רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל - סופר סת"ם - ג' חשון תשע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כתיבת הגט באיגוד הרבנים בשנת תשמ"ט

שרייבנדיג דעם גט
תשמט1.JPG
תשמט1.JPG (125.39 KiB) געזען 2423 מאל


ביים ליינען די גט
תשמט2.JPG
תשמט2.JPG (131.6 KiB) געזען 2423 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

למען הפונקטליכקייט איז ביי די שבעה ארויס געקומען אז זיין זון הרה"ג ר' יעקב שליט"א האלט שוין אויך ביי צוואנציג טויזנט גיטין, און אז להבחל"ח ר' שלמה אלי' האט געשריבן אין באלד 70 יאר זיכער 35,000 גיטין און אפשר אזוי פיל ווי פופציג טויזנט גיטין!

ער האט געשריבן וואו מען האט אים נאר גערופן, ווי די רבנים וואס זענען געקומען מנחם זיין האבן געזאגט אז ער האט אויסגעמיטן טויזנטער ממזרים, ווייל אים מיט זיין פשטות און עניוות האט מען אריין געלאזט אפילו דארט וואו מען לאזט געווענליך נישט אריין א היימישע רב. ער פלעגט קומען בתורת סופר אבער דארט וואו דער רב איז געווען א שוואכער א פורק עול האט ער איבערגענומען די גאנצע זאך און אליין געווען דער מסדר גיטין און געמאכט זיכער אז עס זאל זיין א כשר'ע אויסגעהאלטענע גט. זיינס א גט איז געווען מקובל בכל קצוות תבל נישט קיין חילוק אונטער וועלכע רב אדער ראביי עס איז געווען אויפן לעטערהעד.

ער האט אויסגעלערנט הלכות גיטין אפילו פאר גדולי ישראל (נישט אלע גדולי ישראל זענען מומחים אין הלכות גיטין), ווי למשל דער בראדער רב הרב שטיינבערג זצ"ל (זיידע פון דעם היינטיגן גאון און מסדר גיטין הרב שלמה בנציון הערבסט שליט"א פון פלעטבוש) מיט וועם ר' אלי' איז געוווען נאנט).

מען האט דערציילט ביי די שבעה אז ער איז אויך געווען בידידות מיטן ברך משה זי"ע, וואס ביי א משפחה שמחה אין ראדני איז ער אים אקעגן געלאפן מיט גרויס שמחה מקבל פנים צו זיין ביי א עלי' לתורה. אויך יבלח"ט אדמו"ר מהר"א שליט"א האט געלערנט בחברותא הל' גיטין ביי אים אין הויז און גענומען שימוש ביי אים.

דער גרויסער פוסק הרב הענקין זצ"ל סוף ימיו ווען ער איז שוין געווארן א סגי נהור האט ער זיך אינגאנצן פארלאזט אויף ר' שלמה אלי'.

פון דער גאנצער וועלט האט מען אים אנגעפרעגט אין שמות גיטין, פון הגאון הרב בראנדסדארפער מיט די גאנצע עדה החרדית ביז אלע בתי דינים איבער דער וועלט. הרב לאנדעסמאן שליט"א פון מאנסי (תלמיד פון הגאון רבי משה זצ"ל) האט א פנקס פון ר' שלמה אלי'ס פסקים אין שמות גיטין.

ר' אלי' האט דערציילט אז הרב הירשהארן זצ"ל הויפט רב פון מאנטריאל, האט אים באצאלט א טיקעט צו קומען קיין מאנטריאל צו שרייבן און ארויס העלפן אין די גיטין. דער ליסטע איז זייער לאנג פון רבנים און גדולי ישראל וואס האבען באקומען שימוש ביי ר' אלי' אויף הלכות גיטין וחליצה.

מען האט אויך דערציילט אז ווען ר' אלי' האט אנגעהויבן שרייבן גיטין זענען אכציג פראצענט גיטין געווען פאר פרייע, און צוואנציג פראצענט פאר אידן שותו"מ, אבער היינט איז ליידער פארקערט, אכציג פראצענט זענען היימישע און 20 פראצענט זענען פרייע (די פרייע האבן נישט חתונה און גט'ן זיך נישט).

ווען ר' אלי' פלעגט אהיים קומען פון א פרייע גט (גויאישע גיטין ווי מען רופט זיי) פלעגט ער זיך פרייען אז ס'איז געווען א כשר'ע גט און ס'וועט נישט זיין קיין ממזרים, אבער ווען ער פלעגט אהיים קומען פון א היימישע גט פלעגט ער זיין צובראכן. איין מאל איז ער אהיים געקומען פון גט'ן א בנש"ק'ל וואס דער ווייב האט פארלאנגט א גט ווייל ער דאווענט נישט, איז ר' אלי' אהיימגעקוען וויינען.

מען האט אים ע"פ רוב געצאלט פרוטות צו שרייבן א גט, און ער האט אנגענומען צו שרייבן א גט נישט קיין נפק"מ וויפיל מען וועט אים באצאלן. ביז נישט אזוי לאנג צוריק פלעגט ער באקומען גאנצע 40 דאלער ביי די בתי דינים אין אמעריקא.

ער האט אויך אסאך גיטין אליין מסדר געווען ביי זיך אינדערהיים, און קיינמאל נישט אפגעזאגט א גט.

ער איז געווען א חד בדרא אין שמות גיטין ובהלכות גיטין וחליצה.
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:36 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נאך א בילד ביי זיין חתונה, לינקס פונעם חתן זעט מען דער ציעשנובער זצ"ל, דער וואס איז זיצט איינגעבויגן אויף די לינקע זייט איז לכאורה דער נאראלער זצ"ל
אטעטשמענטס
קבלת פנים.bmp
קבלת פנים.bmp (571.34 KiB) געזען 2397 מאל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

בחצר הקודש סקווירא
אטעטשמענטס
Chatzar Skver
Chatzar Skver
658D188E-B53E-4E32-B47E-3C66A05845DC.jpeg (98.74 KiB) געזען 2391 מאל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

יוראפ האט געשריבן:אדר א' תשל"ח - ביים מקבל קנין זיין ביי א גט

ווער איז די איד מיט די ברייטע היט?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

IMG_0366.JPG
IMG_0366.JPG (492.87 KiB) געזען 2335 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אזוי ווי עס האלט אין איין אריינקומען נייע אינפארמאציע פון די פילע טעיפס וואס די משפחה און אידן וואס האבן שכל האבן אויפגעכאפט, האבן מיר געעפנט א נייער ניק "זכרונות" ווי מיר וועלן ווייטער מעתיק זיין און שרייבן וואס מיר האבן פון רבי שלמה אלי' און אויך אינטערסאנטע זכרונות פון אנדערע עלטערע אידן בעזהשי"ת.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יאך בין געוועהן עטליכע מאל ביי איהם אין גענאשט אין אויפגעשריבן

ב''ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

געשוויסטער בחייו?
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

ביים שבעה האט דערציילט ר' בערל קריימאן (א גור'ער חסיד), אז זייענדיג אין קאנטרי צוזאמען מיט ר' אלי' א סאך יארען (אין דער קאנטרי JFH אין סאוט פאלסבערג וואס האט באלאנגט צו זיין שווער ר' יוסף יאלעס ע"ה, און צו ר' אלי' שוואגער ר' חיים ליב הערשקאוויטש ע"ה, און צו ר' חיים ליב'ס מחותן ר' יעקב פינקעלשטיין ע"ה - דאס איז די ר"ת פון JFH) האט אים ר' אלי' דערציילט אז ער איז געווען אין די DP לאגערען לעכסטעפעלד, בערלין, און שלאכטענזעה, און דארטען געווען א דיין .

עס איז ביי אים געווען א חידוש אז א בחור פון 21-23 זאל דינען אלס דיין, און נאך דערצו אויף אינטערשרייבען היתר עגינות; האט ער אנגערופען זיין זיידע דער סאניקער דיין הגאון ר' איטשע גראניק זצ"ל אין תל אביב און אים געפרעגט צו ער קען ר' אלי' ליכטער? האט אים זיין זיידע גע'ענטפערט "א שאלה"? און אים דערציילט אז ער (דער סאניקער דיין), מיט ר' אלי' ליכטער, און מיט הגאון ר' יעקב שלמה פריעדמאן זצ"ל שפעטער א רב אין פתח תקוה; זענען אינטערגעחתמעט צוזאמען אויף היתר עגינות; און אז ר' אלי' איז שוין דענמאלט געווען געווען אזא בקי בש"ס ופוסקים אז יעדער שאלה וואס איז פארגעקומען האט שוין ר' אלי' ביז 5 מיניט געהאט אפען די גמרא און שלחן ערוך ווי די הלכה איז.

דער סאניקער דיין (האט ער געזאגט) איז אויך געווען אין שלאכטענזעה.

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=38611

https://en.wikipedia.org/wiki/Schlachtensee

https://dpcamp.de/

http://trip-suggest.com/germany/bavaria/lager-lechfeld/

https://www.geni.com/projects/Lager-Lec ... Camp/32791

איך טרעף גארנישט אויף דער DP לאגער לערכסטפעלד (איך מיין אז מען זאגט עס מיט א "ט"), נאר דאס.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זכרונות האט געשריבן:איך טרעף גארנישט אויף דער DP לאדער לערכסטפעלד (איך מיין אז מען זאגט עס מיט א "ט"), נאר דאס.

נישט?
Lerchenfeld
85356 Freising, Germany
https://goo.gl/maps/QcW6GAzKap12
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זכרונות האט געשריבן:ביים שבעה האט דערציילט ר' בערל קריימאן (א גור'ער חסיד), אז זייענדיג אין קאנטרי צוזאמען מיט ר' אלי' א סאך יארען (אין דער קאנטרי JFH אין סאוט פאלסבערג וואס האט באלאנגט צו זיין שווער ר' יוסף יאלעס ע"ה, און צו ר' אלי' שוואגער ר' חיים ליב הערשקאוויטש ע"ה, און צו ר' חיים ליב'ס מחותן ר' יעקב פינקעלשטיין ע"ה - דאס איז די ר"ת פון JFH) האט אים ר' אלי' דערציילט אז ער איז געווען אין די DP לאגערען לעכסטעפעלד, בערלין, און שלאכטענזעה, און דארטען געווען א דיין .

עס איז ביי אים געווען א חידוש אז א בחור פון 21-23 זאל דינען אלס דיין, און נאך דערצו אויף אינטערשרייבען היתר עגינות; האט ער אנגערופען זיין זיידע דער סאניקער דיין הגאון ר' איטשע גראניק זצ"ל אין תל אביב און אים געפרעגט צו ער קען ר' אלי' ליכטער? האט אים זיין זיידע גע'ענטפערט "א שאלה"? און אים דערציילט אז ער (דער סאניקער דיין), מיט ר' אלי' ליכטער, און מיט הגאון ר' יעקב שלמה פריעדמאן זצ"ל שפעטער א רב אין פתח תקוה; זענען אינטערגעחתמעט צוזאמען אויף היתר עגינות; און אז ר' אלי' איז שוין דענמאלט געווען געווען אזא בקי בש"ס ופוסקים אז יעדער שאלה וואס איז פארגעקומען האט שוין ר' אלי' ביז 5 מיניט געהאט אפען די גמרא און שלחן ערוך ווי דער פסק איז.

דער סאניקער דיין (האט ער געזאגט) איז אויך געווען אין שלאכטענזעה.

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=38611

https://en.wikipedia.org/wiki/Schlachtensee

https://dpcamp.de/

http://trip-suggest.com/germany/bavaria/lager-lechfeld/

https://www.geni.com/projects/Lager-Lec ... Camp/32791

איך טרעף גארנישט אויף דער DP לאגער לערכסטפעלד (איך מיין אז מען זאגט עס מיט א "ט"), נאר דאס.

יישר כח פאר די היסטארישע זכרונות און עניים איבער דעם אדם חשוב וואס האט זיך באוויזן צו באהאלטן בימי חייוו עלי אדמות.

איבער דעם רב ר' יעקב שלמה פר"מ אין די די. פי. לאגערן, האבן מיר דערמאנט אינעם אשכול איבער די שארית הפליטה:
viewtopic.php?p=1600475#p1600475
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

א דאנק אייך הרב מיללער און הרב פארשלאפען (ראשונים לכל דבר שבקדושה) וואס פראבירען ארויס צו העלפען מיט וואס מען קען. אויף די טעיפס דארף זיין עפעס מער פרטים וואס קען זיין וועט שיינען א ליכט איבער אנדערע רבנים און טעטיקייטען אין די DP לאגערן.

מען האט געדארפט האבען שכל אים אויס צו פרעגען, אבער נאך מער האט מען געדארפט האבען שכל "וואס" אים אויס צו פרעגען. יעדער כמעט האט אים געפרעגט די זעלבע 100 קשיות, ווען ער וואלט ווען געקענט ענטפערען קלאר אויף טויזענטער; חבל אז מען האט זיך צו אים נישט גענוג צו געשארט.

די לעצטע 7 יאר ווען דער עולם האט זיך אויף געוועקט איז ער שוין געווען א ביסעל פארדזאוועט, און געדענקט אבער זיך שוין געטימעלט. ביז דאן איז ער געווען חד וחלק און דערציילט יעדען מעשה מיט אלע פרטים. ער האט געדענקט וועליכע טאג אין דער וואך עס איז געשעהן, וועליכע סדרה עס איז געגאנגען, און להבדיל אפילו דער גויאישען דאטום, און וויפיל א זייגער עס האט פאסירט און ווער נאך איז דארטען געווען.

מילא, דברים שבעלמא האט מען נישט גענאשט פון אים; אבער תורה האט זיך דער אינגער דור אויך נישט צו געשארט צו אים; חוץ א פאר מבינים וואס האבען געלערענט פארטאגס און פארען דאווענען אים געפרעגט. (ער פלעגט אנקומען צום דאווענען ווי צו אלעם, א סאך פאר די צייט)

אין די דיינים שטיבער דארטען איז געווען א אנדערע בילד; דארט האבען זיך אלע מחי' געווען מיט אים און מיט זיינע אויסטערלישע ידיעות התורה און פון זיין דערציילען ווי עס איז געווען אמאל. אבער דארט אויך איז עס געווען לימיטעד, וויבאלד ער פלעגט גלייך לויפען צו זיין נעקסטען סטאפ אדער אהיים. נישט פארברענגט קיין איבעריגע צייט אין ערגעץ.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

פאר מען גייט ווייטער וויל איך זאגט אז אויב איז דא א טעות איז ע"פ רוב דער טעות אינעם שואל, אדער ווייל מען גייט הין און צוריק מענין לענין מיינט ער אז מען פרעגט דאס ווען מען פרעגט שוין אויף עפעס אנדערש. דערובער דארט ווי עס איז דא א בלבול הדברים דארף מען קענען עס פעסט שטעלען מיטען אויסהערען מערערע טעיפס ווי ער ענטפערט אויף די זעלבע פראגעס.

עס איז בכלל נישט מסודר איז וועט מען שפרינגען דא הין און צוריק צו פארשידענע ענינים.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

farshlufen האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:איך טרעף גארנישט אויף דער DP לאדער לערכסטפעלד (איך מיין אז מען זאגט עס מיט א "ט"), נאר דאס.

נישט?
Lerchenfeld
85356 Freising, Germany
https://goo.gl/maps/QcW6GAzKap12

דא
http://digifindingaids.cjh.org/?pID=2142304
שטייט Lechfeld
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

הרה"ק רבי פנחס מאוסטילא זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

נעתק מפי ר' שלמה אלי': די אוסטילא רב איז געקומען קיין טאמאשוב פרשת שמות תרצ"ו. בין איך אריין געגאנגען מיט מיין טאטן, מיין טאטע האט מיר מיט גענומען מיט א קוויטל. האט די אוסטילער רב געפרעגט מיין טאטען נאך וועם איך הייס? האט ער געזאגט אז ער הייסט נאכען עלטער זיידען. האט ער זיך אנגערופען: האט דיין עלטער שווער דען אזוי געהייסען?

ווען מיין טאטע האט דאס געהערט האט ער אויף געפרינגען; מיין עלטער זיידע האט געהייסען אליהו אהרן, איך הייס דאך שלמה אליהו; הייס איך דאך נישט אינגאנצען נאך אים?

האט ער אים גע'ענטפערט אז איך הייס נאך צוויי עלטער זיידעס. (האב איך געזאגט [שפעטער] אז איך דארף האבען א זוהן אהרן, קען איך נישט הייסען אהרן)

אבער ער האט געדענקט! האב איך אויס גערעכענט אז 26 יאר ביפאר האט די זיידע [ר' אליהו אהרן שטראזבערגער אין שנת תר"ע] מן הסתם פאר אים אמאל מזכיר געווען; האט ער געדענקט 26 יאר שפעטער אז ער האט געהייסען אהרן! איך האב עס באוואונדערט.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג אקטאבער 22, 2018 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

ר' אלי' אהרן שטראזבערגער - "איין חסיד אין פוילין"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דער בעלזא רב הרה"ק רבי יהושע זי"ע האט געזאגט אויף ר' אלי' אהרן שטראזבערגער אז ער "האט איין חסיד אין פוילין".

ר' אלי' אהרן (ר' אלי' טאמאשובער האט מען אים גערופען) איז געווען ראש הקהל אין טאמאשוב און געברענגט הג"ר ירחמיאל מרדכי וויינבערג (קריליווער רב) קיין טאמאשוב אין די אנהייב תר"ע יארען.

ווען עס איז געווען די בעלזא-ראדזינער מחלוקה איבער די תכלת איז דער בעלזא רב הרה"ק רבי יהושע זי"ע געקומען קיין טאמאשוב פאר א שבת. (דאס איז געווען בערך תרמ"ט, אבער מען דארף טרעפען עס אויפען טעיפ צו ברענגען די פינקטליכע דאטום). עס איז געווען אינעם ברען פון דער מחלוקה און איינער פון די ראדזינער חסידים האט אריין געגעבען א מסירה אז דער בעלזא רב פון גאליציע געפינען זיך אין פוילין און מען איז אים געקומען ארעסטירען.

ר' אלי' אהרן דער ראש הקהל (וואס איז געווען א נעפיו פונעם מי השילוח און דערובער משפחה מיט ראדזין) האט ארויס געראטעוועט אין צייט דער בעלזא רב און מיט זיין אייגענע פערד און וואגען אים ארויס געפירט פון שטאט פאר די זשאנדארען זענען אנגעקומען.

נאך האט ר' אלי' דערציילט אז דער בעלזא רב הרה"ק רבי יהושע איז איין געשטאנען ביי זיין זיידע ר' אלי' אהרן אין טאמאשוב אויף א שבת. האט ר' אליהו אהרן געשטעלט משקה. נאך דעם האט דער בעלזא רב אנגעכאפט דער ליידיגע פלאש און עס אים צוריק געגעבען און געזאגט "אלי' דאס איז דיינס".

ווי ר' אלי' אהרן איז אוועק פון דער וועלט, האט זיך דער פלאש צובראכען!

נאך א מעשה האט ער דערציילט איבער זיין זיידע ר' אלי' אהרן (וואס מען האט גערופען ר' אלי' חיים גרשון'ס, ווייל ער איז געווען א איידעם פונעם גרויסען גביר ר' חיים בערעגרבוים פון טאמאשוב א זוהן פון ר גרשוין בערגערבוים וואס איז געווען א שוואגער פונעם מי השילוח - ר' גרשון'ס ווייב איז געווען דער מי השילוח'ס שוועסטער).

אז ר' אלי' אהרן איז געפארען צו זיין רבי דער בעלזא רב ר' ישכר דוב און אויפען וועג האט זיך דער וואגען איבערגעקערט. ער איז אן אנגעקומען קיין בעלז מיט שטעקענעס (קראטשעס). זאגט אים דער בעלזא רב: אלי' ווארף אוועק די שטעקענעס. ווי א חסיד האט ער אזוי געטוהן און געווארען כאחד האדם; אהיים געפארען אויף די אייגענע פיס!

(פאר ביאגראפישע אינפארמאציע איז ר' שלמה אליהו'ס מאמע מרת עטל ע"ה געווען א טאכטער פון הגה"צ ר' אלעזר שטראזבערגער הי"ד (וואס דער בעלזא רב האט גערופען ר' אלעזר דאקטער און דורך אים באוויזען מופתים (כדלהלן), דער רבי אלעזר איז געווען א גרויסע תלמיד חכם און פלעגט פאר לערנען פאר די בעלזא יושבים אין בעלז). רבי אלעזר איז געווען א זוהן פון רבי אליהו אהרן הנ"ל.)
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

אויסצוגען פון די הספדים אויף רבי שלמה אליהו זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הספד כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א

שטייט די וואך אין די סדרה ויאמר ה' לנח אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה, קען אפשר זיין דער פשט, אונז האבן מיר דען אן השגה וויאזוי פריערדיגע צדיקים האבן אויסגעזען, צדיקים פון פריערדיגע דורות, נאר אז מען קוקט אן די אידן וואס זענען געווען דבוק אין די פריערדיגע צדיקים, און מ'זעט אויף די אידן וואספארא כוחות די פריערדיגע צדיקים האבן אריינגעלייגט, די אידן זענען געווען דבוק אין זיי, קען מען זיך האבן אביסל אן השגה וואס די צדיקים זענען געווען.

אז מ'האט אנגעקוקט רבי שלמה אליהו ז"ל, א איד וואס איז געווען דבוק אין צדיקים אין פריערדיגע דורות, וואס יעדע מינוט איז געווען ביי אים טייער, א תלמיד חכם מופלג, א ירא שמים, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי', אן עניו, א התבטלות פאר יעדע תלמיד חכם, פאר יעדן אינגן תלמיד חכם, איז אותך ראיתי לפני צדיק בדור הזה, אין דעם דור אז מען וויל זיך פארשטעלן פריערדיגע צדיקים, קוקט מען אן אזעלכע אידן ווי רבי שלמה אליהו און מען האט א שטיקל השגה. און אז אזא איד גייט אוועק פון דער וועלט, איז צדיק אבד לדורו אבד, ווערט דאס גאנצע דור פאר'יתומ'ט, מען האט שוין נישט די חסידישע אידן פון אמאל, ס'איז שוין נישטא די געווייקטע אידן פון אמאל, די וואס זענען געווען דבוק אין אויבערשטן, די וואס זענען געווען נזהר בקלה כבחמורה, זיי האבן אויפגעשטעלט א שטוב מלא תורה ויראת שמים, קינדער תלמידי חכמים, יראי השם, בנין וחתנין רבנן תלמידי חכמים.

דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל גיין מעלה מעלה בעולמות העליונים,

[גאלאנטער רב בעהט אים איבער אין נאמען פון התאחדות הרבנים]
...
איר זאלט זיין א גוטער בעטער פאר זיך און פאר אייערע קינדעל און פאר די גאנצע משפחה, זיי זאלן האבן די כח דורכצוהאלטן דעם צער. און ער זאל זיין א בעטער אויבן אין הימל ביי די צדיקים וואס ער איז געווען דבוק אין זיי בחיים חיותם, מ'זאל שוין אויספויעלן די גאולה שלימה פאר אידישע קינדער, ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים במהרה בימינו אמן.
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג אקטאבער 22, 2018 5:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הספד אבדק"ק מגד יהודה שליט"א

שטייט אין די וואכנדיגע סדרה אלה תולדות נח, באקאנט זאגט רש"י וואס איז דער דאפעלט לשון פון נח נח, מלמד שעיקר תולדותיהם של צדיקים איז מעשיה טובים.

באמת די גמרא זאגט אין פסחים שופריה דרב כהנא, די שיינקייט פון רב כהנא איז געווען מעין שופריה דרבי יוחנן, שופריה דרבי יוחנן איז געווען מעין שופריה דיעקב אבינו, שופריה דיעקב אבינו איז געווען מעין שופריה דהקב"ה. באמת אלע מפרשים פרעגן וואספארא ענין פון שופריה א שיינקייט, ס'איז דאך שקר החן והבל היופי? באמת זיך פארצושטעלן אינעם היינטיגן דור וואס דאס מיינט דער פריערדיגע דור וואס איז שייך צו זאגן, על אחת כמה וכמה אונז שטיי מיר דא פאר דער מטה פון אזא אדם גדול, פון אזא איד וואס איז געווען דבוק בתורה ווען ער האט נאר געהאט צייט.

די גמרא זאגט אין שבת איזהו בן עולם הבא, וואס הייסט אן עולם הבא, מאן דיתיב בביהמ"ד וגריס באורייתא תדירא שייף עייל ושייף נפיק ולא החזיק טיבותא לנפשיה, דאס קען מען באמת זאגן אויף רבי שלמה אליהו זצ"ל, א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן כל ימיו ווען ער האט נאר געהאט פריי צייט, נאר געזעצן און געלערנט, ממש א בחינה פון גריס באורייתא תדירא, געווען א איד א תלמיד חכם מופלג, כאטשיג ער איז געזעצן פאר רבנים אין אסאך ענינים וואס ער איז געווען פיל פיל גרעסער פון זיי, אבער זיין עניוות, זיין פשטות, זיין התבטלות, זיין אנקוקן חשיבות תלמידי חכמים איז געווען מיט אן אמת, און אזוי האט ער געטאן כל ימיו, עון אזוי האט ער מחנך געוועזן זיינע קינדער.

באמת זיך פארצושטעלן צו קוקן א איד, וואס הייסט פון פריערדיגן דור, אונז זענען מיר דאס נישט משיג, אז מ'האט אנגעקוקט אזא איד ווי רבי שלמה אליהו ז"ל האט מען געוואוסט עפעס משיג צו זיין וואס הייסט א איד פון פריערדיגן דור, און אזוי וועל איך עס דערמאנען וואס מיר שטייען היינט, פארלירן אזא איד איז באמת אן אבידה שאין לה תמורה, זייער שווער ארויסצוברענגען וואס דאס מיינט צו פארלירן אזא אדם גדול, וויפיל זכותים האט איר מגין געוועזן אויף די שכונה אויף אונזער פלאץ, דורכדעם וואס איר זענט דא געוועזן, אפילו איר זענט געווען שוין שוואך נישט געקענט אמטירן געהעריג, אייער תורה לערנען, אפילו ווען מ'איז געלעגן אין בעט און נאר געווען די גאנצע צייט נאר דינען דעם אויבערשטן און אינזין האבן דאס צו זיין דבוק אין תורה אין עבודה און גמילות חסדים און אלע ענינים, אויפגעשטעלט אזא הייליג דור, אזא שיין דור.

זאל דער אויבערשטער העלפן איר גייט דאך ארויף, איר האט געהאט אזעלכע רבי'ס, איר זענט געווען דבוק אין די אלע רבי'ס ווי מ'האט פריער געהערט, זאלט איר ארויפגיין זאגן מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, איר ווייסט דאך גאנץ גוט וואס אונז דארפן מיר צו האבן, איר זענט דאך פונעם פריערדיגן דור, זעה מתפלל צו זיין אז מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין אין אזעלכע שווערע זמנים, צו קענען מגדל זיין אונזערע קינדער על פי דרך התורה והיראה.

