רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יוני 24, 2018 4:34 pm

די פלא איז אז ערט געווארט ביז דעמאלסט צו געבן נאכן טאטן
דביה תחדי נפשא

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » זונטאג יוני 24, 2018 5:18 pm

נחמן נתן האט געשריבן:וואס איז די פלא?

סקווירא רבי ז"ל האט געהאט א טאטן נאך וועמען ער האט געוואלט א נאמען געבן. בעלזא'ער רב איז איהם נאר געווען א פעטער.

בעלזער רב זצוק"ל איז נישט געווען נאר סתם א פעטער
נאך אזא חורבן וואס דער הייליגער בעלזער רב זצוק"ל, האט פארלוירען דער גאנצע משפחה זיינע איבער הונדרעט נפשות, אין סע נישט געבליבען קיין זכר
דער איינציגסטער אין נאנסטע משפחה וואס איז עם געבליבען נאכ'ן מלחמה פין זיין שוועסטער הרבנית חנה רחל מאוסטילא ע"ה, איז דאך געווען דער סקעווער רעבעצען וואס איר מאמע איז געווען א שוועסטער פין איין טאטע מאמע
דער בולגרייער רב ע"ה, איז דאך געווען פינעם זיווג שני
אין דער הרך הנולד איז געבוירען אינע'ם טאג פין דער הסתלקות פין בעלזער רב זצוק"ל
אין עס ידוע אז ווען דער סקעווערע רעבעצען טריינא ע"ה, איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכען דער פעטער דעם בעלזע רב זצ"ל, האט ער געפאטשעט מיט דער הענט אין זיך מוראדיג געפרייעט, איידער זי איז אריין, אין געזאגעט מיין פלימעניקעטער איז געקומען צופארען
אין עס ידוע אז דער בעלזער רב האט נישט געלאזסט עפענען א בעלזא שטיבל אין וויליאמסבורג בחייו פינעם סקעווער רבי זצ"ל
אין דער איינציגסטער מאל וואס בעלזא רב זצ"ל האט געשריבען דער ווארט "הקדוש" איז געווען אויפען סקעווערע רבי זצ"ל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג יוני 24, 2018 5:30 pm

חמרא טבא האט געשריבן:די פלא איז אז ערט געווארט ביז דעמאלסט צו געבן נאכן טאטן


נאך דעם טאטע'ן זי"ע איז דאך שוין געווען א נאמען
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

חמרא
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » זונטאג יוני 24, 2018 7:06 pm

געשיקטער האט געשריבן:
Capture.JPG

איך זעה אז מ׳האט געלאדענט געהעריג צו א ברית (נישט נאר מודיע געווען וכדומה) היינט טוט מען אויך אזוי אין וויזניץ/ סקווירא?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יוני 25, 2018 1:58 pm

יערוסלוב מיט געשיקטער,

א טאטע בלייבט א טאטע. אפילו נאך אלע הסברים און ביאורים, וואס זענען טאקע גאנץ שטארק. א טאטע בלייבט א טאטע.
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יוני 25, 2018 2:04 pm

חמרא האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:
Capture.JPG

איך זעה אז מ׳האט געלאדענט געהעריג צו א ברית (נישט נאר מודיע געווען וכדומה) היינט טוט מען אויך אזוי אין וויזניץ/ סקווירא?

נחמן נתן האט שוין אמאל ערגעצוואו געשריבן איבער דעם טעות וואס דער עולם גולם האט אין דעם ענין. ואכמה"ל, רק בקיצור נמרץ.

אין גמ' און אין הלכה ווערט דערמאנט אז מ'זאל נישט 'לאדענען' צו א סעודת מצוה צוליב סיבה/ות. תוס' לערנט אפ אז מ'רעדט פון א סעודת ברית. ס'איז גאנץ מסתבר, לויט די פשטות פון די הלכה, אז אויב איינער רופט דיר צו א סעודת החתונה אדער סיום מסכתא איז לכאו' די זעלבע דין. דער תמצית איז אז ס'איז נישט דא קיין שום איסור נישט צו רופן/לאדענען איינעם צו א ברית. וכן נהגתי אני. צו יענער וויל בלייבן צום סעודה, דאס זאל ער שוין אליין אפמאכן.

