רבי העניך הכהן לעווין מאלכסנדר זצ"ל - ח"י אדר תר"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי העניך הכהן לעווין מאלכסנדר זצ"ל - ח"י אדר תר"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרבי רבי העניך פון אלכסנדר זי"ע איז געכוירן שנת תקנ"ט לפ"ק צו זיין טאטן רבי יעקב פנחס, אן אייניקל בן אחר בן פון רבי מאיר הכהן דער פאטער פון ש"ך, זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון מהרשש"ך און נאך גדולי הדור. יונגערהייט איז ער געווען א תלמיד פון "יוד הקדוש" פון פרשיסכא, און נאכדעם פון זיין ממלא מקום דער רבי ר' בונם פון פרשיסכא, שפעטער פון קאצקער רבי'ן הגה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע, און נאכדעם פון גערער רבי'ן הגה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע. ער איז געווען רב אין נאווידאוואהר, דערנאך אין אלעכסנדר און דערנאך אין פראשניץ. שפעטער האט ער אויפגעגעבן דאס רבנות אינגאנצן און האט זיך צוריק באזעצט אין אלכסנדר. נאך די הסתלקות פון חידושי הרי"ם האבן כמעט אלע חסידים, צווישן זיי אויך דער שפעטערדיגער גערער רבי דער שפת אמת און סאכטשאווער רבי דער אבני נזר, אים גענומען אלס רבי ער האט אבער נאר געפירט פיר יאר ביז זיין הסתלקות ח"י אדר שנת תר"ל ומנ"כ אין אלכסנדר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"ולא תעלה במעלות על מזבחי"

די שטאט אלכסנדר איז ממש נעבן די שטאט לאדזש. לאדזש איז געווען א גרויסע שטאט, עס האבן דארט געוואוינט הונדערטער טויזנטער אידן, געווען איז דארט די צווייטע גרעסטע אידישע קהילה אין גאנץ פוילן. זיצן אמאל צוויי לאדזשער אידישע יונגען, משכילים, זיי האלטן זיך פאר די קלוגסטע אין די וועלט, זיי שטודירן דעם תנ"ך, און שלייפן זיך די צינגען צו רעדן און שרייבן א שיינעם מליצה'דיגן לשון הקודש, אויסגעהאלטן לויט אלע כללים פון דקדוק, און זענען אריינגעטאן ראשם ורובם אין משכילישע און פילאזאפישע ביכער. זיצן זיי יעצט און שמועסן פון חסידים מיט די רבי'ס די בלוט שונאים פון השכלה און משכילים, זיי מאכן ליצנות פון אלע צדיקים פון דור און רעדן מיט גרינגשעצונג פון אלע חסידים, זיי רעדן אזוי לאנג ביז זיי קומען אן צום רבי'ן וואס וואוינט אט דא ממש אונטער די נאז, אין אלכסנדר. רופט זיך איינער אן צום אנדערן: לאמיר ביידע זיך אריבערכאפן קיין אלכסנדר, עס איז דאך ממש דא, מיר וועלן ביידע אריינגיין צו דעם דארטיגן רבין און זיך מאכן כאילו מיר זענען חסידים וועלכע קומען נעמען א ברכה, מיר וועלן שוין דארט אויסטראכטן עפעס א בקשה וואס מיר זענען אפיציעהל געקומען בעטן, אזוי וועלן מיר נאכדעם האבן גענוג שטאף אפצולאכן פון אים און פון אלע חסידים.

