רבי משה ירמי' הכהן נראל אב"ד מיץ בעל ברכת טוב - ל"ג בעומר תי"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

רבי משה ירמי' הכהן נראל אב"ד מיץ בעל ברכת טוב - ל"ג בעומר תי"ט

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג יולי 16, 2018 11:11 am

ר' משה הכהן, קרוי על שם עיר רבנותו – ר' משה נארול, נולד לאביו ר' אלעזר הכהן מעיר קרעמניץ שבפולין,
ר' אלעזר נשא אשה ונולדו לו שם שלושה בנים. הצעיר שבהם היה הרב משה הכהן.
ר' משה כיהן כרבה של העיר נארול שבפולין. בעקבות פרעות ת"ח-ת"ט (1648), נמלט מפולין והתיישב במיץ שבצרפת.
לאחר שהספיק לכהן תקופה קצרה גם כרבה של העיר מיץ, נפטר בשנת תי"ט (1659).


--
צוגעלייגטע
ספר ברכת טוב.png
ספר ברכת טוב.png (518.4 KiB) געזעהן 2574 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

מצבה הנמצא כיום בבית החיים החדש

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:08 pm

מצבה הנמצא כיום בבית החיים החדש
צוגעלייגטע
מץ.jpg
מץ.jpg (77.53 KiB) געזעהן 2559 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

אודות בית החיים במץ שבצרפת

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:14 pm

אודות בית החיים במץ שבצרפת
צוגעלייגטע
אודות בית החיים במעץ.pdf
(204.75 KiB) דאונלאודעד 38 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

מחבר אל מלא רחמים - בקשה

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג יולי 16, 2018 9:13 pm

ר' משה מנאראל (נארול) האט מחבר געווען ספר ברכת טוב,
ווי אויך א בקשה צו זאגן צוויי מאל א יאר, שבת בעפאר תשעה באב און שבת פאר שבועות.
אזוי ווי ער האט מיטגעלעבט די חורבן פולין פון ת''ח ות''ט האט ער דאס ארויסגעברענגט מיט'ן קל מלא רחמים.
http://www.hebrewbooks.org/22595
http://www.hebrewbooks.org/42175
צוגעלייגטע
הקדמה לבקשה.PNG
הקדמה לבקשה.PNG (324.25 KiB) געזעהן 2547 מאל

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג יולי 16, 2018 9:20 pm

אין די הקדמה אויפ'ן לבוש, הוצאת זכרון אהרן, ברענגען זיי אז ר' משה האט אויך מחבר געווען א גרויסען ספר אויפ'ן לבוש, וואס איז נאך בכתב יד,
ווי אויך דריקן זיי זיינע הגהות אויפ'ן לבוש הבוץ והארגמן, גאנץ אינטערעסאנטע זאכ'ן ברענגט ער דארטן.

זיין ספר ברכת טוב איז מלא וגדוש מיט א מיקס פון דרוש, חריפות, פלפול, קבלה, אלעס אינאיינעם.

ער ווערט געברענגט אן א שיעור מאל אין ספר תפארת ישראל לר' ישראל חריף תלמיד הבעש''ט. כמעט יעדע וואך, ראיתי בספר ברכת טוב וכדו'.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 16, 2018 9:52 pm

געטראפן אין מיינע כתבים א הערה:
מחבר ספר ברכת טוב נפטר בשנת ה'תי"ט, יותר מחמשים שנה לפני שנדפס ספרו בויניציאה שנת תע"א. בעל ילקוט ראובני כבר נפטר בשנת ה'תל"ג, אבל ראה את ספר ברכת טוב בכת"י והביא דברים ממנו שנים רבות לפני הדפסתם, ורשם כמקור: "מקובלים".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 16, 2018 9:58 pm

כידוע האט ר' משה מנארול בעל ברכת טוב געהאט א זון ר' טוביה, באקאנט מיט זיין ספר 'מעשה טוביה'.
ר' משה'ס אלמנה מרת פיגא האט אין יאר תכ"ד חתונה געהאט בזיוו"ש מיט ר' משה שמשון בכרך, דער טאטע פונעם חות יאיר.
מקור: שו"ת חות יאיר סוף סי' צב.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג יולי 16, 2018 10:25 pm

