רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:08 am

הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ זצוק"ל (בהרה"ק ר' מנחם מענדל מלינסק) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק און שפעטער פון הרה"ק ר' יעקב יצחק מלובלין און פון הרה"ק רבי ר' מנחם מענדל מרימנוב זכותם יגן עלינו. דער ראפשיצער רב איז געבוירען געווארן ביום פטירתו פון בעל שם טוב הק' (ז' סיון שנת תק"כ), און זיין תלמיד הרה"ק מצאנז זי"ע האט געזאגט אז עס איז אויף זיין רבי'ן דעם ראפשיצער רב מקויים געווארן דער פסוק "ובא השמש וזרח השמש" (די גמרא און מסכת קידושין דף ע"ב דרש'נט דעם פסוק אז ווען איין צדיק גייט אוועק קומט א צווייטער צדיק במקומו). דער ראפשיצער רב האט מחבר געוועהן די ספרים זרע קודש על התורה ועל המועדים, וספר אילה שלוחה על התורה. ער איז נפטר געווארן י"א אייר שנת תקפ"ז לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג פאברואר 26, 2008 10:01 am

די מצבה פון ר' נפתלי ראפשיצער זצוק"ל
עס איז כדי צי באמערקען דעם אויפשריפט
יחיד בדורו בחכמת אלקים

אין וויא עס שטייט דארט ווייטער, זעהט אויס אז ער האט גיהייסען אדער מסכים גיווען דאס צי שרייבען אין נישט מער.

איך ווינדער מיך אויך צי עס איז נישט קיין טעות דאס וואס עס שטייט אינטען אז זיין פאטער איז גיווען רב און ליסקא. אפשר דארף שטיין 'לינסק'. איך בין גיווען און לינסק ביי זיין ציון. (ליסקא איז און אונגערען נישט פוילען)
צוגעלייגטע
KRopshitz.JPG
KRopshitz.JPG (104.29 KiB) געזעהן 6546 מאל
the SCY is the limit

פעטרישקע
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2008 4:10 pm

תגובהדורך פעטרישקע » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:04 pm

עס איז טאקע א טעות, ער איז גווען רב אין לינסק, נישט ליסקא.

ס'איז דא א אינטרעסאנטע אויסדריק פון מנחת אלעזר, וועגן דעם נוסח המצבה פון ראפשיצער, ווער ווייסט דערפון?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:41 pm

ר' שמחה ס'איז נישט קיין טעות, מ'האט עס אזוי גערופן.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:43 pm

פעטרישקע האט געשריבן:ס'איז דא א אינטרעסאנטע אויסדריק פון מנחת אלעזר, וועגן דעם נוסח המצבה פון ראפשיצער, ווער ווייסט דערפון?


איך ווייס נישט וואס די מנחת אלעזר האט געזאגט אבער ביי די חסידים האט מען פארשטאנען אז דאס וואס ער האט געהייסען שרייבן די ווערטער "יחיד בדורו בחכמת אלוקים" האט ער געמיינט לאפוקי קאצק צו וועלעכע דרך ער האט זיך זייער שטארק מתנגד געווען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:44 pm

ני פעטרישקע דערצייל
בני, וואס איז פשט אז מהאט עס אזוי גערופן?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:47 pm

ער האט נישט געהייסן אליינס שרייבן.
צאנזער רב האט געזאגט, אז די צדיקים איז דאך כל דבריהם געווען למעלה, מיט יחודים עילאים, נאר אויף די וועלט האס עס אויסגעקוקט, ווי זיי רעדן דברים של מה בכך, און אמאל האבן זיי געדארפט מפסיק זיין אינמיטן א שמועס ווייל די דברים העליונים איז שוין געווען נגמר, און די זעלבע פארקערט, אמאל האבן זיי ממשיך געווען שוין נאכן ענין גשמי צו רעדן און רעדן דערפון לאין מבין, אבער דער אלטער רב, האט מיט זיין גרויס חכמה געקענט מכווין זיין ביידע אויף אמאל, אי צו מענטשן, און אי למעלה. יחיד בדורו בחכמת אלקים.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:48 pm

בני היכלא האט געשריבן:ער האט נישט געהייסן אליינס שרייבן.
צאנזער רב האט געזאגט, אז די צדיקים איז דאך כל דבריהם געווען למעלה, מיט יחודים עילאים, נאר אויף די וועלט האס עס אויסגעקוקט, ווי זיי רעדן דברים של מה בכך, און אמאל האבן זיי געדארפט מפסיק זיין אינמיטן א שמועס ווייל די דברים העליונים איז שוין געווען נגמר, און די זעלבע פארקערט, אמאל האבן זיי ממשיך געווען שוין נאכן ענין גשמי צו רעדן און רעדן דערפון לאין מבין, אבער דער אלטער רב, האט מיט זיין גרויס חכמה געקענט מכווין זיין ביידע אויף אמאל, אי צו מענטשן, און אי למעלה. יחיד בדורו בחכמת אלקים.


אויף די מצבה שטייט אז ער האט יא געהייסן וואס צו שרייבן.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:49 pm

גערעכט, אבער צאנזער רב האט געזאגט פשט דערין, איך האב געדענקט אז דאס קומט גאר פון אים.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 07, 2008 2:51 pm

לפי מיין מסורה האט די צאנזער רב עס נישט געזאגט אויף דעם נאר סתם אזוי בכללות אבער סיניש קיין תורה מסיני סאו איך בין מקבל פון דיר.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אפריל 07, 2008 3:02 pm

בני, און וואס איז מיט יאסלס שאלה 'וואס הייסט אז מען האט עס אזוי גערופען?'
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:58 pm

יישר כח דרך אגב איז דער ראפשיצע אשכול געווארן א לינסקע

ראפשיצער רב איז געווען א גרוש פאר איין שטיק צייט צילוב דעם דעם וואס ער האט געזעהן א זיין רעבעצין באפיצט זיך וואס דאס האט ביי אים געגעבן די החלטה אז עס איז נישט פאר אים האט ער איר געגעבן א גט

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:07 pm

יאהרצייט היינט נאכט!
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:36 am

"די וועלט האט פון מיין טאטן (דער הייליגער ראפשיצער רב) זצ"ל דערציילט פיל מופתים און וואונדער", האט דער רבי ר' אליעזר'ל פון דזשיקוב זצ"ל געזאגט, "אבער איך אליין בין געשטאנען ביי דריי פלא'דיגע פאסירונגען." פאלגענד איז איינס פון די מעשיות וואס דער רבי ר' אליעזר'ל האט דערציילט: "איינמאל איז אין דער ערשטער נאכט פון סוכות געווען א שרעקליכער רעגן. עס האט געגאסן ווי מיט קאנען. צום באדויערן פון אלע אידן וואס האבן געוואלט מקיים זיין די מצות סוכה די ערשטע נאכט יום טוב, האט עס אבער אזוי שטארק גערעגנט אז עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז עס וועט מעגליך זיין צו עסן אין די סוכה. "מיין טאטע איז ארומגעגאנגען ביי זיך אין שטוב ארויף און אראפ, אנהאלטנדיג מיך ביי דער האנט. יעדעס מאל ווען ער איז צוגעקומען צום פענסטער האט ער געווארפן א בליק וואס עס טוט זיך אינדרויסן. דערווייל האט געכלאפעט אן אויפהער. דער זייגער איז אויך נישט געשטאנען. עס איז וואס אמאל געווארן שפעטער, און דא האט מען אפילו נישט געקענט גרייטן צום טיש. פלוצלונג זאגט דער טאטע, "נו, מיר וועלן גיין צום טיש". קיינער האט נישט פארשטאנען ווי אזוי מען וועט קענען עסן אין דעם סוכה. אבער מען גייט און מען פרעגט נישט קיין שאלות. דער טאטע איז אריין אין די סוכה, און אין דעם זעלבן מאמענט האט אויפגעהערט צו רעגענען. ארום דער סוכה פון אלע פיר זייטן האט מען געזען ווי עס רעגנט, נאר איבער די סוכה איז קיין טראפ רעגן נישט געפאלן. אפילו דער סכך, וואס איז אינגאנצן געווען אדורכגעווייקט פון דעם גרויסן און שטארקן רעגן פון פריער, האט אויך קיין טראפ נישט אראפגעלאזט. נאך דעם ווי דער טאטע איז אריין אין די סוכה, האט מען געגרייט צום טיש. מען האט זיך נישט געאיילט, נאר מען האט געגעסן גענוי ווי אלעמאל יום טוב. נאך די סעודה האט דער טאטע געהייסן מען זאל ארויסנעמען פון די סוכה אלעס. מען האט ארויסגענומען פון די סוכה אלע טישן און אלע בענק. אלע חסידים וואס האבן מיטגעגעסן זענען פריער ארויגסגעגאנגען פון די סוכה, און דערנאך האט דער טאטע מיך ווידער אנגענומען ביי דער האנט און ארויסגעגאנגען פון די סוכה. "אזוי ווי ער האט דעם ערשטן טריט ארויסגעשטעלט אינדרויסן, האט מען געהערט ווי עס האט זיך מיט איין מאל געגעבן א לאז אראפ דער גאנצער רעגן וואס האט זיך אויפגעהאלטן במשך די צייט וואס מען האט געגעסן די סעודה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:37 am

דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט פשט אין דעם נוסח וואס מיר זאגן אין קידוש "תחלה למקראי קודש זכר ליציאת מצרים" אז ווען א איד באקומט אמאל א הרהור תשובה, און דער בעל דבר רעד אים איין אז ער קען שוין נישט תשובה טוהן, זאגענדיג "דיר וועט שוין ממילא גארנישט העלפן' און נאך אזעלכע דיבורים, דארף דער איד דעמאלטס ביי זיך טראכטן אז די אידן אין מצרים זענען געווען אין די מ"ט שערי טומאה און פון דעסטוועגן האט זיי השי"ת אויפגעהויבן אין איין רגע ביז צו די מ"ט שערי קדושה, אזוי קען השי"ת מיר אוין העלפן אז איך זאל נאך קענען תשובה טוהן. דאס איז דער פשט אין די ווערטער "תחלה למקראי קודש", און אנהייב וואס א מענטש וויל זיך הייליגן און תשובה טוהן, און אויב דער יצר הרע רעד אים איין אז עס איז צו שפעט, "זכר ליציאת מצרים" זאל ער זיך דערמאנען אין די אידן וואס זענען ארויס פון מצרים, אז זיי זענען אויך געווען בשפל המצב און השי"ת האט זיי אויך געהאלפן תשובה טוהן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:38 am

א יוד איז אמאהל צוגעגאנגען צו רבי נפתלי ראפשיצער זי"ע ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד, און איהם געזאגט, "דא האסטו א גאלדענע רענדעל, און זאג מיר ווי דער רבונו של עולם וואוינט" האט איהם דער קליין יונגעל געענפערט, "איך גיב דיר צוויי, און זאג מיר ווי וואוינט ער נישט".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:40 am

דער ראפשיצער רב זי"ע האט געהאט א הייליגע מנהג צו אויסצירען זיין סוכה מיט די טייערסטע און שענסטע זאכן. ער האט אליין גזעפחאראבלאט און אויסגעשניצט די שיינע פלאלחאקחאטזן און שטערנס. די סכך האט ער אליין ארויף געלייגט, און נישט געלאזט מ'זאל איהם צוהעלפן. נישט איינמאהל האט פאסירט אז ער האט אוועק געגעבן זיין גאנצע פארמעגן כדי צו באצירען זיין סוכה.

סוכות ביינאכט נאכן דאווענען פלעגט ער אריין גיין אין סוכה מיט א מארש וואס די חסידים האבן אונטער געזינגען. אנקומענדיג צום סוכה, איז ער געבליבן שטיין און פריי געלאזט פלאץ, אזוי ווי ער וואלט מכבד געווען די אושפיזין אריין צו גיין ערשט אין דער סוכה. און אין דער סוכה איז געשטאנען אויבן-אהן א הערליכער שטול אנגעגרייט פאר די אושפיזין.

איינמאהל ערב סוכות אינדערפרי האט זיך דער ראפשיצער רב זי"ע אוועק געשטעלט ביים שוועל פון דער סוכה און געזאגט פאר זיין רעבעצין: "איך האב אויפגעשטעלט דער סוכה מיט מיין לעצטע געלט וואס איך האב פארמאגט. איך האב דאס אויסגעצירט מיט די שענסטע "נוי סוכה", און יעצט בין איך געבליבען ליידיג אהן קיין גראשען.

זיין רעבעצין האט גארנישט געקענט ענטפערן דערויף, און דער רב זי"ע איז זיך אוועק געגאנגען אין בית המדרש. אין דער צייט ווען ער איז געזעצן אין בית המדרש, איז אנגעקומען א פרעמדער גאסט צו איהם אין שטוב. מ'האט באלד דערקענט לויט זיין קליידונג אז ער איז נישט קיין גאליציאנער איד. דער גאסט לייגט אוועק זיינע פעקלעך, און ער פרעגט די רעבעצין: "ווי איז דער רב"? - "וואס דארפט איהר יעצט דעם רב"? - פרעגט איהם צוריק די רעבעצין.

"איך קום פון זייער ווייט, פון וויען, און איך דארף פאהרן קיין לעמבערג. און אזוי ווי היינט איז ערב סוכות, וויל איך פרעגן דעם רב צו איך קען איינשטיין ביי איהם אויף יום טוב" - ענטפערט איהר דער גאסט.
"איהר וועט זיין ביי אונז זייער אן אנגענעמער גאסט" - זאגט צוריק די רעבעצין - "אבער עס טוהט מיר זייער לייד אייך צו מעלדען אז מיר זענען נעבעך גרויסע ארימעלייט און מיר האבן גארנישט קיין געלט אנצוגרייטען אויף סעודת יום טוב! דער רב האט אויסגענוצט דאס גאנצע געלט איינצוקויפן נוי סוכה צו באצירען דעם סוכה. געצווינגענערהייט וועלן מיר יוצא זיין סעודת יום טוב מיט אן אלט שטיקל ברויט וואס מיר האבן ליגן און א קליינע הערינג".

די רעבעצין האט באלד אריין געפיהרט דעם גאסט אין דער סוכה, און געוויזען ווי שיין דער רב האט דאס געמאכט. דער גאסט נעמט באלד ארויס פון קעשענע אביסל געלט, און דערלאנגט דאס פאר די רעבעצין זי זאל שנעל גיין אין געשעפט איינקויפן עסן לכבוד יום טוב.

פארנאכט איז דער גאסט געגאנגען אין בית המדרש דאווענען. נאכן דאווענען האט ער זיך צוגעשטיפט צום רב און געבעטן איידילערהייט ער זאל איהם מיטנעמען עסן אין זיין סוכה. "עס טוהט מיר זייער לייד" -
רופט זיך אהן דער רב - "ווייל איך ווייס אז די רעבעצין האט גארנישט צוגעגרייט צו עסן לכבוד יום טוב".

"וואס איהר וועט עסן וועל איך עסן, אבי נעמט מיך אריין אין סוכה!" - ענטפערט דער גאסט. און זיי גייען ווייטער אין וועג.

ווען דער ראפשיצער רב איז אנגעקומען צו דער סוכה, האט ער זיך אפגעשטעלט ביים טיהר, און מיט א טרויעריגע הארץ זיך אנגערופען: "סוכה סוכה, איך האב געטוהן אלעס וואס איך האב געקענט איך זאל דיך אויסצירען וואס שענער און שענער. איך האב דיך באדעקט מיט נייע פרישע סכך. אבער יעצט שעם איך זיך אריין צו גיין אין דיר, ווייל איך ווייס אז די רעבעצין האט אפילו נישט אנגעגרייט א חלה צו מאכן "המוציא" אין דער סוכה" !

און אזוי האט דער רב געעפענט די טיהר פון דער סוכה. ווי איבעראשט איז ער אבער געווארן ווען ער האט געזעהן אז די טיש איז באלאכטען מיט שיינע ליכט אויף א ווייסע טישטאך. און אויפן טיש שטייט אנגעלייגט פון אלע בעסטע עסענווארג: חלות, וויין, פיש, פלייש, און די קינדער שיינען פון שמחה!!!

דער רב האט גארנישט געפרעגט ווער עס האט געברענגט די אלע מאכלים, נאר ער האט זיך אנגערופען צום גאסט: "זעהט איהר, דער באשעפער האט אונז נישט פארלאזט! איך בין געווען כמעט זיכער אז די ערשטע סעודה וועל איך יוצא זיין מיט אן אלטע טריקן שטיקל ברויט. דער רבונו של עולם פארלאזט נישט קיין איד! - מן הסתם איז דאס אין אייער זכות. ווי אזוי הייסט איהר"?

"מיין נאמען איז אברהם" - ענטפערט דער גאסט. "אזוי גאר, אברהם! פונקט אזוי ווי דער אושפיזין פון דער ערשטער טאג, אברהם אבינו. אט דא שטייט דער בענקל פאר די אושפיזין, ביטע זעצט אייך אוועק אויף דעם בענקל!" - זאגט איהם דער רב מיט פרייד.

דער רב מאכט קידוש און איז מכבד דעם גאסט צו מאכן קידוש, און אזוי האבן זיי אנגעהויבן צו עסן די פיינע געשמאקע סעודה וואס איז געווען צוגעגרייט אויפן טיש.

נאכן סעודה האבן זיי ביידע אנגעהויבן צו טאנצען און לויבן דעם באשעפער מיט גרויס התלהבות אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געוויזען. אזוי האבן זיי געטאנצט כמעט א גאנצע נאכט.

פארטאגס האט זיך דער רב אנידער געלייגט אויפן בעט וואס איז געווען אנגעגרייט אין דער סוכה, און ער האט געוויזען פארן גאסט א צימער אין זיין הויז ווי ער קען זיך לייגען שלאפען.

אינדערפרי ווען דער רב איז אויפגעשטאנען צו גיין אין מקוה, און בענטשן שנעל אויף די ד' מינים, האט ער געוואלט אויפוועקן דעם גאסט אז ער זאל מיטגיין מיט איהם אין מקוה. אבער ווי איבעראשט איז ער געווארן ווען ער האט נישט געטראפן דעם גאסט נישט אין הויז און נישט אין דער סוכה. זיינע פעקלעך זענען אויך נישט געווען אויף זייער פלאץ. "מן הסתם איז ער שוין געגאנגען אין מקוה" - טראכט דער רב - אבער אין מקוה איז ער אויך נישט געווען. ער רופט עטליכע יונגעלייגט זיי זאלען ארום גיין אין שטאט און איהם אויפזוכען אין אלע שוהלן און הייזער. אבער מ'האט נישט געטראפן.

ערשט דאן האט דער ראפשיצער רב זי"ע פארשטאנען אז דער גאסט אברהם איז נישט געווען קיין אנדערע ווי אברהם אבינו אליין וואס איז געקומען צו איהם אלץ אושפיזין, אין זכות פון זיין געטריישאפט פאר דער סוכה!!!

פון דעמאלטס אהן האט דער ראפשיצער רב זי"ע איינגעפיהרט א מנהג צו צינדען א סאך לעכט אין דער סוכה, אלץ אנדענק פון דער גרויסער נס אז אברהם אבינו ע"ה איז אליין געקומען צו גאסט אין דער סוכה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:41 am

הן עוד היום גדול


יעקב אבינו האט געזאגט צו די פאסטעכער, "הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה" מיר ווייסען אז די אותיות "ה" און "נ" זענען אבגעריסען און לאזען זיך נישט מיט קיינעם פעראייניגען - למשל: א' מיט ט' איז צעהן, ב' מיט ח' איז צעהן, ג' מיט ז', ד' מיט ו' זענען צעהן - אבער די אות ה' שטייט באזונדער און האט נישט צו זיך קיין פאהר עס זאל ווערען צעהן.

דאס זעלבע איז מיט די אות נ': י' מיט צ' איז הונדערט, כ' מיט פ', ל' מיט ע' זענען הונדערט און אזוי ווייטער, אבער די אות נ' האט נישט קיין פאהר עס זאל ווערען הונדערט.

דאס האט יעקב געזאגט "הן" אזוי לאנג ווי מען וועט זיך אויפפירען ווי די אותיות "הן" - אפגעזינדערט איינער פון דעם אנדערן, איז "עוד היום גדול", וועט נאך די גלות זיין זייער גרויס, "לא עת האסף המקנה" עס איז נאך נישט דער צייט אז השי"ת זאל איינזאמלען זיינע שעפלעך די כלל ישראל.

אבער אויב מיר וועלען זיך פארנעמען זיך צו פירען איינער מיט'ן צווייטע מיט שלום און אחדות איז צו האפען אז מיר וועלען בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח.

ר' נפתלי ראפשיצער זי"ע

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:42 am

דער הייליגער רבי ר' אליעזר'ל פון דזיקוב זי"ע האט דערציילט, אז אמאל, זייענדיג אין לובלין מיט זיין הייליגן פאטער דער ראפשיצער רב זי"ע, האט די חבריא דארט געשמועסט ווי מ'שפירט בפועל די קדושה פון שבת וואס שוועבט אויף דער וועלט. זיי האבן אבער אריינגעקלערט צי זיי שפירן טאקע באמת די קדושה מיט וועלכער דער אויבערשטער האט געהייליגט דעם טאג, אדער אפשר איז דאס בלויז א דמיון, ווייל וויבאלד א מענטש מאכט לכבוד שבת א סך שינויים: ער גייט אין מקוה פרייטאג פארנאכט, ער טוט זיך אן אנדערע בגדים, ער עסט געוויסע מאכלים, דעריבער שפירט ער אן אנדערן טעם אין דעם טאג, און עס דאכט זיך אים אז דאס וואס ער שפירט איז די קדושה פון שבת, בשעת אין אמת'ן שפירט ער בלויז אט די גשמיות'דיגע שינויים.

זיי האבן באשלאסן צו מאכן א פראבע אין דעם ענין דורך טון אט די אלע שבת'דיגע זאכן אין א וואכעדיגן טאג. זיי זענען געגאנגען אין מקוה, האבן זיך אנגעטון בגדי שבת און אנגעגרייט אלע מאכלי שבת. צו זייער ענטוישונג, האבן זיי טאקע געשפירט דעם טעם פון שבת, און האבן פון דעם ארויסגעדרונגען אז אויך שבת שפירן זיי אן אנדערן טעם בלויז מחמת די ענדערונגען און נישט ווייל זיי פילן טאקע די קדושת היום.

זיי זענען אריין צום הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע און האבן אים דערציילט וועגן זייער פראבע, צוגעבנדיג, אז עס טוט זיי לייד זעענדיג אז זיי האלטן נאך ביי גארנישט, זיי שפירן נישט די קדושה פונעם שבת'דיגן טאג.

דער חוזה האט אראפגעלייגט דעם קאפ אויף זיינע הענט און נאך עטליכע מינוטן האט ער אויפגעהויבן דעם קאפ פרעגנדיג, "צי האט איר אויך אנגעטון די בגדי שבת בשעת דער פראבע" האבן זיי געענטפערט, "יא." זאגט דער חוזה, "אויב אזוי איז שוין אלץ פארענטפערט. לעולם שפירט איר יא אין שבת די קדושה פונעם טאג. און דאס וואס איר האט אויך אין דער וואכן געפילט דעם טעם, איז ווייל די בגדי שבת האבן א כח, אז אפילו אויב מען טוט זיי אן אין דער וואכן, שפירט מען דעם טעם פון קדושת השבת וואס איז איינגעזאפט אין די בגדים."

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:42 am

עס ווערט דערציילט, אז די גאר געהויבענע חסידים פון רבי'ן ר' אייזיקל קאליווער זצ"ל האבן געפרעגט זייער רבי'ן, צו וועמען זיי זאלן פארן נאך זיין פטירה.

האט זיי דער קאליווער געזאגט, "ווען איר וועט אנטרעפן אויף א רבי'ן וואס קען ארויסנעמען די נשמה פון א מענטשן, זי אויסוואשן, און צוריקשטעלן אויף איר ארט, אין דעם רבי'ן זאלט איר אייך מדבק זיין."

די דריי געהויבענע חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן א דעם רבי'ן נאך דער פטירה פונעם קאליווער, ביז זיי זענען אנגעקומען קיין ראפשיץ.

ווען זיי האבן איבערגעטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ראפשיצער רבי'ס חדר, איז דארט פונקט געשטאנען א איד און געוויינט, אז דער רבי זאל אים ארויסגעבן א תשובה אויף א הארבע עבירה.

דער ראפשיצער רב האט געזאגט צו יענעם איד, "זאג מיר, איך בעט דיך, ווי פאלט אן איד צו טוהן אזא מין גראבע עבירה?"

דער איד איז באלד חלשות געפאלן. מען האט אים תיכף געמונטערט, און דער ראפשיצער רב האט צו אים ווייטער גענומען רעדן, "אפשר קענסטו מיר זאגן וואס האט דיר דער רבונו של עולם געטון שלעכטס, וואס דו דינסט אים אפ מיט אזא נידעריגער עבירה?"

דער איד איז ווידער צוזאמענגעפאלן, און מען האט אים נאכאמאל געמוזט דערמונטערן. דאן האט אים דער ראפשיצער רב ווידער געזאגט, "השי"ת גיט דיר געזונט, פרנסה, מיט אלעם גוטן, גייט מען און מען טוט אזא הארבע עבירה?"
דער איד איז צום דריטן מאל צוזאמענגעפאלן, און מען האט אים דאס מאל קוים דערמונטערט. דאן האט דער ראפשיצער רב געזאגט צום איד, "דו קענסט שוין אהיימפארן."

די דריי געהויבענע חסידים פון רבי אייזיקל קאליווער האבן צוגעזען די גאנצע מעשה, און זיי האבן ביי זיך געשמייכלט. רופט זיך אן דער ראפשיצער רב, "איר פרייט אייך וואס איך בין אזא רוצח?"

האבן אים די חסידים איבערגעגעבן דעם אנזאג פון זייער רבי'ן, צוגעבנדיג אז איצט האבן זיי געזען ווי א רבי נעמט ארויס א נשמה, וואשט זי אויס, און לייגט זי צוריק אויף איר ארט. זיי זענען געבליבן ראפשיצער חסידים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:46 am

הרב הקדוש רבי נפתלי ראפשיצער זכר צדיק לברכה. האט אמאל געזעהן, ווי א חסידישער אינגערמאן קומט אריינצולויפן שפעט נאכמיטאג אין בית המדרש אריין, און טוט אן דעם טלית און תפלין שנעל, לויפט ארום עטליכע מאל ארויף און אראפ, ווארפנדיג אויף אלע זייטן מיטן קאפ און ער מורמעלט זיך אינטער, און ער איז שוין א אפגעדאווענטער, - זאגט אים רבי נפתלי - איך וועל דיר דערציילן א מעשה:

עס פלעגט אמאל איינער אהיים קומען יעדן טאג 11:00 אזייגער פון דאווענען און דאס ווייב פלעגט אים צוגרייטן א פרישטאג א טעלער גרינצייג, אזוי איז געווען א יעדן טאג. טאג איין טאג אויס... איינמאל, קומנדיג ווי זיין שטייגער פון זיין דאווענען, זאגט אים די ווייב אז היינט וועט ער מוזן ווארטן אביסל, ער זעצט זיך אוועק און ווארט, אשעה, צוויי, דריי, דאס ווייב איז די גאנצע צייט געשטאנען געווען פארנומען אין קיך, און יעדע שטיק צייט שרייט זי ארויס צו אים, אז ער מוז נאך אביסל ווארטן, עס איז נאך נישט צוגעפארטיגט... אזוי האט ער אפגעווארט מיט א פארחלישט הארץ ביז ביינאכט, ענדליך גרייט שוין אן די ווייב די אויסגעבעטענע עסן נאך אזוי לאנג ווארטן, און זו ברנגט די זעלבן טעלער גרינצייג צום טיש, אזוי ווי נעכטן און איבערנעכטן... האט זיך דער מאן אויפגעטעלט אינגאנצן פארוואונדערט, נאך אזא לאנגע צייט ווארטן האב איך זיכער געטראכט אז עס איז ווערט די ווארטן, ווייל מסתמא ווערט צוגעשטעלט עפעס איינס אין די וועלט, ווי פיש, אדער געבראטענע קאטשקעס, וואס דאס נעמט צייט דאס צו פארענדיגן, אבער אויף געווענליכע גרינצייג האט געקענט זיין צוגעשטעלט אין צייט...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:54 am

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט דערציילט אז ער האט געהערט ווי מ'האט געטייטשט אין מתיבתא דרקיע דעם פסוק, דורך צוטיילן יעדעס ווארט אויף צוויי.
וישלח: "וי שלח" - "וי" ווייזט אויף טרויעריגקייט, דער פסוק איז מרמז: דאס עצבות זאלסטו אוועק שיקן.
יעקב: דער אות "י" איז מרמז אויף א איד, "עקב" איז מרמז אויף איינער וואס האלט זיך בענוה. דאס איז א רמז אז א איד דארף זיך פירן מיט ענוה.
נאך א רמז: דאס ווארט "עקב" ווייזט אויף סוף, א איד דארף זיך דערמאנען וואס וועט זיין דער סוף, אז ער וועט דארפן אפגעבן פאר'ן מלך מלכי המלכים א דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים.
מלאכים: "מל" איז א לשון פון רעדן, "אכים" איז א מיעוט, דאס קומט מרמז זיין אז א מענטש דארף פארמינערן פון זיין רעדן.
לפניו אל עשו: "עושטו" קען מאכן "עגשעול" - טוהן, דאס איז א רמז אז א מענטש דארף זיך שטענדיג בארעכענען איידער ער טוט עפעס א מעשה, און טראכטן מיט זיין דעת צו ער זאל עס טאן אדער נישט.
דערנאך האט דער ראפשיצער צוגערופן א קינד, און געבעטן פון אים ער זאל טייטשן דעם פסוק, דאס קינד האט זיך גענומען טייטשען אזוי ווי ער האט געהערט פון זיין מלמד אין חדר. ווען ער האט גענדיגט האט זיך דער ראפשיצער אנגערופן: איר זאלט וויסן אז דער פירוש פון דעם קינד האט געמאכט אין הימל מער רושם ווי די פירוש פון די מלאכים...!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:55 am

ווען דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א יונגעל, האט אים דער מלמד אויסגעלערנט אז ווי ס'שטייט צוויי אידין איינס נעבען א צווייטען, איז עס א שזם, ווען ס'איז געקומען צו א שו"א האט ער זיך טועה געווען און אויך געזאגט א שם, האט אים דער מלמד געזאגט, איך וועל די זאגן א כלל, אויב די צוויי אידן זענען איינס נעבען די אנדערע, איז עס א שם, אויב אבער איין איז העכער ווי די צווייטער, איז עס נישט א שם, טייטש מען מיט דעם, ואהבת לרעך כמוך - ווען איין איד האט ליב דעם צווייטען, און איז אייניג מיט אים, דעמאלס איז אני ה' - בין איך דער אויבערשטער דארט, אויב אבער איינער האלט זיך העכער ווי די צווייטער, איז ח"ו דער אויבערשטער נישט דארט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 1:56 am

צום הייליגען ראפשיצער רב זי"ע איז אמאהל געקומען א איד, א בעל עבירה, און געזאגט איך וויל תשובה טוהן אבער דער רבי זאל מיר געבן א לייכטע תשובה, איך האב נישט קיין כח צו קיין שווערע זאכן. האט אים דער ראפשיצער רב ז"ל געזאגט, "גוט, זיי מקבל איר וועט נישט מער זאגן קיין ליגענט", האט דער איד געזאגט, אזא לייכטע תשובה דאס האב איך זיך גארנישט פארגעשטעלט, איך בין עס מקבל. דער איד איז אהיים געגאנגען מיט א שמחה. אין דער היים, האט ער ווידער געוואלט עובר זיין אויף אן עבירה, אבער, האט ער זיך געקלערט, וואס וועט זיין אז מען וועט מיך פרעגן וואס איך האב געטוהן, טאר איך דאך נישט זאגן קיין ליגענט האט ער זיך צוריק געהאלטען. אזוי איז געוועהן ביי יעדע עבירה, מיט די צייט איז ער געווארן א גאנצע בעל תשובה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 2:09 am

מ'האט דערציילט פאר ר' נפתלי ראפשיצער זצ"ל אז האלץ איז זייער טייער דעם יאר און די ארעמעלייט האבן נישט קיין האלץ אויף צום הייצן. האט ער שנעל גערופן זיין משמש און איהם באפוילן ער זאל שנעל גיין צו די גבירים אין שטאט זיי זאלן געבן געלט פאר האלץ פאר די ארעמלייט, אויב זיי וועלן נישט וועלן געבן, זאג זיי אז איך וועל הייסן די ארעמעלייט זאלן עפענען די טירן פון זייערע הייזער און די קעלט פון זייערע הייזער וועט אנקומען ביז צו די גבירים...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 7 געסט