נחוניא האט געשריבן:אין ספר שם ושארית עמ' צ"א ווערט דערמאנט אז הרבנית בלומא בת רבי יהודא מאיר משפטיווקא האט חתונה געהאט בזיוו"ר מיט רבי מאניס עלנבויגן מלבוב (בזיוו"ש מיט רבי יחיאל מיכל מקאשיווקא).
אין ספר מקור חיים עמ' קמו שטייט אז רבי מאניס איז געווען א ברודער פון הגאון ר' שמחה בנימין עלנבאגען אב"ד לעמבערג.
ווייסט איינער מער פרטים איבער משפחה עלנבאגען?
דא ווערט דערמאנט איבער הרה"ג ר' חיים מנחם רובינשטיין אבד"ק טשרגליצא - אן איידעם פון דעם ר' מאניס.
זיין זון איז געווען הרה"ג ר' שלום רובינשטיין אבד"ק לאנטשין - איידעם פונעם מהרש"ם.
זיין זון איז געווען רבי פנחס "שפירא" מקעכניא
נאכן שרייבן האב איך באמערקט אז ר' מיילעך האט דאס שוין אמאל געשריבן...
די ריכטיגע נאמען איז "טשערניליצא", נישט טשרגליצא.
דארף מען נאר וויסן וואס איז דער מקור דערצו...