בלאט 3 פון 43

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:03 pm
דורך ישראל_הלוי
רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר

---
דעת האקט
פארענטפערט

א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:07 pm
דורך חזון-איש'ניק
איך האב געהערט אז ער איז געפארן מער מאל, איך קען עס מברר זיין.
דער חידוש פון חוהמ"ס און הושע"ר וואס דאס איז מער באוויסט, איז צוליב דאס וואס ער איז געפארן בעת זיין טאטע איז געווען אין שטאט, און דאך איז ער אוועק געפארן, און נישט ווען דער טאטע האט געווייל מחוץ לעיר.

חוץ מזה, פלעגט הרה"ק מסאטמאר פארן יעדער יאר וויילען אצל תלמידיו וחסידיו בגרוו"ד, מעגליך אז דעמאלט פלגעט דער רבי אויך זיך מסתופף זיין בצל קדשו.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:20 pm
דורך דעת יחידאה
צוויי אינטערסאנטע מעשיות וואס דער פאלטישאנער רב, רבי מרדכי שטיין (וואס בדרך אגב הייסט נאכען זעלבען זיידען, דער טשערנאבילער מגיד - ווען מען האט אמאל ערנסט גערעדט איינע פון די טעכטער פאר ר' מאטל שטיין זוהן, האט ער געזאגט: איך וואלט מיר שטארק געוואלט משדך מיט רבי ישראל אברהם, אבער די נעמען, די נעמען! צום סוף האט ער זיך נאם משדך געווען מיט אים איינמאל בחייו פון רי"א, ר' ישראל ברפ"ש איז אן איידעם ביי ר' מאטל, און די חתונה איז געווען תשמ"ט), האט פארציילט אין ישיבה אין גיבערס ווען ער איז געווען דארט אויף שבת:
- שבת נשא תשכ"ז, איז דער רבי ז"ל געווען אין מאנטריאל. שבת האט שוין יעדער גערעשט מיט די אפענע 'ניסים' וואס מען האט געזעהן ביי די 6 טאג מלחמה. ביי של"ש האט דער רבי געזאגט אז ח"ו, מען טאר נישט זאגען אז ניסים געשעהן דורך רשעים, וכו'. ווי נאר שבת איז ארויס, איז אנגעקומען די נייעס פון א"י אז דער הייליגער אמרי חיים האט געזינגען חסדי ה', און געזאגט אז עס איז ניסים מן השמים, א.א.וו.
מוצאי שבת, האט דער רבי ז"ל אנגערופען דעם פאלטיטשאנער רב (וועם ער האט גערופען זיין 'ידיד נאמן' און איינע פון די איינציגסטע רבנים (בנוסף צו סאטמערער רב און קלויזענבורגער רב) וועם ער האט מספיד געווען ברבים), אינגאנצען צושוידערט און פארלוירען. ער האט נאר געוואלט וויסען "וואס זאגט דער רב?" (מיינענדיג סאטמארער רב). פאלטיטשאנער רב האט נאך דעמאלטס נישט געהאט געהערט וואס איז געווען אין סאטמאר יענע וואך (די באקאנטע נשא תורה), אבער די רבי זי"ע האט זיך נישט בארואיגט ביז דער פאלטיטשאנער רב האט אים געזאגט ער וועט שוין ארויספארען קיין וויליאמסבורג. נאר נאכדעם וואס דער רבי האט געהערט אז דער סאטמארער רב האט געזאגט זייער ענליך, האט ער זיך בארואיגט.

נאך פארציילט ער, בשם פון א סאטמערער חסיד: איין יאר חול המועד סוכות אין די ל' יארן (כמדומה ל"ז) ווען דער רבי איז שוין געווען רבי, האט דער חסיד געזעהן חוה"מ צופרי ווי א גאנצער באס פון וויזניצער חסידים קומען צו די נענועים קיין סאטמאר. ווען ער האט זיי געפרעגט דערוועגן, האבן זיו געזאגט אז די טאג בעפאר, ביים חוה"מ מיטאג טיש וואס די רבי פלעגט עסען מיט די עולם, האט די רבי גערעדט פון סאטמארער רב'ס נענועים. די רבי האט געזעהן די בחורים הערן אויס מיט אזא התפעלות, האט ער זיו געפרעגט: וואס, עטץ זענטס קיינמאל נישט דארט געווען? ווען זיי האבען געזאגט ניין, האט די רבי געזאגט "מארגען נעמטס עטס אלע א באס, און ענק פארן קיין וויליאמסבורג"!