די עצה איז געפעלן פאר ביידע, זעט אויס אז זייער אוצר פון ליצנות האט זיך שוין אויסגעלאזט, האבן זיי געמוזט וויכטיג פארשאפן פרישע מעשיות מיט וואס צו קענען חוזק מאכן פון די חסידים, האבן זיי זיך ביידע אנגעטוהן חסיד'שע מלבושים, און אזוי זענען זיי אריבערגעפארן קיין אלכסנדר. אנקומענדיג אהין זענען זיי אריינגעגאנגען צום רבי'ן נעמען שלום. דער רבי האט זיי געגעבן שלום אבער נישט גערעדט מיט זיי קיין איין ווארט. זיי זענען געבליבן דארט אויף שבת און האבן זיך אויסגעמישט מיט די מאסן חסידים וועלכע האבן זיך דארט געפינען. גאנץ שבת איז זייער קאפ און געדאנקען געווען אריינגעטוהן אויפצוכאפן וואס מער פון די מנהגים און ווערטער וואס זיי האבן דארט געזען און געהערט, אז שפעטער, ווען זיי וועלן דערנאך צוריקקומען קיין לאדזש, זאלן זיי האבן וואס צו פארקויפן פאר זייערע חברים. זונטאג זאגט איינער צום אנדערן "איך מיין מיר האבן שוין געהאט דא גענוג, מיר קענען שוין אהיים פארן" זאגט אים דער חבר: "איידער מיר פארן אהיים וועלן מיר אריינגיין צו דעם רבין זיך געזעגענען". "דו האסט פארגעסן ווער מיר זענען"? פרעגט אים דער צווייטער, "ביסט אפשר געווארן א חסיד? מיר זענען דען חסידים וועלכע זענען געקומען צו פארן צום רבי'ן אויף שבת, אז מיר זאלן יעצט אריינגיין זיך געזעגענען"? "פארשטייסט מיך נישט", ענטפערט דער חבר, "אז מיר וועלן אריינגיין יעצט צום דעם רבי'ן וועלן מיר זיכער זען עפעס נייעס און עס וועט זיין נאך פון וואס צו טרייבן ליצנות". גייען זיי ביידע אריין צום רבי'ן און זאגן צי אים: "מיר זענען געקומען זיך געזעגענען" שטעלט זין דער רבי אפ און פרעגט: "איר האט אמאהל געלערנט חומש אין אייער לעבן?" טראכטן זיי ביי זיך: ער פרעגט אונז צי מיר האבן געלערנט אמאהל חומש? דאס טוען מיר דאך גאנצע טעג און וואכן צו פארשן דעם תנ"ך און זיך אריינצוגריבלען אין די סודות פון חכמת הדקדוק ווער נאך ווי אונז איז אזוי געלערנט גרויס און רייך אין תנ"ך קענטעניס? אין קענען א שיינעם ריינעם לשון הקודש אזויפיל דרך ארץ האבן זיי אבער נאך יא פארמאגט נישט ארויסצוזאגן וואס זיי טראכטן, און האבן געענטפערט נארמאל: "יא, מיר האבן געלערנט חומש".

"אז איר האט געלערנט", זאגט זיי דער רבי, "דאן געדענקט איר מסתמא דעם פסוק אין סוף פרשת יתרו: "ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה ערותך עליו", זאגט מיר דעם טייטש דערויף", מיט א שפעטיגע שמייכל האבן זיי געזאגט דעם פשוט'ן טייטש פון פסוק, און דער רבי זאגט זיי ווייטער: "אבער איך וועל אייך זאגן אן אנדערן טייטש: "לא תעלה במעלות על מזבחי", "מעלות" מיינט "פעלשונג" (פון לשון "ומעלה מעל"), "מזבח" מיינט דער צדיק, וואס ער שעכט שטענדיג דעם יצר הרע, השי"ת זאגט: איר זאלט נישט ארויף גיין מיט פעלשונג צו מיין צדיק, "אשר לא תגלה ערוותך עליו", ווייל אויב יא וועט דער צדיק אויפדעקן דיין שאנד, דיינע אומווערדיגע און מיאוס'ע זאכן און עבירות וואס דו האסט אפגעטוהן באהאלטענערהייט". ווען די צוויי יונגען האבן דאס געהערט זענען זיי געבליבן שטיין ווי אפגעגאסן מיט הייס וואסער, עס איז זיי פינסטער געווארן פאר די אויגן. זיי האבן שוין געזען אז זיי זענען ביטער אריינגעפאלן און זענען נישט גוט געפארן. דער רבי ווייסט יא ווער זיי זענען און פארוואס זיי זענען אהערגעקומען, און וויי און ווינד וועט זיין אויב ער וועט מקיים זיין וואס ער זאגט, אויסצורעכענען זייערע עבירות. און טאקע באלד דערויף נעמט דער רבי זיי אויסרעכענען זייערע שלעכטע מעשים וואס זיי האבן אלס אפגעטוהן אין זייער אומווערדיג לעבן ביז זיי האבן זיך נישט געוויסט ווי זיך אהין צו טוהן פאר גרויס בושה זייער קאפ איז געווארן געבויגן זייער פנים פארשעמט און פון זייערע אויגן האט זיך אראפ געלאזט א שטראם טרערן זיי זענען נישט ארויס פון דארט ביז זיי ביידע זענען געווארען אמת'ע בעלי תשובה און ערליכע אידן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ארויף געברענגט לכבוד דעם בעפארשטייענדן יארצייט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זיינע תורות זענען געדריקט אין דעם ספר חשבה לטובה,

