רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל - סופר סת"ם - ג' חשון תשע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל - סופר סת"ם - ג' חשון תשע"ט

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:11 pm

הגאון ר' שלמה אליהו ליכטער זצ"ל, טאמעשעווער עילוי, איז געווען דער סופר סת"ם בה"א הידועה וואס אלע גדולי ישראל האבן זיך סומך געווען אויף אים אין די הארבסטע שאלות (ווי דער וויענער רב שליט"א האט אים מספיד געווען). פון די גאנצע וועלט האט מען אים אנגעפרעגט אין הלכות גיטין וחליצה און ספעציעל אין שמות גיטין, וואס מיט זיין ווארט האבן זיך אלע גערעכנט. אלע תשובות להלכה אין די ענינים איז געווען מונח בקופסא כנ"ל, און ווי איין רב האט זיך אויסגעדריקט האט מען זיך מפלפל געווען מיט אים און למעשה האט זיך אלעמאל ארויס געוויזן אז ער איז גערעכט.

ער האט געשריבן איבער דרייסיג טויזנט גיטין אין זיין לעבן ביי אלע קרייזן און ביי אלע בתי דינים, אנהייבנדיג אין די די פי לאגערן אין בערלין וואו ער האט במשך תש"ו-תש"ט געשריבן 13 גיטין. ער איז געווען א דיין אין די די פי לאגער לעכסטפעלד וואו ער איז אונטערגעשריבן אויף עטליכע היתר עגונות.

ער איז געווען א תלמיד חכם מופלג און א מח נפלא וואס האט אין זיין לעבן נישט פארברענגט קיין איין איבריגע מינוט לאיבוד, ביי די 14 יאר האט ער שוין געהאט מסיים געווען ש"ס מיט שו"ע או"ח יו"ד און אבע"ז.

מיט דעם אלעם האט ער זיך נישט מתלבש געווען באיצטלא דרבנן און ממש גארנישט געמאכט פון זיך, די וואס האבן אים נישט ריכטיג געקענט האבן געקענט מיינען אז ער איז א ת"ח מן השורה נישט וויסנדיג אז דא האט מען צו טון מיט א ריז אין תורה וואס כל שבילי התורה איז ביי אים געווען אזוי קלאר כשבילי ניו יארק (יא, ער האט די מאפע ווי אלעס אויך געקענט על בוריו).

ער איז געווען א חבר פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע און אויך די איינציגסטע וואס מיר ווייסן וואס האט געהאט סמיכה פון אים אין סיביר. רבי יענקעלע איז איינגעשטאנען אין סיביר ביי זיין טאטן הגה"צ חסידא ופרישא ר' חיים יהושע ליכטער זצ"ל טאמעשאווער סופר און ביי זיי געהאט מטה שלחן כסא ומנורה פאר א לאנגע שטיק צייט. רבי אלי' ווי מען האט אים גערופן איז געזעצען און געלערענט מיט רבי יענקעלע און אויך מיט זיין טאטע א גאנצן טאג, חוץ ווען רבי יענקעלע האט געלערענט מיט קינדער פאר פרנסה. רבי יענקעלע האט געהאט פאר רבי חיים יהושע אויסטערלישע הערצה.

רבי יענקעלע האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי אלי' אז "מיינע גוטע פריינט וועל איך נישט פארגעסן לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי".

פון דערהיים איז רבי אלי' געווען א בעלזער חסיד, צוריקגייענדיג בן אחר בן פון אלע בעלזא רבי'ס ביזן הייליגן שר שלום זי"ע, אבער דא אין אמעריקא האט דער בעלזער רב זי"ע געהייסן זיינע חסידים גיין צו זיין פלומעניק דער סקווירא רבי זי"ע. רבי אלי' איז געווען איינע פון די הויז בחורים פון הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע מסקווירא, און האט אים באגלייט יעדן טאג אין מקוה. זיין טאטע רבי חיים יהושע איז געעוען פון די נענטסטע חסידים פון סקווירא רבי זי"ע און גענאסן גרויס הערצה פונעם רבי'ן, און דער סקווירא רבי האט געמאכט זיכער אז ער זאל זיצן דאס נענטסטע צו אים.
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:15 pm

