המקובל רבי אברהם אבולעפיא והפולמוס אודותיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

המקובל רבי אברהם אבולעפיא והפולמוס אודותיו

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:33 pm

אמאל האב איך געמיינט אז אין אייוועלט האט מען שוין געשריבן פון אלס און אלעמען, דערווייל זעה איך אז מען האט נאכנישט באשריבן א גדול וואס פרטים איבער איהם זענען נישט באקאנט, און זיין השפעה בימיו איז געווען גאר גרויס ביז דער הייליגער רשב"א האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן איהם.

דער גאון און מקובל רבי אברהם אבולעפיא האט געלעבט אנפאנג שנת ה' אלפים, און איז געווען א גרויסער מקובל, האט מחבר געווען פילע ספרים אין קבלה על דרך קבלת הקדמונים, ארויסברענגענדיג דארט א וועג וויאזוי מען קען צוקומען צו נביאה און דביקות אינעם אייבערשטן.

בימיו האט ער פון אנפאנג געצויגן צו זיך אסאך תלמידים גרויסע לייט, ביז ער האט אנגעפאנגען צו פארציילן גילוים מיט חזיונות, אז ער איז קען גאר זיין משיח צו אזעלכע סארט זאכן, דאן האט דער הייליגער רשב"א - וואס איז דאן געווען ווי דער רבן של כל בני הגולה - אים אנגעפאנגען געפערליך לוחם זיין קעגן אים, דער רשב"א שרייבט אויף אים זייער שארף. דאן האט ער פארלוירן רוב פון זיין אנהענגערשאפט.

דער מקובל איז יארן לאנג געווען נישט געווען אנגענומען ביי כלל ישראל, מען האט נישט געוויסט פון זיינע ספרים. אבער די לעצטע צוויי הונדערט יאר האט זיך צוביסלעך אנגעפאנגען א תחיית המתים ביי אים. אנגעפאנגען האט זיך עס ווען דער חיד"א שרייבט שוין שיין אויף אים, ער שרייבט דאס אין שם הגדולים
"הוא ספר שחיבר הרב רבי אברהם אבואלעפיא בעיגול שם ע"ב וראיתיו על קלף כתב יד. ודע שהרשב"א בתשובותיו סימן תקמ"ח והרב היש"ר בספר מצרף לחכמה זלזלו בו כאחד הרקים ויותר. ברם קושטא קאמינא דחזיתה לרב גדול ממארי רזין ובישראל גדול שמו ואחרי דבריו לא ישנו שהוא מקרב לס' הנזכר ותושע לו ימינו"

היינט צוטאג'ס איז זיין ספר אנגענומען ביי די מקובלי ירושלים ווי למשל רי"מ ערלאנגער וואס ער ברענגט אים אסאך, רי"מ מארגענשטערן און נאך אנדערע. אין שערי קדושה פון רבי חיים ויטאל ברענגט ער אויך לכאורה פון רבי אברהם אבולעפיא (ויש מפקפקין על זה).
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום דינסטאג אפריל 24, 2018 9:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:36 pm

הרב סידיראם
איך האלט יעצט פונקט אינמיטן שרייבן, ממש אויסגעכאפט די ווערטער,
נישט אז ס'שטערט מיר אזוי שטארק די אויסכאפן, ס'טוהט מיר פשוט אביסל וויי די צוגאנג ווי אזוי איהר באשרייבט דעם גדול.
בכל אופן יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, און ש'כח פארן עפענען.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:59 pm

דער הייליגער ר' חיים וויטאל אין שערי קדושה חלק ד' ברענגט אסאך פונעם ספר חי' עולם הבא, מספרי ר' אברהם אבולעפיא, קיינער איז אויף דעם נישט חולק, מ'קען נעמען א שערי קדושה און עס אליין נאכקוקן.
בענינים אלו איז רח"ו דער מכריע כידוע, ואין אחר דבריו כלום.
דאס מיינט נישט אז יעדער דארף לערנען זיינע ספרים, אבער דאס מיינט יא אז מ'טאר נישט חלילה רעדן באופן זלזול ובזיון.
מ'רעדט דא פון מענטשן וואס זענען בכלל נישט געווען קיין מענטשן, מ'רעדט פון אזעלכע וואס זענען געווען מעהר אין הימל ווי אויף דער ערד.
סתם אזוי איז בכלל נישט קלאר אז 'אלע' תלמידים האבן זיך אפגעשאקלט. און עכ"פ בכל אופן שיהי' זעה איך נישט קיין היתר אויף דברי זלזול, נאך וואס מ'ווייסט קלאר אז אסאך צדיקים וקדושים האבן אנגענומען אז ר' אברהם אבולעפיא איז פון די כת המקובלים הראשונים, א קדוש וטהור און א בעל רוח הקודש.

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

תגובהדורך שמאלציג » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:17 pm

מ'דארף נעמען אין באטראכט כמה ענינים.
אין יענע צייטן איז איינער וואס אינז באצייכען מיר אלס 'ראשון' ווי למשל דער רשב''א, געווען דער אויסשליסליכער בעה''ב אין זיין געגענט, אים האט מען געפאלגט, זיינע פיוטים האט מען געזאגט ביים דאווענען, נאר זיינע מנהגים האט מען זיך געפירט, א.א.וו.
דערפאר ווען דער רשב''א האט געמאכט א חרם אין אחר מעשה בית דין כלום אין יענע צייט פאר יענע געגענט.
אבער למעשה האסטו ר' יוסף ג'יקטליא אלס זיין תלמיד, שערי אורה און גנת אגוז איז פון די הויפט ספרים וואס איז אנגענומען. דער רמ''ק ברענגט אים, ר' חיים ויטאל ברענגט אים. דער חיד''א שרייבט שיין אויף אים.
די סיבה פארוואס די ספרים איז נישט געדרוקט געווארן און נישט פארשפרייט געווארן איז פשוט ווייל ער איז אוועק ווען די מלחמה איז נאך געווען בתוקפו. ווער זאל זיך אפגעבן מיט ספרים וואס קיינער גייט נישט קויפן?
די סיבה פארוואס היינט איז עס יא בנמצא איז צו פארדאנקען אמנון גראס grossamnon@gmail.com וואס האט זיך שטארק אפגעגעבן צו נאכגיין די כתבי ידות און עס דרוקן.

און קיינעם שטערט נישט ארויסצונעמן פון דארט שיינע זאכן פונקט ווי פון אנדערע ספרים וואס בשעתם איז געווען מחלוקת קעגן דעם צ.ב.ש. ספר עמק המלך לר' נפתלי בכרך און ספרי הרמח''ל

למעשה די שיטה פון קבלה פון שמות און נביאה און די קבלה פון ספירות איז שוין עניוועיס צוזאמגעמישט ווי יעדער נעמט פון איבעראל צוליב דעם איז עס שוין נישט קיין אידיאלאגישע מלחמה אויך נישט

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:33 pm

הקדוש רבי חיים אבולעפיא איז א אייניקל פון ר׳ אברהם?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:34 pm

וואס איז געווען די מעשה אז ער האט זיך געוואלט טרעפן מיט'ן פויבסט?

די מעשה מיט די פויבסט איז געווען איינס פון די קאנטריווערסיאלע שריט אין זיין לעבן, ער האט איין טאג פארציילט אז ער האט באקומען א גילוי פון הימל אז ער דארף זיך טרעפן מיט'ן פויבסט און רעדן מיט אים איבער "עניני יהדות" ער האט פארציילט אז ער האט באקומען עטליכע אזאנע סארט גילויים פון הימל. שפעטער איז ער ספעציעל געפארן קיין רוים זיך צו טרעפן מיט'ן פויבסט, ער איז אנגעקומען דארט ערב ראש השנה, למעשה האט דער פויבסט פלוצלינג געפייגערט פאר ער האט זיך געטראפן מיט אים.

צו ער אליין, צו זיינע נאכפאלגער האבן דאס פארבינדען מיט דעים אז ער איז כלומפרשט משיח און ממילא דארף ער גיין צום פויבסט מבשר זיין די בשורת הגאולה, כדרך ווי משה רבינו האט געדארפט גיין צו פרעה זאגן כה אמר ה' שלח עמי ויעבדוני.

ער האט זיך געזעהן אלס א נביא וואס זעהט חזיונות פון הימל (א זאך וואס דער רשב"א פארפירט געפערליך קעגן אים) שרייבט "בהגיעי אל השמות ובהתירי קשרי החותמת נגלה אלי אדון הכול וגלה לי את סודו, והודיעני עד קץ הגלות וזמן התחלת הגאולה על גואל הדם, ואז הכריחני להתפאר בנבואה". אזוי שרייבט ער אויף נאך עטליכע פלעצער ווי ער האט געזעהן חזיונות מיט גילויים פון הימל.
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום דינסטאג אפריל 24, 2018 11:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:38 pm

קרייסלער האט געשריבן:הקדוש רבי חיים אבולעפיא איז א אייניקל פון ר׳ אברהם?


ניין בכלל נישט די משפחה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:49 pm

אויב איהר קענט ברענגען אינטערסאנטע אינפארמאציע מיט א טיפערן בליק אויף די גאנצע פרשה, ארויסצוברענגען "אלע" צדדים, לברר מקחן של קדמונים, פארשטייט זיך בלי שום זלזול אדער חלילה ממעט זיין בכבוד תורתם.
וגם אני אשתדל בלי"נ למלא אחריך.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג אפריל 24, 2018 11:40 pm

א אפהאנדלונג איבער אים און די פולמוס קען מען טרעפן און 'משיחי השקר ומתנגדיהם'.
(נאר צוליב זיינע פילע אגענדעס (ע"ע תפילין בחוה"מ, ועוד) דארף מען נעמען זיינע ווערטער מיט א grain of salt)

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:17 am

מיט רבי אברהם אבולעפיא איז די זאך בכלל נישט קלאר, ווייל נישט נאר בימיו איז ער נישט געווען אנגענומען נאכדעים וואס דער רשב"א האט לוחם געווען קעגן אים (ער שרייבט אויף אים "אותו אברהם שיעשה עצמו נביא ומשיח בסיציליאה. ועתה הפיל בכזביו כמה מבני אדם, לולי שסגרתי הפתח בפניו בחמלת השם, עם רב כתבו וכתבי קהלות הקודש. כמעט שהתחיל והיה מכלה ברוב דבריו הדמיונים וכוזבים שהיו בחכמות רמות לאויל ), נאר אפילו בערך צוויי הונדערט יאר שפעטער שרייבט דער מקובל ממגורשי ספרד רבי יהודה חייט אין זיין הקדמה לספר מערכת האלוקות "גם ראיתי ספרים שחבר חכם אחד שמו רבי אברהם אבולאפיא ולסכלותו וגאותו כנה עצמו אברהם המורה,ומשנחרב בית המקדש נתנה הנבואה לשוטים כי פירוש המורה בזה המקום שוטה,כי כן קורין בלשון יוני למורה שטיא כמו שכתב רש"י...השמר מפניו אל תשמע בולו כי ספריו מלאים דמיונות וזיופים בדויים מלבו.הוא עשה ספר אור השכל,ובחושך הולך"

פון דער אנדערער זייט ברענגט אים דער רמ"ק (מקור פונקטליך? לשונו?) און נאך.

לכאורה דארף מען זאגן אז אפילו פון דער עצם מענטש האט מען נישט געהאלטן (ער האט פארקויפט אז ער איז משיח וכדומה), אבער דאך האט מען געהאלטן אז ער איז נישט קיין רשע וואס מען טאר נישט נאכברענגען פון אים, און אדרבה טאמער זאגט ער הייליגע זאכן מעג מען דאס נאכברענגען און מען מעג דאס לערנען. אין איין ווארט, פון די מענטש האט מען נישט געהאלטן אבער פון זיינע זאכן וואס ער האט געזאגט האט מען צומאל יא מסכים געווען.

מען קען אזוי מדייק זיין אויך פון די ווערטער פון די חיד"א אז די עיקר וואס מען האט אנגענומען איז די "ספר" זיינע, און זיינע ווערטער האט מען צומאל אנגענומען, הגם קעגן די מענטש האט מען יא געהאקט בימיו און אויך נאכדעים
וז"ל החיד"א הוא ספר שחיבר הרב רבי אברהם אבואלעפיא בעיגול שם ע"ב וראיתיו על קלף כתב יד. ודע שהרשב"א בתשובותיו סימן תקמ"ח והרב היש"ר בספר מצרף לחכמה זלזלו בו כאחד הרקים ויותר. ברם קושטא קאמינא דחזיתה לרב גדול ממארי רזין ובישראל גדול שמו ואחרי דבריו לא ישנו "שהוא מקרב לספר הנזכר" ותושע לו ימינו

היינט צוטאגס זענען זיינע ספרים זייער אנגענומען אין די וועלט פון עובדי השם, צוליב זיין טיפע מהלך און זיך אויסטוהן פון אלע וועלטליכע זאכן, כדי צו צוקומען צו הויכע מדריגות אין דביקות בה'.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:56 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:לכאורה דארף מען זאגן אז אפילו פון דער עצם מענטש האט מען נישט געהאלטן (ער האט פארקויפט אז ער איז משיח וכדומה), אבער דאך האט מען געהאלטן אז ער איז נישט קיין רשע וואס מען טאר נישט נאכברענגען פון אים, און אדרבה טאמער זאגט ער הייליגע זאכן מעג מען דאס נאכברענגען און מען מעג דאס לערנען. אין איין ווארט, פון די מענטש האט מען נישט געהאלטן אבער פון זיינע זאכן וואס ער האט געזאגט האט מען צומאל יא מסכים געווען.

מען קען אזוי מדייק זיין אויך פון די ווערטער פון די חיד"א אז די עיקר וואס מען האט אנגענומען איז די "ספר" זיינע, און זיינע ווערטער האט מען צומאל אנגענומען, הגם קעגן די מענטש האט מען יא געהאקט בימיו און אויך נאכדעים.