איך וויל נישט פארקריכן פון די נושא האשכול, אבער דאס איז בקיצור א ביאור אויפן 'הזמנה' צום ברית.
לחיים ולברכה!

חמרא
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » מאנטאג יוני 25, 2018 3:00 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:
Capture.JPG

איך זעה אז מ׳האט געלאדענט געהעריג צו א ברית (נישט נאר מודיע געווען וכדומה) היינט טוט מען אויך אזוי אין וויזניץ/ סקווירא?

נחמן נתן האט שוין אמאל ערגעצוואו געשריבן איבער דעם טעות וואס דער עולם גולם האט אין דעם ענין. ואכמה"ל, רק בקיצור נמרץ.

אין גמ' און אין הלכה ווערט דערמאנט אז מ'זאל נישט 'לאדענען' צו א סעודת מצוה צוליב סיבה/ות. תוס' לערנט אפ אז מ'רעדט פון א סעודת ברית. ס'איז גאנץ מסתבר, לויט די פשטות פון די הלכה, אז אויב איינער רופט דיר צו א סעודת החתונה אדער סיום מסכתא איז לכאו' די זעלבע דין. דער תמצית איז אז ס'איז נישט דא קיין שום איסור נישט צו רופן/לאדענען איינעם צו א ברית. וכן נהגתי אני. צו יענער וויל בלייבן צום סעודה, דאס זאל ער שוין אליין אפמאכן.

איך וויל נישט פארקריכן פון די נושא האשכול, אבער דאס איז בקיצור א ביאור אויפן 'הזמנה' צום ברית.

מיר גייט נישט אן די לומדות צי מען זאל יא אדער נישט רופן. איך וויל נאר וויסן צו אין וויזניץ לאדענט מען געהעריג, זיי האבן דאך א מעשה רב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 25, 2018 3:05 pm

נחמן נתן האט געשריבן:יערוסלוב מיט געשיקטער,

א טאטע בלייבט א טאטע. אפילו נאך אלע הסברים און ביאורים, וואס זענען טאקע גאנץ שטארק. א טאטע בלייבט א טאטע.


יא!
אין דער בעל ברית האט געהאט א טאטע
אפשר איז דאס געווען זיין רייע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 25, 2018 4:58 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:


shimon7323 האט געשריבן:איינער האט עס ערגעץ מפנח געווען אלס מאנטעווידעא

דאס איז אין מאנטאווידיעא, נישט אין אוסטראליע.
דער ערשטער נאכן רבין איז ר' וואלף לעפקאוויטש ז"ל (שפעטער געוואוינט אין וומב"ג אויף קליימער סט.).
דער ביבער היט איז ר' שמואל מאיר שטויבער נ"י (איידעם ביי הר"ר חיים הערש שטערן הי"ו, וואוינט היינט אין אנטווערפן), מען זעהט הר"ר אהרן אייזיק קרויס שליט"א (שו"ב רבות בשנים במאנטאווידיעא, וואוינט היינט אין קרית טאהש).

געוואלדיג! כפתור ופרח!
ר' שמואל מאיר איז דער וואס מ'זעהט זיין פנים, און ר' אהרן אייזיק דער וואס איז אויסגעדרייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » מאנטאג יוני 25, 2018 7:18 pm

farshlufen האט געשריבן:
וועלוועל קליינער האט געשריבן:


shimon7323 האט געשריבן:איינער האט עס ערגעץ מפנח געווען אלס מאנטעווידעא

דאס איז אין מאנטאווידיעא, נישט אין אוסטראליע.
דער ערשטער נאכן רבין איז ר' וואלף לעפקאוויטש ז"ל (שפעטער געוואוינט אין וומב"ג אויף קליימער סט.).
דער ביבער היט איז ר' שמואל מאיר שטויבער נ"י (איידעם ביי הר"ר חיים הערש שטערן הי"ו, וואוינט היינט אין אנטווערפן), מען זעהט הר"ר אהרן אייזיק קרויס שליט"א (שו"ב רבות בשנים במאנטאווידיעא, וואוינט היינט אין קרית טאהש).