דער אויבערשטער זאל העלפן, איר זענט אוועקגעגאנגען די לוי' איז ערב שבת, בשעת מען גייט זאגן די לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה, איר וועט שוין היינט זאגן אויבן אין הימל די ווערטער, זאלט איר באמת בעטן פאר אונז אז מיר זאלן קענען ווייטער זוכה זיין ממשיך צו זיין, און זיין א מליץ יושר פאר די אלמנה, פאר די חשובע קינדער, אזעלכע חשובע קינדער אין די רייע, יעדער איינער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין. מיר זאלן זוכה זיין ס'זאל שוין זיין ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הספד הרב ר' ארי' רלב"ג שליט"א

זייער שווער פאר מיר צו רעדן, כ'קען איין זאך זאגן וואס חז"ל האבן געזאגט חבל על דאבדין ולא משתכחין דאס איז אמת לאמיתו.

די פרשה די וואך תמים היה בדורותיו, דורו של נח דורו של אברהם, קען מען זאגן אויף אייער טאטע, זיידע, עלטער זיידע, רבי שלמה אליהו אז ער איז געווען א תמים בדורותיו, נישט נאר אין דעם דור, נאר ווי דער פריערדיגער רב האט געזאגט אינעם פריערדיגן דור, נישט נאר ווען ער איז געווען א אינגל און דער בעלזער רב האט אים פארהערט אלס א בחור פון דרייצן, נישט אליין נאך דער מלחמה געווען א רב און מתיר געווען עגונות מיט שווערע תשובות דארט אין בערלין אין די די פי קעמפס, נישט אליין ווייל ער איז געווען דארט אין סיביר, ער האט געלערנט בחברותא מיט די נאווארדאקער און מיט די אנטווערפענער רבי רבי יענקעלע, און נישט אליין ווייל נאך דער מלחמה געווען א סופר גיטין. ער האט געקענט זיין א רב, אבער איינער פון זיינע רבי'ס האט אים געזאגט אז אין אמעריקא איז א שווערע מצב נאך די מלחמה חינוך פאר קינדער, א סופר גיטין קען אלעמאל וואוינען וואו ער וויל און ער קען האבן אלעמאל חינוך פאר קינדער, אבער ער איז געווען יד ימינו [פון רבי משה], ווען ס'איז געקומען צו שאלות צו גיטין, שווערע זאכן, רבי משה האט אלעמאל מייעץ געווען מיט אים, אפאר מאל אין די תשובות א דריי פיר מאל שטייט אז ער האט גערעדט מיט א "סופר מומחה" ווי צו שרייבן א שווערע נאמען, די סופר מומחה מיינט ר' אלי' ליכטער, דאס מיינט ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, חוץ פון זיין יראת שמים און זיין פשטות, געווען באמת אזוי ווי אמאליגע אידען.

ער האט מיטגעלעבט די מלחמה, כ'ווייס אפילו נישט וויאזוי ער האט געקענט לערנען, ווייל די גאנצע מלחמה נאך טאמאשוב איז ער געוועזן אין סיביר, וויאזוי האט מען געקענט לערנען דארט, און געגעבן זיין פרייע צייט ווי מ'זאגט תורתו אומנתו, אלע זיינע פרייע צייט חוץ פון זיין ארבעט, געזעצען און געלערענט; יעדעס מאל ס'איז געווען א שאלה א הלכה גלייך מיט א גמרא, געווען בקי בש"ס, די סארט אידן האבן מיר שוין נישט היינט, און דאס באמת וועט זיין א זכות אזויווי די גמרא זאגט בזכות מיתת הצדיקים זאל זיין א כפרה אויף די משפחה, אויף די קינדער, און פאר גאנץ כלל ישראל אמן.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הספד נכדו הרב ר' יוסף ליכטער שליט"א

אונז האלטן מיר זיך דא ביים געזעגענען פון אונזער חשובע טייערע טאטע זיידע זצ"ל, די נשמה פון אונזער משפחה, שבת משוש לבינו נהפך לאבל מחולינו, נפלה עטרת ראשינו.

א איד פונדערהיים וואס האט נאך צוגעזען די פריערדיגע דור, א איד וואס איז געקומען פון אן עיר ואם בישראל טאמאשוב, וואס דארט איז געווען תלמידי חכמים, חשובע אידן, אידן וואס זענען געזעצן און געלערנט א גאנץ לעבן, צדיקים איז געווען אין יענע שטאט, וואס דארט האט ער געלערנט אלס קינד ביז די פערצן יאר, און ער איז דעמאלטס אריין ווען ער איז נאך געווען א קינד, איז ער מחונך געווארן דורך זיין גרויסן טאטע רבי חיים יהושע זצ"ל וואס ער איז געווען א דערהויבענער איד ווי יעדער ווייסט, איז אריינגעגעבן געווארן דארט א מורא'דיגע מוראד'יגע אהבת התורה, און דער זיידע זצ"ל איז געזעצן און געהארעוועט א גאנץ לעבן, ער האט שוין מיטגעלערנט די צווייטע מחזור פון דף היומי, ווען מ'איז אריינגעקומען צו אים האט ער אלס געהאט א גמרא אפן, געזעצן מיט חברותות, ער פלעגט זיצן אין גורער ביהמ"ד, מ'האט געזאגט א שיעור דארט אין ביהמ"ד, ער האט געלערנט פאר זיך, אבער ער האט זיך אייביג אנגערופן ער האט אויסגעהערט און געהאלטן אין איין פאררעכטן דארט, פארענטפערן ווען ס'איז שווער געווען. דער זיידע זצ"ל האט נישט ליב געהאט אז מ'זאל רעדן פון אים, אבער למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו איז זיכער אז מ'זאל זיך אפלערנען דערפון, נעמען א מוסר השכל, נעמען אן התעוררות אויף ווייטער.

כ'האב געזען דער זון פונעם כתב סופר, רבי שלמה סופר, ער האט געזאגט ביים הספד אויפן טאטן, די גמרא זאגט אין ירושלמי אז א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט איז ווי אבדה תמורתו, ווי אבדה חליפתו, מי יתן לנו תמורתו, ווער וועט אונז קענען ברענגען אנשטאטס אים. פרעגט דער רבי שלמה סופר, שטייט דאך אין אן אנדער פלאץ אז ווען א צדיק ווערט נפטר איז וזרח השמש ובא השמש אז ס'קומט ארויף א נייער צדיק? ענטפערט ער אזוי, אוודאי ווען א צדיק ווערט נפטר קומט ארויף א נייער צדיק אנשטאטס אים, אבער דער חילוק איז אז אין דער פריערדיגער דור איז א צדיק געווען אסאך א גרעסערע מענטש ווי א צדיק אין דעם דור, און אזוי ווי די דורות פאלן איז יעדע דור ווערט די דור שוואכער, ממילא די צדיקים פון די קומענדיגע דור וועט שוין זיין שוואכער פונעם פריערדיגן דור.

אונזער זיידע זצ"ל ער איז געווען פונעם פריערדיגן דור, געזען האט ער צדיקים ערליכע אידן, ער איז געשלאפן מיטן זלאטיפולער אין איין צימער, געווען ביים הייליגן בעלזער רב, געווען א בעלזער חסיד פונדערהיים, געפארן צום בעלזער רב רבי אהרן, זיך געווייקט דארט אין בעלזא, שפעטער האט ער פארברענגט מיט רבי יענקעלע, זיי האבן געלערנט צוזאמען בחברותא, רבי יענקעלע איז נאך געווען ביי זיי אינדערהיים אין סיביר און זיי פלעגן צו זיצן און לערנען בהתמדה דארט. שפעטער איז ער געקומען דא אין אמעריקא, ער האט זיך געדרייט ביים סקווירא רבי'ן ז"ל און ער איז געווען דבוק צו אים.

אין רוסלאנד איז ער געווען קראנק און געווען כמעט אויף יענע וועלט, די טאג וואס ער איז געווארן אביסל בעסער איז ער ארויסגעלאפן לייגן תפילין מיט מסירות נפש, אזא איד האבן מיר געהאט.

שטייט אין אור החיים הקדוש, א מענטש וואס זיצט און לערנט, וואס דינט דעם אויבערשטן אויף די וועלט, איז יענע וועלט אזויווי אן אריבערגאנג, מ'זעט צדיקים וואס גייען אוועק צו יענע וועלט, זיי זענען דא געווען און יעצט גייען זיי דארט לערנען, זיי האבן דא געלערנט און טוען דארט ווייטער מעשים טובים. זאגט דער אור החיים הקדוש אם בחקותי אז מען גייט מיין וועג איז די גאנצע זאך נאר אן אריבערגאנג.

דער זיידע איז געזעצן און געלערנט א גאנץ לעבן מיט אזא געשמאק, יעדע אייניקל וואס פלעגט אריינקומען צו אים האט ער געפרעגט וואו האלט מען מיט די גמרא? וואס לערנט מען יעצט? ער האט ליב געהאט צו רעדן אין לערנען, רעדן תורה, רעדן שיינע חסידישע זאכן, דערציילט שיינע מעשיות. יעדער איינער האט געברענגט די קינדער צו זען, קוק א איד פון אמאל, קוק א דערהויבענע ערליכע איד. און יעצט ליידער מוז מען זיך געזעגענען פון אים, ער איז געווען ממש פון די לעצטע לעצטע וואס זענען נאך איבערגעבליבן פונדערהיים, ספעציעל פון פוילן וואס ס'איז כמעט גארנישט קיין ערליכע איד געבליבן, איז דאס א מורא'דיגע ווייטאג.

כ'וויל ארויסברענגען נאך איין זאך, ס'איז שוין שפעט ס'איז פרייטאג, אבער מ'דארף ארויסברענגען אז הוא הגבר, דער זיידע איז געווען דער מענטש וואס האט אויפגעטון פאר אידישקייט, מ'קען זאגן אז ער האט אוועקגעשטעלט די גיטין אין אמעריקא, ס'איז געווען שוואך פאר דער זיידע איז אהערגעקומען. רבי משה פיינשטיין זצ"ל ברענגט אים אראפ אין ספר זאכן וואס ער האט נאך מקבל געווען פונדערהיים, ער האט אריינגעברענגט א מהלך אין גיטין וואס ס'איז געווען אויסגעהאלטן לכתחילה ס'זאל ח"ו נישט ארויסקומען קיין מכשולות, דאס האט ער אריינגעברענגט, און ער האט אויסגעלערנט להבחל"ח מיין טאטן אויך אין גיטין, און דאס איז היינט אוועקגעשטעלט פאר'ן גאנצן דור, דאס איז א געוואלדיגע זכי'.

און די עבדות ה', יראת ה', ווי ער האט מורא געהאט פון אן עבירה. להבחל"ח צען יאר צוריק איז ער געווען ביים היינטיגן סקווירא רבי'ן, ער איז געווען מיט א קוויטל דארט, איך בין דארט געווען אין שטוב, ס'איז געווען א שמחה דעמאלטס, האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן ס'כאפט מיך אן א שרעק און מ'גייט שוין באלד גיין אויף יענע וועלט, האט אים דער היינטיגער רבי להבחל"ח געענטפערט: איר לערנט דאך, און אז מ'לערנט האט מען נישט זיך וואס צו דערשרעקן.

ס'איז פאר אונז א געוואלדיגע אבידה, און ס'קען בלייבן פאר אונז ס'זאל בלייבן פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך, ס'שטייט דאך אין די וואכעדיגע סדרה זאגט רש"י תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים, אז די קינדער פון די צדיקים זענען די מעשים טובים, פרעגט מען דאך ס'איז דאך דא אבער קינדער אויך, די קינדער אליינס זענען דאך גוטע מעשים, וואס איז פשט אז די קינדער פון די צדיקים זענען די מעשים טובים? נאר דער זכות פון טוהן גוטע מעשים און דאך בעט ער אז ער זאל האבן גוטע קינדער איז דאס ברענגט א זכי' פאר די עלטערן אויף שפעטער ווייטער, דאס הייסט אז די עיקר קינדער פון צדיקים איז די מעשים טובים, אין זכות פון די מעשים טובים און מ'האט גוטע קינדער דאס ברענגט א זכי' פאר די עלטערן.

ב"ה די זיידע האט איבערגעלאזט אזא גרויסע חשובע משפחה. דער חתם סופר זאגט טאקע אויך, ער פרעגט א קשיא וואס פשט מ'וואונטשט אן לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מעשים טובים קומט דאך פאר חופה? זאגט דער חתם סופר די זעלבע זאך אז מעשים טובים גייט ארויף אויף די קינדער, אז מ'האט חתונה און מ'האט קינדער, וואונטשט מען דעם מענטש לתורה לחופה ולמעש"ט מיינט אז די מעשים טובים זאלן מעורר זיין אז מ'זאל האבן גוטע קינדער.

ער האט אויפגעשטעלט אזא שיינע שטוב. אין די צייט וואס מ'מוז זיך יעצט געזעגענען פון אים, ס'איז א שטארקע ווייטאג. א יאר צוריק האט ער נאך געזאגט ב"ה מ'קען נאך לערנען, ער איז געווען שוואך ער האט נישט געהאט קיין כח, אבער ב"ה מ'קען נאך לערנען.

דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר זיין חשובע אלמנה וואס איז געבליבן, זי זאל זיין געזונט און שטארק, און פאר די גאנצע משפחה, און ס'זאל זיין ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

הספד כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א

ס'איז ערב שבת מיר וועלן נישט מאריך זיין מיט קיין דיבורים, נאר ארויסברענגען אין קורצע ווערטער, מ'איז זיך צוזאמגעקומען פאר אן אדם חשוב מאוד, א תלמיד חכם מופלג, שטענדיג געזעצן ביי די גמרא און געלערנט, ספרא דדיינא, אסאך גדולי ישראל האבן זיך סומך ידיו געוועזן אויף וואס ער האט געזאגט, א געוואלדיגע אבידה פאר די משפחה און גוטע פריינט, פאר די גאנצע שטאט בכלל און ביהמ"ד בפרט.

מען געפינט ביי נח די וואך אין די פרשה אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלקים התהלך נח. מפרשים זענען מסביר, ס'איז דא פארשידענע ערליי דורות, ס'איז דא דורות וואס ס'איז גרינג צו זיין א איד, די גאנצע מקום איז אן ערליך מקום, מ'דרייט זיך צווישן ערליכע אידן, מ'זעט נישט קיין שלעכטס פאר די אויגן, ס'איז דא חיזוק עידוד פון אנדערע, מ'פירט זיך אויף ערליך, דאס איז אויך א מדריגה אבער נישט אזוי חשוב ווי ווען איינער געפינט זיך פארווארפן ערגעץ אויף א פלאץ צווישן רשעים, ער דרייט זיך נישט צווישן ערליכע אידן, און פונדעסטוועגן דאך האלט ער אויס און ער שטייט ערליך און דינט דעם אויבערשטן.

נח האט אדורכגעלעבט אין זיינע דורות אלע פיריאדן וואס ס'איז שייך ביי מענטש'נס לעבן, ער איז געוועזן קודם אין א דור וואס ס'איז געוועזן צדיקים מיט רשעים צוזאמען, ס'איז געווען די דור המבול ס'איז געווען מתושלח וואס איז געווען א צדיק, שפעטער איז געווען א דור נאר פון רשעים, שפעטער ווען ס'איז אדורכגעגאנגען די חורבן איז ער געבליבן נאר פון א דור פון ערליכע אידן , ס'איז געווען ער מיט די קינדער, נח האט זיך נישט געטוישט, ער איז געווען דער זעלבער צדיק אין אלע זיינע דורות, אלע זמנים וואס ער איז אדורכגעגאנגען איז ער געבליבן א צדיק תמים פאר'ן אויבערשטן. נח איש צדיק תמים היה, ער איז געווען א צדיק תמים "בדורותיו", אין אלע זיינע פילע דורות וואס ער איז אדורכגעגאנגען, כאטשיג ס'איז געווען פארשידענע זמנים איז ער געווען א צדיק.

מ'קען זאגן אויף רבי שלמה אלי' ער איז אדרורכגעגאנגען בדורותיו, געבוירן געווארן אין פוילן, געוועזן אויף א מקום אן עיר מלאה חכמים וסופרים, ער האט זיך געווייקט ביי ערליכע אידן, אדורכגעגאנגען נאכדעם אזא חורבן פון אזויפיל יארן וואס ער האט זיך געמוטשעט אונטער די רשעים, פונדעסטוועגן דאך האט מען זיך געהאלטן אידיש און פרובירט וואס מ'האט געקענט טוהן מצוות און מעשים טובים, ס'איז אדורך די חורבן געקומען אהער אויף אמעריקא און ער האט געדארפט אנהייבן פונדאסניי, ער האט אויפגעשטעלט ב"ה אזא שיינע שטוב תלמידי חכמים ערליכע אידן אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס זענען שומרי תורה ומצוות, חסידישע אינגעלייט. איש צדיק תמים היה בדורותיו, ער איז געווען א צדיק תמים אין אלע זיינע דורות וואס ער איז אדורכגעגאנגען איז ער געבליבן דער זעלבער רבי שלמה אלי', דער זעלבער צדיק און דער זעלבער ערליכער איד, ס'האט אים גארנישט געטוישט ארום און ארום, ער האט זיך געפירט אזויווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים.

און אלה תולדות נח, מען קוקט אויף די קינדער, אויף די תולדות פון נח, זעט מען אז נח איש צדיק תמים היה בדורותיו, איבערגעלאזט אזעלכע שטובער אזעלכע תלמידי חכמים ערליכע אידן דאס ווייזט אויפן טאטן אויפן זיידן וואס האט אריינגעלייגט כוחות אין זייערע קינדער.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר די אלמנה און פאר די גאנצע משפחה, כ'וויל מפייס זיין טאמער אמאל אין ביהמ"ד אויב מ'האט נישט נוהג כבוד געוועזן ווי ס'דארף צו זיין, אוודאי מיט זיין גוט הארץ וועט ער אוודאי מוחל זיין פאר יעדעם איינעם, ער זאל זיין א מליץ יושר פאר די גאנצע משפחה, און מיר זאלן זוכה זיין צו ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל ככל פנים בביאת בן דוד במהרה בימינו אמן.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

רבי חיים יהושע ליכטער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

דער בעל אכסניא פון רבי יענקלע זי"ע אין סיביר, ר' אלי' פאטער רבי חיים יהושע ליכטער זצ"ל איז געבוירען געווארען אין האלאשיץ י"ז אדר תר"ס (נפטר געווארען אין זעלבען טאג י"ז אדר תשכ"ז) צו זיין טאטע הגה"צ רבי אברהם'טשע ליכטער זצ"ל הי"ד סופר ושליח ציבור אין נאראל וואס האט נאך געוואוינט דענמאלט לעבען זיין שוויגער א אלמנה אין האלאשיץ. זיין שוויגער איז געווען א תאומים-פרענקל.

זיין שווער איז געווען הגאון רבי חיים יהושע וואלף (משפחת וואלף) זצ"ל ראב"ד אין האלאשיץ (חתן הגאון ר' יהושע העשיל תאומים פרענקל זצ"ל נכד הרה"ק ר' יהושע העשל מקאמרנא זי"ע בן הברוך טעם זי"ע).

רבי חיים יהושע וואלף איז אוועק אינג (אין די תר"ן יארען) איבערלאזענדיג זיין אלמנה און טאכטער רחל רבקה. איז די אלמנה געגאנגען מיט איר טאכטער צו איר קאזין דער שינעווער רב זי"ע פאר א ברכה פאר א גוטע שידוך און ער האט איר גאר שטארק אנגעווינטשען.

זי האט חתונה געהאט מיט ר' אברהם'טשע ליכטער מנאראל וואס איז געזעצען אויף קעסט אין האלשיץ און שפעטער ווייטער געוואוינט פאר א שטיק צייט אין האלאשיץ ביז ער האט זיך באזעצט צוריק אין נאראל.

רבי חיים יהושע ליכטער האט שוין אלס קליין קינד ארויס געוויזען זיין הייליגע נשמה. ביי די 7 יאר איז געווען א גזירה אין פוילין אז מען דארף גיין לערענען לימודי חול; האט ער גענומען דער וואנדער שטעקען (וויאזוי נעמט א קינד דער וואנדער שטעקען האט ר' אלי' קיינמאל נישט דערציילט) און זיך ארויס געלאזט וואוינען אין אנדערע שטעט כדי נישט צו דארפען גיין אין סקול לערנען לימודי חול.

איך שטעל זיך פאר אז מען האט אים מיט געשיקט מיט אנשים נאמנים און אוודאי נישט אליינס געפארען, אבער אזוי ווי ער האט כמעט נישט גערעדט קיין איביריגע ווארט אין זיין לעבען, האט ער נישט דערציילט די פרטים פון זיין וואנדערונג (זיין גרויס יחוס האט ער אויך נישט דערציילט נאר מען האט עס געדארפט אויס געפונען). מיר ווייסען נאר די פועל יוצא דערפון, וואס מען זעהט אז ער האט זיך געדרייט שוין אלס קינד ביי הייליגע צדיקים (מגזע בעלזא וטשערנאבל ועוד) און מקבל געווען הדרכה מיט הויפענעס יראת שמים פון זיי. די פאר פרטים וואס ר' אלי' האט געוויסט און דערציילט וועלען מיר דא איבערגעבען.

