רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

די בילדער זענען ביי מיין קומפיוטר פון גלייך נאך יענע כינוס
GDN אינו מפרסמם כלל
ותמונות אלו הם האחרונות שנעשו ברשותו!
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

הער איך אז די רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע כ''ט אדר א תש''ח, גענוי 70 יאר פאר די פטירה כ''ט אדר תשע''ח
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

שכח הרב רבניש פאר דיין הערליכע ארבעט און א עקסטערע שכח פאר דעם שטיקל פון דיין אישי!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חמרא טבא האט געשריבן:הבדלה

אין דעם בילד זעהט ער אויס זייער ענדליך צו בנו רבי מענדל האגער מקיימישא
סוף מעשה במחשבה תחילה.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

פאר צוויי יאר צוריק פאר כ"ו אב די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל איז געווען אין "דער איד" א ספעציעלע ביילאגע פון א שמועס מיט וויזניצער רבי ר' מאטעלע זצ"ל איבער זיין ישיבה יארן אין סאטמאר און זיין התקשרות צום סאטמאר רב, זייער א אינפארמאטיווע און לאנגע שמועס, מיטן רבי'ן אליין, סוואלט געווען כדאי ווער עס קען עס דא מעתיק זיין.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בנישואי חתנו הרה"צ ר' אהרן מנדל טווערסקי שליט"א.
אטעטשמענטס
2011110_2123731700_jpg.jpg
2011110_2123731700_jpg.jpg (133.2 KiB) געזען 3972 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

1.
אטעטשמענטס
44.jpg
44.jpg (51.56 KiB) געזען 3971 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

2.
אטעטשמענטס
rabbi.jpg
rabbi.jpg (24.21 KiB) געזען 3966 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בדרכו לכותל המערבי.
אטעטשמענטס
wiznitz5.jpg
wiznitz5.jpg (58.62 KiB) געזען 3966 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

עם נשיא ארה"ב.
אטעטשמענטס
ויזניץ מאנסי עם הנשיא ג'ימי קרטר.jpg
ויזניץ מאנסי עם הנשיא ג'ימי קרטר.jpg (40.03 KiB) געזען 3958 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

צוויי בילדער קומען מיר יעצט ארויף אין קאפ

דער רבי ז"ל עסט ביים שולחן הטהור, אבער יעדער לעפל דוערט א שטיק צייט ביז עס קומט אהן לפה קדשו, ער ריקט עס ארויף און צוריק אראפ, נאכאמאל ארויף, און ווידער אראפ, אזוי כמ"פ ביז ענדליך עסט ער עס.

אריינגייענדיג מיט א קוויטל, זיצט דער רבי, מיט זיין האנט אין דער גמרא, אז ער זאל קענען באלד לערנען בין גברא לגברא, און נישט דארפן מישען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מאתים האט געשריבן:פאר צוויי יאר צוריק פאר כ"ו אב די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל איז געווען אין "דער איד" א ספעציעלע ביילאגע פון א שמועס מיט וויזניצער רבי ר' מאטעלע זצ"ל איבער זיין ישיבה יארן אין סאטמאר און זיין התקשרות צום סאטמאר רב, זייער א אינפארמאטיווע און לאנגע שמועס, מיטן רבי'ן אליין, סוואלט געווען כדאי ווער עס קען עס דא מעתיק זיין.

די לעצטע יארן האט ער אסאך דערציילט סיפורים ועובדות פון די צדיקים ביי וועם ער איז אויפגעוואקסן, בפרט פון זיין זיידן הה"ק הסב"ק זצ"ל, און אויך אסאך אינטרעסאנטע עובדות פון רבו הגה"ק מסאטמאר, מען האט זייער אסאך אפגעשריבן דערפון, מסתמא וועט עס באחד מן הימים נתפרסם ווערן
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