געוואלדיג! כפתור ופרח!
ר' שמואל מאיר איז דער וואס מ'זעהט זיין פנים, און ר' אהרן אייזיק דער וואס איז אויסגעדרייט.

נעבן ר' שמואל מאיר זעהט מען הרב החסיד הישיש מוה"ר ישראל שלום שטערן ז"ל שו"ב מאנטאוודיעא, נעבן אים שטייט הרא"י גראס (איידעם הר"ר שמואל מרדכי שטערן ז"ל פון מאנטאווידעא).
נעבן דעם רב - הרב אצ בעק זצ"ל, שטייט זיין זון הרה"צ רבי חיים יודא שליט"א (היינט אדמו"ר מטשערקאס פון מאנסי), אונטער אים שטייט הר"ר אפרים ברמ"ש שטערן נ"י (וועלכער וואוינט היינט אויף הויז סטריט אין וומב"ג)

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג יוני 26, 2018 11:52 am

יערסלוב האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:
Capture.JPG


דער וויזניצער רבי כ"ק אדמו"ר ר' דוד שליט"א פין לונדון, איז דאך געבוירען מיט ניין חדשים שפעטער, וואס איז געווען א איבער יאר, ביום כ"א אב תשי"ז ביום המר והנמהר פין דער הסתלקות פין בעלזער רב זצוק"ל,
וואס איז באוויסעט דער מעשה ווי דער זיידע סקיווערער רבי ז"ל האט זיך פאר שלאסען אין צימער מרוב צער, ביז באנאכט, אין מען האט געקלאפעט עטליכע מאל אויפען טיר צו מבשר זיין דער בשורה טובה אז עס איז געבוירען א אייניקעל
אין א פלא פארוואס מען האט נישט געגעבען דער נאמען אהרן
נאר מיט א יאר שפעטער האט מען געגעבען דעם נאמען אויף כ"ק אדמו"ר ר' אהרן שליט"א וויזניצער רבי פין מונטריאל

האדמו"ר ר' דוד מלאנדאן שליט"א איז געבוירן בשנת תש"כ, סוי די מעשה שטימט עפעס נישט.
מעגליך אז ס'איז געווען מיט איינע פון רחמסטריבקער רבי'ס קינדער

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך יוני 27, 2018 11:41 am

יערסלוב האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:
Capture.JPG


דער וויזניצער רבי כ"ק אדמו"ר ר' דוד שליט"א פין לונדון, איז דאך געבוירען מיט ניין חדשים שפעטער, וואס איז געווען א איבער יאר, ביום כ"א אב תשי"ז ביום המר והנמהר פין דער הסתלקות פין בעלזער רב זצוק"ל,
וואס איז באוויסעט דער מעשה ווי דער זיידע סקיווערער רבי ז"ל האט זיך פאר שלאסען אין צימער מרוב צער, ביז באנאכט, אין מען האט געקלאפעט עטליכע מאל אויפען טיר צו מבשר זיין דער בשורה טובה אז עס איז געבוירען א אייניקעל
אין א פלא פארוואס מען האט נישט געגעבען דער נאמען אהרן
נאר מיט א יאר שפעטער האט מען געגעבען דעם נאמען אויף כ"ק אדמו"ר ר' אהרן שליט"א וויזניצער רבי פין מונטריאל

איך האב געהערט פון וויזשניצע רבי פון מאנטריאל אז ער הייסט נאך בעלזער, נאכדעם וואס בעלזער רב איז געקומען אין חלום צו זיין מאמע, (איך געדענק נישט פונקטליך די פרטים וואס ער האט דערציילט).

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 28, 2018 12:42 pm

חשבתי שנוהגים לא ''להזמין'' לברית..
רק 'מודיעים' שיש ברית.

זה מנהג חדש?

inviting to a bris.JPG
inviting to a bris.JPG (91.93 KiB) געזעהן 1578 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 28, 2018 12:46 pm

moishy56 האט געשריבן:חשבתי שנוהגים לא ''להזמין'' לברית..
רק 'מודיעים' שיש ברית.