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:42 pm
דורך דריידל
דעת יחידאה האט געשריבן:
ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, פלעגט ער יא גיין גאנץ אסאך קיין סאטמאר. חסידים געדענקן אז ער פלעגט רעדן מיט סאטמארער רב צומאל גאנצע שעה'ן ביינאכט. ער האט זיך אויסגעדרוקט אמאל ברבים: "נישטא קיין ענין אין אידישקייט וואס איך האב מיר נישט אדורכגערעדט מיטן סאטמארער רב."

אויב האט ער גערעדט מיט איינעם וואס איז נאנט געווען מיט אים, ווען ער האט געזאגט סתם די "רב ז"ל" האט ער געמיינט סאטמארער רב.
למרבית הפלא, האט ער אויך געהאט א זייער ענליכע הערצה צום קלויזענבורגער רב ז"ל.

גארנישט קיין פלא. זיי נישט קיין שוואנץ

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:45 pm
דורך דריידל
דעת יחידאה האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע מעשיות וואס דער פאלטישאנער רב, רבי מרדכי שטיין (וואס בדרך אגב הייסט נאכען זעלבען זיידען, דער טשערנאבילער מגיד - ווען מען האט אמאל ערנסט גערעדט איינע פון די טעכטער פאר ר' מאטל שטיין זוהן, האט ער געזאגט: איך וואלט מיר שטארק געוואלט משדך מיט רבי ישראל אברהם, אבער די נעמען, די נעמען! צום סוף האט ער זיך נאם משדך געווען מיט אים איינמאל בחייו פון רי"א, ר' ישראל ברפ"ש איז אן איידעם ביי ר' מאטל, און די חתונה איז געווען תשמ"ט), האט פארציילט אין ישיבה אין גיבערס ווען ער איז געווען דארט אויף שבת:
- שבת נשא תשכ"ז, איז דער רבי ז"ל געווען אין מאנטריאל. שבת האט שוין יעדער גערעשט מיט די אפענע 'ניסים' וואס מען האט געזעהן ביי די 6 טאג מלחמה. ביי של"ש האט דער רבי געזאגט אז ח"ו, מען טאר נישט זאגען אז ניסים געשעהן דורך רשעים, וכו'. ווי נאר שבת איז ארויס, איז אנגעקומען די נייעס פון א"י אז דער הייליגער אמרי חיים האט געזינגען חסדי ה', און געזאגט אז עס איז ניסים מן השמים, א.א.וו.
מוצאי שבת, האט דער רבי ז"ל אנגערופען דעם פאלטיטשאנער רב (וועם ער האט גערופען זיין 'ידיד נאמן' און איינע פון די איינציגסטע רבנים (בנוסף צו סאטמערער רב און קלויזענבורגער רב) וועם ער האט מספיד געווען ברבים)

כ'האב געזעהן א הספד אויך אויף פאפא רב ז"ל געדריקט אין זיין ספר (דאכציכמיר ס'הייסט דברי תורה)

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:52 pm
דורך דריידל
וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:59 pm
דורך הלשון
א חלק פון די דברי הספד אויף רבו כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 1:59 pm
דורך דעת יחידאה
דריידל האט געשריבן:
דעת יחידאה האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע מעשיות וואס דער פאלטישאנער רב, רבי מרדכי שטיין (וואס בדרך אגב הייסט נאכען זעלבען זיידען, דער טשערנאבילער מגיד - ווען מען האט אמאל ערנסט גערעדט איינע פון די טעכטער פאר ר' מאטל שטיין זוהן, האט ער געזאגט: איך וואלט מיר שטארק געוואלט משדך מיט רבי ישראל אברהם, אבער די נעמען, די נעמען! צום סוף האט ער זיך נאם משדך געווען מיט אים איינמאל בחייו פון רי"א, ר' ישראל ברפ"ש איז אן איידעם ביי ר' מאטל, און די חתונה איז געווען תשמ"ט), האט פארציילט אין ישיבה אין גיבערס ווען ער איז געווען דארט אויף שבת:
- שבת נשא תשכ"ז, איז דער רבי ז"ל געווען אין מאנטריאל. שבת האט שוין יעדער גערעשט מיט די אפענע 'ניסים' וואס מען האט געזעהן ביי די 6 טאג מלחמה. ביי של"ש האט דער רבי געזאגט אז ח"ו, מען טאר נישט זאגען אז ניסים געשעהן דורך רשעים, וכו'. ווי נאר שבת איז ארויס, איז אנגעקומען די נייעס פון א"י אז דער הייליגער אמרי חיים האט געזינגען חסדי ה', און געזאגט אז עס איז ניסים מן השמים, א.א.וו.
מוצאי שבת, האט דער רבי ז"ל אנגערופען דעם פאלטיטשאנער רב (וועם ער האט גערופען זיין 'ידיד נאמן' און איינע פון די איינציגסטע רבנים (בנוסף צו סאטמערער רב און קלויזענבורגער רב) וועם ער האט מספיד געווען ברבים)

כ'האב געזעהן א הספד אויך אויף פאפא רב ז"ל געדריקט אין זיין ספר (דאכציכמיר ס'הייסט דברי תורה)

יא מאכט סענס.

אויכעט, די ספר הייסט נישט דברי תורה. אין וויזניץ גיבט מען נישט קיין נעמען פאר די רביס ספרים ביים לעבן - מילא האט מען ארויסגעגעבן מיטן נאמען "דברי תורה מכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א" יעדער 4-5 יאר. יעצט ווען מען עד איבערדריקען, מסודר על פי פרשיות (וועט לכאורה אויסקומען א ס"ה פון 10-15 בענדער) און די קינדער וועלן מחליט זיין אויף א נאמען.
אין בני ברק זענען זיינע חידושי תורה ארויסגעקומען בחייו אלס "דברי אלקים חיים מכ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט שליט"א, און יעצט קומט עס צוביסלעך ארויס איבערגעארבייט אלס "ישועות משה".

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:04 pm
דורך אבן יקרה
דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק

א. לענ"ד איז נישט אחריות'דיג צו שרייבן בפרהסיא אזא חומרא וואס איז א קולא בהלכות פיקו"נ, ס'שטייט אין שו"ע והנשאל הרי"ז מגונה. יעדע קלייניקייט פון ספק, איז פיקו"נ ממש. אין מ'מעג נישט טראכטן 2 מאל. מ'דארף וויסן גענוי וואס האט דער רבי געמיינט. דאס אז מ'דארף געבן געלט פאר צדקה אויף א רוף פון הצלה, איז לאו דווקא מ'זאל טראכטן 2 מאל, נאר ס'איז אויסגעהאלטן אפילו אויף פיקו"נ ברענגן א כפרה אויף דעם וואס מ'האט געדארפט מחלל שבת זיין.
ב. דאס איז אלטע מנהג וויז'ניץ, ס'איז נישט קיין חומרא, נאר מנהג חסידות.
ג. טאקע באקאנטע חומרא זיינע.
ד. דאס זעלבע איז געווען אויף יעדע קלייניקייט פון פזרנות. לעקטער וואס האבן סתם געברענט האט איהם זייער געבאדערט.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:06 pm
דורך רבניש
ישראל_הלוי האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר

---
דעת האקט
פארענטפערט

א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.

האט ער געלערנט אין פאפא צוליב די מלחמה וואס רוב ישיבות זענען שוין געווען פארמאכט? די דאטומס שטימען עפעס אזוי.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:09 pm
דורך דריידל
כ'האב אמאל געהערט אז ביי שלוש סעודות האט מען איינגעברענגט ליכט הערשט נאך רבינו תם זמן. קען איינער דאס באשטעטיגן?

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:12 pm
דורך מה ידידות
נישט אמת

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:16 pm
דורך הלשון
רבניש האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר

---
דעת האקט
פארענטפערט

א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.

האט ער געלערנט אין פאפא צוליב די מלחמה וואס רוב ישיבות זענען שוין געווען פארמאכט? די דאטומס שטימען עפעס אזוי.

ער זאגט דאך אזוי אין זיין הספד

ער איז אהין געגאנגן מיט א חשבון אז אזוי וועט ער זיך קענען ארויסדרייען פון מיליטער. למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבייט.

ער פלעגט דאס כסדר דערמאנען, ווען אימער א פאפא תלמיד איז אריינגעקומען צו איהם (מיט א קוויטל אד"ג) - איך בין אויך א פאפא תלמיד.

רעדנדיג פון די התמדת התורה וואס האט דארט געהערשט, כאטש די שווערע צייטן, פלעגט ער זאגן דאס זענען געווען מיינע בעסטע צייטן אלס בחור.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:23 pm
דורך דעת יחידאה
דריידל האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ביי שלוש סעודות האט מען איינגעברענגט ליכט הערשט נאך רבינו תם זמן. קען איינער דאס באשטעטיגן?

נישט ריכטיג. מען האט דיירעקט געצינדען פונקטליך ליכט 56 מינוט נאך די שקיעה, יעדע וואך, אפילו אין וומסב"ג.
די איינציגסטע זאך ער פלעגט טוהן, איז הייסען א קינד אונטער בר מצוה עס אנצוצינדען. ער פלעגט זאגען אז אפילו ביים זיידען פלעגט די גבאי (ר' ניסן יוסט) אנצינדען די ליכט, אבער דאהי, אלס כבוד פאר זיין שווער (אין סקווירא איז זמן מוצ"ש 75 מינוט נאך די שקיעה), הייסט ער א קינד.
די עלקטער צינדט מען אויך אהן ביים וויזניצער זמן 56 מינוט, און פאר יארן פלעגט א גבאי עס אנצינדען. עס איז אויך געווען בדרך כלל א מנין מעריב ביי 56.
רוב וואכען האט מען שוין געהאלטן אינמיטען מעריב ביי 72, און אויב האט ער נישט געזאגט קיין תורה, כמעט אפילו הבדלה.

ווען עס איז געווען א פארשפיל פאר אן אייניקעל, האט מען אנגעהויבן אריינברענגן די כלי זמר גלייך ביי 56, און מען האט אנגעהויבן שפילען פאר 72 כמעט יעדער מאל.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:24 pm
דורך רבניש
הלשון האט געשריבן:א חלק פון די דברי הספד אויף רבו כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצוק"ל

דער לשון אינעם הספד ״והוא היה האחרון שנשאר מדור הקודם שהיה עוד תופס ישיבה קודם החורבן״ איז עפעס זייער נישט מדיוק...

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:29 pm
דורך הלשון
רעדט צום וויזניצער תורה שרייבער

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:30 pm
דורך אבן יקרה
ט' ניסן תשל"ב

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:39 pm
דורך דריידל
די לעצטע מאל ער איז געווען אין א"י איז ער נישט געגאנגן צום כותל. האט ער מגלה געווען די טעם?

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:40 pm
דורך oh vei
הנהגתו
ער איז געווען שטארק מקושר און סאטמער רב , אלס תלמיד , ווי אוכט שפעטער און אמעריקא.
פון עם האט ער לכאורה כיירשנט א שטיקעל פון תורת נשתכחה (הגם געזאגט האט ער אז זיין שווער האט געזאגט אנדערש אבער א במקצת האט ער אוכט אזוי גערעדט)
און די ערשטע יארען אלץ רבי האט ער כסדר געחאזערט אז ער איז נישט קיין רבי און די טישען זענען נישט קיין טישען, ער האלט עס נאר אן אלץ זכר און המשך צו זייינע זיידעס.
סאיז געדרוקט און די תורה׳ס כמה פעמים ,איין תורה איז דא און לאנדאן ווי ער פאנגט אהן מיט די משנה רוצח שגלה לעיר מקלטו צ״ל רוצח אני, און ער פירט אויס אז מענטשען זאלען נישט מיינען אז די טישען זענען וואס סאיז אמאל געווען.
בכלל ווייסט יעדער וואס איז געווען דארטען און די פריערדיגע יארען אז די טישען זענען נישט געווען די יסוד , א גרויסע עולם פלעגט זיצען און דער זייט און לערנען, צו און זייטיגע צימערען.
איך געדענק איינמאל חוה״מ סוכות האט ער אויפגענומען און די פארענט צימער און די נייע ביה״מ און דער עולם זענען ארויסגעקומען פון געלעפעט ,איינעם געדענק איך ר׳ ישראל מיללער הי״ו פון וומ״ס ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ער איז נישט קיין רבי, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין רבי , נישט די טאטע און נישט די זיידע, דייט זעכטץ ענק א רבי , דאס איז געווען א ערשיינונג וואס פלעגט זיך מאכען(איך האב פארשטאנען אז ער האט זיך באצויגען צו רעבישע זאכען כידוע דער אמר״ח האט געהאט פארשידענע רעבישע ענינים ,בענטשען מטבעות און מקווה וואס ער האט געלערענט ביים טאטען וכ״ו איך שרייב נאר לענ״ד באמת ווייס איך נישט וואס ער האט געמיינט.)

די טישען
די עיקר וואס האט געמיינט א טיש ביי עם איז געווען די עבודת אכילה
זיין עבודה פון כבישת התאווה און שליטה על עצמו קען מען זאגען איז געווען זיין הויפט זאך און מיין לעבן.
דין גובריה ורב חיליה
ווער סהאט אמאל געזעען דעם יוד עסן ווייסט וואס מרעדט דא כמעט יעדן לעפעל איז געווען נאך א תאוות הראב״ד ,ער האט גענומען דעם עסן אויפען גאפעל זיך אפגעשטעלט פאר אביסעל און הערשט דערנאך אריינגענומען און צושטייטלעך צוקייעט.
דיע עבודה פון כבישת תאוות אכילה וכפיית התאווה איז נישט געווען איינמאל דאס איז געווען ימים ושנים נאכאנאנד,זייט איך געדענק איז דיע עבודה אנגעגאנגען, און דיע וואס זענען עלטער פארציילען אז זיי געדענקען דעם יוד פון אלץ בחור מיט די זעלבע עבודה.
די עסן איז נישט געווען א עולם הזהדיגע ענין, סאיז געווען קען מען זאגען זיין עיקר עבודה פון טאג לכפוף תאותו ( סאיז דא א באוואוסטע מעשה און וויזשניץ פון א געוויסע שבועותדיגע דאווענען אז די צמח צדיק האט זיך אויסגעדרוקט נאכען דאווענען אז די חציו לכם האט מען שוין מקיים,יעצט לאמיר גיין צום חציו לד׳ ) דאס איז געווען זיין לד׳ פארדעם האט ער געלעבט און געשטרעבט.
א יעדער ווייסט אז ער האט שוין נישט געגסען קיין פלייש פאר לאנגע צענדליגע יארען.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:44 pm
דורך דריידל
ווען און פארוואס האט ער אויפגעהערט עסן פלייש?

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:51 pm
דורך oh vei
סאיז געווען דאכציך ארום תש״נ ווען סאיז נפטר געווארען ר׳ שמואל ליכטמאן ע״ה פון טורונטו איך פלאן צו שרייבען מער באריכות וועגען זיינע אונטערנעמונג פאר אנדערע יודען און פאר שווערע הזכרות

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:54 pm
דורך דריידל
ער פלעגט קומען קיין בארא פארק יעדעס יאר פאר א שבת אין די ימי ספירה. מ'האט געזאגט אז ער קומט דירעקט אין ספירה צו מאכן זיכער אז מ'שערט זיך נישט די בערד

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 3:10 pm
דורך דיעל
דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק

באופן כללי איז די רבי געווען "גאר א גרויסע מיקל" ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין חומרות. (איך האב אסאך מעשיות דערוועגן).

א. רופן הצלה ווען עס איז נישט פקוח נפש ממש איז חילול שבת רח"ל. ער האט ס"ה מעמיד געווען דת על תילה. ער האט דעמאלטס אויפגעברענגט א געדאנק פון געבן א סכום געלט ווען מען רופט הצלה שב"ק - אבער קיינמאל נישט איינגעפירט. (אגב איז דעמאלטס געווען א גרויסע הפקרות מיט רופן הצלה שב"ק)

ב. דאס איז א רעבישע זאך כמנהג אבותיו.

ג. נישט צוליב ספק ברכה - נאר צוליב דעים וואס מענטשן מאכן מיט קיין ברכה.

ד. דאס איז פשוט צו שפארן געלט משום בל תשחית.

אין ענייני כשרות המאכלים האט די רבי געהאט "אייגענע" פארשידענע חומרות. באופן כללי האט ער נישט מחמיר געווען.

פריער האט שיינער געשריבן אז די רבי האט זיך געפירט מוצאי שבת כשיטת רבינו תם. דאס איז פרשטייט זיך שטותים והבלים - אדער ווי די רבי וואלט געזאגט להד"ם. איך האב איין יאר מוצאי יום כיפור אליינס געזען - עס איז נישט געווען קיין לבנה, איז נישט געווען קיין קידוש לבנה. די רבי האט געמאכט הבדלה תיכף נאך מעריב אין די לאבי פון די נייע ביהמ"ד. די רבי האט געטרינקן די וויין 69 מינוט נאכן שקיעה.

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 3:19 pm
דורך דריידל
דיעל האט געשריבן:

א. למעשה האט ער געזאגט אנדערש ווי אלע אנדערע רבנים, איז עס פאררעכענט אלץ חומרא.
ב. נישט געוויסט. זיין ברידער האט זיך אויך אזוי געפירט? און פארוואס איז ער געפארן מיט א באן צום סאטמאר רב חוה"מ?
ג. מ'גיט אויך מזונות און דאס איז יא א ספק ברכה

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 3:22 pm
דורך שטאלצער יוד
ג. די עיקר חומרא איז געווען צוליב די אייזקרים, וואס ממענטשן מאכן נישט קיין ברכה מחוסר ידיעה.