רבי יעקב יוסף הכהן מפולנאה זצ"ל ה'תולדות יעקב יוסף

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יעקב יוסף הכהן מפולנאה זצ"ל ה'תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' יעקב יוסף הכהן מפולנאה, מחבר ספר תולדות יעקב יוסף - האט געשטאמט מגזע הרה"ק ר' שמשון מאסטרופאלי זי"ע, דער "תולדות" (אזוי ווערט ער אנגערופען על שם ספרו) איז געוועהן א תלמיד מובהק פון דעם בעש"ט הק' זי"ע. ער האט אויך מחבר געוועהן די ספרים "צפנת פענח", "כתונת פסים", און "בן פורת יוסף". דער תולדות איז געוועהן רב אין עטליכע שטעדט, און סוף ימיו אין די שטאדט פולנאה, וואו ער איז נפטר געווארן בשנת תקמ"ב לפ"ק, זי"ע ועכ"י.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין מדרש פנחס (אות נ') ווערט געברענגט אז די אלע תורות פון ספה"ק תולדות יעקב יוסף האט דער צדיק געהערט אין גן עדן...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער בעש"ט הק' זי"ע האט אמאל דערציילט פאר'ן צדיק הרה"ק רבי יעקב יוסף מפלולנאה זצ”ל, דער בעל התולדות, ווי ווייט ער איז מחשיב דאס תמימות פון די פלשוט'ע אידן, אז זיי שטייען נאך אויף א העכערע מדרגה פון אויסגערופענע ת"ח און אנשי מעלה. דער בעש"ט האט דערציילט, אז נאך פאר ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט'ן סופר רבי הערש זצ”ל ("רבי הערש סופר"), האב איך געוואלט שרייבן א ס"ת. כ'האב מיך אומגעקוקט איבער אן ערליכן סופר, כ'האב אויסגעפרעגט עטליכע סופרים. אלע האבן זיך גערימט ווי גוט זיי קענען די כוונות האר"י, וכדומה. ביז כ'האב געפונען א תמימות'דיגן סופר וואס האט מיר ערקלערט אז ער פירט זיך ביים שרייבן לויט'ן שולחן ערוך.
אויף מיין פראגע, וואס פארא כוונות ער האט אינזין ביים שרייבן, האט ער מיר ערקלערט אז ער האט אינזין ביים שרייבן אז איך זאל דורכדעם האבן די מעגליכקייט צו שפלייזן מיין פרוי און קינדער. די תמימות'דיגע תשובה האט זייער אויסגענומען אין מיינע אויגן, פירט אויס דער בעש"ט, און כ'האב באשטעלט מיין ס"ת ביי דעם סופר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מ'האט אמאל געפרעגט דעם צדיק הרה"ק ר' יעקב יוסף פון פולנאה זצ"ל, דער מחבר פונעם ספה"ק "תולדות יעקב יוסף", פארוואס עפעס האט זיך דער אויבערשטער באוויזן אין וואוינארט פון ממרא וועלכער איז געווען א כנעני?

האט דער צדיק פארשטיין געגעבן מיט די פאלגענדע פאסירונג: א געוויסער איד האט ארויסגענומען די קרעטשמע ביים פריץ. אן אנדערער איד וועלכער האט אים נישט פארגינען איז געלאפן צום פריץ און פרובירט אויסצוכאפן די קרעטשמע. ווי פארוואונדערט איז ער געווארן ווען דער פריץ האט אים געענטפערט, דו שעמסט זיך נישט אויסצוכאפן דיין ברודער'ס פרנסה?

מיט איין אימפעט איז ער געלאפן צו זיין רב און דערציילט די נארוואס פארלאפענע געשעעניש, זאגענדיג, ממילא אז דער יצר הרע איז געקומען צו מיר פארשטיי איך נאך, אבער ווי קומט א "יצר טוב" צום פריץ? וויאזוי האט ער געטראפן דעם וועג אריין צום פריץ?

דער רב האט אים געענטפערט, זאג נאר, ווען איז דער יצר הרע געקומען צו דיר מיט די שלעכטע עצה? "אינמיטן שמונה עשרה", האט דער איד געענטפערט. זעסט דאך שוין - האט דער רב געענטפערט - אזוי ווי דער יצר הרע האט די חוצפה זיך אריינצומישן אינמיטן דיין שמו"ע, האט זיך דער יצר טוב אויך אנגעגארטעלט מיט שטאלצקייט און איז געגאנגען צום פריץ.