ביי די חופה אול"י כ"ג טבת תשי"ב לפ"ק אין וויליאמסבורג

החתן רבי שלמה אלי' זצ"ל, מסדר קידושין הרה"ק מסטראפקוב זי"ע, און אינדערמיט זעט מען זיין טאטע חסידא ופרישא רבי חיים יהושע זצ"ל
צוגעלייגטע
חופה.bmp
חופה.bmp (466.12 KiB) געזעהן 3362 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:20 pm

בד"ה
יוראפ האט געשריבן:
ער האט געשריבן איבער דרייסיג טויזנט גיטין אין זיין לעבן ביי אלע קרייזן און ביי אלע בתי דינים, אנהייבנדיג אין די די פי לאגערן אין בערלין וואו ער האט במשך תש"ו-תש"ט געשריבן 13 גיטין.
.

לפי חשבון האט אים פארנימען די כתיבת גיטין בערך 50 טויזענט שעה פינעם לעבן.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:23 pm

גייענדיג צו די חופה, אונטערגעפירט דורך (לינקס פון בילד) זיין טאטע זצ"ל, און (רעכטס) הרב ר' פסח גרינבערג זצ"ל העומד מצד הכלה וואס להבחל"ח איז געווען א יתומה וואס מ'האט פאר איר געמוזט געפונען א חתן מיט א בארד
צוגעלייגטע
חופהה.bmp
חופהה.bmp (628.18 KiB) געזעהן 3339 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:25 pm

רצון טוב האט געשריבן:בד"ה
יוראפ האט געשריבן:
ער האט געשריבן איבער דרייסיג טויזנט גיטין אין זיין לעבן ביי אלע קרייזן און ביי אלע בתי דינים, אנהייבנדיג אין די די פי לאגערן אין בערלין וואו ער האט במשך תש"ו-תש"ט געשריבן 13 גיטין.
.

לפי חשבון האט אים פארנימען די כתיבת גיטין בערך 50 טויזענט שעה פינעם לעבן.

מתוך שהם חסידים התורה מתברכת, זייענדיג אן עילוי מיט אן אויסטערלישע תפיסה האט ביי אים א גט נישט גענומען מער ווי 20 מינוט (די שנעלסטע איז געווען 15 מינוט, ווי געשריבן אינעם אנדערן אשכול).

אלע שווערע גיטין וואס זענען אנגעקומען צום קאפישער רב זי"ע איז ער געווען דער סופר, און מינוטן האט דארט אויסגעמאכט א גרויסע נפק"מ וד"ל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:28 pm

דא לערנט ער פאר תורה פאר אידישע קינדער אין די די פי לאגער לעכסטפעלד אין תש"ו [מיט א קאפל צוגעשטעלט דורך די דזשוינט]
צוגעלייגטע
דפ.bmp
דפ.bmp (453.18 KiB) געזעהן 3315 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:44 pm

נאך א בילד ביים קבלת פנים צוזאמען מיט הרה"ק מסטראפקוב זי"ע, און שטייענדיג לינקס איז הרה"ק ר' מאיר יחיאל מנאראל זי"ע
צוגעלייגטע
קבלת פנים1.bmp
קבלת פנים1.bmp (377.4 KiB) געזעהן 3285 מאל
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:46 pm

שכוח פאר די געוואלדיגע בילדער
מיט אנטשולדיגונג, לאמיך אריינהאקן מיט צוויי שאלות:

א) איז ער געווען א קרוב מיט הגה"צ מהרש"ז ליכטער שליט"א מכוונת הלב?
ב) ווער זענען זיינע קינדער?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:13 pm

ראספשע האט געשריבן:שכוח פאר די געוואלדיגע בילדער
מיט אנטשולדיגונג, לאמיך אריינהאקן מיט צוויי שאלות:

א) איז ער געווען א קרוב מיט הגה"צ מהרש"ז ליכטער שליט"א מכוונת הלב?
ב) ווער זענען זיינע קינדער?

א) נישט וואס מ'ווייסט (ער איז דאך געווען א גאליציאנער)

ב) זיינע זון:
הרב יעקב אלימלך יצחק
הרב אהרן

איידעמער:
הרב אברהם אבא מיללער
הרב גרשון ישראל ברייער
הרב יהושע מאיר ווייזער
הרב לוי יצחק ראזענפעלד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:18 pm

נאך א בילד פון אים אין די די פי לאגער (קיינמאל נישט צוגערירט די בארד)
צוגעלייגטע
גפ2.bmp
גפ2.bmp (398.2 KiB) געזעהן 3233 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:47 pm

רבי שלמה אליהו זצ"ל האט אים זיין חבר רבי יענקעלע זי"ע גענומען צום סאטמאר רב זי"ע ווי ער איז געזעצען ביי זיינע שיעורים אויף מקוואות. דער סאטמאר רב האט פון אים שטארק הנאה געהאט (און אים אפילו געבעטן שרייבן די שיעורים) און אים איינמאל שטארק געדרוקט די האנט ווען ער האט אמאל געראטעוועט די מצב מיט א שארפן איינפאל אז איינער זאל נישט פארשעמט וווערן, און דער סאטמאר רב האט אים דערפאר געדרוקט שטארק די האנט פון הנאה פארען כאפ.

הגאון רבי יצחק לעבאוויטש שליט"א וואדרידזשער רב האט דערציילט, אז ער איז געווען אנוועזענד אמאל ביי א הכנסת ספר תורה ביים קיוויאשדער רב זי"ע ווי הרב חיים יהושע ליכטער איז געווען די סופר צו פארענדיגן, און דער סאטמאר רב זי"ע איז געקומען שרייבען א אות. געדענקט ער אז דער סאטמאר רב האט געשמועסט מיט ר' חיים יהושע און רבי חיים יהושע האט אים עפעס געוויזען וועגען א שם (לכאורה קבלה).

הרב שלמה אליהו איז אמאל נישט געזונט געווען און געגאנגען מיט א אייידעם צו הרה"ק רבי הערשלע ספינקא זי"ע פאר א ברכה. פרעגט ער אים צו ער איז עפעס צום טאמעשאוווער סופר ר' חיים יהושע ליכטער. זאגט ער יא, דאס איז געווען מיין טאטע. שטעלט זיך רבי הערשעלע אויף מלא קומתו מיט התרגשות און זאגט אים "איך טראג זיינע תפילין".
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:57 pm

דער נאראלער רבי שליט"א האט דערציילט אז דער בעלזא רב זי"ע האט אים געשיקט נאך דער צווייטער וועלט מלחמה ער זאל גיין אויס זיכען ר' חיים יהושע זצ"ל ער זאל פאר אים שרייבען ר"ת תפילין, אבער ער האט אים נישט געקענט טרעפען (ער איז נאך געווען אין דייטשלאנד). איז שפעטער האט טאקע דער בעלזא רב זי"ע באשטעלט ביי אים א מגילה.

אזוי אויך איז דער מזוזה אויפען קוויטל שטוב פונעם סקווירער רבי שליט"א געשריבן געווארן פונעם חו"פ ר' חיים יהושע ליכטער טאמעשאווער סופר.
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:08 pm

רבי חיים יהושע'ס טאטע איז געווען הגה"צ רבי אברהם (אברהם'טשע) ליכטער הי"ד פון נאראל. ר' אברהם'טשע איז געווען נאראלער סופר און ביי אים זענען איינגעשטאנען אלע גדולי ישראל וואס זענען געקומען קיין נאראל, ווי למשל דער זלאטיפאלער רבי זי"ע און הגאון רבי מנחם זעמבא זי"ע.

ווען דער ויגד יעקב זי"ע האט געוואלט שרייבן א ספר תורה האט אים דער בעלזא רב זי"ע מציע געווען אז ער זאל גיין צו רבי אברהם'טשע סופר. וכך הוי, דער ספר תורה וואס די הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען אין פאפא בשנת תרצ"ד איז געווען געשריבן דורך רבי אברהם'טשע ליכטער זצ"ל סופר און שליח ציבור (ימים נוראים) אין נאראל.

א בילד פונעם הכנסת ספר תורה אין פאפא, קרעדיט: הלשון
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:21 pm

רבי שלמה אליהו זצ"ל האט נאך געזען אסאך גדולי ישראל פאר'ן קריג, צוויי מאל געפארן קיין בעלז מיט זיין טאטע (אין שנת תרפ"ח ביי די דריי יאר, און שנת תרח"ץ ביי די בר מצוה), אויך איז ער געווען מיטן בעלזער רב זי"ע אין לוביטש (א פיס גאנג פון טאמאשאוו) די לעצטע פאר שבתים פאר עס האט אויסגעבראכן דער קריג.