ממש א סברא הפוכה, אז מ'קוקט אין חייט איז דאך פונקט פארקערט, די וואס האבן נישט געהאלטן פון איהם איז עס געווען צוליב זיין מהלך אין קבלה און צוליב די ספרים, די גאנצע פרשה פון משיח און נבואה איז א דקות'דיגע ענין וואס מ'קען דן זיין אין דעם בלשון נקי' ובכובד ראש, קיינער האט איהם נישט געהאלטן פאר א משיח שקר, משיחי שקר זענען געווען אזעלכע וואס האבן בשאט נפש געוואלט פארפירן כלל ישראל, משא"כ גרויסע מענטשן וואס האבן זיך טועה געווען אויף זיך אליינס מחמת געוויסע סיבות, וואס אין דעם כלל גייט אריין ר' אברהם אבולעפיא.
דער חייט דרוקט זיך אויס שארף אויף זיינע ספרים און חידושים בתורת הסוד, ווייל ער האט געוואלט אפהאלטן מענטשן פון לערנען אין דעם, ער האקט אבער נישט מיט די שארפקייט פונעם רשב"א, איז אדרבה משם ראי' אז אויפן מחבר אליין איז נישט געווען קיין טענה, נאר בימיו האט מען מתנגד געווען כדרך ווי ס'איז געווען אסאך מאהל במשך הדורות.
ווייטער די באמבאסטישע חידוש אז אפילו ר' חיים ויטאל ברענגט איהם איז נישט קיין ראי', גייט מיר נישט אין קאפ אריין ווי מ'קען אזעלכע מחשבות ארויפברענגען, רבש"ע, ס'דאך גלוי וידוע פאר יעדן איד וואס האט נאר אמאל אנגערירט די קלאמקע פון תורת הבעש"ט וקבלת האריז"ל אז זיי האבן די מערסטע מחמיר געווען אין וועלכע ספרים יא אדער נישט צו לערנען, און די עיקר קפידא איז דווקא געווען צו זיין נזהר אז דער מחבר איז א גרויסע מענטש און א בעל רוח הקודש אהן קיין שום פגם אפילו דקה מן הדקה, אז נישט האט מען נישט אריינגעקוקט אין דעם.

ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו ספרי קבלה, אויב דער מחבר איז נישט געווען אן אדם גדול מאוד איז זיין ספר געווען אסור במגע ובמשא, כידוע ומפורסם חומר הענין. זאל איינער יעצט גאהר קומען זאגן אז דוקא דו צדיקים וואס האבן אריינגעברענגט דעם געוואלדיגע זהירות אויף דעם ענין, און נאך דערצי דער גרויסער מוריש פון תורת רבו האריז"ל מרן רח"ו זאל גאר האבן יונק געווען משורש...

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 2:15 pm

איך זוך אן אשכול:

"הרמח"ל והפולמוס אודותיו"

פירושים זענען איבעריג.

*
אגב די יסוד התקנות פון אייוועלט איז אז "דער תורה איז אונזער וועג ווייזער און אלעס דארף ווערן געשריבן לפי רוחה".

ארויסשטעלן א סענסטיוון נושא לעיני כל, אז טויזנטער אידן פון אלע מינים און סארטן זאל קענען צוקומען דערצי בכל זמן ועידן, איז לענ"ד זייער רחוק מרוח התורה.

בפרט אז אסאך זאכן דא זענען נישט מעהר ווי פאלנע לשון הרע, וואס איז אסור צו גלייבן און מקבל זיין אפילו ווען מ'פארציילט דאס אויף פשוט'ע אידן, און אפילו אויף פויערן, כש"כ ווען מ'רעדט פון פריערדיגע, וכו'.

על דרך משל ונמשל וואלט אייוועלט קיינמאהל נישט מסכים געווען צו לאזן ארום שמועסן (זיכער נישט אויף א ברייטן אופן) איבער געוויסע "גדולים" וואס זענען אוועק און דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, איי ביי אונז איז איז יענער אפגעפרעגט, עכ"ז וויבאלד ער האט אנהענגער קען מען נישט ערלויבן זיי צו בארעדן.
אהא! יענעם גדול מעג מען נישט רעדן! אבער א ראשון וואס בלי שום ספק זענען פון זיינע תלמידים געווען די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, דאס מעג מען יא?
ועוד, נניח אז בסוף ימיו איז געשען א מקרה לא טוב, איז דאך דא הלכות אין די תורה הק' ווי אזוי מ'איז זיך מתיחס צו אזא זאך, אבער סתם רעדן?

בכלל נוצן א שפראך "קאנטרוועסיע" וואס ווערט גענוצט ביי גויש'ע פאליטיק, דאס איז גאהר א ביליגע זאך און פאסט פאר משכילי'שע ביכער, אדער פאר אנדערע מקומות שאינם נקיים, ווי קען מען נוצן אזא שפראך ווען ס'קומט צו אריין רעדן אין אזעלכע האקעלע ענינים? כי אלקים בשמים ואתה על הארץ על כן יהי' דבריך מעטים! אביסל כבוד פאר מענטשן וואס זענען געווען עטוואס מעהר ווי א קאפ העכער פון אונז.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 25, 2018 2:26 pm

אויף דער רמח"ל האט קיינער נישט מזלזל געווען בעצם קדושתו, מען האט זיך בעיקר געקריגט אז ער טאר נישט לערנען קבלה, עס איז אינגאנצען אן אנדערע סארט מחלוקה וואס גדולי ישראל בימיו האבן געפירט קעגן רבי אברהם אבולעפיא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 3:10 pm

