזען עס קומען צו פארן עטליכע פערד און וועגענער, און אין זיי זענען געזיצן א רבי מיט פיל חסידים.
אינמיטן די חתונה האט זיך אויפגעשטעלט רבי נפתלי - דער הייליגער ראפשיצער וועלכער איז געווען באקאנט מיטן זאגן ווערטלעך, און ער האט גענומען הויעך אויסרופן "דרשה-געשאנק".
ער האט זיך געוואנדן צום רבי'ן און געפרעגט וואס ער גיבט פאר דרשה-געשאנק, און דער רבי האט באלד געענטפערט אז ער גיבט אוועק פאר דער חתן און כלה, דעם גאנצן גרויסן וואלד וועלכער געפינט זיך הארט נעבן דעם דארף!
ווי-נאר דער פריץ האט דערזען זיין זון זיצן אויף דער לובלינער'ס וואגן איז ער ארויפגעשפרינגען אהין, ער האט ארומגעכאפט זיין זון, אים געהאלדזט און געקישט ווען טרערן האבן זיך געגאסן פון זייערע אויגן.
דער פריץ האט באלד געזאגט אז ער גיבט אוועק פאר'ן לובלינער, אלס דאנק פאר'ן ראטעווען זיין זון, דעם גרויסן וואלד וואס געפונט זיך אינדרויסן פון שטאט.

די צוויי מעשיות זענען בקיצור האט איינער די מקור פון דער מעשה

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 26, 2016 10:18 am

the collector האט געשריבן:ס'האט מיר דערציילט א איד צוויי מעשיות יענע וואך פונעם ראפשיצער רב

כ'האב לעצטנס געהערט א טעיפ פון רבי יוסף חיים גרינוואלד וואו ער פארציילט בשם דעם ספר דרכי חיים אז ביים צאנזער רב איז געוווען א מעשה אז ער'ט פארצייילט דער מעשה ביי א שבע ברכות אבער ער'ט עס פארציילט אויפ'ן בעשה''ק מיט נאך אפאר שינויים
דביה תחדי נפשא

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » דאנארשטאג מאי 26, 2016 1:15 pm

חמרא טבא האט געשריבן:

וועלכע טעיפ, ביטע?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מאי 27, 2016 9:26 am

the collector האט געשריבן:

ס'דא א טעיפ אויף עניני נישואין
דביה תחדי נפשא

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ר' צבי הירש גאלדהאמער נכד הפני יהושע(?)

תגובהדורך נחוניא » זונטאג פאברואר 26, 2017 11:55 am

אין מאורי גליציה חלק ו' עמ' 323 ברענגט ער "מפי ר' משה וייס" אז ר' צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא - שווער פונעם ראפשיצער רב - איז געווען אן אייניקל פונעם פני יהושע.
איז דאס פארלעסליך? מען זעט דאס אויך אין אנדערע מקורות?
מאורי גליציה גולדהמר.jpg

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » זונטאג פאברואר 26, 2017 4:41 pm

ראיתי באיזהו מקום פעם ששם אביו של ר' צבי הירש מדוקלא היה ר' יעקב...
וכן שר' צבי הירש היה סוחר יינות עשיר בדוקלא...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג פאברואר 28, 2017 1:23 am

א קבוצה אידן אויפן ביה"ח אין לאנצוהט אין די למ"ד יארן, מ'דערקענט דעם זידיטשובער רבי ז"ל

c97ae6aff923d717a8ea80b57ee5a857b1da24d8847dcc9f7070331835d452f9.jpg

בית היין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:22 pm

תגובהדורך בית היין » דינסטאג פאברואר 28, 2017 1:46 pm

פארן קריג איז געווען דארט פיל מיט מצבות, היינו איז נישטא קיין זכר פון גארנישט, נאר דער ראפשיצער רב זי״ע און רבי אלעזר לאנצעטער זי״ע, ס״ווייסט איינער צו די מצבות און די אוהלים איז אויפן זעלבן מקום פון די ארגינעלע?
איך האב געהערט אז אין ליזענסק איז דער ציון נישט ממש אויפן מקום שהיה מקודם
ווען מ׳האט צוריק געלייגט די מצבות נאכן קריג האט מען זעהט אויס נישט געהאט די היינטיגע מאשינען וואס מ׳קען זעהן ווי ס׳איז געווען די ארגינעלע מקומות
אפשר איז שוין יא געווען די מאשינען נאר געלט איז נישט געווען...

