בלאט 3 פון 42

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:33 am
דורך אלד וויליאמסבורג
איטשע האט געשריבן:בדרך אגב, ווי באקאנט שטייט "היינט" אויפן רבי רבי זושא'ס מצבה "ב"ר אברהם", איז כדאי צווויסן אז עס איז א טעות, איך האב א בילד פונעם אלטען מצבה וואס אויף דעם שטייט קלאר "ברא"ל", אין מים רבים הנ"ל האט ער א דיון וועגן דעם אויך



דא איז שוין געווען א שטיקל שמיעס דערוועגן אבער אז די האסט א בילד פון אלטען מצבה זיי ביטע מזכה את הרבים און פאוסט עס דארט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:10 am
דורך איטשע
דא איז א בילד פונעם ספר מדור אל דור החדש.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 4:31 pm
דורך מיללער
אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אליעזר אלעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 4:46 pm
דורך farshlufen
יישר כחכם רב מיללער, ערשטנס האסט פארביטן די סדר השמות, אלעזר אליעזר, די נעמען שטימען דאכציך מיט משפחת ר' יודא'לע וויינגארטן חמיו של הרה"ק מטאהש וגיסו ר' ליפא ווייס נכד רבינו ר' אלימלך ז"ל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 5:09 pm
דורך מיילעך
מיללער האט געשריבן:אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אליעזר אלעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?

ר' פנחס אלימלך אילאוויטש בן ר' אלי' משדה לבן חתן מרן הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 9:53 am
דורך מיללער
כ'האדיך געוואוסט שלא ישוב דברי ריקם, אם 'מיילעך' כאן הכל כאן! יישר כחך וחילך לאורייתא, יעצט אביסל מער איבער די 'אילאוויטש' משפחה, זענען די היינטיגע משפחת הרבנים אילאוויטש (סאו-פאולא, שאמשאן) פון די שמפחה?

איז דער ר' פנחס אלימלך ב"ר אלי' געווען א רבי פון חסידים?

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 24, 2009 4:21 pm
דורך א טענצל!
משה זוך מיר האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אין סקווירא ליגט א איד (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס מען זאגט אז ער איז געווען פון די אידן וואס האבן נעבעך אויפגעגראבן דעם קבר פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע.

די פלא איז, אז דער איד איז אויך נפטר געווארן כ"א אדר (איך האב געזען זיין מציבה)

דער איד האט געהייסען ר' משה אייזענבאך ע"ה, זיינע קינדער זאגען אז פאר זיי האט ער עס נישט פארציילט, אבער ס' מוז נישט זיין א ראיה אז ס' איז נישט אמת, ווייל ער איז אוועק יונג און זיינע זון זענען נאך נישט געווען חתונה געהאט.


די אמת איז פולשטענדיג אמת!, עס איז אמת אז זיינע קינדער הבן דאס נישט געהערט פון אים, אבער ווידעראום זענען דא אנדערע אידן וועלכע האבן דאס יא געהערט פון אים (ער איז געווען א שטילער איד און געלעבט פאר זיך).
אני הק' האבעס געהערט פון א איד א ת"ח וואס זיין פאטער האט עס געהערט פון ר' משה'ן ע"ה. (עס זענען געווען דארט דריי אידן, און ר' משה איז געווען איינער פון די דריי).

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 12:46 pm
דורך 11211
זי"ע

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 3:25 pm
דורך בןהרחמן
מיילעך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אלעזר אליעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?

ר' פנחס אלימלך אילאוויטש בן ר' אלי' משדה לבן חתן מרן הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע


מיללער האט געשריבן:כ'האדיך געוואוסט שלא ישוב דברי ריקם, אם 'מיילעך' כאן הכל כאן! יישר כחך וחילך לאורייתא, יעצט אביסל מער איבער די 'אילאוויטש' משפחה, זענען די היינטיגע משפחת הרבנים אילאוויטש (סאו-פאולא, שאמשאן) פון די שמפחה?

איז דער ר' פנחס אלימלך ב"ר אלי' געווען א רבי פון חסידים?

מיילעך די נאמען איז 'עלאוויטש' נישט אילאוויטש (אין אנציקלופידיה לחכמי גליצי' שרייבט מאיר וונדר אויפן העברעאישן אקצענט אלוביץ אבער געהעריג קומט עס עלאוויטש, זעה ווייטער העתקה מספר אשל הגדולים), און עס האט טאקע גארנישט מיט משפחת איליאוויטש.

אין בארדיוב ליגט א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, שמו הי' ר' אהרן עלאוויטש ז"ל, (א שטיק צייט צוריק איז געווען אויף איינע פון די וועכענטליכע מעלדונגען פון אבותינו וועגן די מצבה ר' אהרן אין בארדיוב מיט א בילד דערפון), אין חכמי גליצי' ברענגט ער נאך א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, ה"ה ר' יהושע עלאוויטש אבד"ק פרוכניק.

איך לייג דא צו א קאפי פונעם ספר אשל הגדולים שחיבר ר' אלעזר אליעזר ליפא גארטינהויז נכד ר' יהושע עלאוויטש הנ"ל, ווי ער רעכנט דארט אויס זיין יחוס ביז ר"ר אלימלך זי"ע.

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 3:30 pm
דורך יהיה כן
דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 3:30 pm
דורך בןהרחמן
מיללער האט געשריבן:מציבת הרבנית אסתר עטיל בת הרה"ק הרבי ר' אלימלך זצ"ל, אשת ר' ישראל אהלבוים מפריסטיק (באבע פון דער פשעווארסקער רבי ר' איציקל זצ"ל), אויפן ביה"ח אין פריסטיק.

(בילד קרעדיט; זשואיש זשען וויו-מעיט)
דער נוסח המציבה לויט אויך פרוביר עס אויסצולייענען, דער עולם איז מכובד צו העלפן.

פ"נ,
האשה הצנועה והתמידה,
מרת אסתר עטיל בת הרב
החסיד ....... איש אלוקים
בוצינא קדישא מו"ה אלימלך זצלה"ה
נפטרה ך' ימים לחדש טבת
שנת תקפ"א לפ"ק
תנצב"ה
--------------
המצבה הזאת
--------------
נתחדשה בשנת תרח"ץ.......


הערות ומילואים:
האשה הצנועה והחסידה,
מרת אסתר עטיל בת הרב
החסיד המפורסים איש אלוקים
בוצינא קדישא מו"ה אלימלך זצלה"ה
נפטרה ך' ימים לחדש טבת
שנת תקפ"א לפ"ק
תנצב"ה

המצבה הזאת
נתחדשה בשנת תרח"ץ לפ"ק ע"י נכדה

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2010 3:31 pm
דורך בןהרחמן
יהיה כן האט געשריבן:דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

דאכט זיך אז ביי די זילבערמאן'ס איז טאקע דא די נאמען אלעזר ליפא,

וויאזוי זענען משפחת בערגער מישקאלץ אייניקלעך?

געשריבן: מאנטאג מארטש 08, 2010 7:35 am
דורך מיילעך
בןהרחמן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

דאכט זיך אז ביי די זילבערמאן'ס איז טאקע דא די נאמען אלעזר ליפא,

וויאזוי זענען משפחת בערגער מישקאלץ אייניקלעך?

ר' חיים בערגער ממישקאלץ זצ"ל חתן ר' אליעזר ליפא זילבערמאן בן ר' משה בן הרה"ק ר' הירצקעלע מראצפערט זי"ע.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 2:50 pm
דורך מיללער
אין ספר דברי מהר"ז לר' זלמן בארער אב"ד ווילקעס-בערע, פא. תלמידו של ר' יעקלי רימלובער ומחסידי טשורטקוב המפורסמים, האט ער דארט ביים סוף א ליסטע פון פרענומעראנטן פון וועלקעס-בערע והסביבה, אינצווישען דערמאנט ער זיין קרובים (ש"ב) האחים ר' אלימלך ור' נח בני ר' אברהמלי אדעסט נכדי הה"צ הרבי ר' אלימלך מליזענסק והמגיד מקאזניץ.

אפשר ווייסט איינער ווער דער ר' אברהם אדעסט איז געווען און וויאזוי ער איז געווען אן אייניקל פונעם רבי'ן רר' אלימלך?

געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2010 9:08 am
דורך נחמן נתן
אדמו"ר מסלונים-ירושלים שליט"א, האט אן איידעם ר' אורי ווייסבלום, בא"ב צום רבי'ן ר"ר אלימלך זי"ע, ווייסט איינער אפשר דער סדר היחוס זיינער?
(אינעם אשכול פונעם סטאשובער רבי'ן, איז אויך נאך נישט מפוענח געווארן גענוי דער יחוס זיינער צום ר"ר אלימלך זי"ע).

הרבנים אורי ממשפחת ויסבלום

געשריבן: זונטאג מאי 30, 2010 1:33 pm
דורך אורח לרגע
רבי אורי ויסבלום חתנו של האדמור מסלונים, הינו בנו של רבי חיים נפתלי ויסבלום, רב שכונת נוה שאנן שבחיפה.
אחיו של רבי חיים נפתלי הוא, הרב אורי וייסבלום, משגיח ישיבת נחלת הלויים בחיפה, ובעל מחבר ספרי הארת התפילה.

האחים רבי חיים נפתלי ורבי אורי, הינם בני ר' יעקב יצחק ויסבלום מחיפה, בן ר' נפתלי ויסבלום בן ר' ישראל יוסף ויסבלום, בן ר' יעקב יצחק, בן ר' נפתלי בן ר' אלעזר בנו של הר"ר אלימלך.

רבי חיים נפתלי הנ"ל הוא חתנו של האדמור רבי יהודה צבי ברנדויין מסטרעטין, בן ר' אברהם ברנדוויין, חתן ר' משולם זושא ויסבלום, בן ר'נפתלי ויסבלום הנ"ל בנו של ר' אלעזר בן הר"ר אלימלך.

לתולדות רבנים ומשפחותיהם

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 4:09 pm
דורך מיללער
דאהי אין אמעריקא איז געווען ר' אליעזר ליפא ב"ר צבי הירש גארטענהויז אדמו"ר ממיקולייעב-פראכניק, איך טרעף בשנת תרפ"ח אז זיין פאטער ר' צבי הירש שהיה נקרא הרבי מפראכניק איז אויך געווען דא אין אמעריקא, אבער לא יודע בבירור צו ער איז דא פארבליבען.

בייגעלייגט איז די תולדות פון ר' אליעזר ליפא ביז צום רבי'ן ר' אלימלך און נאך, ווי אויך די מודעה פונעם אנקום פון ר' צבי הירש, ווייסט איינער ווי הרב גארטענהויז ליגט, אדער אנדערע פרטים אודותיו? אינעם אשכול פון התחה"ר זעהן מיר אז ער איז געווען א חבר ביי התאחדות, איז דאס טאקע דער זעלבער?

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 4:17 pm
דורך מיללער

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 4:50 pm
דורך בןהרחמן
מיללער האט געשריבן:דאהי אין אמעריקא איז געווען ר' אליעזר ליפא ב"ר צבי הירש גארטענהויז אדמו"ר ממיקולייעב-פראכניק, איך טרעף בשנת תרפ"ח אז זיין פאטער ר' צבי הירש שהיה נקרא הרבי מפראכניק איז אויך געווען דא אין אמעריקא, אבער לא יודע בבירור צו ער איז דא פארבליבען.

בייגעלייגט איז די תולדות פון ר' אליעזר ליפא ביז צום רבי'ן ר' אלימלך און נאך, ווי אויך די מודעה פונעם אנקום פון ר' צבי הירש, ווייסט איינער ווי הרב גארטענהויז ליגט, אדער אנדערע פרטים אודותיו? אינעם אשכול פון התחה"ר זעהן מיר אז ער איז געווען א חבר ביי התאחדות, איז דאס טאקע דער זעלבער?

קוק צוריק אויפן פריערדיגן עמוד די לעצטע תגובה האבן מיר שוין גערעדט פון איהם, און געברענגט אן אויסשניט פון זיין ספר שמונה יחוסו לרביה"ק ר"ר אלימלך זי"ע.

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 5:09 pm
דורך בןהרחמן
איך האב געזעהן אביסל אנדערש אז ר' יוסלע דאמבראווער חתן ר' משה מקאזניץ האט געהאט אן איידעם ר' יהודא הכהן הארטשטיין-ראפאפורט

די הארטשטיין-ראפאפורט משפחה איז געווען בא"ב פונעם סמיכת חכמים, המפורסם ר' פנחס סאמאטערער מהחבריא של הישמח משה הי' ג"כ שמו הארטשטיין ראפאפורט.

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 5:18 pm
דורך בןהרחמן
איך האב נישט געזאגט ספעציעל לגבי דעם דערמאנטן ר' יהודא, איך האב געשריבן אז די משפחה הכהנים ראפאפורט הארטשטיין זענען בא"ב מהסמיכת חכמים, ממילא אויב ער האט אויך אזוי געהייסן איז ער לכאורה פון די זעלבע משפחה, איך ווייס אבער נישט אויף זיכער און אויך נישט וויאזוי זיין טאטע האט געהייסן.

רבי יעקב יצחק ווייסבלום מרודניק ומנו"כ בפשעמישל

געשריבן: זונטאג אקטאבער 31, 2010 3:57 am
דורך קעלער
בס"ד
טרם אחלה לדבר, האב איך אפאר הערות אויף אויבנדערמאנטע שמועסן.
א. בענין וואס דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט זיך געברענט די הענט, דאס דערמאנט אויך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע צוויי מאל אין ספה"ק דברי חיים. בפ' תבא וזלה"ק: "וכעין ששמעתי ממורי ז"ל שאמר בשם הקדוש אלקי אדמ"ו מ' אלימלך זצ"ל שצריך לעשות תשובה עד עבירה ראשונה... וכמו שאמרו עליו זצלה"ה שעשה תשובה ושרף ידיו על אשר ידו הדה על שדי אמו בהיותו יונק". אויך לשבת שובה וזלה"ק: "שמעתי מפי מורי הקדוש בשם אדמ"ו מוה' אלימלך זצ"ל, שצריך האדם לשוב בתשובה עד העבירה הראשונה שעשה מעודו... אמר מורי, רבי אלימלך ז"ל הנ"ל, דכל כך עשה תשובה גם על מה שעשה בעודו עולל מוטל על שדי אמו וטפח על דדיה, גם על זה עשה לו סיגופים".
ב. בנוגע דער נאמען פון ר"ר אלימלך'ס טאכטער, מירל אדער מיריש, האב איך מיט אסאך יארן צוריק זייענדיג אין טאהש, געהערט פון איינע פון די איידימער פון הרה"ק מטאהש שליט"א, ווען ער האט למזל טוב א נאמען געבען "מיריש" נאך די טאכטער פונעם ר"ר אלימלך, אז ער האט דאן געפרעגט הרה"ק הישיש דער שעניצער רבי זי"ע וועלכער האט געוואוינט אין בארא פארק און איז געווען אן אייניקל פון ר"ר אלימלך און געווען א בעל מספר נפלא מיט ידיעות איבער אלע ענינים, ווי אזוי ער זאל נאמען געבן אויב וויל ער געבן נאך די טאכטער א נאמען, האט ער געענטפערט: "אויב ווילסטו א נאמען געבען נאך איר זאלסטו געבען מיריש", וכך עשה, ע"כ.
ג. איבער די נושא אז בשעת'ן מלחמה האט מען אויפגעגראבן דעם קבר הקדוש, איז מיט געציילטע חדשים צוריק אויסגעקומען א גאר אינטערעסאנטן בוך "דער פינפטלינג צוזאמענטרעף" דורך אן אייניקל פון ר"ר אלימלך, און דערמאנט אויך איבער דעם, אז בשעת'ן קריג האבן זיי באקומען פון פולין א פאסטקארד וואס איז געשטאנען "דער זיידע אלימלך ליגט גאנץ און פריש". עס איז זיי בשום אופן נישט געלונגען אויפצוכאפן דעם מיסטעריעזן באדייט פונעם קורצן בריוו. זיי האבן דאס געוויזן פאר'ן רב, שוחט און נאך אידן. קיינער האט אבער נישט געקענט דערגיין פשט דערפון. ערשט מיט יארן שפעטער - נאכ'ן קריג, האבן זיי געהערט וואס דארט האט זיך אפגעשפילט. עיי"ש פרק ב' דף 73. אגב, מבינים זאגן אז נאך אזוינס א בוך איז נישטא אוייפ'ן מארק, באשריבן די מלחמה מיט פרטים און פרטי פרטים.

ועל עתה באתי:
מיר האבן אינפארמאציע איבער אן אייניקל פון הייליגען ר"ר אלימלך, אבער קיין פרטים ווייסן מיר נישט.
רבי יעקב יצחק ווייסבלום איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק רבי יעקב ממאגלינצא א זון פון הרה"ק הר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע. דער רבי יעקב יצחק איז געבוירן געווארן בשנת תקפ"ט אין די שטאט רודניק. ער איז געווען באקאנט מיט'ן נאמען ר' יעקב רודניקער. אין יאר תרנ"ד ווען ער איז אלט געווען 65 יאר, זייענדיג אין שטאט פשעמישל איז ער נסתלק געווארן, ושם מנו"כ.
ווער עס ווייסט עפעס איבער אים, אדער קען צופירן איבער מער אינפארמאציע איבער אים, ווערט געבעטן דא צו שרייבן א תגובה.
בברכת יישר כחכם והצלחה בכל ענינים

רבי יעקב יצחק ווייסבלום מרודניק ומנו"כ בפשעמישל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 15, 2010 2:27 am
דורך קעלער
בס"ד
האט מען געליינט דעם פריערדיגן תגובה?
אדער פשוט קיינער קען נישט העלפן?
איך וואונדער מיר !?
מיט דאנק

געשריבן: דינסטאג יאנואר 04, 2011 10:24 am
דורך מיללער
פונעם ליזענסקער יזכור בוך

ילקוט עיינות נועם: שבעה דורות לרבי ר' אלימלך - תשע"א

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 24, 2011 1:37 pm
דורך ENoam
ילקוט עיינות נועם: שבעה דורות לרבי ר' אלימלך (מחבר ספר "נועם אלימלך) – טיוטה שנייה, תשע"א


היום כ"א אדר - יום הזיכרון לרבי ר' אלימלך (מליז'נסק). ליום זה נערכה טיוטה שנייה של "ילקוט עיינות נועם", הכוללת את רשימת צאצאי "הנועם אלימלך", בשבעת הדורות הראשונים במשפחה.

הילקוט הוכן בכדי לתעד את "נכדי" הנועם אלימלך, לסייע בבירור הקשר המשפחתי אל רבי אלימלך (לאלה שיש בידם מסורת כזו), ולהנציח את הצאצאים שנספו בשואה.

בילקוט שולבו תוספות ועדכונים רבים שהתקבלו ממשפחות הצאצאים מאז הפצת הטיוטה הראשונה (תשס"ט), והוא מהווה עתה מפעל משותף של כלל "נכדי הנועם אלימלך" שעסקו בו.

בני משפחה המעוניינים לקבל את הילקוט, יכולים לפנות ישירות אל: [email protected]. נבקשכם לרשום במפורט את הקשר המשפחתי הידוע לכם אל "הנועם אלימלך", ותענו בברכה.

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א, השוקדים על מורשת משפחתנו.


"דהנה שרש כל השרשים לאחוז במידת ענוה... שיהיה מוכנע מיחוסו ומבית אבותיו. ...שלא יתגאה ביחוס אבותיו... שזכותם עומדת לו ולזרעו, אבל לא להנאת עצמו ולגאוותו" (נועם אלימלך, פר' בא)