לעצטענס, בשעת וואס איך האב דורך געטוהן עטליכע סקאהלער משפחות (
שנעה, והמסתעף), האב איך מיך דערמאנט פון א זאך וואס איך האב א מאהל געזעהן אין 'תולדות מעשה רוקח' פון הרה"ח ר'
אהרן חיים הויזמאן ז"ל מירושלים (עי'
מש"כ עליו ר' בנימין מפ"ת), בנוגע ליחוס אבות חותנו למשפחת
ראזענבלאט נכדי ר'
יעקב ממאגלניצא, וואס פון איין זייט זענען זיי נכדי משפחת וויעליטשקער מסקאהל וחעלמא.
יעצט, א דאנק חברנו באתרא הדין הי"ו, האב איך תחת ידי די תולדות למשפחות וויעליטשקער שנדפס בס'
שארית יואל (טרעסיף), און איך זעה אז אויף אראפ האט דער מחבר שליט"א צו געלייגט נאך פרטים, אבער אויף ארויף האט ער זיך פארלאזט אויף דברי ר' אהרן חיים הנ"ל, מפיו או מפי כתבו, אבער נישט מספרו הנ"ל, און צוליב דעם האט מען אויס געלאזט די יחוס להרה"ק ר' יעקב ממאגלניצא בן הנועם אלימלך. (דעם ספר/קונטרס איז גאנץ זעלטן, עס איז נאר געוועהן צו קויפן פון דעם מחבר פערזענליך, און דאס איז נישט די ערשטע מאהל וואס איך זעה אז מען ברענגט דברים בשמו – ער איז געוועהן א גרויסער בקי אין זיין משפחה'ס יחוס – פון וואס ער האט געשריבן פערזענליך צו דעם שואל, בשעה וואס אין זיין ספר איז דער ענין מער בשלימות.)
איז צוליב דעם, ראיתי לנכון דא נאך צו שרייבן דברי ר' אהרן חיים, א קיצור מדברי חלק התולדות שבשארית יואל הנוגע לעניננו, און השלמות פון JRI וואס איך האב בענין זה.
פון ר' אהרן חיים הויזמאן (תולדות מעש"ר אותיות ש"ו-ש"ז, שצ"ה, תק"כ, ומג"י שבסוף הספר אותיות ו' ז') קומט אויס אזוי:
חותנו ר'
משה אהרן ראזינבלאט מירושלים, בן ר'
יעקב משם (וזו' מ' יוכבד בת ר' אברהם שלמה אדלער בן בתו של הרה"צ
ר' אלעזר מענדל מלעלוב-ירושלים וחתן דודו הרה"צ ר' דוד צבי שלמה משם), בן ר' אהרן ראזינבלאט מחעלם (אוועק אינגערהייט פון זיך הונגערן נישט צו גיין אין מיליטער), בן מ'
חישא שעלתה לאר"י עם נכדה ר' יעקב הנ"ל, בת מ'
טילא אשת ר'
משה בצלאל ב"ר
פנחס וועליטשקער מסקאהל, בת הצדיקת מ'
שיינא רחל'ע אחות ר' הרה"ק ר'
נטע מחעלמא בעל נטע שעשועים. ושם אשת ר' אהרן מחעלם, מ'
מינדל. עס איז נישט קלאהר פון ר' אהרן חיים הויזמאן'ס לשון צי די יחוס צום ר"ר אלימלך גייט נאר דורך מ' מינדל, צי אויך דורך איר מאן ר' אהרן.
אין שארית יואל האט מען צו געלייגט, ע"פ דברי ר' אהרן חיים וכנראה אויך ע"פ JRI, אז ר' אהרן'ס פאטער (מ' חישא'ס מאן, וחתן ר' משה בצלאל וויעליטשקער) האט געהייסן ר'
יעקב בער ראזינבלאט. אויכעט ווערט צו געלייגט א ברודער פון ר' אהרן, ר'
יואל פנחס מסקאהל, חתן ר'
שלמה פנחס וויעליטשקער מסקאהל בן דודו ר'
יעקב צבי ב"ר
פנחס (הנ"ל), ובזו"ש חתן גיסו ר'
חיים לייב וויעליטשקער ב"ר שלמה פנחס הנ"ל.
פון JRI ווערן מיר געוואהר אזוי: ר' אהרן איז געבוירן תרל"ג בערך, צו זיין פאטער ר' יעקב בער ראזענבלאט ואמו מ' חישא לבית וועליטשקער, און האט געהייראט מ' מינדל בת ר' נ
חום וועליטשקער (נולד תרט"ו-ט"ז בע' – נפטר תרפ"ז בע' = 1927) וזו' מ'
חיה (או חנה)
רייזל דבורה לבית
שולמאן. זיי האבן געהאט צווי זיהן, יעקב (הנ"ל) און יוסף אברהם, און דערנאך איז ר' אהרן אוועק ביי די 24 יאהר. דאס קינד יוסף אברהם איז אוועק נישט לאנג דערנאך. עס זעהט אויס ווי מ' מינדל האט נאך א מאהל חתונה געהאט, מיט איינער ר'
יענקל לאכער פון טאמאשוב. (וועמענ'ס זוהן ר' נחום וועליטשקער איז געוועהן ווייס איך נישט, ער געהערט אבער צו די זעלבע משפחה.)
אויף מ' מינדל שרייבט ר' אהרן חיים הויזמאן בפירוש אז זי איז געוועהן איין אייניקל פון ר' יעקב ממאגליניץ, שטעל איך מיך פאהר אז דאס גייט דורך צד שולמאן (אבער עס איז נישט מוכרח). אויב איז ר' אהרן אויך געוועהן איין אייניקל – כמשמעות דבריו שם, ויש לדון, איז דאס לכאורה מצד ראזענבלאט.
- משפחת שולמאן איז דא לרוב אין חעלם, און איך קען ניטש לע"ע מאכן סדר פון זיי.
- אויף משפחת ראזענבלאט למעלה טרעף איך גארנישט – נאר א רמז אצל ר' יואל פנחס ב"ר יעקב בער אז ר' יעקב בער האט א מאהל געוואוינט אין
שערעשוב, א ביסל א חידוש.
מבני ר' יואל פנחס:
א. בתו (מזו"ר) מ'
רבקה, אשת ר'
נחמן כ"ץ, ב"ר
הירץ וואלף כ"ץ מסקאהל נכד למשפחת שנעה הנ"ל.
ב. בנו (מזו"ש) ר'
הירץ הי"ד (כשם אבי חמותו, עי' שארית יואל), וזו' מ'
גיטל דבורה הי"ד בת ר'
אהרן מאיר ז"ק מסקאהל, בן ר'
ישכר בער מ
הובנוב וזו' מ'
טויבא בת הגה"צ ר'
אהרן מאיר פריעדלאנדער אב"ד
באלחוב בעל
האברך (עס פעהלט אויס א באזונדערן אשכול...).
מ' גיטל אשת ר' הירץ איז געוועהן א טאכטער פון ר' אהרן מאיר פון זיין ערשטן זיווג, מ'
אסתר חיה בת ר'
שלום באב"ד מסקאהל (לכאורה איין אומ-באקאנטער זוהן פון ר'
משה אב"ד מיקוליניץ, וילע"ע) חתן ר'
אפרים זלמן וויעליטשקער (עי' בשארית יואל – נאך א זוהן פון ר' פנחס אבי המשפחה). (בזו"ש איז ר' אהרן מאיר ז"ק געוועהן איין איידים ביי ר'
אברהם וויעליטשקער נכד ר' משה בצלאל [ווידער בן ר' פנחס] וחתן ר' יהושע רמר"ז דומ"ץ קראס, בעל בתו מ' רחל הי"ד, אבער דאס איז א שמועס אויף איין אנדערס מאהל.)