בית היין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:22 pm

תגובהדורך בית היין » מיטוואך מארטש 01, 2017 7:00 pm

ס׳איז באקאנט אז דער רבי ר׳ אליעזר׳ל האט דערציילט דריי מופסים פון זיין טאטן
1 די מעשה ביי די חתונה ווען א איד איז געווען געלעמענט און ראפשיצער רב האט געשריגען אויף יענעם אז ער זאל אוועק גיין און ר׳האט אנגעהויבן צו גיין כאחד אדם.
2 די מעשה מיט די סוכה, ס׳האט זעהר שטארק גערעגענט די ערשטע נאכט סוכות און די גאנצע צייט פון די סעודה האט גארנישט גערעגנט.
עיין בכמה מקומות הסיפורים באריכות
ס׳ווייסט אימעציר די דריטע מעשה???

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » זונטאג מאי 07, 2017 10:00 am

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט.

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

הילולת הרה"ק מראפשיץ מסוגל לישועות

תגובהדורך סופר ומונה » זונטאג מאי 07, 2017 10:04 am

סופר ומונה האט געשריבן:אין ספר "מגדיל ישועות מלכו" א ספר וואס ענהאלט סיפורים וואס הרה"ק מבארנוב זי"ע האט פארציילט ווערט דארט געברענגט נאך א לאנגע מעשה וואס דער בארנובער רב האט פארציילט וועגען זיין זיידע דער ראפשיצער רב בזה"ל:

והמעשה הזה ספר נכדו הרב שליט"א מבארניב בליל הלולא של א"ז הנ"ל כ"ו למב"י שנת תרע"א וסיים בלשונו הצח אם כי ידוע אשר ימי הפסירה הם ימי שליטת הדינים ר"ל אבל בליל הלולא של זקנו הקדוש כל דינין מתעברין מיני' ורמז לזה, כ'וס ישועות אשא ובשם ד' אקרא, ר"ל כוס הוא ר"ת ספירת כ"ו בו ישועות אשא ומה טעם, כי בשם ד' אקרא כי ספירת כ"ו היא מספר שם הוי' אשר הוא מרומז לחסד וגם תיבת הלולא גימט' חסד. עכ"ל הנצרך לענינינו.

בית היין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:22 pm

תגובהדורך בית היין » מאנטאג מאי 08, 2017 3:12 pm

השוהל במעליץ ולידו ביהמ״ד קטן שיש בקבלה שבו התפלל ״הרה״ק מראפשיץ זצוק״ל״
לכבוד היאהרצייט.
צוגעלייגטע
IMG_2470.JPG
IMG_2470.JPG (419.6 KiB) געזעהן 2115 מאל

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:52 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אמאל איז צאנזער רב זיע"א געפארן קיין בעלזא, צום ערשטן בעלזא רב הרה"ק רבי שלום זיע"א מיט זיין זון גארליצער רב זצוק"ל,און בעלזא רב האט געהייסן פאר די רעבעצין צו שטעלן א'סעודה ווי ס'פאסט פאר אזעלכע חשובע געסט,שפעטער ווען זיי זענען אריין געקומען צום סעודה האבן זיי געזעהן ווי בעלזא רב זיצט מיט זיין רעבעצין אויף איין באנק.

נאך ווען צאנזער רב זיע"א איז ארויס געגאנגן,פרעגט ער גארליצער רב ווי אזוי איז דיר געפעלען אז זיי זיצען אויף איין באנק?

האט גארליצער רב זצוק"ל גענטפערט "עס האט געהאט דעם טעם ווי אדם הראשון פארן חטא",און צאנזער רב זיע"א האט זייער הנאה געהאט דערפון.

ווען זיי האבן זיך דעמאלטס געטראפן, האט בעלזא רב זיע"א געזאגט צום צאנזער רב אז ער וויל עפעס רעדן מיט אים א'הויכע ענין און ער זאל זיך אנגערייטן דערויף,צאנזער רב האט זיך אנגעגרייט פאר דריי טעג און שפעטער איז ער צוריק געקומען צום בעלזא רב ,און זיי האבן זיך פארשפארט און א'צימער פאר צוויי שעה,און די בעלזא רעבעצין איז געשטאנען אונטער די טיר ביז זיי האבען געענדיגט.

ווען צאנזער רב איז ארויס געקומען האט אים בעלזא רעבעצין געפרעגט, "צו און ראפשיץ האט מען אויך געהערט אזעלכע זאכין"?!

האט איר צאנזער רב גענטפערט"וואס עס האט גענומען ביים בעלזא רב צוויי שעה,האט אונז ראפשיצער רב מגלה געווען ביי א'באליען(פאס) קארטאפיל ערב פסח".

ומעשה שהיה כך היה.

ראפשיצער רב זיע"א האט מקפיד געוועהן אז זיינע תלמידים זאלן נישט בלייבן ביי זיין סדר פסח ביינאכט,אבער צאנזער רב מיט קאמינקער רב האבן זייער געגליסט צו זיין ביי זייערע רבי'ס א'סדר,וועגן דעם זענען זיי אנגעקומען ערב פסח זייער שפעט נאכמיטאג,און טאקע ראפשיצער רב האט זיי נישט געוואלט מקבל זיין,ווייל ער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע משרתת אז זי זאל נישט דארפן שיילען פאר זיי נאך קארטאפיל,האבן זיי געזאגט אז זיי זענען מסכים צו שיילען קארטאפיל,האט ראפשיצער רב מסכים געוועהן,האבן זיי גענומען צוויי בענקליך און א'שיסל מיט מעסערס און זיי האבן זיך געזעצט שיילען קארטאפיל.

אנצווישן איז ראפשיצער רב אריין געקומען און זיך געזעצט נעבן זיי,און געלייגט זיינע הייליגע הענט איינס אויף צאנזער רב און איינס אויף קאמינקער רב, און דעמאלטס האט אונז ראפשיצער רב מגלה געוועהן די סוד (וואס בעלזא רב האט אים מגלה געוועהן) אן קיין שום הכנה.

(מפי הרה"ק רבי יודעלע הורוויטץ זצוק"ל סטיטשינער רבי, פארציילענדיג די מעשה האט ער צו געלייגט במתק לשונו, אז בשעת ראפשיצער רב האט זיי מגלה געוועהן די סודות ,איז נעלם געווארען די קארטאפיל מיט די וואסער און די מעסערס,און זיי זענען ארויף צו די עולמות עליונים).

איך געדענק נאך אזא אויסדרוק פון א צדיק אויף א מאן און ווייב אז ס'איז אזוי ווי אדם הראשון פארן חטא. איינער געדענקט?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 6:18 am

ר׳ הירץ לנדא פון זוואלין.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג אפריל 08, 2018 11:09 pm

נאכן עוסק זיין אביסל אין תולדות נכדי בית ראפשיץ, איז איז מערקבאר א היבשע פארנעפעלטקייט.

פון אויבן אראפ וועל איך אנהייבן ביי די קינדער פון הרה"ק מראפשיץ, איז דא דיעות חלוקות ווער ס'איז עלטער, צווישן די היסטאריקער דא האב איך נישט געטראפן איינעם וואס זאל זיך האבן דערגרינטעוועט אויף דעם, און מברר זיין די זאך מיט א קלארקייט.

