הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ר' אלימלך (בהרה"ק ר' אליעזר ליפמאן) מליזענסק - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע. דער רבי ר' אלימלך איז אין זיינע יונגע יארן ארומגעפאטרן אין פיהל שטעדט צוזאמען מיט זיין ברודער דעם רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע, און האט אויף פארשידענע אופנים געמאכט פיהל בעלי תשובה. דער רבי ר' אלימלך האט מחבר געוועהן דעם הייליגן ספר "נועם אלימלך" על התורה און דעם ספר "ליקוטי שושנה", אויך האט ער מחבר געוועהן דעם "צעטיל קטן" הידוע, וואס זענען הנהגות ישרות פאר אידן זיך צו פירן. דער רבי ר' אלימלך איז נפטר געווארן כ"א אדר שנת תקמ"ו לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע איז געבוירן געווארן בערך שנת תע"ז צו זיין טאטען רבי אליעזר ליפמאן זצ"ל. זיין עלטערע ברודער הרה"ק הרבי ר' זושא זי"ע האט אים געברענגט צום רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע און איז געווארן מגדולי תלמידיו. נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן ר' בער זי"ע האט רבי ר' אלימלך ז"ל געוואוינט אין ליזענסק, וואו עס האבן זיך מסתופף געוועהן בצלו כמעט אלע שפעטערדיגע צדיקי הדור, און כמעט אלע רביים פון פולין גאליציע זענען געוועהן מתלמידיו און תלמידי תלמידיו, ווי דער רבי פון לובלין, דער קאזניצער מגיד, דער רבי ר' מענדל'ע רימנוב'ער, דער אפטער רב, רבי ארון לייב פון פרעמישלאן, רבי אברהם משה מפשעווארסק, רבי משה סופר מפשעווארסק - בעל "אור פני משה", רבי משה ליב סאסוב'ער און נאך פיהל אנדערע. (אויך די שפעטערדיגע צדיקי הדור ווי דער מאור ושמש, רבי יהודה לייב זאקליקאווער, רבי שמעון יעריסלאווער, דער ראפשיצער רב, רבי נטע חעלעמער, רבי משה'לע קאזניצער, דער דודאים בשדה, רבי שמואל קארעווער, רבי שלמה קשאנוב'ער און נאך פיהל אנדערע, זענען פריער געפארן צום רבי'ן ר' אלימלך, און שפעטער צו זיינע תלמידים). ער איז נסתלק געווארן כ"א אדר (שנה פשוטה) שנת תקמ"ו ומנ"כ בעיר ליזענסק. ווייניגער ווי א יאר נאך די הסתלקות איז ערשינען זיין הייליגער ספר "נועם אלימלך". אויך איז דא פון אים דער "צעטיל קטן" און "אגרת הקודש" און די תפלה קודם התפלה. זיינע זוהן זענען געוועהן: הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זצ"ל, הרה"ק רבי אליעזר ליפא מחעמעלניק - בעמח"ס אורח לצדיק זצ"ל און הרה"ק רבי יעקב ממאגלניצא זצ"ל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הנועם אלימלך
אטעטשמענטס
K_Lizensk3.JPG
K_Lizensk3.JPG (36.75 KiB) געזען 18898 מאל
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז דא פארשידענע זאכן וואס זענען נישט קלאר

1) וועלכע אדר איז די יארצייט

2) וועלכע יאר איז ער נסתלק געווארן אויף די מצבה שטייט שנת ת.נ.צ.ב.ה. אבער סאיד דא אסאך וואס טענה'ן אז דאס איז מיט די כולל אדער אן די כולל און כ''האב שוין געהערט א גירסה און צוויי יאר שפעטער

3) ווי איז טאקע דער מקום קבורה פון ר"ר אלימלך אדמורי פשעווארסק האבן געצידן ליכט און געזאגט תהילים אינדרויסן פונעם אוהל אביסל ארויפצי נעבן יענע בוים און אסאף עלטערע אידן געדענקן אויף אזוי נאר ר' מענדל רייכבערג האט געבויט די אוהל אויף זיינע אינפארציע
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

עס איז דא טאקע מענטשן וואס צינדען ליכט און זאגען תהילם דארט בוים

ישר כח. איך האב נישט געוויסט אז אדמורי פשעווארסק האבען אויך אזוי געטיען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

ביי וועלעכער בוים?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

וויפיל איידימער האט רבי ר' אלימלך געהאט?

לויט ווי איך געזען שטיין האט ער געהאט צוויי איידימער:
1) ר' ישראל אלבום
2) ר' שמואל?

איז דאס ריכטיג.
און אויב יא, צו וועמען איז זיין טאטכער מירוש געווען פארהייראט?
און וויאזוי האט געהייסן די אנדערע טאכטער?

א דאנק פאר'ן ענטפערן
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

איך האב זיך יעצט דערמאנט אז איין טאכטער האט געהייסן אסתר עטיל, איז דאס ריכטיג?
ווער איז געווען איר מאכן, ר' שמואל אדער ר' ישראל?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די טאכטער מיריש ליגט און רימינוב אינטערען אוהל פון ר' מענדעלע ז"ל
אטעטשמענטס
kRiminovLizensk1.JPG
kRiminovLizensk1.JPG (89.67 KiB) געזען 18789 מאל
KRiminovLizensk2.JPG
KRiminovLizensk2.JPG (119.63 KiB) געזען 18789 מאל
the SCY is the limit
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ווער איז געווען איר מאן?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי ר' אלימלך האט געהאט פינעף קינדער
ר' אלעזר מליזענסק
ר' אליעזר ליפא מחמלניק
ר' יעקב ממגלינצא
לאה גיטל
מיריש

רבי ר' אלימלך האט געהאט פיר ברידער'ס
ר' אלימלך מליזענסק
ר' זושא מהאניפולי
ר' אברהם (געווען א דאקטער אין קעניקסבערג)
ר' נתן (המכונה שיף)

אויפן לעצטן נאמען האבן זיי געהייסן ווייסבלום
און זייער טאטע האט געהייסן ר' אלעזר ליפמאן
און זייער מאמע האט געהייסן מרת גיטל
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

א דאנק זיידעניו.

ר' יעקב האט מען גערופן ר' יעקב רויטמאן. פארואוס ווייס איך נישט.
איך האב געזען ערגעץ געשריבן אז ער האט געהאט א טאכטער אסתר עטל. נישט ריכטיג?

און יעצט צום הויפט קשיא:
וויאזוי האבן געהייסן זיינע איידימער?
אייינער האט זיכער געהייסן ר' ישראל אלבום א זון פון ר' משה, און אן איר-אייניקל פון הרה"ק' ר' קאפיל ליקאווער זצ"ל
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

הערה 2
רבי ר' אלימלך האט געהאט צוויי ווייבער.
בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי רבי אהרן רוקח זצ"ל
בזוו"ש איז ער געווען אן אייעם ביי רבי יעקב מרגליות זצ"ל
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

הערה ג'.
די מאמע פון רבי ר' אלימלך האט געהייסן מירל, נישט גיטל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:הערה ג'.
די מאמע פון רבי ר' אלימלך האט געהייסן מירל, נישט גיטל.

אויב אזוי איז די נאמען 'מיריש' אויפען מצבה און רימינוב א טעות ?
the SCY is the limit
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט א נאמען געגעבן זיין טאכטער נאך זיין מוטער
פון מירל איז אוודאי געווארן מיריש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בשם כל חברי הפורום החדש, ווילן מיר בעטן די אידן וואספארן קיין ליזענסק קומענדיגען כ"א אדר ב' תשס"ח, זאלן מהנה זיין דעם עולם מיט נאטיצן און בילדער לשמחת לבנו, ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זיידעניו האט געשריבן:דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע פלעגט אריין לייגען די הענט אין פייער ביז זיי זענען ממש פארברענט געווארן... כדי תשובה צו טאן אויף דעם וואס ער האט געקלאפט די מאמען און מצער געווען מיטן וויינען וכדו' ווען ער איז נאך געווען א פיצל קינד...
(מאור ושמש פרשת מסעי).


א יעדע אינדערפרי פלעגט ער זיך אויפשארען די ארבעל און זאגען "הייליגע באשעפער מיילעך וויל טון די רצון הבורא און לייגען תפילין" און ס'פלעגט זיך באלד אויסהיילען. און דערנאך ביינאכט פלעגט ער ווידער ברענען די הענט בשעת'ן לערנען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:א דאנק זיידעניו.

ר' יעקב האט מען גערופן ר' יעקב רויטמאן. פארואוס ווייס איך נישט.
איך האב געזען ערגעץ געשריבן אז ער האט געהאט א טאכטער אסתר עטל. נישט ריכטיג?

און יעצט צום הויפט קשיא:
וויאזוי האבן געהייסן זיינע איידימער?
אייינער האט זיכער געהייסן ר' ישראל אלבום א זון פון ר' משה, און אן איר-אייניקל פון הרה"ק' ר' קאפיל ליקאווער זצ"ל


היינו הך דער אסתר עטיל איז געווען דעם ר' ישראל אלבום'ס רעבעצין און זייער חתונה איז שוין געווען נאך ר"ר אלימלך פטירה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:וויפיל איידימער האט רבי ר' אלימלך געהאט?

לויט ווי איך געזען שטיין האט ער געהאט צוויי איידימער:
1) ר' ישראל אלבום
2) ר' שמואל?

איז דאס ריכטיג.
און אויב יא, צו וועמען איז זיין טאטכער מירוש געווען פארהייראט?
און וויאזוי האט געהייסן די אנדערע טאכטער?

א דאנק פאר'ן ענטפערן


ער האט געהאט דריי איידימער
ר' ישראל אלבום
ר' שמואל צורף
ר' אליהו פון שדה לבן

מירוש איז געווען פארהייראט צו ר' אליהו און זיי האבן געוואוינט און רימונוב און ר' מענדעלע רימונובער (תלמיד פון ר"ר אלימלך) האט זיי אויסגעהאלטן

ר' שמואל צורף ליגט אינעם צווייטען צימער פונעם אוהל און עס איז נישט קלאר ווען זיין רעביצין איז געווען ולאור זה איז דא אסאך וואס זאגן אז ער איז געווען מירוש'ס מאן בזווג ראשון
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלץ-ווייסער האט געשריבן:הערה ג'.
די מאמע פון רבי ר' אלימלך האט געהייסן מירל, נישט גיטל.


יעצט נאכאמאל איבערגעקוקט,

איך האב עס פארשריבן מה ששמעתי מר' יענקעלע פשעוואסקער זצ"ל אז זיין מווטער האט געהייסן גיטל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו האט געשריבן:
אלץ-ווייסער האט געשריבן:וויפיל איידימער האט רבי ר' אלימלך געהאט?

לויט ווי איך געזען שטיין האט ער געהאט צוויי איידימער:
1) ר' ישראל אלבום
2) ר' שמואל?

איז דאס ריכטיג.
און אויב יא, צו וועמען איז זיין טאטכער מירוש געווען פארהייראט?
און וויאזוי האט געהייסן די אנדערע טאכטער?

א דאנק פאר'ן ענטפערן


ער האט געהאט דריי איידימער
ר' ישראל אלבום
ר' שמואל צורף
ר' אליהו פון שדה לבן

מירוש איז געווען פארהייראט צו ר' אליהו און זיי האבן געוואוינט און רימונוב און ר' מענדעלע רימונובער (תלמיד פון ר"ר אלימלך) האט זיי אויסגעהאלטן



און דאס איז די סיבה פארוואס זי ליגט אין רימונוב נעבן אוהל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אן אינטערסאנטע זאך האב איך געזען און ציטונג די וואך,
ס'איז באקאנט די לעגענדע אז בשעת די נאצים ימ"ש זענען אריין געקומען קיין ליזענסק האבן זיי געהייסן אויפגראבן דעם הייליגען קבר מיינענדיג אז ס'איז דא דארט גרויסע אוצרות איז ידוע אז מהאט געטראפן דאס הייליגען גוף גאנץ אין נאך מער זאגט מען אז מ'האט געזען זיין בארד פארקניפט וואס כידוע האט זיך דער הייליגער רבי ר' אלימלך גערופן אלימלך קאלטען ווייל ער האט נישט ציגערירט צום דיוקנא קדושה
איך האב אלץ געמיינט אז ס'איז נישט מער ווי א לעגענדע די וואך אבער אינעם רוברוק סאטמאר רבי און אמעריקא
ברענגט ער אראפ פון ר' בערל שווארץ'ענס ספר אמרי דבש ווי ער האט באגעגנט צוויי אידן וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה מיט נעמען
דערנאך ברענגט ער אויך ווי א צווייטער וואס איז אויך געווען דארט האט עס פארציילט פארן רבי'ן אין דער רבי האט עס שפעטער איבערדערציילט בשם יענעם איד!!!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסעל,
איך האב געהערט די מעשה וואס די ברענגסט דא נאך אלטס יונגעל, און אויך מיט נעמען פון מעטשען וואס זענען דארט געווען.

איבערדעם האב איך נישט פארשטאנען דאס וואס איינער האט דא געשריבען און דעם אשכול עפעס וועגען צינדען לעכט ביים בוים אינדרויסען פונעם אוהל ווייל טייל האבען געזאגט אז ר' אלימלך ליגט נישט דארט וויא דער אוהל איז.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

וואס האט איינס מיטן צווייטען?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”