הראשונים ותולדותם
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
הראשונים ותולדותם
ווער עס ווייסט עפעס ידיעות איבער די ראשונים זאל מזכה זיין דעם ציבור דאהי
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג פעברואר 18, 2008 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ריב"א - רבינו יצחק ב"ר אשר - איז געוועהן דער ערשטער פון די בעלי התוס'. ער איז געוועהן א תלמיד פון רש"י (רש"י'ס רבי האט אויך געהייסען רבינו יצחק ב"ר אשר און דער ריב"א איז געבוירען געווארן אין דעם טאג וואס רש"י'ס רבי איז נפטר געווארן און מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך אים). דער פרי מגדים זאגט אז ווען תוס' ברענגט דעם ר"י הלבן אדער דעם ר"י הבחור מיינט עס אלעס דער ריב"א.
רשב"א - רבינו שלמה בן אברהם'ן אדרת - איז געוועהן א תלמיד פונ'ם רמב"ן, און אויך פון רבינו יונה ועוד ראשונים. דער רשב"א האט מחבר געוועהן חידושים אויף ש"ס המפורסמים בשם חידושי הרשב"א, אויך האט ער מחבר געוועהן שאלות ותשובות הרשב"א, און דעם ספר "תורת הבית" אויף הלכות איסור והיתר. (אויף דעם ספר תורת הבית, האט דער רא"ה (בעל ספר החינוך) מחבר געוועהן א ספר "בדק הבית", וואו ער פרעגט אפ אויף א סך מקומות דעם רשב"א. דער רשב"א האט אויף דעם מחבר געוועהן א ספר "משמרת הבית", דארט ענטפערט ער צוריק אויף די קשיות פון בדק הבית).
הרא"ש - רבינו אשר ב"ר יחיאל - איז געוועהן ממשפחת רבינו גרשום מאור הגולה. ער איז געוועהן א תלמיד פון מהר"ם מרוטנבורג (וואס איז נפטר געווארן אין די תפיסה, ווייל די גוים האבן עם געפאנגען און געהייסען די אידן געבען אסאך אויסלייז געלט, און דער מהר"ם מרוטנבורג האט זיך נישט געלאזט אויסלייזען כדי די גוים זאלן נישט קומען אלעמאל אזוי צו טוהן). דער רא"ש האט אויך מסדר געוועהן הלכות אויף ש"ס אזוי ווי דער רי"ף, נאר מער באריכות און מער פירוש ווי דער רי"ף. ער האט אויך מחבר געוועהן א פירוש אויף משניות זרעים און טהרות. אויך האט ער מחבר געוועהן חידושים אויף ש"ס.
רבינו גרשום מאור הגולה - איז געבוירן געווארן בשנת ד' אלפים תשכ"ה לפ"ג. זיין פאטער האט געהייסן רבינו יהודה. ער האט געמאכט אסאך תקנות, און זיי ווערן אנגערופען "חרם דרבינו גרשום" (חדר"ג). מען האט אים אנגערופען "מאור הגולה", ווייל "שהאיר עיני בני הגולה בתקנותיו". עס איז דא א הסבר אויף די ווערטער "שהאיר עיני בני הגולה בתקנותיו", ווייל צוויי פון זיינע באקאנטע תקנות זענען, אז מען טאהר נישט גט'ן בעל כרחה (מיט געוואלד), און אז מען טאהר נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, דעריבער, ווען אידן זענען אין גלות און מען טוט ליידער עבירות, פון דעסט וועגן וועט דער אויבערשטער כביכול נישט אוועקווארפן די אידן און זיי גט'ן, און אויך קען ער נישט נעמען אן אנדערן פאלק צוזאמען מיט די אידן, צוליב די צוויי תקנות פון רבינו גרשום (ווייל השי"ת איז דאך מקיים די תורה). ער האט געשריבן א פירוש גדול אויף גאנץ ש"ס, וואס פון דעם איז נאר געבליבן אויף עטליכע מסכתות, אויך אויף יעדע מסכת אביסל.
רבינו משה בן נחמן - רמב"ן - האט געלעבט אין דעם דור נאך דעם רמב"ם, און איז געוועהן א תלמיד פון רבינו עזרא מבעלי התוספות, דער רמב"ן האט מחבר געוועהן א ספר אויף ש"ס, און אויך א פירוש על התורה (עטליכע פירושים זענען געמאכט געווארן אויף זיין פירוש על התורה, פון מהר"ם פאפירש, און פון מהר"י אבוהב – בעל מנורת המאור). אויך האט ער מחבר געוועהן דעם ספר "מלחמות ה'", וואס דארט פארענטפערט ער די אלע קשיות וואס דער בעל המאור פרעגט אויפ'ן רי"ף. ער איז אויך געוועהן א בקי בחכמת הרפואה. דער רמב"ן איז אויך געוועהן בקי בחכמת הקבלה וספר הזהר הקדוש. לעת זקנתו האט דער רמב"ן צוליב גזירות מלכות אויף אים, געמוזט איבערלאזען מדינת ספרד, און איז געפאטרן קיין ארץ ישראל, און געמאכט א ישיבה דארט. נאך דריי יאר איז דער רמב"ן נפטר געווארן אין ארץ ישראל ושם מנו"כ (מנוחתו כבוד).
רש"י - רבינו שלמה יצחקי - ער איז געבוירן געווארן אין שנת ד' אלפים ת"ת. זיין פאטער האט געהייסן רבינו יצחק. רש"י'ס רבי'ס זענען געוועהן תלמידים פון רבינו גרשום (מאור הגולה). רש"י האט געמאכט זיין פירוש הידוע אויף תורה נביאים וכתובים, און אויף רובו של ש"ס. עס זענען דא א טייל מסכתות וואס רש"י האט נישט גומר געוועהן זיין פירוש אויף זיי, און זיין איידעם ר' יהודה ב"ר נתן (ריב"ן), אדער זיין אייניקל רבינו שמואל ב"ר מאיר (רשב"ם), האבן דאס גומר געוועהן.
רבינו יעקב ב"ר אשר - בעל הטורים איז געוועהן א זוהן פון רא"ש. ער האט מחבר געוועהן די ארבעה טורים פון או"ח יו"ד חו"מ און אבן העזר. אין די פיהר טורים האט ער מסדר געוועהן אלע הלכות וואס זענען נוהג בזמנינו. ער האט אויך מחבר געוועהן א פירוש על התורה, וואס דעם בעל הטורים וואס מיר האבן על התורה איז נאר א קליין חלק פון דעם ספר, אויך האט ער צוזאמענגעשטעלט די קיצור פסקי הרא"ש.
ביז צו דעם בעל הטורים זענען געוועהן די ראשונים. די גדולים וואס האבן געלעבט נאך זיין צייט ווערן אנגערופען "אחרונים".
ביז צו דעם בעל הטורים זענען געוועהן די ראשונים. די גדולים וואס האבן געלעבט נאך זיין צייט ווערן אנגערופען "אחרונים".
רשב"ם - רבינו שמואל ב"ר מאיר - זיין פאטער איז געוועהן אן איידעם פון רש"י. דער רשב"ם האט מחבר געוועהן א פירוש בדרך פשט אויף ש"ס וואס פון דארט האבן מיר ארויסגענומען דעם פירש רשב"ם וואס מיר האבן אויף עטליכע מסכתות במקום רש"י. אויך האט ער מחבר געוועהן תוספות. אויך האט ער מחבר געוועהן א פירוש אויף תורה נביאים און כתובים אזוי ווי רש"י. עס איז נאר געבליבען דער פירוש אויף תורה.
רבינו יצחק ב"ר שמואל. זיין מאמע איז געוועהן א שוועסטער פון רשב"ם און רבינו תם און ריב"ם (וואס זיי אלע זענען געוועהן קינדער פון רבינו מאיר ב"ר שמואל - דער איידעם פון רש"י) דער ר"י איז געוועהן א תלמיד פון זיינע פעטערס דער רשב"ם און רבינו תם, ווען דער רבינו תם איז נפטר געווארן איז דער ר"י געווארן דער ראש ישיבה במקומו. דער חיד"א זאגט אז דער ר"י הזקן און דער ר"י איז דער זעלבער מענטש (ער ברענגט גדולים וואס זאגן אנדערש). דער ר"י האט מחבר געוועהן די תוס' וואס מיר האבן היינט און אויך צוויי ספרים וואס איז נישט דא, א פירוש אויף דעם רי"ף און א פירוש אויף תורה.
רבינו יעקב תם (רבינו תם) - איז געבוירן געווארן אין שנת ד' אלפים תת"ס. זיין פאטער איז געוועהן רבינו מאיר ב"ר שמואל, אן איידעם ביי רש"י הקדוש. רבינו תם איז געוועהן א תלמיד פון זיין פאטער, און פון זיין ברודער דער רשב"ם. רבינו תם האט מחבר געוועהן רוב תוס' פון ש"ס, און אויך דעם ספר הישר לרבינו תם, און נאך חיבורים מפורסמים. אויך האט ער מוסיף געוועהן אויף די תקנות פון רבינו גרשום מאור הגולה. דעם תענית כ' סיון וואס איז באשטימט געווארן אויף די חורבנות פון כמה קהילות קדושות, האט אויך דער רבינו תם מתקן געוועהן. דער רבינו תם שרייבט וועגן דעם תענית: "גדול יהי' הצום הזה מצום גדלי', כי יום כיפורים הוא" (עס איז ידוע, אז צדיקים האבן געזאגט א שייכות פון דעם תענית צו יום כיפור).
ר"י מקורביל - רבינו יעקב מקורביל, תוס' רופט עם אמאהל מיט דעם נאמען רבינו יעקב מטרויש, אויך שטייט אין תוס' אסאך מאהל אויף עם, החסיד אדער הקדוש, דער ר"י מקורביל האט אויך מחבר געוועהן א ספר פון שאלות ותשובות וואס ער האט אנגעפרעגט פון הימל שאלות, און מן השמים האט מען אים געענפערט בחלום די תשובות, דאס ספר הייסט שאלות ותשובות מן השמים.
רבינו יצחק אלפסי (רי"ף) - איז געוועהן פון די ערשטע ראשונים (נאך די תקופת הגאונים), ער איז געוועהן א תלמיד פון רבינו חננאל און פון רבינו נסים גאון. דער רי"ף האט ארויסגענומען אלע הלכות פון ש"ס און מחבר געוועהן דעם ספר הלכות הרי"ף. פיהל ראשונים האבן נאכדעם מחבר געוועהן פירושים אויף דעם רי"ף אזוי ווי דער רבינו יונה און דער ר"ן און דער ריטב"א.
הרמב"ם - רבינו משה בן מיימון - האט געשטאמט מזרע דוד המלך ורבינו יהודה הנשיא. דער רמב"ם האט מחבר געוועהן דעם ספר המפורסם משנה תורה. דער סדר הדורות שרייבט אז דער רמב"ם איז געזעצען 10 יאר רצופים אין זיין הויז, און נישט ארויסגעגאנגען ביז ער האט געענדיגט דעם חיבור. אויך האט ער מחבר געוועהן דעם פירוש המשניות און דעם ספר המצות, דער רמב"ם האט אויך מחבר געוועהן א פירוש אויף גאנץ ש"ס וואס איז נישט געבליבען בנמצא.
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
זיידעניו האט געשריבן:רבינו יעקב ב"ר אשר - בעל הטורים איז געוועהן א זוהן פון רא"ש. ער האט מחבר געוועהן די ארבעה טורים פון או"ח יו"ד חו"מ און אבן העזר. אין די פיהר טורים האט ער מסדר געוועהן אלע הלכות וואס זענען נוהג בזמנינו. ער האט אויך מחבר געוועהן א פירוש על התורה, וואס דעם בעל הטורים וואס מיר האבן על התורה איז נאר א קליין חלק פון דעם ספר, אויך האט ער צוזאמענגעשטעלט די קיצור פסקי הרא"ש.
ביז צו דעם בעל הטורים זענען געוועהן די ראשונים. די גדולים וואס האבן געלעבט נאך זיין צייט ווערן אנגערופען "אחרונים".
מאנכע נאכן בעל הטורים ווערן אויך אנגערופען ראשונים, א שטייגער ווי די ריב"ש און נאך.
באמת וואלט זיך געקומען הערצליכע יישר כח'ס פאר אזא הערליכע ארבייט, וואס זאל איך טוהען אבער אז די צייט ערלויבט נישט, וועל איך מיר באגנוגען צו מעיר זיין ווי איך פיל פאר נוטיג, כיד ה' הטובה עלי, ומכאן ראיה אז איך שעץ מורא'דיג דיין ארבייט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
זיידעניו האט געשריבן:רבינו אליעזר מטוך - איז געוועהן דער סוף פון די בעלי התוס'. ער האט מסדר געוועהן דעם תוס' הר"ש משאנץ און מסדר געוועהן דעם פירוש התוס' וואס מיר האבן היינט.
נישט אויף אלע מסכתות, נאר רוב. אזוי ווי די חיד"א שרייבט.
א שטייגער תוס' אויף יומא איז א קיצור פון תוס' מהר"ם מרוטנבורג, ווי אין זיינע תשובות קען מען טרעפן פילע תוספות'ער אויף יומא.
תוס' אויף פסחים איז פון תוס' שאנץ, וואס די תוס' ברענגט צו מיטן נאמען רשב"א, רבינו שמשון בן אברהם משאנץ. און נאך
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
זיידעניו האט געשריבן:הרמב"ם - רבינו משה בן מיימון - האט געשטאמט מזרע דוד המלך ורבינו יהודה הנשיא. דער רמב"ם האט מחבר געוועהן דעם ספר המפורסם משנה תורה. דער סדר הדורות שרייבט אז דער רמב"ם איז געזעצען 10 יאר רצופים אין זיין הויז, און נישט ארויסגעגאנגען ביז ער האט געענדיגט דעם חיבור. אויך האט ער מחבר געוועהן דעם פירוש המשניות און דעם ספר המצות, דער רמב"ם האט אויך מחבר געוועהן א פירוש אויף גאנץ ש"ס וואס איז נישט געבליבען בנמצא.
אויף ר"ה איז יא בנמצא, און דאכט זיך אז נאך געוויסע שטיקער איז דא, איך דענק נישט פונקטליך
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
זיידעניו האט געשריבן:רש"י - רבינו שלמה יצחקי - ער איז געבוירן געווארן אין שנת ד' אלפים ת"ת. זיין פאטער האט געהייסן רבינו יצחק. רש"י'ס רבי'ס זענען געוועהן תלמידים פון רבינו גרשום (מאור הגולה). רש"י האט געמאכט זיין פירוש הידוע אויף תורה נביאים וכתובים, און אויף רובו של ש"ס. עס זענען דא א טייל מסכתות וואס רש"י האט נישט גומר געוועהן זיין פירוש אויף זיי, און זיין איידעם ר' יהודה ב"ר נתן (ריב"ן), אדער זיין אייניקל רבינו שמואל ב"ר מאיר (רשב"ם), האבן דאס גומר געוועהן.
רש"י איז געבוירען געווארן אין זנת ת"ת לפ"ק, די יאר וואס די רבינו גרשום מאור הגולה איז אוועק. מען האט ממליץ געווען אויף אים וזרח השמש ובא השמש.
גענוג געווען פאר היינט. אי"ה נאך וועט נאכפאלגען לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבען. האלט נאר אן. עס איז א הערליכע ווערק.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
אלעקסיי האט געשריבן:זיידעניו האט געשריבן:הרמב"ם - רבינו משה בן מיימון - האט געשטאמט מזרע דוד המלך ורבינו יהודה הנשיא. דער רמב"ם האט מחבר געוועהן דעם ספר המפורסם משנה תורה. דער סדר הדורות שרייבט אז דער רמב"ם איז געזעצען 10 יאר רצופים אין זיין הויז, און נישט ארויסגעגאנגען ביז ער האט געענדיגט דעם חיבור. אויך האט ער מחבר געוועהן דעם פירוש המשניות און דעם ספר המצות, דער רמב"ם האט אויך מחבר געוועהן א פירוש אויף גאנץ ש"ס וואס איז נישט געבליבען בנמצא.
אויף ר"ה איז יא בנמצא, און דאכט זיך אז נאך געוויסע שטיקער איז דא, איך דענק נישט פונקטליך
אויפען חידושי הרמב"ם על מסכת ר"ה איז דא א גרוסער מבוכה צי עס איז בכלל פונעם רמב"ם
און עס איז כדאי צי דערמאנען אז תוס' ברענגט דעם רמב"ם, אויף דער מינוט גידענק איך איינס.
מנחות מ"ב עמוד ב' תוס' ד"ה תפילין יש להן בדיקה. "וכן פירש ה"ר משה בר מימון דמזוזה לא בעי לשמה ולא פירש מנא ליה"
the SCY is the limit