רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצוק"ל (בהרה"ק ר' מאיר) - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע, און אויך פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע. רבי לוי יצחק בארדיטשובער האט מחבר געוועהן דעם ספר קדושת לוי על התורה ופרקי אבות ועוד ענינים, ער איז געוועהן רב אין עטליכע שטעדט וואו ער האט געהאט רדיפות, צוליב דעם וואס ער איז געוועהן א חסיד, שפעטער איז ער געוועהן רב אין די שטאדט בארדיטשוב, וואו עס האבן געוואוינט פיהל חסידים. ער איז נפטר געווארן כ"ה תשרי שנת תק"ע לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

ווען דער צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק ז"ל פון בארדיטשוב איז צוריקגעקומען פון זיין רבי'ן הרה"ק ר"ר שמעלקא מניקלסבורג ז"ל, האט אים זיין שווער - וועלכער איז געווען א קנאפלער חסיד - געפרעגט, נו, וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן אין ניקלסבורג? "כ'האב מיך געלערנט אז עס איז דא איין באשעפער וואס האט באשאפען אלסדינג אויף די וועלט", האט ר' לוי יצחק געענטפערט.

פאר דעם - פרעגט אים זיין שווער צוריק - האסטו געדארפט פארן קיין ניקלסבורג? דאס ווייסט דאך יעדער, רוף אריין מיין דינסט, וועט זי אויך זאגען אז השי"ת האט באשאפען די גאנצע וועלט.

יא, יא, האט ר' לוי יצחק געענטפערט. יעדער זאגט טאקע אז השי"ת האט באשאפען די וועלט, אבער אין ניקלסבורג "ווייסט" מען דאס...

ווען דער קדושת לוי זצ”ל איז געווען רב אין זשעליכאוו (בעפאר בארדיטשוב) האט ער זייער געליטן פון זיינע מתנגדים, וואס האבן אים זייער מצער געווען, ביז ער האט געמוזט אוועקגיין פון די שטאט צוליב די רדיפות וואס ער האט געהאט. ארויסגייענדיג פון שטאט האט אים איינער פון די מתנגדים א פרעג געטאן, רבי! רש"י ברענגט אין פר' ויצא אז ווען א צדיק גייט ארויס פון שטאט זעט זיך עס אן אין שטאט, און דא גייט דער רבי ארויס פון שטאט, און מ'קען גארנישט דערקענען. די שטאט זשעליכאוו בלייבט ווייטער אין איר פולע פלראכט.

האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן: לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס נאר ביי יעקב געפינען מיר אז "יציאת צדיק עושה רושם", און ביי אברהם און יצחק אבינו געפינען מיר גארנישט. נאר דער תירוץ איז, ביי אברהם אבינו און יצחק אבינו, ווען זיי זענען ארויס פון שטאט, איז נאר געבליבן אין שטאט רשעים וכדומה וואס זיי האבן נישט געפילט אז דער צדיק איז ארויס פון שטאט, אבער ווען יעקב איז ארויס פון שטאט, זענען דארט געבליבן יצחק און רבקה, און זיי האבן שוין גאנץ גוט געשפלירט אז דער צדיק גייט ארויס, און מיט דעם האט ר' לוי יצחק זצ”ל צוריקגעענטפערט פאר דעם רשע, יעצט ווייסטו שוין פארוואס דו שפלירסט גארנישט?...

מ'זאגט נאך אז ווען דער הייליגער קדושת לוי זצ"ל פלעגט לערנען פלרשת וארא, פלעגט ער זיך אנרופן, "מיט דעם אלעם בין איך מקנא דעם פלרעה, וואס פארא קידוש ה' ס'איז ארויסגעקומען דורך אים"...

דער קדושת לוי זצ"ל האט אמאל געשיקט איינעם פון זיינע שטוב מענטשן צו גיין עפענען די טיר פלסח ביינאכט ביי שפוך חמתך. דער מקורב, וועלכער איז געווען ווייט פון גילוי אליהו האט זיך שטארק צוגעכאפלט דערצו, קלערנדיג ביי זיך אז נישט אומזיסט האט דער רבי אים אויסגעוועהלט, נאר ווייל מן הסתם קען ער זען אליהו, איז ער געלאפן צו די טיר ווי עמיצער וואס גייט זיכער טרעפן אליהו הנביא ביי די טיר.

ווען דער קדושת לוי האט דאס באמערקט האט ער זיך מיט א שמייכל אנגערופן, וואס מיינסטו, אליהו קומט דורכ'ן טיר? ער קומט דורכ'ן מח...

אין ספר בישישים חכמה ווערט דערציילט, אז א איד איז אמאל געקומען צו הרה"ק מבארדיטשוב זצ"ל, און א צובראכענער דערציילט, אז ביז היינט פלעגט ער ציען חיונה פון דעם וואס ער איז ארום געפארן צווישן די שטעטלך און פארקויפט פארשידענע קלייניקייטן פאר די פויערן, אבער איצט שפירט ער אז ער האט נישט די כוחות דערפאר, וואס וועט זיין מיט פרנסה? האט אים דער רבי אויסגעטייטש דער פסוק, "ויסר את אופן מרכבותיו", ווען דער אויבערשטער נעמט פון איינעם אוועק די רעדער, ער האט שוין נישט קיין כח ארום צו פארן, "וינהגהו בכבידות", פירט ער צו אז ער זאל באקומען בכבוד דאס וואס ער דארף, אפילו ווען ער זיצט אין שטוב.

דער צדיק און סניגורן של ישראל הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל האט זיך אמאל געבעטן, רבוש"ע, האסט געשריבן אין דיין תורה אומצאליגע מאל אז מ'טאר נישט וויי טאן פאר יתומים. מיר, אידישע קינדער זענען אויך יתומים, ווי דער נביא זאגט, יתומים היינו ואין אב, פארוואס האסטו נישט רחמנות אויף אונז און נעמסט אונז נישט ארויס פון דעם שווערן גלות-יאך?...

אין זיינע יונגע יארן האט דער צדיק הרה"ק המגיד מקאזניץ זצ"ל געלעבט אין אויסטערליש דחקות, קיינער האט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. איינמאל איז אים אויסגעקומען צו באזוכן דעם צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל, וואס איז נאך דאן געווען רב אין זעליחאב.

ארויסגייענדיג האט דער קדושת לוי ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט. נישט קוקנדיג אויף די גרויסע פרעסטן איז ער ארויס אויפ'ן גאס אן זיין מאנטל. שטייענדיג א לאנגע צייט אויף די גאס, איז אים קאלט געווארן, האט ער געבעטן פון גאסט ער זאל אים בארגן זיין מאנטל אויף אייניגע מינוטן. נאכ'ן שטיין אזוי א קורצע וויילע, האט זיך דער קדושת לוי אנגערופן, דא האסטו דיין מאנטל, ס'איז מיר שוין ווארים, איך האב ערלעדיגט אז פאר דיר זאל אויך ווארים ווערן. א קורצע צייט שפלעטער איז דער נאמען פון צדיק נתפלרסם געווארן איבער די וועלט...

דער הייליגער קדושת לוי זצ"ל פון בארדיטשוב איז אמאל געווען ביים רבי'ן פון לובלין זצ”ל און האט אים געוואלט משמש זיין מיט א קאווע, האט ער אריינגעגאסען ערשט די קאווע, האט אים דער רבי פון לובלין זצ"ל אויסגעבעסערט ער זאל ערשט אריינלייגן די מילך, ווייל מיר האבן אינזין אז חל"ב מיט קו"ה איז מקוה (חל"ב בגימטריא מ')...