פון זיינע בארימטע אייניקלעך איז געווען דער בענדין'ער רב דער איידעם פון שפת אמת פון גער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מצבת בתו של רבי העניך, בביה"ח באלכסנדר

אויף די מצבה שטייט איר נאמען חיה ציפנדל, איז מיר אינטערעסאנט ווייל ערגעץ אנדערש האב איך געזעהן ברענגען די נאמען חיה צפורה.
אטעטשמענטס
בת ר' העניך מאלכסנדר.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין ווארשא געפונט זיך א מציבה פון החסיד ר' כתריא' ב"ר יהונתן טאהב ז"ל מיט די טיטול "בנעורותו שימש בקודש את קדושת קדוש עליון אדומו"ר רבי העניך מאלכסנדר זצ"ל"
http://cemetery.jewish.org.pl/id_82425/ ... _Taub.html

אגב, וואס איז געווען די משפחה נאמען פון רבי העניך?
אטעטשמענטס
photo.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

.
אטעטשמענטס
0051.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:אין ווארשא געפונט זיך א מציבה פון החסיד ר' כתריא' ב"ר יהונתן טאהב ז"ל מיט די טיטול "בנעורותו שימש בקודש את קדושת קדוש עליון אדומו"ר רבי העניך מאלכסנדר זצ"ל"
http://cemetery.jewish.org.pl/id_82425/ ... _Taub.html

אגב, וואס איז געווען די משפחה נאמען פון רבי העניך?

לעווין
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הכהן לעווין/שאטין.
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

יוסף שרייבער האט געשריבן:הכהן לעווין/שאטין.

א. שם משפחתו לא היה כלל שאטין. אמנם במכתבו של רבי שמעון סופר הוא מכנהו בשם זה, והוא מפאת שסבור היה שהוא בן בנו של רבי חנוך העניך הכהן שאטין. ולא היא, כי אבי אמו היה.

ב. אולי יש מי שיודע כיצד היה ר' שלמה לייב קוטנר, מאבות משפחת פיטרקובסקי שיחיו, נכדו של הרבי ר' העניך מאלכסנדר זי"ע?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב וועקשטיין כתב לאחרונה כמה מאמרים מענין משפחתו של הה"ק הרבי ר' העניך זצ"ל, ויחוסו בקודש

הרי"מ לוין חתן האמרי אמת וראש אגודת ישראל, היה נכד הה"ק ר' העניך זצ"ל בא"ב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:זיינע תורות זענען געדריקט אין דעם ספר חשבה לטובה

דער ספר חשבה לטובה אויף היברו-בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/43701
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די שפת אמת איז געווארען רבי לאחר הסתלקותו ביי די 23 יאר. די רבי רבי העניך איז געווען א'חכם מחוכם. ער פלעגט,צו זאגן אז א'איד מיט ב' חלות איז י"ב חלות,און ער האט נישט גענומען י"ב חלות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן: פון זיינע בארימטע אייניקלעך איז געווען דער בענדין'ער רב דער איידעם פון שפת אמת פון גער.

דער סדר היחס פונעם בענדינער רב צום צדיק רבי העניך פון אלכנסדר גייט אזוי:

רבי חנוך צבי הכהן לעווין אב"ד בענדין מח"ס יכהן פאר, בן
רבי פנחס יעקב הכהן לעווין, בן
רבי יחיאל אפרים פישל לעווין ממאלעניץ, בן
הרה"ק רבי העניך הכהן לעווין מאלכסנדר זצ"ל