אפאר ווערטער וועגען דעם נפטר.
פון מיינע יארען און כתר ווילידזש


אישיותו
קודם אביסעל וועגען זיין פערזענלעכקייט
ער איז געווען א אייגנארטיגע מענטש מיט א שטארקע סעלפ קאנטראל און דיסיפלין,ער האט געארבעט מיט א פונקטליכע זייגער, געדאווענט יעדן טאג די זעלבע צייט,געלערענט אפאר שעה און צימער און בית מדרש , (מהאט געקענט הערן ווי ער לערנט פונעם צימער און ער האקט אויפען טיש)
(ער פלעגט אמאל ארויסקומען כאפען א בליק און בית מדרש וואס גייט פאר, מוסערען די שפעטע דאווענערס, וכ״ו )
א שטיק צייט פלעגט ער פארלערנען פאר די עלטערע בחורים וואס ארבעטען שוין, און די בעיסמענט פון ר מנשה האס ז״ל )
ארום 1 אזייגער איז ער ארויף אהיים אויפגענומען מענטשען פאר אביסעל, דאכציך געגעסען דערנאך, און נאכדעם האט ער געהאט נאך א סדר,
מנחה מעריב איז געווען און בית מדרש מנחה פאר די שקיעה געלערנט צווישען מנחה מעריב, נאכדעם איז געווען מעריב.
באנאכט פלעגט ער פארלערנען און בית מדרש, אויף דרום זייט שפעטער און דיע נייע בית מדרש און די דרום פארצימער.
ער האט געהאלטען א פונקטליכע חשבון אויף יעדן דאללער (נאך די נסיעה קיין א״י פון זיין ראטענבערג אייניקעל מיט טשארנאבעל, וואס איז געווען א קאסטבארור אונטערנעמונג, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז סשטימט עם נישט די חשבונות מיט אפאר דאללער)
שפארען געלט איז געווען א גאנצע עבודה, ווער סהאט געדאווענט מיט זיין מנין געדענקט די אויסגעלאשענע לייטס, איך געדענק אליינס כמה פעמים ווי ער האט צוגעמאכט די לעקטער און די פאליש.
ער האט נישט געקענט פארנעמען קיין שלאך און אוממעסודערקייט (איך מיין אז ער האט זיך אויסגעדרוקוקט אז מסודרעקייט און ריינקייט העלפט דעם מענטש זיך האלטען בקדושה , וועל אפשר שפעטער מער מאריך זיין און דעם)
איך האב געהערט מער ווי איינמאל פון עם זיך עגבערען אויף ציצית וואס הענגען ארויס אונטערען רעקיל, און אויף לאנגע פיאות
איך געדענק איינמאל ביים טיש סוכות האט ער געוואונקען פאר איינע פון זיינע קינדער זיך אריינצושלעפן די קראגען פונעם העמד,נאך אפאר מינוט האט זיך עס ווידעראמאל ארויסגעשטעקט האט ער עם צוגוויזען ער זאל עס ארויפשלעפן פון אויבען.
נאך אזאך וואס קען אפשר צוגעשריבען ווערען צו זיין דיסיפלען,ער האט פארציילט אז אלץ קינד האט עם געפערליך באדערט אז ער קען נישט זינגען (א מיועד להיות וויזשניץ בי) איינטאג האט ער זיך באטראכט אז זהו זה, ער קען גארנישט טוהן דערצו, האט ער עס אויפגעגעבן,און זייט דעמאלס האט עם עס מער נישט געבאדערט.
איך ריר ממש אהן נאר א פינטעל אפשר לכשיורחב הזמן וועל איך שרייבען מער.

עבודתו
הגם ער האט זיך גערופען וויזשניץ רבי,האט ער אבער ( פון מיין פערספעקטיוו עכ״פ )נישט געהאט גארנישט מיט וויזשניץ , איך וואלט עם מער געזעען אלץ א טשארנאבלע רבי,
זיין עבודה האט נישט געהאט קיין שייכות מיט התלהבות און תענוג דקדושה ,זיין דרך לעלות במסילה איז געווען עבדות און עולם המעשה,און הרחקות און הנהגות בעניני קדושה (אזוי ווי מטרעפט און די ערשטע חסידישע ספרים ,ספרי המגיד, ליקו״ת לר״מ מטשארנאבעל,הנהגות מהרצ״א ועוד הרבה)
וויאזוי ער איז צודעם אנגעקומען ווייס איך נישט (חסידים פארציילען אז די זיידע די אה״י האט געזאגט פאר רעבעצין גוליא פאר ער איז געפארען קיין מארינבאד אז מזאל געבן א נאמען נאך ר מאטעלע טשארנאבעל און זי האט געזאגט הלוואי זאל דאס קינד זיין א צענטיל האט די זיידע געזאגט וואס ארט דיך דאס גאנצע (ווי אוכט פארציילען חסידים עפעס א מעשה פון ווען פאפא ישיבה איז אריבער שלום געבן הרה״ק מבעלזא און פעסט)
די מאמע איז געווען א טשארנאבלע קינד, ווי אוכט איז ער איז געווען א איידים און טשארנאבעל און סקווער.
א שמועס פאר זיך איז וויאזוי די וויזשניץ חסידים וואס זענען געווען געוואונט צו דער וויזשניץ קאך האבען זיך געספראוועט מיט זיין פשטות.

עכ״פ איך וועל אנפאנגען מיט זיין אמת ופשטות.
זיינע תפילות און זיין גאנצע הלוך ילך איז געווען פשטות, ער האט נישט געדולדעד קיין תנועות וקולות ביי דאווענען (געהייסען זיין זוהן פון גיבערס זיך אויפהערן ווארפען אויף געוויסע וועגען ) (איך האב געזעען אמאל ווי ער אבזערווירט ר׳ מענדיל ביים דאווענען ווי ער ווארפט זיך) ער האט אלץ געדאווענט מיט א מוראדיגע פשטות בקול פשוט, דאס איינציגסטע מאל וואס ער האט זיך צופייערט איז געווען ביי עלינו ראש השנה , ער פלעגט זיך ווארפען און שרייען ביי ואנחנו כורעים ,און אפשר אביסעל ביי די נענועים מיט די פארדעקטע טלית.
חוץ מזה פלעגט ער דאווענען און זינגען בקול פשוט מיט א פשיטות און א גלאטקייט און א איידעלקייט ובכובד ראש.
צומאל פלעגט ער לאזען א טרער ( איך געדענק איינמאל פורים ביים טיש ווען מהאט דערמאנט קאשויער רב ז״ל לרפו״ש האט ער געלאזט א טרער.)
און זיינע תורות פלעגט ער רעדן נאר דברים פשוטים פון תורה,ותפילה , שמירת עינים, שמירת הדיבור, אלעס נאר עניני עבודה , ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון הרגשים און מדריגות נאר פון למעשה.
ער האט נישט פארנעמען קיין חיציוניות און עבודה, איך געדענק איינמאל איז געווען צו גאסט אויף שבת א וויזשניצע אייניקעל פון אמר״ח יענער האט אראפגעלייגט א וויזשניצע פסוקי דזמרה יענער איז געזעצען לעבן רעבין, די רבי האט זיך צוגעשטאפט די אויער, אוכט האט ער זיך אויפגעשטעלט פריער ווי אייביג. סהאט געשיינט ווי די רבי האט עס נישט געקענט דערליידען.
איך געדענק און א געוויסע תקופה האט ער געבעטען די בחורים זאלען אויפהערן זיך אויסצודרייען צו עם ביים דאווענען , און ביי בואי בשלום זאל מען זיך אויס דרייען צו מעריב און נישט צו עם, אויב געדענק איז גוט האט ער געזאגט אז ביי זיין טאטע איז געווען וואס צו זעען ביי עם איז נישט דא וואס צוזען און ער פארשטייט נישט וואס איז דא צוזעין ביי עם.

אוכט ווען סאיז געקומען צו מעשיות האט ער זייער מדייק געווען מזאל נישט שרייבען קיין איבריג ווארט, ער האט נישט געקענט פארנעמען די גזמאות ביי מעשיות, ר׳ יוסף שטיינמעטץ ז״ל האט געשריבען א תולדות אויפען אהבת ישראל ער האט געגעבען א הסכמה נישט פארען מוחק זיין און מגיה זיין גאנצע שטיקער.
איך געדענק איינמאל בין איך געווען אינעווייניג מיט א קרוב משפחה וואס איז געווען אינעם רעבינס עלטער, און ער האט פארציילט עפעס א מעשה וואס האט זיך געהערט אביסעל מוגזם, די רבי האט געמאכט כל מיני תנועות, און אויסגעפרעגט דעם בעל מספר פון ווי ער ווייסט די מעשה, סהאט נישט אויסגעזען ווי ער האלט ביים קויפען די מעשה.
ווער געדענקט נישט ווען ער האט געבעטען דעם גראמער שייע מאיר,ער זאל אויפהערען זיך באנוצען מיט דעם ווארט הייליגען (הייליגע זיידעס,הייליגע רעביס וכדו)
בנוגע אמת פלעגט ער כסדר פארציילען דע מעשה פון דער יוד וואס האט זיך מקבל געווען צו זאגען אמת און ממילא האט ער זיך שוין געשעמט צו טוהן עבירות, סהאט ארויס גערעדט פון עם די מעשה, ער איז געווען א גלאט און אמתדיג, וויפיל מאל האט ער געחאזערט די מעשה וואס ער האט געזעען ווי די זיידע חאפט זיך אהן די בארד און זאגט פאר דעם יודענע ״ מיין בארד האט קיין ליגענט נישט געזאגט״
איך געדענק אוכט ווי ער פלעגט זיך אויסדרוקען ביי מוסר און ישיבה ״מנעמט דעם היתר פון דרכי שלום און מברייטערט עס און ברייטערט עס״
און איך בין זעכיר אז די מער נאנטע וועלען האבען אסאך צו שרייבען אויף דעם נקודה.

זיין קדושה
שטארקייט און שמירת עינים איז געווען פון זיינע הויפט זאכען.
כידוע האט ער כל ימיו נישט אויפגענומען קיין פרויען אפילו זיין טאטע און זיידע (סוף ימיו ) האבען יא אויפגענומען.
מפארציילט געוואלדיגע זאכען פון זיינע יונגע יארען, דאס איינציגסטע מאל וואס פרויען זענען אריינגעקומען איז געווען פאר די חתונה
וואס איך אליינס האב געזעען ווען מיין שוועסטערס האבען חתונה געהאט די רבי האט זיך אויסגעדרייט צו די כלה מיט פארמאכטע אויגען ווי א יונגע בחור און געוואונטשען.
נישט אדורך א שבתדיגע תורה צו שמועס און ישיבה וואו ער זאל נישט רעדן פון שמירת עינים.
פאר מאיז געפארען אויף די נסיעה קיין א״י האט ער נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגען זיך היטען די אויגען אויפען וועג ,איך געדענק ווי איינגעבאקען סאיז געווען און די ביינער.
אוי ואבוי ווי נעמט מען די ריינקייט.
ער פלעגט זאגען כמה הנהגות דקדושה פון די פריערעדיגע ספרי מוסר.
זיך וואשען נעגיל וואסער יעדעס מאל מדערוועקט זיך און אויסגיסען די וואסער גלייך נאכדעם.
כידוע האט ער כסדר מזהיר געווען מזאל נישט לייגען די הענט און טאש.
ער פלעגט אוכט כסדר מזהיר מזאל נישט נעמען אפילו קליינע קינדער צו אומאיידעלע מקומות,ווייל ווען זיי ווערען עלטער וועט עס בויערען און קאפ.
(און א זייטיגע נאטיץ איך געדענק עם נישט רעדן קיינמאל וועגען מקווה)
אויך האט ער כסדר גערעדט וועגען זיך אפהיטען מיט וועם רעדט און מזאל נישט רעדן מיט קיין מענטשען וואס רעדן אומאיידעל.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איינמאל האט דער רבי זי"ע באמערקט צוויי יודן שמועסן אינמיטן פסוקי דזמרה אינדרויסן, האט ער זיי געוויזן אז מהאלט שוין נאך ברוך שאמר און מטאר ישט רעדן, האט איינער געענטפערט אז ער האלט נאך פאר ברוך שאמר.
נאכן דאווינען האט איהם דר רבי צוגערופן און געזאגט: איך בין געווען זיכער דו רעדסט אינמיטן פסוקי דזמרה, דאס אז די זאלסט נישט דאווינען מיטן ציבור האב איך זיך אפילו נישט פארגעשטעלט...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הרב "אוי וויי".
זייער שיין באשריבן דיינע זכרונות און אויפפאסונגען אויף דעם צדיק.

שרייב נאך און נאך, די זאכן וואס דו שרייבסט איז דער ריכטיגער "בכו בכה להולך" און התעסקות בהספידו של חכם, צו הערן עובדות און מעש"ט פון אן ערליכן איד צו זיך אפלערנען ממעשיו.
---
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מאתים האט געשריבן:פאר צוויי יאר צוריק פאר כ"ו אב די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל איז געווען אין "דער איד" א ספעציעלע ביילאגע פון א שמועס מיט וויזניצער רבי ר' מאטעלע זצ"ל איבער זיין ישיבה יארן אין סאטמאר און זיין התקשרות צום סאטמאר רב, זייער א אינפארמאטיווע און לאנגע שמועס, מיטן רבי'ן אליין, סוואלט געווען כדאי ווער עס קען עס דא מעתיק זיין.

עס איז שוין היינט געדריקט אין דעם ספר ״באילנא דחיי״ ח״א (דאכצעמיר אז דאס איז דער נאמען) די שמוסן אין אינטערוויאס וואס הרב שמואל ראזענבערג הי״ו שטעלט צוזאם.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

גם זה יעבור האט געשריבן:הער איך אז די רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע כ''ט אדר א תש''ח, גענוי 70 יאר פאר די פטירה כ''ט אדר תשע''ח

ס'שטימט מיר נישט דעם דאטום.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יעצט געטשעקט דעם שיף מאניפעסט, שטייט אויבן כד אדר א' תשח
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ זצ"ל
ליד רבו כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפאפא זצ"ל

ביי שמחת שבע ברכות פון הגה"צ אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא
אטעטשמענטס
Pupa-Viznitz-W.jpg
Pupa-Viznitz-W.jpg (168.87 KiB) געזען 3473 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אויף JDN איז דא א הערליכער גאלעריע פון בילדער מימי חייו, איך וויל עס נישט ברענגען דא, נישט צי מפיר זיין הוראות קדשו.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

רבו?
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

fiena nieas האט געשריבן:רבו?


ער איז געווען פארשטייט זיך א חסיד און תלמיד פון זיין גרויסען זיידען, הרה"ק בעל האהבת ישראל מויזניץ זי"ע, און אויך פון זיין גרויסען טאטען זי"ע.

אזוי אויך האט ער זיך געווייקט ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, נאך פארן קריג איז ער שוין געווען ביי איהם, ער איז עטליכע מאל געפארן פון גראסווארדיין צי דעהם דערנעבנדיגען סאטמאר, איינער פון די נסיעות זענען געווען אויף הושענא רבה.
דעת יחידאה
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת יחידאה »

fiena nieas האט געשריבן:רבו?

יא, ער האט געלערנט אין זיין ישיבה אין פאפא פאר א יאר, תש"ג. ער האט אים געהאלטען פאר זיין רבי כל ימיו, און האט זיך געריסען קריעה ביי זיין לוויה.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר

---
דעת האקט
פארענטפערט
דעת יחידאה
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת יחידאה »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:רבו?


ער איז געווען פארשטייט זיך א חסיד און תלמיד פון זיין גרויסען זיידען, הרה"ק בעל האהבת ישראל מויזניץ זי"ע, און אויך פון זיין גרויסען טאטען זי"ע.

אזוי אויך האט ער זיך געווייקט ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, נאך פארן קריג איז ער שוין געווען ביי איהם, ער איז עטליכע מאל געפארן פון גראסווארדיין צי דעהם דערנעבנדיגען סאטמאר, איינער פון די נסיעות זענען געווען אויף הושענא רבה.

פאר די מלחמה איז ער נאר געווען ביי אים איינמאל, ווען ער איז געפארען אים חול המועד (איינע פון די 3 מאל די רבי זי"ע איז געפארען חול המועד זיין גאנצען לעבן. די אנדערע 2 זענען ווען די טאכטער, אשת רא"מ טווערסקי איז געבוירן חול המועד, און צו א לוויה - כמעט זיכער מחותנו רבי אלעזר מאוהעל ז"ל), און שוין געבליבען דארט לערנען א גאנצער זמן.

ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, פלעגט ער יא גיין גאנץ אסאך קיין סאטמאר. חסידים געדענקן אז ער פלעגט רעדן מיט סאטמארער רב צומאל גאנצע שעה'ן ביינאכט. ער האט זיך אויסגעדרוקט אמאל ברבים: "נישטא קיין ענין אין אידישקייט וואס איך האב מיר נישט אדורכגערעדט מיטן סאטמארער רב."

אויב האט ער גערעדט מיט איינעם וואס איז נאנט געווען מיט אים, ווען ער האט געזאגט סתם די "רב ז"ל" האט ער געמיינט סאטמארער רב.
למרבית הפלא, האט ער אויך געהאט א זייער ענליכע הערצה צום קלויזענבורגער רב ז"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”