ער איז אנגעקומען אלס אינגעל קיין זאמושט און דארטען געלערענט ביים רב פון שטאט הגאון רבי יוסף שלמה שבתי הלוי האראוויץ זצ"ל (שהי' בן אחר בן של החוזה מלובלין זי"ע) עטליכע יאר (ביז די 11 מסתמא - מען דארף טשעקען די טעיפ). ער איז געוועון א תלמיד מובהק פון זאמושטער רב.

ער האט אויך געלערענט ביי הרה"ק ר' פיניע מאוסטילא (ווען דאס איז געווען ווייסען מיר נישט), און חתונה געהאט בערך שנת תר"פ און געווארען א איידעם ביי הגה"צ ר' אלעזר שטראסבורגער זצ"ל אין טומאשוב און זיך דארט באזעצט.

מיום עמדו על דעתו (וואס דאס מיינט נאך א סאך פאר די בר מצוה), פלעגט ער זיך שטעלען דאווענען ביים וואנט און זיך נישט אויסגעדרייט דאס גאנצע דאווענען (יהי' מה שיהי'), נאר איז געווען דבוק אין באשעפער.

ווען די באמבעס זענען געפאלען איבער טאמאשוב האט מען דערציילט אז דער גאנצער בית המדרש איז געגאנגען כאדארים, אבער ער האט ווייטער זיך נישט אויסגעדרייט די קאפ די גאנצע צייט זעהן און הערען, נאר געשטאנען די גאנצע צייט מיט די פנים אל הקיר און געשטעלט זיין גאנצע בטחון אין באשעפער.

ש"ב הרה"ק רבי יהושע'לע טאמעשאווערס זי"ע בן זקונים הרב הצדיק רבי הערש אלימלך פרישערמאן זצ"ל איז געווען דער ידיד נעורים פון ש"ב רבי חיים יהושע ליכטער זצ"ל.

(וויאזוי ער איז געווארען א סופר וועלען מיר בל"נ שרייבען אין שפעטערע תגובות)
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

די קשר משפחה פון רבי חיים יהושע זצ"ל מיט רבי הערש אלימלך זצ"ל זענען ווי פאלגענד:

א) רבי חיים יהושע ליכטער זצ"ל ב"ר אברהם ב"ר שלמה ב"ר אליעזר (הנקרא רבי לייזער מנאראל).

רבי לייזער'ס שוויגער מרת חי' און הרה"ק רבי יוס'לע יארטשובער'ס ווייב מרת לאה זענען געווען שוועסטער, ביידע טעכטער פון הרה"ק רבי אהרן מסטארי דזיקוב. (ר' לייזער'ס ווייב האט געהייסען מרת פריידא)

ווען הרה"ק רבי יהושע'לע טאמאשובער פלעגט קומען קיין נאראל פלעגט ער גיין באזוכען זיין מומע (זיין מאמע'ס שוועסטער) דארט.

ב) נאכדעם איז אויך געווען א שטאט שייכות מיט רבי חיים יהושע'ס פרוי. זי (מרת עטל) איז געווען א יליד טאמאשוב (דור דורות). איר טאטע'ס טאטע ר' אלי' אהרן שטראסבערגער איז געווען דער ראש הקהל אין טאמאשוב און יעדער מאל הרה"ק רבי יהושע'לע טאמאשובער פלעגט קומען פון אונגארן צוריק קיין טאמאשוב (וואס דאס איז געווען כאטש איין מאל אין יאר צו קברי אבות) פלעגט ער אריין טרעטען ביים ראש הקהל (איר זיידע) און זי פלעגט אים דארט זעהן (דאס איז געווען ביז די אכט יאר ווען רבי יהושע'לע איז נסתלק געווארען אין תרס"ו, אבער זי האט אים גוט געדענקט).

ג) און א דריטען קשר איז שוין מער א רוחניותדיגע מחותנים'שאפט ווי פאלגענד.

דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע האט געהאט צוויי גרויסע תלמידים וואס האבען געפירט ראביסטעווע בחייו אין מזרח גאליציע, דאס זענען געווען הרה"ק רבי אביש מלוביטש זי"ע און הרה"ק רבי פייוויש מהובנוב זי"ע, און רבי חיים יהושע איז געווען א אייניקל פון רבי אביש מלוביטש.

הרה"ק רבי פייוויש מהובנוב זי"ע און הרה"ק רבי יוסף מיארטשוב זי"ע (אויך פון די גרויסע תלמידים פון חוזה) זענען געווען מחותנים, ווייל רבי פייוויש'ס זוהן הרה"צ רבי יעקב משה זצ"ל איז געווען א איידעם פון הרה"ק רבי יוסלע יארטשובער זי"ע נעמענדיג זיין טאכטער מרת פריידא. קומט אויס אז רבי יעקב משה מהובניב און רבי יהושע'לע טאמאשובער זענען געווען שוואגערס, און רבי יעקב משה איז אויך געווען א צוגעקומענע פעטער צו רבי הערש אלימלך און א צוגעקומענע שוועסטער קינד סיי פון רבי חיים יהושע און סיי פון רבי הערש אלימלך; און פון זעלבען קוואל (פון: הרבי מלובלין ותלמודיו: השר שלום מבעלזא, רבי אביש מלוביטש, רבי פייוויש מהובנוב, ורבי יוסף טאמאשובער, און זייער בשותפות'דיגע זיידע רבי אהרן מסטארי דזיקוב) האבען זיי געשעפט.

(ואגב האב איך געזעהן ערגעץ אז רבי יוסף מיארטשוב האט געהאט א זוהן מיטען נאמען "ר' אברהם אביש", און דער ר' אברהם אביש האט אפגעקויפט די זכותים צו דריקען איינע פון די ספרי תלמידי בעל שם (אפשר קאזניץ); און עס ווינדערט מיר צו דער ר' אברהם אביש האט אפשר נישט געהייסען נאך רבי אביש מלוביטש וואס איז ביי מיר כמעט זיכער אז רבי יוסף יארטשובער האט געהאט גאר א נאנטע שייכות מיט אים, אבער צו די שייכות איז געווען עד כדי כך א נאמען צו געבען נאך אים? ווער עס ווייסט דער פתרון דערפון ביטע עס לאזען וויסען.

ליבי אומר לי אז א נאמען צו געבען נאך אים וואלט ער געדארפט זיין א תלמיד אדער משפחה ווי למשל א נעפיו)
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:09 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

פארשאפט

עס איז איבערגעדרוקט געווארען לעצטע וואך, און די המשך די וואך.

אויך איז היינט געווען געדרוקט אין "דער איד" א הערליכע באשרייבונג אויף רבי שלמה אליהו וואס א אייניקל האט געשריבען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”