ווער זענען געווען אונזערע אחרונים און פוסקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ווער זענען געווען אונזערע אחרונים און פוסקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבותי העלפס ארויס מיט אינפארמאציע
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו יצחק לוריא (ב"ר שלמה) האר"י הקדוש ז"ל (ר"ת האלקי רבינו יצחק) - איז געוועהן א תלמיד בתורת הנגלה פון רבינו בצלאל אשכנזי דער בעל שיטה מקובצת, און בתורת הנסתר איז ער געוועהן א תלמיד פון רבינו הרדב"ז (בעל שו"ת הרדב"ז) דער אר"י הקדוש איז געוועהן בקי אין אלע חכמות שבעולם, ער איז געבוירען אין ירושלים עיה"ק, און ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן איז זיין מאמע געפאטרן וואוינען קיין מצרים וואס דארט איז ער אויפגעוואקסען און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין די שטאדט צפת עיה"ק ושם מנ"כ, דער אר"י הק' האט געלעבט אין די זעלבע צייט ווי דער בית יוסף - רבינו יוסף קארו זי"ע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו משה איסרליש - דער רמ"א האט מחבר געוועהן הגהות אויף די ד' חלקי שולחן ערוך (הנקרא "ספר המפה" ווייל עס וויקלט ארום דעם שו"ע אזוי ווי א "מפה"), ספר דרכי משה על הטור, ספר תורת חטאת, ספר תורת העולה, שאלות ותשובות הרמ"א, וספר מחיר יין על מגילת אסתר. אויך האט ער מחבר געוועהן א פירוש אויף זוהר הק' וואס מען האט קיינמאהל נישט געדרוקט, די אלע ספרים האט דער רמ"א מחבר געוועהן ביז ער איז אלט געווארן 33 יאהר, ווייל דעמאלסט איז ער נפטר געווארן. דער רמ"א איז געוועהן רב אין קראקא, ושם מנ"כ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו שבתי הכהן מווילנא (ב"ר מאיר) - דער מחבר פון ספר שפתי כהן (ש"ך) אויף שלחן ערוך יורה דעה און חושן משפט. אויך האט ער געשריבען א ספר ארוך אויף טור בית יוסף יורה דעה (דאס ספר איז נישט געדרוקט), און דעם ספר נקודת הכסף, קושיות אויף ט"ז יורה דעה (וואס איז געדרוקט אין די ספרי יורה דעה נעבן ש"ך), און דעם ספר תקפו כהן. דער ש"ך איז געוועהן א תלמיד פון רבי ר' יהושע העשיל פון קראקא (חנוכת התורה). דער ש"ך איז אלט געוועהן 41 יאהר ביי זיין פטירה, ביי 25 יאהר אלט איז שוין געוועהן געדרוקט זיין ספר ש"ך אויף יורה דעה און ער האט שוין אויך דעמאלס געהאט געשריבען זיין ספר אויף טור און בית יוסף.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו יוסף קארו (בן רבינו אפרים) - מחבר ד' חלקי "שולחן ערוך", ספר בית יוסף על הטור, און ספר כסף משנה על הרמב"ם. אויך האט ער מחבר געוועהן א ספר מגיד מישרים על התורה, וואס דארט שרייבט ער תורות וואס א מלאך א מגיד האט מיט איהם געלערנט. רבינו יוסף קארו האט געוואוינט אין חוץ לארץ, און שפעטער איז ער געפאהרן וואוינען אין ארץ ישראל על פי מעשה ידוע, וואס שבועות ביינאכט האט ער, מיט עטליכע פון זיינע חברים, געהערט א קול מן השמים וואס האט זיי געהייסן פאטרן קיין ארץ ישראל. ער האט זיך באזעצט אין די שטאדט צפת, ושם מנ"כ (מנוחתו כבוד).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו משה קורדיבארו (רמ"ק) - מחבר פון כמה ספרי קבלה, אויך א חיבור גדול אויף דעם זוהר הקדוש, דער רמ"ק איז געוועהן א תלמיד פון רבינו יוסף קארו בתורת הנגלה, תורת הנסתר האט ער געלערנט ביי זיין שוואגער רבינו שלמה אלקבץ (ידיעות פר' יתרו), ער האט געלעבט פאר דעם האר"י ז"ל. ער איז נפטר געווארן ווען דער האר"י הק' איז געוועהן א יונגערמאן. דער רמ"ק איז געוועהן דער רבי פון בעל מחבר פון ספה"ק ראשית חכמה. ער איז נפטר געווארן אין צפת עיה"ק און בשעת מ'האט אים געפירט למנוחתו איז פאראויס געגאנגען א עמוד אש מרוב קדושתו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו שלמה הלוי אלקבץ (ב"ר משה) מחבר פון ספר מנות הלוי על מגלת אסתר, (וספר אילת אהבים על שיר השירים וספר שרש ישי על מגלת רות, ועוד ספרים, א טייל פון זיי בדרך הקבלה, וואס זענען נישט געדרוקט). רבינו שלמה אלקבץ האט מחבר געוועהן "לכה דודי", און זיין נאמען איז מרומז אין די ראשי החרוזים ווייל ש'מור, ל'קראת, מ'קדש, ה'תנערי, ה'תעוררי, ל'א תבושי, ו'היו למשסה, י'מין ושמאל, זענען ר"ת שלמה הלוי. רבינו שלמה אלקבץ האט געוואוינט אין עיה"ק צפת ושם מנ"כ. (ער איז געוועהן דער רבי פון זיין שוואגער רבינו משה קורדיבארו הנקרא דער רמ"ק שהי' מגדולי המקובלים).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו שלמה לוריא (ב"ר יחיאל) דער מהרש"ל - האט געשטאמט פון גזע רש"י ז"ל, ער האט מחבר געוועהן דעם ספר "ים של שלמה" על הש"ס און דעם ספר "חכמת שלמה" הגהות אויף ש"ס, ער האט אויך מחבר געוועהן א ספר אויף תורה און השגות אויף דעם אבן עזרא און הגהות אויף די רי"ף, רא"ש, און טור, וואס זענען נישט געדרוקט געווארן, דער מהרש"ל איז מרמז אין די הקדמה אויף דעם ספר ים של שלמה אויף א נס וואס איז געשעהן צו אים ווען ער האט אמהאל ביינאכט געשריבען זיין חיבור און ער האט געהאט נאר א קליין ליכטל וואס קען ברענען א ביסל צייט און עס האט געברענט על פי נס א גאנצע נאכט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

: רבינו שמואל אליעזר (בן רבינו יהודה הלוי) דער מהרש"א - דאס ווארט מהרש"א איז ר"ת: מורינו הרב ר' שמואל איידל'ס, ווייל זיין שוויגער האט געהייסן איידל, און זי האט געגעבן פאר דעם מהרש"א מיט זיינע תלמידים פרנסה 20 יאהר, אז זיי זאלן קענען לערנען, דעריבער ווערט זי דערמאנט לטובה. ער האט מחבר געוועהן דעם חיבור חידושי מהרש"א אויף ש"ס, וואס איז איינגעטיילט אין צוויי טיילן: חידושי הלכות און חידושי אגדות. דער מהרש"א איז געוועהן רב אין די שטאדט אוסטראה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו מאיר לובלין - מהר"ם - איז געוועהן א תלמיד פון זיין שווער רבינו יצחק הכהן (ער איז געוועהן א איידעם פון מהר"ל מפראג). דער מהר"ם איז געבוירען געווארן אין לובלין און איז זייער יונגערהייט געווארן ראש ישיבה דארט. (נאכדעם איז ער געווארן רב אין קראקא שפעטער אין לעמבערג) און אויף די עלטערע יארן איז ער צוריקגעקומען קיין לובלין און געווארן רב דארט ביז זיין פטירה. ער האט מחבר געוועהן דעם ספר "מאיר עיני חכמים" אויף ש"ס (וואס איז מפורסם מיט'ן נאמען חידושי מהר"ם), אויך דעם ספר שאלות ותשובות מהר"ם לובלין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו אברהם אביל'ע גומבינער (ב"ר חיים הלוי) - האט מחבר געוועהן זיין ספר מגן אברהם אויף שלחן ערוך אורח חיים. דער ספר הייסט אויך נר ישראל (אין שו"ע שטייט "מגן אברהם נ"י") ער האט געשריבען זיין ספר זייער בקיצור וואס מהאי טעמא האט דער בעל מחצית השקל (ר' שמואל הלוי קעלין זצ"ל) און אנדערע אחרונים מחבר געוועהן פירושים אויף דעם מגן אברהם. רבינו אברהם אבלי האט אויך מחבר געוועהן א ספר זית רענן אויף ילקוט שמעוני, וספר שמן ששון על התורה. ער איז נפטר געווארן יונגערהייט צו 46 יאהר אין די שטאדט קאליש וואו ער איז געוועהן א דיין. זי"ע ועכי"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו דוד ב"ר שמואל הלוי - בעל טורי זהב, איז געוועהן א תלמיד פון זיין ברודער רבינו יצחק הלוי ז"ל און אויך פון זיין גרויסען שווער רבינו יואל סירקיש (ב"ח) ז"ל, ער האט מחבר געוועהן דעם ספר טורי זהב אויף ד' חלקי שולחן ערוך און אויך דעם ספר דברי דוד אויף רש"י על התורה, (נאר דער טורי זהב על יורה דעה איז געדרוקט געווארן בחייו), דער טורי זהב איז געוועהן רב אין שטאדט אוסטראה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו יואל סיריקש (ב"ר שמואל) - בעל מחבר פון ספר בית חדש (ב"ח) על הטור. דער ב"ח האט אויך מחבר געוועהן הגהות הב"ח על ש"ס ומפרשיו, און שו"ת ב"ח. ער האט אויך מחבר געוועהן א פירוש אויף סדר תפלה על דרך הקבלה, און א פירוש אויף אנדערע ספרי קבלה (וואס זענען נישט געדרוקט געווארן). דער ב"ח איז געוועהן א תלמיד פון רבינו שלמה החסיד אב"ד לובלין. דער ב"ח איז געוועהן רב אין עטליכע שטעדט און סוף ימיו אין קראקא ושם מנ"כ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו ישעי' הלוי הורוויץ (ב"ר אברהם) בעל מחבר פון ספר שני לוחות הברית (של"ה הקדוש) - וואס איז כולל הלכות חידושים על התורה און עניני מוסר. אלע זענען בדרך פרד"ס (פשט, רמז, דרוש, סוד). דער של"ה הק' האט אויך מחבר געוועהן דער פירוש על סדר התפלה - שער השמים (סידור של"ה), אויך א פירוש אויף דעם מרדכי און הגהות אויף דעם זוהר הקדוש. ער איז געוועהן א תלמיד פון זיין פאטער רבינו אברהם הלוי הורוויץ און אויך פון רבינו יהושע פלק (בעל מחבר פון ספר פרישה ודרישה און סמ"ע על חושן משפט). דער של"ה הק' איז געוועהן רב אין כמה קהילות ובתוכם די שטאדט פראג וואס פון דארט איז ער געפאטרן קיין ירושלים עיה"ק און בסוף ימיו אין טברי' ושם מנ"כ זי"ע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבינו חיים יוסף דוד (ב"ר יצחק זרחי') אזולאי - החיד"א. איז געבוירען שנת ה'תפ"ד בירושלים עיה"ק. אויסער זיין גאונות און צידקות, איז ער געוועהן א ידען נפלא און א ספרא רבא, ער האט מחבר געוועהן ספרים אויף כל מקצועות התורה, אין די רשימת הספרים ווערט אויסגערעכנט בערך זעכציג ספרים וואס זענען געדרוקט. ס'איז ידוע אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל האט געזאגט, אז די נשמה קדושה פון מרן החיד"א איז אראפ געקומען צו באלייכטען די וועלט מיט זיינע ספרים, זה לעומת זה, מבטל צו זיין די ספרי מינות וואס האט זיך דאן אנגעהויבן צו פארשפרייטן. דער חיד"א איז כמה פעמים געשיקט געווארן קיין חו"ל אלץ שליח מצוה. בסוף ימיו האט ער געוואוינט אין די שטאדט ליווארנא (ווי דארט האט ער געהאט די מעגליכקייט צו דריקען רוב פון זיינע ספרים), ביז ער איז דארט נסתלק געווארן י"א אדר תקס"ו, זי"ע ועכ"י.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו חיים יוסף דוד (ב"ר יצחק זרחי') אזולאי - החיד"א.... בסוף ימיו האט ער געוואוינט אין די שטאדט ליווארנא (ווי דארט האט ער געהאט די מעגליכקייט צו דריקען רוב פון זיינע ספרים), ביז ער איז דארט נסתלק געווארן י"א אדר תקס"ו, זי"ע ועכ"י.

דער חיד"א איז טאקע נסתלק גיווארען אין ליווארנא און מען האט איהם דארט קובר גיווען,
אבער מיט א בערך 40 אדער 50 יאהר צירוק האט מען איהם מפנה גיווען
און ער ליגט היינט אויפען הר המנוחות און ירושלים.
ווען מען האט איהם מפנה גיווען האט מען גיטרפען זיין גוף גאנץ, אזוי ויא ווען מען האט איהם קובר גיווען!
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו משה איסרליש - דער רמ"א.... די אלע ספרים האט דער רמ"א מחבר געוועהן ביז ער איז אלט געווארן 33 יאהר, ווייל דעמאלסט איז ער נפטר געווארן. דער רמ"א איז געוועהן רב אין קראקא, ושם מנ"כ.

אין טורי זהב ווערט צוויי מאל דערמאנט אז דער רמ"א איז נסתלק גיווארען אים ל"ג בעומר. איינמאל אין הלכות חנוכה און אויף דער מינט גידענג איך ניט דאס צוויטע. ער באהאנדעלט די שאלה פון זאגען צדוק הדין ביום שאין אומרים תחנון .
און איינער פון די פלעצער זאגט דער טו"ז אויך דער יאר פון זיין פטורה .
וויא איך גידענג דער לשון זאגט ער אזוי 'שמעתי מזקן אחד שהיה בקראקא ביום ל"ג בעומר בשנת של"ג ביום שמת הרמ"א...' און גייט דארט ווייטער אז מען האט נישט גיוויסט צי מען זאלל זאגן צדוק הדין ביז איינער האט גיזאגט אז דער רמ"א האט גיפסקנט אז חכם בפניו זאגט מען יא און דער גאנער עולם האט גזאגט בקול גדול.

אוך ברענג דאס דא צי, ווייל עס זענען גיווען חוקרים וואס האבען גיוואלט זאגען אז דער רמ"א איז גיווען עלטער פון 33 און זיי ברענגען אן אונטערעסאנטע ראיה
און הלכות גיטין און דרכי משה על הטור, שרייבט דער רמ"א א דוגמא פון א גאנצע גט און ער באנוצט זי מיט א דאטום שנ"ו אדער שנ"ז [איך גידענג נישט פונטליך]
די חוקרים טאנען אז עס איז דורךשניטלעך דער שטייגער צי ברענגען א ביישפול פון דעם יאר וואס מען שרייבט דענסטמאל.
אבער פון וואס איך האב גיברענגט דא בשם דעם טו"ז איז בפירוש אז ער איז נסתלק גיווארען אין שנת של"ג
the SCY is the limit
אוועטאר
זרעא חיה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2008 11:40 am
לאקאציע: אין בוילער רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרעא חיה »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו דוד ב"ר שמואל הלוי - בעל טורי זהב, איז געוועהן א תלמיד פון זיין ברודער רבינו יצחק הלוי ז"ל און אויך פון זיין גרויסען שווער רבינו יואל סירקיש (ב"ח) ז"ל, ער האט מחבר געוועהן דעם ספר טורי זהב אויף ד' חלקי שולחן ערוך און אויך דעם ספר דברי דוד אויף רש"י על התורה, (נאר דער טורי זהב על יורה דעה איז געדרוקט געווארן בחייו), דער טורי זהב איז געוועהן רב אין שטאדט אוסטראה.


אין דברי דוד ווארפט ער אויך אריין פון מאל צו מאל א הלכה'לע דא אין דארט.
אזוי איז געבליבן, געווארן פארשריבן, די וויין איז די שטארקסטע אויף דער וועלט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ל"ג בעומר יומא דהלולא של רבינו הרמ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ל"ג בעומר יומא דהלולא של רבינו הרמ"א הרב ר' משה בן ר' ישראל ז"ל

ובני ישראל יוצאים ביד רמה
the SCY is the limit
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו שבתי הכהן מווילנא (ב"ר מאיר) - דער מחבר פון ספר שפתי כהן (ש"ך) אויף שלחן ערוך יורה דעה און חושן משפט. אויך האט ער געשריבען א ספר ארוך אויף טור בית יוסף יורה דעה (דאס ספר איז נישט געדרוקט), און דעם ספר נקודת הכסף, קושיות אויף ט"ז יורה דעה (וואס איז געדרוקט אין די ספרי יורה דעה נעבן ש"ך), און דעם ספר תקפו כהן. דער ש"ך איז געוועהן א תלמיד פון רבי ר' יהושע העשיל פון קראקא (חנוכת התורה). דער ש"ך איז אלט געוועהן 41 יאהר ביי זיין פטירה, ביי 25 יאהר אלט איז שוין געוועהן געדרוקט זיין ספר ש"ך אויף יורה דעה און ער האט שוין אויך דעמאלס געהאט געשריבען זיין ספר אויף טור און בית יוסף.