העמיר פרובירן מאכן א שטיקל סדר פון וואס איך האב יעצט צו די האנט.

מיין פערזענטליכע ידיעה ראשונה איבער דעם איז געווען אז די טאכטער הרבנית רייצא (אשת הרה"ק ר' אשר ישעי' רובין מראפשיץ זי"ע) איז געווען די עלטסטע, און נאכדעם קומט בנו הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זי"ע, ואחריו הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זי"ע, ואחריו הרה"ק ר' אליזער מדזיקוב זי"ע.

זעמיר אינטערגעוואקסן און געהערט א יש אומרים אז הרה"ק מלינסק איז געווען דער עלטסטער זוהן, און ס'אפילו דא א י"א אז ער איז גאהר געווען א בכור, און די טאכטער איז געווען יונגער פון איהם, און נאכדעם קומט מעליץ, און נאכדעם דזיקוב.
כפי הנראה איז דער שטערקסטער מקור צו דעם א בריוו פון מנחת אלעזר צום בעל מליצי אש, ווי ער שרייבט אז הרה"ק מלינסק איז געווען די עלטסטע.

ס'דא דא נאך כמה צדדים לכאן ולכאן, שווער אלעס צאמצונעמען אויפן מינוט.
דער וואס ווייסט עפעס מעהר, אדער האט א שטיקל קלארקייט, הרי זה מכובד.

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:13 am

סופר ומונה האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט.

ביי וועם איז איז די זרע קודש געווען אן איידעם?

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:38 pm

קאפ און אקסל האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט.

ביי וועם איז איז די זרע קודש געווען אן איידעם?

זיי נישט אזוי פאל און קוק אראף, וועסטו אלעס וויסן...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:19 pm

וואנאוויטשער האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט.

ביי וועם איז איז די זרע קודש געווען אן איידעם?

זיי נישט אזוי פאל און קוק אראף, וועסטו אלעס וויסן...

א דאנק פארן זיך אנשטענגן.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 8:58 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אמאל איז צאנזער רב זיע"א געפארן קיין בעלזא, צום ערשטן בעלזא רב הרה"ק רבי שלום זיע"א מיט זיין זון גארליצער רב זצוק"ל,און בעלזא רב האט געהייסן פאר די רעבעצין צו שטעלן א'סעודה ווי ס'פאסט פאר אזעלכע חשובע געסט,שפעטער ווען זיי זענען אריין געקומען צום סעודה האבן זיי געזעהן ווי בעלזא רב זיצט מיט זיין רעבעצין אויף איין באנק.

נאך ווען צאנזער רב זיע"א איז ארויס געגאנגן,פרעגט ער גארליצער רב ווי אזוי איז דיר געפעלען אז זיי זיצען אויף איין באנק?

האט גארליצער רב זצוק"ל גענטפערט "עס האט געהאט דעם טעם ווי אדם הראשון פארן חטא",און צאנזער רב זיע"א האט זייער הנאה געהאט דערפון.

ווען זיי האבן זיך דעמאלטס געטראפן, האט בעלזא רב זיע"א געזאגט צום צאנזער רב אז ער וויל עפעס רעדן מיט אים א'הויכע ענין און ער זאל זיך אנגערייטן דערויף,צאנזער רב האט זיך אנגעגרייט פאר דריי טעג און שפעטער איז ער צוריק געקומען צום בעלזא רב ,און זיי האבן זיך פארשפארט און א'צימער פאר צוויי שעה,און די בעלזא רעבעצין איז געשטאנען אונטער די טיר ביז זיי האבען געענדיגט.

ווען צאנזער רב איז ארויס געקומען האט אים בעלזא רעבעצין געפרעגט, "צו און ראפשיץ האט מען אויך געהערט אזעלכע זאכין"?!