זה מנהג חדש?

inviting to a bris.JPG

viewtopic.php?p=1697430#p1697430
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:09 pm

אינטערעסאנטע חילוק פון 2 מחותנים.

1 - הישועות משה זצ"ל לאדענט געהעריג צום ברית פון בנו רמ"מ מוויזניץ שליט"א.
2- בילגורייא רב זצ"ל איז נאר מודיע איבער ברית פון בנו רי"ד מבעלזא שליט"א.
צוגעלייגטע
4027.jpg
4027.jpg (62.11 KiB) געזעהן 1516 מאל
1623.jpg
1623.jpg (47.17 KiB) געזעהן 1516 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:19 pm

אבקש.jpg
אבקש.jpg (142.95 KiB) געזעהן 1506 מאל
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:27 pm

גערעכט! טעיתי.
נאר געזען די "להודיע" אינעם ערשטן שורה.

אגב באמערקט אז זיי ליידענען נישט צום וואכנאכט, וואס היינט-צוטאגס האט מען עס געמאכט פאר'ן עיקר.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג יוני 28, 2018 6:53 pm

נישט צי פאקריכען פון דעם אשכול, און אפשר קען מען עס טאקע אפטיילן .

און לאנדאן מאכט מען נאך עד היום נישט קיין גרויסע זאך פון א וואך נאכט. דארט איז דער עיקר דער שלום זכור.

הערה: איז מעגליך אז דער חילוק איז פון רופן צום ברית אדער רופן צום סעודות ברית?
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

תגובהדורך שיח יצחק » דאנארשטאג יוני 28, 2018 7:38 pm

בס'ד
לויט ווי איך האב געהערט לאדענט מען נישט צו א סעודת מצוה
צוליב די הארבקייט פון נישט גיין צו א סעודת מצוה וואס מען האט גערופן
אבער צו א ברית קען מען לאדענען
שטימט אלעס
ווער עס וויל זאל ברענגען די מקור

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג יולי 01, 2018 9:51 am

1. ווער זאגט שרייבן הייסט לאדענען? אפשר נאר לאדענען מיטן מויל?

2. צום ברית לאדנט מען יא, נאר צום סעודת ברית נישט.

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » מאנטאג יולי 02, 2018 9:22 pm

סאיז דא א בילד פון רעבין מיטן א ויז'ניצע קאפל?
אזוי וי די אמרי חיים דא.
צוגעלייגטע
׳ž׳ž׳œ׳›׳×[1]-1.jpg
׳ž׳ž׳œ׳›׳×[1]-1.jpg (110.52 KiB) געזעהן 1037 מאל

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יולי 02, 2018 10:04 pm

א שיין בילד!
ווער און ווען גייט מען מיט א ויז'ניצע קאפל?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג יולי 02, 2018 11:45 pm

דאס זעהט נישט אויס ווי א וויזניצע קאפל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג יולי 03, 2018 12:40 am

משה ברמן האט געשריבן:סאיז דא א בילד פון רעבין מיטן א ויז'ניצע קאפל?
אזוי וי די אמרי חיים דא.

קוק צוריק דעם בילד אנהייב ביים ערשטן תגובה.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יולי 03, 2018 2:15 am

משה ישר האט געשריבן:א שיין בילד!
ווער און ווען גייט מען מיט א ויז'ניצע קאפל?

אזוי ווי חמרא האט געזאגט, דאס קוקט נישט אויס צו זיין א וויז'ניצע קאפל, טראץ דעם וואס דער אמ"ח איז אזוי געגאנגען.
אבער אז די פרעגסט שוין ווער און ווען, איז גוט צו באצייכענען, אז דער פריעדיגע סערערטער רבי, דער חכמת אליעזר, - וואס היינט צו טאג, כ' תמוז, איז זיין 3 ייאהרצייט, - איז געגאנגען מיט א וויז'ניצע קאפל במלוא הדרו. און אלע קינדער אין סערעט, גייען מיט די קאפל שבת.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט