רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' מאיר (הגדול) מפרעמישלאן (בהרה"ק ר' יעקב) (דער זיידע פון הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע) - איז געוועהן א תלמיד פון בעש"ט הק' זי"ע. ער איז אויך געוועהן א חבר להבעש"ט הק'. אין די יונגע יארן איז ער געוועהן א צדיק נסתר און שפעטער על פי עצת הבעש"ט הק' איז ער אויך געווארן א מנהיג פון חסידים. ער איז נפטר געווארן בשנת תקל"ג לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די יארצייט איז כ"ב אב תקל"ג לפ"ק
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי יצחק מקאליש הנזכר על המצבה (ארבארע, רומעניא), הוא בן רבי אהרן אריה בן רבי מאיר הגדול מפרימישלאן.
בנו של רבי יצחק - יחיאל מיכל, נקרא בפי החסידים ר' מיכלי מלמד.
ר' מיכלי היה נשוי לבתו של ר' אהרן מברצ'יבה.
אטעטשמענטס
רבי מיכל מלמד.jpeg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבה ששוקמה ע"י אגודת אהלי צדיקים על מקום ביה"ח הישן בפרימישלאן מקום מנוחת הרה"ק רבי מאיר הגדול מפרימישלאן זי"ע

img_7510.jpg
img_7512.jpg
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הרה"ק ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן זיע"א
בן הרה"ק ר' יעקב זיע"א
כ"ב אב תקל"ג


הרה"ק ר' מאיר הגדול ראש שלשלת פרימישלאן- ונדבורנא זי"ע נולד בשנת תס"ג לאביו הגה"ק ר' יעקב זי"ע, בהרה"ק ר' דוד זי"ע בהרה"ק ר' משה זי"ע שהיה מכונה השרף על שם התלהבותו ומסירותו לעבודת הבורא ב"ה, ולמעלה בקדש גאוני וצדיקי ארץ, כולם בעלי גלוי אליהו ז"ל, עד רבינו הגה"ק ר' יצחק מקורביל בעל הסמ"ק זי"ע מגזע התנא האלקי הלל הזקן זי"ע מגזע שפטי' בן דוד המלך ע"ה חיי וקיים זי"ע.

רבינו היה איש אלקים קדוש ונורא, בקי בנגלה ובנסתר, חבר נאמן מרבינו מרן הבעל שם טוב הק' זי"ע ולהרה"ק ר' יצחק מדראהאביטש זי"ע והרה"ק ר' משה פאסטאק זי"ע שהם עקרו מן העולם כת הכופרים הפרענקיסטען בלבוב,

רבינו זכה לתלמידים גדולים, שגאונים וקדושים הסתופפו בצל קדשו ובין תלמידיו הי' הרה"ק איש אלקים ר' שבתי מראשקוב בעל סידור ר' שבתי זי"ע והרה"ק ר' מנחם מענדל מפרימישלאן זי"ע והרה"ק ר' פייביש מבלאשיוועץ זי"ע ושאר גו"צ זי"ע. בא וראה כח רבינו עד שכתב עליו בספר דגל מחנה יהודה מהרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין זי"ע כי הי' רבינו בכח להוריד שרי מעלה וכן העיד הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע

רבינו השאיר אחריו כתי"ק חיבורים גדולים בשם אור תורתו של ר' מאיר עה"ת בדרך פרד"ס ועל הש"ס חידושים נפלאים, ובאיזהו מקומן של שבחים ציין בסוף המאמר "ע"כ אמר לי מט"ט " ע"כ אמר לי מיכאל" ע"כ אמר לי גבריאל" ונכדיו מרבינו ניסו לסדר כתבי קדשו לדפוס ופתאום הבערה ללהב יצאה ונשרפו הכתבי קודש, ופעם אחת הראה רבינו לתלמידיו הק' את הצנצנת המן אשר משה רבינו ע"ה הניח למשמרת לדורות, כדבר ה' אליו בפרשת בשלח קאפיטעל ט"ז פסוק ל"ב והוציאוהו בימי ירמיה ע"ה כמאמרם ז"ל מכילתא בפרשת בשלח.