האט איר צאנזער רב גענטפערט"וואס עס האט גענומען ביים בעלזא רב צוויי שעה,האט אונז ראפשיצער רב מגלה געווען ביי א'באליען(פאס) קארטאפיל ערב פסח".

ומעשה שהיה כך היה.

ראפשיצער רב זיע"א האט מקפיד געוועהן אז זיינע תלמידים זאלן נישט בלייבן ביי זיין סדר פסח ביינאכט,אבער צאנזער רב מיט קאמינקער רב האבן זייער געגליסט צו זיין ביי זייערע רבי'ס א'סדר,וועגן דעם זענען זיי אנגעקומען ערב פסח זייער שפעט נאכמיטאג,און טאקע ראפשיצער רב האט זיי נישט געוואלט מקבל זיין,ווייל ער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע משרתת אז זי זאל נישט דארפן שיילען פאר זיי נאך קארטאפיל,האבן זיי געזאגט אז זיי זענען מסכים צו שיילען קארטאפיל,האט ראפשיצער רב מסכים געוועהן,האבן זיי גענומען צוויי בענקליך און א'שיסל מיט מעסערס און זיי האבן זיך געזעצט שיילען קארטאפיל.

אנצווישן איז ראפשיצער רב אריין געקומען און זיך געזעצט נעבן זיי,און געלייגט זיינע הייליגע הענט איינס אויף צאנזער רב און איינס אויף קאמינקער רב, און דעמאלטס האט אונז ראפשיצער רב מגלה געוועהן די סוד (וואס בעלזא רב האט אים מגלה געוועהן) אן קיין שום הכנה.

(מפי הרה"ק רבי יודעלע הורוויטץ זצוק"ל סטיטשינער רבי, פארציילענדיג די מעשה האט ער צו געלייגט במתק לשונו, אז בשעת ראפשיצער רב האט זיי מגלה געוועהן די סודות ,איז נעלם געווארען די קארטאפיל מיט די וואסער און די מעסערס,און זיי זענען ארויף צו די עולמות עליונים).

איך געדענק נאך אזא אויסדרוק פון א צדיק אויף א מאן און ווייב אז ס'איז אזוי ווי אדם הראשון פארן חטא. איינער געדענקט?

קודם כל לחיים לכבוד די יא''צ וואס איז געוועהן היינט זי''ע ועכי''א

אין יעצטלגבי דער אויבישטן שאלה איז אזוי אז:
ר' יענקעלע פשעווארסקער זי''ע פארציילט עס אין עס ווערט געברענגט אין י''ג אורות דער זעלבער זאך ווען דער צאנזער רב מיטן גארליצער רב זענען געוועהן ביים ערשטן בעלזער רב האבן זיי געזעהן ווי ער עסט מיט זיין רעבעצין אין איין טעלער שפעטער ווען זיי זענען ארויס געגאנגען האט די צאנזער רב געפרעגט גארליצער רב וואס זאגט אויף דעהם האט ער געזאגט אזוי ווי אדם וחוה פארן חטא האט דער צאנזער רב געזאגט האט זייער גוט צו געטראפן.....
参考专家

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » פרייטאג אפריל 27, 2018 5:36 am

א פלא איז אז די יארצייט פאלט אויס ביום כ"ו לימי הספירה, און דער הייליגער זרע קודש רעדט גאר אסאך ארום בשמות הקודשים.

אויך אינטערסאנט אנצומערקן אין די ליקוטים פון די וואכדיגע סדרה (קדושים) קודשים תהיו: שהצדיקים יהי' להם הוי' בעולם הזה, עכתדה"ק. זאל דער אויבערשטער העלפן זכותו יגן עלינו ועכי"א און ער זאל האבן אן הוי' בעולם הזה און אויסבעטן פאר צאן מרעיתו בעקבתא דמשיחא כל משאלותם, ובקרוב נזכה צום התגלות פון די צדיקים בביאת משיח צדקינו בב"א

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 29, 2018 6:22 pm

דער בארנובער רב אן אייניקל פון ראפשיצער האט געזאגט א רמז כו״ס איז נוטריקון כו ספירה די יארצייט פונעם רפשיצער רב וזשאה״כ כוס ישועות אשא
דביה תחדי נפשא

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » זונטאג אפריל 29, 2018 7:02 pm

איך האב עס קיינמאל נישט געזעהן ויישר כח

אגב האב איך געהערט פון איינעם גאר אן אינטערסאנטן רמז און עס איז א פלא אז קיינער דערמאנט עס נישט

"זרע קדש" איז בגי' "ראפשיץ"
חשבנא דדין כחשבנא דדין

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 10, 2018 11:09 am

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

נאך א זון פון רבי אלתר אליעזר מריגליץ-סטאשוב בנו של הבארנובער רב איז געווען הרה"צ רבי רפאל הורוויץ, ער איז געווען אבאקאנט אלס דער קאלאמייער רבי וואונענדיג אין בארא-פארק, ברוקלין ביז צו זיין פטירה ביום י' כסלו תשל"א, ומנו"כ בוואשינגטאן סעמעטערי - ניו זשערסי בחלקת סאטמאר .... ארויסקומענדיג און די פריע בראשית יארן בשנות תר"ע, ווארשיינליך איז דער רבי שפעטער צוריקגעפארן, [b]און הערשט אין די קריגס יארן האט ער נאכאמאל ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא, אנקומענדיג אליינס דא בעירום ובחוסר כל, און אזוי איז ער פארבליבן אן עלנדער מענטש נעבעך ביז צו זיין פטירה, [/b] ... יהא זכרו ברוך

דער קאלמייער רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען דאהי [צוריקגעקומען] א שיינע פאר יאר פאר די קריג און האט דאן געוואינט אליין און די איסטסייד, אזוי ווי נאך צענדליגע רבי'ס צדיקים ובנש"ק און אנדרע גדולים חסידים ואנשי מעשה וואס זענען אהער געקומען אן די משפחה מאיזה סיבה שהי', כנראה האט ער מיטגעטיילט די זעלבע ווי אנדרע וואס האבן נישט געטראפן אז צווישען די פליטים זאל זיך געפינען פון זייער משפחה, און עס איז ליידער נישט איבערגעליבן פון זיי גארנישט, אבער "עלנד" איז ער נישט געוועהן ווייל עטליכע יאר נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיוג שני מיט די אלמנה פון הרה"ח ר' ______ הכהן קאהן ז"ל אייניקעל בא"ב פון רבי דוד מגיד זי"ע תלמיד החוזה און א ראפשיץ'ר אייניקל אויך, ער איז געוועהן א ברידער פון [אדער פעטער כבין נישט זיכער] פון די באקנטע דערהויבנע חסידים פונעם פלאנטש רב זי"ע (האבן זיך אויך מסתופף ביי אנדרע צדיקי בית רופשיץ - ר' דוד איז געוועהן א תלמיד בנגלה פון הגה"ק רבי אשר לעמיל משענדישוב זי"ע) דאס איז הגאון החסיד רבי דוד קאהן ז"ל ואחיו הרה"ח רבי משה קאהן ז"ל,
די קאלמייער רבי ז"ל האט אויפגעצויגען זיין רעבצין בזויג שני'ס קינדער ווי אייגענע קינדער, צווישן די קינדער איז הרה"ח רבי לייביש קאהן שליט"א פון ב"פ, דארף לכאורה אסאך געדענקן פון זיין שטיף טאטע הגם ער איז נאך געוועהן היפש יונג אויך ווען ער איז אוועק.

דער ר' לייבוש דארף צו האבו אפאר פיינע ירושות פונעם קאלעמייער ובתוכם א קאפל פונעם ראפשיצער רב
דביה תחדי נפשא

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 15 געסט