כה דברי בנו ר' טובי' הרופא בהקדמת ספרו מעשה טובי'.
אמר טובי' בן להגאון הגדול והרב המפורסם ה''ר משה נראל בן להחכם השלם והרופא המובהק כמה''ר אלעזר וועלשים מק''ק קרעמניץ יע''א. בן להחכם השלם כמה''ר שלום אב''ד ומ''ץ בצפת תוב''ב והוא גיסו של המקובל האלקי הרב רבי אליה די ווידאש מחבר ספר הנכבד ראשית חכמה כולם אנשים חכמים ונבונים ראשי אלפי ישראל המה מהכהנים המיוחסים בשלשלת יוחסין עד עזרא הסופר הכה''ג ונודעים בשם מאנושקריווי בארץ הצבי ובארץ איטליא ורומא הגדולה.....
דערנאך פארציילט ער אז זיין זיידע, ד.ה. ר' אליעזר איז געקומען פון צפת קיין פולין צו דריקן דעם ספר ראשית חכמה, פון זיין פעטער, און דאס איז דער ראשית חכמה דפוס קראקא, דארטן איז דא אן הקדמה פון אליעזר הכהן,
אינטערסאנט אז די אנדערע מדפיסים האבן נישט געפונען פאר וויכטיג דאס צו דריקן אין די שפעטערדיגע מהדורות, אין די 3 בענדער מהדורה דערמאנען זיי דעם ר' אליעזר וואס האט עס געדריקט אין קראקא, אבער דערמאנען נישט אז דאס איז געווען דער נעפיו פונעם מחבר, וואס איז געקומען ספעציעל פון צפת פאר דעם צוועק אלס בחור, שפעטער האט ער חתונה געהאט אין פולין און געהאט 3 קינדער, דער אינגסטער איז געווען ר' משה נארול אביו של המעשה טובי'.
ר' משה דערמאנט א ברידער 'ר' ישראל כ''ץ' (קהלת, ד''ה טוב אחרית)
לעצט פאראכטן דורך עתיקות אום דינסטאג יולי 17, 2018 9:23 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג יולי 16, 2018 10:36 pm

דער ספר ברכת טוב איז געווארן צוזאמענגעשטעלט פון זיינע ליקוטים און כתבים, לויטן איידעם ר' משה ציפש האט ער אנגעגרייט 49 שערים פאר'ן ספר, דער איידעם איז אינמיטן אוועק, דער זין ר' טובי' האט איבערגענומען דאס דריקן דעם ספר, אבער ווי ער שרייבט איז אסאך כתבים נעלם געווארן, 'מהם נמכרו, מהם נגנבו, מהם נאבדו....'

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג יולי 16, 2018 10:43 pm

א שיין פשט זאגט ער אויף בהראותו עת עושר כבוד מלכותו. אז מ'האט געלייגט ריזיגע בילבארדס אינדרויסן פון זאל פון די מאכלים וואס מ'סערווירט און דעם זאל, צו ווייזן וואספארא עסן עס איז דא אינעווייניג, כדי מ'זאל וויסן אויב מ'וויל דא אריינגיין אדער צו די נעקסטע, ער ברענגט עס פון ר' חיים פון פוזנא. (פתקא ראשונה על מגילת אסתר)

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » דינסטאג יולי 17, 2018 12:15 pm

ווען מ'טראכט אריין שטעלט זיך ארויס אז דער ר' משה מנאראל איז געווען ממש א דולה ומשקה פון זיינע רבי'ס תורות פאר'ן קומענדיגן דור, אין זיין ספר ברעגט ער אסאך זאכן פון פריערדיגע וואס ער איז די איינציגסטע מקור, ער האט זיך געווייקט ביי די וויגעלע פון די תורה וואס איז אויסגעבויעט געווארן אין יענע יארן אין פולין.
צוליב וואס ער האט איבערגעלעבט די גזירות הנ''ל און אנדערע ליידער נישט, אזוי אויך איז אסאך תורה פון די חכמי פולין אינגאנצן אפגעווישט געווארן קומט אויס אז דער ספר ברכת משה איז א לייכט טורעם ווען עס קומט צו חוקר זיין תורות חכמי פולין

דא האט איר א ליסט וואס איך האט צוזאמענגעשטעלט פון די חכמים און זיינע רבי'ס וואס ער ברענגט אין זיין ספר.