אזוי גאהר?
כישוף מאכער! שבתי' צבי'ניק! חרם! משיח שקר! דאס איז נישט קיין זלזול בעצם "קדושתו"?
און וואס איז מיט אלעס וואס שטייט פון תלמידי בעל שם?
ואין להאריך בזה מטעם דכתיבנא לעיל, אבער צו מאכן א חילוק? מיט וואס פונקטליך?
ביז היינט איז עס נאכנישט נתקבל געווארן ביי "קיין איינס" פון אונזערע רבי'ס! משא"כ ספרי ר' אברהם אבולעפיא וואס רח"ו ברענגט, און די "ספרי קבלה" (וואס אויף דעם האט מען חולק געווען) איז גאהר דא וואס זאגן אז ס'איז דומה צו אסאך ענינים וואס ווערן מבואר אין ספרי חסידות! משא"כ כתבים חדשים פון רמח"ל, וד"ל.
אויב עפעס, איז מעהר פארשטענדליך אן אשכול איבער הנ"ל, ווי דעם אשכול.
אייגנטליך זענען ביידע נישט פאסיג פאר אן אויסגעהאלטענע פלאץ! עכ"פ זיכער נישט אויף די מהלך ווי אזוי ס'איז יעצט!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 25, 2018 4:38 pm

לאמיר זעהן, די חילוק איז פשוט. למשל ווען מען האט חושד געווען ר"ר יונתן אז ער איז א שבתי צבי'ניק ח"ו, איז די אלע זלזולים קעגן ר"ר יונתן נישט אקטועל היינט, פארוואס? פשוט, וויבאלד למעשה ווייסט מען דאך דעים אמת אז עס איז געווען א טעות מעיקרא פונעם הייליגן יעב"ץ (דער קאמארנער שרייבט אז עס איז דא א סוד נפלא פארוואס דער פני יהושע האט זיך אויך ארויסגעשטעלט קעגן דעים הייליגן ר"ר יונתן). על כל פנים היינט אז מען ווייסט קלאר אז די יסוד המחלוקה איז נישט אמת, ר"ר יונתן האט גארנישט געהאט מיט כת ש"ץ ימ"ש, ממילא איז נישט שייך צו מהרהר זיין אחר קדושתו של הר"ר יונתן זי"ע.

אויף דער הייליגער רמח"ל האט מען זיך בעיקר געקריגט אז ער טאר נישט פארשפרייטן קבלה, ווען מען האט אים געצווינגען אויפצוהערן צו פארשפרייטן קבלה, האט ער מחבר געווען דעים מסילת ישרים וואס כל צדיקי הדורות האבן מעיד געווען על המחבר ועל הספר. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע מחלוקה איז געווען אים צו שטערן פון פארשפרייטן קבלה אויף אזא פארנעם. און שפעטערדיגע צדיקים האבן שוין מעיד געווען אז די דור איז נישט געווען ראוי דערצו, און אז תורתו איז זך ונקי, און ממש א דור נאך דעים איז שוין שמו נתקדש בכל בית ישראל ותורתו נתקבל בהערצה וביראת הכבוד בתפוצות ישראל.

מה שאין כן דא, שרייבט דער הייליגער רשב"א אליין זייער שארף קעגן אים, און ער האט טאקע געטוהן אסאך אינטערסאנטע זאכן ווי למשל זיין נסיעה צום פויבסט און נאך זאכן. און די אלע גדולים וואס שרייבן קעגן אים רייסן אים געפערליך ארינטער, נישט נאר זיין מהלך אין קבלה, נאר אים אליין (געפערליכע לשונות, עיין) ממילא איז די זאך בכלל נישט דומה.

בנוגע וואס די זאגסט אז רח"ו ברענגט אים "אסאך מאל" דאס איז נישט אמת, אויב איז אמת אז ער ברענגט עס דאן שטייט דאס אין שערי קדושה סך הכל איין מאל. און אויף דעים אליין האב איך געהערט אמאל מפקפק זיין אז דאס האט נישט רבי חיים ויטאל אליין אריינגעלייגט אין די ספר.

איך נעם חס ושלום נישט קיין שום שטעלונג אין די נושא, אבער עס איז א נושא וואס מעג ווערן אויסגעשמועסט בפומבי, און עס איז בכלל נישט דומה צו אנדערע סארט חילוקי דעות צווישן גדולי ישראל. דא איז נישט געווען חילוקי דעות, דא האט מען אראפגעריסן דעים מענטש פערזענליך, מען האט אים אראפגעריסן אלס א בעל דמיון וכדומה ועוד יותר.

יעצט לאמיר זיך גיין זעצן לערנען א ספר החשק מיט חיי הנפש.... גיימיר לערנען בחברותא?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:02 pm

להוי ידוע איך האב נישט קיין שיעורים אין זיינע ספרים, און כ'האב נישט קיין שום פערזענטליכע נגיעה פאר די גאנצע זאך!

כ'האב אבער יא א געפיהל ווען ס'קומט צו רעדן מיט אזא צוגאנג, נאך מיט א הייליגע לבוש ובאיצטלא דרבנן, און דוקא אזעלכע אידן וואס ווען מ'רעדט פון א צווייטן איז עס אחת דתו, און פונקט ביי א קדמון איז הותרה הרצועה. אתמהה!!!

דו האלטסט אין איין שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל ווי כאילו "יעדער" האט לוחם געווען, גאנץ כלל ישראל האט געפירט מערכות, וכו' וכו', סך הכל איז דא א א תשובה אין רשב"א, אינעם זעלבען תשובה שרייבט דער רשב"א "גאהר שארפע לשונות" קעגן אסאך אנדערע 'הייליגע קדמונים', וואס ס'כדאי צו כאפן א טבילה פאר מרעדט פון זיי.

דער רשב"א האט בימיו געפירט א מחלוקת קעגן יעדעם וואס האט עוסק געווען אין ענינים וואס האבן געהאט דאס מינדענסטע שייכות מיט חקירה, אדער קבלה.

ווייטער די לשונות פון רשב"א, דער רשב"א האט איהם נישט געקענט פערזענליך, ער האט געהערט מפי השמועה, און ר' אברהם אבולעפיא האט געשריבן בריוון זיך צו פארענטפערן, אבער ער איז נסתלק געווארן פאר זאכן זענען געווארן מבורר און אויסגעקלארט. ס'איז ח"ו נישט קיין שום קשיא אויפן רשב"א, די הייליגע ראשונים כמלאכים האבן געטוהן לצורך הזמן והשעה, אבער וואס האט עס מיט אונז?

ווייטער דער רמח"ל האט מען בימיו באטיטלט מיט אזעלכע טיטלען אז די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
"מ'האט איהם געוואלט צווינגען נישט צו פארשפרייטן זיינע ספרים", אמת. אבער צו זאגן אז "די מחלוקה איז געווען איהם צו צוריק האלטען פון פארשפרייטן קבלה", פעהלט דא אינפארמאציע, מ'האט איהם געוואלט צוריק האלטן פון פארשפרייטן 'זיין אייגענע מהלך' אין קבלה, און איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט צו זאגן אז "תורתו זך ונקי", עפן א קאמארנע און געב א קוק וואס ער שרייבט אויף די ספרי הרמח"ל, תסמר שערות ראש!.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:14 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
ווייטער די לשונות פון רשב"א, דער רשב"א האט איהם נישט געקענט פערזענטליך, ער האט געהערט מפי השמועה,

אזעלכע זאכן לא ניתן להיאמר כלל וכלל, דער רשב"א איז געווען א ראשון, און ממש פון די גרעסטע פון די גרעסטע פון די ראשונים. ווי דער קאצקער האט געזאגט אז די ראשונים עצם שכלם איז געווען די תורה, ער האט אוודאי געוויסט צו מכריע זיין וואס מען קען אננעמען מפי השמועה און וואס נישט.

ידיעות שונות האט געשריבן:
ווייטער דער רמח"ל האט מען בימיו באטיטלט מיט אזעלכע טיטלען אז די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.
"מ'האט איהם געוואלט צווינגען נישט צו פארשפרייטן זיינע ספרים", אמת. אבער צו זאגן אז "די מחלוקה איז געווען איהם צו צוריק האלטען פון פארשפרייטן קבלה", פעהלט דא אינפארמאציע, מ'האט איהם געוואלט צוריק האלטן פון פארשפרייטן 'זיין אייגענע מהלך' אין קבלה, און איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט צו זאגן אז "תורתו זך ונקי", עפן א קאמארנע און געב א קוק וואס ער שרייבט אויף די ספרי הרמח"ל, תסמר שערות ראש!.



דער לשון תורתו זך ונקי אויף די חוקר ומקובל להרמח"ל שטייט דאכט זיך אין סוף פון ישמח משה אז ער האט דאס מקבל געווען פון רבי'ן פון לובלין אדער פון רבי מיכל מזלאטשוב (אינו לפניו עתה). עס האט אויך אן הסכמה פון רבי ייבא זי"ע מגדולי תלמידי הבעל שם טוב. דאס אז די קאמארנער ווארנט נישט אנצורירן די ספר, איז דאס אויך אז מען האט זיך געקריגט מיט זיין מהלך אין קבלה, נישט אויף די עצם מענטש!!! דו"ק ותשכח. דער הייליגער קאמארנער האט זיך גאר שטארק געקריגט אויף זיין מהלך אין קבלה, אנדערע האבן יא דאס אנגענומען, על כל פנים די הייליגע מסילת ישרים אליין פאר זיך איז קדוש ונערץ בכל בית ישראל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:52 pm

זייער אינטערעסאנטע ידיעות!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:06 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:זייער אינטערעסאנטע ידיעות!
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:18 pm

איך בין חלילה נישט ממעט קיין זיז כל שהוא מנוראת גדולת וקדושת הרשב"א.

אבער לאמיר זיך א קלער טוהן!

מ'רעדט פון א תקופה ווען די חכמת הפילוסופיא איז זייער פארשפרייט, דא און דארט שפראצן ארויס כל מיני חוקרים זה בכה וזה בכה. געוויסע זענען צדיקים וקדושים וואס פרובירן נאכגיין בעקבות הרמב"ם, אבער אנדערע פרובירן אראפצופירן כלל ישראל פון וועג. חכמת הקבלה איז נישט באקאנט בכלל, טייל מישן דאס גענצליך אויס מיט פילוסופיא, אלעס ווערט איין גרויסע מישמאש! צדיקים רשעים אפיקורסים חוקרים גדולים קדושים בעלי רוח הקודש משכילים וכו' וכו'.

אין יענע צייט איז געווען א איד וואס האט מיט גרויס קדושה וטהרה עוסק געווען בתורת הסוד וואס מ'האט אין יענע תקופה קוים געהערט פון אזא מושג, ס'זענען זיך מתלהט סביבו גרויסע מענטשן צדיקים ופרושים, זיי זענען מקבל פון איהם מיט דארשט - ותורה יבקשו מפיהו, און ער שטעלט טאקע אויף תלמידים גדולים ומופלגים עד מאוד בחכמת הנסתר, ונודע שמו בישראל רבי אברהם אבולעפיא.
אין די זעלבע צייט ווערט באקאנט אז אסאך חוקרים און פילוסופים האבן נוטה געווען מדרך ישראל סבא און זיי פארלאזן גענצליך דעם דרך התורה והמצוות, דער מנהיג הדור דער הייליגער רשב"א גייט ארויס אין א מלחמת חרמה קעגן אלע פורצי גדרי הדת, ער טוהט פעולות נוראות, לייגט אין חרם גאנצע מדינות, און טוהט אלסדינג כדי אפצושטעלן דעם געפערליכן חורבן וואס קען חלילה פארשוועמן דעם כלל ישראל חלילה. דער רשב"א האט אוועק געשטעלט גדרים וסייגים להפריש מצ"ט שערי היתר אז מ'זאל חלילה נישט אנקומען צום איסור, און זיך ארויסגעשטעלט בכל החומר קעגן יעדע קלייניקייט וואס האט געקענט ברענגן אידן צו האבן א נטי' צו יעדן סארט ענין אדער לימוד חוץ פון פשוט'ע תורה ומצוות.

בתוך דעם רוישיגן תקופה קומט אהן א ידיעה צום רשב"א איבער ר' אברהם אבולעפיא אז אידן זענען נאך איהם נמשך, און פארנעמען זיך מיט נייע לימודים אנשטאט עוסק זיין אין תורה בפשטות, אויך גייען ארום שמועות מבהילות אז ער האט זיך דערקלערט אלס משיח און זאגט דברי נבואה און אסאך ווערן נמשך נאך איהם. ניין! ער איז נישט נוטה מדרך התורה חלילה! ער רעדט נישט אפ אידן פון טוהן מצוות! ער זאגט נישט קיין דברי אפיקורסות חלילה וחס!, בלויז ער שלעפט אידן נאך זיך, און ס'דא א חשש אז די חומה בצורה וואס דער רשב"א האט אוועק געשטעלט קעגן לימוד חכמות חיצוניות זאל חלילה נאכאמאל זיין חוזר וניעור!

טוהט דאס עפעס אנדייטן אויף די עצם גדלות פון רבי אברהם אבולעפיא?
צו האט מען דען נישט געהערט אז מכח סיבות שונות זאלן זיך גדולי ישראל ארויסשטעלן קעגן איינעם עטוואס שערפער, אבי אפצוהאלטן אידן פון נאכגיין אין זייער מהלך?

ווי אזוי האט דער ר"י גיקטיליא אפגשאצט די מחלוקת?

ווי אזוי וואלט א איד אין יענע דור געדארפט אפשאצן דעם מחלוקת?

ס'איז ברור כשמש אז די צוגאנג צו אזא מחלוקת צווישן "צוויי גדולים" נעמט מען אהן מיט די ריכטיגע שכל, און מ'רוקט זיך אין א זייט אהן נעמען א דיירעקטע שטעלונג.
מ'קען זיך נישט מתעלם זיין פונעם פאקט אז בימיו ובמדינתו איז ר' אברהם אבולעפיא געווען אנגענומען אלס א גדול, ביי אסאך גרויסע מענטשן, און דער מחלוקת און די אנדערע ענינים איז א מילתא באפי נפשא, און בפרט בימינו ווען ס'הערשט שוין נישט קיין שום סכנה איבער דעם דארף עס אפגעשאצט ווערן בכבוד הראוי.

דער הייליגער רשב"א איז אנגענומען לאחד מגדולי הפוסקים, און מ'רעדט פון איהם טאג טעגליך, און ער איז פון די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט בפסק ובהלכה!
אבער מעת התגלות אור תורת האר"י פארנעמען די גדולי המקובלים פונקט אזא ארט, און ממילא אויב איז ר' אברהם אבולעפיא איינער פון זיי פארנעמט ער פונקט אזא מקום!

ס'נישט רחוק מן המציאות צו זאגן אז ווען תלמידי בעל שם וואלט'ן געלעבט בזמן הרשב"א וואלט ער ארויסגעגאנגען במלחמת חרמה נגדם! און ס'טאקע געווען אזעלכע בזמן הבעש"ט וואס האבן עס מקיים געווען בכל החומר.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:01 pm

סידיראם. זייער פיין!

ביסט 100% גערעכט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:57 pm

זייער אינטערסאנט, היסטאריש און באלערנד.

הרב ידיעות, במחכ"ת איר האלט אין איין פארלאנגען אז דער אשכול איז נישט מקומו כאן, מיט מיין נער'ישער שכל פארשטיי איך נישט וואס אייך באדערט, עס איז אן אינטערעסאנטע קאפיטל בהיסטוריות היהדות, ובפרט ווען עס נעמט אריין די תקופה פונעם הייליגען רשב"א, וואו נישט אויב אויף אייוועלט זאל אזא נושא ווערן געליפטערט.

ואליך, איר ברענגט עטליכע מאל אז הרח"ו ברענגט אים אסאך, איז פארהאן א ליסטע פון וויםיל מאל ער ווערט געברענגט בספרי הרח"ו? ניתי ספר וניחזי

אגב, מיר האבן אן אשכול אויפן חמדת הימים, באלאנגט עס אויך נישט דא?

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:00 pm

דער חמדת הימים אשכול שמועסט אויס איבער א ספר, דאס איז אן אקטועלע שאלה, און איז אויך נוגע למעשה, והעיקר אז דער מחבר ווערט בכלל נישט געלייגט און פערספעקטיוו, משא"כ דא ווען מ'נעמט איינעם וואס איז לויט כמה גדולים וטובים געווען א מקובל אלקי און מ'ערלויבט זיך איהם צוצולייגן אויף קליין געלט, ווי כאילו ס'איז עפעס בידינו ובשכלינו להשיגו.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:16 pm

אגב איז זייער אינטערסאנט צו וויסן אז דער א. ג. "אפגעפרעגטער מקובל" (חס מלהזכיר) ווערט אראפ געברענגט אין ספר ברית הלוי להמקובל אלקי רבינו שלמה אלקבץ בזה"ל:
ומצאתי בספר 'חיי עולם הבא' פרפרת נחמדה מסכמת למה שאמרנו. עכל"ק.
אזוי אויך ווערט עס געברענגט אין ספר מגן דוד פון רדב"ז בהערצה גדולה.
ווערט אראפגעברענגט אין ספרי הרמ"ק.
רבינו חיים ויטאל בויט אויף איהם א גאנצע שער בספרו הק' שערי קדושה.
ספר גנת אגוז לכאו' גענצליך מיוסד על פי דרכו ושיטתו אויף די שמות הקדושים, [וואס אגב איז דער שיטה (נאכ)נישט געווען נפוץ בימים ההם].
און ס'לכאור' דא נאך אסאך מ'דארף נאר צאמקראצן.

און עטס זאלט'ס ביטע נישט זיין בייז פארן זיך אביסל אנ'נעמען למען כבודן של רבותינו ומאורינו, ווי כאילו זיי האבן זיך געקאכט בתורתו פון אזא איינער וואס זיין קדושה און ערליכקייט איז מכלומרשט 'לוטה בארפל'.
שתמחול ותסלח!.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:47 pm

מיללער האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, היסטאריש און באלערנד.

הרב ידיעות, במחכ"ת איר האלט אין איין פארלאנגען אז דער אשכול איז נישט מקומו כאן, מיט מיין נער'ישער שכל פארשטיי איך נישט וואס אייך באדערט, עס איז אן אינטערעסאנטע קאפיטל בהיסטוריות היהדות, ובפרט ווען עס נעמט אריין די תקופה פונעם הייליגען רשב"א, וואו נישט אויב אויף אייוועלט זאל אזא נושא ווערן געליפטערט.

כבוד הרב מילער איהר האט רעכט אז אוודאי איז דא די פלאץ אויסצולופטערן, אבער ס'וואלט מעהר אריינגעפאסט אין זכור ימות עולם פארום, משא"כ דא אין על הצדיקים וואלט געווען פאסיג א געהעריגע אשכול איבער די תולדות פון רבי אברהם אבולעפיא כאטש נישט ווייניגער ווי א צווייטן, אהן זיך באציען (עכ"פ במכוון) צו ענינים וואס קענען זיין א פחיתות הכבוד.

און אפילו א אשכול וואס איז געווידמעט אויף די חלק המחלוקת, דארף אויך זיין גבולים ווי אזוי מ'שרייבט איבער אזא סענסעטיווע ענין, און פארשטייט זיך אכט געבן בזהירות יתירה חלילה נישט מגרע בערך פון די קדושים וטהורים וואס אונז האבן אין זיי קיין שום השגה. (מ'דארף אין אכט נעמען אז ווי שוין געשריבן גיבט די הנהלה דא אכטונג נישט צו שרייבן דאס מינדענסטע זאך וואס קען פוגע זיין די כבוד פון אזעלכע וואס זענען גענצליך אפגעפרעגט ביי רוב עולם דא, איז דאך כש"כ וכש"כ בן בנו של קל וחומר ווי שטארק דארף מען אכט געבן בניד"ד. דאס אז ס'עקזיטירט נישט היינט קיין 'אבולעפיא פארטיי' דאס גיבט נאכנישט די רעכט ס'זאל הערשן אן הפקירות איבער דעם נושא).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט