עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א סעריע ארטיקלן אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס מיטן נאמען "מצבות דערציילן" באזירט אויף אינפארמאציע פונעם באקאנטן מומחה אין עניני יוחסן הרב דובעריש וועבער, און כאטש וואס נישט מיט אלעם וואס ער שרייבט דארט בין איך אינגאנצען מסכים, פארט איז עס געווען גאנץ אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט און כ'האף אז עס וועט ווייטער אנגיין.
איז מיר בייגעפאלן היות ס'מאכט זיך אמאל ווען מען זוכט אין אלטע בתי חיים וכדומה ציווישן די אלטע מצבות טרעפט מען צומאל אזעלכע וואס זענען אינטערעסאנט און מען קען געוואויר ווערן נייע פאקטן, און צומאל מאכט עס ספיקות אין זאכן וואס פארדעם האט מען געוויסט אנדערש, און צומאל טרעפט מען מצבות וואס זענען כחידה סתימה מען ווייסט נישט וואס צו טוהן דערמיט.
וואלט כדאי געווען היות מיר האבן דא א שיין ביסל חברים וואס קענען זיך אביסל אויס אין יוחס, איז אפשר קען מען דא טוהן דאס פארקערטע מען וועט ארויס לייגן מצבות מיט וואס מען מוטשעט זיך און אזוי ברוב עם טרעפן די ענטפערס.
וועל איך גיין פתיחה און ארויס לייגן איין אזא מצבה וואס כ'טריי אויסצוגעפינען ווער עס ליגט אינטער דעם.
איך בין לעצטענס געווען אין די שטאט ווישניצא אויפן ביה"ח און אביסל פראבירט זוכן מצבות, איינע פון די ספיקות האט זיך מיר געמאכט ביים אביסל אויפדעקענדיג די מצבה,
פ"נ
כבוד הרב ה"ה
אב"ד ור"מ פה
ק"ק ווישניצא
ווי איר זעהט געוויס הייבט זיך די מצבה אן מיט זייער שיינע טיטלן, אבער ווער ליגט דא, נאכן גראדער מאכן די מצבה האמיר געקענט מער ליינען און עס שטייט אזוי.
פ"נ
כבוד הרב ה"ה
אב"ד ור"מ פה
ק"ק ווישניצא
מוהר"ר צבי
הירש ז"ל בן
הרב ?????
נפתלי הירץ ז"ל
דאס איבריגע איז איינגעזינקן אין דער ערד און כ'האב עס נישט געוואלט ארויסנעמען אן קענען צוריק לייגן ווייס איך נישט די תאריך פטירה, פון די מצבה אבער ווייזט אויס אז עס פון די ת"ק יארן ווייל אנהויב ת"ר יארן האט מען דארט אנגעהויבן אריינקריצן די אותיות אין די מצבות, און די מצבה איז נאך בולטות.
ווער איז דער ר' צבי הירש ז"ל וואס איז געווען דארט אב"ד ור"מ אין די ת"ק יארן? עס קען נישט זיין ר' צבי הירש הורוויץ ז"ל דעם רבין ר' שמעלקא'ס אייניקעל וואו מיר וועלן נאך בקרוב שרייבן האמיר צוויי אנדערע מצבות וואס קענען זיין ר' צבי הירש הוראוויץ, אויסער דעם זיין טאטע האט געהייסן ר' יעקב פון קאטלעבורג און נישט ר' נפתלי הירץ, וויפיל מיר האבן פראבירט נאכצוגיין האמיר גארנישט געטראפן.
אביסל שפעטער האמיר געטראפן אין די מאניומענט וואס מען האט דארט אויפגעשטעלט פון צובראכענע און צעווארפנע מצבות, א שטיקל פון א מצבה.
ביראה ??פ??
?? מ' נפתלי
הירץ זצ"ל בהר??
אביגדור ואב"ד
ור"? דפק"ק ?*
ווישניצא ??
תנצב"ה
האמיר שוין א ר' נפתלי הירץ וואס איז אויך געווען רב אין ווישניצא, און כאטש וואס עס איז נישט באקאנט פון די מצבה וועלעכע יאר ער איז נפטר געווארן, אבער ווער ער איז געווען איז לכאורה נישט שווער צו וויסן, אבער קען דער ר' נפתלי הירץ זיין דער טאטע פון ר' צבי הירש פון פריער?
קודם ווער איז ר' נפתלי הירץ ב"ר אביגדור דער רב? ער ווערט דערמאנט אין עטליכע ספרים ציווישן זיי אין שו"ת נודע ביהודא אה"ע סימן ס"א ווי ער שרייבט אויף אים גרויסע זאכן, און ער רופט אים דארט אן בן דודתי.
דערנאך טרעפן מיר אין ספר ברכה משולשת (הר"ר שלמה עהרליך דומ"ץ גריבאוו, בולגרייא תרצ"ה) דארט באשרייבט ער אביסל דעם גרויסן יחוס פון ר' נפתלי הירץ לאנדא (ער האט זיך גערופן לאנדא נאך זיין מאמע'ס זייט, זיין טאטע איז געווען ר' אביגדור מרגליות אבד"ק חענטשין וחתן ר' צבי הירש סג"ל לאנדא המכונה ר' הירש וויטש.) און ער ברענגט דארט אז ער איז נפטר אום תקל"ח און ער איז געווען רב אין ווישניצא פון תקכ"ג ביז זיין פטירה, אזוי אויך איז געדרוקט פון אים א שו"ת ספר אמרי שפר (געדרוקט אין לבוב תרמ"ג)
אזוי אויך ווערט ער דערמאנט אין נאך פיל ספרים און אין רוב ספרים וואו מען ערווענט די רבנים פון ווישניצא, אזוי אויך האט ער געגעבן אן הסכמה אויפן ספר אבן שוהם און ער שרייבט זיך דארט אינטער
"פה ווישניצא
הק' נפתלי יכונה הירץ בהמנוח הרב הגאון מוהר"ר אביגדור
חונה ק"ק הנ"ל ואגפיה"
הכלל ווער ער איז איז נישט קיין חידה, איז אבער ר' צבי הירש וועמענס מצבה מיר האבן געזעהן אויבן זיינס א זון?
האמיר געזוכט פאר די קינדער פון ר' נפתלי הירץ לאנדא און געטראפן אז ער האט צוויי מאל חתנה געהאט, פון דאס ערשטע ווייב האט ער געהאט א קינד ר' אביגדור וואס איז שפעטער געווען רב אין חוואסטוב דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' חיים צאנזער (בראד'ער קלויז) און געהאט א קינד ר' יוסף וואס האט געוואוינט אין זאלאשיץ און ליגט דארט.
(זעה:
לתולדות הקהילות בפולין, ר' צבי הלוי איש הורוויץ.
אינם ברכה משולשת ברענגט ער נאר דעם ערשטן זוהן ר' אביגדור.
אין אנציקפלדיה לחכמי גליציה דערמאנט ער זיין צווייטע ווייב)
אבער דאס קלארסטע איז לכאורה פון וואס זיין נעפיו ר' אפרים זלמן מרגליות פון בראד שרייבט אין א כת"י וואס ווערט געברענגט אין זיין ספר מעלות היוחסין, לבוב תר"ס.
"אני אפרים זלמן בן הגאון המחבר ספר תבנית אות יוסף בן הגאון המפורסם אביגדור ז"ל אבד"ק חענטשין בן וכו'..
אבי זקני מו"ה אביגדור הנ"ל היו לו ד' בנים גאונים מפורסמים.
א) הגאון המפורסם מו"ה נפתלי הירץ אבד"ק זעלחיב ודק"ק ווישניצא והניח שני בנים א' הרב המאוה"ג מוה' אבד"ק חוואסטיב ב' הרבני המופלג הנגיד מוה' יוסף הנולד לו מאשתו השני' בת הרב החסיד המפורסם מוה' חיים צאנזיר מק"ק בראד."
ס'איז מעגליך אבער שווער צו זאגן אז ער זאל נישט האבן געוויסט איבער א דריטן זון, הדרא קושיא לדוכתא, ווער איז דער ר' צבי הירש?
לאמיר נעמען נאך א פרט וואס איז אומבאקאנט, וואו מיר האבן פריער דערמאנט איז די מצבה פון די ת"ק יארן, אויב אזוי ווען איז ער געווען רב דארט אין ווישניצא, וויפיל מיר האבן געזוכט האבן מיר נישט געפונען, און לאמיר נישט פארגעסן ווישניצא בימים ההם האט געהייסן א גרויסע רבנות, און פיל איז געשריבן געווארן דערפון, עס קען מעגליך זיין ווייל עס איז שוין איבעראל ערווענט א רב אין ווישניצא מיטן זעלבן נאמען האט מען פון אים פארגעסן אדער גאר אויסגעמישט?
דאס איינציגסטע פלאץ וואס ווערט דערמאנט אין אוצר הרבנים, (הרב נתן צבי פרידמאן, בני ברק תשל"ה) און דארט שטייט "הרב ר' צבי הירש רב גאון מפורסם. רב בוישניצא (תק"ל)", עס קען אבער מגליך זיין אז ער מיינט אויך דעם צווייטן.
מיין איינציגסטע טעאריע איז אז ער איז יא געווען א זון פונעם רב ר' נפתלי הירץ נאר ער האט נישט מאריך ימים געווען, און איז אוועק אינעם יאר פון זיין טאטן, און ברוב הימים איז ער פארגעסן געווארן.
אדרבה אויב איינער קען דאס מפנח זיין.

מגבעות האט געשריבן:ווער איז דער ר' צבי הירש ז"ל וואס איז געווען דארט אב"ד ור"מ אין די ת"ק יארן? עס קען נישט זיין ר' צבי הירש הורוויץ ז"ל דעם רבין ר' שמעלקא'ס אייניקעל וואו מיר וועלן נאך בקרוב שרייבן האמיר צוויי אנדערע מצבות וואס קענען זיין ר' צבי הירש הוראוויץ, אויסער דעם זיין טאטע האט געהייסן ר' יעקב פון קאטלעבורג און נישט ר' נפתלי הירץ, וויפיל מיר האבן פראבירט נאכצוגיין האמיר גארנישט געטראפן.
דאס איז די מצבה פון רבי צבי הירש הורוויץ זצ"ל אב"ד ווישניצא, נכד הרבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
געוואלדיג
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יוני 21, 2018 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
-
- שר האלף
- תגובות: 1826
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
- לאקאציע: אין מערב אירופה
יציב פתגם האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי די טעוועלע איז סתם ארויפגעלייגט אויפן קבר פון א "איש תם וישר", וויבאלד איך זעה דא נאך א מצבה פון "שלשלת היוחסין מוהר"ר צבי הירש הלוי הורוויץ האב"ד דפה"....
זייער גערעכט, כ׳האב עס אנגעגרייט אין מיינע ארכיווען, אבער אז דו האסט עס שוין אויפגעברענגט וועל איך עס באלד לייגן, אבער כ׳גיב נאך נישט אויף אויפן ערשטן מצבה.
@סוואליעווער אייניקל איז האלב גערעכט די קומענדיגע תגובה און די תגובה פון @יציב פתגם קומען באמת אין א באזונדערן אשכול מעגליך מיט'ן קעפל "טעותים אין בתי חיים", און דער אשכול זאל בלייבן פאר מצבות וואס זענען דערווייל אומפארענטפערט, און אויב די אחראים ווילן איז הרשות בידם, היות אבער מ'האט עס שוין דא ערווענט וועל איך עס דערווייל לייגן דא.
זייענדיג אין ווישניצא אויפן ביה"ח וואו עס ליגט באהאלטן צווישן די אנדערע גדולים וקדושים, אן אייניקל פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא ניקלעשבורגער, ה"ה הרב ר' צבי הירש האראוויץ בן הר"ר יעקב מקוטלבורג זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רבי ר' שמעלקא.
האב איך אבער באמערקט דריי זאכן וואס זענען זיך סותר איינס דעם צווייטן, לאמיר האפן אז איינער דא וועט דאס קענען אביסל אויסגלייכן.
1 איז דא א טעוועלע אריינקומענדיג צום ביה"ח שטייט דא אזוי.
"פה נטמנו בין יתר קדושי עולם הרבנים אשר שמשו בקודש פה בווישניצא, הר"ר צבי הירש הורוביץ בן הר"ר יעקב בן בנו של הרב שמעלקא מניקלסבורג זצ"ל, וכו'"
אויף דעם אליין איז לכאורה שווער, ווייל ווי עס איז אנגענומען איז הרה"ק ר' צבי הירש זצ"ל דער רב אין ווישניצא געווען אן אייניקל דורך א טאכטער פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא זצ"ל און נישט בן בנו, אבער לאמיר גיין ווייטער.
די קומענדיגע דריי בילדער זענען פון די זעלבע קבר איינס פארן איבערפרישן און די אנדערע צוויי זענען דערנאך.
אויף די מצבה זעלבסט שטייט.
"פ"נ
איש תם וישר
ה"ה הר"ר צבי הירש
במוהר"ר יעקב נפטר
ח' מרחשון תקפ"ג לפ"ק"
אויפן טעוועלע אינטן שטייט.
"הרב צבי הירש האראוויץ
בן בתו* של
הרב שמעלקא מניקלסבורג זצ"ל
אשר שימש בקודש פה בווישניצא"
לכאורה איז עס זייער פשוט, די נעמען שטימען זייער גוט, הגם עס קוקט אויס אז קודם איז געשטאנען בן ״בנו״, איז עס מן הסתם געווען די זעלבע טעות ווי בעפאר מן הסתם דורך די זעלבע מענטש, אבער עס איז אביסל מאדנע אז מען שרייבט נישט קיין שום טיטלן אויפן רב אין די צייט וואס ביי די אנדערע מצבות פון רבנים דארט שטייט יא טיטלן, אבער קען זיין אז מחמת איזה סיבה שהוא האט מען נישט געשריבן, דאס פרעגט נישט אפ די מצבה.
אבער אזוי דורכגייענדיג דאס גאנצע ביה"ח האמיר געטראפן אט די מצבה.
עס איז שוין היפש אפגעריבן אבער וואס מען קען ליינען שטייט אזוי.
"שלשלת
היוחסין
מוהר"ר צבי
הירש הלוי
הורוויץ האב"ד
דפ"ק בהרב מ'
יעקב ?? הלוי גוע
ויאסף אל עמיו
? כ?????
דחה"מ פסח תק
פ"ד לפ"ק תנצב"ה״
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקום קדוש און מצבה פון האי גברא רבה, אבער עס איז מיר אינטערעסאנט צוויי זאכן איינס, די וואס האבן איבערגעפרישט די מצבה זענען געווען אפשטאמיגע פון ווישניציא, און כ'גלייב אז זיי האבן געזעהן די מצבה אויך, און פארט האבן זיי עס געשריבן דארט.
צווייטענס, עס איז טאקע באוויסט אז הרה"ק ר' צבי הירש האט גענומען זיין מאמע'ס לעצטע נאמען הורוויץ אבער וואס איז מיר אינטערעסאנט איז אז ער איז אויך געווען א לוי אזוי ווי זיין זיידע דער רבי ר' שמעלקא, אזאך וואס כ'האב נאך דערווייל נישט געזעהן קיין ערגעץ.
דעריבער בין איך נישט זיכער וואס גייט דא פאר?
נאך א שטיקל סברה איז די יארן וואס שטייט אויף די מצבות לויט די ערשטע איז עס געווען תקפ"ג און לויט די לעצטע איז עס תקפ"ד, לכאורה שטימט פ"ד בעסער ווי פ"ג, ווייל דער ארי' דבי עלאי איז געווארן רב אין שטאט נאך אים ר' צבי הירש'ס פטירה בערך נאך עטליכע חדשים (עיין שלשה עדרי צאן מהמשך המעשה שם נראה שהיה בתוך זמן מה, ועוד) און דאס איז געווען לכאורה אום תקפ"ה (און זיכער נישט שפעטער פון תקפ"ו זעה גאר אינטערסאנטן בריוו צו זיין זון [ארי שבחבורה, ברוקלין תשס"א] דף קי"ג, בתוך הדברים שרייבט ער "אחד הרב הגאון המנוח מוה"ר צ"ה הורוויץ זלה"ה שהיה רב אב"ד שם בק' ווישניצא קודם, אך שנפטר ושל"ח קודם שנתקבלתי אני לרב אב"ד שמה, והשני הרב הגאון האמיתי המנוח מוה"ר ברוך זלה"ה שנתקבל לאב"ד בק' לייפניק והוא היה עדיין בחיים חיותו בק' לייפניק בתחילת השנים שנתקבלתי אני לרב אב"ד בק' ווישניצא", זעה מיר אז ווען ער איז געווארן רב האט נאך דער ברוך טעם געלעבט א יאר צוויי, אבער ר' צבי הירש נישט, און דער ברוך טעם איז הערשט אוועק אום תמוז תקפ"ח.)
אבער ווייסט איינער די קראנטע יארצייט פון הרה"ק ר' צבי הירש?
נאכן אלעס אפשרייבן האב איך זיך געכאפט מ'רעד דאך פון די תק"פ'ס דאס מיינט למספ' אין די 1820'ס איז דאך דא מאטריקלן האמיר עס אפיר געזוכט און טאקע באשטעטיגט, לאמיר זעהן.
לויט די ערשטע מצבה איז די דאטום ח' מרחשון תקפ"ג וואס איז למספ' 23 October 1822 לויט די צווייטע מצבה איז עס באלד אן אנדערהאלבן יאר שפעטער די פונקטליכע דאטום ווייס איך נישט ווייל ס'איז שווער אויסצוליינן אבער שטייט דאך חוה"מ פסח תקפ"ד דאס איז למספ' April 1824.
איצטערט לאמיר זעהן די מאטריקלן, אין די עטליכע יאר האט מען נישט געשריבן די טאג פונעם חודש מען האט נאר געשריבן די חודש אבער פאר אונז איז עס איצט גענוג, דאס איז פון October / November 1822.
שטייט טאקע "הירש" דאס לעצטע נאמען קען איך נישט אויס ליינען, ער איז אלט געווען 60 יאר און געוואוינט אין הויף נומ. 18.
איצטערט לאמיר זעהן פון April 1824.
דא שטייט אפען ארויס הירש הוראוויץ אלט געווען 48 יאר.
כ'גלויב אז מער פון דעם דארף מען נישט, און עס איז פשוט א טעות פון מצבות מיט די זעלבע נעמען.
(פאראכטן סדר פון בילדער)

...מגבעות האט געשריבן:...
זייענדיג אין ווישניצא אויפן ביה"ח וואו עס ליגט באהאלטן צווישן די אנדערע גדולים וקדושים, אן אייניקל פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא ניקלעשבורגער, ה"ה הרב ר' צבי הירש האראוויץ בן הר"ר יעקב מקוטלבורג זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רבי ר' שמעלקא...
מגבעות האט געשריבן:...צווייטענס, עס איז טאקע באוויסט אז הרה"ק ר' צבי הירש האט גענומען זיין מאמע'ס לעצטע נאמען הורוויץ אבער וואס איז מיר אינטערעסאנט איז אז ער איז אויך געווען א לוי אזוי ווי זיין זיידע דער רבי ר' שמעלקא, אזאך וואס כ'האב נאך דערווייל נישט געזעהן קיין ערגעץ....
צווישן די אייניקלך פון ר' יעקב מקוטלבורג איז דא וואס האבן א משפחה מסורה אז ער איז געווען אן אייניקל בן-אחר-בן פון של"ה הק' (דור שלישי לר' יעקב בן זקוניו של השל"ה), אויב אזוי איז פשוט אז ער איז געווען א לוי.
נאר ס'איז דא עוררין אויף די מסורה, וואס טענה'ן אז אויב איז עס אמת, פארוואס האט אים אויסגעפעלט צו טוישן די נאמען צו הורוביץ מצד משפחת אמו, ער האט דאך געקענט בלייבן מיט די משפחה נאמען הורוביץ מצד משפחת אביו?
אינטרעסאנט אויב עס איז ריכטיג וואס כהאב אמאל געהערט; כבין קיינמאל נישט געוועין דארט אין בי"ח, נאר אזוי ווי כהאב דארט זיידעס האבן מיר געפריווט צי נאכפרעגן; אין מהאט מיר געזאגט אז אסאך יארן פעלן דארט מצבות; וואס זענען אוועקגעריסן געווארן בא דע קריג; 1 זיידע איז אוועק תר"ן; אין נאך אנדערע; אין אויך אנדערע פין דע משפחה אין דע יארן מעהר נאנט צום קריג.
ווייסט איינער טאמער איז דא עפעס צי טרעפן פין יענע יארן ?, איז דא עפעס רשימות אדער בילדער וכו' פין דע בית החיים ?

Re:
חמרא טבא האט געשריבן:דער ריש גלותא פון ווישניצא?
ריש מתיבתא
Re:
שפאניע האט געשריבן:אינטרעסאנט אויב עס איז ריכטיג וואס כהאב אמאל געהערט; כבין קיינמאל נישט געוועין דארט אין בי"ח, נאר אזוי ווי כהאב דארט זיידעס האבן מיר געפריווט צי נאכפרעגן; אין מהאט מיר געזאגט אז אסאך יארן פעלן דארט מצבות; וואס זענען אוועקגעריסן געווארן בא דע קריג; 1 זיידע איז אוועק תר"ן; אין נאך אנדערע; אין אויך אנדערע פין דע משפחה אין דע יארן מעהר נאנט צום קריג.
ווייסט איינער טאמער איז דא עפעס צי טרעפן פין יענע יארן ?, איז דא עפעס רשימות אדער בילדער וכו' פין דע בית החיים ?
https://sztetl.org.pl/en/towns/n/541-no ... d-of-users
Re: עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
איינער ווייס אויב ס׳איז געבליבען פון די מצבות פון מש׳ האפשטעטער אין ביה״ח ווישניצא
ר׳ יעקב (שרגא?) ב״ר זאב (וואלף) האפשטעטער נפ׳ שבט תרצ״ג בערך
ר׳ זאב (וואלף) האפשטעטער (אחיו של הנגיד ר׳ בנימין בייניש האפשטעטער ראש הקהל דווישניצא בימי כהונת האדמו״ר מבאבוב בווישניצא). גם מצבתו של ר׳ בייניש אם נמצא
ר׳ יעקב (שרגא?) ב״ר זאב (וואלף) האפשטעטער נפ׳ שבט תרצ״ג בערך
ר׳ זאב (וואלף) האפשטעטער (אחיו של הנגיד ר׳ בנימין בייניש האפשטעטער ראש הקהל דווישניצא בימי כהונת האדמו״ר מבאבוב בווישניצא). גם מצבתו של ר׳ בייניש אם נמצא
Re: עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
מרת מינדל הופשטעטער בת ר׳ פייביש ברבר אשת ר׳ יעקב הופשטעטער, בוישניצא. כ״ד שבט ת״ש
Re: עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
האט אפשר איינער א בילד פון רבי נפתלי רובין אב"ד ווישניצא ?
אזוי אויך פון זיין זוהון רבי חנא הירש הי"ד ??
ייש"כ.

Re: טארנא - וישניצא
איפה אפשר להוציא תעודות בתשלום מטארנא או וישניצא? אני נכד מרבי יוסל שיף מטארנא מחסידיו המפורסמים של הדברי חיים מצאנז, אני מחפש מידע אחר כמה ממשפחתו.מגבעות האט געשריבן:@סוואליעווער אייניקל איז האלב גערעכט די קומענדיגע תגובה און די תגובה פון @יציב פתגם קומען באמת אין א באזונדערן אשכול מעגליך מיט'ן קעפל "טעותים אין בתי חיים", און דער אשכול זאל בלייבן פאר מצבות וואס זענען דערווייל אומפארענטפערט, און אויב די אחראים ווילן איז הרשות בידם, היות אבער מ'האט עס שוין דא ערווענט וועל איך עס דערווייל לייגן דא.
זייענדיג אין ווישניצא אויפן ביה"ח וואו עס ליגט באהאלטן צווישן די אנדערע גדולים וקדושים, אן אייניקל פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא ניקלעשבורגער, ה"ה הרב ר' צבי הירש האראוויץ בן הר"ר יעקב מקוטלבורג זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רבי ר' שמעלקא.
האב איך אבער באמערקט דריי זאכן וואס זענען זיך סותר איינס דעם צווייטן, לאמיר האפן אז איינער דא וועט דאס קענען אביסל אויסגלייכן.
1 איז דא א טעוועלע אריינקומענדיג צום ביה"ח שטייט דא אזוי.
"פה נטמנו בין יתר קדושי עולם הרבנים אשר שמשו בקודש פה בווישניצא, הר"ר צבי הירש הורוביץ בן הר"ר יעקב בן בנו של הרב שמעלקא מניקלסבורג זצ"ל, וכו'"
אויף דעם אליין איז לכאורה שווער, ווייל ווי עס איז אנגענומען איז הרה"ק ר' צבי הירש זצ"ל דער רב אין ווישניצא געווען אן אייניקל דורך א טאכטער פונעם הייליגן רבי ר' שמעלקא זצ"ל און נישט בן בנו, אבער לאמיר גיין ווייטער.
די קומענדיגע דריי בילדער זענען פון די זעלבע קבר איינס פארן איבערפרישן און די אנדערע צוויי זענען דערנאך.
אויף די מצבה זעלבסט שטייט.
"פ"נ
איש תם וישר
ה"ה הר"ר צבי הירש
במוהר"ר יעקב נפטר
ח' מרחשון תקפ"ג לפ"ק"
אויפן טעוועלע אינטן שטייט.
"הרב צבי הירש האראוויץ
בן בתו* של
הרב שמעלקא מניקלסבורג זצ"ל
אשר שימש בקודש פה בווישניצא"
לכאורה איז עס זייער פשוט, די נעמען שטימען זייער גוט, הגם עס קוקט אויס אז קודם איז געשטאנען בן ״בנו״, איז עס מן הסתם געווען די זעלבע טעות ווי בעפאר מן הסתם דורך די זעלבע מענטש, אבער עס איז אביסל מאדנע אז מען שרייבט נישט קיין שום טיטלן אויפן רב אין די צייט וואס ביי די אנדערע מצבות פון רבנים דארט שטייט יא טיטלן, אבער קען זיין אז מחמת איזה סיבה שהוא האט מען נישט געשריבן, דאס פרעגט נישט אפ די מצבה.
אבער אזוי דורכגייענדיג דאס גאנצע ביה"ח האמיר געטראפן אט די מצבה.
עס איז שוין היפש אפגעריבן אבער וואס מען קען ליינען שטייט אזוי.
"שלשלת
היוחסין
מוהר"ר צבי
הירש הלוי
הורוויץ האב"ד
דפ"ק בהרב מ'
יעקב ?? הלוי גוע
ויאסף אל עמיו
? כ?????
דחה"מ פסח תק
פ"ד לפ"ק תנצב"ה״
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקום קדוש און מצבה פון האי גברא רבה, אבער עס איז מיר אינטערעסאנט צוויי זאכן איינס, די וואס האבן איבערגעפרישט די מצבה זענען געווען אפשטאמיגע פון ווישניציא, און כ'גלייב אז זיי האבן געזעהן די מצבה אויך, און פארט האבן זיי עס געשריבן דארט.
צווייטענס, עס איז טאקע באוויסט אז הרה"ק ר' צבי הירש האט גענומען זיין מאמע'ס לעצטע נאמען הורוויץ אבער וואס איז מיר אינטערעסאנט איז אז ער איז אויך געווען א לוי אזוי ווי זיין זיידע דער רבי ר' שמעלקא, אזאך וואס כ'האב נאך דערווייל נישט געזעהן קיין ערגעץ.
דעריבער בין איך נישט זיכער וואס גייט דא פאר?
נאך א שטיקל סברה איז די יארן וואס שטייט אויף די מצבות לויט די ערשטע איז עס געווען תקפ"ג און לויט די לעצטע איז עס תקפ"ד, לכאורה שטימט פ"ד בעסער ווי פ"ג, ווייל דער ארי' דבי עלאי איז געווארן רב אין שטאט נאך אים ר' צבי הירש'ס פטירה בערך נאך עטליכע חדשים (עיין שלשה עדרי צאן מהמשך המעשה שם נראה שהיה בתוך זמן מה, ועוד) און דאס איז געווען לכאורה אום תקפ"ה (און זיכער נישט שפעטער פון תקפ"ו זעה גאר אינטערסאנטן בריוו צו זיין זון [ארי שבחבורה, ברוקלין תשס"א] דף קי"ג, בתוך הדברים שרייבט ער "אחד הרב הגאון המנוח מוה"ר צ"ה הורוויץ זלה"ה שהיה רב אב"ד שם בק' ווישניצא קודם, אך שנפטר ושל"ח קודם שנתקבלתי אני לרב אב"ד שמה, והשני הרב הגאון האמיתי המנוח מוה"ר ברוך זלה"ה שנתקבל לאב"ד בק' לייפניק והוא היה עדיין בחיים חיותו בק' לייפניק בתחילת השנים שנתקבלתי אני לרב אב"ד בק' ווישניצא", זעה מיר אז ווען ער איז געווארן רב האט נאך דער ברוך טעם געלעבט א יאר צוויי, אבער ר' צבי הירש נישט, און דער ברוך טעם איז הערשט אוועק אום תמוז תקפ"ח.)
אבער ווייסט איינער די קראנטע יארצייט פון הרה"ק ר' צבי הירש?
נאכן אלעס אפשרייבן האב איך זיך געכאפט מ'רעד דאך פון די תק"פ'ס דאס מיינט למספ' אין די 1820'ס איז דאך דא מאטריקלן האמיר עס אפיר געזוכט און טאקע באשטעטיגט, לאמיר זעהן.
לויט די ערשטע מצבה איז די דאטום ח' מרחשון תקפ"ג וואס איז למספ' 23 October 1822 לויט די צווייטע מצבה איז עס באלד אן אנדערהאלבן יאר שפעטער די פונקטליכע דאטום ווייס איך נישט ווייל ס'איז שווער אויסצוליינן אבער שטייט דאך חוה"מ פסח תקפ"ד דאס איז למספ' April 1824.
איצטערט לאמיר זעהן די מאטריקלן, אין די עטליכע יאר האט מען נישט געשריבן די טאג פונעם חודש מען האט נאר געשריבן די חודש אבער פאר אונז איז עס איצט גענוג, דאס איז פון October / November 1822.
שטייט טאקע "הירש" דאס לעצטע נאמען קען איך נישט אויס ליינען, ער איז אלט געווען 60 יאר און געוואוינט אין הויף נומ. 18.
איצטערט לאמיר זעהן פון April 1824.
דא שטייט אפען ארויס הירש הוראוויץ אלט געווען 48 יאר.
כ'גלויב אז מער פון דעם דארף מען נישט, און עס איז פשוט א טעות פון מצבות מיט די זעלבע נעמען.
(פאראכטן סדר פון בילדער)
לפי מה שידוע לי זוגתו ציפורה היא בת רבי נתן צבי ושיינדל ברונער מטארנא - וישניצא. אני מחפש אחר שיינדל ברונער מי היו הוריה.
וכן אחר כלתו של רבי יוסל שיף, חיה אשת בנו רבי יצחק שיף מטארנא, הוריה היו רבי יעקב אייזען וטשארנא לבית שיף מטארנא, אני מחפש מה שמות של הוריה של טשארנא. שמא מישהו יכול לעזור?
-
- שר מאה
- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm
Re: עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
ר"ר שמעלקא האט געהאט אן איידעם ר' יעקב הלוי אב"ד קאטלבורג זצ"ל, אפשר איז דאס זיין זוהן?
- א פארצייטישע איד
- שר האלף
- תגובות: 1004
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm
Re: עיונים - מצבות בביה"ח ווישניצא
איך זוך א שותף אראפ צו פארן און פראבירן צו טרעפען און פארעכטען די מציבות דארט ווער עס וויל פליז מעסעזש מיך