אין טאמעשאוו איז ער געגאנגען און געזען ווען זיי זענען געקומען אלע פיר זוהן פון הרה"ק רבי יעקב ליב מטריסק זי"ע (יעדער פון זיי זענען געקומען אין זייער באשטימטע שבתים איבערן יאר), אבער ספעציעל זיך געקוויטעלט ביים זוריקער זי"ע.

אין לעמבערג האט ער געזען הרה"ק רבי ישעי'לע טשעכויבער זי"ע און דער קדושת ציון זי"ע פונדערווייטנס אנגעטון מיט א קאלפיק.

אויך איז ער געווען ביי הרה"ק רבי פיניעלע מאוסטילא זי"ע פון וועם זיין טאטע איז געווען א תלמיד.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:30 pm

ווי האט ער געוואוינט?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 5:32 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:ווי האט ער געוואוינט?

אין וויליאמסבורג

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:10 pm

רבי שלמה אליהו איז געבוירן געווארן אין טאמעשאוו לובעלסק (טאמעשאוו אין לובלינער געגענט) י' אדר תרפ"ה. זיין סנדק איז געווען הרה"ק רבי לייבוש ציעשינובער זי"ע ווי זיין טאטע איז געווען דער גבאי און אויסרופער און פון זיינע נאנטע מענטשן אינעם צאנז'ער שטיבל אין טאמעשאוו.

רבי חיים יהושע איז געווען פון די וואס האבען געברענגט רבי לייבוש קיין טאמעשאוו; קענענדיג אים ביים ערשטע וועלט מלחמה ווען ער מיט נאך א 10 בחורים פון טומאשאוו זענען געווען פליטים אין צעשינוב.

ער איז שוין געווען גרייט צו פארן לערנען אין ישיבה חכמי לובלין אויפען ווינטער זמן ת"ש (וואו זיי וואלטן זיך באסמאקעוועט מיט אזא ש"ס בחור) אבער די מלחמה האט אויסגעבראכען און איז פארוואגעלט געווארען קיין סיביר.

אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 6:56 pm


shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוקטובער 14, 2018 7:29 pm

ווי איז געווען די לווי? ווער האט מספיד געווען?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:36 pm

shalsheles האט געשריבן:ווי איז געווען די לווי? ווער האט מספיד געווען?

וויענער רב שליט"א, אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, אבד"ק מגד יהודה, און נאך א חשוב'ער רב פון די ליטווישע קרייזען. די אלע זענען געווען אין פארבינדונג מיט אים יארן לאנג בעניני גיטין.
די לוי' איז פארגעקומען פארגאנגענעם עש"ק אינדערפרי פארנט פון סאמבאטהעלי ביהמ"ד נישט ווייט פון זיין הויז אויף פענן סט.
חבל על דאבדין!

אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:46 pm

האמיר נאך געהאט די זכי׳ צו דאווענען מעריב פאריגן ווינטער אין זיין הויז און ער האט פארגעדאווענט פארן עמוד לע״נ אבותיו

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:54 pm

האמיר נישט געוואוסט בחייו מגדלתו, יהא זכרו ברוך.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:06 pm

ביי א כתובה ליינען פון אן אייניקל בערך 2 יאר צוריק
צוגעלייגטע
684.jpg
684.jpg (284.25 KiB) געזעהן 2730 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:24 pm

הערליכער אשכול פון א גאון וחסיד, נחבא אל הכלים, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיר טיבותא לנפשיה.

יישר כח הרב מיוראפ פטר די אינהאלטסרייכע פרטים און הערליכע בילדער.

יהא זכרו ברוך ויושר יליץ בעד משפחתו ומכיריו.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:58 pm

יוראפ האט געשריבן:ביי א כתובה ליינען פון אן אייניקל בערך 2 יאר צוריק

מסתם א חתונה בבית חתנו הרב ראזנפעלד ווייל קוקט אויס אז אין פראנט פון עם שטייט הרב יהושע רובין באבוב 45 רב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: המתבודד בין הבריות און 6 געסט