דעריבער - האט דער "תולדות" אויסגעפירט - איז דער אויבערשטער געגאנגען צו אברהם אבינו אין די פלוין פון ממרא, ווייל והוא, דאס איז דער יצר הרע, יושב פתח האוהל, דער יצר הרע האט זיך געזעצט נעבן ביהמ"ד. אויב דער שטן זיצט נעבן ביהמ"ד, גייט די שכינה צום וואוינארט פון ממרא טראצדעם וואס ער איז געווען א גוי...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די גמ' זאגט, "קדשי קדשים שחיטתן בצפון", האט אמאל געזאגט דער צדיק הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף מפולנאה זצ"ל, פארהאן אזעלכע וועלכע זענען "קדשי קדשים", אבער דאך שחיטתן, ווערן זיי אינגאנצען גע'שחט'ן, בצפון, ווען ס'קומט צו געלט, (לויט'ן פלסוק מ"צפון" זהב יאתה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א איד איז אמאל געקומען צום צדיק הרה"ק ר' יעקב יוסף מפולנאה זצ”ל, דער מחבר פונעם ספר תולדות יעקב יוסף, און זיך אויסגערעדט אויף זיין ביטערן מצב הפרנסה. דערביי האט ער צוגעלייגט אז ער ווייסט די סיבה פארוואס ס'גייט אים אזוי שווער, ווייל די גמרא זאגט (סוף מס' קידושין), הרעותי את מעשי וקפחתי את פרנסתי. דער פראבלעם איז אבער, האט דער צדיק אים קארעגירט, דער תנא האט בעיקר געמיינט דעם הרעותי את מעשי, און דו טראכטס בעיקר פון דעם קפחתי את פרנסתי...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט אויפ'ן צדיק הרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעבסק זצ"ל, וועלכער האט זיך אונטער געשריבן "השפל באמת" ווי דער הייליגער בעל שם טוב ז"ל האט מעיד געווען אויף זיין גרויסקייט אין מדת ענווה ושפלות, אבער דאך איז ער געגאנגען אנגעטון אין גאר שיינע מלבושים מער פון אלע אנדערע תלמידים פון בעש"ט וואס האט ארויסגערופן וואונדער ביי יעדן, וויסנדיג פון זיינע מעלות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף זצ"ל האט אמאל ערקלערט מיט א משל דעם מהלך פון דעם צדיק, א משל צו אן עושר וועלכער פארמאגט מיט זיך גאר טייערע בריליאנטן און דימאנט שטיינער. גייענדיג אין גאס האט ער מורא אז גנבים זאלן אים נישט בארויבן זיין פארמעגן, קליידט ער זיך אן מיט פלשוט'ע מלבושים אז ער זאל נישט ציען די אויפמערקזאמקייט פון די רויבער. דאס זעלבע איז מיט דעם צדיק וועלכער פארמאגט אין זיך א פארמעגן פון מדות טובות ווי ענווה און שפלות, אויס מורא אז דער שטן זאל זיך נישט פארלייגן אויף אים, און אים וועלן מכשיל זיין, קליידט ער זיך אן מיט א פאלשע קליידונג פון גאווה וואס דאס פאפלט אפל דעם יצר הרע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען דער צדיק הרה"ק מפולנאה ז"ל האט געדריקט זיין ספר "תולדות יעקב יוסף" איז ער געווען אויפ'ן יריד אין די שטאט בארדיטשוב, פרובירענדיג צו פארקויפן זיין ספר, אבער וויבאלד די סוחרים זענען געווען זייער פארנומען מיט זייערע געשעפטן, האבן זיי ניטאמאל באמערקט ווי דער צדיק שטייט אויפ'ן יריד מיט זיין נייעם ספר. מיט גרויס ווייטאג האט ער איבערגעלאזט דעם יריד.

אויפ'ן וועג האט ער געטראפן דעם צדיק הרה"ק ר' וואלף פון זיטאמיר זצ"ל און האט זיך אויסגערעדט דאס הארץ פאר אים אז קיינער האט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. דארט איז אויך געשטאנען דער רב פון שטאט, דער "קדושת לוי", האט ער פרובירט צו בארואיגען דעם "תולדות" אז דער עולם איז געווען פארנומען מיט די געשעפטן און זיי קוקן נישט דעמאלט אויף ספרים. זעענדיג אז דאס בארואיגט נישט דעם רב, האט ער אים געזאגט, צי זענט איר בעסער פון אויבערשטן? אויך דער אויבערשטער איז געגאנגען אנטראגען זיין תורה און קיינער האט עס נישט געוואלט, און ער האט זיך נישט אפגערעדט. "איצט האט איר מיך בארואיגט," האט דער "תולדות" געענטפערט.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

דער הייליגער ספר "תולדות יעקב יוסף" איז געווען דאס ערשטע חסידישן ספר! ס'איז ברייט באקאנט די שעריריה וואס איז פארגעקומען ווען זיין ספר איז ערשינען, אז'ש די מתנגדים צום דרך הבעש"ט האבן געמאכט א אסיפה דחופה און דן געווען אז מ'גייט פארברענען אלע תולדות'ן ל"ע!

צדיקים הראשונים פלעגן זאגן "תודלות איז כלי ראשון לחסידות, ס'איז קאכעדיג!"

דער הייליגער תולדות ליגט פולנאה, די שטאט ווי ער האט געוואוינט און געדינט אלס מגיד מישרים.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

עס ווערט גערופען די דרוק פון ערשטן מאל "שנת תק"ם" און דערנאך "תקמ"ו".
לכאורה ווען איז געווען דער בכרזה צום פארברענען, נישט פריער????
א"כ דאס אז מיר האבן די הוצאה משנת תקם איז נישט דער ערשטער ווייל דער ערשטער איז נשרף געווארן??!!??
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מצבת קודש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

די דריי מצבות אינעם אהל הקדוש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אהל הקדוש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וואס איז דאס אזוי צוואקסען?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פרעג איך די זעלבע קשיא, עס קוקט נישט צו שטארק אויס אז איינער קימערט זיך שטארק דערוועגן
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לערנעדיק דעם הייליגען ספר בן פורת יוסף, איז מיר אנגעקומען א גאהר פלא'דיגע לשון.
בתחילת המאמר שטייט אזוי: "חילוק של כבוד הרב המחבר בימי חורפו בלימוד הישיבה לחדודי".
אין איינע פין די סוגיות מסכת כתובות דף מ"ו, פרעגט דער הייליגע תולדות אכצען קשיות, אין ער רעכנט זיי אויס במספר, וזה לשונו:

"מהן קושיות לסברת המקשן שבגמרא ומהן קושיות לסברת התרצן, מהן לדברי רש"י ומהן לדברי התוספות", ביז ער קומט אן צו דער אכצען'סטע קשיא "והיא קושית היסוד שלי".

איך וויל דא מעתיק זיין א אויסטערלישע פאראגראף, וואס האט נישט קיין דומיון אין קיין שום אנדערע ספר, וזה לשונו:

"והסגנון דיש כאן י"ב קשיות בש"ס, ושש קושיות בתוספות, ויתורצו שש הקושיות האחרונות שבש"ס על ידי שש הקושיות הראשונות שבש"ס, וששת קושיות הראשונות שבש"ס יבוארו על ידי ששת קושיות שבתוספות באופן זה. דכשיבואר לך דהקושיא שבתוספות הוי קושיא, אז מבואר שהקושיא שבש"ס אינה קושיא בכלל, ואם קשיא שבש"ס הוי קושיא אז הקושיא שבתוספות לא הוי קושיא כלל, והוא דמבואר מכח קושיא י"ח שהיא קושיות היסוד שלי, שאין קושיא ראשונה של התוספות קושיא כלל ונשאר קושיא ראשונה שבש"ס, אפס שהיה אפשר לבאר קושיא א' שבהש"ס על ידי קושיא חיצונה במס' קידושין באופן שאם תרצה לתרץ קושיא ההוא אז תיקשי לך איזה קושיא בסגנון, ובביאור יבואר קושיא א'.
אלא דאז תיקשי לך קיצור או סתירה. ואם נפשך לתרץ קצור או סתירה זו, אז תיקשי קיצור תוך קיצור, וכל זה אם נשארה קושיות היסוד שלי בקושיא, אך אם נסתרה קושיות היסוד שלי אז תמצא מבואר קיצור תוך קיצור, אפס דאז תיקשי לך קיצור או סתירה אחרת ואי אפשר לתרץ הסוגיא כי אם לפרש סוגיא דשמעתין על פי שיטת הראב"ד והסוגיא מב' קושיות שבש"ס יבוארו על ידי ב' קושיות שבתוספות ואז אתי שפיר לשיטת הראב"ד..." וכו'.

א אויסערגעווענדליכע לאנגע הקדמה וואס איז אויך כמעט על דרך הפלפול, אבער נאך דער הקדמה איז דא דארט נאך א לאנגע מאמר נאר אויף בלויז מבאר צו זיין די אלע קושיות 'חיצוניות', יסודות, סתירות, אין קיצורים און פארשידינע שיטות. פון דעם אליין קען מען פארשטיין ווי גרויס זיין כח איז געוועהן בדרך הפלפול בהררים התלויים בשערה.

אויך אונם צפנת פענח האט ער זייער א אינטרעסאנטע מאמר מבאר צו זיין די גמרא אין בכורות (ה,ב) ער הייבט אן כדרכו בקודש מיט זעכצען קשיות, אוי איז דאס א חשבון נפלא וואס מ'ברויך האלטן קאפ, עיש"ה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ערשט געזעהן א אנטרעסאנטע זאך בנוגע דעם הייליגען 'תולדות',
אז עס איז געוועהן מקובל (באוקריינא) אז דער כיבוד פון "הבאה מהסנדק" איז געוועהן שייך האט באלאנגט פארן 'תולדות'.
פונקטליך וואס דאס מיינט ווייס איך נישט, צו דאס מיינט אין זיין שטאט 'פולנא', אדער בגלילות, - צו סנדקאות נישט???
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שנת לידת בעל התולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

עס איז דא א שמועה אז דער תולדות איז געווען עלטער פונעם בעש"ט הק'.
ווייסט איינער א מקור דערצו?
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

דער בעל שם איז דאך געבוירן פריסטנס אין ת"נ, און י"א אז דער תולדות איז געבוירן אום ת"ל, עי' מאמר מרדכי ח"ב עמ' י"ב.
שכל קומט מיט די יארן...
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

זושאלע האט געשריבן:דער בעל שם איז דאך געבוירן פריסטנס אין ת"נ, און י"א אז דער תולדות איז געבוירן אום ת"ל, עי' מאמר מרדכי ח"ב עמ' י"ב.

ערבך ערבא צריך.
וואס איז דער מקור דערצו?
ווי מען זעט אינעם כת"י פון ספר שבחי הבעש"ט האט נאך זיין פאטער רבי צבי געלעבט אין יאר תק"ב, און איז דאן געקומען א נסיעה פון ארץ ישראל צוריק קיין רוסלאנד. [ער איז מסתמא נאך צוריק געפארן קיין ארץ ישראל, און אין יאר תק"ז האט זיך רבי גרשון קיטוב'ער מטפל געווען מיט די ירושה עס אפצושיקן צום תולדות].
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכדו רבי יעקב פנחס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

לפי המאטריקל במעזיבוז עולה שנכדו רבי יעקב פנחס (חתן הרר"ב ממעזיבוז) נולד בשנת תקכ"ט.
האם יתכן שהשם "יעקב" היה אצל התולדות שם שנתוסף מחמת חולי?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

האם מדובר במעטריקל של תעודת לידה און מפקד צענזוס?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:האם מדובר במעטריקל של תעודת לידה און מפקד צענזוס?

רישום פטירה.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: ר' יעקב יוסף הכהן מפולנאה מח"ס תולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

הוד והדר בבית אלוקינו:
הושלמה בניית האוהל החדש על ציון קדשו של הרה"ק ה'תולדות יעקב יוסף' זי"ע מפולנאה
מלאכת השיפוץ נמשכה חודשים רבים על ידי אגודת 'אהלי צדיקים – גדר אבות'.
אטעטשמענטס
IMG_20200426_153110.jpg
IMG_20200426_153110.jpg (276.19 KiB) געזען 2292 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”