וועגן די ש"ך ספר אויפן טור
אין די נייע טור פונעם מכון ירושלים איזעס אריינגדעריקט נאכן טור סריפט זיך 'הארוך מש"ך' (אין די אלטע ווייס איך נישט)אזוי אויך דאכצעך אז מישור האטעס געדרוקט צוזאמען מיטן תורת חטאת פונעם רמ"א, ועכ"ח צ"ל אז סאיז א ט"ס אונעם זיידעס דיבורים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ישר כח פאר די אינפארמאציע
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:רבינו משה איסרליש - דער רמ"א.... די אלע ספרים האט דער רמ"א מחבר געוועהן ביז ער איז אלט געווארן 33 יאהר, ווייל דעמאלסט איז ער נפטר געווארן. דער רמ"א איז געוועהן רב אין קראקא, ושם מנ"כ.

אין טורי זהב ווערט צוויי מאל דערמאנט אז דער רמ"א איז נסתלק גיווארען אים ל"ג בעומר. איינמאל אין הלכות חנוכה און אויף דער מינט גידענג איך ניט דאס צוויטע. ער באהאנדעלט די שאלה פון זאגען צדוק הדין ביום שאין אומרים תחנון .
און איינער פון די פלעצער זאגט דער טו"ז אויך דער יאר פון זיין פטורה .
וויא איך גידענג דער לשון זאגט ער אזוי 'שמעתי מזקן אחד שהיה בקראקא ביום ל"ג בעומר בשנת של"ג ביום שמת הרמ"א...' און גייט דארט ווייטער אז מען האט נישט גיוויסט צי מען זאלל זאגן צדוק הדין ביז איינער האט גיזאגט אז דער רמ"א האט גיפסקנט אז חכם בפניו זאגט מען יא און דער גאנער עולם האט גזאגט בקול גדול.

כ'האב היינט אזוי געבלעטערט און תשובות רמ"א, זיכענדיג עפעס, און כ'האב אנגעקלאפט אויף א דאטום סוף תשובה ל'.
דער לשון דארט איז אזוי.
כתבתי וחתמתי יום א' עשרה ימים למספר בני ישראל שנת שי"ט לפ"ק. נאום משה בן לא"א מורי כמר ישראל שלי"ט הנקרא משה איסרליש מקראקא

אויב עס איז אמת אז דער רמ"א איז אינגאנצען אלט געווען 33 יאהר ביי זיין פטורה [וואס אויף דעם זענען דא מפקפקים], קומט אויס אז דער רמ"א איז שוין געווען רב און קראקא ביי די ניינטצען.

גאר א חידוש
the SCY is the limit
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זיידעניו האט געשריבן:רבינו אברהם אביל'ע גומבינער (ב"ר חיים הלוי) - האט מחבר געוועהן זיין ספר מגן אברהם אויף שלחן ערוך אורח חיים. דער ספר הייסט אויך נר ישראל (אין שו"ע שטייט "מגן אברהם נ"י") ער האט געשריבען זיין ספר זייער בקיצור וואס מהאי טעמא האט דער בעל מחצית השקל (ר' שמואל הלוי קעלין זצ"ל) און אנדערע אחרונים מחבר געוועהן פירושים אויף דעם מגן אברהם. רבינו אברהם אבלי האט אויך מחבר געוועהן א ספר זית רענן אויף ילקוט שמעוני, וספר שמן ששון על התורה. ער איז נפטר געווארן יונגערהייט צו 46 יאהר אין די שטאדט קאליש וואו ער איז געוועהן א דיין. זי"ע ועכי"א.

אין ויקיפדיה שטייט אז ער האט געמאכט פיוטים אויך, און עס איז איבערגעבליבן צוויי, איינס אויף שבועות, און איינס אויף תשעה באב, ווייסט איינער ווי מען קען דאס טרעפן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי יענקל'ע זאגט אז אין קראקא האט מען געוואוסט אלע יארן אז דער רמ"א איז געווען עלטער ווי 33.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

דער ענין אז דער הייליגער רמ"א איז נאר געווען ל"ג שנה ביי זיין פטירה איז אפגעפרעגט ביי אלע וואס קענען די זאכן דורך התמדת התורה אדער זיך פארטיפן אין קורות הדורות.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”