כשהתחיל להאיר אור קדושתו נזדמן לו פעם להיות בעיר אחת, והזמינוהו שם לסעודת ברית מילה, הרב של העיר שהיה ממתנגדי הבעש"ט זי"ע ישב בראש השלחן, ורבינו ישב מן הצד בסוף השלחן וחסידיו סבבו רבינו כדי לשמוע בקול דברו, הדבר היה בראש חודש , אמר רבינו לחסידיו שיזמרו את מזמור היום ברכי נפשי תהלים קאפיטעל ק"ד, חרה אפו של הרב על רבינו שמתנהג בחסידות בדרך הבעש"ט זי"ע והתחיל לומר דברי תורה, שהיה בהם קינטור על רבינו, אחר ברכת המזון נמלך הרב בדעתו שלא טוב עשה לקנטר את רבינו, ורצה לפייסו, הלך וישב על רבינו ואמר ר' מאיר! העולם אומרים שיודע ללמוד, ובכן יגיד נא דבר תורה. ובזה רצה לפייסו. נענה לו רבינו ואמר: אנחנו נגיד מענינא דיומא מהמזמור ברכי נפשי שאמרנו עכשיו לכבוד ראש חודש. "יצא אדם לפעלו ולעבדתו עדי ערב" אדם צריך קודם כל לתקן את פעולתו ועבודתו של עצמו, ואחר כך "עדי ערב" יוכל לתקן גם את הערבות, שכל ישראל ערבים זה לזה, אבל כל זמן שלא תיקן האדם את עצמו, אינו יכול לתקן אחרים ולהדריכם בתורת ה'. נכנסו הדברים ללב הרב, והפציר מרבינו לסדר לו דרכי התשובה ולהדריכו בעבודת ה' בדרך הבעש"ט זי"ע, אמר לו רבינו שאין לו עצה אחרת אלא לנסוע להבעש"ט זי"ע, מיד נסעו שניהם להבעש"ט זי"ע, והרב נשאר דבוק להבעש"ט זי"ע ונעשה חסיד מובהק שלו.

שתי אחים גדולים וקד' הי' לרבינו הרה"ק ר' צבי הירש פאטאקער זי"ע שהי' נמי חברו ואיש עצתו של מרן רבינו הבעש"ט הק' זי"ע ואחיו הרה"ק ר' יהודה לייב שהי' נקרא ר' ליב שומר שבת זי"ע על שם זהירותו המופלגת בהלכות שבת.

בניו הק' היה הרה"ק בנו בכורו ר' ארון לייב מפרימישלאן זי"ע והרה"ק ר' דוד מקאליש זי"ע והרה"ק ר' פסח חסיד זי"ע.
בשנת תקל"ג כ"ב מנחם אב קרא רבינו לבנו בכורו הרה"ק ר' ארון לייב זי"ע ומסר לו רזי תורה וחכמה, ואז כבה נר רבינו זי"ע ונסתלק לגנזי מרומים לשנת ע' לימי חייו ומנ"כ בפרעמישלאן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »


ווער עס קען העלפען מיטליינען די נוסח המציבה, מיר זעהט אויס לכאורה ווי פאלגענד:
"(עובד ה' מנעוריו ורבים השיב מעון) בוצינא קדישא מוהר"ר אהרן ארי' זצללה"ה בהרב החסיד המנוח מוהר"ר מאיר זצ"ל תנצב"ה"
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

popo האט געשריבן:
ווער עס קען העלפען מיטליינען די נוסח המציבה, מיר זעהט אויס לכאורה ווי פאלגענד:
"(עובד ה' מנעוריו ורבים השיב מעון) בוצינא קדישא מוהר"ר אהרן ארי' זצללה"ה בהרב החסיד המנוח מוהר"ר מאיר זצ"ל תנצב"ה"

כ'זע נישט גארנישט
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

ר' ארון לייב.JPG
ר' ארון לייב.JPG (57.73 KiB) געזען 5453 מאל
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

popo האט געשריבן:
ר' ארון לייב.JPG


זו המציבה של רבי ארון לייב.
ובראשו היכן ששבור נראה כמו " (שופך) לבו כמים".

איפה נמצאת המציבה ליד אביו רבי מאיר הגדול?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אחד מעיר האט געשריבן:איפה נמצאת המציבה ליד אביו רבי מאיר הגדול?

זהו בתוך האהל בביה"ח החדש בפרימישלאן ליד בנו הרה"ק רבי מאיר'ל זי"ע

אביו הרה"ק רבי מאיר הגדול זי"ע טמון בביה"ח הישן
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אחד מעיר האט געשריבן:
popo האט געשריבן:
ר' ארון לייב.JPG


זו המציבה של רבי ארון לייב.
ובראשו היכן ששבור נראה כמו " (שופך) לבו כמים".

איפה נמצאת המציבה ליד אביו רבי מאיר הגדול?


ולי נראה "---ם לילות כימים"
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

אינעם אוהל אין פרימישלאן איז דא מציבה פון ר' צבי בר' דוד
כ'בין נישט מצליח צו ברענגען די בילד, ברענג איך די נוסח המציבה:
[align=center]פ"נ
על זה אתן
קול נהי בבכי תמרורים
על איש ירא אלקים
ועובד ה' מנעוריו שנתבקש
למעלה בחצי ימיו אוהב
ישראל הי חסיד והי עניו
מפתו נתן לאביונים
בש"ק המפורסם אדמו"ר
הרב ר' צבי בהמנוח מ'
דוד זללה"ה נכד הבעש"ט
ונכד מסדיגרא תנצבה[/align]
אין אספקלריא המאירה ברענגט ער א מעשה פון "ר' צבי הירש בן ר' דוד בן ר' יהודה לייב שומר שבת דוד ר' ארון לייב" וואס ר' צבי הנ"ל איז געפארן צו ר' ארון לייב ווי א חסיד. קען זיין אז דאס איז דער ר' צבי בר' דוד הנ"ל וואס ליגט אין אוהל אין פרימישלאן.
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

popo האט געשריבן:אינעם אוהל אין פרימישלאן איז דא מציבה פון ר' צבי בר' דוד
כ'בין נישט מצליח צו ברענגען די בילד, ברענג איך די נוסח המציבה:
[align=center]פ"נ
על זה אתן
קול נהי בבכי תמרורים
על איש ירא אלקים
ועובד ה' מנעוריו שנתבקש
למעלה בחצי ימיו אוהב
ישראל הי חסיד והי עניו
מפתו נתן לאביונים
בש"ק המפורסם אדמו"ר
הרב ר' צבי בהמנוח מ'
דוד זללה"ה נכד הבעש"ט
ונכד מסדיגרא תנצבה[/align]
אין אספקלריא המאירה ברענגט ער א מעשה פון "ר' צבי הירש בן ר' דוד בן ר' יהודה לייב שומר שבת דוד ר' ארון לייב" וואס ר' צבי הנ"ל איז געפארן צו ר' ארון לייב ווי א חסיד. קען זיין אז דאס איז דער ר' צבי בר' דוד הנ"ל וואס ליגט אין אוהל אין פרימישלאן.


באקומען אין אישי:
די מציבה איז פון הרה"ק רבי צבי הירש פרענקל-תאומים מפרעמישלאן זי"ע חתן הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע.

זיין טאטע איז געווען הרה"צ רבי דוד פרענקל-תאומים (ב"ר יצחק מאיר) אן איידעם פון הרה"ק רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב זי"ע בעל 'דגל מחנה אפרים' נכד רשכבה"ג הבעש"ט זי"ע.

איצט דאס וואס ס'שטייט אויפן מציבה נאכן בעש"ט איז נישט 'מסדיגורא', נאר 'מסדילקוב'! דאס מיינט פארשטייט זיך דעם דגל מחנה אפרים אבי אמו פון הרה"ק רבי צבי הירש הנ"ל.

ער איז טאקע געווען רבי אין פרעמישלאן על מקום חותנו און דעריבער ליגט ער דארט.
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

דא לייג איך א בילד פון מציבת הרבנית מפרימישלאן, ווער עס קען העלפען מיטן ליינען די נוסח המציבה, מיר זעהט אויס לכאורה ווי פאלגענד:

אהבת
ישראל עשה צדקה
במסירות גם בימי עניה
מבלה כל ימי' למלאות
נפשות רעבים לכסות
ערומים לפרנס אלמנות
ויתומים לחזקם בכבוד
שבת וי"ט כבוד שמה מ'
שלאמצי בה"ר הג"מ צבי
הירש ז"ל אשת הרב
הצדיק הקדוש המפורסם
מ' מאיר

Untitled document.jpg
Untitled document.jpg (400.51 KiB) געזען 5182 מאל
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

וואו זעט איר די לעצטע ווערטער "מ מאיר"?
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

האם בא בכתובים איזה ד"ת ממנו?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

אויף דעם זון הרה"ק רבי ארון לייב, איז דא ערגעץ אינעם געוועב?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

מאמרים חדשים מהרה"ק ר' מאיר הגדול מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

מגליון נהר מעדן - קוידינוב קובץ ו' - אד"ב ע"ט.
אטעטשמענטס
1.png
1.png (259.28 KiB) געזען 4027 מאל
2.png
2.png (210.8 KiB) געזען 4027 מאל
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

.
אטעטשמענטס
3.png
3.png (174.42 KiB) געזען 4027 מאל
4.png
4.png (648.98 KiB) געזען 4027 מאל
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי מאיר ב"ר יעקב זי"ע, הנקרא ר' מאיר הגדול, ראש שושלת פרמישלאן/נדבורנא

ער איז געבוירן אין שטאט פרמישלאן, בשנת תס"ג,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב לייפער איש תם מפרמישלאן זי"ע,
בן הרה"ק רבי דוד זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה זי"ע,
עס איז מקובל פון הרה"ק רבי מיכל מזלאטשוב זי"ע, אז די משפחה אלע דורות ארויף ביז בית שני, זענען געווען בעלי רוח הקודש און געהאט גילוי אליהו הנביא ז"ל,
זענען געווען פון די גזע פון הגה"ק רבי יצחק מקורביל בעל הסמ"ק זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת בת שבע ע"ה,

זיינע הייליגע ברידער זענען געווען,
הרה"ק רבי יהודה לייב שומר שבת זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש פאטאקיר זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה מפרמישלאן זי"ע,

ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא, בקי בנגלה ובנסתר, ער איז געווען פון די שישים גבורים תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע,

ער איז געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע כח דקדושה און גדלות בתורת הנסתר, ער האט גאר אסאך חידושים מחבר געווען על התורה און אויך אויף ש"ס על דרך הפרד"ס, און עס איז באקאנט וואס ער שרייבט באיזהו מקומן של שבחים ווי ער שרייבט דארט "עד כאן אמר לי מט"ט, עד כאן אמר לי מיכאל, עד כאן אמר לי גבריאל" און מען דערציילט אז די אייניקלעך האבן עוסק געווען צו מסדר זיין די כתבי קודש פונעם זיידן, פלוצלונג האט אויס געבראכן א פייער און די אלע כתבי קודש זענען פארברענט געווארן,

גאנץ אנפאנג פון זיין לעבן האט ער עוסק געווען במסחר און געווען באוויסט אלס א גאר ערליכער סוחר, אפילו די גוים פון שטאט האבן געוויסט פון זיין ערליכקייט און מען פלעגט אים רופן מיטן נאמען "מאיר ספראוועדליווי" וואס מיינט "דער באגלייבטער ערליכער מאיר",

אפילו זייענדיג עוסק אין מסחר האט דער צדיק עוסק געווען אין תורה יומם ולילה און מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין אפילו דאן באוויסט געווען אלס א גאון און א איש קדוש מאוד,

שפעטער האט ער אפ געלאזט אלע געשעפטן און עוסק געווען ממש דאס גאנצע מעת לעת אויף תורה און עבודת השם, דאן איז ער געווארן איינע פון די ערשטע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, נאך בעפאר דער בעש"ט איז נתגלה געווארן,

אויך האט ער פאר א שטיק צייט משמש געווען אלס מלמד תינוקות אונעם שטוב פון הרה"ק רבי שבתי מראשקוב זי"ע וואס איז אויך געווען פון די ערשטע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, און שפעטער איז דער רבי שבתי אויך געווען פון זיינע חסידים,

בשנת תק"כ ווען זיין רבי דער בעש"ט הקדוש זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן אידן וואס האבן געזען דאס גדלות און קדושה פון דעם צדיק, און זיך אנגעהויבן מסתופף זיין בצלו, דאן האט ער זיך געצויגען קיין פרמישלאן און אנגעהויבן פירן די עדה הקדושה דארט,

דער הייליגער רבי מאיר הגדול זי"ע מיט הרה"ק רבי איציקל דראביטשער זי"ע, און הרה"ק רבי משה פאסטאק זי"ע, האבן מצליח געווען צו זיין צו הילף פאר זייער רבין דער בעש"ט הקדוש זי"ע, אויס צו רייסן פון די וועלט דעם כת הכופרים פון די סעקטע פון כת ש"ץ ימ"ש, די פרענקיסטען אין שטאט לבוב,

ער האט געהאט תלמידים גדולים גאונים וקדושים בתורה, ובתוכם,
הרה"ק איש אלקים רבי שבתי מראשקוב זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי פייביש מבלאשיוועץ זי"ע,

ער איז געווען באוויסט אלס א קדוש נורא מאוד און דער הייליגער דגל מחנה אפרים זי"ע און הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין זי"ע און הרה"ק ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע האבן אלע מעיד געווען אז ער האט געהאט א כוח אראפ צו ברענגען שרי מעלה מיט זיין הייליגען כח, און איינמאל האט דער רבי געוויזן פאר זיינע תלמידים דעם צנצנת המן וואס משה רבינו ע"ה האט באהאלטן לדורות,

זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר יאיר אור, אויך איז דא א ספר אור תורתו של רבי מאיר,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי אהרן אריה לייב זי"ע, ממלא מקום אביו בפרמישלאן, אביו של רבי מאיר השני מפרמישלאן זי"ע,
הרה"ק רבי דוד מקאליש זי"ע,
הרה"ק רבי פסח חסיד זי"ע,

כ"ב מנחם אב תקל"ג האט דער צדיק גערופען זיין הייליגע זון רבי ארון לייב זי"ע און אים איבער געגעבן רזי תורה וחכמה, און גלייך נאכדעם איז דער טאטע נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט,

לידער איז די גאנצע ביה"ח דארט אין פרעמישלאן חרוב געווארן און אויך דעם מקום קדוש פונעם קבר פון דעם צדיק איז חרוב עווארן, און יארן נאך די מלחמה איז אויף געשטעלט געווארן א מצבה אלס זכר פונעם מקום קדוש פון דעם צדיק,

נסתלק לגנזי מרומים יום ד' פרשת ראה כ"ב מנחם אב תקל"ג, ומנוחתו כבוד איז אין פרעמישלאן,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז ביים צדיק זענען געבוירן געווארן קינדער בעפאר זיין בכור רבי ארון לייב זי"ע, אבער יעדעס מאל עס איז אים געבוירן א קינד, האט דער צדיק א קוק געגעבן אויפן קינד און געזאגט בזה"ל, "נישט דיך האב איך געמיינט" און דאס קינד איז ל"ע גלייך נפטר געווארן,

ווען דער זון הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע איז געבוירן געווארן האט די מאמע באהאלטן דעם קינד כדי די טאטע זאל אים נישט זען, און יענע צייט איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע געקומען צו זייער שטאט, און די מאמע האט זיך אויס גערעדט צום בעש"ט איר צער אויף וואס דער מאן טוט מיט די קינדער,

האט דער בעש"ט אויס געפויעלט ביי זיין תלמיד רבי מאיר זי"ע אז ער זאל דאס מער נישט טון און לאזן דעם קינד לעבן, און די טאטע האט צו געזאגט צו לאזן דעם קינד לעבן, אבער ווען דער טאטע האט נאכדעם געקוקט אויפן קינד האט ער געזאגט בזה"ל, "א סאך שענערע פון דיר האב איך אוועק געשיקט", און דאס איז שוין געווען זיין הייליגע זון דער קדוש רבי ארון לייב זי"ע,
--
גאנץ אנפאנג ווען אידן האבן זיך אנגעהויבן מדבק זיין אין דעם צדיק מפרמישלאן זי"ע, איז ער איינמאל געווען אין א שטאט מיט זיינע חסידים, און מען האט אים איינגעלאדענט צו א ברית מילה, און יענעם טאג איז געווען ראש חודש,

דער רב פון שטאט איז געווען פון די גרויסע מתנגדים פונעם דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, און דער רב איז געזעצן אויבן אן, און דער הייליגער פרמישלאנער איז געזעצן אין דערזייט ארום גענומען מיט זיינע חסידים און פארברענגט אין דברי תורה,

וויבאלד עס איז געווען ראש חודש האט דער צדיק געהייסן פאר זיינע תלמידים צו זינגען דעם מזמור ברכי נפשי לכבוד ר"ח, און דער רב דער מתנגד האט דאס זייער געשטערט אז ער פירט זיך דא ביי אים אין ביהמ"ד מיטן מנהג פון דרך החסידות, האט דער רב אנגעהויבן זאגן דברי תורה און בתוך הדברים געזאגט זאכן קעגן דעם הייליגען צדיק רבי מאיר מפרמישלאן,

אבער נאך ברכת המזון האט דער רב חרטה געהאט אז ער האט גערעדט קעגן דעם צדיק רבי מאיר, און ער האט געוואלט איבער בעטן דעם צדיק, האט ער זיך געזעצט נעבן דעם רבין, און זאגט, די וועלט זאגט אז איר קענט לערנען, אפשר קענט איר זאגן עפעס דברי תורה, און מיט דעם האט דער רב געוואלט איבער בעטן דעם רבין,

האט דער צדיק געזאגט, לאמרי עפעס זאגן מענינא דיומא, עס שטייט אין ברכי נפשי, יֵצֵא אָדָם לְפָעֳלוֹ וְלַעֲבֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, וואס דאס מיינט אז א איד ברויך קודם מתקן זיין זיינע פעולת און זיין עבודת השם, עֲדֵי עָרֶב דאן קען מען זען צו מתקן זיין יענעמס וואס די ווארט ערב גייט ארויף אויף דעם אז כל ישראל ערבים זה לזה, אבער כל זמן א איד האט נאך נישט מתקן געווען זיינע מעשים, קען ער נאך נישט אריינקוקן אין יענעמס מעשים,

דער רב האט גאר גוט פארשטאנען דעם רמז וואס דער צדיק האט אים דא געזאגט, און ער האט געבעטן דעם רבין אז ער זאל אים מקרב זיין צום דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, האט דער צדיק געזאגט איך האב דיר א גוטע עצה פאר צום בעש"ט הקדוש און דארט וועסטו שוין נתקרב ווערן, כך הוה זיי זענען ביידע געפארן צום בעש"ט און דער רב איז געווארן איינע פון די תלמידים מובהקים פון בעש"ט זי"ע,
--
אין די יארן נאכדעם וואס דער הייליגער צדיק האט אויף געהערט טון מסחר און נאר געזעצן אין עוסק געווען בתורה דעם גאנצן טאג און אויך ביינאכט, אין ווי באקאנט איז ער געווען באוויסט אפילו ביי די גוים אלס א גאר ערליכער מענטש וואס די גוים האבן אייביג נאר געוואלט האנדלען מיט אים,

איין טאג דער צדיק זיצט אין ביהמ"ד און איז עוסק בתורה, איז א גוי אנגעקומען אין שטאט מיט א בינען שטאק, עס איז געווען אפאר גוים וואס האבן דאס געוואלט אפקויפן פון דעם גוי, אבער דער גוי האט געזאגט אז ער וועט דאס נאר פארקויפן פאר דעם ערליכען רבי מאיר, אבער ער האט דער צדיק נישט געקענט טרעפן ווייל ער איז געזעצן אין ביהמ"ד און געווען אינגאנצן אויסגעטון פון מסחר,

דעם קומענדיגן טאג איז דער גוי אריבער צום שטוב פון רבי מאיר, און אנגעטראגן צו פארקויפן דעם בינען שטאק, און אזוי ווי עס איז געווען א גרויסע דחקות ביים צדיק אין שטוב, האט די רעבעצין זייער געוואלט קויפן דעם בינען שטאק און פון דעם וועט זי קענען קויפן עפעס עסן פאר די שטוב,

איז זי אריבער געלאפן אין ביהמ"ד און געזאגט פארן מאן וועגן דעם געשעפט, אבער דער צדיק האט נישט געוואלט מבטל זיין אינמיטן זיין לערנען, נאר ער האט קודם צוגענדיגט זיין שיעור, און דערנאך האט ער זיך ארויס געלאזט צו זיך אין שטוב, און דער גוי האט געפרעגט רבי מאיר וויפיל ער וויל באצאלען פארן בינען שטאק, רבי מאיר האט געגעבן א פרייז פון 20 רייניש און דער גוי האט מסכים געווען און מען האט געשלאסן געשעפט,

שפעטער ווען די רעבעצין האט אויפגעמאכט דעם בינען שטאק איז איר פינסטער געווארן פאר די אויגן, ווייל עס איז געווען דארט גאר א קליינעם סכום האניג וואס מיט דעם קען מען אפילו נישט צוריק צאלן די 20 רייניש וואס מען האט געבארגט, אבער ווען רבי מאיר האט אויפגעהויבן די האלץ פון אונטער די בינען שטאק האט ער דארט געטראפן א גרויסן אוצר פון גאלדענע רענדליך,

דעם קומענדיגען טאג האט ער געפרעגט דעם גוי פון ווי ער האט באקומען דעם בינען שטאק, האט דער גוי געזאגט, אז ער איז געגאנגען אין וואלד און ער האט געטראפן א בינען שטאק וואס איז געווען אין א בוים, האט ער אפגעשניטן דעם חלק פונעם בוים און דאס גענומען צו פארקויפן,

דאן האט דער צדיק געוויזן פאר זיין רעבעצין אז מיט אמונה אינעם גרויסן באשעפער ברויך מען נישט מאכן קיין מסחר איבערן טאג, און אויב מען גלייבט באמת אז דער באשעפער איז דער זן ומפרנס לכל און נאר ער געט פרנסה, דאן שיקט שוין דער גרויסער באשעפער פרנסה ברווח,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איין מוצאי שבת קודש האט רבי מאיר געהייסן פאר זיין גבאי אז מען זאל איינשפאנען די פערד און וואגן ווייל ער וויל פארן אויף מלוה מלכה צו זיין הייליגען רבין דער בעש"ט זי"ע, און דער וועג פון פרעמישלאן וואס איז אין גאליציע קיין מעזיבוז וואס איז אין אוקריינע איז דאך גאר א ווייטע וועג, אבער מיט קפיצת הדרך איז ער אנגעקומען גאר שנעל,

יענע צייט איז דער הייליגער טאכטער פונעם בעש"ט הצדקת אדל ע"ה געווען זייער נישט געזונט און זיך ממש נישט געקענט באוועגען צוליב די גרויסע יסורים,

אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי מאיר קומט אריין, זאגט ער פאר זיין רבין, איך בין דא געקומען צו מלוה מלכה און איך האב געברענגט א רפואה פארן טאכטער אדל, קודם וועל איך זיך וואשן צו א פליישיגע סעודה און איך וויל אז זי זאל אליין אפקאכען די מאכלים לכבוד מלוה מלכה,

האט דער בעש"ט געזאגט אז ער ווייסט נישט אויב זי קען אפילו ארויס קומען פון בעט כדי צו אפקאכן די סעודה, און דער בעש"ט איז אריין צו די טאכטער און געזאגט די בקשה פון דעם צדיק רבי מאיר, האט די צדקת אדל געזאגט פארן טאטן, ממש א וואונדער, ווייל יעצט בשעת די האסט מיר געזאגט די בקשה פון דעם צדיק רבי מאיר, האב איך ממש געפיעלט ווי עס ווערט מיר אביסל בעסער, און זי זאגט אז זי טראכט אז זי האט די כוחות צו גיין אפקאכן די סעודה פארן צדיק,

נעבן די בעט פון די צדקת אדל זענען געלעגן די צוויי קינדער וואס זענען שפעטער אויס געוואקסען גרויסע צדיקים מפורסמים, הרה"ק רבי ברוכ'ל מעזיבוזער זי"ע, און הרה"ק בעל דגל מחנה אפרים זי"ע, און אזוי ווי די מאמע איז אראפ פון בעט האט איין קינד אנגעהויבן וויינען, האט די מאמע גענומען דעם קינד, אבער גלייך האט דאס צווייטע קינד אנגעהויבן וויינען, האט די מאמע גענומען ביידע קינדער און ארויס פון שטוב,

אייניגע מינוטן נאכדעם וואס די מאמע האט ארויס גענומען די צוויי קינדער פון זייער בעט, איז די וואנט העכער די בעטן צוזאמען געפאלן, די מאמע האט גלייך געזען דעם גרויסן נס וואס דא איז געשען, ווייל ח"ו אויב די צוויי קינדער וואלטן נאך געלעגן אין בעט וואלט די וואנט געפאלן אויף זיי און זיי ח"ו צעדריקט,

ווען דער בעש"ט האט דאס געזען האט ער געזאגט פארן תלמיד, זעט אויס אז מען האט דאס פון הימל דיר מגלה געווען, און מגלגלין זכות על ידי זכאי, און איבער דעם זענט איר געקומען צו מלוה מלכה און איר זענט געווען דער גוטער שליח צו ראטעווען די קינדער און אויך צו ברענגען א רפואה שלימה פאר מיין טאכטער אדל,
--
איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע געווען אין א שטאט, און דארט זענען געווען אסאך מתנגדים, און איינע פון די מתנגדים האט דעם צדיק גאר שטארק באזידעלט און געמאכט בזיונות, אבער דער צדיק האט דעם איד גארנישט געענטפערט, אבער אזוי ווי ער איז אנגעקומען אהיים, האט דער צדיק גערופן דעם גבאי און געהייסן, פיל אן א גרויסע זאק מיט כל מיני ממתקים און שיק דאס אריבער צו דעם איד וואס האט מיר געמאכט די בזיונות,

די חסידים האבן געפרעגט דעם צדיק, במילא דאס אז די רבי האט נישט צוריק געענטפערט פאר דעם איד, דאס פארשטייט מען ווייל די רבי האט געוואלט זיין א מעביר על מידותיו, אבער נאך גיין שיקן מתנות און מעדנים פאר דעם איד דאס פארשטייט מען שוין נישט,

האט דער צדיק געזאגט איך וועל דאס ענק מסביר זיין, ח"ו ווען עס איז דא אויבן אין הימל א קטרוג אויף א איד, אמאל איז מען גוזר ח"ו אז דער איד זאל נפטר ווערן פון די וועלט צוליב דעם קטרוג, אבער דאן קומען די מליצי יושר און בעטן זיך איין אז מען זאל ענדערש שיקן א מחלה אויף דעם איד און אזוי וועט ער אפקומען דעם קטרוג, אבער דאן קומען נאך מליצי יושר און בעטן אז מען זאל שיקן בזיונות פאר דעם איד און מיט דעם וועט ער אפקומען דעם קטרוג, אבער דאס ארבעט נאר אויב מען איז דאס מקבל באהבה,

יעצט וועט איר שוין פארשטיין אז אפילו איך וואלט ח"ו קראנק געווארן און צוריק געזונט ווערן, וואלט אבער דאס גורם געווען גאר אסאך צער און יסרוים און עגמת נפש פאר מיר און אויך אסאך ביטול תורה, איז געקומען דער איד און מיר געגעבן די בזיונות און אראפ גענומען דעם קטרוג פון מיר אן דעם וואס איך זאל ח"ו האבן יסורים בגוף און עגמת נפש, און דערפאר האב איך דעם איד געשיקט מתנות ווייל איך קום אים צו פארדאנקען אז איך בין ח"ו נישט קראנק געווארן,
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

Re: רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

250 יאר לפטירתו זיעוכי"א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר (הגדול) מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ב אב תקל"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ארון לייב מפרעמישלאן זי"ע א זוהן פון רבי מאיר הגדול זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”