די קינדער פונעם בענדינער רב וואס זענען ל"ע נפטר געווארן אינגערהייט אדער ביים קריג הי"ד ווערן דאאויסגערעכנט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבת הרב ר' יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין בן הגה"צ אב"ד בענדין נכדו באח"ב להצדיק רבי העניך מאלכסנדר, נפטר בצעירותו ביום ח"י טבת תרפ"ח ומנו"כ בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_108133 ... Lewin.html
אטעטשמענטס
photo (2).jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

און שיח שרפי קודש ברענגט ער אראפ אז די רבי רבי העניך'ס טאטע האט געהייסען פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אינטערסאנט איז אז די רבי רבי העניך זצ"ל האט געהייסען די לעצטע פאר טעג פון זיין לעיבן אז מ'זאל אריבער רופען די שפת אמת און ער האט געהייסען געבען די לעצטע שבת זיינער שישי פאר דעם שפת אמת, א' עליה וואס נאר די רבי האט גקרוגען.און מיט דעם האט ער מרמז געוען אז ער ווערט רבי,רבי שמעון סופר אבד"ק קראקא האט זיך מזכיר געווען פאר אים בשמו ושם אמו. און ספר חשבה לטובה ברענגט אראפ נכדו המביא לדפוס בענדינער רב זצ"ל און די הקדמה,אז זיין שוואגער גערער רבי זצ"ל,האט אים געשיקט כתב יד פון זיין טאטע די שפת אמת וואס ער האט אראפ געשריבען תורות וואס ער האט געהערט פון רבי'ן רבי העניך .און אז די רבי רבי בונם האט געזגט אויף אים אז חשבה לטובה איז חנוך העניך בן שרה חנה ,און רבי העניך האט אויסגעפירט אז די המשך הפסוק להחיות עם רב מיינט אז ער וועט זיין רבי.ער האט משנה געווען אפאר זאכען פון זיינער רבי'ס למשל ער פלעגט אויפנעמען פרויען,און געמאכט קידוש ביי שלוש סעודות.און נישט געהאט שבת י"ב חלות. בדרך אגב די אלכסנדר חסידים פונעם גזע פון די ישמח ישראל האבין געלייגט זייער קוויטלעך אויפן ציון פון רבי העניך ווייל ס'איז געווען א'קפידא נישט צן לייגן קוויטליך אויף זייערע ציונים, דא שטעל איך א'בילד פון ציונו הקדוש בעיר אלכסנדר. זיע"א.
אטעטשמענטס
ציון רבי העניך מאלכסנדר.JPG
ציון רבי העניך מאלכסנדר.JPG (16.12 KiB) געזען 7205 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג מארטש 06, 2014 12:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן: פון זיינע בארימטע אייניקלעך איז געווען דער בענדין'ער רב דער איידעם פון שפת אמת פון גער.

דער סדר היחס פונעם בענדינער רב צום צדיק רבי העניך פון אלכנסדר גייט אזוי:

רבי חנוך צבי הכהן לעווין אב"ד בענדין מח"ס יכהן פאר, בן
רבי פנחס יעקב הכהן לעווין, בן
רבי יחיאל אפרים פישל לעווין ממאלעניץ, בן
הרה"ק רבי העניך הכהן לעווין מאלכסנדר זצ"ל

די קינדער פונעם בענדינער רב וואס זענען ל"ע נפטר געווארן אינגערהייט אדער ביים קריג הי"ד ווערן דאאויסגערעכנט.

ר' פנחס יעקב פאטער פון בענדינער רב, מנוחתו כבוד בעיר מגורי אבותי 'זשארנאוו', [בגלילות ראדאשיץ וקינצק], דער בית החיים דארט איז חרוב ונחרב, כ'וואלט זייער געוואלט וויסן ווער עס אינטרעסירט עפעס צו טון לכבוד דעם בית החיים, (עס ליגן דארט נאך גאר חשובע אידן, ואכמ"ל), כ'האב אין באזיץ אסאך בילדער פון דארט פון דעם וואלד ושברי מצבות

מיין עלטער זיידע האט זיך חוסה געווען בצל קדשו של הכהן הגדול הה"ק רבי העניך זי"ע, אחר פטירת החידושי הרי"ם והשרף מקאצק זכרון צדיקים לברכה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שמועס צוווישן די אריות שבחבורה מיט העתקות פון חתימות קדשם פון הגה"ק רבי העניך מאלכסנדר זצ"ל ובנו יחידו ר' יחיאל אפרים פישל מאלכסנדר:
viewtopic.php?p=614492#p614492
און דא אביסל ווייטער:
viewtopic.php?p=662743#p662743