דער צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל האט אמאל שפאצירט אויפ'ן גאס, זיינע אויגען זענען געפאלן אויף א גרופע אידן וועלכע זענען געשטאנען און געפלוידערט לשון הרע און אנדערע הבלים. וואס שמועסט איר? - האט זיי דער צדיק געפרעגט - איינער פון די גרופע וועלכער איז געווען באקאנט אלס א געשליפן צינגעל האט זיך אנגערופן, מיר רעדן טאקע לשון הרע אבער דאך איז עס אמת, און מיר רעדן נישט קיין שקרים - האט ער אויסגעפירט מיט א שמייכעל. ריכטיג, האט דער צדיק ערקלערט - אבער וויסען זאלט איר אז אין די תפילין פון השי"ת שטייט געשריבן "ומי כעמך ישראל גוי אחד", אז אזא גוט פאלק ווי כלל ישראל איז נישט פארהאן אויף די וועלט. מיט דעם וואס איר רעדט אויף אנדערע אידן, פסל'ט איר די תפילין פונעם אויבערשטן, לייקענענדיג אין די דערמאנטע ווערטער.

דער סנגורן של ישראל הרה"ק מבארדיטשוב זצ”ל איז אמאל אריינגעקומען אין א ביהמ"ד און געהערט ווי א בעל דרשן שטראפט דעם עולם מיט שארפע מוסר רייד און זידעלט אן די צוהערער, האט זיך דער צדיק אנגערופן, "רבוש"ע, די צרות רעדן ארויס פון אים, דאס דחקות צווינגט אים אזוי צו רעדן, גיב אים די פלאר רובל חתונה צו מאכן זיין קינד, וועט ער אויפהערן מקטרג זיין אויף אידישע קינדער"...

אין יאר תקמ"ה איז דער צדיק ר' לוי יצחק געקרוינט געווארן אלס רבי אין די שטאט בארדיטשעוו, אבער נאך א קורצע צייט האט ער געהאט פיל אויסצושטיין פון עטליכע פון די איינוואוינער וועלכע האבן אים גע'רודפ'ט און אויסגעטיילט צרות ר"ל, ביז אין א געוויסן ערב שבת, האט דער ראש הקהל באשטעלט א מיסט וועגעלע און ארויפגעשטעלט דערויף דעם צדיק מיט זיין משפחה, און פארשיקט פון שטאט מיט די גרעסטע בזיונות.

דער אכזר'ישער אקט האט אויפגעשטורעמט די אנהענגער פון רב, וועלכע זענען באלד געפארן קיין זשיטאמיר, וואס איז נעבן בארדיטשעוו, בעטנדיג פון זייער רב ר' וועלוועלע (דער אור המאיר) אז ער זאל זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון זייער רב, און אויסבעטן אז די שונאים זאלן האבן א מפלה און בקרוב זען זייער סוף.

"איך וואלט זייער גערן מתפלל געווען", האט זיי ר' וועלוועל געענטפערט, אבער וואס זאל איך טאן אז אייער רבי האט שוין עפעס אנדערש מתפלל געווען? ער האט געבעטן אז השי"ת זאל זיי מוחל זיין, דעריבער קען איך שוין גארנישט אויפטאן מיט מיינע תפילות.

עס ווערט דערציילט אז דער קדושת לוי פלעגט ראש השנה פארן דאווענען זאגן, דבר אל בני ישראל אמור להם וכו' און אויסגעפירט, "דבר, צו וועמען רעדסטו? אמור, צו וועמן זאגסטו? צו וועמן גיבסטו. כה תברכו וועמען הייסטו בענטשען? אלעס נאר די אידישע קינדער, פרעג איך דיר באשעפער דו פארמאגסט אויך כשדים און ישמעאלים טא פארוואס גייסטו נישט צו זיי אלא מאי איז געדרינגן זיין אז חביבין ישראל שנקראו בנים למקום", און אזוי האט ער אנגעהויבן שמונה עשרה...

ווען דער צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב זצ"ל איז אמאל געגאנגען אין תשעה באב צוזאם קלויבן געלט פאר א דבר צדקה, האט ער אנגעטראפן א גרופלע ליידיגייער וועלכע זיצן און עסן א פליישיגע סעודה אין דעם פאסט טאג, האט ער זיך אנגערופן, "אויב עסט איר איצט אויף די עופות, פון וואו וועט איר נעמען כפלרות אויף יום כיפלור?"

הרה"ק מבארדיטשויב ז"ל פלעגט זאגן בדרך מליצה ישרה, אז ס'איז דא 3 טעמים פארוואס מ'שפעטיגט צו ליינען קריאת שמע.

די בעלי בתים זאגן אז אנפאנג טאג איז נאך דער שאט"ן (מלשון שט"ן) שטארק, דעריבער ווארטן זיי ביז דאס וועט אריבערגיין.

די לומדים פארענטפערן זיך לויטן מאמר חז"ל זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין דעתן מתיישבת עליהן. דעריבער ווארטן זיי ביז זיי וועלן עטוואס עלטער ווערן.

און די צדיקים האלטן אז זיי זענען אין די בחינה פון שבט דן וואס זענען געווען מאסף לכל המחנות, דעריבער ווארטן זיי ביז אלע תפילות וועלן ארויפגיין, דערנאך זענען זיי אלע מעלה אלע תפילות...

מ'דערציילט נאך, אז דער קדושת לוי, זיצענדיג אמאל מיט זיינע תלמידים, האט ער זיך אנגערופען: ווען השי"ת וואלט מיר איבערגעגעבן אויף אביסל צייט זיין וועלטל, וואלט איך דאך דאס געפירט אזוי גוט. באלד האבן אים זיינע תלמידים געפרעגט, ווי אזוי וואלט דאס דער רבי דעמאלט געפירט? האט דער קדושת לוי דערויף געענטפערט, "אזוי ווי השי"ת פירט דאס יעצט!" ווייל די אלע פלאסירונגען וואס פלאסירן מיט'ן מענטש זענען נאר צום גוטן.

איינמאהל איז דער בארדיטשובער רב זי"ע נאך שמונה עשרה צוגעגאנגען צו פיל מענטשען וואס האבען מיט געדאווענט און זיי געגעבען שלום. ווען זיי האבען זיך אלע געוואונדערט פארוואס ער גיבט זיי שלום.
האט ער זיי געזאגט איר זאלט אייך נישט וואונדערען, איר אלע מענטשען זענט ביי די שמונה עשרה נישט געוועהן דא מיט אייערע געדאנקען נאר האבען ארום געשוועבט אויף די יריד'ן און פרעמדע שטעדט און נאך שמונה עשרה ביי דעם אויסגיין און צוריקטרעטין האבען זייערע געדאנקען אויפגעהערט צו טראכטען פון יענע ווייטע ערטער און זענען צוריק אהער געקומען דעריבער קומט אייך א אמת'ען שלום עליכם ....