דף צ''ה קרח ד''ה בוקר, ששמעתי ממורי ר' יוסף קלמנקש (מלובלין, הנודע, הובא במג''א הלכות קרי''ש סי' ס''א סק''ו)
דף נ''ט תרומה ד''ה במדרש, ששמעתי ממורי הרב ר' מנחם מן ז''ל (אוליר' חיים מנחם מן תלמיד המטה משה, בן ר' יצחק, מפולין ואח''כ אב''ד ווינה, חתן בעל משאת בנימין, עי' במשאת בנימין הוצאות ז''א אודותיו)
(די צוויי זענען ביידע פון די מסכימים אויפ'ן ספר הולך תמים לר' אברהם חיות, קראקא שצ''ד, פון יריד קרעמניץ, ווי אויך טרעפט מען ר' מנחם מן צווישן די אינטערגעשריבענע אויפן ספר קטרת סמים, זעה בייגעלייגט)
וירא, דף יו ע''ג, שמעתי ממורי הרב ר' גדליה נ''ע, - בהעלותך, צ''ג, והרב ר' גדליה ז''ל פירוש. (אולי הוא ר' גדלי' בן הגאון ר' מאיר, גם כן מהחותמים על ספר הנ''ל)
בא, דף מא, מורי הרב חיים שור בחידושיו, וכן בדף יח ע''ד. (בעל מחבר ספר תורת חיים)
אופן אחר שמעתי מעמתי , זה דודי וזה רעי מה''רר יעקב, דף צ''ט
מה ששמעתי מעמיתי ר' יעקב בן רבי פנחס מקרעמניץ, דף ל''ד
(ר' יעקב טערמליש מטאמאשוב בר''פ מקרעמניץ, נהרג על קידוש השם בגזירת ת''ח ות''ט)
דף ל''ד שמעתי בשם הקמובל ר' ליב מלוקבא
בלק, דף צ''ז, מצאתי על שם מר חמי הרב מה''רר הענדיל נ''ע. (ה''ה החכמת מנוח על הש''ס)
לך לך, ע''כ מה שמצאתי בשם חמי זקני הרב מה''רר הענדיל נ''ע (כך כתוב המסדר ר' משה ציפש חתן המחבר ר משה נאראל)
לך לך דף י, ושמעתי בשם רבי משה מפטיר מאוסטרא נ''ע
כי תשא, ס''ד, מה ששמעתי בשם הרב רבי חיים מפוזנא נ''ע. (אולי הוא ר' חיים כהן בן רבי יצחק כהן חתן המר''ל מפראג, שהיה אב''ד פוזנא)
שמעתי בשם הרב הגדול רבי מאיר (רות ג ע''א)
ליקוטים מן המסורת, דף לא, שמעתי בשם הרב רבי אייזק מיווראב ש''ן (ץ?)

געוויסע שרייבן אז ער איז געווען א תלמיד פונעם מהרש''א אויך, איך האב אבער נישט געטראפן אין זיין ספר סיי וועלעכע רמז דערצו, אדרבא ווער ער קען צוצייכענען עפעס תבא עליו ברכה.
צוגעלייגטע
הסכמת קטרת סמים.PNG
הסכמת קטרת סמים.PNG (196.17 KiB) געזעהן 2493 מאל
הסכמת הגאונים על ספר הולך תמים.PNG
הסכמת הגאונים על ספר הולך תמים.PNG (552.53 KiB) געזעהן 2495 מאל
לעצט פאראכטן דורך עתיקות אום זונטאג יולי 29, 2018 12:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 17, 2018 1:18 pm

עתיקות האט געשריבן:ליקוטים מן המסורת, דף לא, שמעתי בשם הרב רבי אייזק מיווראב ש''ן (ץ?)

ש"ן = שיחיה נצח. א ראשי תיבות וואס איז זייער שכיח געווען בימים ההם.
מעגליך רעדט זיך וועגן ר' יוסף אייזיק פון יאברוב, וואס ווערט דערמאנט אין קריה נשגבה פון באבער (עמ' 46, אות קעב).
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 17, 2018 2:23 pm

יישר כח ר' להודות און ר' עתיקות.

זייער אינטערסאנט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

שמות חכמים חלק ב'

תגובהדורך עתיקות » דינסטאג יולי 17, 2018 9:33 pm

און דא איז חלק ב' כיד ה' הטובה עלי.

שמעתי בשם הרב המופלא ר' אברהם (ר') ואלפס מלבוב, ויגש דף ל' (מגאוני הדור, מובא בכמה מקומות ותקנות, מובא בשו''ת מהר''ם לובלין סי' קכג-קכד)
ושמעתי בשם הרב ר' נטע מקראקא, צו, עט ע''ד. (בעל מגלה עמוקות)
ושמעתי בשם הרב ר' שמואל ר' פייווש נ''ע, ואתחנן, קג, ע''א (לכאו' בעל לקט שמואל, בן ר' יוספא כ''ץ בן הסמ''ע)
וכעין זה ממש שמעתי מהאלוף עמתי הרב הגדול מטאמשוב הנהרג בנראל גזירת ת''ח הי''ד מוהר''ר יעקב בר''פ מקרעניץ, אמור, פ''ז ע''א. (נזכר לעיל)
שמעתי בשם הרב ר' איצק חיות נ''ע, בחוקותי, פח ע''ג. (אולי ר' יצחק חיות מפראג, בעל פני יצחק ואפי רברבי, מובא במג''א ובש''ך),
ומה ששמעתי מר' מובהק בעל עמודיה שבעה, הרב ר' בצלאל דרשן ז''ל, ...... ע''כ דברי מ''ו הרב מהר''ר בצלאל דרשן ז''ל. סוף שלח. (ר' בצלאל מקאברין, הנודע, וכן ספרו נודע)
ובשם הרב ר' שלמה סגל מצאתי, פ' ראה. (אולי ר' שלמה חריף אב''ד פולנאה ולבוב, תוך העיר, לידועה, ס'איז געווען יענע צייטן אן אב''ד לבוב תוך העיר און אן אב''ד לבוב חוץ לעיר)
וכתב הרב ר' משה מעס במקומו, (בעל מטה משה, ) וזאת הברכה קיו
ויהיה פירושו ע''ד מה שכתב הרב ר' משה אלבילדה בספר ראשית דעת, איוב יב, ע''ב (נודע, דרשן ומחבר ספרים, הובא בנשמת ישראל למנשה בן ישראל)

אחרון אחרון חביב,
שמעתי בשם מורי הרב ר' שמואל אידלש, ישיעה, ו' ע''ד, למעלה.

די פשט וואס ער ברענגט פון מהרש''א איז געדרוקט אין חידושי אגדות נדה לח ע''א.

ישתבח היוצר ויתברך הבורא שהגיענו עד הלום, יהא רעוא שיהא לעילו נשמתו של המחבר ר' משה בן ר' אליעזר זצ''ל
צוגעלייגטע
שות מהרם לובלין אברהם ולפס.PNG
שות מהרם לובלין אברהם ולפס.PNG (193.48 KiB) געזעהן 2451 מאל

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 17, 2018 10:07 pm

עתיקות האט געשריבן:ושמעתי בשם הרב ר' שמואל ר' פייווש נ''ע, ואתחנן, קג, ע''א (לכאו' בעל לקט שמואל, בן ר' יוספא כ''ץ בן הסמ''ע)

לכאורה נישט.
בעל לקט/דרוש שמואל איז אוועק בערך ת"ס, לאנג נאך די פטירה פונעם נאראלער גאון בעל ברכת טוב (א חוץ אויב דאס איז א הוספה מבן המחבר? אינו נראה כן מסגנון הספר שם), אויב אזוי וויאזוי שרייבט ער אויף אים 'נ"ע'?
אויך האט דער בעל לקט שמואל געהאט צוויי נעמען: ר' שמואל פייווש. לאידך, ר' שמואל ר' פייווש דארף צו מיינען ר' שמואל בן/חתן ר' פייווש.
דאך איז יתכן אז מ'רעדט פון א קרוב פונעם לקט שמואל, ווייל עס דאכט-זיך מיר אז אין זיין משפחה ארום זענען די נעמען שמואל און פייווש געווען מצוי.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » מיטוואך יולי 18, 2018 9:11 pm

עתיקות האט געשריבן:(די צוויי זענען ביידע פון די מסכימים אויפ'ן ספר הולך תמים לר' אברהם חיות, קראקא שצ''ד, פון יריד קרעמניץ, ווי אויך טרעפט מען ר' מנחם מן צווישן די אינטערגעשריבענע אויפן ספר קטרת סמים, זעה בייגעלייגט)


טעות היתה בידי, דאס איז נישט א יריד אין קרעמניץ, דאס איז יריד גראמניץ וואס איז איינס פון די באקאנטע ירידים (4) אין לובלין ווי די חכמים אין יענעם דור פלעגן זיך צוזאמעקומען איינס אדער ביז פיר מאל א יאר און פון דארטן איז ארויס אלע הוראות, חרמות, תקנות, פסקי דינים, הסכמות, אינטערגעשריבן פון אסאך גדולי הדור פון יענע תקופה.
ווי דער מהרש''א ברענגט צוויי מאל אין ש''ס (שבת און סנהדרין) אז ער שרייבט נישט ווייטער ווייל ער האט נישט געלערנט מיט די בחורים ווייל ער איז געפארן צום יריד אין לובלין.
אין ספרים פון יענע צייטן טרעפט מען פיל רעדן פון די ירידים, די אידישקייט האט זיך געדרייט ארום דעם, (עוחזל''מ)
צוגעלייגטע
סוף כלל גדול.PNG
סוף כלל גדול.PNG (62.19 KiB) געזעהן 2413 מאל
סוף פ''ו סנהדרין.PNG
סוף פ''ו סנהדרין.PNG (41.51 KiB) געזעהן 2413 מאל

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג יולי 22, 2018 2:53 am

דא טרעפן מיר פרטים איבער רבי משה כ"ץ:
רבי משה כץ.pdf
(237.87 KiB) דאונלאודעד 40 מאל

א קינה וואס ער האט פערפאסט אויף די ביטערע תקופה פון גזירות ת"ח ות"ט:
קינה על גזירות תח ותט.pdf
(154.4 KiB) דאונלאודעד 27 מאל

מקור: לקורות הגזרות על ישראל, חוברת ג, קראקא תרמ"ט.

דא קען מען זען אן אלטע דרוק פון די קינה.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

שמות גדולים, חלק ג'

תגובהדורך עתיקות » זונטאג יולי 29, 2018 1:12 pm

שמות אנשים וגדולים שהרב מביאם בספרו, חלק ג'

די לעצטע צוויי וואכן האב איך געטראפן נאך א טוץ מיט גדולים וואס דער מחבר ברענגט אין זיין ספר

שמעתי ממה''רר ר' ליב ר' מייארש. (עקב, קד ע''ב)

שמעתי בשם ר' נתן מקראקא (ויגש) המגלה עמוקות, כמש''כ לעיל

אינעם זעלבן שטיקל ברענגט ער נאך צוויי מאל המקובל הגדול ר' ליב (מלוקובא)

שמעתי בשם ר' משה ר' מענדלס (שופטים, קז ע''ב)

בשם ר' נח מטאמאשוב (תצא, ק''י, ע''ב) (הפשט נדפס בעלים לתרופה תצא תשס''ו)

בשם מוה''רר שלמה מאוסטרא (איכה, פסקא ראשונה)

ושמעתי עוד ממוה''ר איצק חזנש (מגילת אסתר, ה ע''א) (אולי ממשפחת ר' שלום שכנא, שהיה בן ר' מענדל ר' זלמן חזנש)

שמעתי בשם שארי הרב ר' יוסף במהר''ג (תלים, פסקא ראשונה)

ומורי מהר''ר נפתלי פירש,(הושע, ט ע''א) ובצדו כתב, הרב ר' נפתלי כהן ז''ל זקנו של הרב ר' נפתלי כ''ץ מק''ק פראנקפורט (בעל סמיכת חכמים, כי בעת הדפסת הספר הסמיכת חכמים היה כבר מפורסם בעולם)

או נ''ל ע''ד מה ששמעתי מהאלוף המשכי' ר' משה מיוור''אב
צוגעלייגטע
עלים לתרופה.PNG
עלים לתרופה.PNG (403.33 KiB) געזעהן 2238 מאל

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

ר' ליב מלוקבא

תגובהדורך עתיקות » זונטאג אוגוסט 12, 2018 8:55 pm

עתיקות האט געשריבן:דף ל''ד שמעתי בשם הקמובל ר' ליב מלוקבא


אזוי ווי דער ברכת טוב ברענגט כמה פעמים דעם ר' מקובל הגדול ר' ליב מלוקבא, האב איך זיך מתבונן געווען מי הוא זה ואי זה הוא, ווער איז דער מקובל הגדול ר' ליב מלוקבא,
קודם כל ווי איז דאס לוקבא?
לאקאווא איז א שטעטל נעבן אפטא, אמאל איז אפטא געווען די הויפט שטאט פון איר געגענט, דע שטעטל האט אין די שפעטערע יארן געהאט רבנים וואס ווערן דערמאנט אין אסאך ספרים.
אבל דא עקא אז דער מקובל ר' ליב פון לוקבא, ווי ווייט איך האב נאכגעזיכט, ווערט נישט דערמאנט סיי ווי.
אבער עס קען דאך נישט זיין צו שווער צו אפירזיכן אזא איינעם צוליב די פארלגענדע סיבות
1) אין די צייט פונעם מחבר אין פולין איז נישט געווען הונדערטער מקובלים גדולים, עס זענען געווען אפשר געציילטע וועמען מען קען אנריפן המקובל הגדול אין יענע צייט אין פולין, איינע פון דיע איז דער מגלה עמוקות וואס דער מחבר ברענגט טאקע אויך פון אים.
2) ר' משה כ''ץ איז געווען פון די תלמידים פון אלע גרויסע רבנים פון יענע צייט, אויב איז געווען א גרויסער מקובל וואס האט געלערנט מיט אנדערע איז זיכער דא נאך אין זיין צייט וואס ברענגען פון אים,
דעריבער ווערט נאר שווערער די קשיא, ווער איז המקובל הגדול ר' ליב מלוקובא?

יגעתי ולא מצאתי.
אבל לבי אומר לי שהמקובל הגדול פון וועם מען רעדט דא איז נישט מער אין נישט ווייניגער ווי
המקובל האלקי ר' אריה ליב פרילוק זצוק''ל.
ער ווערט געברענגט פונעם בן דורו פונעם מחבר המקובל האלקי ר' שמשון מאוסטראפאלע.
אזוי אויך איז ר' חיים באכנער מחבר ספר אור חדש געווען זייך תלמוד און ער ברענגט פון אים. ביידע רופן אים אן המקובל הגדול, דאס איז דער זעלבער טיטול וואס ר' משה ניצט.

עס איז נישטא קיין סאך געשריבן פון אים, ער איז דא א קורץ מאמר מיט א פירוש אויף זוהר, אבער דאס ביסל וואס מען האט זאגט אלעס, אז ער איז געווען בדורו פון די גרעסטע אין קבלה אין פולין, דעריבער זאגט דער שכל אז דאס איז ער.
צוגעלייגטע
ספר יראה.PNG
ספר יראה.PNG (408.47 KiB) געזעהן 2138 מאל
הסכמה ב.PNG
הסכמה ב.PNG (189.39 KiB) געזעהן 2138 מאל
מאמר.PNG
מאמר.PNG (252.47 KiB) געזעהן 2138 מאל

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

ספרים שהובאו בברכת טוב

תגובהדורך עתיקות » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:45 pm

עס איז נבהל ונשתומם צו ווערן פון די היקף בכל ענינים, תורה, קבלה, הלכה, חכמה וואס ווערט אלס צוזאמענגעברענגט אינעם ספר ברכת טוב.
דא האט איר א ליסט וואס איך האב צוזאמגעשטעלט פאר מיר אליין צו ארויסצוהאבן די ברייטע און טיפע מהלך הספר וואס איז עמוק עמוק, אויסער די געווענליכע ספרים ווי ראשונים און טור ב''י און שלחן ערוך.
1. שרש ישי (ר''ש אלקבץ)
2. כנפי יונה (רמ''ע מפאנו)
3. שני לוחות הברית
4. אלשיך
5. משיב נפש (ב''ח, על רות)
6. ספר הסודות
7. למודי האר''י
8. ספר חסידים
9. ספר הפרדס
10. ספר הכוונות
11. ספר ראשית דעת (אלבילדה)
12. מאמץ כח (משה אלמושנינו)
13. זיז שדי (יהודה ליב בן אהרן שמואל, על מאמר רבב''ח)
14. ספר בכושרות (אפרים יאברובר, איש חלם)
15. גנת אגוז (ג'יקטליא)
16. ברית אברהם (אברהם ב''ר שבתי, אבי השל''ה)
17. מזמור לתודה (שמואל בן יצחק, אריפול)
18. נשמת אדם (אהרן שמואל בן משה שלום, מקרעמניץ)
19. מסורת הברית (מאיר בן אברהם, אנג'ל)
20. מערכת אלהות (מיוחס לרבינו פרץ)
21. שפתי כהן (ש''ך על התורה)
22. מעשי ה'
23. ספר הישר
24. כלבו
25. סמ''ע
26. שו''ת שארית יוסף
27. העקרים
28. עקידה
29. כלי יקר
30. עבודת הקודש (מאיר ן' גבאי)
31. שבט יהודה (וירגה)
32. תמים יחדיו (ישראל ב''ר משה, תועלת הזוהר)
33. תולדות יצחק (יצחק קארו על התורה)
34. מסעות ר' בנימין
35. נוה שלום (אברהם בן יצחק, שלום)
36. דופי הזמן (יצחק בן יעקב, עובדיה)
37. שלשלת הקבלה
38. מאור עינים
39. דברי שלום (יצחק בן שמואל אדרבי, בעל דברי ריבות)
40. גליא רזיא
41. גבורות ה' (מהר''ל)
42. פחד יצחק (ר' יצחק חיות)
43. נובלות חכמה (היש''ר מקנדיא)
44. עשרה מאמרות
45. שערי צדק (ג'יקטליא)

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:17 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
עתיקות האט געשריבן:ושמעתי בשם הרב ר' שמואל ר' פייווש נ''ע, ואתחנן, קג, ע''א (לכאו' בעל לקט שמואל, בן ר' יוספא כ''ץ בן הסמ''ע)

לכאורה נישט.
בעל לקט/דרוש שמואל איז אוועק בערך ת"ס, לאנג נאך די פטירה פונעם נאראלער גאון בעל ברכת טוב (א חוץ אויב דאס איז א הוספה מבן המחבר? אינו נראה כן מסגנון הספר שם), אויב אזוי וויאזוי שרייבט ער אויף אים 'נ"ע'?
אויך האט דער בעל לקט שמואל געהאט צוויי נעמען: ר' שמואל פייווש. לאידך, ר' שמואל ר' פייווש דארף צו מיינען ר' שמואל בן/חתן ר' פייווש.
דאך איז יתכן אז מ'רעדט פון א קרוב פונעם לקט שמואל, ווייל עס דאכט-זיך מיר אז אין זיין משפחה ארום זענען די נעמען שמואל און פייווש געווען מצוי.


א צווייטער ווער ס'קען זיין ר' שמואל ר' פייווש איז דער זין פונעם גרויסען ר' משולם פייווש אב''ד קראקא. (גדול בדורו, דער רבי פונעם ב''ח, ווערט געברענגט אין טו''ז לגבי מילה בר''ה)
דער ר' שמואל איז דער וואס האט געבעטן פונעם של''ה זאל אים שיקן עפעס גוטע סחורה פונעם אר''י הקדוש'ס כתבים, און דער של''ה האט גענטפערט אז ס'איז דא א חרם פון ארויסצושיקן פון תורת אר''י קיין חוץ לארץ, דער בריוו ווערט געברענגט אינעם הקדמה צו נובלות חכמה פון יש''ר מקנדיא.
ער איז געווען רב אין פרעמיסלא (פרעמישלא)
ווערט געברעגט אין מגלה עמוקות פ' שמות.
געווען דער רבי פון בעל עמק המלך, ככתוב בהקדמה,
ווערט געברענגט אין שו''ת פני יהושע ועוד כמה ספרים וואס מ'ברענגט פון אים מיט גרויסע טיטלען.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:59 pm

עתיקות האט געשריבן:א צווייטער ווער ס'קען זיין ר' שמואל ר' פייווש איז דער זין פונעם גרויסען ר' משולם פייווש אב''ד קראקא. (גדול בדורו, דער רבי פונעם ב''ח, ווערט געברענגט אין טו''ז לגבי מילה בר''ה)
דער ר' שמואל איז דער וואס האט געבעטן פונעם של''ה זאל אים שיקן עפעס גוטע סחורה פונעם אר''י הקדוש'ס כתבים, און דער של''ה האט גענטפערט אז ס'איז דא א חרם פון ארויסצושיקן פון תורת אר''י קיין חוץ לארץ, דער בריוו ווערט געברענגט אינעם הקדמה צו נובלות חכמה פון יש''ר מקנדיא.
ער איז געווען רב אין פרעמיסלא (פרעמישלא)
ווערט געברעגט אין מגלה עמוקות פ' שמות.
געווען דער רבי פון בעל עמק המלך, ככתוב בהקדמה,
ווערט געברענגט אין שו''ת פני יהושע ועוד כמה ספרים וואס מ'ברענגט פון אים מיט גרויסע טיטלען.

תולדות הגה"ק רבי משולם פייבוש מקראקא זי"ע viewtopic.php?t=31722

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:03 pm

עתיקות האט געשריבן:בלק, דף צ''ז, מצאתי על שם מר חמי הרב מה''רר הענדיל נ''ע. (ה''ה החכמת מנוח על הש''ס)
לך לך, ע''כ מה שמצאתי בשם חמי זקני הרב מה''רר הענדיל נ''ע (כך כתוב המסדר ר' משה ציפש חתן המחבר ר משה נאראל)


דער ענין ביי וועמען ר' משה איז געווען אן איידעם דארף מען נאך אויסקלארן
אין ספר שטייט קלאר מר חמי ר' הענדיל און דער איידעם פון ר' משה שרייבט קלאר חמי זקיני ר' הענדיל, איז קלאר אז ער איז געווען אן איידעם ביים חכמת מנוח.
אבער ווי מיר ווייסן פון חוות יאיר סי' צב האט זיין טאטע, ד.ה. ר' משה שמשון חתונה געהאט פון אלמנת ר' משה בשנת תכ''ד וואס זי האט געהייסן פיגא וואס איז געווען די מאמע פון ר' טוביה הרופה, ד.ה. ער איז געווען א שטיף ברודער פונעם חות יאיר, דאס אלעס איז קלאר.
ר' טוביה איז געבוירן אין מיץ שנת תיג און איז געווען א קליין קינד ווען דער טאטע איז אוועק. דאס שרייבט ער קלאר אין הקדמה צו זיין ספר.
די דאזיגע פיגא איז אוועק בשנת תכ''ו און איז געווען בת ר' יונה מנאראל, אזוי שטייט אויפ'ן מציבה (ספר נפשות צדיקים, מובא בירושתינו תשס''ט דף שמה)
האמיר דא א מורא'דיגע סתירה, ווי איז ר' משה געווען אן איידעם, ביים חכמת מנוח אדער ביי ר' יונה מנאראל?

קען זיין מ'וועט מיזן זאגן אז ער האט געהאט צוויי ווייבער,
זעהסט דאך אז פיגא איז נאך געווען א יונגע פרוי ווען ער איז אוועק, און ר' משה איז אוועק נישט קיין אינגערמאן ווייל זיין טאטע האט געדרוקט די ראשית חכמה דפוס קראקא בשמת שנד, און ערגעץ דעמאלטס האט חתונה געהאט (מעשה טובי' בהקדמה) איז דאך ר' משה געווען בערך 60-70 ווען ער איז אוועק בשנת תי''ט, קומט דאך אויס זיין אלמנה וואס האט נאך געהאט א קינד פון זיווג מיט ר' שמשון און זי איז אוועק ביים מגיפה בשנת תכ''ו (מציבתה) איז נאך געווען גאנץ א אינגע פרוי.

לאור כל הנ''ל לייגט זיך אויפ'ן שכל אז ר' משה האט געהאט צוויי ווייבער און אלו ואלו דברי אלוקים חיים
צוגעלייגטע
מציבת פיגא.PNG
מציבת פיגא.PNG (111.56 KiB) געזעהן 1966 מאל
לעצט פאראכטן דורך עתיקות אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:14 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
עתיקות האט געשריבן:א צווייטער ווער ס'קען זיין ר' שמואל ר' פייווש איז דער זין פונעם גרויסען ר' משולם פייווש אב''ד קראקא. (גדול בדורו, דער רבי פונעם ב''ח, ווערט געברענגט אין טו''ז לגבי מילה בר''ה)
דער ר' שמואל איז דער וואס האט געבעטן פונעם של''ה זאל אים שיקן עפעס גוטע סחורה פונעם אר''י הקדוש'ס כתבים, און דער של''ה האט גענטפערט אז ס'איז דא א חרם פון ארויסצושיקן פון תורת אר''י קיין חוץ לארץ, דער בריוו ווערט געברענגט אינעם הקדמה צו נובלות חכמה פון יש''ר מקנדיא.
ער איז געווען רב אין פרעמיסלא (פרעמישלא)
ווערט געברעגט אין מגלה עמוקות פ' שמות.
געווען דער רבי פון בעל עמק המלך, ככתוב בהקדמה,
ווערט געברענגט אין שו''ת פני יהושע ועוד כמה ספרים וואס מ'ברענגט פון אים מיט גרויסע טיטלען.

תולדות הגה"ק רבי משולם פייבוש מקראקא זי"ע viewtopic.php?t=31722

אפשר איז עס דער בית שמואל אויף אבן העזר וואס זיין טאטע איז געווען רבי פייוויש מוואוידעסלאוו (קוק אין זיין הקדמה).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

עתיקות
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

תגובהדורך עתיקות » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:38 pm

עתיקות האט געשריבן:
עתיקות האט געשריבן:דף ל''ד שמעתי בשם הקמובל ר' ליב מלוקבא


אזוי ווי דער ברכת טוב ברענגט כמה פעמים דעם ר' מקובל הגדול ר' ליב מלוקבא, האב איך זיך מתבונן געווען מי הוא זה ואי זה הוא, ווער איז דער מקובל הגדול ר' ליב מלוקבא,

יגעתי ולא מצאתי.
אבל לבי אומר לי שהמקובל הגדול פון וועם מען רעדט דא איז נישט מער אין נישט ווייניגער ווי
המקובל האלקי ר' אריה ליב פרילוק זצוק''ל.
ער ווערט געברענגט פונעם בן דורו פונעם מחבר המקובל האלקי ר' שמשון מאוסטראפאלע.
אזוי אויך איז ר' חיים באכנער מחבר ספר אור חדש געווען זייך תלמוד און ער ברענגט פון אים. ביידע רופן אים אן המקובל הגדול, דאס איז דער זעלבער טיטול וואס ר' משה ניצט.

עס איז נישטא קיין סאך געשריבן פון אים, ער איז דא א קורץ מאמר מיט א פירוש אויף זוהר, אבער דאס ביסל וואס מען האט זאגט אלעס, אז ער איז געווען בדורו פון די גרעסטע אין קבלה אין פולין, דעריבער זאגט דער שכל אז דאס איז ער.


יגעתי ומצאתי, ד' אנה לידי, איך טרעף היינט דעם ספר היראה פון ר' ליב פרילוק, איבערגעדרוקט תשע''ז לפ''ק דורך אברהם יעקב בומבך, האב איך שוין גלייך געוויסט אז דא קומט די באמבע,
וואס מיינט איר, אין די הקדמה (הגה 7) קומט ער צו צו די זעלבע מסקנה, אז ר' ליב לוקביר פון ברכת טוב קען נישט זיי קיין צווייטער ווי ר' ליב פרוליק. שני יהודים עולים למסקנא אחת
(איך קען נישט הרב בומבך, אויב איר טרעפט אים זאגט אים א יישר כח בשמי)
ואוסיף נופך, אין די הקדמה (הגה 2) ברענגט ער אז די ספר לקורות הגזירות וויל זאגן אז ר' ליב פרוליק איז דער זעלבער ווי דער מחבר ספר זיז שדי, און ער איז מסביר אז ס'קען נישט זיין צוליב די נאמען איז אנדערשט.
אבער אלס א מעיין איז ספר ברכת טוב, קענט איר זעהן קלאר אז ס'איז נישט מעגליך צו זאגן אז ר' ליב פרילוק איז דער זיז שדי, ווייל דער ברכת טוב ברענגט כמה פעמים דעם ספר זיז שדי און קיינמאל נישט מיט דעם נאמען, נאר אלעמאל הובא בספר זיז שדי, אין ר' ליב ברענגט ער אלעמאל נאר אלס המקובל הגדול ר' ליב, אדער ר' ליב לאקאווא, איז דאך זיכער אז ס'איז נישט דער זעלבער.
נאך א זאך, דער ספר זיז שדי איז שוין געווען געדרוקט בימיו (לובלין, שצד) משא''כ ספר פון ר' ליב פרוליק האט מען ערשט געדרוקט שנת תפד, איז פארשטענדליך אז מ'האט נאר געהאט נאכגעזאגט זאכן בשמו, און נישט מספרו.
צוגעלייגטע
1ליב לוקביר בומבך.PNG
1ליב לוקביר בומבך.PNG (65.57 KiB) געזעהן 1969 מאל
ליב לוקביר בומבך.PNG
ליב לוקביר בומבך.PNG (65.73 KiB) געזעהן 1969 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט