רבי מרדכי האגער זצ״ל מוויזניץ - תרפ״ב - כ"ט אדר תשע״ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ראש הקהל האט געשריבן:כ'האב קיינמאל לכתילחה נישט פארשטאנען דעם נאמען 'קדושת מרדכי' אן עכטע בעבישע נאמען וואס זאגט נישט גארנישט, נאר אן עפטער אפעק פון שנות התש"ע יארן ווי יעדער פרובירט צו קאנווינצען אן אדערע מיין רבי איז הייליגע איך כ'קען שמירן מער לשונות און טיטלען, און כ'האב א רייכערע ארסנאל פון הייליגע ווערטער און מיין באזיץ, דער כבוד קדושת אדמו"ר פון קדושת מרדכי איז פאני, און זאגט גארנישט. ס'פאסט זייער נאר פאר א חסידות וואס מ'רעד זיך איין אז אן דעם ווייסט מען נישט..

הגם מאמר מרדכי, לבוש מרדכי, גדולת מרדכי, תכלת מרדכי, בית מרדכי, דברי מרדכי, איז שוין וועלט בארימט נעמען און ס'דא זייער אסאך ספרים מיט אט דו נאמען פון אסאך באקאנטע אדער נישט באקאנטע מחברים, קען מען נאך אלס געפונען דער נאמען 'מרדכי' מיוסד על שם הכתוב וואס איז נאך אלס ליידיג פארבליבען, ווי למשל וואס איז שלעכט מיטן נאמען 'עטרת מרדכי' ע"ש הכתוב ומרדכי יצא בלבוש מלכות 'עטרת' זהב.. שיינע נאמען און נישט געטראפן צו סאך ספרים מיט אט דו נאמען און אויך זייער אומפאפיולער.

ווי אויך א שיינע פאסיגע נאמען, 'כתבי מרדכי', ע"ש הכתוב ויכתוב מרדכי את כל הדברים האלה לזכרון בספר.. און דאס זענען זיינע תורות וכתבים

'כתר מרדכי'- ע"ש כתר ווילידזש... וע"ש מאמרם ז"ל במס' מגילה י"ב ע"ב, מרדכי 'מוכתר' בנימוסו היה.

גאולת מרדכי- ע"ש בר"ר פ"ל ס"ח, מרדכי היה מתוקן 'לגאולה'.

ס'איז אלס שיינע זאגארישע נאמען מיט א תוכן, קדושת איז בעביעש און קוקט אויס וואס זוכט צו אימפרעסן א צווייטען, ווער איז דער צווייטע?
איך האב שוין גראדע געהאלפן אסאך מחברים מיט טרעפן שיין קלינגעדיגע נעמען פאר זייערע ספרים.

דערנאך איז גרינג פאר א וויזניצע אייניקעל צו טרפען אויך א בגימטריא.. ס'זאל שטימען בן חיים מאיר ומרגליא.

אדער "יציאת מרדכי" ע"ש ומרדכי יצא בלבוש מלכות...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דיעל האט געשריבן:......................... כ'האב אמאל געהערט אז איינמאל ווען הגאון רבי שמעלקא טויבנפעלד איז געווען ביי א באזוך אין דער איד איז געלעגן אויפן טיש האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז עס פאסט נישט. האט די רבי געזאגט אז ער זעהט נישט קיין פראבלעים מיטן ליינען דער איד, און אויב ליינט ער עס דארף ער סע נישט באהאלטן. האט רבי שמעלקא געזאגט, אז עס פאסט פשוט נישט אויפצונעמען א רב ווען עס ליגט אויפן טיש א צייטונג. און פון דעמאלטס פלעגט מען נישט לאזן קיין צייטונג אויפן טיש ביי באזוכן.

מיר (לויט ווי איך געדענק ר' שמעלקא זצ"ל) שטימט נישט די מעשה
ר' שמעלקא האט זעך געהאלטען פאר א רב??
ר' שמעלקא האט געזאגט דיעות?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

האט מיר איינער געזאגט אז ער האלט אז שיחות מרדכי וואלט געדארפט זיין אן אפשען. דער פסוק וואס דער רבי פלעגט זאגען ביים דאווענען איז דאך געווען "מה אהבתי תורתך כל היום הוא שיחתי" און טאקע מיט דעם האט ער געלעבט יעדע מינוט פון טאג און נאכט.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

קיקיון האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:......................... כ'האב אמאל געהערט אז איינמאל ווען הגאון רבי שמעלקא טויבנפעלד איז געווען ביי א באזוך אין דער איד איז געלעגן אויפן טיש האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז עס פאסט נישט. האט די רבי געזאגט אז ער זעהט נישט קיין פראבלעים מיטן ליינען דער איד, און אויב ליינט ער עס דארף ער סע נישט באהאלטן. האט רבי שמעלקא געזאגט, אז עס פאסט פשוט נישט אויפצונעמען א רב ווען עס ליגט אויפן טיש א צייטונג. און פון דעמאלטס פלעגט מען נישט לאזן קיין צייטונג אויפן טיש ביי באזוכן.

מיר (לויט ווי איך געדענק ר' שמעלקא זצ"ל) שטימט נישט די מעשה
ר' שמעלקא האט זעך געהאלטען פאר א רב??
ר' שמעלקא האט געזאגט דיעות?

אזוי האב איך געהערט. יתכן אז עס איז נישט אמת. דאס איז זיכער אז די רבי האט גאר שטארק געהאלטן פון רבי שמעלקא ז"ל און אויב האט ער עס געזאגט איז מסתבר אז די רבי זאל פאלגן.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

shimon7323 האט געשריבן:האט מיר איינער געזאגט אז ער האלט אז שיחות מרדכי וואלט געדארפט זיין אן אפשען. דער פסוק וואס דער רבי פלעגט זאגען ביים דאווענען איז דאך געווען "מה אהבתי תורתך כל היום הוא שיחתי" און טאקע מיט דעם האט ער געלעבט יעדע מינוט פון טאג און נאכט.

כ'מיין אז דער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שיחה...
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:כ'האב קיינמאל לכתילחה נישט פארשטאנען דעם נאמען 'קדושת מרדכי' אן עכטע בעבישע נאמען וואס זאגט נישט גארנישט, נאר אן עפטער אפעק פון שנות התש"ע יארן ווי יעדער פרובירט צו קאנווינצען אן אדערע מיין רבי איז הייליגע איך כ'קען שמירן מער לשונות און טיטלען, און כ'האב א רייכערע ארסנאל פון הייליגע ווערטער און מיין באזיץ, דער כבוד קדושת אדמו"ר פון קדושת מרדכי איז פאני, און זאגט גארנישט. ס'פאסט זייער נאר פאר א חסידות וואס מ'רעד זיך איין אז אן דעם ווייסט מען נישט..

הגם מאמר מרדכי, לבוש מרדכי, גדולת מרדכי, תכלת מרדכי, בית מרדכי, דברי מרדכי, איז שוין וועלט בארימט נעמען און ס'דא זייער אסאך ספרים מיט אט דו נאמען פון אסאך באקאנטע אדער נישט באקאנטע מחברים, קען מען נאך אלס געפונען דער נאמען 'מרדכי' מיוסד על שם הכתוב וואס איז נאך אלס ליידיג פארבליבען, ווי למשל וואס איז שלעכט מיטן נאמען 'עטרת מרדכי' ע"ש הכתוב ומרדכי יצא בלבוש מלכות 'עטרת' זהב.. שיינע נאמען און נישט געטראפן צו סאך ספרים מיט אט דו נאמען און אויך זייער אומפאפיולער.

ווי אויך א שיינע פאסיגע נאמען, 'כתבי מרדכי', ע"ש הכתוב ויכתוב מרדכי את כל הדברים האלה לזכרון בספר.. און דאס זענען זיינע תורות וכתבים

'כתר מרדכי'- ע"ש כתר ווילידזש... וע"ש מאמרם ז"ל במס' מגילה י"ב ע"ב, מרדכי 'מוכתר' בנימוסו היה.

גאולת מרדכי- ע"ש בר"ר פ"ל ס"ח, מרדכי היה מתוקן 'לגאולה'.

ס'איז אלס שיינע זאגארישע נאמען מיט א תוכן, קדושת איז בעביעש און קוקט אויס וואס זוכט צו אימפרעסן א צווייטען, ווער איז דער צווייטע?
איך האב שוין גראדע געהאלפן אסאך מחברים מיט טרעפן שיין קלינגעדיגע נעמען פאר זייערע ספרים.

דערנאך איז גרינג פאר א וויזניצע אייניקעל צו טרפען אויך א בגימטריא.. ס'זאל שטימען בן חיים מאיר ומרגליא.

אדער "יציאת מרדכי" ע"ש ומרדכי יצא בלבוש מלכות...

דערמאנט דאס ווערטל וואס מען האט געשמועסט ווען עס איז פערטיג געווארן די בית הכבוד'ס אין ר' ישראל זופניק'ס בנין אויף קיעפ סטריט, האט מען געשמועסט אז די אונטערשטע שטאק פונם בנין העט הייסן 'בצאת ישראל'.....
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

מה ידידות האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:האט מיר איינער געזאגט אז ער האלט אז שיחות מרדכי וואלט געדארפט זיין אן אפשען. דער פסוק וואס דער רבי פלעגט זאגען ביים דאווענען איז דאך געווען "מה אהבתי תורתך כל היום הוא שיחתי" און טאקע מיט דעם האט ער געלעבט יעדע מינוט פון טאג און נאכט.

כ'מיין אז דער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שיחה...

די תורות נישט, אבער די דרשות בפרט אין ישיבה און אין כולל זענען בדרך שיחה
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

א נייע נאמען אויפן טיש

אור האמת

בגי' מרדכי בן חיים מאיר - עה''א והכולל
בגי' קדושה וטהרה - עהאוה''ת והכולל
בגי' העמידו על אחת (אמונה) (רבינו היה משתמש במאמר זה הרבה בעניני אמונה)
בגי' תורה מ' (רבינו היה משתמש עם גי' זה הרבה)

וכן אורה זו תורה - תורה אור

יש לך ד' הנקודות שהיו יסוד תורתו של רבינו
וכן היו יסוד חייו של רבינו
אמת - אמונה - תורה - קדושה

בדרך צחות: בנו היא ה'אור שלום'
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

געהערט נעכטן אז די ספר פון סקולענער רבי זצ"ל על המועדים הייסט "קדושת אליעזר". עס איז שוין ארויסגעקומען עטליכע קנטרסים מיט דעים נאמען, און זיי פלאנען ארויסצוקומען מיט א גאנצע באנד געגהעריג
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דיעל האט געשריבן:א נייע נאמען אויפן טיש

אור האמת

בגי' מרדכי בן חיים מאיר - עה''א והכולל
בגי' קדושה וטהרה - עהאוה''ת והכולל
בגי' העמידו על אחת (אמונה) (רבינו היה משתמש במאמר זה הרבה בעניני אמונה)
בגי' תורה מ' (רבינו היה משתמש עם גי' זה הרבה)

וכן אורה זו תורה - תורה אור

יש לך ד' הנקודות שהיו יסוד תורתו של רבינו
וכן היו יסוד חייו של רבינו
אמת - אמונה - תורה - קדושה

בדרך צחות: בנו היא ה'אור שלום'

א פעטער מיינער א גרויסער וויזשניצער חסיד, און גאר נאנט מיטן רבי'ן, שוין יארן וואס כ'הער און זעה אים רופן זיין רבי'ן [נאך בחיים חיותו] מרן 'אור האמת' ממאנסי,
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דיעל האט געשריבן: ...............אזוי האב איך געהערט. יתכן אז עס איז נישט אמת. דאס איז זיכער אז די רבי האט גאר שטארק געהאלטן פון רבי שמעלקא ז"ל און אויב האט ער עס געזאגט איז מסתבר אז די רבי זאל פאלגן.

ווער האט נישט געהאלטען פון ר' שמעלקא אויזער ער אליינס?

הרהגה"צ ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל איז נישט געווען דער רב פון חרדים
דער סקווערער רבי זצ״ל האט אים בשעתו געוואלט באשטימען אלם ראש־ הכולל פון סקווער. אבער הגם ער איז געווען א חסיד, האט ער זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים ניט געוואלט אויפדרענגען, ווייל ער זעט, אז ר׳ שמעלקא איז אן אמתער ״שונא את הרבנות״. ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהלת תרדים אין מאנסי, אבער דאס מיט א גאנצע ריי פון תנאים ווי למשל, אז מען זאל אים ניט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה: אז ס׳זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל ניט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל...

קוים לדמותו פון ר' שמעלקא זצ"ל אידישע ווארט טבת תשמ"ו
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

הרב קקיון, כמדומה אז איר האט געלערנט אין די אלטע צייטן אין מאנסי (קען זיין פאר תשכ"ד). האט איר געהאט עפעס שייכות מיטן רבין? האט איר עפעס צו דערציילן? מיר ווארטן מיט דארשט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דיעל האט געשריבן:הרב קקיון, כמדומה אז איר האט געלערנט אין די אלטע צייטן אין מאנסי (קען זיין פאר תשכ"ד). האט איר געהאט עפעס שייכות מיטן רבין? האט איר עפעס צו דערציילן? מיר ווארטן מיט דארשט.

תשכ"ו - ל
איך האב ליידער נישט וואס צו דערציילען
געווען א צוויי דריי מאל ביי א באטע (ער האט דאך נאך נישט געפירט טיש)
און א פאר מאל ביים דאווענען ליל ש"ק
געווען זייער פשטותדיג און קווים קוים א פאר אידען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דיעל האט געשריבן:א נייע נאמען אויפן טיש

אור האמת

בגי' מרדכי בן חיים מאיר - עה''א והכולל
בגי' קדושה וטהרה - עהאוה''ת והכולל
בגי' העמידו על אחת (אמונה) (רבינו היה משתמש במאמר זה הרבה בעניני אמונה)
בגי' תורה מ' (רבינו היה משתמש עם גי' זה הרבה)

וכן אורה זו תורה - תורה אור

יש לך ד' הנקודות שהיו יסוד תורתו של רבינו
וכן היו יסוד חייו של רבינו
אמת - אמונה - תורה - קדושה

בדרך צחות: בנו היא ה'אור שלום'

פארוואס טאקע הייסט די כולל "אמת ואמונה"?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

יהיה כן האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:א נייע נאמען אויפן טיש

אור האמת

בגי' מרדכי בן חיים מאיר - עה''א והכולל
בגי' קדושה וטהרה - עהאוה''ת והכולל
בגי' העמידו על אחת (אמונה) (רבינו היה משתמש במאמר זה הרבה בעניני אמונה)
בגי' תורה מ' (רבינו היה משתמש עם גי' זה הרבה)

וכן אורה זו תורה - תורה אור

יש לך ד' הנקודות שהיו יסוד תורתו של רבינו
וכן היו יסוד חייו של רבינו
אמת - אמונה - תורה - קדושה

בדרך צחות: בנו היא ה'אור שלום'

א פעטער מיינער א גרויסער וויזשניצער חסיד, און גאר נאנט מיטן רבי'ן, שוין יארן וואס כ'הער און זעה אים רופן זיין רבי'ן [נאך בחיים חיותו] מרן 'אור האמת' ממאנסי,

געהערט אמאל פון ר' יעקב מילער מיארמע
אז ער האט געזאגט פאר כ"ק אדמו"ר ישועות משה מוויזניץ ז"ל אז די רבי איז אזוי ווי גר
די "לב שמחה" איז די רבי ב"ה אז ער האט צוריק געברענגט בנו הגדול, די "בית ישראל" איז בנו הגדול ר' ישראל, פני מנחם איז בנו ר' מענדל,
האט אים דער רבי געפרעגט אין ווי איז דער אמרי אמת? האט ער געענטפערט אין מאנסי......
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

קיקיון האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:הרב קקיון, כמדומה אז איר האט געלערנט אין די אלטע צייטן אין מאנסי (קען זיין פאר תשכ"ד). האט איר געהאט עפעס שייכות מיטן רבין? האט איר עפעס צו דערציילן? מיר ווארטן מיט דארשט.

תשכ"ו - ל
איך האב ליידער נישט וואס צו דערציילען
געווען א צוויי דריי מאל ביי א באטע (ער האט דאך נאך נישט געפירט טיש)
און א פאר מאל ביים דאווענען ליל ש"ק
געווען זייער פשטותדיג און קווים קוים א פאר אידען

גראדע פלעגט ער יא פירן טיש נאך אלס רב, ע"פ פקודת אביו בעל אמרי חיים זצ"ל
אזוי ליגט מיר אין קאפ, מעגליך אז איך מאך א טעות
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:

אמת, ער פלעגט פירן טיש נאך פארן ווערן רבי. איך ווייס אבער נישט צו יעדע וואך (איך ווייס נישט צו אלס ווייל דער טאטע האט אים געהייסן).

די רבי האט אויך געוואלט אז זיינע קינדער זאלן פירן טיש, אבער זיי האבן נישט געוואלט. האדמו"ר רבי ישראל איז געווען רב אין ב"פ פאר צוויי וואכן - פאר רבי פנחס שלום איז געווארן רב. און ער האט געפירט טיש דיע צוויי וואכן.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

מחזור האט געשריבן:געהערט אמאל פון ר' יעקב מילער מיארמע
אז ער האט געזאגט פאר כ"ק אדמו"ר ישועות משה מוויזניץ ז"ל אז די רבי איז אזוי ווי גר
די "לב שמחה" איז די רבי ב"ה אז ער האט צוריק געברענגט בנו הגדול, די "בית ישראל" איז בנו הגדול ר' ישראל, פני מנחם איז בנו ר' מענדל,
האט אים דער רבי געפרעגט אין ווי איז דער אמרי אמת? האט ער געענטפערט אין מאנסי......

שטימט נישט מיט די יארן,
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

כל טוב האט געשריבן:

שטימט נישט מיט די יארן?

דו האסט א הווה אמונה אז דיע מעשה איז אמת? אז ער האט געזאגט אמרי אמת איז מאנסי פאר בעל ישועו"מ?

ס"ה א ווערטל. איך גלייב אויך נישט אז ער וואלט געזאגט לב שמחה ווייל ער האט צוריק גענומען מהר"י.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

הרב י.ש. דערציילט וואס ער האט געהערט פון סאלקע רב זצ"ל פון וויליאמסבורג. (סאלקע רב האט אלס בחור זיך אסאך געדרייט אין גרויסווארדיין ביים אהבת ישראל).

די רבי אלס קינד פלעגט אסאך מאל זאגן די יה"ר פאר הנחת תפילין. האט אים סאלקע רב אמאל געפרעגט פארוואס ער זאגט עס, האט ער געענטפערט: עס שטייט דא אזעלעכע שיינע זאכן, אזעלעכע הויכע ענינים איך וויל עס זאגן אפילו איך לייג נאך נישט קיין תפילין.

אויך האט ער געזאגט אז די רבי פלעגט אסאך מאל זאגן זוהר אלס קינד. איינמאל האט אים די רבי געזאגט אז ווען ער זאגט זוהר ווערט ער אזוי אויפגעפלאמט פארן הייליגן באשעפער אז ווען עס וואלט געווען א פייער וואלט ער זיך אריינגעווארפן פארן אייבערשטן.

אגב: מען האט קיינמאל נישט געזען די רבי לערנען זוהר, הגם ער האט גוט געקענט כאטש האלב זוהר - ווייל ער פלעגט לערנען חוק, און אויך האט ער גוט געקענט ספר ראשית חכמה (וואס ברענגט ריזיגע שטיקלעך זוהר). איינער האט אמאל אויסגערעכנט אז צווישן דיע צוויי איז דא מער ווי האלב זוהר. אעפ"כ האט די רבי כמעט נישט גערעדט פון זוהר, אויסער אמאל דערמאנט די גאר פאפולערער זוהר'ס. איך געדענק איינמאל האט די רבי דבי אינמיטן א דרשה געזאגט "עס שטייט אין זוה"ק", גלייך נאכדעים האט ער צוגעלייגט (ווי זיך צו פארענטפערן) אזוי האב איך געזען אין חוק.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

הערליך שיינע שמועס פון ר' יעקב ארי ווערצבערגער שליט"א משב"ק פון רביה"ק זי"ע לעצטע דאנערשטיג נאכט אין בית שמש ביי א זיץ מיט די חסידים
https://www.dropbox.com/s/9to1r6bjl2ci2 ... 1.mp3?dl=0
איבער 2 שעה לאנג.
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

איז א געיט ארום דעם רבי'ן א מנהג?
אטעטשמענטס
image001.png
image001.png (604.85 KiB) געזען 2147 מאל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

איך ווייס נישט אויב עס איז א מנהג, פראקטיש איז עס זיכער
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

יא, עס איז א מנהג.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

kosher phone האט געשריבן:איז א געיט ארום דעם רבי'ן א מנהג?

אוודאי. ס'איז א פשרה פון דאוונען מיט די עולם אדער ביי זיך אין צימער (סקווירא, באיאן וכו').
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”