איינמאהל ערב ראש השנה פארטאגס ווען דער גאנצער עולם איז שוין געוועהן אין בית המדרש צו זאגין סליחות און זיי האבין אלע געווארט אויף דעם בארדיטשובער ער זאל זאגין סליחות פאר דעם עמוד יעדער ווואונדערט און יעדער פרעגט "ווי איז דער רבי" ווי איז דער רבי?
פלוצלונג קומט דער בארדיטשובער אריין מיט א פלאש בראנפין אין די האנט,, און גייט צו צום עמוד און זאגט סליחות אזוי ווי געוועהנליך , מיט א גרויס ברען (התלהבות), ס'איז פאר יעדען געוועהן א וואונדער פארוואס דער בארדיטשובער האט געשפעטיגט, און א וודאי פארוואס האט ער געהאט א פלאש בראנפין אין די האנד?
נאכדעם דאווענען האט דער בארדיטשובער געזאגט פאר די חסידים עס זאל אייך נישט זיין קיין וואונדער ווי איך בין געוועהן פאר סליחות- איך האב געזעהן אז דער שטן גרייט זיך צו רעדין שלעכטס אויף די יודען האב איך געטראכט אן עצה. איך בין געגאנגען אויפגעוועקט עטליכע יודען פאר סליחות און זיי געפרעגט צו זיי ווילן טרונקען בראנפין האבין זיי מיר געזאגט "רבי פאר'ן דאווענען פאר סליחות"? חס וחלילה".
נאכדעם בין איך געגאנגען אין מארק פלאץ ווי עס זענען געשלאפען להבדיל גוים און איך בין צוגעגאנגען צו א גוי און אים אויפגעוועקט און געפרעגט צו ער וויל טרונקען בראנפין האט ער באלד געזאגט גיב מיר, און ער האט געטרונקען. אזוי איז געוועהן ביי עטליכע גוים , אלע האבין באלד געטרונקען אהן זיך אפגיסען נעגל וואסער, און אהן זאגען "מודה אני" האט דער בארדיטשובער געזאגט אז יעצט האב איך שוין געהאט א גרויסען לימוד זכות אויף יודען , אז די ערשטע זאך אינדערפרי געדענקען זיי צו דאווענען און צו דינען השם יתברך ..

דער הייליגער בארדיטשובער רב זצ"ל (הקדושת לוי) ווען עס איז אנגעקומען געסט צו זיין שווער און מען האט געדארפט האבין בעטן צו שלאפין איז ער ארויס געגאנגען צום מארק און געקויפט בינטלעך שטרוי אז די געסט זאלין האבן ווי צו שלאפין , פאר גרויס ליבשאפט צו די מצות הכנסת אורחים האט ער אליין אהיימגעברענגט די בינטלעך שטרוי
ווען זיין שווער האט געזעהן אז ער שלעפט זיך אליין מיט די בינטלעך האט ער אים געפרעגט פארוואס שלפעסט דו אליין די בינטלעך קענסט דען נישט באצאלען , פאר א גוי א ביסל געלט און ער זאל עס דיר א היימברענגין ?
ענטפערט דער בארדיטשובער היתכן ! מכבד זיין א גוי צו האבין א חלק אין די מצוה פון הכנסת אורחים און אים באצאהלן

דער קדושת לוי איז אמאהל אריינגעקומען אין א דארף צו א קצב און האט אים נישט געזאגט ווער ער איז, דער קצב האט אים געפרעגט אויב ער איז אפשר א שוחט , ווייל ער ברויך שנעל שחט'ען א בהמה ווייל דער שוחט וואוינט א פאהר קילימעטער ווייט פון דעם דארף , דער רבי האט געענפערט יא, האט אים דער קצב צו געזאגט פאר דעם שחט'ען די בהמה דאפעלט וויפיל ער צאהלט דעם שוחט.
דער רבי האט געענפערט אז ער וועט אים די בהמה שחט'ען נאר מיט דעם תנאי אז ער וועט אים לייען (בארגין) צוואנציג רובל וואס ער דארף זעהר נייטיג און ער האט נישט וואס מורא צו האבן, ווייל ער וועט אים דאס זיכער אפגעגבען ווייל ער פאהרט ארום אויף די דערפער קלויבען נדבות און ער האט צו דעם הצלחה, אויך דערקענט מען אים אין זיין פנים אז ער זאגט נישט קיין ליגענד .
דער קצב האט אים געענפערט אז ער קען נישט בארגען קיין געלט א מענטש וואס ער קען אים נישט. דעמאלט האט דער בארדיטשובער אים אנגעהויבען מוסר'ן , זאלען דיינע אויערען הערען דיינע אייגענע ווערטער, אויף צוואנציג רובל ווילסטו דו מיר נישט גלייבען ווייל די קענסט מיך נישט ווי אזוי קענסט דו מיר גלייבען אז איך בין א שוחט כאטש די קענסט מיך נישט?!! ווען דיר זאל זיך יעצט דא טרעפען א מענטש וואס האט א גרויסען גליסט צו געלט, וואלט ער דיר די בהמה גע'שחט'ען כאטש ער קען נישט הלכות שחיטה, און די וואלסט חס ושלום געגעסען טרפות.
ווען דער קצב האט אים מודה געוועהן אז ער האט רעכט האט ער אים מגלה געוועהן ווער ער איז, דער קצב האט אים צוגעזאגט אז פון היינט אהן וועט ער שוין זיין נזהר אין דעם.