מכתבי קודש מרבי העניך מאלכסנדר זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 29&hilite=

1. ווער איז געווען זיין אייניקל ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן פון פראשניץ און וויאזוי איז ער געווען אן אייניקל?
2. ער דערמאנט דארט א ברודער פון ר' ישראל מרדכי בשם פנחס ארי' ליבוש
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און שיח שרפי קודש ברענגט ער אראפ אז די רבי רבי העניך'ס טאטע האט געהייסען פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן.

א. אינו מדוייק. כתוב שם שהוא ממשפחה שנקראת בשם פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן.

ב. ראה בשלשה מאמרים נרחבים ב"ויתילדו" אודות משפחה זו ויחוסו של הרבי ר' העניך זי"ע למעלה בקודש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מכתבי קודש מרבי העניך מאלכסנדר זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 29&hilite=

1. ווער איז געווען זיין אייניקל ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן פון פראשניץ און וויאזוי איז ער געווען אן אייניקל?
2. ער דערמאנט דארט א ברודער פון ר' ישראל מרדכי בשם פנחס ארי' ליבוש

מצאתי ספר בשם תל תלפיות והוא הנקרא "גזע היחוס השלם" לתולדות הרה"ק הרבי רבי העניך מאלכסנדר זצ"ל והמסתעף (הרב נטיעות, האם זה נזכר בכתבי "ויתילדו"?)

ממה שכתוב שם למדתי שלרבי העניך היו ג' צאצאים, בן אחד ושני בנות, כדלהלן:
1. בנו יחידו ר' יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ממאלעניץ
2. בתו ברכה שפרה מרים אשת רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן ב"ר ישראל מטארבין (אחיו של הרה"ק מקאצק זצ"ל) גרו בעיר לאדזש ושם מנ"כ
3. בתו חי' ציפרה (או ציפנדיל כמ"ש בהמציבה שהביא הרב בן הרחמן) אשת ר' משה (?) - גרו באלכסנדר

דור שני
בני ר' יחיאל אפרים פישל ממאלעניץ
1-1 ר' פנחס יעקב הכהן לעווין (אבי הרב מבענדין)
2-1 ר' מענדיל הכהן לעווין

בני ר' מענדיל מארגנשטערן מלאדזש
1-2 ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן
2-2 ר' פנחס ארי' לייבוש
3-2 חתנו ר' יוסף הלוי יעבץ

-

מי היה ר' משה הנ"ל חתנו של רבי העניך?

הרב נטיעות, איפה ניתן לראות את מאמרי הויתילדו לתולדות המשפחה?

קבלתי מהרב ווקשטיין הי"ו, תשוח"ח לו
אטעטשמענטס
פארות.pdf
(348.59 KiB) געווארן דאונלאודעד 303 מאל
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

נטיעות האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:הכהן לעווין/שאטין.

א. שם משפחתו לא היה כלל שאטין. אמנם במכתבו של רבי שמעון סופר הוא מכנהו בשם זה, והוא מפאת שסבור היה שהוא בן בנו של רבי חנוך העניך הכהן שאטין. ולא היא, כי אבי אמו היה.

ב. אולי יש מי שיודע כיצד היה ר' שלמה לייב קוטנר, מאבות משפחת פיטרקובסקי שיחיו, נכדו של הרבי ר' העניך מאלכסנדר זי"ע?

האם אין מענה על כך לאיש?
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מכתבי קודש מרבי העניך מאלכסנדר זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 29&hilite=

1. ווער איז געווען זיין אייניקל ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן פון פראשניץ און וויאזוי איז ער געווען אן אייניקל?
2. ער דערמאנט דארט א ברודער פון ר' ישראל מרדכי בשם פנחס ארי' ליבוש

מצאתי ספר בשם תל תלפיות והוא הנקרא "גזע היחוס השלם" לתולדות הרה"ק הרבי רבי העניך מאלכסנדר זצ"ל והמסתעף (הרב נטיעות, האם זה נזכר בכתבי "ויתילדו"?)

