רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 603
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכניש אנגעמערקט אז דער רבי ז"ל האט געלערנט אין סעקעלהיד ביים מהר"י ראזנער זצ"ל
אויב איך מאך ניש קיין טעות האט ער דארט געלערנט מער ווי איין יאר
ער האט זיך כמה פעמים אויסגעדרוקט פאר קרובי משפחתי (וואס אונז זעמיר משפחה מיט אב"ד סעקעלהיד ) מיט גרויס הערצה כלפי זיין גרויסן רבי'ן
ער האט אפילו זיך אמאל אויסגעדרוקט ,ער איז געווען צו מיר ווי א פאטער, וואס כידוע האבן אלע תלמידי סעקעלהיד אזוי געהאלטן

נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
תענית חלום האט געשריבן:בילדער 4
באקאנטע אסיפת רבנים[image][/image]
אינטערסאנט, ברך משה קוקט אריין אין קונטרס, אין דער רבי (טשידט) קוקט אריין פון זייט פון אויג, אנשטאט קוקן אין זיין אייגענע, אולי משום כבודו פון באבובער רב וואס רעדט
לעצט פארראכטן דורך לחם לשובע אום דינסטאג מארטש 27, 2018 6:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 603
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
בשבילי נברא האט געשריבן:מוטשע נישט האט געשריבן:דאס זעהט אויס צו זיין פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין ק"י.
עס זעהט טאקע אויס אזוי, אבער ס'וואלט געווען אינטערסאנט ווען דאס איז, ווייל ווען ער איז געקומען קיין קרית יואל איז דאך עס נאר געווען צו א שמחה אין די משפחה, וואס דעמאלטס וואלט ער דאך געדארפט האבן א שטריימל.
צו א בר מצוה דארף מען נישט דעם שטריימל.
דריידל האט געשריבן:דיעל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
באופן כללי איז די רבי געווען "גאר א גרויסע מיקל" ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין חומרות. (איך האב אסאך מעשיות דערוועגן).
א. רופן הצלה ווען עס איז נישט פקוח נפש ממש איז חילול שבת רח"ל. ער האט ס"ה מעמיד געווען דת על תילה. ער האט דעמאלטס אויפגעברענגט א געדאנק פון געבן א סכום געלט ווען מען רופט הצלה שב"ק - אבער קיינמאל נישט איינגעפירט. (אגב איז דעמאלטס געווען א גרויסע הפקרות מיט רופן הצלה שב"ק)
ב. דאס איז א רעבישע זאך כמנהג אבותיו.
ג. נישט צוליב ספק ברכה - נאר צוליב דעים וואס מענטשן מאכן מיט קיין ברכה.
ד. דאס איז פשוט צו שפארן געלט משום בל תשחית.
אין ענייני כשרות המאכלים האט די רבי געהאט "אייגענע" פארשידענע חומרות. באופן כללי האט ער נישט מחמיר געווען.
פריער האט שיינער געשריבן אז די רבי האט זיך געפירט מוצאי שבת כשיטת רבינו תם. דאס איז פרשטייט זיך שטותים והבלים - אדער ווי די רבי וואלט געזאגט להד"ם. איך האב איין יאר מוצאי יום כיפור אליינס געזען - עס איז נישט געווען קיין לבנה, איז נישט געווען קיין קידוש לבנה. די רבי האט געמאכט הבדלה תיכף נאך מעריב אין די לאבי פון די נייע ביהמ"ד. די רבי האט געטרינקן די וויין 69 מינוט נאכן שקיעה.
א. למעשה האט ער געזאגט אנדערש ווי אלע אנדערע רבנים, איז עס פאררעכענט אלץ חומרא.
ב. נישט געוויסט. זיין ברידער האט זיך אויך אזוי געפירט? און פארוואס איז ער געפארן מיט א באן צום סאטמאר רב חוה"מ?
ג. מ'גיט אויך מזונות און דאס איז יא א ספק ברכה
א. ער האט נישט געזאגט אנדערש, ער האט ס"ה מעורר געווען אויף א פירצה.
ב. יא דער ברודער איז (פשטות) אויך נישט געפארן. ער איז דריי מאל געפארן חוה"מ. 1 סאטמאר 2 האבן א קינד 3 א לויה פון א מחותן.
ג. איז ווייטער נישט קיין חומרא. אויב שטייט אין שו"ע ספק ברכה עסט מען עס נישט אינמיטן סעודה. אגב האט ער קלאר געזאגט הונדערטער מאל אז די טעם איז ווייל מען מאכט נישט קיין ברכה. צומאל צוגעלייגט אז צומאל איז עס אויך א שאלה פון א ברכה.
די עיקר. ער איז נישט געווען קיין מחמיר, געווען ווייט פון א מחמיר, זיך שטארק געשטעלט אנטקעגן איינפירן נייע חומרות.
גראדע ווי איינער האט ערווענט - די ברודער איז יא געווען א מחמיר.