רבי חיים טירער מטשערנאוויץ זצ"ל - הבאמ"ח, כ"ז כסלו שנת תקע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 4:39 am

ביקסאד האט געשריבן:הרה"צ ר' יואל מ'ראצפערט בן
הרה"ח ר' יעקב שלמה בעער חתן
הרה"ג ר' דוד צבי שיינפעלד אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ג ר' יצחק אייזיק שור אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ג ר' לוי יצחק פרענקל - אשכנזי אב"ד בוקארעסט חתן
הרה"ק ר' יעקב יוסף מ'מאהילוו בן
הרה"ק הבעל באר מים חיים זי"ע


וואו פארלעסליך און קראנט די סדר היוחסין איז, זאל יעדער האלטן פאר זעך, און ראגירן וואו עס פאסט,
וואו יאך האב ערווענט ביי א פריערדיגע געלעגענהייט איבער די סארט יוחסין בכלל קאנט איר זעהן דאהי


במחילת כבודכם, הרב ביקסאד,

חאטש איך האב אויך במחשבה ראשונה נישט געגלייבט דעם ראצפערטער ייחוס בריעף, נאכ'ן נאכפארשן שטימט עס פונקטליך:
איך פארלאז מיך אויף ר' יואל בעער אז ער האט געוואוסט ווער זיין עלטער-זיידע איז געווען (ר' אייזיק שור), וואו באשריבען - כמעט זעכער על פיו [עיין שם] - אין המאור, און דער יחוס פון איהם און ווייטער האט נאך א בעסערער מקור: עס שטייט שוין אין אהלי שם (תרע"ב) ביי זיין איידעם ר' וואלף תאומים עמ' 240 און עמ' 241, וואס, אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען ווי מען האט געשריבען ס' אהלי שם, האט ר' וואלף תאומים אליינס אריינגעשיקט. איז לכאורה נישט דא וואו מפקפק צו זיין.

ביקסאד האט געשריבן:און בפרט וואו בן בוזי האט דארט געשריבן איבער די פרענקל - אשכנזי פאמיליע


איך פארשטיי נישט וואס דאס האט צו טוהן. מ'רעדט נישט ממש פון די זעלבע משפחה.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכדת רבי חיים מטשערנאוויץ ורבי חיים אבולאפיע

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יולי 08, 2013 7:21 pm

ווי עס קוקט אויס האבן זיך די אייניקלעך פונעם באר מים חיים משדך געווען מיט די אייניקלעך פון רבי חיים אבולעפיע
צוגעלייגטע
מצבת הרבנית אתרוג (2).jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יוני 15, 2014 9:14 pm

נכד בעל באר מים חיים

אויפן ביה"ח אין אוזיערנא
צוגעלייגטע
IMG_25.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » זונטאג יוני 15, 2014 10:50 pm

נחוניא האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס האבן זיך די אייניקלעך פונעם באר מים חיים משדך געווען מיט די אייניקלעך פון רבי חיים אבולעפיע

דאאיז עס זייער קלאר

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:05 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יומא דהילולא זי''ע ועכי''א
参考专家

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

"וקונה את עצמה בגט ובמיתת הבעל".

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 2:56 am

ס'איז זייער אינטערסאנט,אז די היילייגער "באר מים חיים"האט געהאט א'זון ר' קלונמוס וואס איז געווען א'איידים ביים אוהב ישראל אפטא רב זיע"א,וואס איז אראפ פונעם דרך הישר ,און זיך נישט אויפגעפירט ווי ס'דארף צו זיין,האט אים אפטא רב זיע"א געבעטן צו געבן א'גט זיין ווייב,און ער האט נישט געוואלט,האט אים אפטא רב זיע"א געזאגט אז די ערשטע משנה אין קידושין שטייט, "האשה נקנית בשלש דרכים ,וקונה את עצמה בשתי דרכים בגט ובמיתת הבעל" זאל ער אויסקלייבן וועלעכע וועג ער וויל,פארשטייט זיך אז ער האט ווי א'מעקעלע געגעבן א'גט אופן פלאץ,בדרך אגב האבן זיך די צוויי הייליגע צדיקים גערופן ווייטער מחותנים אויך נאכן גט.
מ'פארציילט אז ער האט תשובה געטוהן נאך זיין טאטע'נס הסתלקות,ווען זיין טאטע האט זיך אנטפלעקט צו אים, און געוויזן דעם גלייכן וועג.

פארציילט הרה"ק רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים זצוק"ל פון נאדווערנע בני ברק,אז זיין זיידע די הייליגע באר מיים חיים האט מקרב געווען דעם זון אפילו ווען ער האט זיך נישט אויפעגעפירט ווי צו דארף צו זיין,אבער פאר די חסידים האט עס זייער פארדראסן זיי האבען געמיינט אז די רבי ווייסט נישט דערפון,האבן זיי זיך אבגע'שמועסט אז זיין גייען אריין גיין צום באר מים חיים אים פארציילען אז זיין זון פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין.

בשעת די תלמידים זענען געשטאנען ביים טיר פונעם רבי'ן מיט א'ציטער ,וואו אזוי זאלן זיי אים פארציילען פון זיין זון'ס געפירעכץ,הערן זיי וואו די רבי גיסט זיך אויס זיין הארץ,און טענה'ט זיך מיטן באשעפער און זאגט אזוי, ס'שטייט אין די תורה, (בראשית כה' כח) ) "ויאהב יצחק את עשיו כי ציד בפיו",לכאורה פארוואס האט יצחק ליב געהאט עשיו, ער איז דאך געווען א'גרויסע רשע?.

נאר די תירוץ איז,כי ציד בפיו, אז יצחק אבינו האט זיך גענוצט דערמיט פאר א'מליצה ישרה פארן כלל,זאגענדיג הייליגע באשעפער,קוק זיך גוט אום,איך האב א'זון וואס ווידער שפעניגט אין מיין רצון,און ער איז אראפ פון גע'לייכן וועג, און אסאך עגמת נפש האט ער מיר אנגעמאכט,מיט דעם אלעם בין איך אים נישט מרחק,בעט איך דיר,אז וועגן דעם אויב דיינע קינדער פירן זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין,האלט צוריק דיין צארען,און פיר זיך אויף מיט זיי מיט מדת הרחמים.

האבען די חסידים פארשטאנען,אז די רבי ווייסט צוזאגען פון זיין זון,און מיט דעם וואס ער האט רחמנות אויף אים,איז ער ממליץ טוב אויף כלל ישראל,און ער האט א'פתחון פה צום הייליגען באשעפער,און ווי זיי האבען דאס געהערט זענען זיי אלע אנטלויפן.

בשעת ווען הרה"ק רבי איתמר'ל פון נאדווערנע זצוק"ל האט געהאט זיין עלטסטע זון,האט אים זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר'ל פון קרעטשניף זצוק"ל געשריבען א'בריוו אז ער זאל אים א'נאמען געבן, חיים מרדכי,נאך ביידע זיידעס,נאכן "באר מיים חיים" זיע"א,און נאך רבי מרדכי'לע פון נאדווערנע זיע"א.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג דעצמבער 19, 2014 4:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 3:08 am

זכותו יגן עלינו פון דעם גרויסן צדיק (כ'האב נאך נישט געהאט געהערט פון ר' חיים טירער)

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 3:33 am

רמונים האט געשריבן:זכותו יגן עלינו פון דעם גרויסן צדיק (כ'האב נאך נישט געהאט געהערט פון ר' חיים טירער)

פונעם "באר מיים חיים" אויכעט נישט? איך מיין אז איר זענט א'לויבאוויטשער.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 6:22 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:זכותו יגן עלינו פון דעם גרויסן צדיק (כ'האב נאך נישט געהאט געהערט פון ר' חיים טירער)

פונעם "באר מיים חיים" אויכעט נישט? איך מיין אז איר זענט א'לויבאוויטשער.

פון באר מים חיים אוודאי יא.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17094
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 2:12 pm

מצבת מרן רבינו זי"ע
צוגעלייגטע
IMG_2998.JPG

14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

תגובהדורך 14נטער » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 9:22 am

אינטערסאנט און מונטריאול האב איך זיך באקענט מיט א dentist dr tink האט ער מיר פארציילט אז ער איז אן איינקיל פון דער נושא האשכול ער ווייסט אבער נישט ווי אזוי דאכט זיך מיר האט ער געזאגט אז זיין אדער זיין מאמעס נאמען איז געווען טירער

לומד מכל אדם
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2015 11:56 am

תגובהדורך לומד מכל אדם » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:23 pm

יוראפ האט געשריבן:מצבת מרן רבינו זי"ע

קען איינער ארויסהעלפען אויסליינען פון די מציבה דעם יום הפטירה
די ערשטע אות זעט אויס א ל, אבער אזוי ווי ס'שטימט נישט דארף מען זאגן אז עס איז א כ מיט א שטרעכל נאכדעם, דארף מען דערגיין וואס איז די 2'טע אות דארט, לכ' זעט עס די מערסטע אויס ווי א ז' וואס שטימט מיטן פותח האשכול'ס ווערסיע.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג דעצמבער 04, 2015 12:57 am

תמונה זו צולמה אשתקד, ורואים שמישהו מחק בצבע לבן אצל האות שהיה נראה כמו ל - וכעת היא: כ ז

IMG_0553.JPG

מה יקר
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:59 pm

די ח' פון תקע"ח זעט אויך אויס אנדערש, וואס האט דער יעניגער געוואלט מיט דעם?

בקי וטוב עין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 2:36 pm

תגובהדורך בקי וטוב עין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 5:28 pm

תמונה ממצבת נכד הבאר מים חיים הרה''ח ר' משה דוד הלוי שיפמן בהרה''צ ר'אלטר חיים הלוי שו''ב זצ''ל נין ונכד לבעל באר מים חיים זצ''ל
צוגעלייגטע
rsz_img_3358.jpg

בקי וטוב עין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 2:36 pm

תגובהדורך בקי וטוב עין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 5:55 pm

עוד תמונה בהר הזיתים מנכד הבאר מים חיים
צוגעלייגטע
rsz_img_3127.jpg

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

תגובהדורך חיס » זונטאג ינואר 03, 2016 8:17 am

בקי וטוב עין האט געשריבן:תמונה ממצבת נכד הבאר מים חיים הרה''ח ר' משה דוד הלוי שיפמן בהרה''צ ר'אלטר חיים הלוי שו''ב זצ''ל נין ונכד לבעל באר מים חיים זצ''ל



כי ראה בספר "ילקוט החיים" להרה"צ ר'בי אלטר חיים הלוי ובסוף המפתחות כך:

למען דעת שהשם חיים מהשם הספר הקדוש הזה ילקוט החיים, הוא לזכר עולם לשני הצדיקים ה"ה א. הרה"ג הקדוש הצדיק המקובל המפורסם כו' כקש"ת הר"ר חיים בן עטר זצ"ל בעהמח"ב ספר אור החיים הקדוש על התורה ועוד ספרים קדושים. ב. והרה"ג הצדיק הקדוש המפורסם אדמו"ר כקש"ת הר"ר חיים מטשערנאוויץ זצ"ל בעהמ"ח ספר באר מים חיים על התורה ועוד ספרים קדושים. כי זרעי וז"ז [וזרע זרעי] שיחיו לאריוש"ט המה מגזע קדשו של הרה"צ הנז' כי זוגתי הצוה"ח מ' באשע יהודית ע"ה היתה מז"ז [מזרע זרעו] של הרה"צ הקדוש הנז'. זכותם תגן עלינו ועל כל ישראל שחיש מהר יבא לציון גואל האמיתי...
האם ידוע איך היתה הצדקנית מרת באשע יהודית ע"ה אשת רבי משה מינשטר נכדה של הבאמ"ח זי"ע ?

בקי וטוב עין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 2:36 pm

תגובהדורך בקי וטוב עין » זונטאג ינואר 03, 2016 4:12 pm

עיין במאמרי ה"ר יהודה זייבלד באתר 'תולדות ושרשים' של ה"ר בנימין מפ"ת:
http://toladot.blogspot.com/2015/11/blog-post_17.html
http://toladot.blogspot.com/2015/11/blog-post_29.html

the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

תגובהדורך the collector » דינסטאג יולי 19, 2016 11:34 pm

א שיינע קלארע היינטיגע בילד פון ציון פונעם צדיק אינעווייניג אין אינדרויסן, האט איינער אין באזיץ?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:56 am

אלף בית האט געשריבן:אויף mytzadik האב איך געזעהן אז דער באר מים חיים האט געהאט א טאכטער דבורה.
איז איינער דא באקאנט אויב די דבורה איז געווען די רביצין פן הרה"ק רבי שמואל שמעלקא רובין ז"ל מראמאן (א ברודער פונעם ראפשיצער רב ז"ל) ער איז געווען אן איידעם ביים באר מים חיים
פאלגענד איז א לינק ווי ס'איז דערמאנט
http://www.mytzadik.com/tadik.asp?kever_id=158&safaid=6" onclick="window.open(this.href);return false;

מרת דבורה איז געווען אשת רבי משה יהודה לייב מוויזניצא - טשערנאוויץ.

ווען דער באמ"ח איז ארויף קיין א"י האט זיין איידעם רבי משה לייב אים געבעטן אז ער וויל מיטקומען מיט אים קיין א"י, אבער דער באמ"ח האט אים נישט ערלויבט זאגנדיג אז ער איז נאך יונג און אויב ער וועט וועלן בדווקא וועט ער קענען ארויפקומען און נאך 20 (אדער 30) יאר.

ביזדערווייל איז רבי משה לייב געבליבן אין טשערנאוויץ, אבער נאך אפאר יאר האט אין אים ווידעראמאל אויפגעפלאקערט די רצון ארויפצוגיין קיין א"י, ער האט טאקע פארקויפט אלע זיינע מטלטלין און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג - פארגעסנדיג פונעם אנזאג פון זיין שווער דער באמ"ח.

שוין אויפן שיף האט רבי משה לייב אנגעהויבן שפירן גאר שלעכט און ער איז געווארן זייער קראנק, ביים אנקומען צום בארטן אין א"י איז זיין מצב געווארן ערגער און נאך אפאר טעג איז ער ליידער אוועק, און דעמאלטס איז נתברר געווארן פארוואס זיין שווער האט אים צוריקגעהאלטן פון ארויפקומען קיין א"י.

מנו"כ אין צפת נעבן די מערה פון זיין שווער.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:04 am

בקי וטוב עין האט געשריבן:עוד תמונה בהר הזיתים מנכד הבאר מים חיים

בילד

מרת פעסיל יוטא (אשת ר' דוד) שלעזינגער
בת ר' משה אהרן סג"ל
בן ר' צבי יחיאל מיכל פרידפארטיג סג"ל
חתן ר' יצחק בלאו
חתן רבי יצחק אייזיק אב"ד באטאשאן
בן רבי משה יהודה לייב מוויזניצא - טשערנאוויץ (וזוגתו מרת דבורה)
חתן ה'באר מים חיים' מטשערנאוויץ

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 10:03 pm

היינט נאכט איז די יארצייט פינעם הייליגן ״באר מים חיים״

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 11:20 am

הרה"ק ר' חיים זיע"א מטשערנאוויץ בעל באר מים חיים
בן הרה"ק ר' שלמה זיע"א
ז"ך כסלו

הרה"ק ר' חיים זי"ע נולד בשנת ה' תק"כ, לאביו הרה"ק ר' שלמה זיע"א,

תלמיד המגיד הגדול הרה"ק רבי דובער ממעזריטש זי"ע ומהרה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע.

למד בחברתא אם הרה"ק ר' אברהם דוד בעל דעת קדושים מבוטשטש זי"ע.

הרה"ק ר' חיים נודע בשם איש השבת, חבר ספרי המפורסמים על חסידות ה"ה ארץ החיים/באר מים חיים/שער התפלה/סידורו של שבת. ובספרו הק' שער התפלה מאריך הרבה בגודל כח התפלה שנתן לנו השי"ת, שהאדם יכול להפיל תחנוניו לפני המקום, ומביא מדברי המדרש (שמו"ר ל"ח ד') שהקב"ה אמר לבני ישראל "בכו והתפללו לפני ואני מקבל" ומבאר שם שהתפלה הוא כמו סם שנותנין לחולה שלא יישן שינת עולם, כן נתן הקב"ה לישראל כח התפלה כדי שעל ידה לא יישנו שינת עולם בהסתר הגלות.

שמש בכתר הרבנות בכמה קהלות קדו' מדינות וואלחיי / מאהלוב / קעשנוב / טשערנוויץ / בראטשב / וגליל באקווינא

בסוף ימיו קבע ישיבתו באה"ק בעיר צפת ושם מנוחותו כבוד.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 11:21 am

כ"ק אדמו"ר מסוקילען שליט"א האט נעכטן געזאגט פאר א אייניקל פון דעם באר מים חיים, אז פארוואס רופט מען אים באר מים חיים, און נישט טשערנעוויצער רב, אדער אויף די אנדערע ספרים זיינע

נאר דאס איז ווייל זיין יא"צ איז חנוכה, ווען ס'איז דער גמר חותם חיים, בעהט מען אז ס'זאל בזכות דעם צדיק נשפע ווערן פון דעם באר מים חיים, פון דעם קוואל פון רחמים זאל נשפע ווערן חיים פאר די גאנצע וועלט און פאר אלע אידן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:02 pm

ביקסאד האט געשריבן:אזוי וואו דער סקרענטאן'ער רב זז"ג, האט אנגעהויבן דער שמועס אין דעם געהענגעל פון וואס ער האט געזעהן אין דעם ספינקא גליון, על כן האב יאך געוואלט אן מערקן אז די ספינקא קינדער זענען זעלבסט אייניקלעך פון דעם באר מים חיים,
וכה סדר יחוסם :

כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי מ'ספינקא זצ"ל חתן
הגה"צ ר' ישכר דוב בעריש וויינבערגער חתן
הרה"צ ר' מאיר פאללאק חתן
הרה"צ ר' אברהם חיים האגער בן
הרה"ק ר' צבי הירש מ'פעטשיניזין חתן
הרה"ק ר' אברהם חיים מ'לינסק חתן
הרה"ק ר' שמואל שמעלקא מ'ראמאן-באר חתן
הרה"ק הבאר מים חיים זיע"א

וואו פאר שטענדליך זענען דא וואס זענען מפקפק דערין מיט גוטע טענות,
איינס אז די אלטע ספינקא רביצין הרה"צ אסתר רחל ז"ל איז בכלל נישט קיין האגער אייניקל געווען,
צווייטנס אז די קינדער פון הרה"ק ר' שמואל שמעלקא מ'ראמאן-באר זענען נישט קיין אייניקלעך פון דעם באר מים חיים, זעה אין זרעא קדישא-לינסק.

למעשה איז דא דארט צדדים לכאן ולכאן איז דא עפעס קלארע ראיות אז זיי זענען נישט קיין אייניקלעך?(לא שמענו אינו ראיה)
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט