רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

שומר פתאים ה'.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג מאי 11, 2014 6:50 pm

געהערט מפי הרה"ק יענקעלע מ'פשעווארסק זיע"א. חלק איז די ראשי תיבות חלם לינסק קראקא וואס דארטן זענען געווען נער'נים.
האט הרה"ק מראפשיץ זיע"א געזאגט נישט די געבוירענער דארטן נאר די צוגעקומענע איידימ'ס זענען נערנים.
א'יעדער נאר האט א'מאלך וואס ס'היט אים אפ.און ממילא וואו ס'איז דא א'נאר שיקט ער אים אויף איינער פון די דריי שטעט הנ"ל און ווערט א'איידים דארטן און סאיז גענוג איין מלאך צו היטן די גאנצע שטאט .

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יולי 31, 2014 5:57 pm

א 'פגישת-חברים' אין לאנצוט, צום יאהרצייט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע.

אידישן טאגבלאט תרצ"ג
צוגעלייגטע
Iyar 1933.JPG
Iyar 1933.JPG (29.79 KiB) געזעהן 4027 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:34 pm

הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

מכתב בכתב ידו מאתר קדם:
בילד

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:11 pm

מיללער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

מכתב בכתב ידו מאתר קדם:
בילד

געווען א "דאבל" אייניקל פון ראפשיצער ווארום רבי ישראל הנ''ל איז געווען אן איידעם ביים לינסקער פעטער
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ראפשיצער רב איז מגלה סודות ביים קארטאפיל שיילען .

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג נובעמבער 23, 2014 9:00 am

אמאל איז צאנזער רב זיע"א געפארן קיין בעלזא, צום ערשטן בעלזא רב הרה"ק רבי שלום זיע"א מיט זיין זון גארליצער רב זצוק"ל,און בעלזא רב האט געהייסן פאר די רעבעצין צו שטעלן א'סעודה ווי ס'פאסט פאר אזעלכע חשובע געסט,שפעטער ווען זיי זענען אריין געקומען צום סעודה האבן זיי געזעהן ווי בעלזא רב זיצט מיט זיין רעבעצין אויף איין באנק.

נאך ווען צאנזער רב זיע"א איז ארויס געגאנגן,פרעגט ער גארליצער רב ווי אזוי איז דיר געפעלען אז זיי זיצען אויף איין באנק?

האט גארליצער רב זצוק"ל גענטפערט "עס האט געהאט דעם טעם ווי אדם הראשון פארן חטא",און צאנזער רב זיע"א האט זייער הנאה געהאט דערפון.

ווען זיי האבן זיך דעמאלטס געטראפן, האט בעלזא רב זיע"א געזאגט צום צאנזער רב אז ער וויל עפעס רעדן מיט אים א'הויכע ענין און ער זאל זיך אנגערייטן דערויף,צאנזער רב האט זיך אנגעגרייט פאר דריי טעג און שפעטער איז ער צוריק געקומען צום בעלזא רב ,און זיי האבן זיך פארשפארט און א'צימער פאר צוויי שעה,און די בעלזא רעבעצין איז געשטאנען אונטער די טיר ביז זיי האבען געענדיגט.

ווען צאנזער רב איז ארויס געקומען האט אים בעלזא רעבעצין געפרעגט, "צו און ראפשיץ האט מען אויך געהערט אזעלכע זאכין"?!

האט איר צאנזער רב גענטפערט"וואס עס האט גענומען ביים בעלזא רב צוויי שעה,האט אונז ראפשיצער רב מגלה געווען ביי א'באליען(פאס) קארטאפיל ערב פסח".

ומעשה שהיה כך היה.

ראפשיצער רב זיע"א האט מקפיד געוועהן אז זיינע תלמידים זאלן נישט בלייבן ביי זיין סדר פסח ביינאכט,אבער צאנזער רב מיט קאמינקער רב האבן זייער געגליסט צו זיין ביי זייערע רבי'ס א'סדר,וועגן דעם זענען זיי אנגעקומען ערב פסח זייער שפעט נאכמיטאג,און טאקע ראפשיצער רב האט זיי נישט געוואלט מקבל זיין,ווייל ער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע משרתת אז זי זאל נישט דארפן שיילען פאר זיי נאך קארטאפיל,האבן זיי געזאגט אז זיי זענען מסכים צו שיילען קארטאפיל,האט ראפשיצער רב מסכים געוועהן,האבן זיי גענומען צוויי בענקליך און א'שיסל מיט מעסערס און זיי האבן זיך געזעצט שיילען קארטאפיל.

אנצווישן איז ראפשיצער רב אריין געקומען און זיך געזעצט נעבן זיי,און געלייגט זיינע הייליגע הענט איינס אויף צאנזער רב און איינס אויף קאמינקער רב, און דעמאלטס האט אונז ראפשיצער רב מגלה געוועהן די סוד (וואס בעלזא רב האט אים מגלה געוועהן) אן קיין שום הכנה.

(מפי הרה"ק רבי יודעלע הורוויטץ זצוק"ל סטיטשינער רבי, פארציילענדיג די מעשה האט ער צו געלייגט במתק לשונו, אז בשעת ראפשיצער רב האט זיי מגלה געוועהן די סודות ,איז נעלם געווארען די קארטאפיל מיט די וואסער און די מעסערס,און זיי זענען ארויף צו די עולמות עליונים).

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 11:52 pm

מיללער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

מכתב בכתב ידו מאתר קדם:
בילד

יעך זע נישט דא קיין שום מכתב בכתב ידו פון ר' אלטר אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב וכו'

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:58 pm

נאכ'ן מאכען אביסל האומווערק האבעך געטראפן די ריכטיגע מכתב וואס הרב מיללער ברענגט מאתר קדם
בילד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מילתא דבדיחותא.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג ינואר 02, 2015 10:42 am

אמאל האט געגעסן א'ארץ ישראל איד ביים ראפשיצער רב'ס טיש,האט ראפשיצער רב באמערקט אז דער איד איז זייער צוגעלייגט,האט אים ראפשיצער רב געפרעגט פארוואס איז ער צוגעלייגט? אויב האסטו מורא אז משיח וועט קומען ,און מיר אלע וועלן גיין קיין ארץ ישראל,און איר וועט נישט האבן דעמאלטס קיין יאקסין ? (שטרות חלוקה וואס מ'האט געשיקט פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל), וועגן דעם לוינט זיך נישט זארגען,ווייל איך זאג אייך צו,ווען מיר וועלן זיין דארטן,וועט מען ענק שיקן די יאקסין פון ארץ ישראל.

ווען ראפשיצער רב האט געזעהן אז ער איז נאך אלץ צוגעלייגט,האט ער אים געזאגט,בסתמא זענט איר צוגעלייגט ווייל איר גייט צו ציונים ,און ווען משיח וועט קומען וועט מען אויפשטיין תחיית המתים און ממילא וועט איר נישט האבן קיין ציונים צו גיין.

פאר דעם דארפט איר אויך נישט זארגן,ווייל איך זאג אייך צו,אז ס'וועט נאך זיין אסאך ציונים אין חוץ לארץ,ווייל ס'וועט זיין אזעלעכע וואס גייען נישט אויפשטיין תחיית המתים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 13, 2015 4:00 pm

הסרפד האט געשריבן:ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער


נאך א זון פון רבי אלתר אליעזר מריגליץ-סטאשוב בנו של הבארנובער רב איז געווען הרה"צ רבי רפאל הורוויץ, ער איז געווען אבאקאנט אלס דער קאלאמייאר רבי וואונענדיג אין בארא-פארק, ברוקלין ביז צו זיין פטירה ביום י' כסלו תשל"א, ומנו"כ בוואשינגטאן סעמעטערי - ניו זשערסי בחלקת סאטמאר (מס. 196 למספרינו)
בילד
בייגעלייגט איז א מודעה פונעם מארגן זשורנאל וואס מעלדט דעם אנקום פון רבי רפאל אלס "באראנאווער רבי" אין די פריע בראשית יארן בשנות תר"ע, ווארשיינליך איז דער רבי שפעטער צוריקגעפארן, און הערשט אין די קריגס יארן האט ער נאכאמאל ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקא, אנקומענדיג אליינס דא בעירום ובחוסר כל, און אזוי איז ער פארבליבן אן עלנדער מענטש נעבעך ביז צו זיין פטירה

מיר האבן געהערט פון א חשוב'ער רב שליט"א וואס האט אסאך קונה געווען פון דעם קאלאמייאר רבי'ן, בעיקר סיפורים ודברים נפלאים מבית אבותיו זצ"ל, ארויסברענגנדיג בשבחו אז ער איז געווען א געהויבענער איד וואס האט געלעבט אין זיינע אייגענע ד' אמות.

יהא זכרו ברוך
צוגעלייגטע
unnamed (1).png
unnamed (1).png (47.18 KiB) געזעהן 3761 מאל
unnamed (2).png
unnamed (2).png (44.54 KiB) געזעהן 3761 מאל

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » דינסטאג ינואר 13, 2015 11:40 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אמאל האט געגעסן א'ארץ ישראל איד ביים ראפשיצער רב'ס טיש,האט ראפשיצער רב באמערקט אז דער איד איז זייער צוגעלייגט,האט אים ראפשיצער רב געפרעגט פארוואס איז ער צוגעלייגט? אויב האסטו מורא אז משיח וועט קומען ,און מיר אלע וועלן גיין קיין ארץ ישראל,און איר וועט נישט האבן דעמאלטס קיין יאקסין ? (שטרות חלוקה וואס מ'האט געשיקט פון חוץ לארץ קיין ארץ ישראל), וועגן דעם לוינט זיך נישט זארגען,ווייל איך זאג אייך צו,ווען מיר וועלן זיין דארטן,וועט מען ענק שיקן די יאקסין פון ארץ ישראל.

ווען ראפשיצער רב האט געזעהן אז ער איז נאך אלץ צוגעלייגט,האט ער אים געזאגט,בסתמא זענט איר צוגעלייגט ווייל איר גייט צו ציונים ,און ווען משיח וועט קומען וועט מען אויפשטיין תחיית המתים און ממילא וועט איר נישט האבן קיין ציונים צו גיין.

פאר דעם דארפט איר אויך נישט זארגן,ווייל איך זאג אייך צו,אז ס'וועט נאך זיין אסאך ציונים אין חוץ לארץ,ווייל ס'וועט זיין אזעלעכע וואס גייען נישט אויפשטיין תחיית המתים.


קרעדיט @ חמדה גנוזה (זמיגראד)

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 26, 2015 12:38 pm

אין ווארשא ביה"ח איז דא א מצבה פון ר' ישכר ב"ר מאיר הורוויץ. ווער איז דאס?
צוגעלייגטע
copy20of20p8120073 (1).jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הרה"ק מ'ראפשיץ ראה את יוצ"ח שישמשו באדומרו"ת עד ביאת משיח.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך ינואר 28, 2015 11:04 am

אמאל ווען ראפשיצער רב זיע"א איז אנגעקומען צום שטאט דעמביץ ,האט ער געהייסן מ'זאל מאכן א'סעודה פאר די שטאט מענטשן,ווען ער האט באמערקט ווי די חסידים מיט זיינע שטוב מענטשן וואונדערען זיך,האט ער זיי ערקלערט,אז וויבאלד איינע פון מיינע אייניקלעך וועלן דינען דא אלס רב,וועגן דעם וויל איך אז מ'זאל אים מקרב זיין.

האט ראפשיצער רב ממשיך געווען,און געזאגט בזה הלשון,"איך זעה אלע מיינע אייניקלעך וואס וועלען זיין רבי'ס ביז משיח וועט קומען,און ווער עס וועט זיין זייערע חסידים,נישט מיט רוח הקודש נאר מיט חכמה".

אינמיטן סעודה האט ראפשיצער רב צו גערופן צוויי אינגלעך,וואס זענען דארט געווען און זיי דערלאנגט א'גלאז וויין,יארן שפעטער האט מען אויף גענומען זיין אייניקל הרה"ק רבי ראובלע זצוק"ל בן בנו רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו אלס רב אין דעמביץ,און די אויבנדערמאנטע צוויי אינגלעך זענען געווען דעמאלטס די ראשי קהילה.

דאס האט פארציילט הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זצ"ל סטיטשינער רבי ,און ער האט אויסגעפירט "קומט דאך אויס אז די ראפשיצער זיידע האט אונז אלע געזעהן זיצן דא היינטיגע טאג".

(ר 'תנחום פירסט ז"ל ששמע מרבו הסטיטשינער רבי זצ"ל והיא לו נדפסה בספר "משמיה דר' תנחום).

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:09 pm

מצבת מרת יהודית בת הרה"ק רבי אברהם חיים מלינסק נכד הרה"ק מראפשיץ זי"ע - בביה"ח בשינאווא

89e2ee822428be654f508c6f5d49da1c_XL (1).jpg

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:31 pm

ווער איז געוועהן איהר מאן?
זה הקטן גדול יהי'

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:38 pm

יודל קליין האט געשריבן:ווער איז געוועהן איהר מאן?


זי האט געהייסן חיה יהודית, איר מאן איז געווען הה"ק רבי שלום מסטראפקוו זצ"ל בן הדבר"י משינאווא

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

לכבוד די יארצייט היינט ביינאכט

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:02 pm

הרה"ק ר' נפתלי צבי הורוויץ זיע"א מראפשיץ בעל זרע קודש – אילה שלוחה
בן הרה"ק ר' מנחם מענדיל זיע"א מלינסק

הרה"ק ר' נפתלי צבי מראפשיץ זיע"א נולד בעיר לטשנוב ביום ו' סיון חג השבועות תק"כ (יום פטירת מרן הריב"ש טוב זיע"א) לאביו הרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זיע"א, ולאמו הרבנית הצדקנית מרת ביילא ע"ה (בת הרה"ק ר' איציקל האמבורגער זיע"א), על יום לידת רבינו המליצו חסידים "ובא השמש וזרח השמש".

בהיכנס רבינו לעול התורה והמצוות לקחו אביו הק' להניח תפילין אצל הרה"ק רבי מעכל מזלאטשוב זיע"א, ואמר רבינו שהרה"ק ר' מעכעלע קשר אותו בעולם גבוה, אשר לא יוכל להתנתק ממנו לעולם.

רבינו למד תורה אצל דודו הגדול הגאון רבי משולם איגרא, ביחד עם הגאון רבי מרדכי בנעט, והגאון ר' יעקב מליסא.

בצעירותו נסע רבינו להסתופף בצל רבו הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א, אשר העיד על רבינו שיש לו גילוי אליהו בכל עת שירצה, אמנם מתחילה לא רצה הרר"א לקבלו באמרו שאינו רוצה תלמידים מיוחסים, התחיל רבינו לבכות ולהתחנן על נפשו באמרו וואס בין איך שולדיג אז מיין טאטע איז געווען א מיוחס, וכאשר מיאן הרה"ק לקבלו נפל ארצה ונתעלף והתחיל רבינו להקיא דם מגרונו, אז קבלו הרר"א כתלמיד מן השורה.

כמו"כ נסע רבינו לבקר מאתיים ושתיים מצדיקי דורו כמספר עשה לך ר"ב, גם היה אצל הרה"ק ר' מענדעלע מרימאנוב. ביותר נתקרב רבינו להרה"ק החוזה מלובלין זיע"א, שהחשיבו ביותר, והחזיק עצמו כתלמיד חבר. ושם שהה רוב זמנו

בהגיעו לפרקו נשא את זו' הרבנית הצדקנית מרת רבקה ע"ה בת הגה"צ ר' צבי הירש גולדאמער זצ"ל מדוקלא.

גדול היה כוחו של רבינו ביחודים וצירוופי שמות ובכל דבירו ושיחותיו היו מצרף יחודים ומרמז רמזים, שרבים לא הבינו מה מדבר, בספה"ק זוהר חי כותב הרה"ק מקאמארנא זיע"א בזה"ל: וכך ראיתי למורי ורבי רבינו הקדוש, מורינו הרב נפתלי, שבכל דבריו היו יחודים שכליות נפלאות עד שהייתי מרעיד עליהם. פעם אחת עמדתי אחריו ולא ראה אותי, והיה יושב בערב שבת קודש בעת שרצה לילך למקוה למרחץ, והיה מדבר עם אשתו בסיפורים, והבנתי שמדבר בכוונת רחיצת מים חמין ומקוה, והייתי מרעיד, האיך יהיה זה בכח אנושי להלביש ענינים כאלה בסיפורי מעשיות ודיבורים, והרגיש והחזיר ראשו אלי, ו שתק. והיה מספר עד שגמר הענין - כל היחודים, וכונת מים חמין ומקוה, ומיומי לא שמעתי ממנו שיהיה מדבר איזה דיבור שיהיה נוטה לצער שום בר ישראל, עכלה"ק.

כמו"כ מסופר שחתנו ומ"מ הרה"ק ר' אשר ישעי' זיע"א נכנס פעם בבוקר לחדר המבשלות וראה שם את חותנו רבינו זצ"ל עומד ומתקוטט עם המשרתת, ואומר לה, מדוע חדלת מתת לי חלב, וחזר הדברים איזה פעמים, ויהי הדבר לפלא בעיניו, וכאשר יצא מן החדר ההוא, ראה אשה אחת עומדת אצל הפתח, וישאל אותה, מה בקשתך? ותאמר לו, כי זה שבועות אחדים המליטה בת ואין לה די חלק להניק את הוולד,, אז הבין את כוונת חותנו הק', כעבור כמה שבועות שמע שוב הרה"ק מהרי"א את חותנו שמתקוטט עם המשרתת וצועק עליה מדוע את נותן לי חלב רע כמוה אשר לא אוכל לשתותה, ובצאתו מן החדר, ראה מהרי"א את האשה הנ"ל עומדת שוב בחוץ, ותספר לו שמאז שהיתה אצל הרבי יש לה חלב די והותר, אבל החלב רע היא ומזיק לוולד, ושוב הבין את עמקות דברי חותנו רבינו זי"ע.

צדיקי דורו אמרו על רבינו שנשמתו הוא ממצות סוכה, ובאמת היה עוסק כל השנה במצות סוכה, ובכל יום היה עושה איזה עבודה בסוכה שלו, ביום אחד היה נועץ יתד, ויום אחר למד במס' סוכה, וכך היה מתנהג במשך כל ימי חייו, כמו"כ בכל שיחה סובב הענין סחור סחור עד שבא לדבר מהסוכה.

עד מהרה פקיע שמי' כגדול בתורה בנגלה ובנסתר, ורבים שיחרו לפתחו, אלפים נהרו אליו לקנות ממנו תורה עבודה ויראה טהורה, כמו"כ יצא טבעו ברבים כחכם ופיקח שבדורו עד שאמר על עצמו שיחרטו על קברו 'יחיד בדורו בחכמת אלקים'.

רבינו היה מסתיר עבודתו תחת מעטה של שמחה ומילתא דבדיחותא, והרבה לשמח חתן כלה כאשר מסתיר תוך הדברים רזין דרזין ודברים טמירין, והעיד רבינו על עצמו, שאם בשעת יציאת נשמתו ג"כ יגיד מילתא דבדיחותא יהי' לסימנא מילתא שכל ימי חייו מה שאמר הי' לו בזה כוונות נסתרות, ובעת הפטירה אמר רבינו: אלע זאלן ארויסגיין פון חדר, די נשמה דארף ארויס גיין און שעמט זיך ווען דער עולם איז דא ויצא נשמתו בטהרה ועלה בסערה השמימה ביום י"א אייר תקפ"ז, בעיר לאנצוט, אשר רבינו נסע להסתלק שם, כי כאשר נחלה רבינו רצו לדרוש אצל הרופאים ורבינו לא רצה, עד שאמר בנו הרה"ק מדזיקוב שצריכים לנסוע ללאנצוט ששם יש רופא טוב, נענה רבינו ואמר ער ווייסט מ'דארף גיין קיין לאנצוט ונסעו לשם, בהגיעו לשם חלה רבינו ביותר והתחיל הגסיסה, והי' נמשך ג' ימים ביסורים גדולים, והרה"ק מצאנז והרה"ק מקאמינקא זיע"א שהיו מתלמידיו המובחרים כאשר ראו צרת רבם שאינו יכול ליפטר, פתחו הארון קודש ואמרו מיר זענען מוחל א רבי'ן כי לא יכלו לראות הצער והיסורים שרבם עובר, וכבר הסכימו שאם העיכוב מהם, אין הם מעכבים עוד, ואמרו פסוקים וכדו', ועל כל מה שאמרו, רמז רבינו בנענוע ראש, כלומר ניין, שלא הסכים להם, עד שבא הרה"ק הבני יששכר ללאנצוט ונכנס לחדרו של רבינו, והתחיל לומר הפסוקים של השירה, ורמז רבינו בראשו שלזה המתין, וכשהגיעו לפסוק ה' ימלוך לעולם ועד היתה יציאת נשמתו של רבינו זיע"א.

זרעו אחריו, בניו: הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א

חתנו: מ"מ הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זיע"א.

מסופר שעם פטירתו כאשר התיישב חתנו ומ"מ הרה"ק מהרי"א על כסא חותנו, התפלא הרה"ק מרוזין זיע"א ושאל את הרה"ק מדזיקוב בלשון תמיה, אזעלכע קינדער, און דאך א איידעם? (כלומר שהבנים כ"כ גדולים אמאי הושיב על כסאו את חתנו) ענה לו ר' אליעזר'ל בלשון ניחותא אזעלכע קינדער און דאך א איידעם (כלומר שמעלת האיידעם עולה על כולם).

דברי תורתו: נדפסו בספריו זרע קודש, אילה שלוחה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:13 pm

יעצט די יארצייט

מרן רבי נפתלי צבי ב"ר מנחם מענדיל זצ"ל

זכותו הגדול יגן עלינו
כשמ"ו כן הוא

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:43 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:זרעו אחריו, בניו: הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א

חתנו: מ"מ הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זיע"א.


הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט נאר געהאט דריי זון (נישט פיר): הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א.

הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א איז געווען זיין פאטער

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

הילולת הרה"ק מראפשיץ זי"ע מסוגל לישועות

תגובהדורך סופר ומונה » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:14 am

אין ספר "מגדיל ישועות מלכו" א ספר וואס ענהאלט סיפורים וואס הרה"ק מבארנוב זי"ע האט פארציילט ווערט דארט געברענגט נאך א לאנגע מעשה וואס דער בארנובער רב האט פארציילט וועגען זיין זיידע דער ראפשיצער רב בזה"ל:

והמעשה הזה ספר נכדו הרב שליט"א מבארניב בליל הלולא של א"ז הנ"ל כ"ו למב"י שנת תרע"א וסיים בלשונו הצח אם כי ידוע אשר ימי הפסירה הם ימי שליטת הדינים ר"ל אבל בליל הלולא של זקנו הקדוש כל דינין מתעברין מיני' ורמז לזה, כ'וס ישועות אשא ובשם ד' אקרא, ר"ל כוס הוא ר"ת ספירת כ"ו בו ישועות אשא ומה טעם, כי בשם ד' אקרא כי ספירת כ"ו היא מספר שם הוי' אשר הוא מרומז לחסד וגם תיבת הלולא גימט' חסד. עכ"ל הנצרך לענינינו.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 6:11 pm

סופר ומונה האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:זרעו אחריו, בניו: הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א

חתנו: מ"מ הרה"ק ר' אשר ישעי' מראפשיץ זיע"א.


הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט נאר געהאט דריי זון (נישט פיר): הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א.

הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א איז געווען זיין פאטער

צודק
טעיתי, והנני חוזר בי

ויה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו להתברך בכל טוב תמיד
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » פרייטאג מאי 01, 2015 10:41 am

זרעו אחריו, בניו: הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א.


הרה"ק ר' יעקב ממעליץ איז געווען די עלסטע
והי' שגור בפי הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל אז ער איז געווען די בכור, אבער לכאורה איז די איידעם הרה"ק ר"ר אשל''ל געווען מיט א 10 - 15 יאר עלטער ווי די זוהן

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג מאי 01, 2015 11:41 am

דאס איז קלאר אז דער איידעם איז געווען עלטער פון די דריי ברודער זיינע שוואגער'ס

ר' יענעקעלע מעליצ'ער איז גראדע געווען א גרויסער נחבא אל הכלים, און געזיכט צו באהאלטן זיין עבודה, איך האב אפאר אינטרעסאנטע מעשיות אויף איהם, ובל"נ עוד חזון למועד
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג נובעמבער 22, 2015 9:59 am

מצבת קדשו בלאנצהוט

d72c29e579959e62582fee554d93d0d7.jpg

פארוואס איז די מצבה היינט צוטאגס אויסגעדרייט נאנט צום וואנט פון די אוהל?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

היום 100 יארצייט

תגובהדורך dovidal » מיטוואך פאברואר 24, 2016 1:52 pm

של האדמו"ר מבארנוב זצ"ל שנפטר תרע"ו

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17021
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 11:02 pm

שירה וזמרה האט געשריבן:
זרעו אחריו, בניו: הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זיע"א, הרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק זיע"א, הרה"ק ר' יעקב ממעליץ זיע"א, הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זיע"א.


הרה"ק ר' יעקב ממעליץ איז געווען די עלסטע
והי' שגור בפי הגה"ק מסאטמאר זצוק"ל אז ער איז געווען די בכור, אבער לכאורה איז די איידעם הרה"ק ר"ר אשל''ל געווען מיט א 10 - 15 יאר עלטער ווי די זוהן

אין זרעא קדישא, רעכנט ער אויס די סדר, הצדיקת מרת רייצא, הרה"ק רבי אברהם חיים מלינסק, הרה"ק רבי יעקב ממעליץ, הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלעקבארד, קרייסלער און 15 געסט