ממה שכתוב שם למדתי שלרבי העניך היו ג' צאצאים, בן אחד ושני בנות, כדלהלן:
1. בנו יחידו ר' יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ממאלעניץ
2. בתו ברכה שפרה מרים אשת רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן ב"ר ישראל מטארבין (אחיו של הרה"ק מקאצק זצ"ל) גרו בעיר לאדזש ושם מנ"כ
3. בתו חי' ציפרה (או ציפנדיל כמ"ש בהמציבה שהביא הרב בן הרחמן) אשת ר' משה (?) - גרו באלכסנדר

דור שני
בני ר' יחיאל אפרים פישל ממאלעניץ
1-1 ר' פנחס יעקב הכהן לעווין (אבי הרב מבענדין)
2-1 ר' מענדיל הכהן לעווין

בני ר' מענדיל מארגנשטערן מלאדזש
1-2 ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן
2-2 ר' פנחס ארי' לייבוש
3-2 חתנו ר' יוסף הלוי יעבץ

-

מי היה ר' משה הנ"ל חתנו של רבי העניך?

הרב נטיעות, איפה ניתן לראות את מאמרי הויתילדו לתולדות המשפחה?

הכוונה לחסיד המופלג רבי משה וויגדרוביץ, אבי משפחת וויגדרוביץ החשובה. עלה לארץ הקודש בערוב ימיו, ונטמן בצפת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:לרבי העניך היו ג' צאצאים, בן אחד ושני בנות, כדלהלן:
1. בנו יחידו ר' יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין ממאלעניץ
2. בתו ברכה שפרה מרים אשת רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן ב"ר ישראל מטארבין (אחיו של הרה"ק מקאצק זצ"ל) גרו בעיר לאדזש ושם מנ"כ
3. בתו חי' ציפרה (או ציפנדיל כמ"ש בהמציבה שהביא הרב בן הרחמן) אשת ר' משה (?) - גרו באלכסנדר

דור שני
בני ר' יחיאל אפרים פישל ממאלעניץ
1-1 ר' פנחס יעקב הכהן לעווין (אבי הרב מבענדין)
2-1 ר' מענדיל הכהן לעווין

בני ר' מענדיל מארגנשטערן מלאדזש
1-2 ר' ישראל מרדכי מארגנשטערן
2-2 ר' פנחס ארי' לייבוש
3-2 חתנו ר' יוסף הלוי יעבץ

לר' פנחס ארי' ליבוש מארגנשטערן הנ"ל היה בן בשם ר' יצחק בצלאל מארגנשטערן שו"ב בווארשא, ומילא בזה מקום חותנו הרב ר' ישראל [צבי] ב"ר חיים פראהמאן שו"ב בווארשא שנפטר כ"ו חשון תרע"ב ומנו"כ בווארשא.
רבי יצחק בצלאל היה גאון נפלא וחיבר ספר מאה שערים עם הסכמות גאוני הדור זצ"ל, כמו"כ כתב הרבה מאמרים ודברי תורה בקובצים וירחונים שונים.

רבי יצחק בצלאל נפטר ביום כ"ט אדר א' שנת תרצ"ל ומנו"כ בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_101927 ... stern.html

על מצבתו נחרתו השורות הבאות:
פ"נ
הרב הגאון חו"ב [חריף ובקי] צמ"ס [צנא מלא ספרא] שלשלת היוחסין,
נכד הרה"ק אדמו"ר ר' חנוך העניך מאלכסנדר זצ"ל
ובן אחיו של הרה"ק אדמו"ר מקאצק זצ"ל
שורש מהר"ל מפראג זצ"ל חוטר מגזע ישי
מחבר ספ' מאה שערים באר מים חיים
ועוד הרבה ספרים אשר בכתב המה
ה"ה ר' יצחק בצלאל ז"ל
שו"ב בווארשא
בהרב המאה"ג ר' פנחס ליבוש זצ"ל
מארגענשטערן
חתן הרהמה"ג ר' ישראל ז"ל פראהמאן שו"ב בווארשא
-
י-שיש וזקן שקנה חכמת התורה
צ-לל מנעוריו בים התלמוד כחשיכה כאורה
ח-פר ומצא בארת...
ק-
אטעטשמענטס
photo.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”