הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:20 am

יאסל האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך האב איך געזען און ציטונג די וואך,
ס'איז באקאנט די לעגענדע אז בשעת די נאצים ימ"ש זענען אריין געקומען קיין ליזענסק האבן זיי געהייסן אויפגראבן דעם הייליגען קבר מיינענדיג אז ס'איז דא דארט גרויסע אוצרות איז ידוע אז מהאט געטראפן דאס הייליגען גוף גאנץ אין נאך מער זאגט מען אז מ'האט געזען זיין בארד פארקניפט וואס כידוע האט זיך דער הייליגער רבי ר' אלימלך גערופן אלימלך קאלטען ווייל ער האט נישט ציגערירט צום דיוקנא קדושה
איך האב אלץ געמיינט אז ס'איז נישט מער ווי א לעגענדע די וואך אבער אינעם רוברוק סאטמאר רבי און אמעריקא
ברענגט ער אראפ פון ר' בערל שווארץ'ענס ספר אמרי דבש ווי ער האט באגעגנט צוויי אידן וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה מיט נעמען
דערנאך ברענגט ער אויך ווי א צווייטער וואס איז אויך געווען דארט האט עס פארציילט פארן רבי'ן אין דער רבי האט עס שפעטער איבערדערציילט בשם יענעם איד!!!


איך האב געקענט א איד אין וויליאמסבורג, אן אייניקל פונעם רבין ר' אלימלך, אז זיין פאטער איז ביים קריג שטעקן געבליבן אין פוילין בשעת דער מלחמה איז שוין געווען אין פולן שוואונג און כסדר געשיקט פאסט קארטלעך אהיים. וויבאלד ער האט נישט געוואלט שרייבן סודות האט ער געשריבן אונטערן סטעמפ פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן, צ.ב.ש. מיר האבן פון אלעמען וואס שטייט אין די תוכחה, און "ס'דינערט און ס'בליצט און מיר האבן מורא עס זאל זיך נישט אראפלאזן א גאס", און נאך פיל אינטערעסאנטע זאכן.

אויף איינע פון די קארטלעך האט ער אהיימגעשריבן "דער זיידע מיילך ליגט פריש און גאנץ". קיינער אין די משפחה האט קיין באגריף נישט געהאט וואס ער האט געמיינט צו שרייבן, מען האט געוויזן דעם קארטל פארן רב און פארן שוחט אבער קיינער האט נישט געקענט ענטפערן. נאכן קריג זענען אנגעקומען די שמועות האט מען שוין אלעס פארשטאנען.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:33 am

איטשע האט געשריבן:בדרך אגב, ווי באקאנט שטייט "היינט" אויפן רבי רבי זושא'ס מצבה "ב"ר אברהם", איז כדאי צווויסן אז עס איז א טעות, איך האב א בילד פונעם אלטען מצבה וואס אויף דעם שטייט קלאר "ברא"ל", אין מים רבים הנ"ל האט ער א דיון וועגן דעם אויך



דא איז שוין געווען א שטיקל שמיעס דערוועגן אבער אז די האסט א בילד פון אלטען מצבה זיי ביטע מזכה את הרבים און פאוסט עס דארט

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:10 am

דא איז א בילד פונעם ספר מדור אל דור החדש.
צוגעלייגטע
img402.jpg
img402.jpg (41.46 KiB) געזעהן 3381 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:31 pm

אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אליעזר אלעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?
צוגעלייגטע
ZBOROV-082.jpg
ZBOROV-082.jpg (23.66 KiB) געזעהן 3355 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:46 pm

יישר כחכם רב מיללער, ערשטנס האסט פארביטן די סדר השמות, אלעזר אליעזר, די נעמען שטימען דאכציך מיט משפחת ר' יודא'לע וויינגארטן חמיו של הרה"ק מטאהש וגיסו ר' ליפא ווייס נכד רבינו ר' אלימלך ז"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 5:09 pm

מיללער האט געשריבן:אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אליעזר אלעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?

ר' פנחס אלימלך אילאוויטש בן ר' אלי' משדה לבן חתן מרן הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:53 am

כ'האדיך געוואוסט שלא ישוב דברי ריקם, אם 'מיילעך' כאן הכל כאן! יישר כחך וחילך לאורייתא, יעצט אביסל מער איבער די 'אילאוויטש' משפחה, זענען די היינטיגע משפחת הרבנים אילאוויטש (סאו-פאולא, שאמשאן) פון די שמפחה?

איז דער ר' פנחס אלימלך ב"ר אלי' געווען א רבי פון חסידים?

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 24, 2009 4:21 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אין סקווירא ליגט א איד (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס מען זאגט אז ער איז געווען פון די אידן וואס האבן נעבעך אויפגעגראבן דעם קבר פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע.

די פלא איז, אז דער איד איז אויך נפטר געווארן כ"א אדר (איך האב געזען זיין מציבה)

דער איד האט געהייסען ר' משה אייזענבאך ע"ה, זיינע קינדער זאגען אז פאר זיי האט ער עס נישט פארציילט, אבער ס' מוז נישט זיין א ראיה אז ס' איז נישט אמת, ווייל ער איז אוועק יונג און זיינע זון זענען נאך נישט געווען חתונה געהאט.


די אמת איז פולשטענדיג אמת!, עס איז אמת אז זיינע קינדער הבן דאס נישט געהערט פון אים, אבער ווידעראום זענען דא אנדערע אידן וועלכע האבן דאס יא געהערט פון אים (ער איז געווען א שטילער איד און געלעבט פאר זיך).
אני הק' האבעס געהערט פון א איד א ת"ח וואס זיין פאטער האט עס געהערט פון ר' משה'ן ע"ה. (עס זענען געווען דארט דריי אידן, און ר' משה איז געווען איינער פון די דריי).

11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:52 pm

תגובהדורך 11211 » זונטאג מארטש 07, 2010 12:46 pm

זי"ע
צוגעלייגטע
genery454_RO4.jpg
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג מארטש 07, 2010 3:25 pm

מיילעך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם בילדער אלבום וואס ידידינו אברהם שלמה האט מנדב געווען, טרעפן מיר א מציבה אין שטאט זבארוב פון אן אייניקל פונעם רבי ר' אלימלך זצ"ל, וז"ל המציבה:

החסיד בוצינא קדישא
מו"ה אלעזר אליעזר ליפא
בהרב הצדיק הקדוש וכו'
מו"ה ר' פנחס אלימלך זצ"ל
נין ונכד להאדמו"ר הקדוש
בעמח"ס נועם אלימלך
זצלה"ה זי"ע, של"ח כ"ד אדר
ראשון תרכ"ו


מי הוא זה ואיזה הוא?

ר' פנחס אלימלך אילאוויטש בן ר' אלי' משדה לבן חתן מרן הרה"ק הר"ר אלימלך זי"ע


מיללער האט געשריבן:כ'האדיך געוואוסט שלא ישוב דברי ריקם, אם 'מיילעך' כאן הכל כאן! יישר כחך וחילך לאורייתא, יעצט אביסל מער איבער די 'אילאוויטש' משפחה, זענען די היינטיגע משפחת הרבנים אילאוויטש (סאו-פאולא, שאמשאן) פון די שמפחה?

איז דער ר' פנחס אלימלך ב"ר אלי' געווען א רבי פון חסידים?

מיילעך די נאמען איז 'עלאוויטש' נישט אילאוויטש (אין אנציקלופידיה לחכמי גליצי' שרייבט מאיר וונדר אויפן העברעאישן אקצענט אלוביץ אבער געהעריג קומט עס עלאוויטש, זעה ווייטער העתקה מספר אשל הגדולים), און עס האט טאקע גארנישט מיט משפחת איליאוויטש.

אין בארדיוב ליגט א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, שמו הי' ר' אהרן עלאוויטש ז"ל, (א שטיק צייט צוריק איז געווען אויף איינע פון די וועכענטליכע מעלדונגען פון אבותינו וועגן די מצבה ר' אהרן אין בארדיוב מיט א בילד דערפון), אין חכמי גליצי' ברענגט ער נאך א זוהן פון ר' אלעזר אליעזר ליפא, ה"ה ר' יהושע עלאוויטש אבד"ק פרוכניק.

איך לייג דא צו א קאפי פונעם ספר אשל הגדולים שחיבר ר' אלעזר אליעזר ליפא גארטינהויז נכד ר' יהושע עלאוויטש הנ"ל, ווי ער רעכנט דארט אויס זיין יחוס ביז ר"ר אלימלך זי"ע.
צוגעלייגטע
הגדולים.JPG

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מארטש 07, 2010 3:30 pm

דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג מארטש 07, 2010 3:30 pm

מיללער האט געשריבן:מציבת הרבנית אסתר עטיל בת הרה"ק הרבי ר' אלימלך זצ"ל, אשת ר' ישראל אהלבוים מפריסטיק (באבע פון דער פשעווארסקער רבי ר' איציקל זצ"ל), אויפן ביה"ח אין פריסטיק.

(בילד קרעדיט; זשואיש זשען וויו-מעיט)
דער נוסח המציבה לויט אויך פרוביר עס אויסצולייענען, דער עולם איז מכובד צו העלפן.

פ"נ,
האשה הצנועה והתמידה,
מרת אסתר עטיל בת הרב
החסיד ....... איש אלוקים
בוצינא קדישא מו"ה אלימלך זצלה"ה
נפטרה ך' ימים לחדש טבת
שנת תקפ"א לפ"ק
תנצב"ה
--------------
המצבה הזאת
--------------
נתחדשה בשנת תרח"ץ.......


הערות ומילואים:
האשה הצנועה והחסידה,
מרת אסתר עטיל בת הרב
החסיד המפורסים איש אלוקים
בוצינא קדישא מו"ה אלימלך זצלה"ה
נפטרה ך' ימים לחדש טבת
שנת תקפ"א לפ"ק
תנצב"ה

המצבה הזאת
נתחדשה בשנת תרח"ץ לפ"ק ע"י נכדה

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג מארטש 07, 2010 3:31 pm

יהיה כן האט געשריבן:דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

דאכט זיך אז ביי די זילבערמאן'ס איז טאקע דא די נאמען אלעזר ליפא,

וויאזוי זענען משפחת בערגער מישקאלץ אייניקלעך?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מאנטאג מארטש 08, 2010 7:35 am

בןהרחמן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דער ר' משה זילבערמאן ז"ל וועלכער איז נעכטן אוועק איז אויך אן אייניקל פון די משפחת עלאוויטש נכדי הה"ק רר"א זי"ע, און אויך משפחת בערגער (מישקאלץ) זענען אייניקלעך פון די משפחה

דאכט זיך אז ביי די זילבערמאן'ס איז טאקע דא די נאמען אלעזר ליפא,

וויאזוי זענען משפחת בערגער מישקאלץ אייניקלעך?

ר' חיים בערגער ממישקאלץ זצ"ל חתן ר' אליעזר ליפא זילבערמאן בן ר' משה בן הרה"ק ר' הירצקעלע מראצפערט זי"ע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 25, 2010 2:50 pm

אין ספר דברי מהר"ז לר' זלמן בארער אב"ד ווילקעס-בערע, פא. תלמידו של ר' יעקלי רימלובער ומחסידי טשורטקוב המפורסמים, האט ער דארט ביים סוף א ליסטע פון פרענומעראנטן פון וועלקעס-בערע והסביבה, אינצווישען דערמאנט ער זיין קרובים (ש"ב) האחים ר' אלימלך ור' נח בני ר' אברהמלי אדעסט נכדי הה"צ הרבי ר' אלימלך מליזענסק והמגיד מקאזניץ.

אפשר ווייסט איינער ווער דער ר' אברהם אדעסט איז געווען און וויאזוי ער איז געווען אן אייניקל פונעם רבי'ן רר' אלימלך?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג מאי 28, 2010 9:08 am

אדמו"ר מסלונים-ירושלים שליט"א, האט אן איידעם ר' אורי ווייסבלום, בא"ב צום רבי'ן ר"ר אלימלך זי"ע, ווייסט איינער אפשר דער סדר היחוס זיינער?
(אינעם אשכול פונעם סטאשובער רבי'ן, איז אויך נאך נישט מפוענח געווארן גענוי דער יחוס זיינער צום ר"ר אלימלך זי"ע).
לחיים ולברכה!

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

הרבנים אורי ממשפחת ויסבלום

תגובהדורך אורח לרגע » זונטאג מאי 30, 2010 1:33 pm

רבי אורי ויסבלום חתנו של האדמור מסלונים, הינו בנו של רבי חיים נפתלי ויסבלום, רב שכונת נוה שאנן שבחיפה.
אחיו של רבי חיים נפתלי הוא, הרב אורי וייסבלום, משגיח ישיבת נחלת הלויים בחיפה, ובעל מחבר ספרי הארת התפילה.

האחים רבי חיים נפתלי ורבי אורי, הינם בני ר' יעקב יצחק ויסבלום מחיפה, בן ר' נפתלי ויסבלום בן ר' ישראל יוסף ויסבלום, בן ר' יעקב יצחק, בן ר' נפתלי בן ר' אלעזר בנו של הר"ר אלימלך.

רבי חיים נפתלי הנ"ל הוא חתנו של האדמור רבי יהודה צבי ברנדויין מסטרעטין, בן ר' אברהם ברנדוויין, חתן ר' משולם זושא ויסבלום, בן ר'נפתלי ויסבלום הנ"ל בנו של ר' אלעזר בן הר"ר אלימלך.

לתולדות רבנים ומשפחותיהם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 02, 2010 4:09 pm

דאהי אין אמעריקא איז געווען ר' אליעזר ליפא ב"ר צבי הירש גארטענהויז אדמו"ר ממיקולייעב-פראכניק, איך טרעף בשנת תרפ"ח אז זיין פאטער ר' צבי הירש שהיה נקרא הרבי מפראכניק איז אויך געווען דא אין אמעריקא, אבער לא יודע בבירור צו ער איז דא פארבליבען.

בייגעלייגט איז די תולדות פון ר' אליעזר ליפא ביז צום רבי'ן ר' אלימלך און נאך, ווי אויך די מודעה פונעם אנקום פון ר' צבי הירש, ווייסט איינער ווי הרב גארטענהויז ליגט, אדער אנדערע פרטים אודותיו? אינעם אשכול פון התחה"ר זעהן מיר אז ער איז געווען א חבר ביי התאחדות, איז דאס טאקע דער זעלבער?
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_2714_27.pdf
(75.83 KiB) דאונלאודעד 96 מאל
untitled.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 02, 2010 4:17 pm

צוגעלייגטע
Gartenhouse.JPG
Gartenhouse.JPG (24.07 KiB) געזעהן 3056 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יוני 02, 2010 4:50 pm

מיללער האט געשריבן:דאהי אין אמעריקא איז געווען ר' אליעזר ליפא ב"ר צבי הירש גארטענהויז אדמו"ר ממיקולייעב-פראכניק, איך טרעף בשנת תרפ"ח אז זיין פאטער ר' צבי הירש שהיה נקרא הרבי מפראכניק איז אויך געווען דא אין אמעריקא, אבער לא יודע בבירור צו ער איז דא פארבליבען.

בייגעלייגט איז די תולדות פון ר' אליעזר ליפא ביז צום רבי'ן ר' אלימלך און נאך, ווי אויך די מודעה פונעם אנקום פון ר' צבי הירש, ווייסט איינער ווי הרב גארטענהויז ליגט, אדער אנדערע פרטים אודותיו? אינעם אשכול פון התחה"ר זעהן מיר אז ער איז געווען א חבר ביי התאחדות, איז דאס טאקע דער זעלבער?

קוק צוריק אויפן פריערדיגן עמוד די לעצטע תגובה האבן מיר שוין גערעדט פון איהם, און געברענגט אן אויסשניט פון זיין ספר שמונה יחוסו לרביה"ק ר"ר אלימלך זי"ע.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יוני 02, 2010 5:09 pm

איך האב געזעהן אביסל אנדערש אז ר' יוסלע דאמבראווער חתן ר' משה מקאזניץ האט געהאט אן איידעם ר' יהודא הכהן הארטשטיין-ראפאפורט

די הארטשטיין-ראפאפורט משפחה איז געווען בא"ב פונעם סמיכת חכמים, המפורסם ר' פנחס סאמאטערער מהחבריא של הישמח משה הי' ג"כ שמו הארטשטיין ראפאפורט.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יוני 02, 2010 5:18 pm

איך האב נישט געזאגט ספעציעל לגבי דעם דערמאנטן ר' יהודא, איך האב געשריבן אז די משפחה הכהנים ראפאפורט הארטשטיין זענען בא"ב מהסמיכת חכמים, ממילא אויב ער האט אויך אזוי געהייסן איז ער לכאורה פון די זעלבע משפחה, איך ווייס אבער נישט אויף זיכער און אויך נישט וויאזוי זיין טאטע האט געהייסן.

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

רבי יעקב יצחק ווייסבלום מרודניק ומנו"כ בפשעמישל

תגובהדורך קעלער » זונטאג אוקטובער 31, 2010 3:57 am

בס"ד
טרם אחלה לדבר, האב איך אפאר הערות אויף אויבנדערמאנטע שמועסן.
א. בענין וואס דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט זיך געברענט די הענט, דאס דערמאנט אויך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע צוויי מאל אין ספה"ק דברי חיים. בפ' תבא וזלה"ק: "וכעין ששמעתי ממורי ז"ל שאמר בשם הקדוש אלקי אדמ"ו מ' אלימלך זצ"ל שצריך לעשות תשובה עד עבירה ראשונה... וכמו שאמרו עליו זצלה"ה שעשה תשובה ושרף ידיו על אשר ידו הדה על שדי אמו בהיותו יונק". אויך לשבת שובה וזלה"ק: "שמעתי מפי מורי הקדוש בשם אדמ"ו מוה' אלימלך זצ"ל, שצריך האדם לשוב בתשובה עד העבירה הראשונה שעשה מעודו... אמר מורי, רבי אלימלך ז"ל הנ"ל, דכל כך עשה תשובה גם על מה שעשה בעודו עולל מוטל על שדי אמו וטפח על דדיה, גם על זה עשה לו סיגופים".
ב. בנוגע דער נאמען פון ר"ר אלימלך'ס טאכטער, מירל אדער מיריש, האב איך מיט אסאך יארן צוריק זייענדיג אין טאהש, געהערט פון איינע פון די איידימער פון הרה"ק מטאהש שליט"א, ווען ער האט למזל טוב א נאמען געבען "מיריש" נאך די טאכטער פונעם ר"ר אלימלך, אז ער האט דאן געפרעגט הרה"ק הישיש דער שעניצער רבי זי"ע וועלכער האט געוואוינט אין בארא פארק און איז געווען אן אייניקל פון ר"ר אלימלך און געווען א בעל מספר נפלא מיט ידיעות איבער אלע ענינים, ווי אזוי ער זאל נאמען געבן אויב וויל ער געבן נאך די טאכטער א נאמען, האט ער געענטפערט: "אויב ווילסטו א נאמען געבען נאך איר זאלסטו געבען מיריש", וכך עשה, ע"כ.
ג. איבער די נושא אז בשעת'ן מלחמה האט מען אויפגעגראבן דעם קבר הקדוש, איז מיט געציילטע חדשים צוריק אויסגעקומען א גאר אינטערעסאנטן בוך "דער פינפטלינג צוזאמענטרעף" דורך אן אייניקל פון ר"ר אלימלך, און דערמאנט אויך איבער דעם, אז בשעת'ן קריג האבן זיי באקומען פון פולין א פאסטקארד וואס איז געשטאנען "דער זיידע אלימלך ליגט גאנץ און פריש". עס איז זיי בשום אופן נישט געלונגען אויפצוכאפן דעם מיסטעריעזן באדייט פונעם קורצן בריוו. זיי האבן דאס געוויזן פאר'ן רב, שוחט און נאך אידן. קיינער האט אבער נישט געקענט דערגיין פשט דערפון. ערשט מיט יארן שפעטער - נאכ'ן קריג, האבן זיי געהערט וואס דארט האט זיך אפגעשפילט. עיי"ש פרק ב' דף 73. אגב, מבינים זאגן אז נאך אזוינס א בוך איז נישטא אוייפ'ן מארק, באשריבן די מלחמה מיט פרטים און פרטי פרטים.

ועל עתה באתי:
מיר האבן אינפארמאציע איבער אן אייניקל פון הייליגען ר"ר אלימלך, אבער קיין פרטים ווייסן מיר נישט.
רבי יעקב יצחק ווייסבלום איז געווען אן אייניקל פון הרה"ק רבי יעקב ממאגלינצא א זון פון הרה"ק הר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע. דער רבי יעקב יצחק איז געבוירן געווארן בשנת תקפ"ט אין די שטאט רודניק. ער איז געווען באקאנט מיט'ן נאמען ר' יעקב רודניקער. אין יאר תרנ"ד ווען ער איז אלט געווען 65 יאר, זייענדיג אין שטאט פשעמישל איז ער נסתלק געווארן, ושם מנו"כ.
ווער עס ווייסט עפעס איבער אים, אדער קען צופירן איבער מער אינפארמאציע איבער אים, ווערט געבעטן דא צו שרייבן א תגובה.
בברכת יישר כחכם והצלחה בכל ענינים

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

רבי יעקב יצחק ווייסבלום מרודניק ומנו"כ בפשעמישל

תגובהדורך קעלער » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 2:27 am

בס"ד
האט מען געליינט דעם פריערדיגן תגובה?
אדער פשוט קיינער קען נישט העלפן?
איך וואונדער מיר !?
מיט דאנק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 04, 2011 10:24 am

פונעם ליזענסקער יזכור בוך
צוגעלייגטע
0009.gif


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 18 געסט