הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 1:00 pm

ווייל איך האב געהערט אז די אריגינעלע פאנדעישען פונעם מצבה איז געבליבען נישט גערירט.
איז לכאורה איז עס יא אפען זעלבע פלאטץ. נישט אזוי?
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 1:12 pm

יאסל האט געשריבן:בערך 2 יאר


2 אדער 20?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 1:26 pm

יאסל האט געשריבן:וואס דער אמת איז צי ס'איז אויפן זעלבן פלאץ איי דאנט נאו
דאס איז יא זיכער אז דער אוהל מיטן מצבה זענען חרוב געווארן ביזן גרונט אין סאיז געווען פארלאזט בערך 20 יאר

ישר כח
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 27, 2008 4:16 pm

אין סקווירא ליגט א איד (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס מען זאגט אז ער איז געווען פון די אידן וואס האבן נעבעך אויפגעגראבן דעם קבר פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע.

די פלא איז, אז דער איד איז אויך נפטר געווארן כ"א אדר (איך האב געזען זיין מציבה)

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג מאי 30, 2008 1:51 am

דער איד וואס ליגט אין סקווער, וואס האט געהאלפן אויפגראבן דעם קבר. האט דערציילט פאר זיין זין'ס שוואגער, אז ער האט נאר געזעין די בארד פון רבי ר' אלימלך, ווייל זיין פנים איז געווען ציגעדעקט מיט'ן טלית.

ער דערציילט אז ער איז געווען א ליזענסקער אפשטאמיגער פאר'ן קריג, זיי האבן געוואוינט שיף קעגן דעם ליזענסקער בית החיים,אין זיי האבן געהאט א שוועסטער אין דער היים וואס איז ליידער געווען שוואך אין אידישקייט. אזוי ווי ער האט געזעין דעם הייליגן דיוקנא קדישא פון רבי ר' אלימלך איז ער אהיים געלאפן דערציילן וואס ער האט נאר-וואס ביי-געוואוינט. זיין שוועסטער האט נישט געגלייבט אין איז אליינס געגאנגען זעין, ביז אפאר מינוט איז זי אהיים געקומען וויינענדיג אז זי האט אים אויך געזעין, אין זי האט תשובה געטיען, זעענדיג אז אויף אלעס אויף דער וועלט האט א חשבון.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 8:50 pm

התפלה על הציון
צוגעלייגטע
IMG_0227 (Custom).JPG

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 8:58 pm

אינסטראקשן'ס
צוגעלייגטע
IMG_0224קק (Custom).jpg
ציון ר"ר אלימלך

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 9:02 pm

באהלי צדיקים
צוגעלייגטע
IMG_0226לל (Custom).jpg

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 17, 2009 5:59 pm

זיידעניו האט געשריבן:עס איז דא פארשידענע זאכן וואס זענען נישט קלאר

1) וועלכע אדר איז די יארצייט

2) וועלכע יאר איז ער נסתלק געווארן אויף די מצבה שטייט שנת ת.נ.צ.ב.ה. אבער סאיד דא אסאך וואס טענה'ן אז דאס איז מיט די כולל אדער אן די כולל און כ''האב שוין געהערט א גירסה און צוויי יאר שפעטער

3) ווי איז טאקע דער מקום קבורה פון ר"ר אלימלך אדמורי פשעווארסק האבן געצידן ליכט און געזאגט תהילים אינדרויסן פונעם אוהל אביסל ארויפצי נעבן יענע בוים און אסאף עלטערע אידן געדענקן אויף אזוי נאר ר' מענדל רייכבערג האט געבויט די אוהל אויף זיינע אינפארציע

אויף די אויבנדערמאנטע בילדער קען מען זעהן די בוים? אויב יא ביטע אנצייכענען.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 18, 2009 12:46 am

salads האט געשריבן:דער איד וואס ליגט אין סקווער, וואס האט געהאלפן אויפגראבן דעם קבר. האט דערציילט פאר זיין זין'ס שוואגער, אז ער האט נאר געזעין די בארד פון רבי ר' אלימלך, ווייל זיין פנים איז געווען ציגעדעקט מיט'ן טלית.

ער דערציילט אז ער איז געווען א ליזענסקער אפשטאמיגער פאר'ן קריג, זיי האבן געוואוינט שיף קעגן דעם ליזענסקער בית החיים,אין זיי האבן געהאט א שוועסטער אין דער היים וואס איז ליידער געווען שוואך אין אידישקייט. אזוי ווי ער האט געזעין דעם הייליגן דיוקנא קדישא פון רבי ר' אלימלך איז ער אהיים געלאפן דערציילן וואס ער האט נאר-וואס ביי-געוואוינט. זיין שוועסטער האט נישט געגלייבט אין איז אליינס געגאנגען זעין, ביז אפאר מינוט איז זי אהיים געקומען וויינענדיג אז זי האט אים אויך געזעין, אין זי האט תשובה געטיען, זעענדיג אז אויף אלעס אויף דער וועלט האט א חשבון.


ווען פולין איז איינגענומען געווארן דורך די דייטשן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט'ס מלחמה, האבן די פּאלאק'ן דערציילט פאר די נאצי'ס ימ"ש אז אינעם אוהל אין ליזענסק באהאלטן די אידן זייער גאלד און זילבער, זיי האבן אזוי געמיינט, ווייל טויזענטער אידן פלעגן שטראמען צום ציון יערליך, איבערלאזענדיג קוויטלעך, וואס זיי האבן געמיינט אז מען באהאלט דארט די פארמעגענס, איבערהויפט אין די דאזיגע שווערע צייטן.
ווען די רשעים האבן דאס געהערט, האבן זיי גענומען עטליכע אידן, און באפוילן אז זיי זאלן אויפגראבן דעם קבר פונעם איש האלקים, צו זעהן וואס מען האט דארט באהאלטן (לויט אנדערע מקורות האבן זיי גערופען די אידן, ווייל עטליכע דייטשן וועלכע האבן פרובירט צוצורירן צום קבר זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט!) די אידן האבן באין ברירה אויפגעגראבען און געזעהן דעם אור גדול. דעם גוף טהור בשלימות הגמורה, וואס האט אויסגעזעהן ווי מען וואלט עס איצט קובר געוועהן, מחמת רוב פחד האט מען שנעל צוריק קובר געווען דעם ציון.
דאס האבן דערציילט צוויי עדי ראי', ר' יוסף פאגעל ע"ה און ר' ישראל זעלנער ע"ה, מתושבי העיר ליזענסק. און זיי האבן מעיד געוועהן אז זיי האבן געזעהן די דיוקנא קדישא, די בארד פון רבי'ן ר' אלימלך זי"ע און ס'איז טאקע געוועהן ווי "קאלטאנס" (צעטיילטע געקניפטע טיילן) ווייל ידוע האט ער קיינמאהל נישט געקעמט זיין בארד.
הרה"ח מו"ה ישראל ניימאן שליט"א דערציילט אויך אז זיין מאמע ע"ה איז דעמאלסט געוועהן אין ליזענסק און האט געדענקט די מורא'דיגע עובדא ווען עס איז פארגעקומען און אז אנדערע אידן זענען אריינגעלאפן צו זעהן דעם גוף קדוש.
(אמרי דבש)

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 25, 2009 1:46 pm

בילדער פון אדמורי"ם דאס יאר אין ליזענסק

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 25, 2009 1:47 pm

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (29.49 KiB) געזעהן 2941 מאל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 25, 2009 1:48 pm

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (25.17 KiB) געזעהן 2938 מאל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 25, 2009 1:48 pm

כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ק שליט"א
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (26.64 KiB) געזעהן 2938 מאל

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מיטוואך מארטש 25, 2009 1:50 pm

כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א
צוגעלייגטע
.JPG
.JPG (32.43 KiB) געזעהן 2936 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:28 am

זיידעניו האט געשריבן:
אלץ-ווייסער האט געשריבן:איך האב געזען ערגעץ געשריבן אז ער האט געהאט א טאכטער אסתר עטל. נישט ריכטיג?

וויאזוי האבן געהייסן זיינע איידימער?
אייינער האט זיכער געהייסן ר' ישראל אלבום א זון פון ר' משה, און אן איר-אייניקל פון הרה"ק' ר' קאפיל ליקאווער זצ"ל


היינו הך דער אסתר עטיל איז געווען דעם ר' ישראל אלבום'ס רעבעצין און זייער חתונה איז שוין געווען נאך ר"ר אלימלך פטירה


מציבת הרבנית אסתר עטיל בת הרה"ק הרבי ר' אלימלך זצ"ל, אשת ר' ישראל אהלבוים מפריסטיק (באבע פון דער פשעווארסקער רבי ר' איציקל זצ"ל), אויפן ביה"ח אין פריסטיק.

(בילד קרעדיט; זשואיש זשען וויו-מעיט)
דער נוסח המציבה לויט אויך פרוביר עס אויסצולייענען, דער עולם איז מכובד צו העלפן.

פ"נ,
האשה הצנועה והתמידה,
מרת אסתר עטיל בת הרב
החסיד ....... איש אלוקים
בוצינא קדישא מו"ה אלימלך זצלה"ה
נפטרה ך' ימים לחדש טבת
שנת תקפ"א לפ"ק
תנצב"ה
--------------
המצבה הזאת
--------------
נתחדשה בשנת תרח"ץ.......
צוגעלייגטע
13519Grave2.jpg
13519Grave2.jpg (27.84 KiB) געזעהן 3269 מאל
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:42 am

קרעמער האט געשריבן:אין סקווירא ליגט א איד (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס מען זאגט אז ער איז געווען פון די אידן וואס האבן נעבעך אויפגעגראבן דעם קבר פון הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע.

די פלא איז, אז דער איד איז אויך נפטר געווארן כ"א אדר (איך האב געזען זיין מציבה)

דער איד האט געהייסען ר' משה אייזענבאך ע"ה, זיינע קינדער זאגען אז פאר זיי האט ער עס נישט פארציילט, אבער ס' מוז נישט זיין א ראיה אז ס' איז נישט אמת, ווייל ער איז אוועק יונג און זיינע זון זענען נאך נישט געווען חתונה געהאט.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 12:00 pm

זיידעניו האט געשריבן:רבי ר' אלימלך האט געהאט פיר ברידער'ס
ר' אלימלך מליזענסק
ר' זושא מהאניפולי
ר' אברהם (געווען א דאקטער אין קעניקסבערג)
ר' נתן (המכונה שיף)

אויפן לעצטן נאמען האבן זיי געהייסן ווייסבלום

דאכט זעך אז די אייניקלעך פון ר"ר זושא האבן זעך געשריבן אויערבאך.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 12:06 pm

זיידעניו האט געשריבן:2) וועלכע יאר איז ער נסתלק געווארן אויף די מצבה שטייט שנת ת.נ.צ.ב.ה. אבער סאיד דא אסאך וואס טענה'ן אז דאס איז מיט די כולל אדער אן די כולל און כ''האב שוין געהערט א גירסה און צוויי יאר שפעטער
עס איז דא וואס זאגן אז דער נוסח המצבה איז א טעות און עס איז געשטאנען שנת תקו"ם,
לפיהם, אם נסתלק בשנת תקמ"ז למה לא חותם בנו מ"מ הרה"ק ר' אלעזר בהתנצלות בן המחבר הכ"מ,
אויך זאגן זיי אז סיי דער ר"ר אלימלך און סיי דער ר"ר בער האבן יעדער איינער פאר זעך געפיהרט דרייצן יאהר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 1:19 pm

וויאזוי גייט דער סדר היחוס פון ר' איציקל פון פשעווארסק זי"ע צום רבי'ן ר' אלימלך?

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 1:24 pm

ביקסאד האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:2) וועלכע יאר איז ער נסתלק געווארן אויף די מצבה שטייט שנת ת.נ.צ.ב.ה. אבער סאיד דא אסאך וואס טענה'ן אז דאס איז מיט די כולל אדער אן די כולל און כ''האב שוין געהערט א גירסה און צוויי יאר שפעטער
עס איז דא וואס זאגן אז דער נוסח המצבה איז א טעות און עס איז געשטאנען שנת תקו"ם,
לפיהם, אם נסתלק בשנת תקמ"ז למה לא חותם בנו מ"מ הרה"ק ר' אלעזר בהתנצלות בן המחבר הכ"מ,
אויך זאגן זיי אז סיי דער ר"ר אלימלך און סיי דער ר"ר בער האבן יעדער איינער פאר זעך געפיהרט דרייצן יאהר.

דער מקור פון תקו"ם איז פון לשון הזהב אויף מס' שבת דער רב אין ליזענסק אינמיטען דער מסכת, אבער דער נוסח המצבה איז נאך פון פאר דער קריג, וואס א איד האט פארשריבן פאר די מלחמה, און איז געפארן קיין אמעריקע. מען פארענטפערט דעם לשון הזהב אז ער מיינט מיטן כולל, משא"כ א מצבה זאל זיין א כולל אויפן פארקערט אופן אינו מסתבר
למה זה תשאל לשמי...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 3:46 pm

מיללער האט געשריבן:וויאזוי גייט דער סדר היחוס פון ר' איציקל פון פשעווארסק זי"ע צום רבי'ן ר' אלימלך?
הרה"ק ר' משה יצחק מ'פשעווארסק בן הרה"צ ר' נפתלי אלימלך מ'שינאווא בן הרה"צ ר' אברהם מ'גארליץ בן הרה"צ ר' אלימלך * בן הרה"צ ר' ישראל חתן הנועם אלימלך.

* חתן הרה"ק ר' אלעזר מ"מ אביו הנועם אלימלך זי"ע.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 4:16 pm

יישר-כח הרב מביקסאד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 4:28 am

אלץ-ווייסער האט געשריבן:הערה 2
רבי ר' אלימלך האט געהאט צוויי ווייבער.
בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי רבי אהרן רוקח זצ"ל
בזוו"ש איז ער געווען אן אייעם ביי רבי יעקב מרגליות זצ"ל


1. וואס איז דיין מקור אז דער רבי רבי מיילעכ'ס שווער מזיו"ש איז געווען רבי יעקב מרגליות
אין מגילת יוחסין שבס"ס מים רבית ברענגט ער צו אזוי:
הי' לו שתי נשים ל"ע וראשונה אשר היא זקינתנו (אזוי שרייבט ר' אלימלך ב"ר אלעזר ב"ר נפתלי ב"ר אלעזר בר"ר אלימלך ז"ל) היתה בת ה"ה ר' אהרן רוקח אח הה"צ ר' אלעזר רוקח מאמשטרדם ושמה שפריצא. ואשתו השני' ושמה גיטל ומרגליא בםי כל גיטל היתה אשה גדולה.

2. אין מים רבים הנ"ל שרייבט ער "יום היולא לשו כ"א אדר ובמעוברת בשני אדרין שנת תקמ"ז כ"כ לי נכדו הה"צ ר' אלימלך (הנ"ל).

3. וויטער שרייבט ער דארט "הלא הם היו שבעה מאם ואב אחד ושמו הי' ר' אליזער ליפא וזאת קבלה הוא בידו (ר' אלימלך הנ"ל) מדור דור.

4. ווי באקאנט האט סעראצקער רב אויפגעמאכט אגאנץ שטיקל יחוס, וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.

בדרך אגב, ווי באקאנט שטייט "היינט" אויפן רבי רבי זושא'ס מצבה "ב"ר אברהם", איז כדאי צווויסן אז עס איז א טעות, איך האב א בילד פונעם אלטען מצבה וואס אויף דעם שטייט קלאר "ברא"ל", אין מים רבים הנ"ל האט ער א דיון וועגן דעם אויך

נ.ב. מים רבים איז אוים היברובוקס...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:18 am

ך


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 9 געסט