דער צדיק ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב זי"ע פלעגט זאגען: די מדה פון זיכן חטאים. אין אזוי אויך די מדה פון לימוד זכות. זענען ביידע זייער גוטע מדות, נאר מען דארף וויסען ווי צו נוצען וואס, זיכן חטאים דארף זיין ביי זיך אין לימוד זכות דארף זיין אויף יענעם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין א שטעטל נעבן בארדיטשוב איז געווען א רב א גרויסער תלמיד חכם און ערליכער איד, א שיינער מגיד און א גוטער בעל תפלה.
צו אלע מעלות האט ער געהאט א גוטן נאמען אלס מוהל מומחה, וואו און ווען מען האט איהם גערופן צו א ברית האט ער קיינמאל נישט אפגעזאגט, ער פלעגט פארן צו די ארומיגע דערפער און שטעט וואו עס איז נישט געווען קיין מוהל, און האט מיט שמחה של מצוה אויסגעפירט זיין אויפגאבע וועלכע ער האט שטענדיג געשטרעבט.
דער רב האט אבער געהאט א נאטור אז ער פלעגט זיך אפט בייזערן, ביי די קלענסטע שאלה, וואס מען איז געקומען צו איהם פרעגן, האט ער זיך געקענט אויפרעגן, און די שטאט לייט האבן פיהל געליטן דערפון.
געווען איז דאס פאר יום טוב, דאס רוב פון די בעלי בתים גרייטן זיך צו פארן צום צדיק, צום בארדיטשובער רב זי"ע, האבן זיך עטליכע פון די שטאט לייט אפגעשמועסט, אז זייענדיג ביים רבין וועלן זיי איהם בעטן אז ער זאל מוחל זיין און זאגן פאר זייער רב אז ער זאל נישט זיין אזא קפדן, ווייל א סאך מאל קומט אויס אז מען דארף גיין פרעגן עפעס א שאלה, און מען טראכט אריין אויב מען זאל יא גיין אדער נישט, ווייל דער רב וועט נישט גערן ענטפערן, אדער ער וועט ווייזן א בייזן פנים.
די בארדיטשוב'ער האט טאקע מסביר געווען פאר די רב די וויכטיגקייט זיך אראפצולאזן צו יעדן איינעם בסבר פנים יפות, דער רב האט פארשטאנען און האט אנגענומען די ווערטער פון רב און ער האט זיך טאקע אפגעגעבן מיט יעדן באזונדער און דער עולם האט הנאה געהאט, אבער מיט די צייט האט זיך זיין שארפקייט צוריק ערוועקט, און האט זיך געפיהרט ווייטער אזוי ווי פריער.
די בעלי בתים האבן זיך ווידער געווענדעט צום בארדיטשוב'ער מיט זייער בקשה.
ווען די רב איז געקומען צו פאהרן קיין בארדיטשוב, האט איהם דער רבי ווידער געבעטן און אויך ערקלערט, אז אידן האלטן זיך צוריק צו פרעגן שאלות פון איהם ווייל זיי ווילן איהם נישט אויפרעגן, און עס קען נישט מער אזוי בלייבן.
עס האט אבער ווייטער נישט אנגעהאלטן צו לאנג, ביז איין ליל שישי, דער רב זיצט ביי די גמרא א גאנצע נאכט פארטיפט און די גמרא, ווען פלוצלונג דרימלט ער איין אויפן טיש, און ער "חלום'ט" זיך ווי א איד קלאפט אן ביי די טהיר און קומט אריין אין זיין צימער.
דער איד איז געקומען מיט זיין בקשה אז די רב זאל זיין מוהל ביי זיין קינד וועלכער איז געבוירען געווארן די פאריגע וואך פרייטאג און דער ברית דארף זיין יעצט אינדערפרי, דער רב פרעגט איהם אין זיין חלום, וואו ער וואוינט און דער איד ענטפערט פונקטליך דעם נאמען פון זיין שטאט.
דער רב האט אים געענטפערט - באמת זאג איך קיינמאל נישט אפ פון אנצונעמען מוהל-שאפט, נאר יעצט בין איך אביסל אין א צווייפל, אזוי ווי היינטיגן שבת קומט פאר דא אין שטאט א שמחה פון מיינס א נאנטן קרוב, און איך האב איהם שוין לאנג צוגעזאגט אנטייל צו נעמען אין די שמחה, מוז איך דאך דא זיין אויף שבת. הערנדיג די ווערטער, רופט זיך אן דער בעל ברית, מיט א זיכערע און הויכע שטימע:
טייערע רב, די זאך וועט אים ירצה השם נישט זיין קיין צוריקהאלט, דער רב וועט קענען רוהיג זיין צוריק אויף שבת.
דער איד ווייזט פארן רב, דא אינדרויסן שטייען מיינע צוויי פערד וועלכע זענען ווי צוויי לייבן, זיי שלינגען די וועג אין צוויי שעה, די רב וועט נישט דארפן פארברענגען קיין סאך צייט, נאר גלייך נאכן דאוונען וועט מען מאכן דעם ברית, אויב די רב וועט זיך יעצט ארויסלאזן אויפן וועג קען מען זיין צוריק ביז פינעף זעקס שעה.
דער רב וואס האט זיך אלץ שטארק מוסר נפש געווען צו גיין צו א ברית האט זיך געלאזט איבעררעדן און האט צוגעשטימט מיטצוגיין מיט דעם בעל ברית.
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג דער וועג האט טאקע גענומען ווי אפגעשמועסט, און זיי זענען געבליבן שטיין נעבן די בעל ברית הויז.
דער בעל ברית איז צוגעגאנגען צום טהיר פון וואגן, זאגנדיג פארן רב, אז מיר זענען שוין ברוך השם אנגעקומען בשלום, דער בעל ברית האט צוגעהאלפן דעם רב אריינגיין אין שטוב, און מיט כבוד איהם אריינגעפירט, צו זיך אין שטוב.
דער רב קוקט אויפן זייגער און ער זעט אז עס איז ריכטיג, דער וועג האט טאקע נישט געדויערט מער ווי צווי שעה, אין שטוב איז א גרויסע שמחה, עפעס א קלייניגקייט, עס גייט זיין היינט א ברית, אליהו הנביא וועט קומען, און דא האבן זיי נאך אויך א גרויסער תלמיד חכמם און שיינער בעל דרשן.
דער רב האט זיך געשטעלט דאווענען מיטן גאנצן עולם מיט גרויס כונה, גלייך נאכן דאוונען האט מען געמאכט דעם ברית מיט גרויס שמחה און פאראד.
דער רב האט גלייך נאכן ברית זיך געווענדעט צום בעל ברית בעטנדיג אז ער זאל איהם צוריק אהיים פיהרן, ווייל ער מוז זיין אין דערהיים אויף שבת.
דא האבן זיך אבער אלע פארזאמעלטע אויפגעשטעלט, און זיך געבעטן ביים רב און געפאדערט אז ער זאל מוחל זיין און בלייבן און פראווען מיט זייי א סעודה של מצוה, זיי האבן געהאט א טענה, אזוי ווי זיי האבן זעלטן די זכיה אז א ערליכער איד, א רב, זאל ביי זיי זיין צו גאסט, דעריבער בעטן זיי אז ער זאל זיי אביסל אנווארעמען און רעדן צו זיי דברי תורה און מוסר, אז זיי זאלן קענען ווייטער זיך האלטן אין דעם דרך האמת, אין דער תורה'דיגן וועג.
דער רב ווידער, האט גוט פארטאנען זייער געערעכטע טענה, אבער ער האט זיי ערקלערט אז די סעודת מצוה וואס איז אזוי חשוב און זעלטן דא ביים עולם, וועט זיכער געדויערן זייער לאנג און ער איילט זיך אהיים צו פארן.
-יא, טייערער רבי - האט זיך אנגערופן דער בעל ברית -דער רבי איז גערעכט, און אויך מיר זיינען גערעכט, דעריבער לאמיר מאכן א פשרה, דער רב זאל יא בלייבן מיט אונז אויף די סעודה, און מיר וועלן זעהן נישט מאריך זיין מיט די סעודה, אזוי אז עס וועט געדויערן נישט מעהר ווי א שעה, יעצט איז נאך דא ביז ליכט צינדן באלד זיבן שעה, וועט דער רב זיין מיט אונז איין שעה און דערנאך אהיים פארן און אנקומען אהיים גאנצע פיהר שעה פאר שבת אם ירצה השם.
נאך לאנגע בקשות האט דער רב איינגעוויליגט צו פארבלייבן ביי די סעודה, און די שמחה איז געווען א דאפלטע, א שמחה של מצוה און א שמחה אז מען האט אזא חשוב'ן גאסט, ביים טיש.
מען האט אנגעגאסן פאר יעדער איינעם משקה, און יעדער האט געווינטשן פארן צווייטן לחיים, און די שמחה איז געווען ממש אין לשער.
צו דער צייט האט מען געבענטשט, און דער גאנצער עולם האט ארויסבאגלייט דעם רב צום וואגן וועלכער איז געשטאנען גרייט צום פארן.
דער רב וועלכער איז בכלל נישט געווען געוואוינט צו טרינקען משקה, איז גלייך ווי מען האט גענומען פארן, איינגעשלאפן, אויך דער בעל ברית, דער בעל עגלה, האט זיך פארזארגט מיט א פלעשל משקה אויף אונטערוועגנס און נאכן טרינקען איז ער אויך איינגעשלאפן, און אזוי זיינען די פערד געלאפן און געפיהרט דעם וואגן.
פלוצלונג האט זיך די בעל עגלה אויפגעכאפט, און באמערקט אז ער שלאפט שוין א לאנגע צייט, אבער אין זכות פונעם רב איז געווען א נס אז די וואגן איז געפארן די ריכטיגע וועג.
דער בעל עגלה האט זיך אנגערופן צום רב אז ב"ה מען האט נאך א האלבע שעה צו פארן.
אויב אזוי וויל איך דיר בעטן א טובה - זאגט די רב - אזוי ווי איך פיל ממש אז איך קען מער נישט פארן, איז אפשר קענסטו צופארן צו עפעס א איד אין די דארף ווי מיר וועלן זיך קענען אפרוהען א שעה צוויי, דערנאך וועלן מיר ווייטער פארן ווען מיר זיינען אויסגערוהט, עס איז דאך נאך געבליבן א גוטע פאר שעה צום שבת...
דער בעל עגלה גיט א ציה די לייצעס און די פערד פאהרן, ער פיהרט צו דעם וואגן צו זעליג שמחה'ס הויז וואו עס איז שוין אלעס צוגעגרייט אויף שבת, די לייכטער שטייען שוין אויפן טיש, און אין זיי די ליכט, די שיינע געפלאכטענע חלות וועלכע מען האט פאר עטליכע שעה ארויסגענומען פון אויוון ליגן אויפ טיש, צוגעדעקט מיט דעם שיינעם אויסגענייטן חלה טישטאך.
זעליג שטייט ביים פענסטער און דערזעט ווי עס שטעלט זיך אפ א וואגן פאר זיין הויז, פון דעם וואגן שטייגט ארויס דער באקאנטער רב און צדיק פון די דערנעבנדיגע שטאט.
זעליג ווערט צומישט, און פרעגט:
וואס גייט דא פאר מיט מיר? איך זעה גוט? יא! דאס איז עס, דער איז טאקע דער רב, אזוי שפעט פרייטאג נאכמיטאג און דער רב פארט נאך ארום? ווי אזוי קען עס זיין?
דער רב איז אריין אין שטוב און דער בעל עגלה דערציילט איהם אז זיי קומען יעצט פון א שמחה, און ער פיהרט יעצט דעם רב אהיים, נאר אזוי ווי דער רב פיהלט זיך נישט גוט פון דעם וועג, ווילן זיי זיך אביסל אפרוהען, און דערנאך ווייטער פארזעצן זייער נסיעה.
זעליג פיהרט אריין דעם רב אין א צימער, גרייט צו דעם געלעגער וואו דער רב האט זיך באלד צוגעשפארט, און אויך פארן בעל עגלה ווייזט זעליג אן אויף א בעט וואו דער בעל עגלה ווארפט זיך אריין און שלאפט באלד איין.
זעליג איז דער איינציגער איד וועלכער וואוינט אין דעם דארף, ארויסגייענדיג פון רב'ס צימער רופט ער זיך אן צו זיין ווייב און זאגט צו איהר:
איך מיין אז מיר האבן א טעות געהאט מיט די טעג פון די וואך, עס קען נישט זיין אז דער רב וועלכער איז אזא גרויסער ערליכער איד זאל זיין אנטערוועגנס פרייטאג אין אזא שפעטע שעה, עס מוז זיין אז היינט איז דאנערשטאג, נאר מיר האבן געמיינט אז היינט איז שוין פרייטאג.
דאס ווייב פון זעליג ווייסט נישט קיין חכמות, זי שטימט צו באלד צו איהר מאן'ס רייד, זיי נעמען אלעס אראפ פון טיש, און זעצן פאר זייער דאנערשטאג ארבעט, עס גייט אריבער עטליכע שעה, און זעליג איז אריין אין צימער פון רב און פרובירט אויפצווועקן דעם רב מיט זיין באגלייטער, עס איז אבער נישט געגאנגען די משקה האט געווירקט אזוי שטארק אז זיי זיינען איינגעשלאפן אויף א גאנצן מעת לעת.
צומארגנס מיטאג, האט זיך דער רב אויפגעוועקט א דערשראקענער, ער האט גלייך אויפגעוועקט דעם בעל עגלה און איהם געהייסן זיך צוגרייטן צום וועג כדי זיי זאלן קענען אנקומען פאר שבת.
עס איז שבת קודש מיטאג צייט, ביי זעליגן איז לויט זיין יעצטיגן חשבון ערשט פרייטאג, אופן טיש זיינען שוין וויטער אנגעגרייט די שבת'דיגע זאכן ווי אין יעדן אידישן הויז, דער רב זעט אויך אז עס איז פרייטאג נאכמיטאג מיינענדיג אז זיי זענען נישט געשלאפן מעהר ווי א שעה, צוויי.
דער בעל עגלה קומט צוריק פון הויף, און זאגט צום רב אז דער וואגן איז גרייט צו די נסיעה, דער רב גייט ארויס פון צימער, ער באדאנקט זעליג'ען פאר די פיינע געלעגער, און האט איהם געווינטשן פיהל ברכות.
זעליג איז העכטס צופרידן און באגלייט ארויס דעם רב צום וואגן.
דער רב זעצט זיך אויפן וואגן, און דער בעל עגלה טרייבט די פערד.
און רב'ס שטאט קומט פאר די גרויסע שמחה פון רב'ס קרוב, וועלכער וואונדערט זיך אויפןן רב אז ער האט נישט מקיים געווען זיין צוזאג, דער גאנצער עולם האט זיך באטייליגט אין די שמחה און זיך שיין משמח געווען.
נאך די שמחה איז די גאנצע עולם ארויס צוזאמען פון ביהמ"ד, פלוצלונג האט זיך אלעס אפגעשטעלט, ווי געלעמט איז דער גאנצער עולם געשטאנען און איבעראשטערהייט זיך צוגעקוקט, און זיך אליין נישט געקענט גלייבן וואס די אויגן זעהן.... נישט מער און ווייניגער ווי די רב פון שטאט שטייגט ארויס פון וואגן!!!
דער רב איז געבליבן אן א אטעם דערזעהענדיג דעם עולם מתפללים ווי זיי קומען ארויס פון בית המדרש מיט די שבת'דיגע מלבושים, פוהל מיט צער און עגמת נפש איז דער רב אריינגעלאפן אין שטוב, און נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, אבער באלד האט ער זיך דערוואוסט פון זיין מיאוס'ן טעות וואס ער האט געמאכט, און יעצט איז שבת קודש נאכמיטאג, פאר גרויס בושה און שברון לב האט ער נישט געוואויסט וואס צו טהון.
גלייך מוצאי שבת איז ער געפאררן קיין בארדיטשוב און דערציילט פארן רבין די גאנצע געשיכטע וואס עס האט מיט איהם פאסירט און ווי אזוי ער האט מחלל שבת געווען רחמנא ליצלן, און גורם געווען אויך פאר זעליג מחלל שבת צו זיין.
דער בארדיטשובער רב האט געענטפערט:
וויסן זאלסטו אז דאס האט פאסירט ביי דיר דערפאר ווייל דו ביסט א קפדן, און דו ביסט גורם אז אידן פון דיין שטאט פרעגן דיר נישט קיין שאלות און דערפאר ווערן זיי נכשל אין עבירות, ווייל עס איז אוממעגליך אז א איד זאל נישט נכשל ווערן אויב ער פסק'נט זיך אליין.
דער רב האט זיך ביטער צווויינט און געיאמערט בעטנדיג ביים רבין ער זאל איהם אנווייזן א וועג תשובה צו טהון.
דער רבי האט איהם ארויסגעגעבן א פסק דין, תשובה צו טהון, ער זאל גיין גלות אפריכטן, וואו ער וועט זיין בייטאג זאל ער נישט זיין ביינאכט, וואו ער וועט נעכטיגן די נאכט זאל ער נישט נעכטיגן די צווייטע נאכט, אויך זאל ער אויסזאגן תהילים יעדן טאג מיט טרערן און זאגן דרשות איבעראל, מעורר זיין אידן צו תשובה און צו שמירת התורה.
דער רב האט אלעס אנגענומען מיט ליבשאפט, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, און אלעס אויסגעפירט וואס דער בארדיטשובער האט אים געהייסן.
צום ענדע פון זיבן יאר איז ער אהיים, אריינקומענדיג אין שטוב דערקענט איהם קיינער נישט, ער איז צוזאמענגעבראכן און פארשווארצט פון צרות און ליידן.
ער צוּוויינט זיך ביטער צוקוקנדיג ווי זיין גאנצע פאמיליע דערקענט איהם נישט, און אזוי טרויעריגערהייט זיפצט ער שטארק און וויינט.....
וואס איז מיט דיר...?!! וואס רעדסטו פון חלום....? פארוואס גייען פון דיינע אויגן טרערן....? - רופט זיך אן זיין רעבעצן, און פרובט איהם אויפצווועקן פון זיין לאנגן לאנגן חלום....
דער רב כאפט זיך אויף פון זיין שרעקליכן חלום, ער טרעפט זך זיצנדיג ביים טיש, די גמרא איז אויפגעמישט וואו ער האט געהאלטן פארן איינדרימלען, עס איז פרייטאג פארטאגס, מען דארף שוין באלד גיין צום דאוונען, נישטא קיין בעל עגלה, נישטא קיין בעל ברית, נישטא קיין זעליג און נישטא קיין חילול שבת, יעדער דערקענט איהם גוט....
נאכן דאוונען האט ער זיך אויפגעהויבן און איז גלייך אריבערגעפארן צום בארדיטשובער רב.
ווי ער קומט נאר אריין צום רבינס צימער, רופט זיך אן דער רבי און זאגט צו איהם:
איך האף אז איהר האט מיר גוט פארשטאנען, און איהר וועט וויסן ווי אזוי צו נעמען דעם ענין ערנסט פון היינט און ווייטער.
דער רב האט פון דעמאלס אן זיך באהערשט אויף זיין שארפקייט, און אלע בעלי בתים זיינען זייער נאהנט געווארן צו איהם און מיט גרויס הצלחה האט ער אנגעפירט זיין רבנות, גע'פסק'נט שאלות און איינגעפירט שיעורים צום לערנען און עס איז געווארן איינע פון די שענסטע קהלות אין געגנט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע זאגט אז א שמחה וואס מען האלט אין הארץ ווערט אלץ שוואכער אין שוואכער, א שמחה וואס מען לייגט אריין אין א ניגון ווערט אלץ העכער און העכער.

רבונו של עולם (מחברו הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע)

רבונו של עולם איך וועל מיט דיר מאכען א בייט,
א בייט וויל איך מיט דיר מאכען,
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע,
טאמער וועסטו פרעגן וואס די וועסט מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר,
די וועסט מיר געבן, מחילה וסליחה וכפרה, אוי וויי טאטע,
טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין, זאג איך דיר,
די וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע,
טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר,
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, אוי וויי טאטע,
טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר,
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע,
טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר,
ואכלת ושבעת וברכת את ד' אלוקיך, אוי וויי טאטע,
די מצריים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט, ניין, זאג איך דיר,
די פרסיים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט, ניין, זאג איך דיר,
די מינים ואפיקורסים שרייען, ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא, זאג איך דיר,

אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשע זאג,
יתגדל ויתקדש שמי-ה רבא.

הייליגער קדושת לוי, דער בארדיטשובער רב, זצ"ל, וואס האט אייביג געזוכט צו זאגען גוט'ס אויף אידישע קינדער, האט געטייטשט "אלה הדברים", די דאזיגע הארבע שטראף-רייד ווי משה רבינו רעכינט אויס שלעכטע זאכען אויף אידען, דאס האט משה רבינו באנוצט נאר "אל כל ישראל" בלויז ווען ער האט גערעדט מיט די אידן, אין ער האט געוואלט זיי זאלען זיך האלטען עהרליך, אבער ווען ער האט גערעדט צו השי"ת וועגען די אידען, און מתפלל געווען פאר אידן, דעמאלס האט ער אויף זיי ממליץ טוב געווען, און גערעדט נאר גוטס אויפ'ן אידישן פאלק, וועגען דעם שטייט אל כל ישראל, אז דווקא נאר צו די אידען האט ער גערעדט אזוי שטרענג, און אויסגעמוסר'ט, כדי זיי זאלען ווערין בעסער אין בעסער, אבער פארין רבש"ע האט ער נאר דערמאנט די גוטע זאכען אויף אידען.

ואמרת בלבבך כחי ועצם ידי (דברים ח-יז) ר' לוי יצחק פון ברדיטשוב האט אמאל געזען א איד לויפן אין גאס האט ער אים געפרעגט, פארוואס יאגסטו דיך אזוי, האט ער געענטפערט איך דארף לויפן נאך פרנסה, האט אים די בארדיטשוב'ער געזאגט: און פון ווי ווייסטו אז די פרנסה איז "פאר" דיר, אז די לויפסט אים נאך, אפשר איז ער "נאך" דיר, אין ווען די לויפסט דערווייטערסטו דיך נאר

אלה הדברים (דברים א-א) זאגט רש"י אז ווייל די רייד זענען דברי תוכחה, וועגן דעם האט דאס די תורה געזאגט בדרך רמז, עס איז אמאל געווען א מגיד, וואס פלעגט ארומגיין אין שטעט האלטען דרשות, און איינמאהל האט מען אים געלאדנט צו זאגן א דרשה אין בארדיטשוב, און ער האט דארט גע'דרש'נט דברי תוכחה, דער הייליגער בארדיטשוב'ער איז אינמיטן אריין אין ביהמ"ד, און געהערט א חלק פון די דרשה, האט ער זיך אנגערופען, רבש"ע די צרות רעדן דאך ארויס פון דער מגיד'ס האלז, מן הסתם האט ער א גרויסער טאכטער חתונה צו מאכן, בעט איך דיר באשעפער גיב אים אפאר הונדערט רובל פאר נדן, און אזוי וועט ער אויפהערן צו מקטרג זיין אויף כלל ישראל.

מען דערציילט נאך אז דער הייליגער בארדיטשובער רב איז אמאהל צו געגאנגען צו א איד נאכין דאווענען אין אים גענומען זאגען האלבע צוטיילטע אומפארשטענדליכע ווערטער, אין דער איז קוקט אים אהן מיט וואונדער אין זאגט רבי איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דער רבי זאגט, האט אים דער קדושת לוי געענטפערט, אזוי האסטו פריער גערעדט צום באשעפער, ווי אזוי ווילסטו אז דער רבש"ע זאל דיך פארשטיין, האט אים דער איד געענטפערט, אז מיר זעען א אינטערסאנטע זאך, עס ווערט געבוירען א קינד אין שטוב, דאס קינד קען נישט רעדין, קען נישט וואונקען, קען נאר קוויטשענען צוהאקטע קולות, אין אינטערסאנט די טאטע מאמע פארשטייען פונקטלעך וואס דאס קינד וויל, וואס דאס קינד בעיט, וואס איז פשט דערין? נאר די סיבה איז ווייל א טאטע מאמע פארשטייען א קינד אפילו ווען ער רעדט נישט געהעריג, זאגט ער מיר זענען קינדער פון הקב"ה, איז אפילו דאס רעדין איז נישט ווי ס'דארף צו זיין דאך פארשטייט אונז דער רבש"ע ווייל א טאטע פארשטייט א קינד, אבער דאך אז מען האט אונז געגעיבין א כח התפלה לאמיר דאס אויסנוצען ריכטיג, אין לאמיר דאווענען טאקע ווי עס דארף צו זיין.

