רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 9:49 am

הסרפד האט געשריבן:ועתה מצאתי שם אז זיי זענען געוועהן לויים. איז זענען זיי זעכער נישט געוועהן קיין ראפשיטצער אייניקליך.


וואס ביסטו אזוי זיכער, אין באבוב איז דא א משפחה הורוויץ לווים - ראפשיצער אייניקלעך, און זיי הייסן הורוויץ אלס ראפשיץ!

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג נובעמבער 06, 2012 7:02 pm

איטשע האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:ועתה מצאתי שם אז זיי זענען געוועהן לויים. איז זענען זיי זעכער נישט געוועהן קיין ראפשיטצער אייניקליך.


וואס ביסטו אזוי זיכער, אין באבוב איז דא א משפחה הורוויץ לווים - ראפשיצער אייניקלעך, און זיי הייסן הורוויץ אלס ראפשיץ!

ידעתי גם ידעתי. נאר מקרה הוא, א לוי האט גענימען א ראפשיטצער אייניקל איז געווארן א הלוי-הורוויץ, אבער אז מען טרעפט סתם א הלוי-הורוויץ איז עס פשטות נישט קיין ראפשיטצער אייניקל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 10:56 am

נ'אוודאי, אבער מען קען נאך נישט אפפרעגן תוליב דעם, יתכן אז עס איז מצד אחר....

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אפריל 21, 2013 5:24 am

ארויף געברענגט לכבוד די יו"ד פין די הייליגער ראפשיצער רב זיכ"ע ועכי"א בעל זרע קודש וואס היינט איז דער יא"צ
参考专家

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 21, 2013 5:34 am

מומחה יוחס האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יו"ד פין די הייליגער ראפשיצער רב זיכ"ע ועכי"א בעל זרע קודש וואס היינט איז דער יא"צ

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. (כ'בין דאך א שטיקל אייניקל...)

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אפריל 21, 2013 7:48 am

דער אוהל אין לאנצוט
צוגעלייגטע
IMG_0312.JPG
IMG_0311.JPG
IMG_0310.JPG

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 21, 2013 8:08 am

מכטי1 האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יו"ד פין די הייליגער ראפשיצער רב זיכ"ע ועכי"א בעל זרע קודש וואס היינט איז דער יא"צ

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. (כ'בין דאך א שטיקל אייניקל...)

וואס מיינט א שטיקל?
אויב מיינט דאס אז די קינדער זענען אייניקלעך, בין איך אויך א מחותן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 21, 2013 9:03 am

לכאורה האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יו"ד פין די הייליגער ראפשיצער רב זיכ"ע ועכי"א בעל זרע קודש וואס היינט איז דער יא"צ

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. (כ'בין דאך א שטיקל אייניקל...)

וואס מיינט א שטיקל?
אויב מיינט דאס אז די קינדער זענען אייניקלעך, בין איך אויך א מחותן

א שיינע מחותן, אבער יאך אליינס בין אויך אן אייניקל...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 21, 2013 12:27 pm

דאן וואס שרייבסטו "שטיקל" אייניקל? אן אייניקל איז אן אייניקל.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג אפריל 21, 2013 1:43 pm

לכאורה האט געשריבן:דאן וואס שרייבסטו "שטיקל" אייניקל? אן אייניקל איז אן אייניקל.

העסטו אנהייבען זאגען דאס הייסט אן אייניקל פון ראפשיצע רב??? שוין איך בין א שטיקל....

אוועטאר
Sprint
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » זונטאג אפריל 21, 2013 3:14 pm

צ"ל א שטיק ראפשיץ'ער אייניקל

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

לינסקער אייניקלעך זענען בהכרח באמ"ח'ס אייניקלעך?

תגובהדורך גדול מרבן » זונטאג פאברואר 09, 2014 1:14 pm

ידוע אז הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער, בן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, איז געווען א איידעם ביי זיינס א פעטער, זיין טאטנ'ס ברידער הרה"ק רבי שמואל שמעלקע מראמאן זי"ע, און דער ר' שמעלקא איז געווען א איידעם ביי באר מים חיים זי"ע.

די שאלה צו אלע לינסקער אייניקלעך זענען אויך באמ"ח'ס אייניקלעך, אדער ס'איז געווען עפעס זיוו"ש ביים לינסקער [לכאו' נישט] אדער ביי ר' שמואל שמעלקא
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג פאברואר 09, 2014 1:35 pm

גדול מרבן האט געשריבן:ידוע אז הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער, בן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, איז געווען א איידעם ביי זיינס א פעטער, זיין טאטנ'ס ברידער הרה"ק רבי שמואל שמעלקע מראמאן זי"ע, און דער ר' שמעלקא איז געווען א איידעם ביי באר מים חיים זי"ע.

די שאלה צו אלע לינסקער אייניקלעך זענען אויך באמ"ח'ס אייניקלעך, אדער ס'איז געווען עפעס זיוו"ש ביים לינסקער [לכאו' נישט] אדער ביי ר' שמואל שמעלקא

ערגעץ אויף דער וועלט איז שוין דא א שמועס וועגן דעם. אויב געדענק איך ריכטיג, הייסט עס (בשם ס' זרעא קדישא לינסק?) אז ר' שמעלקא האט געהאט א צווייטער זיווג, און פון איר שטאמען די לינסקער אייניקליך.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:58 pm

אין פארנט פון דעם ספר צמח דוד פון הרה"ק ר' דוד'ל דינוב'ער אין די מהדורא וואס איז געווארן איבערגעדרוקט דורך זיין אייניקל דער לינסקער רב (ר' זונדל ישכר דוב רוקח) זצ"ל, רעכנט ער דארט אויס זיין גאנצע יחוס, אבער ער שרייבט נישט אז ער איז אן אייניקל פון באמ"ח, ווייזט אויס אז דאס איז נישט געווען א חלק פון זיין יחוס
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 10, 2014 8:01 am

הסרפד האט געשריבן:
גדול מרבן האט געשריבן:ידוע אז הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער, בן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, איז געווען א איידעם ביי זיינס א פעטער, זיין טאטנ'ס ברידער הרה"ק רבי שמואל שמעלקע מראמאן זי"ע, און דער ר' שמעלקא איז געווען א איידעם ביי באר מים חיים זי"ע.

די שאלה צו אלע לינסקער אייניקלעך זענען אויך באמ"ח'ס אייניקלעך, אדער ס'איז געווען עפעס זיוו"ש ביים לינסקער [לכאו' נישט] אדער ביי ר' שמואל שמעלקא

ערגעץ אויף דער וועלט איז שוין דא א שמועס וועגן דעם. אויב געדענק איך ריכטיג, הייסט עס (בשם ס' זרעא קדישא לינסק?) אז ר' שמעלקא האט געהאט א צווייטער זיווג, און פון איר שטאמען די לינסקער אייניקליך.

דא זאגט עס ביקסאד.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 3:06 pm

נאך די קריג איז געווען א רב ר' ישראל יוסף הורוויץ ער האט זיך גערופן ריגליץ-בארנובער רב, זייון זון הרב נפתלי הורוויץ האט געדרוקט א ביכל "פון ארץ ישראל אוצר", און נאך עטליכע בירכער עס קוקט מיר אויס אז דער פאטער פון ר' ישראל יוסף האט געהייסן ר' אלטר אליעזר הי"ד

דא איז דער בוך הנ"ל:
https://archive.org/stream/nybc207048#page/n8/mode/2up
דער ר' נפתלי איז געווען רב אין בארא פארק אין א ביהמ"ד בשם אהל אברהם - משכן יוסף, דא איז דא א באריכט פון א די בר מצוה פון זיין אלטר אליעזר:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=46
ער איז אוועק בחיי אביו בשנת תשכ"ו, זיין עלסטער זון ר' יצחק דוב איז/געווען אן איידעם ביי הרב טייץ, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7&pgnum=29
און דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=54
דער זון ר' אלטר אליעזר איז געווארן אן איידעם ביים ר' אהרן ארי' כ"ץ פון פלעטבוש:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=39

איז דאס וואס ווערט דא דערמאנט אין המאור תשכ"ח בשם ר' צבי יוסף הורוויץ וואס איז נפטר געווארן?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 4&pgnum=27

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 7:12 pm

ר' אלטער אליעזר מריגליץ ב"ר אברהם שמחה מבארנוב ב"ר ישראל משם ב"ר אליעזר'ל דזיקובער

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 7:14 pm

מיללער האט געשריבן:דער זון ר' אלטר אליעזר איז געווארן אן איידעם ביים ר' אהרן ארי' כ"ץ פון פלעטבוש:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=39

ר' אלטר אליעזר הורוויץ רב דביהמ"ד אגודת ישראל (זכרון משה) ב"פ

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » פרייטאג מארטש 21, 2014 1:03 am

מיללער האט געשריבן:
איז דאס וואס ווערט דא דערמאנט אין המאור תשכ"ח בשם ר' צבי יוסף הורוויץ וואס איז נפטר געווארן?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 4&pgnum=27

לויט ווי ס'זעט אויס מיינט ער טאקע דארט דער ריגליצער רב ז"ל נאר ער האט א טעות מיט'ן נאמען אנשטאט ר' צבי יוסף דארף זיין רי ישראל יוסף, דער ריגליצער רב איז טאקע נפטר געווארן טו"ב מנחם אב תשכ"ח.
נ.ב. כ'האב ביי מיר בילדער פון זיין מצבה, אבער עס איר מער ווי די ערלויבטער סייז דעריבער האבעך עס נישט געקענט ארויפשטעלען.

בבישמקד
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 2:24 pm

תגובהדורך בבישמקד » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 3:17 pm

הסרפד האט געשריבן:
גדול מרבן האט געשריבן:ידוע אז הרה"ק ר' אברהם חיים לינסקער, בן הרה"ק מראפשיץ זי"ע, איז געווען א איידעם ביי זיינס א פעטער, זיין טאטנ'ס ברידער הרה"ק רבי שמואל שמעלקע מראמאן זי"ע, און דער ר' שמעלקא איז געווען א איידעם ביי באר מים חיים זי"ע.

די שאלה צו אלע לינסקער אייניקלעך זענען אויך באמ"ח'ס אייניקלעך, אדער ס'איז געווען עפעס זיוו"ש ביים לינסקער [לכאו' נישט] אדער ביי ר' שמואל שמעלקא

ערגעץ אויף דער וועלט איז שוין דא א שמועס וועגן דעם. אויב געדענק איך ריכטיג, הייסט עס (בשם ס' זרעא קדישא לינסק?) אז ר' שמעלקא האט געהאט א צווייטער זיווג, און פון איר שטאמען די לינסקער אייניקליך.


איך ווייס נישט פונוואנעט איז די מקור אז ר' א''ח מלינסק איז גיווען אן איידם ביי זיי פעטער
לכאורה האט עס נישט קאן שום מקור אין עס איז נישט ריכטיג
איך האב צודעם אטליכע ראיות
1 אין שום מסורת בין כל נכדי לינסק על היותם גם נכדים לבאר מים חיים
2 ואם יטען הטוען לשני זיווגים אני הקטן הנני פעמיים לינסקער אייניקל פעם ע''י בתו הבכירה אשת הבריגלער רב (ליפשיץ)
ופעם שנית ע''י בתו הצעירה מפיטשעניזין (לנדא) כך שלא שייך שני זיווגים לרא''ח מלינסק
3 לא ידוע על שני זיווגים לרש''ש מרומאן וגם לא שייך משום שבנו מנחם מנדל שעליו כתוב שהיה נכד הבאמ''ח
היה צעיר מהלינסקער רב
ולכן ברור לי שאין כאן ייחוס לבאר מים חיים (למרות שלכבוד היה לי להיות מצאצאיו אבל מה לעשות ייחוס זה אין לי)
ייתכן אכן שהיה חתן דוד אחר אחי אביו
בעניין חותנו של ר' אברהם חיים מלינסק טאפ איך א' וואנט
אולי יבוא מישהו עם הסענסוס של לינסק ואז נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 01, 2014 11:59 am

ווער איז געווען רבי יצחק הורוויץ נכד הרה"ק מראפשיץ וואס האט קודם געוואונט אין בארנוב און שפעטער זיך געצויגן קיין זאוויכאסט ושם נפטר בשנת תרצ"א?
צוגעלייגטע
Horowitz.png
Horowitz.png (11.33 KiB) געזעהן 3928 מאל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:07 pm

בן ר' אברהם שמחה הרב המפורסם מבארנוב. ראה עליו במאורי גליציה ח''ב עמ' 239.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:08 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:בן ר' אברהם שמחה הרב המפורסם מבארנוב. ראה עליו במאורי גליציה ח''ב עמ' 239.

תודה רבה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 11, 2014 6:11 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגער ראפשיצער רב זי''ע
参考专家

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג מאי 11, 2014 6:16 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:בן ר' אברהם שמחה הרב המפורסם מבארנוב. ראה עליו במאורי גליציה ח''ב עמ' 239.

און א איידעם ביי הרה"ק רבי ראובן הורוויץ מדעמביץ, בן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב, בן הרה"ק מראפשיץ, זכי"ע.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרויסער יחסן און 16 געסט