דער "קדושת לוי" פון בארדיטשוב זי"ע פלעגט שטענדיג נאכגיין און אויפזוכען אפילו גאר פראסטע געסט אריין צו נעמען אין די סוכה. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ברענגט אריין אזוינע פראסטע מענטשן, וואס עס פאסט נישט פאר די סוכה, האט ער געענטפערט: "ווען משיח וועט קומען, און מען וועט אריינזעצן די צדיקים אין די סוכה פון דער הויט פון דעם לויתן, וועל איך זיך אויך צושטיפן. דאן וועט מען מיר זיכער פרעגן וואס איך - אזא פראסטער מענטש - וויל אריין גיין אין די סוכה"? וועל איך ענטפערן דערויף א גוטע תשובה: "אין מיין סוכה האב איך אויך אריין גענומען ארימעלייט פראסטע מענטשן"!

דער הייליגער "קדושת לוי" זצוק''ל איז אמאל אנגעקומען אין די שטאט לבוב, ער האט אנגעקלאפט ביי די גביר פון שטאט, און זיך געבעטן צו ער קען ביי אים נעכטיגן, דער גביר האט אים נישט דערקענט און דעריבער האט ער אים נישט אריין געלאזט ביי זיך.

איז די הייליגער "קדושת לוי" געגאנגן צו אן ארימאן אין שטאט, און ער האט אים יא אריין גענומען מיט גרויס שמחה, אפילו ער האט נישט געוואוסט אז דאס איז דער הייליגער בארדיטשובער.

מיט די צייט איז באקאנט געווארן אין שטאט אז דער גאסט דאס איז די הייליגער בארדיטשובער, און די גביר האט יעצט איינגעזעהן אז ער האט אפגעזאגט אזא חשובע גאסט, איז ער געקומען פאלן צו די פיס פון די צדיק, און זיך געבעטן אז ער זאל צוריק קומען צו אים, און אז ער האט פשוט נישט געוואוסט ווער ער איז.

האט די הייליגער צדיק נישט געוואלט, און האט פאר דער גביר געגעבן צו פארשטיין, אז אין די פרשה טרעפן מיר אז צוויי מענטשען האבן געטאהן די מצוה פון הכנסת אורחים, "אברהם אבינו" און "לוט". און נאר אויף אברהם אבינו ווערט באצייכענט אלטס מכניס אורח. לכאורה האט דאך לוט אויך געטאהן די מצוה פון הכנסת אורחים. נאר די תירוץ איז, אז אברהם אבינו האט געמיינט אז זיינע געסט זענען פשוטע אראבעס און האט זיי אפילו אלטס פשוטע געסט זייער מכבד געווען. אבער אנדערש איז געווען ביי לוט, ער האט געזעהן אויף זיי אז זיי זענען מלאכים, און נאר וועגן דעם האט ער זיי מכבד געווען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ציון הקדוש
אטעטשמענטס
(Custom).jpg
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פון אינעווייניג
אטעטשמענטס
(Custom).jpg
(Custom).jpg (56.13 KiB) געזען 10861 מאל
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ציון ר' לוי יצחק מבארדיטשוב
אטעטשמענטס
Tzyon R' LY Bard..jpg
Tzyon R' LY Bard..jpg (70.03 KiB) געזען 10833 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

לאמיר מאכען אביסעל מער קאלירפול פאר די ליינערס און נישט זעהן נאר זיידניו ביי בארדיטשוב איך וויל מיטיילען מיט א נייע ידיעה איבער הרהק מר' לוי יצחק וואס ווייזט דו כח פון צדיקים לאחר פטירתם מן העולם איך האב און מיין באזיץ א ביכל פון א תושב און בארדיטשוב [וואס זעהט נישט אויס ווי ער האט געלייגט רבינו תם תפילין....]
איך ברענג דא א ציטאט מלה במלה
דער זומער פון 1921 ווען איד האב פארלאזט מין געבורטסשאט פלעג איך זיך אפט טרעפן מיט דאקטער ש. ער איז געוואן א יוד א ת"ח מיט וועם איך פלעג זיך אפט אינערהאלטען איינמאל גיט ער מיר א זאג קומט מארגן וועל איך אייך ווייזן א שיינע זאך אויפן צווייטען טאג ווען איך בין געזעסן ביי אים אין קאבינעט האט מען אריינגעפירט צוויי יינגלעך אין עלטער פון 15 16 יאר ביידע זיינען געווען פאראליזירט אויפן רעכטן זייט קערפער עס איז געשען מיט זיי אזוי מיט א פאר וואכן פריער האבן ביידע חברים שפאצירךט אויפן בית הקברות אום שבת און ווען זיי זיינען דורכגעגאנגען דאס מויערל פון בערדיטשעווער צדיק האבן זיי ביידע געהאט די חוצפה פאררויכערן ציגארעטלעך ביים נר תמיד, וועלכער האט געברענט אין אוהל און ביידע זיינען באלד אויפן ארט פאראליזירט געווארן. קיין שום קאמענטאר גיב איך נישט צו, איך דערצייל נאר א זאך וואס בעיני ראיתי
[/q"
נייגעריגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגער »

זאמלער, ווער איז דער שרייבער? טאקע נישט א היימישער?
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

tדאס ביכעל הייסט געווען אמאל א שטאט בערדיטשעוו דער מחבר איז ד''ר צבי קאמינסקי לויט זיין בילד אין זיין געשרייבאכטס זעהט ער נישט אויס ממש משלנו
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

דער הייליגער נאמען לוי יצחק בן שרה סאשע - די נאמען אליינס זאגט מען פון צדיקים איז מסוגל בזכותו להשפיע כל טוב

איטערסאנט אז מען רופט נאכען מאמעס נאמען נישט אויפען טאטעס נאמען .. ווייסט איימיצער ???
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

יאצייט הרה"ק מבארדיטשעוו זי"ע-תשע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

דודי הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ זצ"ל-האדמו"ר מבאסטאן שנפטר בכסלו האחרון - והיה מנכדי הבארדיטשאבער- היה שמו ר' לוי יצחק בן שרה סאשע , ושמעתי ממנו שכאשר נכנס עם קוויטעל להבעלזער רב זי"ע - אז כאשר ראה את שמו בהקוויטעל הוא מאד התפעל,וקם מכסאו בהתרגשות ואמר כמה פעמים:": " לוי יצחק בן שרה סאשע"..אה ווא,א היימישע נאמען..", והחל להלך בחדרו הלוך ושוב, בחזרו על השם.
ואביו, זקיני הרה"ק רפ"ד מבאסטאן זצ"ל, אמר פעם שמאז הסתלקות הרה"ק מבארדיטשעוו לא היה עדיין כזאת,שמישהו נקרא בשמו ובשם אמו כמותו .
זכות סניגורן של ישראל יגן עלינו ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

כווייס נישט אויב ממעג דא אריינרעדן אין אזא ריייכע אשכול
אבער כוויל דערמאנען צי זאגן ג-ט פון אברהם, יעצט אינעם יארצייט
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

שמעתי היום כ"ה תשרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

שהרה"ק רבי שלומק'ה זוויהלער זי"ע אמר, שהבארדיטשעווער רב - סניגורן של ישראל - מרומז מיד בהתחלת התוה"ק : " בראשית " - ר"ת: " בארדיטשעווער רב אומר שבחי ישראל תמיד "...
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

רבי מאיר מבארדיטשעוו-יאצ"ט כ"ט תשרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

היום הוא יאצ"ט של הק' רבי מאיר מבא"ד בעמח"ס :"כתר תורה", בנו של רלוי"צ מבא"ד שנפטר בחייו.
הוא נולד שנת תק"כ, למד כל ימיו אצל אביו ,והיה צדיק וק'.
חמיו היה רבי אליעזר ראש הישיבה בפינסק,בעמח"ס :" שיח השדה",ו"ריח השדה",שהיה מהחבורה של רבי אהרן הגדול ורבי שלמה מקארלין.
[ בנו רבי משה היה חותנו של הרה"ק מריזין, ושל רבי מיכל ב"ר שמואל מקאשיווקא. בנו השני רבי מתת' היה זקינו של יסוד העבודה מסלאנים].
[ חתניו: רבי מאיר, רבי ישראל דוב בער מסטעפין בן ר"ד מסטעפין חתן המגיד הק' מזלאטשאוו, ורבי ראובן מנאווארדיק זקינו של ר"מ קאברינער].
צדיקי הדור הפליגו בשבח רבי מאיר, המגיד מקאזניץ ביקש מר"י מפיקוב שיזכירו בחליו על ציון אחיו רבי מאיר.
נסתלק שנת תקס"ו בחיי אביו הק', והגה"צ מדארגמירעשט כ' בהקדמת הספר כ"ת[תרצ"ג] ,ששמע שמהרי"ד מבעלזא סיפר, ששמע מזקינו רבי אהרן מטשערנאביל שאמר שצדיקי הדור אמרו עליו שאם היה מאריך ימים היה נתעלה עוד יותר מאביו הק' [ !!] .
ואביו הק' העיד שהחזיר נשמתו כפי שקיבלה, נקיה מכל פגם.
הגה"ק בעל התניא שלח לרלוי"צ מחותנו אגרת תנחומין על פטירתו , ונדפס בתניא אגה"ק פרק כ"ח, ומדבר על פטירת צדיקים.
בניו : 1.רבי יוסף,
2. רבי ישראל איסר
3.זקינתי הרבנית אסתר רחל אשת הרה"צ רבי דוד לייב [ מגיד] בן הרה"ק ה"צמח ה' לצבי"[ רבי דוד לייב זה היה זה ששידך את בתו של הרה"ק מריזין
( שהיה בן דודו כנ"ל ) עם הרה"ק ה" צמח צדיק " ,( יאצ"ט שלו היה ג"כ היום), והוא הביא לדפוס את ספר ה"צמח"]. [ ראה ספר " אבן שתיה" , מערכת ה"צמח", פרק א' אות ב'].
4. רבי אליעזר חתן המיטעלער רבי בן הגה"ק התניא.
5. הרבנית גיטל אשת הרה"ק רבי יצחק מנעשחיז זי"ע.
זי"ע ועכ"י .
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

היינט די יארצייט ווער עס האט נאך נישט געצינדן א לעכט אדער סתם גוט צו זאגן די נאמען אויך
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ווייסט איינער פון א רבי ליפא בנו של הקדושת לוי?? יש שמתייחסים אחריו??
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:דודי הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ זצ"ל-האדמו"ר מבאסטאן שנפטר בכסלו האחרון - והיה מנכדי הבארדיטשאבער-


ווי אזוי איז ער א אייניקל?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ראש הקהל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א רבי ליפא בנו של הקדושת לוי?? יש שמתייחסים אחריו??

מיינסט צו זאגען א איידעם ר' אליעזר ליפא? ער האט נישט געהאט קיין זוהן בשם ליפא.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ראש הקהל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א רבי ליפא בנו של הקדושת לוי?? יש שמתייחסים אחריו??

לכאורה מיינט איר ר' ליפא בן ר' מאיר בן הרה"ק מבארדיטשוב. די משפחת הרבנים פרענקל פון בוקארעשט זענען זיינע אייניקליך.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

שויתי'ניק האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:דודי הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ זצ"ל-האדמו"ר מבאסטאן שנפטר בכסלו האחרון - והיה מנכדי הבארדיטשאבער-


ווי אזוי איז ער א אייניקל?


בן מ' שרה סאשא בת ר' יחיאל מיכל מטורקא-סטרעטין (בזו"ר) חתן ר' אלטר מטבריא חתן ר' נפתלי צבי מטבריא חתן ר' ישראל מפיקוב בן הרה"ק מבארדיטשוב.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

הייסט עס אז דער איידעם פון ר' ישראל איז ארויף קיין אר"י? אינטרעסאנט...
שויתי השם לנגדי תמיד
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א רבי ליפא בנו של הקדושת לוי?? יש שמתייחסים אחריו??

לכאורה מיינט איר ר' ליפא בן ר' מאיר בן הרה"ק מבארדיטשוב. די משפחת הרבנים פרענקל פון בוקארעשט זענען זיינע אייניקליך.


פון וועלעכע משפחת הרבנים פרענקל פון בוקארעשט מיינט איר?
כמדומה לי איז געוועהן א פלוגתא און דעם און גליון אור הצפון דערוועגן?
יש מנכדי הרה"ק מהר"י מבעלזא שמתייחסים אחרי הקדושת לוי ע"י חותנו רבי שמואל מדראשקאפאלע ז"ל, ויש שאין מתייחסים
אחרי הקדושת לוי כמו במגילת יוחסין באבוב, האם יודע מישהו לפשור הספיקא? שמעתי פעם ממשפחת כ"ץ נכדי מאגרוב שכתב
הרה"ק ממאגרוב בתוך איזה מכתב שהם נכדי הקדושת לוי ע"י חותנו של הרה"ק רבי יהושע מבעלזא הנ"ל??

ובכלל הרב הסרפד האיך הם משפחת הרבנים פרענקל נכדי הקדושת לוי?? תשוח"ח
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

שויתי'ניק האט געשריבן:הייסט עס אז דער איידעם פון ר' ישראל איז ארויף קיין אר"י? אינטרעסאנט...

יא, ר' נפתלי צבי (פון קארלין אריגינעל) איז ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין פאטער ר' יענק'לי מאניליס. ביידע זענען באקאנט ביי קארלינער חסידים.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

ראש הקהל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:ווייסט איינער פון א רבי ליפא בנו של הקדושת לוי?? יש שמתייחסים אחריו??

לכאורה מיינט איר ר' ליפא בן ר' מאיר בן הרה"ק מבארדיטשוב. די משפחת הרבנים פרענקל פון בוקארעשט זענען זיינע אייניקליך.


פון וועלעכע משפחת הרבנים פרענקל פון בוקארעשט מיינט איר?
כמדומה לי איז געוועהן א פלוגתא און דעם און גליון אור הצפון דערוועגן?
יש מנכדי הרה"ק מהר"י מבעלזא שמתייחסים אחרי הקדושת לוי ע"י חותנו רבי שמואל מדראשקאפאלע ז"ל, ויש שאין מתייחסים
אחרי הקדושת לוי כמו במגילת יוחסין באבוב, האם יודע מישהו לפשור הספיקא? שמעתי פעם ממשפחת כ"ץ נכדי מאגרוב שכתב
הרה"ק ממאגרוב בתוך איזה מכתב שהם נכדי הקדושת לוי ע"י חותנו של הרה"ק רבי יהושע מבעלזא הנ"ל??

ובכלל הרב הסרפד האיך הם משפחת הרבנים פרענקל נכדי הקדושת לוי?? תשוח"ח


עס איז דא איין אמת'ער משפחת פרענקל נכדי הקדוש"ל אהן קיין ספק. אויך איז דא א צווייטער משפחת פרענקל וואס טענ'ט אז זיי זענען אויך פון די זעלבע משפחה, און אויף דעם איז דער פקפוק. די פונקטליכע איינצלהייטן האב איך פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”